עברית
Library

Likkutei Sichos

Shavuos

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

301חג הש־שכועות

א. מתן תורה איז געווען אין חודש סיון, חודש השלישי. דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז תורה איז פאַרבונדן מיט „שלישי". וואָרום אויסער דעם וואָס אַלץ, ובפרט די ענינים פון תורה ומצוות, איז בהשגחה פּרטית, געפינען מיר דעם פאַרבונד פון חודש השלישי מיט מתן תורה מפורש אין דברי רז"לא), אוריין תליתאי לעם תליתאי בירחא תליתאי.

איז ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס איז די מעלה אין חודש „שלישי" דוקא, ובפרט אַז דער גאַנצער ענין פון תורה איז דאָך צו ממשיך און מגלה זיין אין וועלט דעם הוי' אחד, דורך תורה אחת, איז דאָך די מעלה פון תורה אין אחדות, ניט אין שלשה?

נאָך מער: די שייכות פון חודש השלישי איז בעיקר צו תורה, ווי דער לשון רז"ל, אוריין תליתאי כו' בירחא תליתאי.

מצוות זיינען געווען אויך פאַר מתן תורה, ווי די מצוות בני נח, מצות מילה און די מצוות שנצטוו במרה. און כאָטש זיי זיינען אַלע ניט גלייך אַפילו צו די זעלבע מצוות ווי זיי

זיינען געגעבן געוואָרן בסיניכח), אָבעו דער ענין פון מצוות בכלל על כל פּנים איז געווען אויך פריער. דער עיקר אויפטו פון חג השבועות שבחודש השלישי איז געווען — מתן תורה.

די מעלה פון תורה אויף מצוות ווערט דערקלערט אין תניאח), אַז דורך מצוות ווערט מען אַ מרכבה צו אלקות, וואָס מרכבה איז בטל צום רוכב, אָבער זי איז ניט איין זאַך מיטן רוכב; דורך תורה אָבער ווערט מען פאַראיינציקט ממש מיט דעם אויבערשטן.

לויט דעם איז נאָך מער ניט פאַרשטאַנדיק, ווי קומט עס וואָס תורה דורך וועלכער מען ווערט איין זאַך מיטן אויבערשטן, איז געגעבן געוואָרן בחודש השלישי דוקא?

ב. די דערקלערונג דערפון איז;

דער תכלית איז טאַקע אחדות און ניט שניות חס ושלום. ווען אָבער איז די אחדות אַן אמת'ע און אויסגעפּרואווטע אחדות, בעת מען ווייסט

302פון נאָך אַ מציאות און פונדעסט־

וועגן האַלט מען ביי אחדות אמי־

תית. אויב מען ווייסט אינגאַנצן ניט

פון קיין אַנדער מציאות — איז נאָך

קיין ראי' ניט אַז די אחדות ביי

וועלכער מען האַלט איז אַן אמת'ע,

מען ווייסט נאָך ניט וואָס וועט מיט

אים זיין ווען ער וועט זיך דער־

וויסן פון אַ צווייטער מציאות.

ווי עס איז באַוואוסט דער משל

וועגן ענין ירידת הנשמה למטה, פון

אַ בן מלך וואָס מען וויל אויספּרואוון

ווי שטאַרק ער איז פאַרבונדן צום

מלך, נעמט מען אים צו פון דעם

היכל המלך און מען פירט אים אַוועק

אין אַ ווייטן אָרט צווישן נידעריקע

מענטשן, און ווען אויך דאָרטן פירט

ער זיך אויף ווי אַ בן מלך, זעט

מען, אַז ער איז באמת צוגעבונדן

צו זיין טאַטן, דעם מלך.

און אַזוי אויך ביי דעם ענין. ווען ער קומט אין אַן אָרט פון שניות, ער באַגעגנט זיך מיט אַ פאַרקערטן ענין און דאָך שטערט דאָס אים ניט צו אחדות, דאַן זעט מען אַז ער איז באמת מיוחד.

אין דעם גופא זיינען פאַראַן צוויי אופנים; א) ער איז מבטל די מציאות ההפכית, ער רעכנט זיך מיט איר לגמרי ניט. ב) ער מאַכט די מציאות גופא אַ כלי צו אחדות.

