עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 5

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

463י"ט כסלו

א. וועגן יו"ד טי"ת כסלו ווייסן דאָך אַלעא) אַז דאָס איז אין צוזאַמענהאַנג דערמיט וואָס דער אַלטער רבי — דער בעל התניא והשולחן ערוך — איז געזעסן אין מאסר, דערפאַר וואָס ער האָט מגלה געווען און פאַרשפּרייט אַ חלק אין תורה, וואָס ביז אים איז דער חלק ניט געווען בפּירסום — דאָס איז; תורת החסידות חב"ד — און י"ט כסלו האָט מען אים באַפרייט פון מאסר און געגעבן רשות ער זאָל קענען ווייטער אָנגיין מיט הפצת תורת החסידות, מנהגי' והדרכותי'.

דער ענין פון לימוד תורת החסידות איז לבד די מעלת הלימוד שבזה, אַזוי ווי דער לימוד פון שאר חלקי התורה, און נאָך גרעסער, מצד דעם וואָס דאָס איז פּנימיות התורה, איז לבד זאת — אין דעם תלוי דער חיי היום יומיים, כללות קיום המצוות במחשבה דבור ומעשה, אַז דער קיום המצוות זאָל זיין מיט חיות, מיט אַ לעבעדיקייט.

ב. אין דעם אגרת הקודש פון רבי'ן — מוהרש"ב נ"ע — פון ט"ז כסלו תרס"בב) וועגן יו"ד טי"ת כסלו, זאָגט ער דעם לשון: אור וחיות נפשנו ניתן לנו.

דער דיוק הלשון פון די צוויי ענינים אור וחיות, וועט מען עס פאַרשטיין אויך על פּי פּשוט. אין חיות גופא זיינען פאַראַן צוויי ענינים: א) אור הנפש, ב) חיות הנפש. עס איז פאַראַן אַ חיות וואָס עס איז לפי אופן הגוף און ער ווערט נתחלק לפי אופן אברי הגוף. און עס איז פאַראַן אַ חיות וואָס אין אים איז ניטאָ קיין התחלקות. ער איז אַ פּשוט.

ג. אַזוי ווי מיר געפינען אין דעם ענין השיעור ככותבת, וואָס דער שיעור איז דער זעלבער פאַר גופו של עוג מלך הבשן און גופו של תינוק בן יומוח).

הגם אַז דער גוף דאַרף אָנקומען צו מזון, וואָס דוקא דורך דעם איז דער חיבור הנפש עם הגוף, ווי דער פּירוש הבעש"ט)) בדברי האריז"ל על פּסוק כי לא על הלחם לבדו יחי' האדם, אַז עס איז פאַראַן דער חיות אלקי בהמאכל, וואָס דאָס איז מחי' דעם אדם, אָבער אין דעם גופא וואָס דער גוף צריך להמזון, זיינען פאַראַן צוויי מדרגות. עס איז דאָ אַן ענין וואָס מעסט זיך לפי אופן הגוף, און עס איז דאָ אַן ענין וואָס דער שיעור איז דער זעלבער אין אַלע גופים בשוה.

ד. און דאָס איז דער ענין פון אור און חיות.

אור איז אַ פּשוט. דאָס וואָס דער אור האָט אַ גוון בהתלבשותו בהכלי, לבן, ירוק ואדום לפי אופן הכלי, איז דער גוון נאָר מצד הכלים, אָבער דער אור מצד עצמו איז אַ פּשוט אויך בהתלבשותו בהכלי, אין אים איז קיין שינוי ניטאָ. כמאמר שמשא אכולי עלמא נייחאח). ער איז מאיר בחדר המלך ובמקום האשפּה און דעם464אור שאַט עס ניט, וואָרום ער בלייבט בפּשיטותו.

און אַזוי אויך אין נפש איז פאַראַן דער חיות וואָס ווערט אָנגערופן בשם אור הנפש, וואָס ער איז אַן אור פּשוט, און דערפאַר איז הגם אַז בכדי צו נתחבר ווערן מיט דעם אור, דאַרף מען אָנקומען צום מזון, מצד דעם ניצוץ אלקי שבהמזון, אָבער אין דעם איז ביי אַלעמען איין און דער זעלבער שיעור.

מה שאין כן חיות הנפש, מיינט דער חיות פּנימי המתלבש בהגוף, וואָס פריער איז ער מאיר בכללות און דערנאָך בפּרטיות לפי אופן האברים, אַז ער ווערט מתחלק לפי אופן האברים. אין מוח איז אַ גרעסערער חיות און בשאר האברים אַ קלענערער, ביז אַז אויך אין עקב איז פאַראַן אַ חיות מצומצם. אין אָבות דרבי נתןח) רופט ער אָן דעם עקב; מלאך המות שבאדם. איז דער פּשט אין דעם, ווייל דער חיות אין אים איז בצמצום היותר גדול, אָבער פונדעסטוועגן איז אויך דער עקב בכלל הגוף חיז).

ה. די זעלבע זאַך וועלן מיר אויך פאַרשטיין אין דעם חיות שבמעשה המצוות, אַז אין דעם זיינען פאַראַן צוויי ענינים; אַ חיות פּשוט און אַ חיות שבהתלבשות. וואָס דאָס איז דער מיין פון דעם אגרת הקדש; אור וחיות נפשנו ניתן לנו.

אין דעם חיות שבמעשה המצוות איז פאַראַן; א) די לעבעדיקייט וואָס ער האָט בקיום המצוות מצד דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אויף זיי מצוה געווען, וואָס דאָס קומט מצד אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל. איז דער חיות אין דעם ניט מצד המצוה פּרטית וואָס ער איז מקיים, תפילין, ציצית וכו', זיין חיות איז ניט מצד די תפילין, אָדער מצד די ציצית, נאָר זיין חיות אין דעם איז וואָס ער איז מקיים אַ ציווי הקב"ה, ובמילא איז אין דעם ניט קיין נפקא מינה פון איין מצוה ביז דער צווייטער.

ו. אַ צווייטער ענין איז פאַראַן אין חיות שבמצוות, וואָס ער האָט אַ חיות אין דער מצוה פּרטית. וואָרום אין יעדער מצוה איז דאָך דאָ אַ באַזונדער המשכה. והראי' משכר המצוות שבגן עדן, איז דאָך אויף יעדער מצוה פאַראַן אַן אַנדער שכר, וואָס פון דעם איז דאָך אַ ראי' אויך בקיום המצוות, משכרה נדע מהותה, יעדער מצוה האָט איר ענין וואָס זי טוט אויף, און זיין חיות איז מצד די מצוה פּרטית.

און דאָס איז די כוונה אין דעם דיוק הלשון פונעם בריוו, אור חיות נפשנו ניתן לנו, אַז חסידות טוט אויף אין די ביידע ענינים, אין אור וחיות המצוות, וואָס ניתן לנו.

