Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 21
ברוקלין, נ. י.
. . . בטח ידועה להם שיחת כ"ק מו"ח אדמו"ר אשר ביאר במהלך נסיעות בני ישראל במדבר, אשר ממסע למסע היו מפרקים את המשכן ואח"כ מעמידים אותו במקום חדש, ונאמר ע"ז בכתוב, אשר זמן היותם בכל מסע, לא הי' שוה, ובלשון הכתוב; ויש אשר יהי' הענן מערב עד בקר ונעלה הענן מבקר ונסעו, או יום ולילה וגו' או יומיים או חודש או ימים (שנה) — אבל בכל המסעות הנה הצד השוה שבהם הי' אשר — עפ"י ה' יחנו וע"פ ה'*) יסעו. ועוד הי' הצד השוה שבהם, אשר — משמרת ה' שמרו ע"פ ה' ביד משה, היינו שלא הי' כל שינוי, וחילוק בהעמדת המשכן ובכל הענינים דמשמרת ה', בין אם נשתהו במקום שנה או כמה שנים, בין אם נשתהו במקום יומם ולילה, או אפילו רק מערב עד בקר.
ומובן הוא ג"כ בשכל אנושי ואפי' בשכל דנה"ב, כי כיון שחונים ע"פ ה' ונוסעים ע"פ ה', שהוא למעלה מהזמן ולמעלה מהמקום, אלא שתכלית הבריאה בכלל והנסיעות בפרט, הוא לעשות לו ית' דירה בזמן ומקום גשמי, הרי אין לנו אלא לקיים רצון בוראנו ולהתקשר ולהתדבק עי"ז בעצמות ומהות א"ס ב"ה, וכרצונו יעשה, אם שיהי' במקום הזה כמה וכמה שנים או שרק יהי' מערב עד בקר, וכיון שענינו בזה הוא בהלמעלה מהזמן והלמעלה מהמקום הרי החילוק במשך הזמן אינו נוגע לו כלל.
ועפי"ז יש להסביר ג"כ האמור בתניא סוף פרק כ"ה, אשר — יחוד זה למעלה הוא נצחי לעולם ועד וכו', וכן גילוי רצונו שבדיבורו שהיא התורה היא נצחי, וכן יש בזה ג"כ הסברה נוספת להמובא בכ"מ בתורת הנגלה, בהענינים הדורשים שיעור, אשר אם זהו דבר מצוה, הרי מצותה אחשבי' וכאילו יש בו שיעור גשמי.
תקותי חזקה אשר דברי אלה המעטים יספיקו. ואשמח להתבשר בקרוב אשר מוסיפים הם בתורה ועבודה, הן בעצמם והן בהשפעתם על הזולת, ובודאי יקויים בהם הבטחת רז"ל ופסק הדין, אשר — אדם מקדש עצמו מעט למטה מקדשין (ל' הבטחה) אותו הרבה מלמעלה.
בברכת הצלחה בתלמוד תורה ביראת שמים
ש ל ח
ברוקלין, נ. י.
. . . אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט די מעשה פון די מרגלים, די מרגלים זיינען געווען ראשי בני ישראל ואותה שעה כשרים היו, אויך688דערנאָך האָבען זיי אָנגעהויבען מיט זאָגען; זבת חלב ודבש היא, כי עז העם היושב בארץ גו' עמלק יושב בארץ הנגב גו' — וואָס דאָס אַלץ איז געווען אמת, נאָר דער אויספיר — לא נוכל לעלות אל העם כי חזק הוא ממנו — איז געווען פאַלש און די גמרא ערקלערט (סוטה לה, א) וואָס דאָס מיינט: כביכול אַפילו בעל הבית אינו יכול להוציא כליו — כפירה.
בדוגמא זו, אַז מען טענה'ט אַז אין אַמעריקא איז זבת חלב ודבש, מען האָט אַלע תענוגים גשמיים און מ'איז פאַרטאָן אין זיי, מ'איז אַרומגערינגעלט מיט עמלקים — איז ווי קען מען גאָר רעדען מיט אַ צווייטן וואָס איז ווייט פון יהדות וועגען איינפירען אַ שטריינגען תורה ומצות לעבען, ניט דאָ איז דער אָרט אויף דעם — איז דאָס ר"ל, היפּך האמונה, מען דאַרף נאָר האָבען באַ זיך דעם החלט, ווי כלב האָט געזאָגט; עלה נעלה — וועט במילא זיין יכול נוכל לה.
בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
ב"ה, ערב שבת קדש פ' שלח, ה'תשכ"א
ברוקלין, נ. י.