די אחדות אין צווייטן אופן איז אַ טיפערע, אַן אמת'ערע. בשעת מען איז נאָר מבטל די מציאות ההפכית,

איז נאָך דאָ אַ מציאות וואָס איז

סותר און מנגד צו אחדות, מער

ניט וואָס מען רעכנט זיך ניט מיט

איר. ווען אָבער די אחדות דרינגט

דורך אויף אַזויפיל אַז יעדער מצי*) אות ווערט אַליין אַ כלי צו אחדות, דאַן איז עס אמת'ע אחדות.

ג. די אויבנדערמאָנטע דריי תנוי עות זיינען אין די דריי חדשים,

ניסן, אייר און סון

ניסן איז חודש הראשון. אין ניסן

איז יציאת מצרים, שנגלה עליהם מלך

מלכי המלכים הקב"ה, אַ גילוי

מלמעלה, וואָס האָט קיין שייכות ניט

צו מטה. כי ברח העם, מען אַנט־

לויפט פון אַלץ און מען קלעפּט

זיך צו אלקות.

אייר איז חודש השני. דעם גאַנצן

חודש ציילט מען ספירת העומר, —

בירור המדות דנפש הבהמית. מען

האָט צו טאָן מיט מטה — שניות —

און מען איז דאָס מברר. די מצי־

אות איז אָבער נאָך אַלץ אַ מציאות, ניט אלקות. דאָס איז אויך דער רמז אין דעם נאָמען פון חודש — אייר, ראשי תיבות: אברהם יצחק יעקב רחל, ד' רגלי המרכבה, וואָס דער ענין המרכבה איז נאָר ביטול צום רוכב, ניט יחוד.

סיון איז דער חודש פון מתן תורה, חודש השלישי. מען נעמט די צוויי, מעלה און מטה, און מען מאַכט פון זיי אַ דריטן ענין, וואָס איז העכער פון זיי ביידע — אמיתית היחוד וההתכללות באלקות.

ד. און דערפאַר איז תורה געגעבן געוואָרן בחודש השלישי, ווייל

דער ענין פון תורה איז יחוד. בעת

מען איז מקיים אַ מצוה איז מען

טאַקע מבטל די אייגענע מציאות צו־303ליב דער מצוה, מען ווערט אָבער ניט איין זאַך מיט איר. אָבער אין תורה, ווערט דער שכל פון מענטשן פאַראיינציקטח) מיט דער חכמה און דעם רצון פונעם אויבערשטן. און דאָס איז דער ענין פון שלישי, ער נעמט זיין שכל מיט חכמתו של הקב"ה כביכול, און פון זיי ביידן מאַכט ער אַ דריטע זאַך — כולא חד.

דאָס איז אויך וואָס משה קיבל תורה מסיני. מצוות זיינען געגעבן געוואָרן אויך במרה, אָבער תורה מסיני דוקא. ווייל דער ענין פון סיני איז דמכיך מכל טוריא (וואָס ער איז נידעריקער פון אַלע בערג), יחוד ב' ההפכיםח), און דער יחוד איז נתגלה געוואָרן אין תורה דוקא.

(משיחת ש"פ בה"ב, תשח"י)

ה. עס שטייט אין זוהרז) אַז חג השבועות איז העכער פון אַלע ימיםטובים. וואָס דערפאַר איז ער אינמיטן, צווישן פּסח און סוכות, ווייל ער איז אמצעיתא דכולא. תורה איז די נקודה התיכונה פון אַלע ענינים.

דאָס וואָס שבועות איז ניט מער ווי איין טאָג, ניט ווי פּסח און סוכות וועלכע זיינען זיבן און אַכט טעג, איז ניט ווייל דער יום טוב איז אַ קלענערער, נאָר אדרבה, דער יום אחד פון חג השבועות טוט אויף דעם ענין פון ומי כעמך כישראל גוי אחד בארץ.

דאָס איז ווי פריער געזאָגט, אַז אמיתית ענין האחדות איז אין תורה שניתנה בחודש השלישי דוקא.

ו. אין קו האמצעי זיינען פאַראַן צוויי מעלות; א) קו האמצעי איז משובח פון די אַנדערע צוויי קוים, אַזוי ווי מיר געפינען אין גמראח); רב באמצע גדול מימינו וקטן משמאלו. ב) קו האמצעי איז דער שורש אויף אַלע קוים, וואָרום קו האמצעי עולה עד הכתר, שורש ומקור לכל הספירות.

אַזוי זיינען אויך אין דעם אמצעי פון חג השבועות פאַראַן ביידע מעלות; א) חג השבועות איז העכער פון אַנדערע ימים טובים. ב) שבועות איז געגעבן געוואָרן די תורה, אין וועלכער עס שטייען אַלע מועדים.

