Likkutei Sichos
Addenda - sichos 24
589הנבואה בישראל. במילא האָט שוין אים שטייט דער לשון הנ"ל וואָס געקענט זיין דאָס וואָס עס שטייט אויף ר' יהודה החסיד, און נאָך נאָך דעם פּסוק פון כעת יאמר ליע־ ביתר שאת.
ב. דורות שפּעטער, ווען עס איז בקר אערך לך, וואָס דער פּירוש געוואָרן נאָך נענטער צו משיח'ן, איז פון אערך לך איז כמ"ש ערכתי נר נאָכאַמאָל געווען דער ענין פון תח־ למשיחי, ווי ער זאָגט אין זהר, די זור הנבואה בישראל, דורך דער התג־גאולה שלימה במהרה בימינו על ידי לות פון מורנו הבעש"ט ותלמידיו משיח צדקנו.
י"ב וי"ג תמוז
א. בכלל איז דאָך ביי אַ נשיא וועגן דער כתיבת ספר תורה לקבלת אַ נשמה כללית, וואָס במילא איז פּני משיח, האָט דער רבי געזאָגט, רוב זיינע ענינים, איז דאָס ניט אַז באמת האָט ער אַליין געקענט בלויז פאַר זיך, נאָר האָט אויך אַ געבן די גאַנצע הוצאות אויפן קלף,
די טינט און דעם שרייבן, נאָר ער
דער רבי — כ"ק מו"ח אדמו"ר וויל אַז אַלע אידן זאָלן זיך קעזצוקללה"ה נבג"מ זי"ע — דער בעל נען אין דעם משתתף זיין.
ער האָט ניט געוואָלט אַז נאָר ער אמת מאז מא מאת ממ ער ר אט דר בט ממנם נר שמעתי מאאזמו"ר נ"ע שהוא ותלמידו הה"מ מיט וואָס ער וועט מוציא זיין אַלענ"ע היו רואים מסוף העולם ועד סופו מען אַזוי ווי אַ נשמה כללית און ממש בעין ראי' והיו אומרים מה שהיו אַ נשיא קען מוציא זיין אַלעמען, ה"נר ז שה' וי כנהם אר כת
ביום ראשון שהשי"ת גנזו בתורה, הנה —
כל אלה המוסתים האמיתים מגלים גילוי
א"ס ב"ה הבבע"ג. גם מזקני נ"ע שמענו ומשם מובן גם כן דלא קשי מזהר חלק א עתידות קולע אל השערה" (מצות עדות רג, ב.
שם). וראה לקו"ש ח"ד ע' 1137 ואילך.590דאַרף מקיים זיין אַלע תרי"ג מצות התורה, און אויב ער איז ניט מקיים, קומט אַראָפּ די נשמה נאָך אַמאָל אויף דער וועלט בגלגול, ביז זי וועט מקיים זיין אַלע תרי"ג מצות. אויסער מצות התלויות במלך, וואָס דער מלך איז מוציא דערמיט אַלע אידן. זעט מען דאָך דערפון צוויי ענינים; א) אויך מצות המלך האָבן אַ שייכות צו אַלע אידן, וואָס אַלע אידן זיינען מחויב אין דעם. דערפאַר זאָגט די גמרא חכם שמת מי יתן לנו תמורתו, מה שאין כן צו מלכות האָבן אַ שייכות אַלע אידןא). ב) ווי אַזוי איז דער אופן הקיום וואָס אַלע אידן זיינען מקיים מצות המלך איז דאָס דורכן מלך וואָס דער מלך בעשייתו איז מוציא אַלע אידן. זעט מען דאָך דערפון אַז ס'זיינען פאַראַן ענינים וואָס אַ נשמה כללית דערמיט וואָס זי טוט זיי, איז זי מוציא אַלעמען. —
נאָר ער האָט געוואָלט אַז אַלע זאָלן זיך משתתף זיין אין דעם מיט זייער אייגענער עשי'. וואָרום עס זיינען דאָך פאַראַן ענינים וואָס אין זיי איז מצוה בו יותר מבשלוחו)), הגם אַז דורך אַ שליח האָט ער עס טאַקע מקיים געווען, אָבער עס פעלט דאָך דער הידור וואָס אין דעם, האָט דער רבי געוואָלט אַז דער הידור זאָל אויך זיין ביי יעדער אידן, ובחרת בחיים, זיך משתתף זיין און האָבן אַן אות אין דער ספתורה לקבלת פּני משיח.
ב. אין דער גאולה פון י"ב וי"ג תמוז וואָס דאָס איז געקומען דורכן מאסר, וואָס דורך אַ מאסר דוקא קען דאָך זיין אַ גאולה, אויך אין דעם האָט זיך דער רבי געפירט בטובת עין.
דעם מאסר האָט ער גענומען פאַר זיך אַליין, און האָט מוציא געווען דערמיט אַלעמען, וואָרום דער מאסר איז דאָך ניט געווען צוליב אַן ענין פּרטי, נאָר צוליב הפצת התורה והחזקת המצות, וואָס אין דעם זיינען געווען מחוייב אַלע אידן וואָס זיינען געווען אין יענעם זמן און אין יענעם מקום, און דער רבי איז געשטאַנען בראש און אָנגעפירט מיט דעם, במילא איז להשקפתם — פון דער יעווסעקציע — אַז דערפאַר האָט געקומט מאסר, האָבן זיי דאָך געדאַרפט אַרעסטירן אַלע וואָס זיינען געווען מחויב אין דעם, ובפרט די וואָס האָבן געטאָן אין דעם תחת הנהלתו פון רבי'ן. האָט אָבער דער רבי דאָס גענומען אויף זיך אַליין, און מוציא געווען אַלעמען מיטן מאסר, און אויך מיט די יסורים וואָס זיינען געווען פאַר און נאָך דעם מאסר, אויסער יחידי סגולה וואָס זיי האָבן אויך זוכה געווען צו דעם.
מה שאין כן אין דער גאולה און אין דעם יום טוב, וואָס בשעת אַז אידן זיינען קובע אַ יום טוב למטה איז קיימו בבית דין שלמעלה מה שקבלו למטה, אַז מען האָט אָפּגע'פּסק'נט למעלה אַז דער טאָג זאָל זיין אַ יום טוב און ער זאָל זיין אַ יום סגולה אויף ממשיך זיין אַלע הארות והשפּעות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט תורה ומצות,
591איז דעם יום טוב האָט ער ניט גענומען פאַר זיך אַליין און מוציא זיין דערמיט אַלעמען, נאָר ער האָט עס געמאַכט אין אַזאַ אופן אַז יעדער איד זאָל זיך משתתף זיין אין דעם, און מעורר זיין זיינע בני בית מיט זיין סביבה אויף פרשת החג, מסביר זיין זיי דברי הצומות וזעקתם און די גאולה וואָס ס'איז געווען, און אַז יעדער איינער זאָל זיך קענען משתתף זיין אין דעם בממונו, בגופו ובנשמתו.
ג. עס שטייט דאָך נותן בעין יפה נותן), אַז ער גיט אַוועק אַלץ וואָס ס'איז דאָ אין דעם. עס זיינען פאַראַן כמה חילוקים אין דעם, אָבער אַן אמת'ער נותן איז דאָך בעין יפה נותן, אַז ער גיט דעם בור ועלי', דעם מטה מיטן מעלה, דאַרף דער מקבל זען מקבל זיין אויך מיט אַן עין יפה, ניט ווייניקער פון דעם וואָס דער נותן גיט אים, און אויסנוצן אַלע ענינים וואָס מען גיט אים.
און ווי דער רבי שרייבט אין זיין בריוו), ווי מען זאָל אויסנוצן דעם יום טוב אַז מען זאָל מאַכן אַ התועדות, ניט פאַרשפּאַרן זיך אין די אייגענע ד' אַמות און מתבונן זיין זיך אין אַלץ וואָס ס'איז דעמאָלט געווען, נאָר מאַכן אַ התועדות און מעורר זיין זיך מיט דער סביבה, ווי ער שרייבט אין בריוו בארוכה.
און ווי געזאָגט פריער איז דאָס אַ יום סגולה אַז אַלע החלטות וואָס מען וועט אָננעמען בחיזוק התורה ומצוות, וועט עס אַראָפּקומען בפּועל און עס וועט זיין בהצלחה מופלגה, אַז דאָס וועט ממשיך זיין על כל השנה כולה במעשה בדיבור און אַפילו במחשבה . . .
ד. ויהי בשלשים שנה* —
עס האָט זיך גערעדט מערערע מאָל, אַז יעדער חודש האָט זיך זיינע ענינים, צווישן זיי ענינים עיקריים פון גאַנצן חודש, און אין מערערע חדשים — עיקריים לכל השנה.
חדשים איז דאָך ענינם זמן, איז יעדער ענין פון חודש האָט זיך זיין זמן ווען ער איז נתגלה געוואָרן.
בנוגע חודש תמוז איז ביז דרייסיק יאָר צוריק געווען בגלוי נאָר די מאורעות לא טובים פון דעם חודש. מיט דרייסיק יאָר צוריק (תרפ"ז) איז געקומען בגילוי דער ענין טוב, דער ענין פון ימי הגאולה י"ב וי"ג תמוז און די התחזקות פון תורה ומצוות וואָס איז פאַרבונדן מיט זיי, וואָס דאָס איז דאָך אַן ענין עיקרי.