ז. די מעלה פון חיות שבמצוות איז, וואָס דאָס איז נוגע אויך אין מעשה בפּועל; לבד זאת וואָס דאָ קומט צו דער ענין פון חיות, איז אויך די מעשה המצוות גופא אַנדערש, און דאָס איז אין צוויי ענינים;

א) בשעת ער טוט די מצוה נאָר בדרך מצות אנשים מלומדה, וועט ער עס טאָן נאָר לצאת ידי חובתו. מה שאין כן אַז ער טוט עס מיט466אַ חיות, ניט לצאת ידי חובתו בלבד, נאָר דער ענין איז אים נוגע, וועט ער מהדר זיין אין דעם, בהידור והידור דהידור.

ב) אויב ער איז פאַרנומען מיט דער מצוה נאָר מיטן כח המעשה אַליין און די איבעריקע כחות, דער שכל מיטן הרגש זיינען פּוסט פון דעם, ומכל שכן אויב זיי ליגן אין אַן אַנדער ענין, קען זיין אַז במשך הזמן וועט סף־כ־סוף דער כוח השכל וההרגש משנה זיין אויך דעם כוח המעשה, אַז ער זאָל ליגן אין דעם אין וואָס זיי ליגן. מה שאין כן בשעת אַז ער האָט אַ חיות אין דעם וואָס ער טוט, וועט אויך די מעשה ניט נשתנה ווערן.

ח. נאָך אַ מעלה איז פאַראַן אין דעם וואָס ער האָט אַ חיות אין מעשה המצוות, וואָס דורך דעם האָט ער ווייניקער חיות אין אַנדערע ענינים. וואָרום אַ נברא איז דאָך אַ מוגבל. בשעת אַז זיין חיות נוצט ער אויס אין קדושה ווערט בדרך ממילא נתמעט זיין חיות און לעבעדיקייט אין אַנדערע ענינים, אין ענינים לא טובים און אַפילו אין דברי הרשות.

ועל דרך וואָס מיר געפינען בענין הטבילה במקוה. ווען איין האָר האָט אַרויסגעשטעקט מחוץ להמקוה, איז לא עלתה לו טבילהח) און פון אים איז ניט אַוועק די טומאה. און דורך דעם וואָס ער שטעקט אַריין אויך דעם איינציקן שער גייט אַוועק פון אים די טומאה, ווייל ער איז אַריין כולו בהמקוה.

ט. אַזוי איז אויך אין עבודה, ובפרט ווען עס רעדט זיך ניט וועגן אַ האָר נאָר אַן ענין עקרי. בשעת ער איז מקיים מצוות נאָר מיטן כוח המעשה, אַפילו ווען ער נוצט אויך דעם חג"ת שבנפשו אין קדושה, עס זיינען אָבער נאָך געבליבן ביי אים ענינים וואָס דערמיט איז ער ניט אַריין אין מקוה, דער חב"ד שבנפשו ליגט ניט ביי אים אין קדושה, ווערט ער נאָך ניט פּטור פון ענינים לא טובים. נאָר דוקא בשעת ער איז זיך לגמרי טובל, וואָס טבילה איז אותיות „הביטול")), ער גייט אַריין בכל כחותיו אויך מיטן חב"ד, מיט דעם חיות הנפש און מיט דעם אור הנפש אינגאַנצן אין קדושה,

דעמאָלט פאַרלירט ער במילא דעם חיות אין אַנדערע ענינים, אַז צו ענינים לא טובים האָט ער אינגאַנצן קיין שייכות ניט, און ער דינט דעם אויבערשטן דעם גאַנצן טאָג, ניט נאָר מיט ענינים פון קיום המצוות, נאָר אויך בדברי הרשות. ער דינט דעם אויבערשטן פיר און צוואַנציק שעה אין מעת לעת, ווי דער רמב"ם זאָגט בהלכות דעותכ) בענין בכל דרכיך דעהו.

און דורך דעם וואָס ביי זיך אַליין נעמט ער צו דעם חיות פון אַנדערע ענינים, דורך דעם פּועל'ט ער אַ בירור אויך אין וועלט, אַז ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץיא), און ולילה כיום יאיריח), אַז דער חושך אַליין הויבט אָן צו לייכטן, ונגלה466כבוד הוי' וראו כל בשר יחדיומח), אַז אויך אין די פליישיקע ענינים גופא, זעט מען כי פּי הוי' דבר.

(משיחת י"ט כסלו, תשט"ז)

י. אַלע זמנים האָבן זיך זייערע ענינים.

עס שטייט אין זוהרמד) וועגן די ששת ימי בראשית, כל יומא ויומא עביד עבידתי', אין יעדן טאָג זיינען באַשאַפן געוואָרן די נבראים וועלכע האָבן אַ שייכות צו דעם טאָג.

דער רמב"ןכח) זאָגט, בנוגע די שית אלפי שנין דהוי עלמא *טז), אַז זיי זיינען מכוון כנגד די ששת ימי בראשית. דער מיטעלער רבי איז מבאר דעם אופן השייכות פון די שית אלפי שנין מיט די ששת ימי בראשית.

דער אלף הראשון איז מכוון כנגד יום הראשון. אַזוי ווי ביום הראשון איז באַשאַפן געוואָרן אור, וואָס ענינו איז חסד, אַזוי אויך באלף הראשון איז געווען ניזונין בחסדו של הקב"ה, ניט רעכענענדיק זיך מיט דעם מצב פון יענע דורות.

אלף השני איז מכוון כנגד דעם יום השני. אַזוי ווי ביום השני זיינען באַשאַפן געוואָרן ענינים שמצד מדת הגבורה כידוע, אַזוי אויך באלף השני איז געווען דער מבול און די התחלה פון ענינים לא טובים.

אלף השלישי איז מכוון כנגד יום השלישי, שהוכפּל בו כי טוב. באלף השלישי איז געווען מתן תורה, וואָס תורה איז טוב לשמים וטוב לבריות. תורה איז מחבר אלקות מיט נבראים, וואָס דאָס איז תכלית הטוב.

און אַזוי איז אויך בנוגע די איבעריקע אלפים, וואָס יעדערער פון זיי איז מכוון אַנטקעגן אַ טאָג בששת ימי בראשית.

יא. בכדי אַז די ענינים פון יעדער תקופה זאָלן זיין אין זייערע זמנים המתאימים, מוזן זיי זיך אָנהויבן פון תורה. וואָרום יעדער ענין שבעולם מוז פריער האָבן זיין שרש אין תורה, און דעמאָלט קען עס אַראָפּקומען אין וועלט, כמאמר אסתכל באורייתא וברא עלמאכ).

מען וועט עס אויך פאַרשטיין פון דעם זמן הגלות והחורבן.

בזמן בית ראשון איז געווען קיימא סיהרא באשלימותא, תכלית הגילוי. נאָך דעם, בזמן בית שני האָט זיך דאָס געפעלט. שפּעטער איז דער בית שני אויך חרוב געוואָרן, — יבנה במהרה בימינו — און ס'איז געוואָרן אַ גרעסערער העלם והסתר אין וועלט. די אַלע העלמות והסתרים שבעולם זיינען פאַרבונדן מיט די העלמות וואָס זיינען געווען אין תורה.