ווי גערעדט פריער, איז דער עיקר ענין פון חג השבועות — תורה. די מעלה פון לימוד התורה אויף קיום המצוות איז אין ביידע ענינים הנ"ל; א) מצות תלמוד תורה איז גרעסער פון אַלע מצוות, כמאמר רז"ל)) ; ותלמוד תורה כנגד כולם. ב) תלמוד תורה איז דער שורש וואָס ברענגט אַלע מצוות, כמאמר רז"לי): גדול תלמוד שמביא לידי מעשה.

ז. די דערקלערונג אין דעם איז;

תרי"ג מצוות זיינען כנגד תרי"ג אברים. רמ"ח מצוות עשה כנגד רמ"ח אברים און שס"ה מצוות לא תעשה כנגד שס"ה גידיםכא). תורה איז מוחין, און פּונקט ווי די מעלה פון מוחין304אויף אַלע אברים איז אַ צווייענדיקע; א) דער חיות פון מוחין איז העכער פון דעם חיות וואָס אין אַלע איבעריקע אברים. ב) אין מוח איז כלול אויך דער חיות וואָס אין אַלע אברים און ער איז אויף זיי אַ שרשיב). אַזוי איז אויך די מעלה פון תורה אויף די אַנדערע מצוות, ווי אויבן דערקלערט.

ח. נאָך אַ מעלה איז דאָ אין קו האמצעי, שעולה עד פּנימיות ועצמות הכתר, העכער פון שורש ומקור הספירות שבכתר.

אַזוי איז אויך אין תורה אַז אויסער די דערמאָנטע מעלות — וואָס זי ברענגט צו מעשה המצוות און איז גרעסער פון אַלע מצוות — וואָס דאָס זיינען מעלות אין מצות תלמוד תורה, איז אויך פאַראַן אַ מעלה אין תורה מצד עצמה, וואָס זי איז חכמתו של הקב"ה, ואהי' אצלו אמון גו'כח).

וואָס דאָס איז אויך דער אמת'ער ענין פון לימוד התורה לשמה, כפּשט הלשון — לשם התורה עצמה. אַפילו ניט צוליב וויסן ווי זיך צו פירן, אויך ניט צוליב קיום מצות לימוד התורה, נאָר לערנען תורה צוליב תורה אַליין.

על דרך משל אַ קינד וואָס האָט אַ צייט ניט געזען זיין פאָטער, רופט ער אים, און בעת ער דערזעט אים, כאַפּט ער זיך אַרום מיט זיין פאָטער דעם מלך, און האַלזט און קושט אים, וואָס דאָס איז ניט צוליב דער תועלת וואָס ער וועט פון אים האָבן, נאָר צוליב דעם פאָטער אַליין.

אַזוי איז אויך אַ איד, ווען נאָר ער האָט אַ ליידיקע מינוט, וואָס ער קען אַריינכאַפּן את אביו המלך דורך תורה, כמאמר רז"ל144)): אותי אתם לוקחים, טראַכט ער ניט בשעת מעשה וועגן קיין זאַך, ניט וועגן לידע את המעשה, ניט וועגן קיום מצות תלמוד תורה. ער כאַפּט זיך אָן אין תורה אַליין, ווייל אורייתא וקודשא בריך הוא כולא חדיח).

ט. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין גמראי), הלל מחייב עניים ור' אלעזר בן חרסום מחייב עשירים. אויב עס וועלן קומען עניים און עשירים און טענה'ן אַז זיי האָבן ניט געלערנט מצד הטרדא, וועט מען זיי ברענגען אַ ראי' פון הלל און ר' אלעזר בן חרסום.

אין פלוג, ממה נפשך, אויב דאָס איז אַ פאַלשע פאַרענטפערונג, און באמת האָבן זיי געהאַט צייט צו לערנען, דאַרף מען דאָך ניט אָנקומען צו הלל און ר' אלעזר בן חרסום, עס איז דאָך אַ בפירוש'ער ציווייז): והגית בו יומם ולילה. אויב עס איז געווען איין וויילע וואָס ער האָט געקענט לערנען און ניט געלערנט איז ער דאָך בכלל כי דבר ה' בזה גו'יח) ; און אויב זיי האָבן305טאַקע באמת ניט געהאַט קיין צייט אויף לערנען, ווי קען מען זיי מחייב זיין?

