Likkutei Sichos
Addenda - sichos 31
632משמט. בשעתא חדא וברגעא חדא40)) אין זייער ענין, וואָס דאָס איז — קען מען תשובה טאָן, ושבת עד ה'
אלקיך41)) וועלכער איז משמט אַלע
חובות, און ער, דוקא42)), גיט לשנה דער זמן פון אורי וישעי, דער זמן הבאה, בני חיי ומזוני רויחי, אַ פון תשובה אין וועלט, דאַרף זיך כתיבה וחתימה טובה בטוב הנראה דאָס אָפּשפּיגלען ביי אַ תלמיד, אין
לערנען די ענינים הנ"ל.
און אויך די תלמידים וואָס געפיאאאאא אאא א א אם רר מר ער תובן מרער וארם דער אר איז קעמם כר אר מאר זבה רת או אמאא אר ר א אז אד א
וואָרום אַלע ענינים וואָס קומען איז דאָס געזאָגטע שייך אויך צו זיי פאַר אין בריאה, דאַרפן זיי זיך
אָפּשפּיגלען ביי די תלמידי הישיבה,
תצא
א. אין היינטיקן (מאָנטיק) שיעור
חומש זאָגט ער; לא תראה חמור בשעת מען איז מבאר ענין הקו, גיט אחיך או שורו נופלים בדרך והתע־ מען אויף דעם דעם משל פון אַ
דרך, וואָס איז מחבר עיר הגדולה
דרך איז אַ ממוצע צווישן רשות והיכל המלכות מיט עיירות קטנות היחיד און רשות הרבים.
אויך דעם משל פון אַ צינור, אַז ב*40) זע זהר ח"א קכט א7ב. קוושין מט' בשעת מען דאַרף אַנגיסן מים מן
41) זע רמב"ם הל' תשובה פ"ז הלכה —
־. לקוטי תורה דברים כז, א. ד"ה אמר מתפּלל אויף בני חיי ומזוני, כאָטש — רשב"נ ה'תר"ץ (ספר המאמרים — קונטרסים לאו בזכותא תליא, וייל דורך תפלה צום
אויבערשטן אַליין, דורך תשובה וטל תורה,
42) וואָרום בני חיי ומזוני לאו בזכותא קען מען משנה מזל זיין (תוספות שבת (פון בית דין שלמעלה) תליא אלא במזלא קנו, א. זע אויך תענית כה, א. ביאורי תליא (וואָס הענגט אָפּ נאָר פון אויבערשטן הזהר פ' וירא. המשך מים רבים תרל"ו אַליין) (מו"ק כח, א. זהר ח"א מג, ב. שם פּרק קעד. חנוך לנער בסופו. עי"ש).
רנז, ב. ובכ"מ)) — דערפאַר איז מען633הנהר הגדול, וואָס זיי גייען בתוקף גדול, אין כלים קטנים, מוז מען האָבן אַ צינור, וואָס טיילט זיך דערנאָך אויף צינורות קטנים, וואָס דורך זיי קען אָנקומען די וואַסער ביז אין כלים היותר קטנים שבריחוק מקום ביותר. —
בשעת אַז מען וויל מוסיף זיין נאָך אַן ענין אויסער דרך, קען דאָס זיין אויף צוויי אופנים; מוסיף זיין שור וחמור הנופלים ברפת, רשות היחיד, אָדער מוסיף זיין הנופלים ברשות הרבים. זאָגט ער אין ספריז) אַז מען איז מוסיף רשות הרבים, אָבער אין רפת איז ניטאָ קיין חיוב הקמה.
ב. דער ענין מכל הנ"ל אין חינוך; קודם החינוך איז דאָך עיר פּרא אָדם יולדח). עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס זיי זיינען כבהמה, ובכללות) צי שור — בהמה דקדושה, צי חמור — בהמה דלעומת זה, אויף וויפל עס איז שייך לעומת זה ביי אַ אידן.
איז בשעת מען זעט דעם חמור אָדער דעם שור נופלים (ממדריגתם, אַראָפּגעפאַלן אויך די משא וואָס זיי דאַרפן טראָגן) בדרך, איז הקם תקים עמו.
דאָס גופא וואָס תראה — מען ווייזט אים — איז אַ ראי' אַז דאָס האָט אַ שייכות צו אים. וכמאמר הבעש"ט) אַז אַלץ וואָס אַ איד זעט און הערט איז דאָס בהשגחה פּרטית, אויף אויסנוצן דאָס אין עבודת הא דם לקונו.