וואָרום די גאולה פון י"ב וי"ג תמוז, ווי דער רבי שרייבט אין בריווח) (לחגיגת י"ב תמוז), איז דאָס ניט געווען אַ גאולה פאַר אַן איש פּרטי, נאָר אויך פאַר אַלע מחבבי תורתנו הקדושה שומרי מצוה, ביז אויך פאַר דעם וואָס בשם ישראל יכונה).
592דער ענין פון תורה ומצוות איז דער תכלית פון דער גאַנצער בריאה, איז פאַרשטאַנדיק דערפון, אַז די גאולה פון י"ב וי"ג תמוז איז דאָס אַ גאולה צו אַלע ענינים פון השתלשלות, די העכסטע גילויים ביז עצמות. דער תכלית פון זיי אַלעמען איז דאָך תורה ומצוות, איז אין די טעג פון י"ב וי"ג תמוז נמשך געוואָרן אַ גאולה צו די אַלע ענינים הנ"ל ביז עצמות.
ה. די התחלת ההמשכה פון קומענדיקן חודש איז בשבת מברכים, ועוד על פּי מאמר רז"לט) שבת מיני' מתברכין כולהו יומין) וואָס אין די טעג גייט דאָך אַריין אויך ראש חודש וואָס ער איז כולל כל ימי החודש, קומט דאָך אויס אַז היינט שבת מברכים הויבט זיך שוין אָן די גאולה פון י"ב וי"ג תמוז.
ובאמת איז דאָס נאָך פריער, אָבער מער בכוח, ווי עס איז מובן מצד * דעם כלל שאמרו רז"ל*) הקב"ה מקדים רפואה למכה, די רפואה ווערט אָנגעגרייט פריער. דער מאסר איז געווען אין מיטן חודש סיון, מוז מען דאָך זאָגן אַז דער ענין הגאולה איז שוין געווען פריער.
ו. דאָס איז בכל שנה ושנה. יעדער יאָר ווערט דער ענין נתחדש נאָך אַמאָל. וכמ"ש בכתבי האריז"לי) על פּסוק והימים האלה נזכרים ונעשים; בשעת ס'איז פאַראַן דער „נזכרים" אַז מען דערמאָנט די טעג ווי עס דאַרף צו זיין, דאַן איז „ונעשים" טוען זיך אויף נאָך אַמאָל די המשכות והשפּעות פון די טעגכא).
פונדעסטוועגן איז דאָס ווי חידוש הישנות בלבד, און דאָס קומט ניט צום ערשטן מאָל, וואָס דעמאָלט איז געווען אַ דבר חדש ממש.
הגם ער זאָגט אין אגרת הקדשיא) אַז בכל שנה ושנה ווערט נמשך אַן אור חדש ממש שלא הי' מעולם, קומט דאָך אויס אַז יעדער יאָר קומען צו נייע ענינים, אָבער דאָס איז אַלץ בנוגע צו די ישנות, אַז אין דעם ענין פון הישנות ווערט טאַקע יעדער מאָל נמשך אַן אור חדש, אָבער פונדעסטוועגן איז דאָך דאָס מער ניט ווי חידוש הישנות.
ז. אין חידוש הישנות גופא זיינען אויך פאַראַן חילוקי מדריגות. בשעת עס גייט דורך אַ מספּר מסוים פון שנים, עשר, עשרים א. א. וו. יאָר פון דעם מאורע, דעמאָלט, איז דאָ אַ גרעסערע המשכה און שינוי, ניט בדומה צו די המשכה והתחדשות פון יעדער יאָר.
593ועל דרך דאיתא במשנהיא) בן עשרים שנה בן שלשים שנה בן ארבעים וכו', אין יעדערע צען יאָר טוט זיך אויף אַ נייעס. ואפשר לומר הטעם על פּי המבואר בפּרדסיד) אַז אַלץ איז איינגעשטעלט געוואָרן אין אַ סדר פון צען, כנגד עשר ספירות. און אַזוי אויך אין דעם ענין.
ובפרט אַז אין די מספּרים פון עשר גופא איז דאָס שלשים שנה, ועל דרך ביאור הצמח צדקיח) אויפן פּסוק ויהי בשלשים שנה, אַז דאָס איז כנגד עשר כלים, עשר אורות פּנימיים און עשר אורות מקיפים — וואָס דאָס איז דאָך כללות הכל.
פון דעם איז מובן אַז בשעת עס ווערט שלשים שנה פון דער גאולה, ווערט נמשך אַ המשכה חדשה אין דעם ענין הגאולה, אַ העכערע און אַ כללות'דיקערע פון פריער.
ח. ובמילא אין די אַלע ענינים וואָס מען האָט געטאָן ביז איצטער אין תורה ומצוות מיט דעם כוח וואָס די גאולה האָט געגעבן, איז פון היינט אָן און ווייטער דאָס ניט מספּיק, וויבאַלד אַז עס ווערט נמשך און נתגלה מער אין דער גאולה, דאַרף מען אויך מוסיף זיין, ממשיך זיין און מגלה זיין מער און מער אין תורה ומצוות.
די ענינים פון תורה ומצוות שטעלן זיך איין אין די דריי קוין תורה עבודה וגמילות חסדים, מיינט דאָס אין פּשטות — אַז מען דאַרף מוסיף זיין סיי אין קו התורה סיי אין קו העבודה סיי אין קו הגמילות חסדים.
און דעם כוח אויף דעם באַקומט מען פון שבת מברכים אָן. וואָרום בשבת מברכים בענטשט מען כל ימי החודש זיי זאָלן זיין לחיים כו' לויט די אַלע לשונות וענינים וואָס מען רעכנט אויס בברכת החודש.
באַקומט מען דעמאָלט אויך די ברכה וכוח אויף להוסיןף) בתורה ומצוות,
וואָס דורך דער עבודה בתורה ומצוות וועט נתגלה ווערן בקרוב ממש די גאולה השלימה על ידי משיח צדקנו.
ט. מיר געפינען זיך איצטער אין די טעגיח) פון י"ב־"ג תמוז. דאָס זיינען די טעג אין וועלכע דער רבייא) איז באַפרייט געוואָרן פון פּריזאָן (אַרעסט), אין וועלכן ער איז געווען אַרעסטירט איבער דעם וואָס ער האָט פאַרשפּרייט תורה ומצוות.
וואָס ניט קוקענדיק אויף אַלע שוועריקייטן און שטערונגען איז ער אָנגעגאַנגען מיט זיין אַרבעט, און, סוף סוף, האָט ער דאָך מנצח געווען און ער איז באַפרייט געוואָרן.
דאָס איז אַ לערנונג צו יעדער594איינעם פון אונז, אַז מיר דאַרפן שטיין שטאַרק אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות. אַפילו אויב עס מאַכן זיך אויף דעם פאַרשידענע שטערונגען, דאַרף דאָס אונז ניט אָפּשטעלן און סוף סוף וועלן מיר מנצח זיין.
י. צווישן די ענינים וואָס דער רבי האָט דערציילט ביי פאַרשידענע געלעגנהייטן, זיינען פאַראַן אַ סך זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט קינדער, און אייניקע פון זיי וויל איך איצט דערמאָנען.
דער קעמפּ הייסט מיטן נאָמען — גן ישראל. ישראל איז דער נאָמען פון אַלע אידן. אַלע אידן הייסן מיטן נאָמען ישראל. אַזוי האָט אויך בפרט געהייסן דער ערשטער וואָס האָט אַנטפּלעקט חסידות אויף דער וועלט. ער האָט געהייסן ישראל, און איז דערנאָך באַרימט געוואָרן אונטערן צונאָמען — בעל שם טוב.
האָט דער רבי דערציילטמח) ; בשעת דער בעש"ט איז געווען אַ קינד פון פינף יאָר, האָט אים זיין טאַטע אָנגעזאָגט; מיין קינד, זאָלסט ניט מורא האָבן פאַר קיינעם מער ניט פאַר ט ב"ה אַליין. זאָלסט ליב האָבן מיט דעם גאַנצן פלאָם פון דיין נשמה יעדן אידן, ווער ער זאָל ניט זיין, און ווי ער זאָל ניט זיין.
און דער בעש"ט — האָט דער רבי געזאָגט — איז מיט די צוויי זאַכן, יראת השם און אהבת ישראל, דורכגעגאַנגען זיין גאַנצן לעבן אין זיין הייליקער אַרבעט.
וויבאַלד אַז דער רבי האָט דאָס אונז דערציילט, איז דאָס אַ הוראה צו אונז אַלעמען, זעלבסטפאַרשטענדלעך אויך צו קינדער, אַז אָט די צוויי זאַכן דאַרפן זיין די ליכט וואָס זאָל אונז ווייזן די וועג אין אונזער גאַנצן לעבן.
יא. עס איז פאַראַן אָבער וואָס פרעגן, אויך קינדער פרעגן דאָס בשעת מען איז אַזוי קליין, ווי אַזוי קען מען ביי זיך פּועל'ן
אויף ניט מורא האָבן פאַר קיין זאַך (נאָר פאַר דעם אויבערשטן אַליין)?
