Likkutei Sichos
Addenda - sichos 10
494ניט געזוכט קיין מופתים. ער האָט די אַנדערע דריי טעג זיינען שייך געוואָלט ברענגען די תורה, ידיעת צום צווייטן שבת, און אַמאָל רעדט אלקות, וואָרום ער האָט משער גע־זיך אַז שבת איז כולל די גאַנצע ווען אַז די שאלה דאַרף זיין מה קומענדיקע וואָך.
שמו. און אַז ער וועט דאָס האָבן,
זיך די גאַנצע וואָך, ווערט אין היינ־
משה רבינו האָט באַלד געוואוסט טיקן שבת נכלל ראש חודש כסלו*)), אַז בנערינו ובזקנינו נלך, אָן מופתים. וואָס ער איז כולל דעם גאַנצן חודש: פּרעה האָט ניט געגלויבט ביז ער ט' כסלו, דער יום ההולדת ויום האָט ניט געזען קיין מופתים, וכאשר ההסתלקות פון מיטעלן רבי'ן, יו"ד היתה הרוחה איז ערשט חזר לסורו, כסלו, דער יום הגאולה פון מיטעלן
רבי'ן, י"ט כסלו, די הילולא רבה
אַז דער רבי האָט געהערט דעם (כלשון פון אַלטן רבי'ן) פון מגיד, הסבר, האָט זיך דאָס ביי אים באַלד די באַפרייאונג פון אַלטן רבי'ן, כ"ד או עריגט. אוז ער האָט אויפגעהערט שניא, כ"ה כלת ואָס דעמאָלש איד
יא. שבת איז כולל די קומענדיקע שבת מתברכין כולהו יומיכא) וראש טעג פון דער וואָך, אַמאָל שטייט חודש כסלו בכלל זה שהוא הכולל אַז שבת איז כולל נאָר די ערשטע את כל הנ"ל.
יו"ד שבט
יום הילולא של כ"ק אדמו"ר מהריי"צ נבכג"מ זי"ע
א. עס זיינען דאָך פאַראַן חילו־ סיי ביי גדולי ישראל, און אויך ביי קים פון דעם ערשטן יאָר פון הסתל־ נשיאי ישראל, אַז נאָך דעם יאָר קות — ביז שפּעטער. דער חילוק געפינען זיי זיך ניט למטה אַזוי ווי איז פאַראַן סיי ביי פּשוט'ע אידן
*כד די שיחה איז געזאָגט געוואָרן שבת
23) ראה תורה אור וארא ד"ה ויאמר גו' מברכים כסלו.
27) זהר חלק ב' סג, ב. פח, א.496פריער, אָבער פונדעסטוועגן — עס איז דאָך צדיק גוזר והקב"ה מקיים, נאָך מער — הקב"ה גוזר און צדיק מבטלא), נאָך מער געפינען מיר, אַז ניט נאָר גדולים צדיקים וואָס צדיק גוזר והקב"ה מקיים, ואפילו הקב"ה גוזר וצדיק מבטל, נאָר אויך אַז צדיקים קענען פּועל'ן אַ שינוי במעשי בראשית.
במילא איז הגם אַז במסכת שבתב) ועוד בכמה מקומות רעכנט זיך אויס חילוקים פון י"ב חודש ביז שפּעטער, אָבער דער כלל איז ביי אַזאַ וואָס איז ניט קיין בעל־הבית אויף עולם ומלואו. מה שאין כן צדיקים וואָס זיי האָט מען איבערגעגעבן די מפתחות פון חי', גשמים ותחיית המתים, וואָס דאָס זיינען דאָך אַזעלכע מפתחות וואָס מען גיט ניט איבער צוויי פון זיי מיטאַמאָל צו איינעםג), און פונדעסטוועגן האָבן מיר דאָך געזען אַז צדיקים גיט מען איבער אויך די מפתחות מיטאַמאָל*)), איז וויבאַלד אַז זיי זיינען בעלי־בתים אויף אַלץ, איז על אחת כמה וכמה אַז זיי קענען זיך אויסקלייבן וואו צו זיין, זיין דאָרט וואו זיי געפינען אַז אַזוי איז בעסער.
ב. ביי דעם רבי'ן איז דאָך געווען אהבת ה' אהבת התורה און אהבת ישראל איין זאַך, וכידוע וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט)) אַז ואהבת לרעך כמוך איז אַ כלי (פּירוש וביאור) צו ואהבת את הוי' אלקיך. איז וויבאַלד אַז די דריי זאַכן זיינען פאַרבונדן, במילא איז הגם די ענינים פון למטה זיינען דאָך מעלים, זיי זיינען מבלבל צו נהנין מזיו השכינהח), צו זיו תורתן ועבודתן און אויך צו העכערע עניניםח), פונדעסטוועגן וויבאַלד דער רבי האָט ניט געמאַכט קיין חשבונות און האָט פאַרבויגן זיינע גשמיות און אַפילו זיינע רוחניות צוליב אידן, איז על דרך וואָס עס שטייטז) אַז אויב יצאו רוב שנותיו בהנהגה טובה איז ער אַ פאַרזיכערטער אַז אַזוי וועט זיין אויך ווייטער, וואָס דאָס איז אַפילו ביי סתם אידן, ומכל שכן אַ צדיק, אַ חסיד, וואָס האָט זיך כל ימיו מוסר נפש געווען, זיין נפש הטבעית און אַפילו דעם נפש האלקית, איז דאָך געוויס אַז אויך איצטער וויל ער זיין דאָ, און וויבאַלד ער וויל — וועט ער געוויס זיין מיט אונז, וכמ"ש התוספותח) שאם רוצה יכולה לבוא לפה.
ג. וואָס ברענגט דאָס מיט בנוגע אל הפּועל? אַז הגם עס איז דאָך שוין נאָך דער ערשטער הילולא —
— בכלל מייד איך אויס צו זאָגן אָדער שרייבן דעם וואָרט „דער ערש־496טער יאָרצייט", ווייל מ'דאַרף האָפן אַז מער קיין יאָרצייט וועט שוין ניט זיין, און איבער אַ יאָר וועט שוין זיין דער והקיצו ורננו שוכני עפר והוא בתוכם, דערפאַר זאָג איך ניט, דער ערשטער יאָרצייט, נאָר — די ערשטע הילולא, ווייל עליות וועלן דאָך זיין שפּעטער אויך, איז נאָך דער ערשטער הילולא —
קען דאָך ח"ו וח"ו ווערן אַ חלישות אין דער התקשרות, דאַרף מען וויסן אַז אדרבא ואדרבא, די התקשרות דאַרף נאָך ווערן שטאַרקער, און אַזוי ווי דער רבי איז דאָך איצטער עולה בעילוי אחר עילוי, דאַרף מען זיך אויך אָנעמען מיט כחות נוספים אויף קענען מיטגיין.
