Likkutei Sichos
Matos-Masei
348איז אַן ענין פון למעלה מטעם ודעת, רים וואָס ער האָט אין דעם ענין, וואָס דוגמתו למטה איז דער ענין אדרבה, כנ"ל, וויבאַלד ער זעט אַז
אין דעם שטעלט זיך דער יצר הרע, ניט קוקנדיק אויף די העלמות והסת־
פרשת מטות ומסעי
א. עס שטייט אלה מסעי בני ישר־צו דער ענין פון די מ"ב מסעות אל אשר יצאו מארץ מצרים, מסעי אין דער זאַך פון מרחב?
לשון רבים, ד. ה. אַז עס זיינען גע־
ווען אַ סך מסעות דורך וועלכע די אין מצרים ומרחב זיינען פאַראַן כמה אידן זיינען אַרויס פון מצרים. איז וכמה מדריגות; דאָס וואָס לגבי אַ באַוואוסט אויף דעם די קשיא, די נידעריקערער מדריגה הייסט מרחב, אידן זיינען דאָך אַרויס פון מצרים איז לגבי אַ העכערער מדריגה הייסט מער ניט ווי מיט איין מסע, דער מסע עס נאָך מצרים, ביז מען קומט צו פון רעמסס קיין סוכות (די איבעריקע צום אמת'ן מרחב, צום לעצטן מסע, מסעות זיינען דאָך געווען שוין נאָך על ירדן יריחו, וואָס דאָס גייט אויף דעם ווי די אידן זיינען אַרויס פון משיח'ן דמורח ודאין1)). ביז דעמאָלט, מצרים), היינט פאַרוואָס שטייט מסעי איז הגם אַז לגבי נידעריקער איז
דאָס אַן ענין פון מרחב, אָבער לגבי
אויך דאַרף מען פאַרשטיין דעם העכער איז דאָס מצרים.
ענין פון די מ"ב מסעות וועלכע זיינען
געווען זינט די אידן זיינען אַרויס מ"ב מסעות וועלכע זיינען געווען פון פון מצרים ביז זיי זיינען געקומען מצרים, ביז ארץ טובה ורחבה. מיטן קיין ארץ ישראל, ארץ טובה ורחבה. ערשטן מסע, איז הגם אַז מען איז וואָרום באַלד מיטן ערשטן מסע, ווי שוין אַרויס פון מצרים און אַריין זיי זיינען נאָר אַרויס פון מצרים, — במילא — אין מרחב, איז אָבער לשון מצרים וגבולים, איז דאָס דאָך לגבי אַ העכערער מדריגה איז דאָס שוין מרחב. ווי מען גייט נאָר אַרויס
במקום המרחב — היינט וואָס גיט פח, ג.349נאָך אַן ענין פון מצרים, דערפאַר דאַרף זיין נאָך אַ מסע אויף אַרויסגיין אויך פון דעם מצרים. און דאָס איז דער לשון אלה מסעי (לשון רבים) גו' אשר יצאו מארץ מצרים, וואָרום אויך דער ענין פון די איבעריקע מסעות איז צו אַרויסגיין פון מצרים, ביז מען קומט צו צום ירדן יריחו, דער תכלית העילוי.
ב. תורה איז דאָך אַ נצחית בכל דור ודור, ובפרט דער ענין פון יציאת מצרים, וואָס עס שטייט1)) אויף דעם; חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא היום ממצרים, איז דאָס אַ הוראה אין עבודה, אַז אויך בשעת מען האָט שוין גע'פּועל'ט ביי זיך אַן עבודה שלמעלה מטעם ודעת, למעלה ממדידה והגבלה, וואָס דערמיט איז מען אַרויס אויך פון מצרים דקדושה, איז דאָס נאָך ניט גענוג, וואָרום לגבי העכער איז דאָס נאָך אַלץ מצרים, במילא דאַרף מען ווייטער אַרבעטן און ווייטער גיין.
מען וועט דאָס פאַרשטיין אויך פון דעם ענין פון עבודת התפלה. וואָס דאָס — עבודת התפלה — איז עבודת האדם, ווי עס איז באַוואוסט דער אונטערשייד)) צווישן תורה און תפלה, אַז תורה איז מלמעלה למטה, און תפלה איז עבודת האדם מלמטה למעלה, אַ סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה)), וואָס מען גייט מלמטה למעלה, אַרויסגיין פון מקום המיצר למקום המרחב.