אויף דעם איז פאַראַןי) אַ וואָרט פון דעם בעש"ט'ס תלמיד (דער מעזריטשער מגיד) בשעת אַ פאָטער האָט ליב אַ קינד, איז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס דער טאָטע איז פיל קליגער און געלערנטער פאַר דעם קינד, פונדעסטוועגן טוט ער זיך אָן און ער איז זיך מצמצם (באַשרענקט) לויטן קינד, אין קלייניקייטן, בכדי צו אויסדריקן זיין אהבה אַזוי אַז אויך דער קינד זאָל קענען באַגרייפן די אהבה אין זיינע קליינע ענינים.
די זעלבע זאַך איז מיט אידן — וואָס זיי זיינען דעם אויבערשטנס קינדער.
דער אויבערשטער לאָזט זיך צו זיי אַראָפּ און גיט זיי אַלץ וואָס זיי דאַרפן, אויך אין גשמיות'דיקע און קליינע ענינים, און ער באַשיצט זיי פון אַלץ. ובמילא איז דאָך ניטאָ וואָס צו שרעקן זיך פאַר קיין זאַך אין דער וועלט.
595יב. אַז אידן זיינען דעם אויבערשטנס קינדער, קען מען דאָך האַלטן זיך גרויס ביי זיך זאָגענדיק: וויבאַלד אַז איך בין אַ קינד פון אַזאַ גרויסן ט — קען איך טאָן אַלץ וואָס ביי מיר קומט אויס, און פונדעסטוועגן וועט דער אויבערשטער מיר מוחל זיין?
אויף דעם האָט דער רבי דערציילטכ) פון דעם אַלטן רבי'ן — דער ערשטער וואָס האָט אַנטפּלעקט חסידות חב"ד אויף דער וועלט — אַז זיין (דעם אַלטן רבי'נס) אייניקל בשעת ער איז אַלט געווען דריי יאָר האָט אים געפרעגט פאַרוואָס שטייט ויקרא מיט אַ קליינעם אל"ף?
— (ווי עס פירט זיך אַז מען הויבט אָן לערנען מיט קינדער חומש ויקרא — אַזוי איז אויך געווען דעמאָלט מיט דעם אַלטן רבי'נס אייניקל) —
האָט אים דער אַלטער רבי געענטפערט; אידן האָבן אין זיך פאַרשידענע געבורטלעכע מעלות. ובפרט — משה רבינו. פונדעסטוועגן האָט ער זיך געהאַלטן קליין ביי זיך, אַ קליינער אַלף (ניט ווי אָדם הראשון — וואָס ביי אים שטייט אַ גרויסער אַלף) — און טאַקע דערפאַר האָט ער — משה רבינו — זוכה געווען צו די העכסטע דרגות.
ער האָט דאָך מקבל געווען די תורה, האָט אויסגעלייזט די אידן פון מצרים, און וועט אויך אַרויספירן זיי פון דעם לעצטן גלות, וואָס דאָס איז דער איצטערדיקער גלות, אין דער גאולה האמיתית והשלימה.
און דאָס איז אויך אַן אָפּלערנונג פאַר אַלע אידן, אַז מען דאַרף זיך האַלטן קליין, טאָן אַלץ וואָס דער אויבערשטער הייסט און ניט דעכענען זיך צי מען האָט אין דעם אַ געשמאַק צי ניט. און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט עס געהייסן טאָן — איז דאָס זיכער גוט.
יג. עס איז דאָך אָבער פאַראַן דער יצר הרע, וואָס ער שטערט דעם מענטשן, אויף דעם האָט דער רבי דערציילט פון דעם אַלטן רבי'נס זון, וואָס ער האָט געגעבןכב) אַן עצה ווי לייכטער צו מנצח זיין דעם יצר הרע.
די עצה איז דורכריידן זיך מיט נאָך אַ אידן, צי מיט אַ חבר, צי מיטן קאונסילער, צי מיטן רבי'ן וועלכער לערנט תורה מיט אייך, וועגן דער מלחמה וואָס מען האָט מיטן יצר הרע, און דאַן איז דאָס צוויי יצר טוב'ס — צוויי נפש האלקית'ן — אויף איין יצר הרע — איין נפש הטבעיתכא). און איר ווייסט דאָך אַז בשעת מען פייט (שלאָגט) זיך צוויי אַנטקעגן איינעם — זיינען די צוויי מנצח.
יד. (ציוה לנגן הניגון אַני מאמין. ואחר כך המשיך לומר:)
בכדי מען זאָל ווערט זיין און באַקומען די אַלע אויבנדערמאָנטע זאַכן, האָט מען אונז געגעבן די מצוה פון תפלה — דאַוונען,
וואָס אין דאַוונען בעט אַ איד און בעט אויס ביי דעם אויבערשטן596ער זאָל אים געבן אַלץ וואָס ער דאַרף.
און דערפאַר דאַרף מען זען וויסן דעם טייטש פון די ווערטער פון דאַוונען, אָדער — ווען מען איז נאָך גאָר קליין — וויסן ווייניקסטנס דעם אינהאַלט פון דאַוונען.
און ווי דער רבי האָט דערציילטיח) אַז זיין עלטער זיידע האָט אָנגעזאָגט די מלמדים אַז זיי זאָלן לערנען מיט זיינע קליינע אייניקלעך אויך דעם פּירוש המלות פון דאַוונען. און ווי פאַרנומען ער איז ניט געווען פלעגן די אייניקלעך אַריינגיין צו אים איינמאָל אַ חודש און ער פלעגט זיי פאַרהערן צי זיי ווייסן און צי זיי פאַרשטייען דאָס וואָס זיי זאָגן אין דאַוונען.
טו. אין שמונה עשרה, וואָס דאָס איז דאָך דער עיקר פון דאַוונען זאָגן מיר די ערשטע בקשה חננו מאתך חכמה בינה ודעת. מיר בעטן ביי דעם אויבערשטן ער זאָל אונז געבן קלוגשאַפט. האָבנדיק שכל — ווייס מען אויך דעם עיקר; וואָס איז דער תכלית אין לעבן.
טז. און ווי דער רבי האָט דערציילט)) אַז זיין זיידע האָט דער קלערט זיינע קינדער (ווען זיי זיינען געווען נאָך גאָר קליין), אַז יעדער איד דאַרף פאַר זיך שטעלן אַ תכלית אין לעבן, אַ תכלית וואָס איז העכער פון עסן, טרינקען, שלאָפן און שפּילן זיך. אַ תכלית וואָס באַשטייט אין אויפפירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל.
יז. אין דעם אַלץ איז נאָך דאָ אַ כלל, וואָס מען דאַרף אים שטענדיק געדענקען — און דאָס איז וואָס דעם רבי'נס טאַטע האָט אַמאָל געזאָגטכו) צום רבי'ן, ווען ער איז געווען אַ קינד, פיר יאָר אַלט, אַז דער אויבערשטער האָט געגעבן אַ מענטשן צוויי אויגן, בכדי אַז אויף זיינע צאַצקעס, צוקערקעס זאָל ער קוקן מיט דער לינקער אויג, און אויף אַ אידן — קוקן מיט דער רעכטער אויג, זען אין אים די מעלות.
— וואָס דאָס אַלץ גיט דעם כוח אויף אַ גוטער אויפפירונג, אַז איר זאָלט אַלץ גיין העכער און העכער, אַזוי אַז אַלע זאָלן האָבן נחת פון אייך, און צו ערשט — אייערע עלטערן און די טיטשערס (מלמדים).
יח. עס שטייט אין תורהי) אַז אַ מענטש איז געגליכן צו אַ בוים.
מען זעט ביי אַ בוים אַז יעדע ענדערונג — אַפילו אַ גאָר קליינע — צו גוטן וואָס קומט פאַר אין דעם קערנדל, רופט זיך דאָס שפּעטער אָפּ אין דעם בוים — ער זאָל אויסוואַקסן פיל בעסער — אַ גרויסער, גוטער בוים מיט פיל גוטע פרוכט.
אַזוי אויך ביי אַ מענטשן; יעדע — אַפילו אַ קליינע — בעסערונג ביי אַ קינד, רופט זיך דאָס אָפּ אין אַ פיל גרעסערער בעסערונג בשעת מען ווערט עלטער. ובפרט אַ גרויסע בעסערונג ווען מען איז נאָך יונג.
597דער אויבערשטער זאָל אייך מצליח זיין, איר זאָלט גיין אין די אויבנדערמאָנטע וועגן, איר זאָלט האַלטן אין וואַקסן העכער און העכער, ביז אַז גאָר אין גיכן זאָל מען קענען אַרויסגיין מיט אייך אַנטקעגן משיח'ן און זאָגן „ראו גדולים שגדלתי" — דאָס זיינען די קינדער וועלכע מיר האָבן געהאָדעוועט, און זיי זיינען ווערט צו זיין זיינע — משיח'ס — סאָלדזשערס (זעלנער),
וואָס ער וועט קומען גאָר אין גיכן, אין אונזערע צייטן, און אַרויסנעמען אונז פון גלות בגאולה האמיתית, די אמת'ע גאולה. אמן.
יט. י"ב תמוז, דער חסידישער יום טוב פון איצטיקן חודש, חודש תמוז, איז דער טאָג פון רבי'נס באַפרייאונג פון דעם מאסר אין וועלכן ער איז געזעסן צוליב הפצת היהדות.