יב. פון אָנהויב איז געווען תורה בגילוי אָן העלמות והסתרים. עס זיינען ניט געווען קיינע ספיקות און מחלוקת'ן. עס זיינען יאָ געווען חילוקי דיעות, איז לא זזו משם און מען האָט מכריע געווען לויטן רוב דיעותיז). צווישן שמאי והלל זיינען געווען בלויז דריי מחלוקת'ןיח), די467עיקר מחלוקת האָט זיך אָנגעהויבן פון זייערע תלמידים, בית שמאי ובית הלליט).

דערנאָך איז געוואָרן אַ גרעסערער העלם והסתר אין תורה, שנתמעטו הלבבותכ), און רבי האָט פאַרשריבן משניות, ביז עס האָט זיך אָנגעהויבן דער סדר פון גמרא, און במחשכים הושיבני זה תלמוד בבליכא), וואָס מצד דעם העלם האור האָט זיך אָנגעהויבן דער ריבוי הקושיות און עס איז דאָ אַ סך מאָל אַז מען בלייבט ביי אַ קושיא, תיובתא און תיקו.

פונדעסטוועגן איז אָבער אויך דעמאָלט ניט געווען אַזאַ חושך כפול ומכופּל, ווי עס האָט זיך אָנגעהויבן לאחר חתימת התלמוד, ווי עס איז ידוע אַז ביז רבינא ורב אשי זיינען געווען סמוכים איש מפּי איש עד משה רבינו, און מיט זיי האָט זיך עס געענדיקטכ).

איז לפי אופן וסדר העלמות והסתרים אין תורה, אַזוי איז דאָס אַראָפּגעקומען אויך אין כללות הנהגת העולם, יעדער ענין אין זיין זמן כנ"ל.

דאָס אַלץ איז דאָך אַ סדר פון ירידות.

יג. ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן דערנענטערן דער זמן פון גאולה, איז, אַזוי ווי דער העלם פון גלות האָט זיך אָנגעהויבן מיט העלמות אין תורה, אַזוי אויך דער גילוי אור הגאולה, הויבט זיך אויך אָן מיט אַ גילוי פון תורה,

וואָס איז נתגלה געוואָרן דורך דעם אריז"ל וקודם לו, וואָס דאָס איז דער גילוי פון חכמת הקבלה.

פריער איז געווען דער סדר פון אין דורשין במעשה מרכבה כו', ובזמן האריז"ל האָט ער די חכמה אָנגעהויבן מגלה זייןכב) און מזמן לזמן איז געוואָרן דער גילוי אַלץ מער און מער, ביז אַז דער בעל שם טוב האָט אָנגעהויבן מגלה זיין תורת החסידות, און דערנאָך האָט דער אַלטער רבי מייסד געווען תורת חסידות חב"ד, דאָס אַראָפּגעטראָגן אין הבנה והשגה, אַז מען קען דאָס פאַרשטיין ניט נאָר מיטן שכל פון נפש אלקית נאָר אַפילו מיטן שכל פון נפש הבהמית.

יד. דער עיקר הגילוי האָט זיך אָנגעהויבן פון י"ט כסלו, כידוע דער חילוק פון די מאמרים וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט פאַר דעם מאסר אין פּעטערבורג, ביז די מאמרים וועלכע ער האָט אָנגעהויבן מגלה זיין נאָך פּעטערבורגכג).

די פריערדיקע מאמרים האָבן געברענט, און די שפּעטערדיקע האָבן שוין מער אַ שייכות צו וועלט, זיי זיינען נתלבש געוואָרן מער אין שכל אנושי.

468און מיטן גילוי פון תורת החסידות וואָס עס ווערט נתגלה צו אַלעמען, ניט נאָר פאַר יחידי סגולה נאָר פאַר אַלע אידן, וואָס דאָס איז דער פּשט פון יפוצו מעיינותיך חוצהכד), אָן קיינע הגבלות, איז דורך דעם גילוי פון פּנימיות התורה, קומט אַראָפּ דער גילוי אין וועלט, וואָס דאָס איז דער גילוי פון די גאולה שלימה, — קאתי מר.

און דערפאַר איז איצטער דער עיקר העבודה טאָן אין יפוצו מעיינותיך, מעיינות החסידות, חוצה, און דורך דעם וועט מען מקרב זיין דעם גילוי אין עולם, בגאולה השלימה והאמיתית במהרה בימינו אמן.

(משיחת ש"פ חיי שרה, תשט"ז)

טו. במשך* פון אַ נסיעה איז פאַראַן קליינע סטיישאָנ'ס — אָפּשטעלן וחניות — און גרויסע, איז דער סדר אַז אויף די גרויסע חניות לייגט מען אַרויף די גרויסע און שווערע פּעק, מען נעמט אַרויף אַלע בהמות (אָקסן שעפּסן ציגן אייזלען און פערד), ווייל אויף די קליינע חניות איז ניטאָ קיין צייט צו פאַרנעמען זיך דערמיט. אָבער אויף די גרויסע סטיישאָנס, וואָס דאָרטן שטייט דאָך דער טריין אַ לאַנגע צייט איז דאָרטן קען מען אַלעמען אַרויפנעמען.

אויף אַרויפנעמען די בהמות אויפן טריין מוז נעמען צייט, ווייל די בהמות האָבן מורא אַרויפצוגיין אויפן טריין, זיי האָבן מורא פאַר דעם עצם טריין, פאַר דעם פייף, פאַר דעם פאָרן וכו', מצד די אַלע זאַכן האָבן זיי מורא אַרויפצוגיין אויפן טריין, און זייער שרעק איז ניט אומזיסט, ווייל עס ווערט דאָך דם ובשר כבשרו, ווערט דאָך דאָס אויס בהמה.

צווישן די חניות אין רוחניות, איז אויך פאַראַן פאַרשידענע חניות, קליינע און גרויסע, על כל פּנים י"ט כסלו איז צווישן די גאָר גרויסע חניות, וואָס אין אַ גרויסן סטיישאָן קען מען דאָך אַרויפנעמען אַלץ און אַלעמען.

טז. דער רבי זאָגטכח) דאָך אַז י"ט כסלו איז ראש השנה לחסידות, במילא איז דאָס וואָס מ'האָט פאַרפעלט ביז דעמאָלט קען מען דאָס נאָך משלים זיין י"ט כסלו, און ווי דער רבי שרייבט צו י"ט כסלו „לשנה טובה בלימוד החסידות ודרכי החסידות תכתבו ותחתמו". במילא דאַרף יעדער חסיד טאָן אין דעם און זיכער זיין אַז ער, זיין בעלהבית'טע ובני ביתו וכל עניניו וועלן האָבן י"ט כסלו אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, וועט ער שוין דאָס אויסניצן אין לימוד החסידות ודרכי החסידות וכידוע הפּתגם מאַכן פון גשמיות רוחניות*28)).

469דער אַלטער רבי האָט דאָך געזאָגט אַז חסידות איז ניט קיין ענין פון אַ מפלגה, נאָר דאָס איז פאַר אַלע אידן, איז במילא דאַרף יעדער איד טאָן אין דעם און זיכער זיין אַז י"ט כסלו וועט ער וכל בני ביתו וכל עניניו האָבן אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, און מאַכן דערפון רוחניות.