ד. דאָס איז אויך די תשובה צו די וואָס פרעגן, צי נאָך יו"ד שבט דאַרף מען אויך זאָגן קאַפּיטל ע"א, און ביז ווען דאַרף מען זאָגן? די תשובה אויף דעם איז אַז מ'דאַרף זאָגן ביז י"ב תמוז.
יש אומרים אַז עס איז אַ פּלוגתא פון דעם רמב"ם מיט דעם ראב"ד)), צי לאחר ההסתלקות איז אויך פאַראַן דער ענין פון הוספה בזמן, צי עס איז שייך אַן ענין פון גידול און עלטער ווערן. ס'איז פאַראַן צוויי ראיות אַז אויך לאחר ההסתלקות זיינען שייך די ענינים. איין ראי' איז וואָרום עס איז דאָך אַ מנהג בכל תפוצות ישראל, צו פּראַווען יאָרצייט אַלע יאָר. יאָרצייט איז דאָך עלית הנשמה, איז דאָך אַ ראי' אַז ביי דער נשמה איז אויך שייך הוספה התלוי' בזמן. נאָך אַ ראי' איז, וואָס ס'איז פאַראַן דעם רבי'נס אַ רשימה, שרייבט ער דאָרטן אַ חזיון לילה, אַז זיין פאָטער דער רבי נ"ע, האָט אים געזאָגט אַז מ'וועט זאָגן אַ דרוש אויף קאַפּיטל פ"ד דתהליםי). די רשימה איז פון כ' חשון תש"ה, וואָס דעמאָלט איז געוואָרן פיר און אַכציק יאָר מיום הולדת פון דעם רבי'ן נ"ע, וואָס דעמאָלט ענדיקט זיך די שייכות צו קאַפּיטל פ"ד — וכידוע במנהגי אמירת תהליםיא). — מען האָט דאָך גערעדט אַז דער רבי האָט באַוואָרנט כמה וכמה ענינים, וויבאַלד דער רבי האָט אַזוי געשריבן וועגן דעם רבי'ן נ"ע, האָט ער אַזוי אָפּגע'פּסק'נט אויך אויף זיך, אַז אויך איצטער איז ביי אים פאַראַן יום הולדת, און אויך איצטער זיינען ביי אים פאַראַן עליות בעילוי אחר עילוי, וואָס נאָך יעדער עלי' קומט אויס אַז די עבודה הקודמת איז געווען אַ הכנה צו שפּעטער.
497ה. צווישן די שליחות'ן וואָס דער רבי האָט געגעבן אויספירן, זיינען פאַראַן כמה סוגים. דאָ אַזוינע וואָס בגלוי איז געווען צו זיי די הוראה אין גשמיות, ד. ה. זיי זאָלן זיך עוסק זיין אין עניני עסק והדומה, אָבער די כוונה פּנימית איז געווען אַן ענין פון תורה ומצוה. דאָ אַזוינע, וואָס אויך בגלוי איז געווען צו זיי די הוראה אין רוחניות, דאָס מיינט אַז דער רבי האָט זיי געשיקט וועגן אַן ענין פון חינוך, חיזוק התורה, הפצת היהדות, ביז — לערנען מיט קינדער אלף־בית.
כשם ווי די וואָס די הוראה צו זיי איז געווען אין אַן ענין פון גשמיות איז דאָך מובן אַז דאָס איז מער ניט ווי חיצוניות בלבד, און די כוונה פּנימית פון דעם איז אַן ענין פון תורה ומצוה, אַזוי ווי דער ענין פון עסק בכלל, איז דאָך די כוונה עיקרית אין דעם — צוליב צדקה, מעשר אָדער חומש, אָדער נאָך מערער, ובפרט ווי ס'איז מבואר אין אגרת הקודש אשר בזמן הזה איז דער עיקר עבודה — צדקה, און דער חלק וואָס מ'גיט אַוועק אויף צדקה איז מעלה דאָס גאַנצעיב). אַזוי אויך די וואָס בגלוי איז געווען צו זיי די הוראה אין אַן ענין רוחני דאַרפן זיי אויך וויסן אַז דאָס איז די הוראה חצונית — לגבי דער כוונה פּגימית וואָס עס איז פאַראַן אין דעם.
ועל דרך מאמר הזהריג) דא מוחא לגו מוחא כו' האי קליפה להאי והאי להאי. דאָס הייסט אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס דאָס איז פּנימיות און מוחא לגבי דער נידעריקערער דרגא, איז דאָס אָבער מער ניט ווי חיצוניות וקליפּה לגבי דער העכערער דרגא.
במילא איז אַלע, אויך די וואָס די הוראה צו זיי איז געווען וועגן אַן ענין רוחני, דאַרפן זיי אָבער אַריינטראַכטן זיך, צי דאָס איז שוין דער תכלית המכוון, אָדער ס'איז מער ניט ווי חיצוניות וקליפּה בלבד, און — אַז כשם ווי די וואָס די הוראה צו זיי איז געווען אין אַן ענין פון עסק, איז דאָך דאָס מער ניט ווי חיצוניות בלבד, וואָס האָט אין זיך אַ כוונה פּנימית, אַזוי אויך די וואָס די הוראה צו זיי איז געווען אין אַן ענין פון הפצת התורה, חיזוק היהדות והדומה, איז דאָס אויך מער ניט ווי אַ הוראה חיצונית לגבי דער כוונה פּנימית וואָס אין דעם.
ו. די אַלע וואָס דער רבי האָט זיי געשיקט אין ערי השדה וועגן הפצת היהדות, — ולאו דוקא ערי השדה ממש, נאָר וויבאַלד אַז מ'איז אַרויס פון רבי'נס היכל, איז וואו מען זאָל זיך ניט געפינען, איז דאָס אַן ענין פון שדה — לגבי דעם רבי'נס היכל וואָס דאָרטן האָט ער צוגענומען אויף יחידות, דאָרטן האָט ער געדאַוונט און דאָרטן האָט ער געלערנט, ווי נאָר מ'איז אַריבער מעבר לאסקופה, הייסט דאָס שוין שדה, ווייל דאָרטן פעלט זיך דער תפארת אדם לשבת בית — דאַרף מען וויסן אַז אין אַלע שליחות'ן איז פאַראַן אין דערויף אַ כוונה פּנימית, וואָס די כוונה פּנימית איז — מפיץ זיין תורת החסידות, ווי דער498רבי האָט געזאָגט אַז דער אַלטער רבי האָט ניט געוואָלט מאַכן חסידים פאַר אַ מפלגה, נאָר דאָס איז פאַר אַלע אידן. און דאָס איז דער יפוצו מעינותיך חוצה, וואָס דאָס איז אַ הכנה צו ביאת המשיח.