בשעתכז) דער רבי איז געוואָרן בר מצוה, וואָס דאַן ווערט דאָך אַ איד אַ גדול, פול אַנטוויקלט אין זיינע ענינים, האָט זיין פאָטער, דער רבי נשמתו עדן וועלכער איז געווען אויך זיין דערציער, געזאָגט אים, ער זאָל עפּעס פרעגן (לויטן מנהג הנשיאים פון אַלטן רבי'ן אָן).
האָט דער רבי געפרעגט, וועגן דעם וואָס עס שטייט אין אַלטן רבי'נס סידור, אַז פאַרן דאַוונען דאַרף מען זאָגן, אַז מען איז גרייט און מען איז מקבל אויף זיך די מצוה ואהבת לרעך כמוך. וואָס איז דער פאַרבונד פון דער מצוה מיטן דאַוונען? אויב ווייל דער אָנהויבס פון טאָג דאַרף באַשטיין אין דעם וואָס אַ איד פאַרבינדט זיך מיט נאָך אידן, האָט מען דאָס געדאַרפט זאָגן צוזאַמען מיט ברכות השחר, און ניט וואַרטן ביזן דאַוונען?
האָט אים זיין פאָטער דער רבי נ"ע דערקלערט אַז אין דאַוונען בעט אַ איד ביי דעם אויבערשטן אַלע זיינע באַדערפענישן, וואָס דער אויבערשטער איז אָבינו שבשמים פון יעדער אידן, סיי אַלט סיי יונג, סיי מאַן סיי פרוי.
בשעת מען בעט אַ בקשה ביים פאָטער, דאַרף מען אים פריער טאָן אַ נחת רוח. דער גרעסטער נחת רוח און פאַרגעניגן פון אַ טאַטן איזכח) בשעת אַז זיינע קינדער, וואָס זיי זיינען פיל און פאַרשידנאַרטיק, איז יעדער איינער פון זיי לעבט מיט אַלעמען באהבת אַחים, ער האָט ליב דעם צווייטן אַזוי ווי זיך — ואהבת לרעך כמוך.
דערפאַר דאַרף מען אָננעמען אויף זיך די מצוה — פאַרן דאַוונען.
דאָס איז געווען דער אָנהויבס ווי אַזוי דער רבי איז אַריין אין זיין לעבן אַלס פולשטענדיקער איד, און אויך אַ צוגרייטונג צו זיין צוקונפטיקער נשיאות.
דאָס וואָס דער רבי האָט עס דערציילט אונז, איז דאָס זיכער אויך אַן אָנווייזונג צו יעדערן פון אונז, אַז דער אָנהויבס טאָן מיט זיך און דער אַריינפיר צו זיין „נשיאות",
598יעדערער האָט דאָך אַ ווירקונג און געוועלטיקט אויף אַ געוויסן קרייז, אויף זיין משפּחה, אָדער ווייניקסטנס אויף זיך אַליין,
איז איידער ער הויבט אָן צו טאָן אין דעם און בעטן דעם אויבערשטן ער זאָל אים געבן הצלחה אין זיין אַרבעט, איז דער ערשטער הכנה און אַריינפיר — צו פאַראייניקן זיך באהבה מיט יעדער אידן.
דאָס איז די צוגרייטונג און כלי אַז דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין זיינע בקשות. און ווי געזאָגט פריער, אַז שלום איז די כלי המחזיק ברכה, סיי בגשמיות סיי ברוחניות.
כ. אַ ספּעציעלע שייכות און פאַרבונד פון דעם אויבנדערמאָנטן ענין צו די איצטיקע טעג, איז;
מיר געפינען זיך איצטער אין די דריי וואָכן, אין וועלכע מיר זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן צו דערמאָנען דעם חורבן וואָס עס האָט פּאַסירט בין המצרים.
זיכער אַז דאָס וואָס מיר זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן צו דערמאָנען דאָס, איז עס ניט סתם מען זאָל האָבן אַ גוטן זכרון און בלייבן דערביי — נאָר בכדי מיר זאָלן אָפּלערנען דערפון ווי צו פירן זיך און וואָס צו טאָן.
וואָס דאַרפן מיר אָפּלערנען פון זכרון החורבן און קלאָגן אויף אים?
צו אַלעם ערשטן — מבטל זיין דאָס וואָס עס האָט געבראַכט צום חורבן.
חז"ל דערציילן אונז)) אַז די סיבה פון חורבן איז געווען — שנאת חנם. מיר דאַרפן מבטל זיין די סיבה. ביטול שנאת חנם איז דורך אהבת חנם.
ד. ה. ליב האָבן יעדער אידן חנם. אַפילו אַ איד וואָס האָט אים קיינמאָל קיין טובה ניט געטאָן, אַפילו אַז ער וועט קיינמאָל ניט דאַרפן אָנקומען צו אים און באַקומען פון אים אַ טובה, אַפילו אַ איד וואָס ער האָט אים קיינמאָל ניט געזען, אַפילו חנם80)) ער זעט ניט קיין טעם, ד. ה. ער זעט ניט אין יענעם קיין מעלה פאַרוואָס מען זאָל אים ליב האָבן, פונדעסטוועגן דאַרף ער אים ליב האָבן.
און די אהבה און דער שלום ואחדות איז די כלי המחזיק ברכה — ביז צו דער גרעסטער ברכה, וואָס דאָס וועט זיין, אַז דער אויבערשטער וועט אונז שיקן בקרוב משיח צדקנו, וועלכער וועט אונז אויסלייזן בגאולה השלימה והאמיתית.
כא. דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז יעדער איינער זאָל טאָן אין דער ריכטונג, וואָס דאָס וועט ברענגען דעם פּנחס זה אליהומב), אלי' הנביא, וועלכער וועט מבשר זיין די גאולה, וואָס אויף פּנחס'ן שטייט דאָך אויך (אין היינטיקער סדרה) הנני נותן לו את בריתי שלום.
וואָס דאָס איז אויך אין דעם געדאַנק פון פּנחס זה אליהו;
פּנחס וואָס ענינו איז בריתי שלום, שלום ואחדות פון איין אידן מיטן צווייטן — זה אלי', דאָס וועט ברענ־
599גען בקרוב ממש דעם מבשר אלי'
לייזן אונז בגאולה השלימה.
(משיחת ד' פ' פנחס, כא תמוז, תשכ"א)
כב. אויפן פּסוק דרך כוכב מיעקב
אַז אין תרגום ומדרשים שטייט אַז
דאָס גייט אויף משיח'ן, איז אָבער אין ירושלמייח) טייטשט ער דאָס אויף יעדער אידן. און ווי מ'האָט שוין אַמאָל גערעדט אין דעם, אַז ס'איז קיין סתירה ניט — על פּי מה שכתוב בספר מאור עיניםד) בשם הבעש"ט, אַז ביי יעדער אידן איז פאַראַן אַ חלק אין דער נשמה פון משיח'ן. וואָס דערמיט זיינען מתאים ביידע פּירושים, און באמת איז דאָס איין ענין.
און עס איז ניט דער פּשט אַז דער ניצוץ של משיח שבכל אחד מישראל איז דאָס אַן ענין וואָס פאַרבלייבט בהעלם — וואָרום וויבאַלד אַז דער ירושלמי זאָגט עס אויפן פּסוק דרך כוכב מיעקב וקם שבט מישראל, זאָגט ער דאָך „דרך*) „וקם", איז דאָך דאָס אַן ענין וואָס עס קומט אַרויס בגילוי יעדער איד האָט בכוח לגלות דעם ניצוץ משיח שבו.
אין פּשוט'ע אותיות הייסט עס, אַז יעדער איד האָט בכוח (דורך תורה ומצוות) — מקרב זיין און ברענגען דעם גילוי המשיח בפּועל. וואָרום דורך תורה ומצוות טוט ער אויף דעם זיכוך אין וועלט, ער איז
אגרשנו, ביז אַז עס וועט זיין דער
ואת רוח הטומאה אעביר (אינגאַנצן)
מן הארץח) בביאת המשיח, און ער
דיעה את הוי' כמים לים מכסיםח)
(אינגאַנצן פול).
וואָס אַזוי זאָגט דאָך די גמרא בנוגע דער ערשטער מצוה שבתורה, מצות פּרו ורבו, אַז אין בן דוד באַ עד שיכלו כל נשמות שבגוףז). ד. ה. אַז אַלע נשמות שבאוצר העליון הנקרא גוף וועלן נמשך ווערן און נתלבש ווערן בגופים דאָ למטה. איז פּונקט ווי די גמרא זאָגט עס בנוגע דער ערשטער מצוה, פּרו ורבו, אַזוי איז די זעלבע זאַך בנוגע כל המצות שבתורה. וואָס כל המצוות איז ענינם מצות פּרו ורבו. מצות פּרי' ורבי' איז דאָך ענינה אַז מ'איז ממשיך די נשמה און מ'איז איר מגלה דאָ למטה, די נשמה איז דאָך געווען אויך פריער, נאָר וואָדען זי איז געווען אין אוצר הנשמות, און דורך קיום מצות פּרי' ורבי' איז מען איר ממשיך דאָ למטה ומגלה, די זעלבע זאַך איז ענין כל המצוות, מען איז מגלה דעם ניצוץ אלקי וואָס געפינט זיך בהדבר הגשמי שבו נעשית המצוה, דורכן קיום המצוות קומט אַרויס דער ניצוץ בגלוי כקטן שנולד 88)).