יז. וואָלט איך מציע זיין הן צו די וואָס זיינען דאָ, און הן צו די וואָס זיינען איצט דאָ ניטאָ, ובפרט צו די צו וועלכע דער בריוו מחרת יוהכ"פ תרפ"טכ) האָט אַ שייכות, ד. ה. צו ידידינו אנ"ש והתמימים ד' עליהם יחיו — און ווער וועט עס ניט וועלן אַריין, על כל פּנים, אין דעם סוג פון ידידינו ד' עליהם יחיו, אַז אַזוי ווי ס'איז איבערגעבליבן עטלעכע וואָכן צו י"ט כסלו, וואָס דעמאָלט נעמט מען דאָך אַרויף אַלעמען, און דעמאָלט גיט מען דאָך אַ כתיבה וחתימה טובה, זאָל יעדער איינער זען אַז ביז י"ט כסלו זאָל ער פּועל'ן לכל הפּחות אויף אַ מנין אידן, אין די ענינים פון מחשבה דבור ומעשה — אויף יעדערן פון דעם מנין אין אַלע דריי, אָדער לכל הפּחות אין צוויי אָדער אין איין ענין פון די דריי.

אין מעשה — בהשייך לקיום מצות מעשיות, אין דבור — בענינים התלוים בדבור ותלמוד תורה כנגד כולם, אַז די פון זיין מנין זאָלן מאַכן אַ קביעות עתים לתורה, און אין מחשבה — בענינים התלויים במחשבה, ומהם פּועל'ן אויף יענעם איין ענין אין עבודה שבלב זו תפלה.

און אַז עס וועט קומען י"ט כסלו, ר"ה לחסידות, וואָס דעמאָלט איז דאָך דער חסידישער אתם נצבים היום — דא ראש השנה — כולכם, וועט ער זיך מצייר זיין דעם רבי'נס פּנים, און וועט זאָגן: אָט איז דער מנין וואָס איך האָב צוזאַמענגעקליבן, — כולכם כאיש אחד. בהתאסף גו' יחד שבטי ישראל. אויף דעם האָב איך פּועל געווען אין מעשה, אויף דעם האָב איך פּועל געווען אין דבור, און אויף דעם האָב איך פּועל געווען אין מחשבה וכו', וואָס דעמאָלט אַז עס איז דאָ דער בהתאסף גו' יחד גו' איז דאָ דער ויהי בישורון מלך. אשר זהו הקדמה בתכיפות. וסמיכות והי' הוי' למלך גו' בגאולה האמיתית והשלמה במהרה בימינו אמן.

יח. אין דעם מנין קענען זיין אַפילו קטנים, אויב זיי זיינען נאָר הגיעו לחינוך, ווי דער רא"ש זאָגט 77)) אַז אַפילו קטנים זיינען פאַררעכנט צווישן די עשרה, וואָס אויף זיי איז שכינתא שריאכח).

ונכון במאד, אַז יעדערער זאָל צושיקן צו י"ט כסלו אַהער די נעמען פון דעם מנין וואָס ער האָט צוזאַמענגעשטעלט, שמם ושם אמם, כדי מ'זאָל עס דורכלייענען אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, והוא, וואָס צדיקא דאתפּטר אשתכח יתיר מבחיוהי גם בעולם הזה המעשה*,470יעורר להשפּיע ברכות, עס זאָל זיין אַ גוט יום טוב, און אַז אַלע המתעסקים בכל הנ"ל, בתוך כל אחינו בני ישראל, יכתבו ויחתמו לשנה טובה בלימוד החסידות ודרכי החסידות.

(משיחת ש"פ בראשית, תשי"א)

יט. איך וויל נאָך אַמאָל דערמאָנען וואָס מ'האָט גערעדט שבת בראשית, וועגן דער הצעה אַז יעדער איינער זאָל זען פּועל'ן אויף אַ מנין אידן, אין מתשבה, אין דבור אָדער אין מעשה, אָדער אין אַלע דריי.

פאַראַן אַזוינע וואָס מיינען אַז ניט זיי מיינט מען. — בכלל, איז דאָס וואָס איז פאַרבונדן מיט החזקת היהדות בכלל און הפצת החסידות בפרט זיינען אַלע מסכים אַז אַזוי דאַרף זיין, נאָר די טענה איז; ניט מיר מיינט מען. אַזוי איז אויך אין דער הצעה. — אַ סך, איך וויל ניט זאָגן דער רוב, מיינען אַז ניט זיי מיינט מען. דאָס איז טאַקע אַ גוטע זאַך אָבער דאָס דאַרף טאָן אַן אַנדערער.

פאַראַן אַזוינע וואָס מיינען אַז זיי שטייען העכער דערפון, דאָס איז געזאָגט געוואָרן פאַר פּשוט'ערע מענטשן. פאַראַן אַזוינע וואָס זיינען ניט אַזוי גענאַרט ביי זיך אויף מיינען אַז זיי זיינען העכער, טענה'ן זיי פאַרקערט, אַז דאָס דאַרפן טאָן העכערע מענטשן פון זיי, זיי זיינען ניט שייך צו טאָן מיט יענעם, זיי וועלן זיך קוים איינקערן מיט זיך.

באמת זיינען די ביידע טענות אַ טעות.

דער רבי (מהורש"ב) נ"ע שרייבט80)) אַז אין אתנו עתה יודע עד מה בסוד הבירורים, און יעדער איינער איז מחויב צו טאָן אַלע עניני בירורים וואָס מאַכן זיך אים. וויבאַלד אַז מלמעלה גיט מען כוחות איז דאָס אַ ראי' מוכחת אַז מלמעלה מאָנט מען דאָס. ווייל לא ברא הקב"ה דבר לבטלהלב).

ועוד ענין גדול בזה; אויב ער טוט דאָס ניט, נוצט ער דאָך ניט אויס די כוחות וואָס מען האָט אים געגעבן. מאַכט ער אויף אין דער בריאה, וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן, אַ חידוש לגריעותא, אַ דבר לבטלה.

כ. דאָס וואָס מען מאָנט ביי אים וועט זיך סיי ווי אויספירן. דער וואָס דאַרף נתקרב ווערן דורך אים וועט סיי ווי נתקרב ווערן, און זיכער וועט מקוים ווערן היעוד יפוצו מעינותיך חוצה. נאָר ער דאַרף זיך משתדל זיין, צוליב זיך, אויסצופירן די זאַך.