הגם ער מיינט אַז ער שטייט אין אַ העכערער מדריגה, און אפשר שטייט ער טאַקע אין אַ גאָר גרויסער מדריגה, מכל מקום האָט עס אַ שייכות צו אים. ווי דער פּסוק זאָגט אָחיך, בתוספות לאַנגער כ"ף, דאָס איז דיין ברודער.
זעענדיק ווי יענער געפינט זיך בדרך, ניט אין רשות היחיד, נאָך מערער — אַפילו אויב יענער געפינט זיך אין רשות הרבים, היפּך רשות היחיד יחידו של עולם, קען ער דאָך טענה'ן מה לי ולצרה הזאת. זאָגט מען אים, ניין, עס ליגט אויף אים אַ חוב אָפּלייגן זיינע ענינים און מקיים זיין מצות הקם תקים.
ואדרבה, דער חיוב איז דוקא בדרך ורשות הרבים. אויב נופלים ברפת, וויבאַלד זיי זיינען ברשות היחין — איז ניטאָ חובת הקמה, זיי וועלן אַליין אויפשטיין, דער חיוב איז בדרך, און נאָך מערער ברשות הרבים — וואָרום ס'איז דאָך חומר בדברי סופ רים מבדברי תורהח).
מצות הקמה בדרך — דאַרף מען טאָן בזריזות ובשמחה כנ"ל. אָבער ברשות הרבים — דאַרף מען טאָן מיט נאָך אַ גרעסערן געשמאַק, וואָרום — ערבים עלי דברי סופרים יותר מדברי תורה).
ג. ובנוגע לענינינו; דאָס וואָס מען האָט גערעדט בענין הנסיעות אויף טאָן במוסדות חינוך, קען מען דאָך וועלן שטעלן אַ תנאי און אויסקלייבן בדוקא ערטער וואָס זיינען634נענטער צו אים, ערטער וואָס דאָרטן איז דאָ מערער יראת שמים;
זאָגט מען אויף דעם, אַז בשעת מען קען אויפטאָן אין אַ מקום רחוק ופינה נדחת, נדחת בגשמיות וברוחניות, איז ניט נאָר בפּשיטות אַז — הקם תקים, ניט נאָר בפּשיטות אַז דאָס טאָר ניט מחסר זיין אין דער זריזות ושמחה, נאָר נאָך מער — עס דאַרף נאָך פאַרשטאַרקן דעם חיות, די זריזות ושמחה.
ד. דער ענין פון שור וחמור נופלים בדרך — איז אויך שייך אין די מוסדות חינוך וישיבות עצמם. בשעת מען זעט אין דעם תלמיד אַן ענין פון שור וחמור נופלים, און נאָך מערער אַז זיי געפינען זיך אין רשות הרבים, איז ניט שייך קיין תירוץ — ניט מצד דעם משפּיע, ניט מצד דעם ראש ישיבה וראש מתיבתא, ניט מצד דער הנהלה — אַז ס'איז ניט לפי כבודם, מען האָט קיין צייט ניט וכו'. ועל דרך זה — אַז פון די אויסגערעכנטע זען דאָס אין זיך אַליין, איז ניטאָ קיין אָרט אויף והתעלמת אָדער טענה המדומה — אַז עס איז ניט לפי כוחם, עס מוז זיין דער הקם תקים.
וואָרום דער ציווי מיט אַלע פּרטים וענינים הנ"ל איז געזאָגט געוואָרן לכל אחד ואחד מהתלמידים, מהמשפּיעים, מהראשי־ישיבות ומחברי ההנהלה, אַלס יחידים און אַלס אַ כלל (התלמידים בכללם — ביז צו כללות ההנהלה).
און וויבאַלד אַז מען מאָנט עס — איז ברור הדבר אַז מען גיט כחות אויף דעם. און אַז ער וועט באמת וועלן ממלא זיין דעם ציווי — וועט ער קענען.
וואָרום אַזוי ווי אַלע מצוות שבתורה זיינען געזאָגט בלשון וואָס האָט צוויי פּירושים; ציווי און הבטחה, אַזוי אויך דער הקם תקים. בשעת עס דערהערט זיך דער ציווי: דו זאָלסט אויפשטעלן, דאַן קומט דער פּירוש הפּנימי: מען איז מבטיח, דו וועסט אויפשטעלן.
