עברית
Library

Likkutei Sichos

Shoftim

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

380פרשת שופטים

א. מען האָט גערעהטא) באריכות, אַז אלול איז אַן ענין פון ערי מקלט.

איז פאַראַן אַ הוספה צו דעם;

אויף דעם ענין שופטים ושוטרים שטייט אין ספרי)) אַז די שופטים ושוטרים)) זיינען געווען בכל מושבו־

תיכם אויך אין חוץ לארץ. יכול — זאָגט דער ספרי — אַז אויך ערי מקלט זיינען געווען אין חוץ לארץ, תלמוד לומר אלה כו', ערי מקלט זיינען געווען נאָר אין ארץ ישראל. פונדעסטוועגן, זאָגט ער אין ספרי) אַז אויך אַ רוצח שבחוץ לארץ ערי מקלט קולטות, נאָר די ערי מקלט381אַליין זיינען געווען אין ארץ ישראל דוקא.

פון דעם וואָס דער ספרי שטעלט צו שופטים ושוטרים צו ערי מקלט, אַז אַזוי ווי שופטים ושוטרים זיינען געווען אין חוץ לארץ אַזוי וואָלט מען וועלן מיינען אַז אויך ערי מקלט זיינען געווען אין חוץ לארץ, איז געדרונגען אַז ערי מקלט האָבן אַ שייכות צו שופטים ושוטרים.

דער ענין פון שופטים און אַפילו שוטרים שהיו רודים — איז ניט געווען צוליב מעניש זיין, נאָר די כוונה איז געווען אַז דורך דעם זאָל זיין אַ זיכוך)). און אַזוי איז אויך דער ענין פון ערי מקלט, גלות — גלות מכפרתח). דער פּירוש כפּרה איז ווי דער אַלטער רבי טייטשט אין אגרת התשובהז) כפּרה מלשון קנוח, עס ווישט אָפּ און נעמט אַראָפּ דעם חטא, און אויף אַזוי פיל אַז ער ווערט מרוצה ווי קודם החטא, ובמילא וואָלט מען וועלן מיינען אַז דאָס איז געווען אויך אין חוץ לארץ, וואָרום ארץ ישראל וואָס איז ארץ סתםח) איז — כמאמר)) למה נקרא שמה ארץ שרצתה לעשות רצון קונה, און חוצה לארץ מיינט חוץ פון דעם רצון, האָט מען דאָך אין חוץ לארץ געדאַרפט באַוואָרענען מער ווי אין ארץ ישראל, פונדעסטוועגן זיינען נאָר שופטים ושוטרים געווען אויך אין חוץ לארץ, אָבער ערי מקלט — נאָר אין ארץ ישראל.

ב. אין תשובה זיינען פאַראַן צוויי עניניםי), חרטה על העבר וקבלה על להבא, און ווען איז דאָס אַ גוטע חרטה, בשעת אַז מכאן ולהבא איז ער מקבל אויף זיך פירן זיך ווי מען דאַרף, וואָרום אויב ניט, איז וואָס איז די פּעולה פון זיין חרטה, עס איז כטובל ושרץ בידו.

דערפאַר זיינען ערי מקלט נאָר אין ארץ ישראל. וואָרום אויב ער זאָל פאַרבלייבן אין דרויסן פון דעם ארץ שרצתה לעשות רצון קונה איז וואָס איז די פּעולה פון זיין חרטה. און דערפאַר זיינען ערי מקלט קולטות אויך אַ רוצח פון חוץ לארץ, אויך אים העלפט גלות, אָבער דער גלות אַליין מוז זיין אין ארץ ישראל דוקא, ונס שמה.

דער ענין פון שופטים ושוטרים, אָבער, איז געווען אויך אין חוץ לארץ, וואָרום וועגן משפּט'ן יענעם, שטייט דאָךיא), אַל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו; בית דין שבארץ ישראל קענען ניט וויסן די העלמות382והסתרים וואָס זיינען פאַראַן אין חוץ לארץ, ווי אויף יעדער ענין אין מעשה, און אַפילו דבור ומחשבה, דאַרף מען האָבן אַזוי פיל יגיעה, און ס'זיינען פאַראַן אַ סך נסיונות. אין ארץ ישראל — אַ מצב וואָס עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנהיב) — האָט מען גאָר ניט קיין מושג אין דעם, דעריבער האָבן די שופטים ושוטרים געדאַרפט זיין אויך אין חוץ לארץ, אויף משפּט'ן די אידן פון חוץ לארץ.