דער הויכפונקט פון דער היינטיקער סדרה פרשת שלח, איז די שליחות פון די צוועלף פארשטייער פון אידישן פאָלק וועמן משה רבינו האָט געשיקט ארומרייזן און אויספארשן די לאנד וואָס דער אויבערשטער האָט די אידן צוגעזאגט, ארץ ישראל.
אייגענטלעך, איז ניט פארשטענדלעך; וויבאַלד אַז די שליחות איז געשיקט געוואָרן פון משה רבינו, איז דאָך דאָס געוויס לויט דער תורה, איז פאַרוואָס דערפון ארויסגעקומען אַן אומגליק און בכי' לדורות, אַן אומגליק וואָס האָט זיך אפגערופן אויך אויף שפעטערדיקע דורות?
דער ענטפער איז1 די שליחות איז טאַקע געווען אין איינקלאנג מיט דעם תורה צוזאג, וואָס פאָדערט אַז אַ איד, סיי דער יחיד און סיי דער כלל, זאָל טאָן וואָס איז אפהענגיק פון אים בדרך הטבע (אויף אַ נאטירלעכן אופן), אָבער דערביי דאַרף ער וויסן, אַז די ברכה און הצלחה קומט פון דעם אויבערשטען, און אויב נויטיג אפילו למעלה מדרך הטבע (איבערנאטירלעך). די מרגלים חאבן אָבער ניט אין דעם זין געטאָן און גערעדט. זיי האָבן געמאכט זייערע אייגענע חשבונות וועגן אויסגאנג און דערפאלג פון דעם אייננעמן ארץ ישראל און האָבן גענומען אנרעדען די אידן מען זאָל ניט מקיים ניט (ערפילן) דעם אויבערשטענס אנזאג.
יעדע אונטערנעמונג, אין פריוואטן לעבן און בפרט אין כלל זאַכן — פּונקט ווי דאָס גאַנצע אידישע לעבן, איז אַ שליחות פון דעם אויבערשטען.
689אויב מען דערלאזט ניט אַז מענשלעכע חשבונות זאָלן פארטונקלען דעם בטחון אין דעם אויבערשטען, איז דער דערפאָלג — געזיכערט. יעדער איינער און איינע דאַרף טאָן אַלץ וואָס איז אפהענגיק פון זיי, און דער אויבערשטער וועט מצליח זיין למעלה מדרך הטבע (אויף אַן איבערנאטירלעכן אופן).
בפרט אַן אונטערנעמונג וועלכע האָט פאַר איר ציל און אויפגאַבע — צו העלפן א מוסד חינוך על טהרת הקדש, אן אונטערנעמונג וועלכע פארבינט דירעקט די אַנטיילנעמער מיט דער תורה הקדושה און דעם אויבערשטען, איז זיכער אַז דער זכות התורה און זכות הרבים קומט צו הילף. און וואָס גרעסער די אנשטרענגונג צו דערפילן די שליחות אין דער פולסטער מאָס, אַלץ גרעסער איז די ג־טליכע ברכה —
און ניט נאָר פאַר דער הצלחה פון דער אַרבעט, נאָר אויך אין דעם וואָס מען נויטיקט זיך אין פערזענלעכן און פאמיליען לעבן, נחת פון קינדער, געזונט און פרנסה בהרחבה.
בברכת הצלתה און צו גוטע בשורות
אין דער אַרבעט און — בכלל
ף
— א
ק ר ת
ברוקלין, נ. י.
. . . באַ דער געלעגנהייט, וויל איך אויך אונטרשטרייכן און אויפמערקזאַם מאַכן אויף דעם סיפור, וועלכער ווערט דערציילט אין דער סדרה וואָס מען האָט ערשט געלייענט אין דער תורה — פרשת קרח, אַ סיפור וואָס דאַרף דינען אַ מוסר השכל פאַר יעדן אידן בכלל, פאַר פרויען בפרט, און ספעציעל פאַר די פרויען פון נשי ובנות חב"ד, וואָס פון זיי מאנען די רביים הק' צו אויפפירן זיך לפנים משורת הדין אין אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל, און גיבן זיי כוחות אויף דעם.
דער סיפור און דער מוסר השכל זיינען;
קרח איז געווען פון די גרעסטע מיוחסים באַ אידן, האָט געשטאמט פון איינער פון די שענסטע משפחות, איז געווען אַ גרויסער למדן, פון די גרעסטע וועט־גבירים, זייער אַ קלוגער מאן און — אַ נאָענטטער מקורב צו משה רבינו און אהרן הכהן. דאגעגן, און בן פלת, איינער פון זיין חבורה, געפינט מען ניט ער זאָל זיך מיט עפעס וואָס אויסצייכנען; ניט מיט חכמה, ניט מיט יחוס, ניט מיט אנדערע זאכן.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-46p5mtv2