איז דאָך אַ ראי' דערפון אַז עס איז דאָ אַ מעגלעכקייט וואָס מצד הדין, מצד קיום מצות תלמוד תורה, איז מען פּטור, און פונדעסטוועגן צוליב דעם קאָך און געשמאַק וואָס דאַרף זיין אין תורה, וואָס אורייתא וקודשא בריך כולא חד, כאַפּט מען זיך צו צו דער תורה אויך ווען עלפּי דין איז מען פּטור.

י. און דאָס איז אויך דער טעם וואָס תורה ווערט אָנגערופן אמת, כמאמר רז"ליט), אין אמת אלא תורה.

דער ענין פון אמת איז וואָס עס האָט ניט קיין הפסק. דאָס וואָס האָט אַ הפסק איז ניט אמת, כידועכ) בענין נהרות המכזבין. אמת איז — תכון לעדכב).

וואָס דאָס איז אויך מרומז אין די אותיות א' מ' ת', ווי עס שטייט אין ירושלמיכח), אַז א' איז תחלת האותיות, מ' — אמצעית האותיות, און ת' — סוף האותיות, און דער ענין פון אמת איז, אַז אומעטום, ביים אָנהויב, אין מיטן און צום סוף, איז ער גלייך.

און דעריבער ווערט תורה אָנגערופן אמת, ווייל זי האָט ניט קיינע הגבלות. מצוות זיינען באַגרענעצט אין צייט און אָרט. אויך מצות תלמוד תורה האָט אירע הגבלות הזמן (די וועלכע זיינען טרוד אין זייערע געשעפטן על פּי תורה — זיינען פּטור פון לימוד התורה אין דער צייט וואָס זיי מוזן האָבן פאַרן עסק, ווי עס ווערן דערקלערט די פּרטי דינים פון דעם אין שולחן ערוך הלכות תלמוד תורה) והמקום (וואָס אין מקומות המטונפים טאָר מען ניט לערנען). אָבער תורה אַליין האָט קיינע הגבלות ניט, ניט פון זמן און ניט פון מקום (ווי עס שטייט אין גמראכח) ; לאונסו שאני).

יא. בנוגע לפּועל איז — מען דאַרף האַלטן אין איין לערנען תורה.

ניט לערנען צוליב יוצא זיין פאַרן שולחן ערוך (און סוף כל סוף ברענגט עס צו מאַכן אַ חשבון אַז על פּי שולחן ערוך קען ער יוצא זיין מיט פּרק א' שחרית ופּרק א' ערבית). וואָרום אויסער דעם וואָס מען דאַרף וויסן צי זיין חשבון האַלט טאַקע אויס על פּי שולחן ערוך, וואָרום עס קען זיין אַז ער האָט גאָר מערער צייט, ובמילא איז ער אויך על פּי שולחן ערוך מחוייב מער, אויסער דעם, אַפילו אויב עס איז אַזוי ווי ער האַלט, איז אָבער מצד דעם געשמאַק און קאָך אין תורה, דאַרף מען האַלטן אין איין לערנען.

אויך ניט מאַכן קיין חשבונות, אַז דער גדול תלמוד איז דאָך לידע את המעשה, איז בעת אַז עס וועט קומען צו אים אַ שאלה וועט ער זיך אַוועקזעצן און דורכטאָן דעם דין פון דעם מקור אין חומש מיט דער גמרא און אַלע ראשונים און אחרונים ביז דעם אַלטן רבי'נס שולחן ערוך, אָבער בשעת אַז למעשה306איז עס ניט נוגע לערנט ער ניט — דאַרף מען וויסן, אַז דער עיקר ענין פון תורה איז תורה צוליב תורה, און מען דאַרף האַלטן אין איין לערנען תורה יעדע רגע, און יגדיל תורה ויאדיר.

יב. לויט דעם אַלעמען, וועט מען אויך פאַרשטיין דעם חילוק צווישן תורה און מצוות לגבי קטנים.

פון אַלע מצוות זיינען קטנים פּטור. עס איז דאָ אַ מצוה מצד חובת חינוך, אָבער די מצוה איז נאָר מדברי סופריםכד), און די מצוה איז אויפן פאָטער, ניט אויפן קטן.

אָבער ביי תורה שטייטכח) „מצות עשה מן התורה על האב ללמד את בנו הקטן תורה", עס איז דאָ אַ חיוב אויך אויפן בן אַז ער איז „חייב ללמוד את עצמו כשיכיר"כח).