איינער האָט מיר געשריבן אין אַ בריוו אַז ער האָט אַ זון, וואָס הגיע לפּרקו, נאָר ער וויל גאָרנישט טאָן וועגן אַ שידוך ווייל ער האָט מורא אַז ער וועט ניט טרעפן. במילא וואָרט ער ביז מ'וועט קומען צו אים ריידן אַ שידוך און מ'וועט ברענגען אַ פאַרטיקע זאַך. וועט ער דעמאָלט זען אַז עס איז מן השמים. אָבער ער אַליין וויל גאָרנישט טאָן. ומובן אַז דאָס איז היפּך ווי עס דאַרף זיין, וכמאמר רז"ללט) דרכו של איש לחזור כו'. וגם בנדון דידן איז אויך אַזוי, מ'דאַרף טאָן אַלץ וואָס מען קען. דער ענין וועט זיך אויספירן471סיי ווי, נאָר ער דאַרף מורא האָבן שמא יקדמנו אחר ברחמים. ער דאַרף וועלן, צוליב זיך, אויספירן און פּועל'ן על הזולת.

כא. פאַראַן דעם רבי'נס אַ מאמר פון לך לך רפ"ו, דאָס איז צוואַנציק יאָר פון רס"ו, ברענגט ער אין מאמר אַ מאמר רז"ללח) אַז ס'זיינען פאַראַן עטלעכע זאַכן וואָס זיינען מקרעין גזר דין של אדם, צדקה, צעקה, שינוי השם, שינוי מעשה. ויש אומרים אף שינוי מקום. ומסיק במאמר כדעת הר"ן אַז דאָס העלפט אַפילו אויף אַ גזר דין וואָס איז געקומען על ידי חטא ועון.

ובעבודה הרוחנית יש לומר; צדקה — ענין התפלה שהיא בכלל גמילות חסדים, וכמו שנתבאר בחסידות בפירוש מאמר רז"ללד) אלא תורה וגמילות חסדים, שהכונה על תפלה, והוא על פּי פירש"י שבתלח). צעקה — ענין המסירה ונתינה ולא על פּי טעם ודעת. שינוי מעשה בהנוגע אלינו בפרט — אַז מען וועט לערנען חסידות אליבא דנפשא, און די וואָס האָבן פריער געלערנט וועלן איצטער אָנהויבן לערנען מער. און ביי תלמידי הישיבה — ניט נאָר לערנען אין דעם סדר פון דער ישיבה, נאָר בהוספה ואליבא דנפשא. וועט ממילא אויך זיין שינוי מקום, וואָס דער ענין פון מקום אין רוחניות, זאָגט דער רמב"םד), מיינט דרגא ומצב. איז ממילא דורך שינוי מעשה ווערט אויך שינוי מקום.

און דורך שינוי מקום וועט אויך זיין שינוי השם, אַז ער וועט באַקומען דעם אמת'ן נאָמען חסיד. דער רבי האָט געזאָגט אַז מען מיינט אַז ווען מ'גיט אַ קנאַק אין דאַור נען, און מ'פאַרשטייט עפּעס חסידות, איז מען אַ חסיד. אַ חסיד הייסט דער וואָס לערנט חסידות אליבא דנפשי', דאַוונט באריכות און היט אָפּ צו לערנען די שיעורים.

דורך שינוי מעשה און שינוי מקום אַז ער וועט משנה זיין זיין מדריגה וועט ממילא אויך זיין שינוי השם, אַז מען וועט זיך קענען אָנרופן חסידים, חב"ד'סקע חסידים וואָס להם ניתנה הארץ אויף דורכפירן דאָרט דעם יפוצו מעינותיך, דעם נצחון פון חסידות וואָס דאָס איז דער ענין פון י"ט כסלו.

און אַז מען וועט אויספירן דעם ענין צו י"ט כסלו, איז אַזוי ווי דעם ערשטן י"ט כסלו איז געווען דער נצחון אַז דידן נצח, אַזוי וועט אויך זיין דעם י"ט כסלו אַז דידן נצח, און בקרוב ובעגלא דידן וועט אונז דער רבי פירן אַנטקעגן משיח'ן, אמן כן יהי רצון.

(משיחת ש"פ לך לך, תשי"א)

כב. *) וועגן דעם ענין פון בעל שם טוב, שטייט אין כתבים, אַז אין יענעם זמן זיינען אידן געשטאַנען אין472אַ מצב פון התעלפות. דערפאַר איז דעמאָלט נתגלה געוואָרן דער בעל שם טוב, וואָס ער האָט געהייסן מיטן אַלגעמיינעם נאָמען פון אידן — ישראל, וואָס דורך דעם האָט ער זיי אָפּגעמינטערט. אַזוי ווי מען זעט, אַז ווען איינער איז פאַר'חלש'ט בהתעלפות גדולה, איז דורך דעם וואָס מען רופט אים ביים נאָמען, כאַפּט ער זיך אויף פון זיין התעלפות.

כג. דער ביאור פון דעם איז;

אין חסידות רעדט זיך אַרום דער טעם פאַרוואָס דורך קריאה בשם וועקט מען יענעם אויף פון זיין התעלפות, ווייל די התעלפות פּועל'ט אַ העלם וסילוק החיות נאָר אין דעם חיות הגלוי, אָבער ניט אין עצם הנשמה, דאָס הייסט נאָר אין כוחות וחיות הגלוים, אָבער ניט אין עצם החיות, און אויף דעם העלפט די קריאה בשם, ווייל דער שם איז ממשיך דעם עצם, וואָס דאָס איז געבליבן גאַנץ.

ווייל דער ענין פון אַ שם, וואָס מען רופט אים מיט דעם נאָמען דוקא, איז דאָס ניט אַן ענין הסכמי בעלמא, נאָר ווי עס שטייט אין כתבי האריז"ל, אַז מען גיט אַריין מלמעלה אַ דיעה אין די עלטערן פון קינד, מען זאָל דעם קינד געבן דעם נאָמען וואָס איז מתאים און פאַרבונדן מיט דער נשמה, וואָס גייט אַריין אין דעם קינד, ביי אַ אינגל צום ברית, וואָס דעמאָלט איז די התחלת כניסת נפש האלקיתלז), און ביי אַ מיידל — וואָס אשה כמאן דמהילא דמיא *לז) — בשעת העלי' לתורה.

און ווייל דער שם איז פאַרבונדן מיטן עצם הנשמה, דערפאַר האָט דער שם בכוח צו ממשיך זיין און מגלה זיין פון עצם הנשמה אין די כחות הגלויים, וואָס דורך דעם מינטערט מען אים אָפּ פון זיין התעלפות.

כד. כשם ווי דאָס איז באדם הפּרטי, אַזוי איז דאָס אויך בכללות הקומה פון אידן, וואָס דער בעש"ט האָט אָפּגעמינטערט אידן פון זייער התעלפות.

דער רמז פון זיין נאָמען — ישראל — באַווייזט אויף דעם פּנימיות הענין, אַז עניני הבעש"ט טוען אויף דאָס וואָס קריאת השם טוט אויף כנ"ל.

מצד די גזירות ושמדות וואָס זיינען געווען אין יענער צייט, סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות, זיינען די אידן געווען אין אַ מצב פון התעלפות. דאָס מיינט ברוחניות אַ העלם וסילוק אין אַלע מדריגות ביזן עצם, ווייל דער עצם פון אַ אידן איז אַלעמאָל גאַנץ.