איז דאָך ידוע אַז אין תפלה זיינען פאַראַן כמה וכמה עליות, וואָס מיט יעדער עלי' גייט ער אַרויס פון זיין פריערדיקן מצב, און פונדעסטוועגן איז דאָס ניט גענוג, און מען דאַרף גיין העכער און העכער.
די ערשטע עבודה איז די הכנה צום דאַוונען; אַזוי ווי ער גייט דאָך דאַוונען צום אויבערשטן הבלתי בעל גבול ובלתי בעל תכלית, און ער — דער אדם — געפינט זיך דאָך אין אַ גוף ונפש הבהמית, ובפרט כשמלוכלך על ידי החטא, איז ווי זאָל ער זיך שטעלן דאַוונען? מוז ער זיך פריער באַפרייען פון אַלע זיינע ענינים, און פון זיין גאַנצער מציאות, און דאַן שטעלן זיך דאַוונען.
דאָס אַליין, דער שטעלן זיך דאַונען, נאָך איידער ער דאַוונט, נאָך איידער ער האָט אָנגעהויבן זאָגן הודו, אָדער מה טובו, נאָר דאָס אַליין וואָס ער טוט אָן דעם גאַרטל און שטעלט זיך דאַוונען, דערמיט אַליין גייט ער דאָך אַרויס פון זיינע ענינים, און ער ווערט מזוכך, דאָס הייסט, ער גייט אַרויס פון זיינע מצרים וגבולים.
— דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס עס שטייט אויך אין נגלה דתורה, אַז קודם התפלה יפנה ויטול ידיוח), יפנה מיינט, אַרויסנעמען פון זיך די פּסולת שבגלוי ושבפּנימיות; נאָך דעם איז יטול ידיו, אַרויסנעמען די טומאה, וואָס עס איז נאָר אַן ענין פון מקיף, אין פּנימיות איז דאָ350גאָרנישטאָ)), איז אויך פון דעם דאַרף מען פּטור ווערן פאַרן דאַוונען —
פונדעסטוועגן איז ער דערמיט אַליין נאָך ניט יוצא, ערשט דעמאָלט דאַרף ער זיך שטעלן דאַוונען, אָנהויבן זאָגן הודו, וואָס דעמאָלט גייט ער אַרויס אויך פון דער מציאות ווי ער שטייט נאָך זיין הכנה צום דאַוונען, וואָס לגבי העכער איז דאָס נאָך אַ מיצר וגבול; גייט ער אַרויס אויך פון דעם מיצר אל מקום המרחב.
און אַזוי אויך אין תפלה גופא זיינען פאַראַן כמה וכמה עליות, וואָס בכללות טיילט זיך דאָס אויף ד' שליבותז) (די עליות זיינען על ידי שם מ"ב כידוע), וואָס יעדער מדריגה לגבי דער העכערער איז נאָך אַלץ אַן ענין פון מיצר וגבול.
ביז מען קומט צו צו שמונה עשרה, וואָס דאָרטן איז דער תכלית העילוי, ער גייט אַרויס אינגאַנצן פון זיין מציאות (וועלכע ס'זאָל נישט זיין, אויך פון אַ מציאות וואָס איז אויסגעאיידלט על ידי עבודתו בכל המדריגות הקודמות), און ער שטייט בביטול במציאות כעבדא קמי' מארי', אַז ער איז גאָרניט קיין מציאות, און זאָגט; אד' שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך, דער אויבערשטער זאָל עפענען מיינע ליפּן און איך וועל ניט מער ווי נאָכזאָגן.
ג. וואָס דערפאַר זעט מען אַז אין שמונה עשרה זיינען פאַראַן צוויי ענינים הפכיים: א) ביטול בתכלית; ער איז גאָרניט קיין מציאות, נאָר כעונה אחרי הקורא, ב) בקשת צרכיו, און ניט נאָר צרכיו הרוחניים, נאָר אויך צרכיו הגשמיים. אין פּסוקי דזמרה וברכות קריאת שמע וקריאת שמע, איז ניטאָ קיין בקשת צרכיו הגשמיים (וויילע ער איז אויסגעטאָן פון זיין מציאות כנ"ל). אין שמונה עשרה דוקא איז בקשת צרכיו הגשמיים.