ז. בכלל זיינען דאָ פיר דרגות; חולין, מעשר, תרומה און קודש. אַ פינפטע דרגא געפינט מען — מי חטאת, וואָס אויף דעם איז ניט מספּיק אַפילו טהור לקודשיד). אַזוי אויך אין נפש זיינען פאַראַן פינף דרגות; נפש רוח נשמה חי' יחידה, און דער רבי האָט גערעדט מיט יעדערן לפי אופנו.
נפש בכלל איז שייך צו אַן ענין פון חטא, ווי עס שטייט ונפש כי תחטא. דערפאַר די הוראה בגלוי צו אַ דרגא פון נפש איז געווען אַן ענין פון גשמיות. רוח נשמה, ווער רעדט חי' יחידה זיינען שוין העכערע דרגות, דערפאַר איז די הוראה צו זיי געווען אין העכערע ענינים, כל אחד לפי מדרגתו. מ'דאַרף אָבער וויסן, אַז כשם ווי נפש איז דאָך מער ניט ווי אַ הכנה לגבי העכער, אַזוי אויך רוח נשמה און אַפילו חי' יחידה, זיינען מער ניט ווי אַ שם און אַ כלי צו דעם עצם הנשמה, ווי דער לשון איזטז) חמשה שמות נקראו לה, וואָס לה גייט דאָך אויף דעם עצם הנשמה, און אין די חמשה שמות גייט אַריין אויך יחידה. ד. ה. אַז אויך יחידה איז מער ניט ווי אַ שם און אַ הכנה צו דעם עצם הנשמה.
במילא מובן אַז ריידנדיק צו יחידה חי' נשמה רוח אָדער אַפילו צו נפש — האָט מען געמיינט און געוואָלט דערגרייכן עצם הנשמה. ולכן מובן אַז די אַלע וואָס האָבן געהאַט אַ שייכות מיטן רבי'ן, וואָס האָבן איצטער אַ שייכות — וואָס במילא וועלן זיי האָבן אַ שייכות אויך שפּעטער, וואָרום כל דבר שבקדושה אף שמסתלק מניח שרשו במקומוי), דאַרפן זיי וויסן אַז אין די אַלע הוראות וואָס זיי האָבן געהאַט פון רבי'ן איז פאַראַן אַ כוונה פּנימית, וואָס די כוונה פּנימית איז — פּנימיות התורה, דער יפוצו מעינותיך חוצה, ד. ה. מפיץ זיין תורת החסידות הכללית וואָס איז נתגלה געוואָרן דורך דעם בעש"ט והבאים אחריו, ותורת חסידות חב"ד וואָס איז נתגלה געוואָרן דורך דעם אַלטן רבי'ן והבאים אחריו — ביז דעם רבי'ן, ועד בכלל — וואָס דעמאָלט וועט זיך אויספירן די כוונה פּנימית.
ח. דעמאָלט אַז מ'וועט אויספירן די כוונה פּנימית, וועט זיין ולכל בני ישראל יהי' אור במושבותם. עס וועט זיין ווי ער זאָגט אין היינטיקער סדרהיז) ובני ישראל יוצאים ביד רמה. — אין די פריערדיקע סדרות רעדט זיך וועגן גלות, אין היינטיקער סדרה — דער ענין פון גאולה. — און עס וועט זיין אַז ישיר משה, וואָס פון אַז ישיר משה לערנט מען אַרויסכח) תחיית המתים מן התורה, אַז בקרוב ובעגלא דידן וועט זיין ישיר משה — פון אונזער דור —499ובני ישראל, און ניט אַ וא"ו המפסיק נאָר אַ וא"ו המחבר — ישיר לשון יחידי), און עס וועט זיין הוי' ימלוך לעולם ועד, און אויך אויף תרגום — הוי' מלכותי' קאים לעלם ולעלמי עלמיא, אַז במהרה בימינו וועט מען זען דעם רבי'ן בעיני בשר און ער וועט אונז אַרויסנעמען לגאולה האמיתית והשלימה — אמן.
ט. דער רבי, קומענדיק אין אַמעריקע, האָט געזאָגט; אזלת לקרתא עבד כנימוסאכ). דאָ אין אַמעריקע האָט מען ליב הערן אַ כרוז, אַ דבר חידוש. נאָך בעסער — אַ דבר המבהיל את הרעיון. עס הייסט — אַ סטייטמענט. איך ווייס אַפילו ניט צי עס דאַרף זיין אַזאַ סדר, אָבער — אזלת לקרתא עביד כנמוסא;
די דריי אהבות, אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל, איז כולא חד. מ'קען ניט פאַנאַנדערטיילן צווישן זיי, וואָרום ס'איז כולא חד ווי איין עצם. עס ברענגט זיך אין חסידותיא) בשם הבעל שם טוב און דער בעש"ט ברענגט דאָס בשם ראשונים; העצם כשאתה תופס במקצתו אתה תופס בכולו. וויבאַלד אַז די אַלע דריי איז איין עצם, איז במילא מובן, אַז אין יעדער איינעם פון זיי איז פאַראַן אַלע דריי, וואָרום כשאתה תופס במקצתו אתה תופס בכולו.
אויב עס איז דאָ אהבת ה', נאָר עס איז ניטאָ קיין אהבת התורה און אהבת ישראל, איז אַ הוראה אַז עס פעלט אויך אין אהבת ה'. לאידך גיסא — אויב עס איז פאַראַן אהבת ישראל, הגם עס איז דאָך פון די מצוות שכליות שהשכל מחייבם, איז, סוף סוף, קומט מען צו צו אהבת התורה און אהבת השם, ווי עס איז ידוע*21) אַז דער רבי צמח צדק, דורך דעם וואָס ער האָט אַנטליען אַ אידן אַ גמילת חסד, איז ער צוגעקומען צו אַזוינע ענינים וואָס ער איז ניט צוגעקומען צו זיי דורך תורה ועבודה.
און דעם סטייטמענט דאַרף מען מכריז ומודיע זיין, אַז מ'זעט אַ אידן וואָס ער האָט אהבת ה' און האָט ניט קיין אהבת התורה ואהבת ישראל, דאַרף מען אים זאָגן ער זאָל וויסן זיין, אַז אהבת ה' אַליין אָן אהבת התורה וישראל קען קיין קיום ניט האָבן. לאידך גיסא — אַז מ'זעט אַ אידן וואָס ער האָט אהבת ישראל אַליין, דאַרף מען אים זען צוברענגען צו אהבת התורה און אהבת ה'. אויך דאַרף מען זען אַז זיין אהבת ישראי זאָל ניט באַשטיין נאָר פון דעם וואָס ער גיט לחם לרעבים ומים לצמאים, נאָר מצד זיין אהבת ישראל זאָל ער צוברענגען אידן צו אהבת התורה און אהבת ה'.