וזהו וואָס יעדער איד האָט בכוח 35) זכרי' יג, ב.
38) כמבואר על מאמר רז"ל כדי שיתוססו
עליהם נרים — לקוטי תורה ואתחנן ט, ד.600צו מקרב זיין די גאולה על ידי ד קיום כל מצוה. עס דאַרף נאָר זיין ד אין דעם די באַוואָרעניש, וואָס א מ'האָט גערעדט פאָריקן שבתל), אַז
די מצוות דאַרפן זיין מעשים טובים
ומאירים. ווייל עס קען דאָך זיין
אַ מציאות וואָס דורך די מצוות איז
ניט נאָר וואָס ער פּועל'ט ניט קיין זיכוך בעולם, נאָר אדרבה ער איז גאָר מוסיף חיות בקליפות לפי שעה כמבואר בהלכות תלמוד תורה לרבינו הזקןמ), איז ער דאָך גאָר מוסיף אין דעם חושך, כפּשוטו הייסט עס, אַז בשעת עס קומט אים צו ישות וגאוה דורך זיין לימוד התורה וקיום המצוות, איז דאָך דורך דער מצוה איז ער מוסיף אין דעם א־ל זר אשר בקרבך, מוסיף חיות בקליפּות, וואָס אין אַני והוא יכולים לדור. וואָס אויף דעם דאַרף מען האָבן די הקדמה פון עבודת התפלה, וואָס דאָס באַוואָרנט אַז דער לימוד התורה וקיום המצוות שלאחרי זה, איז ניט
נאָר וואָס זיי וועלן ניט מוסיף זיין
אין אים קיין ישות ער זאָל ווערן
פאַרגרעבט דורך די תורה ומצוות,
נאָר אדרבה, עס וועט אין אים פּועל'ן
זיכוך וביטול, אַז ער וועט ווערן
אויסגעאיידלט דורך די תורה ומצ־
שבת פּרשת קרח.
פון עבודת התפלה, וואָס דעמאָלט
זיינען דאָס מעשים טובים ומאירים,
אַרויס ביסלעכווייז דעם חושך און
ער איז מוסיף אור בעולם, וואָס דאָס וועט ברענגען דעם ואת רוח
הטומאה אעביר מן הארץ מיטן ומל־
ביאור; ווי אַזוי האָט אַ איד בכוח
דורך קיום המצוות אויסאיידלען די
וועלט, בשעת אַז די וועלט איז אקדי־
מא טעניתא, זי איז דאָך באַשאַפן געוואָרן קודם בריאת האדם שנברא ביום הששי, און אַפילו ביום הששי גופא איז דאָך אויך געווען די וועלט כמה שעות קודם שנברא האדם?
אויף דעם זאָגט ער פריער איידער ער זאָגט דרך כוכב מיעקב וקם שבט מישראל: כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו. ווייל די נשמה פון יעדער אידן, אַפילו פון אַנשים כערכנו, איז שרשה מראש צורים, זי איז פאַרבונדן מיט הוי' צורי וגואלי, וכמבואר בחסידות אַז שרש הנשמות איז פון פּנימיות המח־
שבה, וואָס דערפאַר איז יעדער איד
וועלט, ווייל בריאת העולם איז דאָך
נעשו וגו'41)), און אַפילו ווי מ'רעדט
דאָס אויך נאָר מחיצוניות המחשבה,
בכוח לשנות את כל העולם.
וואָס דאָס איז אויך מתאים מיטן
פּירוש המדרש על פּסוק זה, וואָס
האבות וגבעות אלו האמהות, ווייל
41) תהלים לג, ו.601איז פאַרבונדן מיטן הוי' צורי וגואלי, דאָס ווערט על ידי האבות ואמהות, פון זיי האָט מען עס בירושה, מה טוב חלקנו ומה נעים גורלנו ומה יפה ירושתנו, זיי האָבן אונז מוריש געווען דעם ענין פון צורי וגואלי, בחינת פּנימיות המחשבה, וואָס דורך דעם איז יעדער איד אַ בעל הבית אויף דער גאַנצער וועלט.
און אַף על פּי אַז דאָס איז דאָך מצד הנשמה שבבחינת פּנימיות המחשבה, וואָס דאָס איז דאָך די נשמה אַפילו טרם שירדה למטה, איז אָבער דורך וואָס קומט אַרויס דער דרך כוכב מיעקב וקם שבט מישראל, גילוי גאולה העתידה, איז דאָס ניט בשעת די נשמה איז למעלה נאָר דווקא בשעת די נשמה קומט אַראָפּ למטה. וואָרום די כוונה איז דאָך דירה בתחתונים דווקא. בשעת די נשמה איז למעלה איז אמת טאַקע אַז אויך דאָרטן איז דאָ מעלת הנשמה וואָס זי נעמט זיך פון בחינת צור, זי איז דאָך אָבער דעמאָלט ניט פאַרבונדן מיט די תחתונים, בשעת די נשמה קומט אַראָפּ למטה ועובדת עבודתה, דעמאָלט דווקא פירט זי דורך בפּועל די כוונה פון דירה בתחתונים די כוונה פון בחינת צור, און ברענגט די גאולה העתידה. און ווי דער אויבנגעבראַכטער מאמר: אין בן דוד בא עד שיכלו כל נשמות שבגוף. ס'איז ניט מספּיק די נשמה ווי זי געפינט זיך באוצר הנשמות שנקרא גוף, אָדער ווי זי געפינט זיך תחת כסא הכבוד וכו', נאָר זי דאַרף אַראָפּקומען למטה, און דאָס דווקא ברענגט ביאת בן דוד.
כד. על פּי זה וועט מען אויך פאַרשטיין דעם גודל השמחה וואָס איז דאָ פון הולדת. דלכאורה: בשעת מען רעדט וועגן כלל ישראל איז מובן אַז ביי זיי איז דאָס אַ גרויסע שמחה — מצד דעם וואָס עס קומט צו נאָך אַ איד אויף דער וועלט, בשעת מ'רעדט אָבער בנוגע דעם נולד עצמו, איז דאָך לכאורה אדרבה, איפּכא מסתברא, פאַר אים איז דאָך דאָס אַ גרויסע ירידה, וכדאיתא בגמראב) אַז בשעת דער עובר איז במעי אמו איז נר דלוק על ראשו ומלמדין אותו כל התורה כולה, ובפרט נאָך ווי קבלה און חסידות זיינען מבאר הפלאת מעלת מצב הנשמה כמו שהיא למעלה, וואָס אין דעם ווערט נכלל בכללות אויך דער זמן פון דער נשמה ווי זי איז בעיבור במעי אמו, איז דאָך לגבי דער נשמה של הנולד איז דאָס גאָר אַ ירידה, סיי אין דעם קו פון סור מרע סיי אין דעם קו פון ועשה טוב, בנוגע סור מרע זאָגט מען דאָךח*) אַז אַן עובר האָט קיין יצר הרע ניט און ווי די גמרא ברענגט אַ ראי' אויף דעם וואָרום אויב ניט וואָלט ער בועט געווען ויוצא לחוץ, און בנוגע ועשה טוב איז דאָך דאָרטן ביי איר גילויים נעלים ביותר שמלמדין אותו כל התורה כולה — איז וואָס איז די שמחה ביי דעם נולד עצמו? ובאמת מוז מען דאָך זאָגן, אַז וויבאַלד ס'איז אַ שמחה על פּי תורה איז דאָס אַ שמחה ניט נאָר פאַר כלל ישראל און ניט נאָר פאַר די הורים, נאָר דאָס איז אַ שמחה פאַר יעדער איינעם, אויך פאַר דעם נולד עצמו.
602וועט מען עס פאַרשטיין פון דעם וואָס מיר געפינען בגמרא סנהדרין צוויי מאמרים בנוגע דעם חילוק פון עובר ביז נולד. אין איין אָהטמד) זאָגט די גמרא, אַז אַ בן נח איז נהרג על העובר, און דער טעם איז, ווייל אויך אַן עובר הייסט אָדם. אין נאָך אַן אָרטמח) טייטשט דאָרטן אָפּ רש"י אַז ישראל אינו נהרג על העובר ווייל עובר הייסט ניט נפש. ד. ה. אַז דער חילוק פון עובר און נולד איז, אַז עובר האָט טאַקע אויך די מעלה פון אָדם, אָבער ניט נפש.
צווישן די תוארים וואָס אַ מענטש האָט; אדם איש גבר אנוש, שטייט אין זוהר*8)) ומבואר בחסידות, אַז אָדם איז די העכסטע דרגא, זאָגט מען אַז אַן עובר האָט אויך די מעלה פון אָדם. אין וואָס באַשטייט די מעלה פון אָדם, שטייט אין זוהר***48)) און אין חסידות — מיוסד על הפּסוק זכר ונקבה בראם ויקרא את שמם אָדם, אַז אָדם איז בחיבור ב' הפכים (דכר ונוקבא, נשמה וגוף). און דער ענין איז שוין דאָ אויך ביי אַן עובר. וואָרום ער האָט דאָך אַ גוף, ובפרט בסוף העיבור וואָס ווי די גמרא זאָגט ראשו בין ברכיו כו' איז דאָך שוין פאַראַן אַ ראש מיט ברכים וציור כל רמ"ח אברים, און האָט דאָך אויך אַ נשמה וועלכע איז פאַרבונדן מיטן גוף, איז ער דאָך שוין אַן אָדם, חיבור ב' הפכים דנשמה וגוף.
