עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 26

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

612מטות

א. היינטיקן שבת זיינען מטות אַן אַב און דורך אַ בעל, וועלכע ומסעי מחוברים. אין פּרשת מטות זיינען מפיר את הנדר מכאן ולהבא. רעדט זיך וועגן נדרים און וועגן

עוקר זיין אַ נדר, וואָס אין דעם זיי־

נען פאַראַן דריי אופנים; דורך אַ

חכם שעוקר את הנדר למפרע, דורך שער טו פרק ד ואילך.613זמנים. קודם הנישואין און לאחרי הנישואין; אָרוס און בעל. ביידע האָבן דעם זכות פון הפרת נדרים, נאָר עס זיינען דאָ חילוקי דינים צווישן אַן אָרוס און אַ בעל.

לכאורה האָט געדאַרפט אויסקומען אַז אַ בעל האָט מער כוח און זכות ווי אַן אָרוס, פונדעסטוועגן געפינען מיר אין דין הפרת נדרים, אַז עס איז דאָ אַ מעלה אין אַן אָרוס אויף אַ בעל.

דער דין איז אַז אין הבעל מיפר בקודמיןא), די נדרים וואָס זי האָט נודר געווען קודם הנישואין האָבן צום בעל קיין שייכות ניט. דאַקעגן ביי אַן אָרוס איז דער דין, אַז הארוס מיפר בקודמיןב).

לכאורה ווי קען דאָס זיין אַז דער אָרוס זאָל האָבן מער כוח פון דעם בעל?

איינער פון די הסברים אין דעם איז, ווייל אַן אָרוס איז דאָך ניט מיפר בפני עצמו נאָר צוזאַמען מיט דעם אַב, דנערה המאורסה אבי' ובעלה מפירין נדרי'8)), און ביי דעם אַב איז דאָך ניט שייך די הגבלה פון קודמין, במילא שלעפּט ער מיט אויך דעם אָרוס, אַז אויך ביי אים איז ניטאָ קיין הגבלה ומיפר בקודמין.

מה שאין כן דער בעל וואָס איז מיפר בפני עצמו, וואָרום עס איז דאָך נתרוקן רשות אבי', און ער איז פאַר זיך אַ מציאות, במילא האָט ער זיינע הגבלות.

ב. דער ענין פון דעם אין עבודה איז;

אין עבודת השם זיינען פאַראַן צוויי אופני עבודה; די עבודה פון אירוסין און די עבודה פון נישואין. הגם אַז דער כללות זמן הגלות איז נמשל לאירוסין און לעתיד לבוא דווקא וועט זיין דער ענין הנישואין, אָבער בפּרטיות איז אין זמן הגלות גופא אויך פאַראַן די מדריגה פון אירוסין און די מדריגה פון נישואין.

די עבודה פון אירוסין איז דאסר לה אכולי עלמא. ער ווערט אָפּגעריסן פון וועלט. זיין עבודה האָט אויף אים ניט גע'פּועל'ט אַזוי פיל, אַז ער זאָל ווערן אין דער מדריגה פון ודבק גו' והיו לבשר אחד *)), ער זאָל ווערן מיוחד מיט אלקות, ער איז נאָך ניט געוואָרן פאַראיינציקט מיט אלקות, אָבער פון ענינים פון וועלט איז ער אַרויס.

די עבודה פון נישואין איז והיו לבשר אחד. ער איז געוואָרן פאַראיינציקט מיט אלקות, ביז אַז ער איז מוליד בדומח לו וואָס דאָס איז דער תכלית הנישואין, וכמאמר רז"ל)) מאי תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים. דאָס הייסט, אַז ער מיט כל עשיותיו זיינען אַ כלי צו אלקות, אַ כלי וואָס איז בטל און מתאחד צו דעם ענין וואָס אין כלי.