ווי עס איז באַוואוסט דער סיפּור פון מיטעלן רבי'ן, און פון כ"ק אדמו"ר הצמח צדקיג) אַז אַמאָל אינמיטן יחידות האָט ער מפסיק געווען אויף אַ משך זמן, און נאַכהער געפּראַוועט יחידות. בשעת מען האָט אים געפרעגט דעם טעם אויף דעם, האָט ער דערקלערט, אַז בשעת מען קומט אויף יחידות פרעגן אַ תיקון דאַרף מען געפינען בדקות דדקות על כל פּנים דעם ענין ביי זיך, און דעמאָלט קען מען ענטפערן. בשעת מען איז געקומען צו אים פרעגן אויף זייער אַ נידעריקן ענין, האָט ער ניט געקאָנט געפינען ביי זיך דעם ענין אַפילו בדקות דדקות, האָט ער מפסיק געווען די יחידות.

וואָס דאָס איז אויך דער ענין וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו, בשעת דעם חטא העגל, לך רד כי שחת עמךיד). משה איז דאַן געווען אויפן הימל למעלה מעלה, לחם לא אכל ומים לא שתה, די אידן זיינען געווען למטה מטה, האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט שחת עמך, זיי זיינען דיין עם — וואָס דורך דעם האָט משה געהאַט אַ פאַרבונד מיט זיי און געקענט אויף זיי מלמד זכות זיין.

ועל דרך ווי דער אַלטער רבי שרייבט אין בד קודש, אַז ער וויל ניט אַז דער משפּט זאָל זיין דורך שרים, אויף שרים קען מען זיך ניט פאַרלאָזן, נאָר מען בעט אַז מלפניך (דוקא) משפּטי יצא עיניך תחזינה מישריםיח), די שרים פילן ניט וואָס די העלמות והסתרים זיינען, דעריבער דאַרף מען האָבן דעם משפּט פון אַ נשמה אין אַ גוף — מלפניך דוקא. דאָס איז אויך דער ענין פון דעם וואָס די שופטים ושוטרים האָבן געדאַרפט זיין אין חוץ לארץ דוקא.

ג. הגם ערי מקלט זיינען געווען אין ארץ ישראל דוקא, איז אָבער אין דעם פאַראַן חילוקי מדריגות. עס זיינען געווען ערי מקלט אין עבר הירדן דשכיחי רוצחיםיח), אין ארץ ישראל, דלמה נקרא שמה ארץ לפי שרצתה לעשות רצון קונה און אַפילו לעתיד לבוא, ואם ירחיב הוי' אלקיך את גבולךיז), וועלן אויך זיין ערי מקלט.

דאָס הייסט אַז דער ענין פון שפך דם האדם באדםיח), וואָס אויף דעם איז דער ענין פון ערי מקלט, איז פאַראַן אין יעדער מדריגה לויט איר ענין, און אַפילו לעתיד וואָס דעמאָלט וועט זיין די עבודה, ובמילא383אויך דער העדר העבודה, אין אַ העכערן אופן לגמרי, איז אויך אין דעם ענין פאַראַן דער שפך דם האדם דקדושה באדם בליעליט), און מען דאַרף האָבן אויף דעם ערי מקלט שקולטות.

וואָרום אין יעדער מדריגה איז פאַראַן דער ענין פון העדר והיפּוך העבודה כפי ענינה, דאָס הייסט, אַז לפי ערך מעלת מדריגתו איז דאָס אַן ענין פון העדר העבודה, ביז אַז אין דער מדריגה פון ובו תדבקון, איז די עבודה פון אותו תעבודו אַן ענין וואָס מען דאַרף טאָן אויף דעם תשובהכ).