און אַז עס וועט זיין די דריי אהבות צוזאַמען, וועט דאָס זיין אַ חוט המשולש וואָס לא ינתקכב). און דאָס וועט אויך ברענגען צו דער גאולה. וואָרום כשם ווי דער גלות האחרון איז דאָך געקומען צוליב דעם וואָס עס איז געווען דער היפּך פון500אהבת ישראלכג), וואָס דאָס איז געווען די סיבה אויף דעם גלינו מארצנו, אַזוי איז דורך אהבת ישראל וועט זיין די גאולה במהרה בימינו ממש.
י. (אחד שאל בענין שליחות שהעמיס עליו כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וענה:) ווען דער רבי דער שווער איז אַלט געוואָרן פופצן יאָר, האָט אים דער רבי נ"ע גענומען צו זיך בתור זיין מזכיר אין עסקנות הכלל.
אויף אַ געוויסער אסיפת הרבנים וואָס איז דאַן פאָרגעקומען (כמדומה אין קאָוונע), האָט דער רבי נ"ע געשיקט דעם רבי'ן בתור זיין פאַרשטייער. אַזוי ווי דער רבי איז נאָך דאַן געווען יונג, פופצן יאָר, האָט דער רבי נ"ע מיטגעשיקט מיט אים דעם רשב"ץכד). רשב"ץ איז געווען זייער אַ קלוגער איד. דער רבי נ"ע האָט אים אָבער אָנגעזאָגט, הגם ער שיקט אים טאַקע מיט, פונדעסטוועגן זאָל ער וויסן אַז וואָס ווייניקער ער וועט זיך מישן, וועט זיין אַלץ גלייכער.
(וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א:) ובמכל שכן פון דעמאָלט — וואָס דאַרף מען זיך מישן אין דעם רבי'נס ענינים7! מען דאַרף אים ניט געבן קיין עצות און ניט זאָגן קיין דעות. מען דאַרף אויספירן דעם ענין וואָס ער האָט געוואָלט, און וואָס ווייניקער מען וועט זיך מישן מיט אייגענע פּירושים — וועט זיין אַלץ גלייכער.
יא. (אמר המאמר ד"ה באתי לגני — יצא בחוברת בפ"ע — טרם פתח את המאמר, אמר:) אין דעם מאמר וואָס דער רבי האָט אַרויסגעגעבן צו זיין יום ההסתלקות הויבט ער אָן; באתי לגני . . . (עד סוף סעיף ג. אחר כך הפסיק וצוה לנגן ניגון ה"בינוני". ואמר:) כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט מחבב געווען דעם ניגון. (אח"כ צוה לנגן ניגון מכ"ק אדמו"ר נ"ע. אח"כ המשיך המאמר:) והנה נאָך דעם וואָס ער איז מבאר אין מאמר דעיקר שכינה בתחתונים היתה . . . (עד סוף סעיף ה. אח"כ הפסיק וצוה לנגן ניגון מכ"ק אדמו"ר מוהר"ש, ואח"כ ניגון מכ"ק אדמו"ר הצ"צ. אח"כ המשיך המאמר:) והנה בסיום המאמר איז ער מבאר . . . (עד גמירא. אחרי אמירת המאמר ובהפסק חלק השיחה דלקמן ציוה לנגן ניגון מכ"ק אדמו"ר האמצעי וניגון כ"ק אדמו"ר הזקן (בן ד' הבבות) כדלהלן).
יב. (אחרי המאמר אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) איצטער הערט זיך איין אידן! בכלל ביי חב"ד האָט מען געמאָנט אַז מען דאַרף אַליין טאָן. ניט פאַרלאָזן זיך אויף די רביים. וואָס דאָס איז דאָך דער הפרשמח) צווישן פּוילן און חב"ד, וואָס דאָרט איז דאָך געווען די שטה וצדיק באמונתו יחי', אל תקרי יחי' (החי"ת בשבא) אלא יחי' (החי"ת בפּתח). איז דאַרפן מיר אַלע אַליין טאָן, מיט די רמ"ח אברים ושס"ה גידים פון גוף, און די רמ"ח אברים ושס"ה גידים פון נשמה, עס שטייט דאָך הכל בידי שמים חוץ מיראת שמיםח). איך זאָג זיך ניט אָפּ ח"ו פון העלפן. העלפן וויפל מען וועט קענען. אָבער501הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, במילא אויב מען טוט ניט אַליין — איז וואָס וועט העלפן וואָס מ'גיט כתבים, מ'זינגט ניגונים, מ'זאָגט לחיים. דער רבי פלעגט אַמאָל זאָגן; לייגט זיך ניט קיין פויגעלעך אין בוזעם. מען דאַרף אַליין מהפּך זיין דעם שטות דלעומת זה און דעם קאָך פון נפש הבהמית — אויף קדושה.
יג. דעם משכן האָט משה אַליין געקענט מאַכן, אַזוי אויך דעם בית המקדש האָט דוד אַליין געקענט מאַכן, נאָר ער האָט געוואָלט מזכה זיין אַלע אידן. ווען דער רבי האָט געשריבן די ספר תורה לקבלת פּני משיח צדקנו, האָט ער געזאָגט אַז ער וויל ניט דעם ענין פאַר זיך אַליין, נאָר ער וויל האָבן די השתתפות פון אַלע אידן, כדי צו מזכה זיין דערמיט כלל ישראל. און פּשיטא אַז די דירה בתחתונים וואָס מ'דאַרף מאַכן, דאַרפן זיך אין דעם משתתף זיין מיר אַלע און אַלע אידן. יעדערער דאַרף אַליין טאָן, ממלא זיין זיין שליחות. עס זיינען געבליבן נאָר פּכים קטנים, און אַז מ'וועט דאָס אָפּטאָן וועט זיין דער ועלו מושיעים, אַז די שלש קליפּות הטמאות וועט מען מדחה זיין און קליפּת נוגה וואָס דאָס איז דער כללות העולם וועט מען מעלה זיין, וועלן דעמאָלט ג' קליפּות הטמאות בטל ווערן און עס וועט זיך אויספירן דער תכלית הבריאה, עס וועט זיין דירה לו יתברך בתחתונים.
יד. (צוה לנגן אחד הניגונים מכ"ק אדמו"ר האמצעי, ואחרי הניגון אמר:) מ'האָט דאָך גערעדט י"ט כסלו אַז מ'זאָל מסדר זיין חלוקת המשניות און יעדער איינער זאָל נעמען פינף פּרקים מסיים זיין ביז יו"ד שבט, וואָס געוויס האָבן דאָך אַלע מסיים געווען, אַזוי ווי עס איז דאָך אַ מנהג ישראל אַז צו אַ סיום זאָגט מען עפּעס בהסיום — וועל איך זאָגן אַ פאַר ווערטער בקיצור.
אין דער משנה וואָס פאַר דער לעצטער משנה זאָגט ער; חלות דבש מאימתי מיטמאות משום משקה משיהרהרכז), בית הלל אומרים משירסק. דאָס הייסט בית שמאי האַלטן אַז מיט מחשבה אַליין שטעלט זיך איבער אַ זאַך, און בית הלל האַלטן אַז מען דאַרף האָבן אַ פּעולה.