דער טעם אויף דעם; מצוות זיינען בהגבלה. אָבער תורה, וואָס זי איז בלי גבול, איז ביי אַלע אידן.

יג. דערפאַר האָט מען ביי מתן תורה געפאָדערט די ערבות פון בניםכז), ביי די מצוות שנצטוו במרה האָט מען קיין ערבות ניט געדאַרפט און דוקא ביי מתן תורה האָט מען געפאָדערט ערבות.

לויט דעם וועט עס זיין פאַרשטאַנדיק; דער עיקר ענין פון מתן תורה איז ניט נתינת המצוות, נאָר נתינת התורה, וואָס איר חיוב איז אויך אויף קטנים, און וויבאַלד אַז אויך קטנים זיינען מחויב בלימוד התורה, שטייט די מעלה אין זיי דוקאכח), ווי ער פירט דאָרט אויס אין מדרש; מפּי עוללים ויונקים יסדת עוז.

יד. און דאָס איז דער ענין וואָס תורה איז „אמת". אמת איז פון אל"ף ביז תי"ו, פון די העכסטע מדריגות ביז די נידעריקסטע. פון איין זייט זאָגט מען אַז תורה איז עומק רום, העכער פון לידע את המעשה, העכער פון ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט עשי'; פון דער צווייטער זייט איז דאָ תורה אויך אין עומק תחת ביז קטנים שפּטורים מן כל המצוות.

טו. דאָס איז אויך אַ הסבר אויף דערויף וואָס מיר געפינען דעם לשון „יגדיל תורה ויאדיר" אין צוויי קצוות הפכיים.

אין איין אָרטכח) שטייט דער לשון לגבי מלמדי תינוקות — אַז דערביי גייט ניט אָן קיין השגת גבול, ווייל יגדיל תורה ויאדיר. דאָס איז דאָך אַן אופן פון ראשית תחלת הלימוד, עומק תחת.

אין אַ צווייטן אָרט80)) רעדט זיך עס לגבי סימני דג טהור. זאָגט די גמרא, כל שיש לו קשקשת יש לו סנפיר, און צוליב וואָס שטייט אויך סנפּיר — צוליב יגדיל תורה ויאדיר. דאָ רעדט מען שוין וועגן אַן ענין פון תורה מצד עצמה, העכער פון לידע את המעשה.

307און אין אַלערליי אופנים אין לימוד התורה, פון דעם העכסטן אופן ביז דעם נידעריקסטן, זאָגט מען „יגדיל תורה ויאדיר" און „אותי אתם לוקחים".

דאָס איז אויך וואָס עס שטייט; קרוב ה'*) לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת, ואין אמת אלא תורה, אַז אין אַלערליי אופנים, לכל אשר יקראוהו, מיט אמת וואָס דאָס איז תורה, איז קרוב ה', נעמט מען עצמות, וואָרום העצם — כשאתה תופס במקצת מן העצם אתה תופס בכולו81)), דער עצם איז אומעטום דער זעלבער.

טז. דער אויבערשטער זאָל געבן, מען זאָל טאָן אין לימוד התורה, אין אַלערליי אופנים, און אין זיי אַלע באופן פון יגדיל תורה ויאדיר, וואָס דורך דעם וועט זיין די הולדה וואָס קומט פון יום חתונתו זה מתן תורה — בדומה לעצמותו יתברך, און מען וועט דורכטאָן דעם בנין העולםלב), מען וועט מאַכן פון דעם מטה, און דורך דעם מטה אויך פון דעם מעלה, אַ דירה לו יתברך.

יז. שבועות איז אַ זמן מסוגל צו שטאַרקן זיך אין אָפּהיטן די תקנה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בלימוד השיעורים, חומש תהלים און תניא בכל יום. חומש; אַלע טאָג אַ פּרשה חומש מיט פּירש"י; זונטיק — ביז שני, מאָנטיק — ביז שלישי, א. א. וו. תהלים: אַלע טאָג נאָכן דאַוונען אין דערפרי אַ שיעור אין תהלים ווי ער איז איינגעטיילט לויט די טעג פון חודש. — אין „לבוש" שטייט וועגן זאָגן תהלים פאַרן דאַוונען, אָבער דאָס איז נאָך אַן ענין. די תקנה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר איז, צו זאָגן דעם יום תהלים נאָכן דאַוונעןח). — תניא; אַלע טאָג אַ שיעור אין תניא כפי שנחלק לימי השנהג).