ה. אַ חיזוק אין דעם איז אויך דאָס, וואָס במדינה זו איז דער סדר, אַז די התחלת זמן הלימוד איז בחודש אלול. די צייט וואָס המלך בשדהט), די י"ג מדות הרחמים זיינען בהתגלות, באופן אַז יעדן איינעם איז המלך מקבל בסבר פּנים יפות ומראה פּנים שוחקות לכולם כנ"ל — וואָס דאָס גיט כוח יעדערן אויף אויספירן וואָס עס מאָנט זיך פון אים.
דאָס אַלץ איז שייך לתלמידי ישיבות בכלל ולתלמידי תומכי תמימים ביחוד, וואָרום דער ענין פון תורה בכלל און אופן לימודה אין תומכי תמימים בפרט — איז דאָך מאחד ומחבר זיין גליא מיט סתים דתורה און דורך דעם אויך גליא וסתים דנשמה מיטן גליא וסתים דקוב"ה — ביז מען קומט צו צום מילוי הבקשות; בקשו פני את פּניך ה' אבקש.
און באור פּני מלך חיים — דאָס איז ממשיך פון פּנימיות ועצם הטוב אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, למטה מעשרה טפחים, בטוב הנראה והנגלה.
636ו. ועל דרך זה איז אויך מרמזי הסדרה: כי תצא למלחמה על אויביך, די מלחמה מיטן אייגענעם נפש הבהמית, די מלחמה מיט דער סביבה, מיטן גוף ונפש הבהמית פון זולת, איז דער סדר אין דעם כי תצא, ניט וואַרטן ביז יענער וועט קומען מלחמה האָבן צו דיר, נאָר אַרויסגיין צו יענעם. ווי מען האָט שוין אַמאָל גערעדט)) אַז אויב דער אויב קומט אין זיין שטח, איז אַפילו ווען ער איז מנצח די מלחמה איז לא ימלט עס זאָל ניט זיין עפּעס אַ הירוס וחורבן שנגרם מצד המלחמה, מה שאין כן — כי תצא — בשעת מען גייט מיט אַ מלחמת תנופה לשטח האויב.
און דעמאָלט איז ושבית שביו. די שבי וואָס ס'איז געווען געפאַנגען ביי אויביך, ביי דיין אויב, — אַ שבי וואָס איז פאַרבונדן מיט דיר.
ער זאָל ניט מיינען אַז ער טוט יענעם אַ טובה, ובמילא איז וויפל ער וועט ניט טאָן — איז מספּיק. זאָגט מען אים, ער זאָל וויסן אַז דאָס איז שביו פון אויביך — דאָס איז נוגע אים, און נאָך מערער ווי צום צווייטן. דאָס זיינען זיינע ניצוצות וואָס געפינען זיך אין לעומת זה און ער דאַרף זיי פון דאָרטן אַרויסנעמען. וכנ"ל בענין כי תראה, וויבאַלד ער זעט עס און ווייס פון דעם — האָט עס אַ שייכות צו אים.
און אַזוי ווי געזאָגט פריער — די פּרשה איז בלשון ציווי ובלשון הבטחה. בשעת ער דערהערט דעם ציווי, טוט ער דאָס בשמחה ובטום לבב, ומובטח לו אַז ושבית שביו.
ז. עס איז דאָך לפום צערא אגראי). וויבאַלד אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט צער פון אַ מלחמה, מצד דעם העלם והסתר אויף מילוי שליחותו, האָט ער לפום זה די אגרא, ער נעמט עצמות, וכמבואריא) על פּסוק יעשה למחכה לו אינון דדחקין למילה דחוכמתא, אַז דורכן ברעכן ההעלם והסתר נעמט ער עצמות.
וואָס דורך דעם קומט מען צו לקיום היעוד28)) לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה, בביאת המשיח שנקרא שלום28)), וכמו שכתוביד) שר שלום — למרבה המשרה ולשלום אין קץ.
ווי ער זאָגט אין אגרת הקדשיא) אַז איצטער דאַרף זיין בירור הניצוצות. לעתיד וועט נשלם ווערן בירור הניצוצות ויופרד הרע מהטוב וכו' וועט מען דעמאָלט ניט דאַרפן מברר זיין בירורין נאָר די עבודה וועט זיין ליחד יחודים עליונים יותר להמשיך אורות עליונים יותר מהאצילות. וואָס דאָס איז דער ענין פון שלום, שלום אין קץ. אָבער דאָס גופא האָט מען דוקא דורך דער עבודת הבירורים איצטער, דעם תצא למלחמה.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-ak7kn3zw