הגם אַז בית שמאי במקום בית הלל אינה משנה, אָבער לעתיד לבא וועט דאָך זיין הלכה כבית שמאי*1)), און אַזוי ווי איצטער גייט דאָך שוין צו לעתיד לבא, פרייטיק בייטאָג איז דאָך דער ענין פון טועמי', טועם זיין פון דעת בית שמאי — מיט מחשבה אַליין זאָל מען שוין איבערגעשטעלט ווערן.
אכל בי עשרה שכינתא שריאכט). ובפרט אַז ס'איז דאָ פאַראַן כמה פּעמים עשרה, ובפרט אין בית הכנסת ובית המדרש, וואָרום ס'איז דאָך פאַראַן אַ מעלה אין בית הכנסת לגבי בית המדרש און אין בית המדרש לגבי בית הכנסת, היינט איצטער אַז502מען געפינט זיך אין בית הכנסת און אין בית המדרש, און עס איז פאַ־
ראַן כמה פּעמים עשרה, וביתר שאת ויתר עז אַז מען געפינט זיך אין רבי'נס ד' אמות וואָס דאָ האָט ער געלעבט כמה וכמה שנים און דאָ האָט ער געדאַוונט, מילא שטייט דאָך יעדער איינער אין אַ התעוררות אַז פון היינט אָן וועט ער זיין כדבעי למהוי, און אַזוי ווי עס גייט דאָך צו לעתיד, איז הלכה כבית שמאי אַז מחשבה אַליין שטעלט איבער, און עס וועט זיין די יציאה מן המיצר אל המרחב.
טו. צום סוף — במשניות — איז ער מסיים, לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום. אַזוי זאָגן מיר אויך, ברכנו אָבינו כולנו כאחד באור פּניך. וואָס דורך שלום נעמט מען אַראָפּ אַלע העלמות, הסתרים והגבלות. מחשבה מועלת. איז, אַז מ'נעמט אויף זיך עס זאָל זיין דער כלי מחזיק ברכה זה השלום, דעמאָלט וועט זיין די יציאה מערבין, וואָס אויך דעמאָלט לייענט מען שמע,
ווי ער זאָגט אין התחלת המשניות
אויך אין ערבין מאָנט מען מען זאָל
דערהערן הוי' אחד ושמו אחד. דורך
שלום וועט מען לייענען שמע בקרוב
פון שחר איז שוואַרץ, פונדעסטוועגן
וועט דאָס נהפּך ווערן צום טייטש
שחר טאָג, און לילה כיום יאיר, אַז
ערבין גופא זאָל מאיר זייןמ). וואָס
דאָס וועט זיין בביאת משיח צדקנו, וואָס מען וועט זוכה זיין צו דעם
טז. (צוה לנגן ניגון של כ"ק אדמו"ר הזקן — בן ד' בבות — ואחרי הניגון אמרז דער רבי האָט דערציילט אַז ווען עס האָט זיך גערעהט וועגן איבערנעמען עניני נשיאות פון זיין פאָטער דער רבי נ"ע האָט ער געבעטן אַז עס זאָל זיין בחסד וברחמים. אויך האָט דער רבי געזאָגט, אַז בימיו יהי' הדבר הזה, וואָס ער האָט דאַן גערעדט וועגן ביאת המשיח. עס איז קיין קשיא ניט — ווי עס שטייט אין ירושלמי און ברענגט זיך אויך אין ילקוט שמעונילא) אַז אויב עס פירט זיך ביראה מלפניו תחת ממשלתו והנהגתו איז אַפילו צוואַנציק יאָר שפּעטער הייסט דאָס אַז ער איז דאָ.
פאַרוואָס האָט עס זיך פאַרהאַלטן? איך האָב געהאַט אַ בריוו פון אַ אידן, שרייבט ער אַז בשנת תרפ"ג האָט ער געפרעגט דעם רבי'ן צי ער זאָל פאָרן אין איטאַליע, האָט אים דער רבי געענטפערט, לכל עת. און האָט אים געגעבן אַן עצה ער זאָל פאָרן אין תומכי תמימים, איצ־
טער איז ער געקומען אין איטאַליע
יאָר צוריק.
ביי אונז וועט דאָס ניט געדויערן
ח"ו יאָרן, ביי אונז וועט דאָס זיין
שנעלער, מען דאַרף נאָר משלים זיין
די עבודה מיט די פּכים קטנים, מען
דאַרף משנה זיין די רגילות והנחות,503דעמאָלט וועט זיין אסתלק יקרא דקוב"ה בכולהו עלמין, און עס וועט זיך אויספירן די כוונה העליונה.
יז. (טרם צאתו אמר:) כי בשמחה תצאו ובשלום תובלוןג), אַז עס וועט זיין שמחה וואָס דעמאָלט וועט ממילא זיין שלום, אַז די אַלע וואָס זיינען צוגעבונדן צום רבי'ן וועלן זיין באחדות, דעמאָלט איז אויך ההרים והגבעות, איז ניט נאָר וואָס זיי וועלן ניט מעכב זיין, נאָר זיי וועלן נאָך מסייע זיין. וכל עצי השדה וואָס זיי זיינען ניט עושה פּירות, זיי זיינען אילני סרק, וועלן זיי עושה פּירות זיין, כמאמר רז"ל עתידים אילני סרק שיעשו פּירותמח), נאָר בתנאי אַז עס זאָל זיין שלום, די אַלע וואָס האָבן אַ שייכות צום רבי'ן זאָלן זיין באחדות, דעמאָלט וועט דער אויבערשטער העלפן מען זאָל אויספירן די כוונה וואָס דער רבי האָט אויף אונז אַלעמען אַרויפגעלייגט און אונז איבערגעגעבן, וואָס דאָס איז דער תכלית הטוב וואָס עס קען זיין.
יח. יעדער ענין איז דאָך בהשגחה פּרטית. דערפאַר זעט מען אַז אין די ימי ההילולא פון צדיקים זיינען פאַראַן צוויי סוגים; פאַראַן הילולא'ס וועלכע זיינען איינגעשטעלט געוואָרן אַז מען פּראַוועט זיי אין אַן אָנגעשטרענגטן, מרירות'דיקן אופן, און פאַראַן הילולא'ס וואָס מען פּראַוועט זיי אין אַ פריילעכן אופן.
יט. די הילולא פון רבי'ן כ"ק מו"ח אדמו"ר איז איינגעשטעלט געוואָרן בהשגחה פּרטית אַז דאָס איז מתאים לפי אופן עבודתו. עצבות איז דאָך בכלל ניט שייך, נאָר מען רעדט אַפילו וועגן שלילת המרירות.
דער אופן ווי ס'איז איינגעשטעלט געוואָרן די הילולא פון רבי'ן איז — בשמחה.