חומש איז דאָך געגעבן געוואָרן בחג השבועות דורך משה רבינו.

תהלים איז דאָך שייך צו דוד המלך, וואָס שבועות איז זיין יום הולדת ויום ההילולאלח).

און תניא איז דאָך שייך צום בעל שם טוב (וואָרום גילוי תורת הבעש"ט איז דורך חסידות חב"ד און דורך תניא בפרט, וכידוע88)) הרמז אין דער הסכמה פון תניא, „וכעת ישמח ישראל בהגלות דברי קדשו"), וואָס שבועות איז דער יום ההילולא פון בעל שם טוב.

איז דאָך איצטער אַ זמן מסוגל זיך צו שטאַרקן אין די שיעורים, וואָס זיי זיינען שוים לכל נפש, נוסף אויף דער התחחקות אין שיעורים בתורה בכלל, כל חד לפום שיעורא דילי', וואָס אויך אויף דערויף איז זעלבסטפאַרשטענדלעך, פּאַסיק דער זמן פון חג השבועות, זמן מתן תורתנו, גאַנץ תורה, אויך כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש.

און דורך שמירת התקנה פון די שיעורים הנ"ל, וועט זיין דער308„חתתלח) (ראשי תיבות ח'ומש ת'הלים ת'ניא) אלקים על הערים", און עס וועט זיין דער „ויסעו", אַז מען וועט פאָרן מתוך מנותה אין ארץ ישראל בגאולה השלימה והאמיתית, ווי מען האָט געזאָגט צו יעקב אבינו נסעה ונלכה, וואָס אַזוי וועט דאָך טאַקע זיין במהרה בימינו, ועלו מושיעים בהר ציון לשפּוט את הר עשו, אַז דורך לימוד התורה וקיום המצוות, און די אָפּהיטונג פון די אויבנדערמאָנטע תקנות, וועט מען ממשיך זיין משיח צדקנו למטה מעשרה טפחים במהרה בימינו.

(משיחת חגה"ש, תשח"י)

יח. דער טעם אויף דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר איז צו ווייזן אַז אַזוי ווי אַ מדבר איז אַ מקום הפקר, אָן אַ בעל הבית, אַזוי איז אויך אויף תורה ניטאָ קיין בעל הבית און יעדער איד איז שייך צו תורה, און ווען ער לערנט תורה ווערט די תורה זיינע.

פאַרוואָס איז אָבער די תורה געגעבן געוואָרן אין אַ מדבר ארץ צי' ועיף בלי מים, אָן קליידער, אָן עסן, און אַפילו אָן וואַסער, ווי עס שטייט אַז די קליידער זיינען מיטגעוואָקסן מיט די אידן אין מדבר, געגעסן האָבן זיי דעם מן און וואַסער האָט זיי דער אויבערשטער געגעבן פון אַ שטיין; ווייל דאָרט אין מדבר איז ניט געווען קיין זאַך — איז פאַרוואָס האָט מען געגעבן די תורה דוקא אין אַזאַ וויסטן מדבר?

אין אַ משל פון תורה זיינען דאָך אַלע זיינע פּרטים מכוון צום נמשל מוז מען דאָך זאָגן אַז די אַלע פּרטים וואָס זיינען געווען אין דעם מדבר האָבן אַ שייכות צו מתן תורה. דער אויבנדערמאָנטער טעם איז דאָך נאָר אויף דעם פּרט פון מקום הפקר, ניט אויף די אַנדערע פּרטים.

יט. ווען עס קומט צו לימוד התורה, טענה'ט מען, אַז עס זיינען דאָ פאַרשידענע מניעות, וואָס שטערן צום לערנען. מען שטעלט צו פאַרשידענע טענות און משונה'דיקע פאַרענטפערונגען.

ווען מען מאָנט פון אַ בעל עסק ער זאָל קובע זיין עתים לתורה, טענה'ט ער אַז ניט דאָס איז זיין ענין. ער איז אַ בעל עסק און זיין ענין איז צו געבן צדקה און ענלעכע ענינים, אָבער ניט צו לערנען תורה.

ער ווייסט, אַז דער ענין פון אַ בעל עסק איז צו אָפּרייסן זיך אין מיטן עסק און דאַוונען מנחה, און ווי באַוואוסט אַז דאָס איז די מעלה פון תפלת המנחה, ביז אַז אויךלא) אלי' לא נענה אלא בתפלת המנחה, האָט ער דאָך שוין זייער אַ גרויסן ענין, איז פאַרוואָס יאָגט מען אים צו לימוד התורה דוקא?