דער ענין איז: מצד תכלית העילוי קען דאָרטן זיין אַ התכללות פון צוויי ענינים הפכיים, און ווי מען האָט גערעדט אין מאמר, אַז במקום עליון יותר איז די התכללות ביותר. וואָס דאָס איז אַ מעין פון דעם גילוי דלעתיד, וואָס דעמאָלט וועט זיין וראו כל בשר, אַז ג־טלעכקייט וועט דערהערט ווערן אויך אין דעם בשר הגשמי, התכללות ב' הפכיים.
ד. אָבער ניט קוקנדיק וואָס שמונה עשרה איז דער תכלית העילוי, איז אויף מאָרגן, דאַרף מען זיך ערשט שטעלן דאַוונען, אָנהויבנדיק פון דער הכנה לתפלה, דערנאָך הודו, פּסוקי דזמרה וכו' — וואָרום ווי הויך ער איז ניט צוגעקומען נעכטן, איז דאָס נאָך אַ מיצר לגבי דער מדריגה וואָס ער דאַרף צוקומען היינט.
און אַזוי ווי עס איז אין עבודת351התפלה, אַזוי איז בכללות העבודה. אַ מענטש דאַרף זיין אַ מהלך. אַפילו נאָכן אַרויסגיין לגמרי פון רע און ווי הויך ער איז ניט צוגעקומען, דאַרף ער וויסן אַז עס איז נאָך ניט גענוג, ווייל לגבי אַ העכערער מדריגה, האָט ער נאָך אַלץ אַ שייכות צו רע,
— אַ ראי' אויף דעם קען ער זיך ברענגען פון דעם וואָס ער זעט נאָך אין אַ זולת די מציאות הרע. עס איז דאָך באַוואוסט דער מאמר הבעל שם טוב נ"ע)), אַז אַ מענטש זעט רע אין אַ צווייטן, איז אַ באַווייז אַז ער אַליין פאַרמאָגט דעם זעלבן רע, בדקות על כל פּנים —
און ער דאַרף אַרויסגיין אויך פון דעם. מען דאַרף האַלטן אין איין טאָן אויף מזכך זיין דעם בשר הגשמי — ניט ברעכן אים דורך תעניתים וסיגופים, נאָר אויסאיידלען אים, ווי עס איז באַוואוסט דער מאמר הבעל שם טוב נ"ע אויפן פּסוקי) כי תראה חמור שונאך — באַלד ווי ער שטייט אויף אין דערפרי, זאָל ער איינשפּאַנען זיין חמור, ד. ה. דעם חומר, וואָס דורך דעם דוקא, קאָן מען צוקומען צום גילוי דלעתיד, אַז וראו כל בשר, אַז דער בשר הגשמי וועט אַזוי פיל אויסגעאיידלט און אויסגעלייטערט ווערן, ביז ער וועט זען אלקות.
ה. קאָן מען דאָך טענה'ן ביי זיך, איך האָב גענוג געהאָרעוועט מיט זיך ביז איך בין פּטור געוואָרן פון דעם אָפענעם און גראָבן רע, און איך שטיי שוין אויף אַ הויכער מדריגה, ווער זאָגט עס אַז איך דאַרף ווייטער האָרעווען? עס איז מיר גענוג די מדריגה אין וועלכער איך געפין זיך.
זאָגט מען אים, אַז די אויפגאַבע און דער ענין האדם איז, ער זאָל זיין אַ מהלך און ניט קיין עומד, און יעדער טאָג וואָס דער אויבערשטער גיט אים, דאַרף ער אין אים ממלא זיין זיין תפקיד בעולם, כמ"ש ימים יוצרו ולו אחד בהםיא).
און דאָס איז די הוראה פון דעם ענין פון די מסעות, מען זאָל זיך קיינמאָל ניט באַנוגענען מיט דער מדריגה ביי וועלכער מען האַלט כנ"ל.