ג. הגם אַז מעלת העבודה דנישואין איז אַ סך העכער ווי די עבודה פון אירוסין, פונדעסטוועגן איז דאָ אַ מעלה אין דער עבודה דאירוסין אויף דער עבודה פון נישואין.

614ער קען דאָך מיינען, אַז וויבאַלד ער איז שוין צוגעקומען צו דער עבודה פון נישואין איז ער שוין אַ צדיק גמור און דאַרף מער ניט אָנקומען צום עזר הקב"ה, ער איז שוין אַ בעל המיפר בפני עצמו און דאַרף ניט אָנקומען צום אַב.

אָבער דער אמת איז, אַז בשעת איינער האָט אַזוי געזאָגט), האָט מען באַלד געוואוסט, אַז דאָס איז ניט בר כוכבא, ודרך כוכב מיעקב, נאָר בר כוזיבא. וואָס דאָס האָט זיך געהאַנדלט וועגן אַ מלחמה בגשמיות, ומכל שכן וועגן אַ מלחמה ברוחניות.

און דאָס איז די מעלה פון אַן אָרוס, עבודה דאירוסין, אויף דער עבודה דנישואין, הגם מצד עצמו איז ער נידעריקער, אָבער די מעלה אין דעם איז, וואָס ער איז מיפר בשותפתי' דאב. ער גייט מיטן אויבערשטנס כות, און בשעת ער גייט מיטן אויבערשטנס כוח גייען אַראָפּ אַלע זיינע הגבלות און ער קען צוקומען צו אַן אָרט, וואָס מצד עצמו וואָלט ער אַהין ניט געקענט דערלאַנגען.

תהו איז דאָך קדם לתיקון, וואָס פון תהו נעמען זיך די דברים הגשמיים מיטן יצר הרע דאקדימי טעניתי', איז מצד זיין אייגענעם כוח אינו מיפר בקודמין, ער דערלאַנגט ניט אין תהו, ובמילא האָט ער אויך ניט דעם כוח אויף מברר זיין די זאַכן וועלכע נעמען זיך פון תהו,

אָבער דורך דעם וואָס ער איז מיפר בשותפתי' דאב, וואָס ביי דעם אויבערשטן איז דאָך ניטאָ די הגבלה פון קודמין, פון תהו שקדם לתיקון, גיט ער כוח אויך דעם אָרוס, ער זאָל דערלאַנגען אין תהו, און מנצח זיין דעם יצר הרע דאקדימי טעניתי', דורך דעם וואָס הקב"ה עוזרו — יכול לו. דאָס גיט אים כוח אויף מברר זיין די ניצוצות דתהו וואָס זיינען פאַראַן אין די דברים הגשמיים. וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון הפרת הנדר, אַ היתר ונתינת כוח אין עבודת הבירורים בדברים הגשמיים.

ד. די נקודת הענין איז, אַז ווי הויך מען זאָל ניט זיין, מען זאָל אַפילו האַלטן ביי די עבודה פון נישואין, דאַרף מען וויסן, אַז מיטן אייגענעם כוח קען מען ניט גיין, און מען דאַרף זיך פאַרבינדן אַלעמאָל מיט העכער פון זיך, וויסנדיק אַז עס איז פאַראַן נאָך העכערע ענינים, העכער און העכער, וואָס צו דעם איז ער נאָך ניט צוגעקומען, און אין דעם איז ביי אים נאָך די התחלת העבודה, און דורך דעם וואָס ער פאַרבינדט זיך מיט העכער, וויסנדיק אַז ער איז נאָך ניט פאַרטיק, וואָרום עס איז דאָ העכער און נאָך העכער, דורך דעם איז דער אַב גורר מיט זיך אויך דעם אָרוס, אַז עס פאַלן ביי אים אָפּ אַלע הגבלות, ומיפר בקודמין.

(משיחת ש"פ מטו"מ, תשט"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7w5q0dxt

Copies

Recent activity

#170 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · approved
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · approved

Sources