אַזוי אויך בנוגע זיין אוהל.
די וואָס זיינען געווען אויף אוהלים פון צדיקים ווייסן, אַז עס זיינען דאָ אוהלים וואָס פּועל'ן אַ קו פון מרירות וכיווץ, און פאַראַן אוהלים וואָס פּועל'ן אַ קו פון שמחה ועלי'. דעם רבי'נס אוהל איז פון דעם סוג. קומענדיק אויפן אוהל, נאָך איידער מען איז זיך מתבונן, פּועל'ט עס אַן עלי' והגבהת הרוח, וואָס דאָס איז שייך צו שמחה.
ווייל עבודתו שעבד בה כל ימי חייו איז אויך געווען באופן כזה,
מקרב זיין און אויפהויבן אַלע אידן, אַפילו די בריותמד), מיט אַ וועג פון קירוב ונועם, מיט דער כוונה צו פּועל'ן דעם ומקרבן לתורה,
פּועל'ן ביי זיי דעם לחזות בנועם השם און מגלה זיין זייער חלק אין תורה און זייער חלק אין מצוות.
כ. יום ההילולא איז דאָך אַ יום העלי' פאַר דער נשמהיח), ובמילא אויך אַן עלי' לההולכים בדרכיו, אַן עלי' בדרך מקיף על כל פּנים, איז504די עלי' אויך אין אופן פון קירוב ושמחה, וואָס שמחה איז פּורץ גדר, אַלע גדרים שמבחוץ ומכל שכן די גדרים שמבפנים,
אַז מען זאָל מעלה זיין בקודש, הן די ענינים שבין אדם למקום און הן די ענינים שבין אָדם לחבירו.
וואָס דורך דעם גופא איז מען גורם אַ נחת רוח נוספת צו דער נשמה פון בעל ההילולא, ובמילא פּועל'ט מען דורך דעם אַ התעוררות ביי דעם בעל ההילולא, אַז ער איז עומד ומשמש במרום ומעורר רחמים רבים אויף די וואָס זיינען מקושר און שייך צו אים, און דורך זיי אויף כלל ישראל, להשפּיע רוב טוב בגשמיות וברוחניות, ניט נאָר בחסד וברחמים, נאָר אויך מתוך שמחה.
כא. (בשבוע הראשון להסתלקות כ"ק אדמו"ר נ"ע, ביום הרביעי אחרי תפלת השחר, אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א)
דער דין איז דאָך שלשה לבכי שבעה להספד80)).
איך האָב געהאַט אַ בריוו פון איינעם, שרייבט ער מיר, אַז ביי חסידים זאָגט מען דאָך ניט קיין הספּדים, אָבער מען דערציילט וועגן אים, און דאָס איז אַ הספּד. און שרייבט מיר צו דעם אַ סיפּור;
דער רבי האָט אים געשריבן אין אַ בריוו; איך וואַרף זיך ניט מיט קיין טיטולן. אַז איך שרייב ידיד נפשי אָדער ידידי עוז, איז דאָס אַזוי.
(ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) הגם אַז מצד המקבל קען זיין אַז דערווייל איז נאָך ניט אַזוי, אָבער סופו להיות כן.
ובהתאם צו דעם, וואָס מיר קוועטשט דער שבעה להספּד, וועל איך דערציילן סיפּורים פון רבי'ן.
רים *86)) סדר הסיפּורים אין זוכרים).
ווען דער רבי איז אַלט געווען אַרום זעקס יאָר, האָט אים אַמאָל, זיין פאָטער דער רבי נ"ע, גערופן און געהייסן מאַכן אַ ברכה אויף די ציצית. האָט דער רבי געענטפערט, אַז ער האָט שוין געמאַכט היינט ברכת ציצית. האָט דער רבי נ"ע געזאָגט; פונדעסטוועגן. אָבער דער רבי האָט ניט געוואָלט.
האָט אים דער רבי נ"ע געגעבן אַ לייכטן פּאַטש (דאָס איז געווען דער איינציקער מאָל, וואָס ער האָט אים געגעבן אַ פּאַטש) און געזאָגט; אַז איך הייס דיר דאַרפסטו פאָלגן. האָט דער רבי זיך צעוויינט און געזאָגט. אויב מען דאַרף מאַכן די ברכה פאַר דעם אויבערשטן, האָב איך שוין געמאַכט, נאָר אויב מען דאַרף מאַכן ווייל דו הייסט . . .
505האָט אים דער רבי נ"ע געענטפערט; אַ ברכה דאַרף מען מאַכן ווייל דער אויבערשטער הייסט, אָבער יעדער פאָטער איז אַ משגיח אויף זיינע קינדער, דאַרף מען אים פאָלגן.
כג. די ערשטע יאָרן ווען דער רבי (מהורש"ב) נ"ע פלעגט ערגעץ פאָרן, פלעגט ער ניט געבן דעם שליסל פון די שאַפעס כתבים דעם רבי'ן, אָבער די שפּעטערדיקע יאָרן פלעגט ער לאָזן ביי אים דעם שליסל.
אַמאָל איז דער רבי אַריינגעגאַנגען אין דעם צימער פון די כתבים, און האָט דאָרט געזען ליגן דעם רבי'ן מוהר"ש'ס עטלעכע בויגן פּאַפּיר.
דער רבי האָט זיך נאָך מיט אַ צייט פריער אויסגעלערנט דעם רבי'ן מוהר"ש'ס האַנטשריפט. האָט ער גענומען אַ גענזענע פּען (דער רבי מוהר"ש פלעגט זייער אָפט שרייבן מיט אַ גענזענע פּען) און האָט אָנגעשריבן אויף דעם רבי'ן מוהר"ש'ס פּאַפּיר אַ ביאור אויף אַן ענין בחסידות (אויף דעם מאמר וילך איש מבית לוי), מיט דעם רבי'ן מוהר"ש'ס האַנטשריפט.
דער רבי האָט זיך פאַרקוקט אין די כתבים, און טראַכטנדיק אין די ענינים, האָט ער אַוועקגייענדיק איבערגעלאָזן דעם כתב צווישן די כתבים. ווען דער רבי נ"ע איז אַהיים געקומען פון אויסלאַנד, איז אַריין אין צימער פון די כתבים און האָט געפונען דעם כתב, האָט ער צום רבי'ן געזאָגט; איך האָב היינט אַ שמחה. איך האָב געפונען דעם טאַטנס אַ מאמר פון וועלכן איך האָב ניט געוואוסט.
דער רבי האָט אים גאָרנישט גע ענטפערט. אין עטלעכע וואָכן אַרום האָט דער רבי נ"ע נאָכאַמאָל איבערגערעהט וועגן דעם. דאַן האָט זיך דער רבי באַטראַכט; וואָס האָט ער געטאָן, און ווי וועט ער דאָס מתקן זיין? האָט ער מחליט געווען אַריינגיין וועגן דעם אויף יחידות.