ו. פון דער אַנדער זייט איז די הוראה פון דעם ענין המסעות; אַפילו בשעת מען געפינט זיך בשפל המצב ביותר ובמדריגה פּחותה ביותר, זאָל מען זיך קיינמאָל ניט מייאש זיין, וואָרום דורך עבודה קאָן מען אַלעמאָל אַרויסגיין פון דעם מצב אין וועלכן מען געפינט זיך, און צוקומען צו די סאַמע העכסטע מדריגות.
מען זאָל ניט טראַכטן ביי זיך, וויבאַלד איך געפין זיך אין אַזאַ נידעריקן מצב, דידע אינש בנפשי', איז אומזיסט מיין גאַנצע האָרעוואַניע — אויף דעם איז די הוראה פון דעם ענין המסעות, אַז אַפילו מיט איין מסע אַליין קאָן מען אַרויסגיין פון מצרים און קומען אין ארץ טובה ורחבה (לגבי זיין איצטערדיקער מדריגה, און דורך דעם גיין ווייטער און ווייטער, ביז צום תכלית העילוי).
352און מה דאָך דעמאָלט, וואָס די אידן זייענדיק אין מצרים זיינען געווען משוקע אין מ"ט שערי טומאהיב), און ס'איז אויך געווען פאַר מתן תורה, וואָס דעמאָלט איז נאָך געווען די גזירה אַז עס קאָן ניט זיין דער חיבור פון רומי מיט סוריא28)), פונדעסטוועגן, איז דורך די מסעות, זיינען זיי צוגעקומען אל ארץ טובה ורחבה,
מכל שכן איצטער, וואָס ווי נידעריק מען זאָל ניט זיין, איז דאָך די עבודה אַ סך אַ קלענערע, וואָרום עס זיינען געבליבן מער ניט ווי פּכים קטנים, ובפרט אַז מען האָט אַ נתינת כח אויף דעם פון מתן תורה שעמד וביטל הגזירה, אַז עס קאָן זיין דער חיבור פון עליונים ותחתונים, ובפרט אַז עס איז פאַראַן דער ענין ההתקשרות פון אַ רבי'ן מיט חסידים, אַז דער רבי — כ"ק מו"ח אדמו"ר — פאַרבינדט אַ אידן מיט עצמות, איז דאָך אַ ודאי אַז יעדער איד האָט בכוח צו אַרויסגיין פון זיין מעמד ומצב, און צוקומען צו ארץ טובה ורחבה, ביז צום ירדן יריחו, גילוי המשיח דמורח ודאין *1)), וואָס דאָס איז דער תכלית המרחב.
ז. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון פ' מטות ומסעי צו בין המצרים, וואָס אַזוי איז דאָך אויסגעשטעלט געוואָרן די קביעות, אַז מטות ומסעי לייענט מען אַלע מאָל בין המצרים.
וועט מען דאָס פאַרשטיין דערקלערנדיק דעם ענין פון סותר על מנת לבנות, אַז די כוונת הסתירה איז צוליב דעם בנין, אַז נאָך דער סתירה זאָל מען מאַכן נאָך אַ בעסערן בנין, ווי דער מאמר פון בעל שם טוב אויפן פּסוקטו) ועת צרה היא ליעקב וממנה יושע, אַז דורך דער עת צרה גופא, קומט מען צו צו אַ ישועה, וואָס דאָס איז דאָך אַן ענין פון התכללות פון צוויי ענינים הפכיים. דערפאַר לייענט מען דעמאָלט פ' מטות־ומסעי, וואָס מטות איז דער ענין פון התכללות, ווי דערקלערט אין מאמר וואָס מען האָט געזאָגט פריער, און דער ענין פון מסעי איז דאָך — אַרויסגיין פון בין המצרים, און אַז אין יעדער מדריגה אין וועלכער מען שטייט, דאַרף מען ניט נתפּעל ווערן, און אדרבה פון דער צרה גופא איז יושע, אַז מען וועט צוקומען צו ירדן יריחו.