כה. די התגלות פון נשמת הבעל שם טוב, דערנאָך די הנהגות זיינע ותורתו תורת החסידות, וואָס ער האָט מגלה געווען, האָט דערגרייכט אין דעם עצם פון אידן, און האָט עס ממשיך געווען, אַז דאָס זאָל אַראָפּקומען אויך אין כחות הפּנימיים.

דערפון פאַרשטייט מען, אַז דער ענין החסידות איז ניט נאָר פאַר אַ געוויסער כתה אָדער אַ מפלגה, נאָר דאָס איז פאַר אַלע אידן.

473וויבאַלד אַז חסידות דאַרף מעורר זיין אידן פון התעלפות דורך צוקומען צו זייער עצם, איז דאָך דאָס שייך ומוכרח פאַר אַלע אידן.

כו. לימוד תורת הבעש"ט, — ובפרט ווי דאָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין הבנה והשגה, בכדי מען זאָל דאָס האָבן אין אַ פּנימיות, דורך דעם אַלטן רבי'ן אין תורת החסידות חב"ד — והנהגה בדרכי החסידים, רירט אָן אין עצם און עס איז ממשיך אין די כחות הגלוים, אַז אויך זיי זאָלן זיין פאַרבונדן מיטן אויבערשטן.

און דעם ענין האָט דער בעש"ט אויפגעטאָן ניט נאָר פאַר זיין דור, נאָר פאַר אַלע דורות ביז משיח'ן, און דעם כוח האָט ער אַריינגעגעבן אין זיין תורה, תורת החסידות, ודרכי החסידות, אַז דורך דעם ווערט מען נתעורר פון דער התעלפות.

און דאָס איז דער טעם וואָס ביאת המשיח איז תלוי בהפצת מעיינות תורת הבעל שם טוב, ווי עס איז ידוע דער ענטפער וואָס דער בעל שם טוב האָט בעת זיין עליית הנשמה באַקומען פון משיח'ן, אויף דער שאלה אימתי קאתי מר, האָט אים משיח געענטפערט, — לכשיפוצו מעיינותיך חוצה *ב).

ווייל דורך הפצת מעיינות תורת

הבעש"ט ווערן אידן נתעורר פון זיי־

ער התעלפות, עס ווערט גילוי העצם

וואָס דאָס ברענגט ביאת המשיח.

כז. פון דעם איז אויך מובן, אַז

מדור לדור וואָס דער חושך ווערט גרעסער און במילא ווערט גרעסער די התעלפות, דאַרף מען מער אָנקומען צו תורת החסידות.

און דערפאַר האָבן רבותינו מדור לדור אַלץ מער מגלה געווען און מפרסם געווען תורת החסידות, סיי דורך דעם וואָס מען האָט אַראָפּגעטראָגן חסידות מערער אין הבנה והשגה, און סיי אין דעם ענין הפּרסום, מען האָט עס מערער מפרסם געווען, בכדי אַז דאָס זאָל אָנקומען צו אַלע אידן.

איז דאָך מובן דער גרויסער חוב און גרויסער זכות וואָס יעדער איינער האָט אויף להפיץ מעיינות תורת החסידות ודרכי החסידות — חוצה. וואָרום בדורנו זה, וואָס דער חושך ווערט אַלץ גרעסער, מוז מען נאָך מער צו דעם אָנקומען.

און דורך דעם יפוצו מעיינותיך חוצה וועט מען זוכה זיין צו דעם קאתי מר במהרה בימינו.

{*

כח. אין עבודת ה' זיינען פאַראַן צוויי אופנים; א) סור מרע, ב) ועשה טוב, דאָס מיינט אַז ער טוט בעיקרו אין דעם ועשה טוב, ובמילא האָט ער קיין שייכות ניט צו רע.

דער חילוק פון די צוויי דרכים

אין עבודה איז דאָס בכלל דער חילוק

צווישן דעם דרך פון מוסר און דעם

דרך פון חסידות.

מוסר איז (בעיקרו) אַ דרך פון

סור מרע. ער טראַכט אין דעם ווי

רע ומר עזבך את הוי'יד), ווי עס איז

ניט גוט דער צד השמאל, יצר הרע,

ובמילא איז ער אים דוחה, אין אַן

אופן פון סור, דורך תעניתים וסיגו־

פים.

474חסידות אָבער פאַרנעמט זיך בעיקרו מיט — התבוננות בטוב. חסידות איז מבאר און רעדט אַרום דעם טוב טעם אין אלקות, די געהויבנקייט און געשמאַקייט פון אַ נשמה, און בשעת ער דערהערט דאָס — האָט ער במילא ניט קיין שייכות צום רע.

און דער אופן ווי ער האָט ניט קיין שייכות צום רע, איז דאָס אויף אַן אַנדער אופן ווי דורך דעם דרך פון מוסר. וואָרום דורך דער עבודה פון סור מרע ווי על פּי מוסר, ווערט ער דאָך ניט העכער. ער בלייבט במקומו, און וויבאַלד אַז ער פאַרבלייבט במקומו — איז בכדי אויסצוהיטן זיך ער זאָל ניט דורכפאַלן חס ושלום, מוז ער ברעכן דעם גוף, דורך תעניתים וסיגופים.

מה שאין כן דורך דער עבודה פון חסידות, וואָס ער טוט אין דעם טוב, התבוננות והעמקת הדעת אין אלקות כו', ווערט ער דאָך העכער מצד דעם אור אלקי וואָס עס לייכט אין אים במוחו ולבו, וואָס דורך דעם ווערן אויך זיי ליכטיקער, און מען קען לייכטער דינען מיט זיי דעם אויבערשטן. במילא דאַרף ער ניט ברעכן דעם גוף, ווי עס איז ידוע דער פּירוש הבעש"טמ) אויפן פּסוק עזוב תעזוב עמו, אַז מיטן גוף גופא זאָל ער דינען דעם אויבערשטן, וואָרום זיין גוף אַליין איז געוואָרן העכער און איידעלער.

כט. על פּי זה וועט מען אויך פאַרשטיין די דעה *א) וואָס האַלט אַז דער ענין פון חינוך קטן איז דאָס נאָר אין מצוות עשה, ועשה טוב, און ניט אין מצוות לא תעשה, סור מרע. אף על פּי וואָס לכאורה כיון שצריך לחנכו כל שכן שצריך להפרישו מאיסורא*48)).

ווייל דער עיקר עבודה וואָס מען דאַרף טאָן איז אין ועשה טוב, אויסאיידלען אים, אויפהויבן אים, און דורך דעם איז אַז ער וועט ווערן מחוייב אין מצוות, וועט ער במילא זיין אָפּגעהיט אין סור מרע.

ל. מען האָט אַמאָל געפרעגט, — כמדומה, דעם בעש"ט — וואָס האָט אויפגעטאָן חסידות אויף די פריערדיקע, דעם ראשית חכמה, של"ה כו', וועלכע זיינען אויך מיוסד אויף קבלה?