ווען מען מאָנט ביי אים ער זאָל לערנען אַ פּרשה חומש מיט רש"י, ווער רעדט נאָך דעם שיעור תניא — טענה'ט ער, חסידות מאָנט דאָך עבודה בסדר והדרגה, איז פריער וועט ער אָפּטאָן בשלימות אַלע זיינע ענינים, ביז תפלת מנחה, אַזוי ווי אלי' הנביא, און נאַכהער וועט ער גיין העכער. ער זאָגט זיך ניט אפּ חס ושלום פון לערנען חומש309מיט רש"י אָדער תניא, אָבער אַלץ מיט דער צייט, לכשיפנה פון זיינע ענינים, מיט אַ סדר.

אַזוי אויך אַ יושב אוהל, אַז מען מאָנט ביי אים כל עצמותי תאמרנה, לא ימיש וגו' א. ד. גל. — זאָגט ער זיך ניט אָפּ פון דעם, נאָר ער טענה'ט אַז ער דאַרף האָבן דערצו הכנות, פריער דאַרף ער זיך אויסשלאָפן, וועט ער האָבן אַ רואיקע קאָפּ, ער דאַרף זיך אָפּהיטן, עסן איידעלע מאכלים וכו',

— אין אלשיךח) שטייט (ועל דרך זה בשו"ת הרמב"ם) אַז ווען מען עסט איידעלע מאכלים איידלט עס אויס די קאָפּ —

און נאָך דעם אַלעם וועט ער זיך זעצן לערנען.

כ. אויף דערויף איז די הוראה פון נתינת התורה אין מדבר ארץ צי' ועיף בלי מים, אַז בנוגע צו תורה דאַרף מען זיך אינגאַנצן פאַרלאָזן אויף דעם אויבערשטן.

פּונקט ווי צו מתן תורה זיינען די אידן אַרויס פון מצרים אין אַ מדבר בארץ לא זרועה, ניט וויסנדיק ווי און מיט וואָס זיי וועלן אויסקומען, — דעם מן האָבן זיי געהאַט בזכות משה, דעם עמוד הענן בזכות אהרן, און וואַסער בזכות מריםכ). זיי האָבן זיך געדאַרפט פאַרלאָזן אויף אַ זכות פון דריי צדיקים, און דוקא דאַן זיינען זיי געווען גרייט צו קבלת התורה.

דאָס איז אַ הוראה אויך איצטער פאַר אונז, אַז מען דאַרף זיך זעצן לערנען תורה און פאַרלאָזן זיך אויף דעם אויבערשטן, און דאַן וועט דער אויבערשטער געבן כל המצטרך בגשמיות וברוחניות.

(משיחת חגה"ש, תשי"א)

כא. עס שטייטמ) אם פּזרת רגלך על העני ועל המצוה נתקיים עליך ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך.

דיוק הלשון אין דברי רז"ל דאַרף האָבן ביאור;

א) על העני מיינט דאָך צדקה, איז וואָס זאָגט ער על העני ועל המצוה, צי דען איז מצות צדקה ניט בכלל המצוה? אדרבה, צדקה רופט מען בכל תלמוד ירושלמי סתם מצוה *מא).

לכאורה איז ער דאָ מרמז אַז צדקה איז ווי כללות כל המצוות, שקולה כנגד כל המצוות. אָבער דאָס שטייט דאָך בפירוש אין ש"ס, וואָס דאַרף ער דאָס זאָגן דאָ ברמז?

ב) אויף רגלים פּאַסט דער לשון הליכה אָדער ריצה. וואָס איז דאָ דער לשון פזרת?

כב. דער גוף האדם ווערט פאַנאַנדערגעטיילט בכלל אין דריי טיילן, ראש, גוף און רגל. בפּרטיות, טיילט ער זיך אין רמ"ח אברים.

אַזוי איז אויך אין מצוות, אַז בפּרטיות טיילן זיי זיך אין רמ"ח מצוות עשה,

— אין ספר חרדים טיילט ער פאַנאַנדער די מצוות לויט די אברים, יעדער מצוה צו וועלכן אבר זי איז שייך —

310ובכללות טיילן זיי זיך אין דריי: מצוות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיטן פאַרשטאַנד, ווי ידיעת גדולת הבורא, תלמוד תורה וכו' — ראש. מצוות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיטן געפיל פון האַרץ, ווי אהבת ה', יראת ה', און אהבת ישראל — גוף. און מצוות מעשיות וועלכע זיינען פאַרבונדן, בעיקר, מיט קבלת עול — רגל.