און דאָס איז אויך דער ענין פון מנחם אב, אַ לשון פון נחמה. וואָרום באמת איז דאָך אַלץ לטובה, ווי דער משל פון אַ פאָטער וועלכער שלאָגט זיין קינד, וואָס ער איז אויסן זיין טובה. און בשעת מען איז זיך מתבונן אין דעם, זעט מען ווי באמת איז דאָס טוב, און ניט נאָר וואָס מען זעט עס בעיני השכל, נאָר דורך דעם קומט עס אַראָפּ אויך אַז מען זעט דאָס מיט די פליישיקע אוין — אַז עס ווערט טוב הנראה והנגלה, על דרך ווי ביי די וואָס האָבן געהאַלטן ביי דער דרגא פון גם זו353לטובהי), כל מה דעביד רחמנא לטב עביד 217)) — איז דאָס אַלץ געוואָרן בפּועל. עס דאַרף טאַקע זיין דער ורחץ ה' את צואת בנות ציוןיח), און ווי ער זאָגט אין תניאיח) דעם משל פון אַ מלך גדול ונורא הרוחץ בכבודו ובעצמו צואת בנו יחידו, אָבער פונדעסטוועגן איז דאָס בחסד וברחמים (ד. ה. אַז לבד זאת, וואָס דאָס גופא איז לטובה, זיינען אויך די יסורים גופא בחסד וברחמים), ווי ער זאָגט דאָרטן דעם לשון; אביו הרחמן והצדיק וחסיד, אַז די יסורים זיינען בחסד וברחמים, און דער עיקר איז, אַז סוף כל סוף קומט עס אַראָפּ אין טוב הנראה והנגלה, אַז פון דער צרה אַליין ווערט צהר.
תוכן מהשיחה הנ"ל;
כתיב אלה מסעי בני ישראל אשר יצאו מארץ מצרים, וידוע הדיוק במה שנאמר מסעי לשון רבים, והרי המסע שיצאו מארץ מצרים הוא מסע אחד בלבד, המסע מרעמסס לסוכות, (כי שארי המסעות היו כבר אחרי היציאה ממצרים) ומהו מסעי לשון רבים? גם אינו מובן ענין המ"ב מסעות שהיו מארץ מצרים עד שבאו לארץ ישראל, ארץ טובה ורחבה, דמאחר שבמסע אחד בלבד יצאו ממצרים, לשון מצרים וגבולים, הרי מיד באו למרחב, על ידי היציאה מהמיצר נמצאים במילא במקום המרחב —
אך הענין הוא, שהתורה היא נצחית, ובכל דור ודור, אצל כל אחד ואחת, צריך להיות היציאה ממצרים, לשון מצרים וגבולים, אל ארץ טובה ורחבה, — היציאה מן המיצר אל המרחב. אמנם גם כאשר פעל בעבודתו היציאה ממצרים, צריך לידע, שאין זה מספיק עדיין, כי לגבי מדריגה נעלית יותר, הנה המדריגה שנמצא בה עכשיו, שלפי מצבו היא בבחינת יציאת מצרים, וארץ טובה ורחבה, הרי לגבי המדריגה הנעלית היא בבחינת מצרים וגבולים, ולזאת צריך להיות עוד מסע, להסיע את עצמו גם מבחינה זו, ולעלות במעלה עליונה יותר, וכמו כן הוא מסע הג', הד', וכו'.
ההוראה מזה בעבודה בפועל, היא בשתים;
א) גם כאשר נמצאים במדריגה נעלית ביותר, צריך תמיד להתעלות עוד יותר. ואל יאמר האדם די ומספיק לי בעבודתי הקודמת — כי האדם תפקידו וענינו הוא להיות מהלך ולא עומד, ובכל יום ויום שנתן לו הקב"ה, צריך למלאות את תפקידו בעולם, כמ"ש ימים יוצרו ולו אחד בהם.
ב) גם כאשר נמצאים במדריגה פחותה ביותר, אין צריך להתייאש, כי על ידי עבודה, אפשר תמיד להתעלות במעלה עליונה יותר. ואל יאמר האדם, מאחר שאני נמצא במצב שפל כזה, לשוא כל עמלי — על זה הוא הלימוד מענין המסעות, שגם
ממצרים, ולהגיע אל ארץ טובה ורח־
בה (שלפי מדריגתו, ועל ידי זה,354להתעלות אחר כך גם למעלה עליונ יותר). ומה אז שישראל היו מושק עים במ"ט שערי טומאה במצרים והי' קודם מתן תורה, מכל מקו נה על ידי המסעות באו מיד אל ארץ ק־ טובה ורחבה, עכשיו על אחת כמה ם, וכמה.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-414m4n8q