ווען ער איז אַריין אויף יחידות האָט ער אויסגעבראָכן אין אַ געוויין. עס האָט אים פאַרקלעמט די האַרץ און ער האָט גאָרניט געקענט ריידן.
ווען דער רבי נ"ע האָט אים געפרעגט, וואָס וויינט ער, האָט ער געענטפערט, אַז ער האָט געטאָן אַ זאַך וואָס ער ווייס ניט ווי אַזוי ער קען האָבן אַ תיקון. און האָט אים דערציילט די מעשה.
האָט דער רבי נ"ע אים געזאָגטב ניט אַזוי געפערלעך.
כד. עס זיינען געווען זמנים וואָס דער רבי נ"ע האָט געהייסן דעם רבי'ן, ער זאָל אַריינגיין אין זיין צימער און צוקוקן זיך צו זיינע הנהגות.
כה. דער רבי נ"ע האָט אַמאָל געדאַרפט שרייבן לענגערע בריוו צו אַ סך רבנים, און צו אַלעמען מיט זיין האַנטשריפט, וואָס דאָס האָט ביי אים גענומען אַ סך צייט.
האָט ער געזאָגט דעם רבי'ן, אַז ער זאָל זיך אויסלערנען זיין האַנטשריפט און ער זאָל שרייבן די בריוו. און ער — דער רבי נ"ע — וועט חתמ'נען.
דער רבי האָט געזאָגט אַז ער איז מסכים אויף דעם, בתנאי אַז ער זאָל506מוסיף זיין אַ שיעור אין לערנען מיט אים חסידות.
דער רבי נ"ע האָט מסכים געווען אויף דעם תנאי, און דער רבי האָט זיך אויסגעלערנט דעם רבי'ן נ"ע'ס האַנטשריפט במשך פון אַ קורצער צייט און פלעגט דערנאָך שרייבן די בריוו כנ"ל.
כו. בשעת מען האָט מסדר געווען אַ טעלעפאָן צווישן די חדרים פון רבי'ן נ"ע מיטן רבי'נס, פלעגט אָפט טרעפן, אַז דער רבי נ"ע זאָל אָנקלינגען דעם רבי'ן און זאָגן; קאָנסט אַריינגיין, איך וועל פאַרויכערן. דער רבי פלעגט אַריינגיין, אָנצינדן אַ שוועבעלע, אָנצינדן דעם פּאַפּיראָס, און דער רבי נ"ע פלעגט פאַרויכערן.
דער רבי נ"ע פלעגט מיט אים ריידן אין דעם ענין אין וועלכע ער — דער רבי נ"ע — האָט זיך עוסק געווען. אָדער פרעגן; וואָס האָסטו צו דערציילן? דעמאָלט פלעגט דער רבי מציע זיין עניניו.
אין אַ צייט אַרום איז דער רבי געפאַלן אויף אַ המצאה, און ערב שבת אָדער ערב יום טוב פלעגט ער אונטערלייגן אונטערן טרייבל אַ שוועבעלע, עס זאָל זיך ניט קענען גוט צומאַכן, כדי ער זאָל קענען הערן ווי זיין פאָטער דאַוונט ביי זיך אין צימער.
כז. אַמאָל איז דער רבי נ"ע מיט דעם רבי'ן געווען אין פּראָג. זיינען זיי געווען אין מהר"ל'ס שול. האָט דער רבי געוואָלט אַרויפגיין אויף דער עלי' וואו עס ליגט דער גולם. האָט ער אונטערגעקויפט דעם שמש און גענומען אַ לייטער און אַרויף.
— ווען דער רבי האָט דערציילט די מעשה, האָב איך אים געפרעגט וואָס האָט ער דאָרטן געזען, האָט מיר דער רבי ניט געענטפערט. —
ווען דער רבי נ"ע האָט זיך דערפון דערוואוסט האָט ער שטאַרק אויסגערעדט דעם רבי'ן. אין אַ צייט אַרום האָט ער אים געזאָגט; איך האָב געהאַט חדשים וואָס צו טאָן (ווי עס ווייזט אויס לתקן — עס זאָל ניט שאַטן. המספּר).
כח. אין דעם יאָר פון אבילות87)) — ל"ע — איז ווען דער רבי פלעגט ענדיקן רבי חנני' בן עקשיא כו' פאַר קדיש דרבנן, פלעגט ער זיך אָנשפּאַרן אויף דער האַנט און פלעגט עפּעס זאָגן שטילערהייט.
נאָך דעם האָט דער רבי דערציילט אַז דאָס זאָגט ער אַ פאַר שורות פון תניא.
כט. דער רבי האָט געזאָגט, אַז אין די תפלות וואָס מען זאָגט ניט אין זיי קיין תחנון, קלאַפּט מען ניט על החזה, ווען מען זאָגט סלח לנו.
ל. דער רבי נ"ע איז אַמאָל געווען אין אויסלאַנד, געטראָפן זיך דאָרטן מיט אַ סך גוטע אידן. קומענדיק אַהיים האָט ער געבראַכט דעם רבי'ן אַ מתנה, אַ שטעקן, מיט אַ זילבערנער האַלקע. אויף דעם האָט ער אויסגעגעבן זיינע לעצטע געלט. האָט אים די רביצין געפרעגט, צי דען האָט ער געדאַרפט צוליב דעם אויסגעבן זיינע לעצטע געלט? האָט דער רבי נ"ע געענטפערט אַז ווען ער האָט געזען ביי אַנדערע, האָט507ער ערשט געזען וואָס ער (דער רבי) איז.
לא. אויף לייגן פיר פאַר תפליןלח), דאַרף מען האָבן אַ גוף נקי ביותר, וואָרום דאָס וואָס די תורה האָט מחייב געווען, ווי תפלין דרש"י און ר"תלח), איז וויבאַלד לא ניתנה תורה למלאכי השרת, במילא נעמט דאָס תורה אויף זיך, מה שאין כן דאָס וואָס נאָר ווייניק מענטשן טוען און ניט וואָס תורה האָט אַלעמען מחייב געווען איז דאָך די אייגענע אחריות אַ גרעסערע. און נוסף אויף דעם איז מצד ענינם פון שימושא רבא וראב"ד תפלין — דאַרפן זיי האָבן אַ גוף נקי ביותר0)).
מצאתי נדפס*1)) אַז הרה"ח וכו' ר' הלל מפּאַריטשי) האָט געלייגט פיר פאַר תפלין און אַז מען האָט מעיד געווען פאַרן מחבר אַז בני הצמח צדק האָבן געלייגט פיר פאַר תפלין. עס זיינען געווען חסידים אויך בדורנו וואָס האָבן געלייגט פיר פאַר תפלין, אַזוי ווי הר' יצחק מתמיד, ר' צבי הירש גורארי' ועוד. איך — האָב מורא געהאַט. ביז דער רבי האָט מיר געזאָגט, איך זאָל לייגן פיר פאַר תפלין. האָב איך אָנגעהויבן צו לייגן. וואָרום עס איז דאָך אויף דעם רבי'נס פּלייצעס.