איז אָדם הייסט ער טאַקע, אָבער
ניט נפש. ולכאורה, נפש איז דאָך
דער ענין פון חיות, און אַן עובר האָט דאָך אויך חיות, וכדאיתא בגמ־
ראח) אוכל ממה שאמו אוכלת ושותה ממה שאמו שותה, און אַזוי איז דאָך אויך בנוגע לחיים רוחניים וכדמוכח פון דעם מאמר מלמדין אותו כל התורה כולה, היינט פאַרוואָס הייסט ער ניט נפש?
נאָר דער חילוק פון עובר מיט נולד איז, אַז עובר איז אוכל ממה שאמו אוכלת ושותה ממה שאמו שותה. ער איז טאַקע אוכל ושותה, אָבער ניט קיין אייגענע בירורים, נאָר וואָס מ'האָט פאַר אים צוגעגרייטמז). בשעת ער וועהט אַ נולד, דאָ הויבט זיך אָן דער ענין פון עבודה, בירור ויגיעה בכוח עצמו, וואָס דאָס איז דאָך אַ מעלה נפלאה ביותר, דערפאַר איז דאָך געווען דער גאַנצער ענין פון ירידת הנשמה למטה, אַז עס זאָל זיין עבודה בכוח עצמו. דער אויבערשטער איז דאָך עצם הטוב וטבע הטוב להטיב, האָט ער דאָך לכאורה געדאַרפט געבן אַלע גילויים ניט פאַרלאַנגענדיק עבודה! נאָר דער טעם איז — אדרבה, מצד דעם וואָס ער איז דער עצם הטוב, און תכלית הטוב איז דאָך עס זאָל ניט זיין קיין נהמא דכיסופא, דערפאַר גיט ער אַלע ענינים דורך עבודה דווקא.
און דאָס איז דער אויפטו פון אַ נולד אויף אַן עובר — אויסגעהאָרעוועטער, אייגענער חיות וחיים — וואָס דעמאָלט דווקא איז ער אַליין — נפש. ביי אַן עובר איז ניטאָ דער גאַנצער ענין פון עבודה,603דאָס טוט זיך ערשט אויף ביי אַ נולד.
און דאָס איז אויך דער גודל השמחה בעת ההולדת, אַז דאָס איז אַ שמחה ניט נאָר פאַר די הורים, נאָר אויך פאַרן נולד עצמו, וואָס אַף על פּי אַז בהיותו בעיבור האָט ער דאָך געהאַט אַלע העכסטע גילויים כנ"ל, איז אָבער ניט געווען דער ענין פון עבודה, נאָר אוכל ושותה ממה שאמו אוכלת ושותה, ס'איז ניט קיין אייגענע, און אַרויסגייענדיק לאויר העולם הויבט זיך ביי אים אָן דער ענין העבודה. אַף על פּי אַז דער חיוב המצוות הויבט זיך דאָך ערשט אָן שפּעטער, משעה שהגיע לחינוך על כל פּנים, און ניט ברגע שנולד, איז אָבער מיטן עצם היציאה לאויר העולם איז ער שוין אוכל ושותה ומברר בעצמו, וואָס אַזוי איז אויך ברוחניות הענינים, אַז עס הויבט זיך שוין אָן בכוח דער ענין פון עבודה ויגיעה בכוח עצמו און די הכנה לזה אויך בפּועל,
(קיום מ"ע דת"ת לכשיגדל — ע"י שמשידע לדבר אביו מלמדו תורה וכיו"ב. ומקודם לזה — יונק ומברר זה, ועי"ז גדל גופו — בו מקיים אח"כ תומ"צ).
כה. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין דעם דין וואָס די גמרא זאָגט, אַז בן נח איז נהרג על העובר, ואַפילו על עובר של בן נח, און ישראל איז פּטור על העובר, אַפילו על עובר של ישראל. און ווי מ'לערנט עס אָפּ אויך פון דעם פּסוקח) ולא יהי' אסון גו'.
דער חילוק פון אַ אידן מיט אַ בן נח איז דאָך, כלשון המורגל, אַז מ'זאָגט אויף דעם להבדיל, ד. ה. אַז ס'איז ניט נאָר אַ חילוק בהדרגה, אַז אַ איד שטייט העכער במדריגה, נאָר ס'איז אַן ענין פון „להבדיל", אַז ס'זיינען גאָר צוויי באַזונדערע סוגים. וואָס דאָס רעדט מען מצד הגוף, אַז דער גוף של איש הישראלי איז גאָר אַן אַנדער סוג ווי זייערע גופים, און ווי די גמרא זאָגט במסכת שבת אַז וויבאַלד זיי עסן כו' זיינען זייערע גופים אויך באופן כזה. ואף על פּי אַז דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניאמח) אַז ובנו בחרת זאָגט מען על הגוף דווקא, ווייל בחירה איז שייך דווקא צווישן זאַכן וואָס האָבן אַ התדמות, און דאָס איז שייך על הגוף ווייל ער איז נדמה בחומריותו לגופי אומות העולם — איז דער פּשט אין תניא, אַז בחומריותו, בחיצוניות ובגלוי איז דאָס נדמה, אָבער בפּנימיות אין אַודאי דאָ אַ גרויסער חילוק, ביז ס'זיינען גאָר צוויי באַזונדערע סוגים כנ"ל, און ווי די גמרא זאָגט במסכת שבת)), אַז ס'איז דאָ אַ חילוק בדין בנוגע לגוף אומות העולם, דחביל גופי' כו'.
וואָס דאָס איז מצד הגוף, ומכל שכן מצד הנשמה, זיינען דאָך דאָס גאָר הפכים, וואָס זייער נפש נעמט זיך פון ג' קליפות הטמאות און אַ אידישע נשמה נעמט זיך פון קדושה.
אַן עובר איז ווי געזאָגט פריער אַז ער הייסט אָדם ווייל אין אים604איז שוין דאָ גוף ונפש, איז דאָך מובן דער חילוק פון עובר של בן נח ביז עובר של ישראל, און דער חילוק איז, סיי מצד הגוף, שגופו של עובר ישראל איז „להבדיל" פון גופו של בן נח, אַז ס'איז אַ סוג אַחר לגמרי, סיי מצד הנשמה, שנשמת עובר ישראל איז גאָר בסוג הפכי מנשמת עובר בן נח.
היינט ווי קומט עס אַז אַ בן נח איז מחוייב אַפילו אויף עובר של בן נח און אַ איד איז ניט מחוייב אַפילו אויף עובר של ישראל?
וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים דעם כללות החילוק פון ישראל ביז אומות העולם: אַ איד איז ניט קיין אמצעי צוליב עפּעס, נאָר אין אים אַליין איז דער תכלית. און אַלע ענינים שבכל ההשתלשלות זיינען באַשאַפן געוואָרן צוליב אַ אידן: בראשית ברא גו' את השמים ואת הארץ, בשביל ישראל שנקראים ראשית.
דאָס הייסט אַז אַלע ענינים זיינען דברים טפלים. אַלע ענינים וואָס זיינען דאָ למטה און אַלע ענינים שבכללות ההשתלשלות מיט אַלע גילויים, מיטן גאַנצן פּאַראַד — שכל זה נכלל באת השמים ואת הארץ, כדאיתא בזוהר — איז דאָס אַלץ אַ טפל, צוליב אידן. און וואָס איז דער עיקר — אידן, וואָס זיי זיינען ניט צוליב עפּעס, נאָר דער תכלית איז אין זיי אַליין.
ואף על פּי אַז ס'איז דאָך נבראָתי לשמש את קוני 800)), איז אָבער ניט דער פּשט, אַז אַ איד איז אַ דבר טפל חס ושלום, וויילע דאָס וואָס תכליתו איז לשמש את קונו, איז דאָס ניט קיין אַנדער ענין פון אים. דאָס איז ער אַליין. דורך אורייתא — איז ישראל וקודשא בריך הוא (קונו) כולא חד, ער איז ניט קיין דבר טפל צו אַ צווייטן דבר, דאָס איז זיין מציאות.
וואָס דאָס איז דאָך אויך דער דיוק הלשון לשמש את קוני. ער זאָגט ניט לשמש את בוראי, יוצרי, עושי, נאָר את קוני דווקא. וכמבואר בתורה אורמח) בענין ההפרש שבין בורא יוצר עושה לקונה, אַז בורא יוצר ועושה איז דער נברא אַ מהות אחר, מה שאין כן קונה איז דאָס ניט קיין נייע זאַך, ובעולמות איז דאָס — אַצילות, עולם האחדות. דער ענין פון קנין איז דאָס וואָס ער איז נקנה להקונה אותו, און האָט ניט קיין מציאות לעצמו.