האָט ער געענטפעהט מיט אַ משל;

בשעת אַ גנב קומט גנב'נען זיינען פאַראַן צוויי אופנים ווי דער בעל הבית פאַרהיט זיך פון אים;

איין אופן איז, אַז דער בעל הבית הויבט אָן שרייען, דערשרעקט זיך דער גנב און אַנטלויפט. פונדעסטוועגן איז שייך אַז דער גנב זאָל קומען נאָכאַמאָל גנב'נען.

עס איז פאַראַן אַ צווייטער אופן, אַז דער בעל הבית כאַפּט דעם גנב און פּועל'ט אויף אים, אַז ער ווערט אויס גנב. און דאָס איז — האָט ער אויסגעפירט — דער אויפטו פון חסידות אויף די פריערדיקע.

(משיחת אחש"פ, תשט"ז)

לא. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אַמאָל געזאָגט, אַז ער וויל ח"ו ניט ממעט זיין אין קיינעמס דמות, ער וויל נאָר476ריידן אין דער מעלה פון דעם ענין אין וועלכן ער רעדט.

אויך איצטער איז דאָס וואָס מען רעדט מיינט מען ח"ו קיינעם ניט ממעט זיין, מען רעדט נאָר אין דער מעלה פון חסידות חב"ד.

לב. דער חילוק פון שיטת חב"ד ושיטת חסידות פּוילן קען דאָך זיין נאָר איצטער. די שיטה פון חב"ד איז אַז יעדער איד דאַרף האָרעווען אויף הבנה והשגה באלקות, און שיטת חסידות פּולין איז (כידוע המאמר מהרה"ק הר"ש קאַרלינער ז"ל), וצדיק באמונתו יחי', אל תקרי יחי' אלא יחי' (החי"ת בפּתח), עס איז פאַראַן דער צדיק וואָס האָרעוועט, און די איבעריקע איז מיט און דורך די אמונת צדיקים וואָס זיי האָבן, איז זיי דער צדיק מחי'*48)).

די צוויי שיטות זיינען שייך נאָר איצטער. אויף לעתיד זיינען דאָך אַלע מודה, אַז דעמאָלט וועט זיין, ומלאה הארץ דעה את הוי' כמים לים מכסיםמד), אַז אַלע אידן וועלן האָבן הבנה והשגה אין אלקות, ווי ער זאָגט, כי כולם ידעו אותימח).

לג. איצטער איז דאָך די צייט וואָס פאַר משיח'ן, במילא איז ווי אַלע ענינים דלעתיד דאַרף מען מאַכן אַ הכנה און אַ כלי דערצו בזמן הגלות, די כלי דאַרף דאָך זיין מעין האור והגילוי, במילא דאַרף אויך איצטער זיין מעין פון דעם כולם ידעו אותי, אַז אַלע אידן דאַרפן האָרעווען אויף הבנה והשגה באלקות.

ועל דרך דאיתא בפּרי עץ חייםמח) און אַנדערע זיינען זיך אַזוי נוהג בפּועל, אַז פרייטיק פאַרזוכט מען פון די מאכלים פון שבת, כמו שכתוב, טועמי' חיים זכו.

— ביי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָב איך ניט געזען אין גשמיות די הנהגה, אָבער ברוחניות דאַרף דאָך אַודאי זיין אַזוי, ניט נאָר פרייטיק נאָר די גאַנצע וואָך —

עס איז דאָך שית אַלפי שני הוי עלמא. קומט דאָך אויס אַז איצטער איז שוין פרייטיק און נאָך האַלבן טאָגמז), דאַרף דאָך אַודאי זיין דער טועמי' חיים זכו, דער לימוד החסידות בהבנה והשגה, וואָס דורך דעם וועט מען צוקומען צום כולם ידעו אותי.

לד. אין איצטיקן זמן מוז מען אָנקומען צו לימוד החסידות חב"ד, מנהגי' והדרכותי'. אין איצטיקן זמן איז דאָס אַ דבר המוכרח, ניט נאָר דע את אלקי אביך צוליב ועבדהו בלבב שלם, שלימות העבודה, נאָר אויך צוליב לימוד התורה וקיום המצוות בהידור — כפשוטו.

אַ ראי' מוחשית אויף דעם האָבן מיר געזען בתקופתנו אין די מדינות וואָס דאָרטן זיינען געווען גרויסע נסיונות אויף לימוד התורה וקיום המצוות, אַז די וועלכע האָבן געלערנט חסידות חב"ד און געפירט476זיך בהנהגותי' והדרכותי', די זיינען דורכגעגאַנגען אַלע נסיונות און געבליבן גאַנץ בלימוד התורה וקיום המצוות.

די וואָס לית ברירה — דאַרף זיין דחק ללימוד זה ונכנס. ואין לך דבר העומד בפני הרצון.

די וועלכע האָבן נאָך ניט געהאַט קיין קביעות אויף לערנען חסידות חב"ד דאַרפן זיי אָנהויבן לערנען, און די וועלכע האָבן שוין פריער אויך געלערנט — דאַרפן זיי מוסיף זיין, און אַ גרויסע הוספה, גאָר אַ גרויסע הוספה, ביז אַז דער תוספות וועט זיין מרובה על העיקר.

וואָס דאָס וועט זיין אַ הכנה וכלי צום כמים לים מכסים, אין דעד גאולה השלימה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.

(משיחת ש"פ בראשית, תשי"ז)

לה. אין דעם ענין פון חינוך איז דאָ אַן אונטערשייד צווישן דעם לערנען פון גליא דתורה — דעם אָפענעם, אַנטפּלעקטן חלק פון תורה — און פּנימיות התורה — דעם אינערלעכן, פאַרבאַהאַלטענעם טייל פון תורה, וואָס ווערט דערקלערט אין קבלה און חסידות.

אויף גליא דתורה שטייטמח): „קטן משיודע לדבר אביו מלמדו תורה", ווי נאָר אַ קליין קינד ווערט אימשטאַנד צו ריידן דאַרף מען אים אָנהויבן צו לערנען תורה. אין דער צייט ווען פּנימיות התורה — כאָטש ביי חסידים הויבט מען דאָס אויך אָן פאַר בר־מצוה, איז עס אָבער פיל שפּעטער ווי „משיודע לדבר".

דאָס איז אָבער נאָר בנוגע צו דעם לערנען און דעם פאַרשטיין פּנימיות התורה. דעם ענין פון חסידות, די לעבעדיקייט און וואַרעמקייט פון חסידות, מוז מען אַריינגעבן אויך אין יעדער פּיצל קינד.

לו. דער תניא איז די „תורה שבכתב" פון חסידותמט). דאָך, ווען מען האָט געלערנט מיט דעם רבי'ן (דעם שווער) אלףבית, וואָס דאָס איז דאָך דער אָנפאַנג פון נגלה דתורה, האָט מען דאָס אָנגעפאַנגען אין שער־בלאַט פון תניא.

דער צוועק פון דעם איז צו געבן דעם קינד אַן אָנפאַנג אויך אין דעם לערנען פון חסידות.