ד. און אַזוי איז אויך דער חשבון הנפש פון חודש אלול, וואָס דאָס איז דער ענין פון ערי מקלט כנ"ל, — אַז ביי איטלעכן איז דאָס לויט זיין אופן. מען דאַרף מאַכן אַ חשבון הנפש פון זיינע אַלע מחשבות, דבורים און מעשים במשך פון אַ גאַנץ יאָר, צי זיינען זיי געווען על פּי שולחן ערוך, צי זיינען זיי געווען לפנים משורת הדין, און צי עס איז געווען לפום גמלא31)), און אויב עס איז ניט געווען אַזוי, דאַרף מען האָבן תשובה.

פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז ניט נאָר בעלי עסקים נאָר אויך יושבי אוהל וואָס אַ גאַנץ יאָר געפינען זיי זיך באהלה של תורה ובאהלה של תפלה, אויך ביי זיי דאַרף זיין אין חודש אלול אַן עיר מקלט, „את בצר במדבר", אין תורה, וואָס אויף איר שטייט וממדבר מתנה, און אַזוי אויך אין תפלה 41)).

דאָס איז אויך וואָס מען האָט גערעדט פאַר צוויי יאָרן (ח"י אלול) וועגן דעם מנהג פון דער מדינה אַז אין דער צייט פון אלול ותשרי צעפאָרט מען זיך פון די ישיבות אַהיים, אַז דאָס איז היפּך התורה און אויך היפּך פון שכל אנושי. אָנשטאָט דעם וואָס עס שטייטכח) אַז בחודש אלול האָט מען ממעט געווען בגופי הלכות ובחיבורים און מען האָט זיך עוסק געווען מער בתשובה, פאָרט מען גאָר אַוועק אַהיים.

אין דער צייט פון חודש אלול דאַרף מען זיין אין ישיבה, און עס דאַרף זיין אָפּגעלייגט אַז יעבור עלי מה און די עטלעכע וואָכן אינעם חודש פון „בקשו פני" זאָל איך זיין כדבעי.

ה. דאָס איז אויך אָן הוראה צו בעלי עסקים, אַז הגם אַ גאַנץ יאָר ליגט ער בעסקיו, אָבער אין דער צייט פון חודש אלול, אָדער לכל הפּחות פון ח"י אלול וואָס דעמאָלט הויבט זיך אָן דער חשבון יום לחודשכד), אָדער בימי הסליחות על כל פּנים, זאָל ער אַנטלויפן אין ערי מקלט (וואָס זיינען געווען אויך אין עבר הירדן שמחוץ לארץ ישראל), אין אַן אָרט פון יראת שמים, אין אַ ישיבה והדומה. און שם תהא דירתו.

עס דאַרף זיין דער ונס שמה, ונס384מיינט אַנטלויפןכו). אַנטלויפן פון אַלע ענינים וואָס מען איז אין זיי אַ גאַנץ יאָר, אין ערי מקלט, און שם תהא דירתו, דאָרטן באַזעצן זיך, און בסגנון פון זוהרכ) קבורתי' דילי' (דמשה) משנה — זאָל זיין שם תהא קבורתוכז).

דער ענין פון קבורתו איז ווי עס שטייטכח) בן מאה כאילו מת ועבר ובטל מן העולם, בשעת ער איז אַ בן מאה, און האָט דורכגעטאָן אַלע ענינים אין אַלע פּרטי כחות הנפש, (יוד הכלולים מיוד) דעמאָלט איז עבר ובטל מן העולם, ער האָט ניט צוטאָן מיט העלם העולם, ובמילא קאָן

ער מאריך ימים ושנים זיין, וואָרום ער האָט ניט פאַרוואָס צו מורא האָבן.

וואָס דאָס מיינט קבורתו — דער פּירוד פון די ד' יסודות און יעדער קומט צו ומתחבר לשרשו, עפר אתה ואל עפר תשוב, דער ביטול פון ארץ, וואָס דערפון קומט דאַן דער בנין המלכות שבראש השנה.

דורך דער עבודה פון חשבון הנפש אין חודש אלול, ביז דעם ונס שמה, איז אַ הכנה צו דער כתיבה וחתימה טובה דראש השנה לשנה טובה ומתוקה בבני חיי ומזוני רויחי.

(משיחת ש"פ ראה, מבה"ח אלול, תשי"ד)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-jp7dk274

Copies

Recent activity

#170 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · approved
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · approved

Sources