ועל פּי זה יובן הטעם מה שבן נח נהרג על העובר און אַ ישראל ניט. דער חילוק פון עובר ביז נולד איז דאָך, ווי געזאָגט פריער, אַז עובר איז ניט קיין מציאות לעצמו, ער איז אַ דבר טפל, אָדער טפל לאמו (רק אמו), אָדער טפל צו דער מציאות וואָס וועט שפּעטער נולד ווערן, וואָס דעמאָלט פירט זיך אויס זיין כוונה, אָבער זייענדיק אַן עובר, איז אין דעם נאָך ניט די כוונה. און וויבאַלד אַז זיין גאַנצע מציאות איז טפל; ועמדו זרים ורעו צאנכם, דכל הבריאה הוא בשביל ישראל, דערפאַר איז ביי אַ בן נח נוגע אויך דברים טפלים, ונהרג על העובר, מה שאין כן ישראל וואָס זיין מציאות605איז אַן עיקר, איז ניט שייך ער זאָל נהרג ווערן צוליב אַן עובר, וואָרום ס'איז דאָך ניט שייך מען זאָל מבטל זיין אַן עיקר צוליב אַ טפל.
אַן איסור איז טאַקע דאָ אויך אויף אַן עובר, וויילע דאָס איז דאָך אַ הכנה אַז דערפון זאָל אַרויסקומען אַ נולד, איז שוין בהעלם דאָ דער ענין, אָבער אַן עונש מיתה — איז דאָך ווי אַלע עונשים שבתורה — נאָר אויף אַן ענין שבגילוי דווקא, ובגילוי איז ער נאָר אַ טפל, כנ"ל.
כו. און דאָס איז די מעלה פון הולדת, וואָס דאָס איז אַ שמחה גדולה כנ"ל, וואָרום מיט דער הולדה הויבט זיך אָן דער ענין פון עבודה בכוח עצמו, וואָס די עבודה ברענגט דאָך דעם זיכוך העולם און מקרב די גאולה העתידה כנ"ל. איז כאָטש טאַקע אַז דער כוח אויף מזכך זיין דעם עולם, איז מצד הנשמה, בחינת מראש צורים כנ"ל וואָס דאָס איז דאָך פאַראַן אין דער נשמה ווען זי איז נאָך למעלה, — ווען אָבער הויבט זי אָן דורכפירן איר תפקיד פון מאַכן אַ דירה בתחתונים בפּועל, דאָס איז משעת הלידה, וואָס דעמאָלט ווערט זי נתגלה אין וועלט. מה שאין כן בשעת העיבור איז דאָס נאָך ניטאָ, און ניט קוקנדיק על גודל מעלת הנשמה, אַפילו אַ נשמה גבוהה ביותר, איז אָבער אין דער וועלט איז נאָך חושך, וברגע הלידה — דאַן הויבט זיך אָן דער גילוי בעולם.
דערפאַר שטייט דאָך אויף משה רבינו, בשעה שנולד נתמלא הבית כולו אור83)). כאָטש אויך קודם הלידה האָט זיך דאָך דער עובר געפונען אין דעם בית, איז אָבער אין בית געווען חושך, נאָר מיט דער לידה דווקא, איז נתמלא הבית כולו אור, ווייל מיט דער לידה הויבט זיך אָן דער ענין העבודה, וואָס די נשמה דאַרף אויפטאָן אין עולם.
וואָס דערפאַר זאָגט ער אויך אין זוהר (פּרשת בלק) *מב) על פּסוק אספּרה אל חוק גו' אַני היום ילידתיך, אַז דאָס גייט אויף לידת המשיח, און ניט משיח בן יוסף נאָר משיח בן דוד. וואָס לכאורה וואָס האָט עס פאַר אַ שייכות מיט אַני היום ילדתיך לפי פּשטות הכתוב? ועל פּי הנ"ל יובן, ווייל מיט לידת הנשמה, בשעת אַז דער מראש צורים אראנו קומט אַראָפּ למטה, און ניט בעיבור נאָר לידה דווקא, דאָ הויבט זיך אָן דער דרך כוכב מיעקב וקם שבט מישראל, ביז וישראל עושה חיל, וואָס דאָס גייט אויף די גאולה העתידה כמבואר בכמה מקומות.
כז. און דאָס איז אויך וואָס עס שטייטא) טוב שם משמן טוב ויום המות מיום הולדו. ולכאורה, וואָס פאַר אַ שייכות איז צווישן די ביידע ענינים?
נאָר84)) שמן גייט אויף מעשה המצוות, וכמו שכתוב בזוהר והובא בתניא) על פּסוק ושמן על ראשך אל606יחסר, „שם" איז כמאמר רז"ל80)) הלך הקב"ה מהלך ת"ק שנה לקנות לו שם, איז טוב שם משמן טוב, אַז די עבודת האדם איז ניט צוליב זיך, נאָר אויף אויפמאַכן ולהקנות שמו של הקב"ה. און פון וואָס קומט אַרויס דער טוב שם — משמן טוב, פון דעם שמן טוב, קיום המצוות, מעשים טובים.
און די זעלבע זאַך איז בנוגע דעם (צווייטן האַלבן פּסוק) ויום המות מיום הולדו. ביום ההולדת ווייס מען דאָך נאָך ניט וואָס עס וועט זיין, בשעת עס קומט אָבער דער יום המות און מען זעט אַז ס'איז ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך, אַז יציאתו מהעולם איז כביאתו לעולםח) און נאָך מער — דעמאָלט ווערט נגמר דער ענין; אָבער פון יואַנען קומט עס — מיום הולדו, וואָס ביום ההולדת שטייט שוין בכוח און עס ווערן נכלל אַלע עניני עבודתו שיעבוד בעלמא דין, און ווי געזאָגט פריער, אַז אין דעם היום ילדתיך שטייט שוין אַלץ — ביז אויך גילוי המשיח. און ווי גערעדט פריער בנוגע משה רבינו אַז משנולד איז נתמלא הבית כולו אור, איז על דרך זה אויך באתפּשטותי' דמשה שבכל דרא ודרא ווי עס שטייט אין תיקוני זוהרח), ביז ווי ער זאָגט דעם לשון במקום אחר88)), אַז דאָס איז שהשמש מאיר מתחת לארץ לששים רבוא כוכבים;
בי"ב תמוז דער יום הולדת פון רבי'ן, איז כל זמן העיבור, איז ניט קוקנדיק על מעלת הנשמה מצד עצמה און ביי וועלכע עלטערן ער איז געבאָרן געוואָרן, וואָס ס'איז דאָך מובן אַז בשעת העיבור איז געווען דער מלמדין אותו כל התורה כולה במדריגה נעלית ביותר, איז אָבער צום בית ועולם האָט עס נאָך ניט געהאַט קיין שייכות, וביום ההולדת איז די התחלה ונכללת עבודתו פון מאיר לששים רבוא כוכבים, וואָס דאָס איז כללות ישראל, אַז ער גיט כוח ביז „לכל אשר בשם ישראל יכונה", כהלשון שבמכתבו לי"ב תמוז, ומכל שכן צו חסידים ומקושרים, אַז ביי זיי זאָל קענען זיין תורה ומעשים טובים, און מאַכן פון דער גאַנצער וועלט אַ דירה לו יתברך, נתמלא הבית (דירת ה') — כולו אור.
און דאָס איז דער גודל השמחה שביום הולדת פון רבי'ן, וואָס הימים האלה נזכרים ונעשים בכל שנה. דאָס איז אַ שמחה ניט נאָר פאַר די שזכו ונהנו מתורתו, נאָר ביז לכל „אשר בשם ישראל יכונה"0)), וואָרום מיט זיין לידה האָט ער אָנגעהויבן מאיר זיין לכל העולם.
און אַ שמחה וואָס קומט על ידי העבודה פון אַ אידן איז דאָך דאָס בכמה ענינים אַ גרעסערע שמחה ווי די שמחה פון בריאת העולם, און גרעסער ווי די שמחה פון מ"ת, וואָרום דעמאָלט זיינען די ענינים געווען נאָר פּכוח ובהעלם, און דאָ איז אַרויסגעקומען דער נתינת כוח אויף אַרויסטראָגן די אַלע ענינים בפּועל, באופן
גילוי המשיח בקרוב ממש.
דעם יום הולדת פון רבי'ן, וואָס
דאָס איז דאָך בזמן. זמן איז דאָך פאַרבונדן מיט מקום, דער מקום ההולדת פון רבי'ן איז געווען במדינתנו לפנים. און אַזוי איז אויך בנוגע דער גאולה פון י"ב וי"ג תמוז, אַז דער מקום הגאולה איז געווען במדינתנו לפנים.
איך האָב שוין אַמאָל דערציילט, אַז ס'איז פאַראַן אַ רשימה פון רבי'ן בעל הגאולה והשמחה, אין וועלכער ער פאַרצייכנט אַ חזיון וואָס ער האָט געהאַט ביום הולדת פון זיין פאָטער דער רבי נ"ע, און שרייבט אַז דער רבי נ"ע האָט דאַן געזאָגט אַ מאמר אויף קאַפּיטל שמונים שבתהלים. וואָס דאָס איז געווען צוואַנציק יאָר נאָך דער הסתלקות. וואָס פון דעם איז מובן, אַז אויך לאחר ההסתלקות זיינען פאַראַן ביום ההולדת די עליות שבכל שנה ושנה, אַז בכל שנה גייט מען איבער אין אַ העכערן קאַפּיטל.