כדי אַ קינד זאָל שפּעטער נעמען דעם לערנען און פאַרשטאַנד פון חסידות דאַרף מען עס פריער דורכנעמען, אין אַלגעמיין, על כל פּנים. דאָס מיינט, אַז די לעבעדיקייט, די האַרציקייט און וואַרעמקייט פון חסידות דאַרף מען אָנהויבן איינפלאַנצן אין אַ קינד ווי ער ווערט נאָר אַלט אַכט טעג — וואָס דאַן איז דער אָנפאַנג פון דעם אַריינקום פון דעם נפש האלקית80)), די ג־טלעכע נשמה, און אַפילו נאָך פריער, אין אַ קינד פון איין טאָג.

אין אַ חסידישער הויז דאַרף יעדער קינד דערפילן די וואַרעמקייט און לעבעדיקייט אין וועלכער ער האָדעוועט זיך, און דאָס איז אָפּהענגיק ניט אַזוי פיל אין דעם מאַן ווי אין דער פרוי, די „עקרת הבית",

477אין איר ווענדעט זיך אַז די היים

זאָל זיין אַ חסידישע היים און אַז

דער קינד זאָל דאָס פילן.

לז. און דער ענין החסידות אין

שטוב דאַרף זיך דערפילן אין אַלע

דריי טיילן, אין תורה, עבודה און

גמילות חסדים.

אין תורה; עס דאַרף זיך פילן

דער חיות און ברען אין תורה וואָס

זי איז דעם אויבערשטנס תורה, דעם

אויבערשטנ'ס חכמה. אין לערנען

דאַרף מען פילן אַ התלהבות און

אַ יראה ווי ביי מתן תורה (כמאמר

רז"לא) מה להלן וכו'). און דאָס

ניט נאָר ווען ער זאָגט אַ טיפן

פּלפּול, נאָר אויך אין אַ פּשוט'ן

פּסוק חומש מיט רש"י, אָדער אַפילו אָן רש"י, און אַפילו אין לערנען אלף־בית. אַז מען לערנט מיט אַ קינד אלף־בית דאַרף זיך פילן אַז דאָס איז חכמתו של הקב"ה, דעם אויבערשטנס חכמה.

אין גמילות חסדים: אַ קינד דאַרף אָנהערן אַז אין שטוב גיט מען אַ פולע צדקה, ניט אַ צענט־חלק (מעשר), ניט אַ פינפט־חלק (חומש), נאָר אן קיינע באַגרענעצונגען. אַז מען ווייסט אַז יענעם איז ענג מצד וואָס פאַר אַ סיבה עס זאָל ניט זיין, וואָרט מען ניט אַז יענער זאָל קומען בעטן, נאָר מען פעדערט זיך און מען גיט אָן אַ באַגרענעצונג.

אין עבודה2 ווען דער מאַן בלייבט

אין שול דאַוונען נאָכן מנין, איז

כאָטש דער מנין האָט געענדיקט דאַוו־

נען מיט עטלעכע שעה פריער, דאַרף

די שטוב וויסן אַז ער קומט שפּע־

טער ווייל ער דאַוונט תפלה בציבור, ם לויט דעם חסידישן טייטש פון ז „בציבור", — וואָס מיינט, צוזאַמענ־

נעמען אַלע כחות פון דער נשמה און אַלע בירורים.

לח. אָט דעם טייטש פון תפלה

„בציבור" האָט דערמאָנט דער רבי

דער שווער אין אַ מעשה וואָס ער

האָט דערציילט אין נאָמען פון זיין

פאָטער, כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע,

וועגן זיין שווער, כ"ק הרה"צ וכו'

הריי"צ נ"ע.

הרה"צ הריי"צ נ"ע איז געווען אַן

איידעם ביי כ"ק הרה"צ וכו' ר' יעקב

ישראל טשערקאַסער. ווען ר' יעקב

ישראל האָט געפרעגט ביי הריי"צ

נ"ע ווי ער פירט זיך מיט דאַוו־

נעןא), האָט ער געענטפערט, אַז ער באַמיט זיך צו דאַוונען בציבור. איז ר' יעקב ישראל געווען צופרידן פון דעם ענטפער.

אַמאָל האָט ר' יעקב ישראל געשיקט רופן דעם ריי"צ. האָט דער שליח געפונען אַז ער דאַוונט נאָך. ביי ר' יעקב ישראל'ן איז דאָס געווען אַ וואונדער, ווייל דער מנין האָט שוין געהאַט געענדיקט דאוונען. מיט אַ צייט שפּעטער האָט ער געשיקט דעם משרת נאָך אַמאָל, אָבער דער ריי"צ האָט נאָך אַלץ געדאַוונט. אַזוי איז געווען עטלעכע מאָל און עס האָט געדויערט גאָר אַ לאַנגע צייט. ווען דער ריי"צ האָט געענ־

דיקט דאַוונען האָט ר' יעקב ישראל

ביי אים געפרעגט: דו האָסט דאָך

מיר געזאָגט אַז דו באַמיסט זיך

דאַוונען בציבור? האָט אים דער ריי"צ478נ"ע געענטפערט, אַז ער האָט גע־צו פאַרבינדן זיי מיט דעם אויבערשטן. הערט פון זיין פאָטער, כ"ק אדמו"ר איז ער אַ גביר, האָט ער דאָך אַ הצמח צדק נ"ע, אין נאָמען פון אַלטן סך צונויפצוזאַמלען; איז ער, ר"ל, רבי'ן, אַז דער ענין פון תפלה בצי־אַ קבצן, האָט ער אַ סך חובות, און בור איז, „לצבור", צונויפזאַמלען אַלע צונויפקלייבן יענעמס ניצוצות געכחות הנפש און אַלע ניצוצות (ט־דויערט נאָך מער צייט

לעכע פונקן), און דאָס נעמט ביי

פילן זיך אין הויז, און דערגרייכן

לט. אין דאַוונען דאַרף מען אויפ־אויך דעם קינד, ווערט דאַן פאַרהויבן צו דעם אויבערשטן אַלע גע־בונדן די אינערלעכע (פּנימיות) פון דאַנקן, אַלע געפילן און אַלע מעשים זיין נשמה מיט פּנימיות פון הקב"ה. פון דעם טאָג. דאָס מיינט תפלה

בציבור. איז ניט קיין וואונדער אַז וועלכן מען לערנט אין שער פון מען קומט פון שול שפּעטער, ער תניא, וואָס דאָס איז אויך אַ הקדמה דאַרף דאָך צונויפזאַמלען אַלע זיינע צום לערנען און דערהערן תורת ענינים, די הויז מיט דעם געשעפט, החסידות.

און מיט דעם אַלעמען דאַוונען אויף

וישב

א. די פּרשה וישב, הויבט זיך וינה לאלומתי, ד. ה. אַז מאלמים אָן מיט יוסף'ס חלום, והנה אנחנו אַלומים וגו' איז די עבודה און דער מאלמים אלומים בתוך השדה וגו' וועג ווי צו דורכפירן דעם תכלית והנה תסובינה אלומותיכם ותשתחוינה פון גלות מצרים, וואָס דאָס איז

דער רכוש גדול און מתן תורה. " א א מ א מז אמא מז מא מאר ממר

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ta7dcvnw

Copies

Recent activity

#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · approved

Sources