פאַרשטאַנד און געפיל זיינען באַגרענעצט. אויך דער קבלת עול וואָס קומט דורך השגה און הרגש, ד. ה. פאַרשטיין און פילן אַז מען דאַרף מקבל זיין עול מלכות שמים, איז עס אויך באַגרענעצט. אָבער קבלת עול ווי דאָס איז בעצם, איז בלי גבול.

און דאָס מיינט פּזרת רגלך, פּזרת מיינט — צעשפּרייטונג, אומבאַגרענעצט. ווען און וואו קען זיין „פּזרת", ביגבול, — אין „רגלך", קבלת עול, ריינער „רגל" (רגל שברגל) ווי ער איז ניט פאַרבונדן מיט מוח ולב. ווען רגל איז פאַרבונדן מיט מוח ולב, קען זיין אין דערויף הילוך, העכסטנס, ריצה. בשעת אָבער עס איז רגלך בעצם דעמאָלט איז „פזרת" — בלי־גבול.

כג. ווי קען אָבער אַ מענטש, אַ בר דעת, פּועל'ן ביי זיך צו אַוועקלייגן זיין שכל והרגש און שטיין אין אַ תנועה פון פּזרת רגלך?

אויף דעם זאָגט ער ווייטער — „על העני". ער זאָל זיך מתבונן זיין אין זיין מעמד ומצב, וועט ער דאַן זען, אַז ער איז אַן עני, ער איז אָרעם בדעת, ובמילא האָט ער ניט וואָס צו רעכענען זיך מיט זיין שכל, ועל דרך זה מיט הרגש הלב, און ער וועט פּועל'ן ביי זיך דעם פּזרת רגלך, על המצוה בכלל ועל מצוה סתם — מצות הצדקה בפרט. ער וועט לויפן מיט די פיס, אָן קיינע חשבונות, צוליב געבן אַ אידן צדקה בגשמיות און צדקה ברוחניות.

כד. דער שכר אויף דערויף איז. ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך. בבואך מיינט די אתערותא דלעילא וואָס קומט פאַר דער עבודה און איז אַ נתינת כוח אויף איר, בצאתך מיינט די אתערותא דלעילא וואָס קומט נאָך די אתערותא דלתתא.

איז אין דערויף דאָ דער „ברוך", אַז די אתערותא דלעילא זאָל זיין אַ סך העכער ווי כפי ערך עבודתו. ד. ה. אַז נאָך זיין האָרעווען און אין אַן אופן פון „פּזרת", בלי־גבול, גיט מען אים אַ סך מער ווי לויט זיין האָרעוואַניע, וואָרום באתר שלים (שלימות העבודה) — קודשא בריך הוא שריאב).

כה. אין דרשת רז"ל הנ"ל יוצאת מידי פּשוטה; די אַלע וואָס האָבן מקיים געווען בפּועל „פּזרת רגלך", וואָס זיינען געגאַנגען אין דער תהלוכה אַ מרחק פון כמה שעות, וואָס אין דער צייט האָבן זיי דאָך געקענט זיצן במנוחה און זיך עוסק זיין מיט זייערע ענינים און פונדעסטוועגן זיינען זיי געגאַנגען אין אַן אופן פון פּזרת צוליב משפּיע זיין לעני ברוחניות, — זאָל ביי זיי זיין דער ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך, בבואך ובצאתך פון יעדן טאָג, פון יעדער וואָך, פון יעדן חודש און פון311יעדן יאָר, און אויך בבואך ובצאתך

פון זייער עבודה, אַ ברכה בבואך, — אין לימוד התורה און אין קיום בנתינת הכוח מלמעלה צו מצליח זיין המצוות בהידור ובעבודת התפלה, אין זייער אַרבעט במילוי השליחות וואָס די עבודת התפלה איז דער חוט וואוהין זיי גייען, און אַ ברכה בצא־ השדרה פון אַלע ענינים48)), און אויך תך, אַז נאָך דער עבודה אין זייער ברכה בכל המצטרך להם בכל ענישליחות, זאָלן זיי זען פּרי טוב בע־ניהם הגשמיים.

מלם, עולמך תראה בחייך*44)),

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-1s99h1tb

Copies

Recent activity

#169 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · approved
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · approved

Sources