איז אין דעם קאַפּיטל פּג, וואָס דאָס איז דאָך דער קאַפּיטל פון רבי'ן הנשיא וואָס הויבט זיך אָן פון היינטיקן י"ב תמוז; זאָגט ער; אלקים אַל דמי לך אל תחרש ואל תשקוט גו' על עמך יערימו סוד ויתייעצו על צפוניך, און ער איז מסיים: וידעו כי אתה שמך הוי' לבדך עליון על כל הארץ.
זאָגט ער אויף אַל דמי גו' אין מדרש תהלים, אַז דאָס איז דער ענין וואָס צדיק גוזר והקב"ה מקיים.
אויף אַלע אידן שטייט דאָך ועמך
כולם צדיקיםא), איז בשעת זיי זיי־
מקיים. און וואָס זיינען אידן גוזר,
אַז אַל דמי לך אַל תחרש און אַל
תשקוט. אַז כאָטש מצד כמה ענינים
קען דאָך זיין עס זאָל זיין דמי תחרש און תשקוט, זיינען אידן אָבער גוזר עס זאָל זיין אַל דמי אַל תחרש און אַל תשקוט, און אַז צדיק גוזר איז הקב"ה מקיים.
און ווייטער זאָגט ער אין פּסוק, אַז וועגן וואָס רעדט זיך דאָ — וועגן על עמך יערימו סוד ויתייעצו על צפוניך. זאָגט ער אין מדרש; על עמך יערימו, אַז די ערמומיות וואָס זיי מאַכן רחמנא לצלן אויף אידן, איז דאָס מצד סוד, מצד דעם וואָס אידן לערנען תורה, סוד הוי' ליראיו. ויתייעצו על צפוניך, זאָגן די מפרשים81)) — אידן וואָס זיי זיינען צפוניך של הקב"ה.
איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק: דאָס וואָס על עמך יערימו איז דאָך ניט נאָר מצד עסק בסוד שבתורה נאָר מצד כללות הענין וואָס אידן לערנען תורה, אויך נגלה דתורה, ביז אַז אַפילו אף כל אשר בשם ישראל (ר"ת יש ששים רבוא אותיות לתורה) יכונה, און ווי מ'האָט געזען במוחש, איז וואָס זאָגט ער סוד דווקא, אויך — וואָס קלייבט מען אויס דאָ די מעלת ישראל — פון צפוניך דווקא?
אויך איז ניט מובן דער סיום המזמור, וידעו כי אתה שמך הוי' לבדך עליון על כל הארץ. וואָס שמך608הוי' לבדך איז אַן ענין וואָס איז העכער אויך פון סובב, שאינו שייך לגמרי לבחינת השתלשלות, וכמו שיתבאר לקמן*88)) בארוכה, און עליון על כל הארץ איז דאָך אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט ארץ, נאָר אין ארץ גופא איז דאָס עליון, היינט ווי אַזוי פּאָרט ער צונויף די ביידע ענינים צוזאַמען?
איז דער ביאור אין דעם; דער ענין המסירת נפש וואָס אידן זיינען זיך מוסר נפש על התורה ומצוות, אויך אויף גליא דתורה, קומט עס מצד בחינת סתים שבנשמה 84)) וואָס זי איז פאַרבונדן מיט סתים דקוב"ה דורך סתים דאורייתא. און דאָס קען עשו ניט ליידן. מצד דעם ענין פון גליא אַליין, קען ער דאָס נאָך סובל זיין. וואָרום דאָס וואָס עס שטייט הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב איז דאָס ניט מצד נגלה עצמה, וואָרום אין דעם האָט עשו אויך אַ חלק (דינים פון ז' מצוות דבני נח). נאָר דאָס איז מצד סתים דתורה וסתים דנשמה, וואָס דאָס איז מאיר און נעמט דורך אויך הנגלה, ועל דרך שנתבאר68)) בענין מעשים טובים, וואָס אין דעם האָט עשו קיין חלק ניט, און דאָס קען ער ניט סובל זיין. דערפאַר זאָגט ער על עמך יערימו סוד, אַז דער עיקר וואָס על עמך יערימו, איז דאָס מצד סוד.
וואָס אַזוי איז אויך בנוגע דעם מאסר והגאולה די"ב י"ג תמוז, אַז כאָטש דער רבי האָט זיך מוסר נפש געווען על כל הענינים, ביז הענין פון לערנען אַלף בית כפּשוטו, איז אָבער דאָס אַלץ געווען דורכגענומען מיטן ענין הפּנימיות, הסתים והסוד.
און אַזוי ווי דער אויבערשטער גיט דאָך מדה כנגד מדה, איז מצד דעם וואָס אידן זיינען מעורר בחינת סתים דנשמה על ידי סתים דתורה, ווערן זיי פאַרבונדן מיט סתים דקוב"ה, וואָס דערפאַר הייסן זיי צפוניך, צפוניו של הקב"ה.
וכאמור לעיל, אַז דאָס קען עשו ניט ליידן, ומצד דעם קומט אַרויס דער על עמך יערימו ויתייעצו מצד דעם סוד און צפוניך. און אויף דעם זיינען אידן גוזר, אַז אַל דמי לך און אַל תחרש און אַל תשקוט, און אַז אידן זיינען גוזר איז הקב"ה מקיים, אַז עס ווערט דער וידעו כי אתה גו' לבדך, וידעו מלשון ידיעה ומלשון שבירה כמו שכתוב*8)) ויודע בם אנשי סוכות, אַז עס ווערט די שבירת הקליפּות און גילוי אלקות בעולם.
און דער אופן הגילוי איז וידעו כי אתה שמך הוי' לבדך עליון על כל הארץ. וואָרום דער אויבערשטער גיט מדה כנגד מדה. איז פּונקט ווי אידן זיינען מחבר בעבודתם דעם סתים מיטן גליא, וכנ"ל אַז אויך אין גליא זיינען זיי ממשיך די פּנימיות, גיט אויך דער אויבערשטער, אַז אין ארץ איז מאיר דער אתה שמך הוי' לבדך, דאָס קומט אַראָפּ אין וועלט גופא.
וואָס אַזוי איז אויך געווען באופן הגאולה די"ב י"ג תמוז, אַז ס'איז609געווען אין אַן אופן פון הגדיל והפליא הוי' לעשות בארץ, אַז אין ארץ גופא איז געווען דער הגדיל והפליא הוי'. און דאָס איז אַ הכנה צו דער גאולה העתידה ווען עס וועט זיין ולא יכנף עוד מוריך גו'87)) וראו כל בשר, אַז דער בשר וועט זען אלקות באופן פון לא יכנף.
וכאמור לעיל, אַז די גאולה די"ב תמוז איז געווען במדינתנו לפנים, איז אויך איצטער דאַרף זיך דאָס אָנהויבן אין דער מדינה, וואָס זיי
א. אין דעם וואָרט פּנחסא) זיינען פאַראַן דיעות ווי צו שרייבן, חסר אָדער מלא. דער ענין פון מלא איז על דרך ווי עס שטייטב) אלה תולדות פּרץ, תולדות מלא, וואָס דאָס האָט אַ שייכות צו משיח'ן, וואָס דעמאָלט וועט זיין באופן ווי עולם על מלואו נבראח).
די שייכות פון פּנחס'ן צו דער גאולה העתידה איז;
אויף פּנחס'ן שטייט, אַז ער האָט מקנא געווען קנאת ה' במעשה זימרי. אויך שפּעטער, וואָס פּנחס זה אלי')), שטייט ביי אלי'ח), קנא קנאתי להוי' אלקי צבאות. מצד דעם האָט דער אויבערשטער געזאָגט, הנני נותן לו געפינען זיך במיצר היותר גדול, איז אין דעם מטה מטה ביותר, פון דעם הויבט זיך אָן דער ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה, און פון דאָרטן זאָל נמשך ווערן בכל העולם כולו, אַז וידעו כי אתה שמך הוי' לבדך עליון על כל הארץ, אַז אין דעם מטה וועט זיך זען אלקות, בגאולה העתידה על ידי משיח צדקנו בקרוב ממש.
(משיחת ש"פ חו"ב, י"ב תמוז, ה'תשכ"ב) חס
את בריתי שלום, ער זאָל זיין אויף אַלע אידישע ברית'ן, ואשה כמאן דמהילא דמיאח), און זען אַז אידן זיינען גאָרניט אַזוי ווי ער מיינט.
דאָס הייסט, אַז פון דעם קנא קנאתי להוי' איז ביי אים אַרויסגעקומען אַ תנועה פון אַהבת ישראל, אַז ער קוקט זיך צו צו די אידישע מעלות און דערפאַר וועט ער אויך מבשר זיין די גאולה.
אלי' איז דאָך געווען אַ תלמיד פון אחי' השלוניז), רבו של הבעל שם טוב, וואָס דער בעש"ט האָט זיך דאָך געפירט אין דער תנועה פון אַהבת ישראל, און אַזוי אויך שפּעטער דער אַלטער רבי, וואָס ער איז געווען אַ נשמה חדשה, און אַזוי אויך די רביים הבאים אַחריו, וואָס דורך זייער אַהבת ישראל וואָס זיי אַליין האָבן זיך געפירט, און אויך געמאָנט די זעלבע זאַך ביי זייערע
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-dz928fwg