דער רבי האָט מיר דאַן געזאָגט, אַז די תפלין וועט ער אַליין באַשטעלן, כדי עס זאָל זיין בחשאי.
בשעת מען האָט געדרוקט דעם „היום יום" האָט דער רבי מסכים געווען מען זאָל מגלה זיין דעם סדר פון לייגן פיר פאַר תפלין, האָט מען עס אָפּגעדרוקט אין „היום יום".
אין פּסוק שמר תם וראה ישר508כי אחרית לאיש שלום, זיינען מרומזמא) די פיר פאַר תפלין. ר"ת'ס תפלין זיינען מרומז אין וואָרט תם. רש"י'ס תפלין — אין וואָרט ישר. שמושא רבא'ס תפלין — אין וואָרט שלום — רב שר שלום בעל שמושא רבאח).
די תפלין דשמש"ר ובפרט דראב"ד זיינען העכער ווי רש"י'ס און ר"ת'ס. דערפאַר איז ניטאָ קיין שום דעה מען זאָל מאַכן אויף זיי אַ ברכהמד).
תפלין דרש"י זיינען מוחין דאימא — דר"ת זיינען מוחין דאבא. תפלין דשמש"ר און ראב"ד איז כתרמח), דערפאַר זיינען זיי העכער פון המשכה, על ידי ברכה.
לב. אנ"ש, אין דייטשלאַנד זייענדיק, האָבן אָנגעפרעגט צי מען קען מאַכן ציצית מיט אַ מאַשין. איך האָב געפרעגט דעם רבי'ן — וואָרום דער צאַנזער איז דאָך מחמיר8. האָט מיר דער רבי דערציילט, אַז בשעת עס זיינען אָנגעקומען די פּליטים קיין רוסלאַנד, בשנת תרע"ה, האָבן זיי ניט געהאַט קיין טליתים וציצית. האָט מען געפרעגט דעם רבי'ן נ"ע, האָט דער רבי נ"ע געשיקט אַ שליח אין פאַבריק פון גנזבורג'ן און מען האָט דאָרט געמאַכט ציצית במאַשין, און נאָך דעם האָט ער געזאָגט אַז מען קען מאַכן אַ ברכה.
לג. איך האָב ניט געהערט פון רבי'ן מדייק זיין זאָגן דעם תואר „הקדוש", אויף דעם אור החיים אָדער של"ה.
ווען דער רבי האָט דערציילט אַז דער אַלטער רבי איז געווען אַ של"ה איד, האָט געדאַוונט אין של"ה'ס סידור, מיט דעם של"ה'ס כוונות, האָט דער רבי ניט געזאָגט דעם וואָרט הקדוש.
לד. דער רבי האָט דערציילט אַז ווען דער רוזשינער איז געווען אַ קינד און געלערנט חומש מיט אַ מלמד, פלעגט ער פרעגן ביי דעם מלמד אַלע קושיות וואָס רש"י איז מדייק.
בשעת ער האָט געלערנט דעם פּסוק, ויחלום והנה סולם מוצב ארצה גו' עולים ויורדים גו', האָט אים געזאָגט דער מלמד, נו, פאַרוואָס פרעגסטו ניט? און האָט אים געזאָגט רש"י'ס קושיא; עס האָט דאָך געדאַרפט שטיין יורדים ועולים. האָט אים דער רוזשינער געענטפערט: אויף אַ חלום איז קיין קושיא ניט.
לה. מ'האָט ביי מיר געפרעגט, אין וואָס האָט זיך אויסגעדריקט די מעלה פון רבי'ן אויף אַנדערע גדולי ישראל? האָב איך געענטפערט: אַלע גדולים האָבן געהאַט אַן ענין מיוחד אין וואָס זיי האָבן געטאָן. דער רבי, אָבער, האָט זיך פאַרנומען מיט אַלע ענינים, פון די העכסטע, אַזוי ווי גילוי רזין דרזין פון תורת החסי־509דות, ביז גאָר פּשוט'ע ענינים, אַזוי ווי הנחת תפלין, שבת וכו', און אַפילו אויך אין גשמיות'דיקע ענינים. און אין אַלץ איז ער געווען איבערגעגעבן בכל עצמותו.
לו. מיט אַ יאָר בערך פאַר דער הסתלקות האָט דער רבי אָנגעהויבן חתמ'נען דעם יו"ד פון זיין נאָמען מיט אַ כתב אשורי (כתב קודש), און דאָס איז געווען אויף בריוו וואָס ער פלעגט שרייבן, צו יעדער אידן, יהי' מי שיהי'. די מעלה פון עשירי (יו"ד) איז והי' הוא ותמורתו יהי' קודש *מ). דער רבי האָט געמאָנט אויך די תמורה פאַר קודש.
לז. עס שטייט אין גמרא*7)) תנו רבנן בשעת פּטירתו של רבי אמר לבני אני צריך כו' נר יהא דלוק במקומו שלחן יהא ערוך במקומו מטה תהא מוצעת במקומה.
דער ביאור הדברים איז; פּטירה מיינט אויך העתקה ממקום למקום, פון איין ענין צום צווייטן. פון איין אָרט עבודה צו אַ צווייטער, אַזוי ווי דער ענין ההפטרה וואָס מען וועהט נפטר און נעתק פון תורה צו נביאים. צדיקים גייען דאָך — סיי בעולם הזה סיי בעולם הבא — מחיל אל חיל בעלי' אחר עלי'*8)), ווערט עס אָנגערופן ביי זיי בשם פּטירה, ד. ה. די העלאה אין אַ העכערן אופן עבודה.
בשעת פּטירתו של רבי האָט ער געזאָגט לבני אני צריך. לא זו בלבד אַז די בנים דאַרפן אים, נאָר נאָך מער — ער דאַרף די בנים.
מען קען דאָך מיינען אַז וויבאַלד עס האָט זיך אָנגעהויבן ביי אים אַ העכערער סאָרט עבודה, האָט ער ניט קיין שייכות צו אונז, פאַרוואָרנט רבי בשעת פּטירתו און זאָגט, הגם איך בין איצטער עולה אין אַ העכערן סדר עבודה לגמרי, פונדעסטוועגן וואו איך וועל ניט זיין, האָב איך אייך אין זינען און נאָך מער — אַז אויך מיר, אין די העכסטע עליות, איז נוגע אייער עבודה, לבני אני צריך.
לח. נר יהא דלוק במקומו שלחן יהא ערוך במקומו מטה תהא מוצעת במקומה. דער מיין אין דעם איז, אַז אין אַלע ענינים וואָס ביז איצטער פלעגט מען זיך ווענדן צום רבי'ן, איז דאָס אַלץ עומד במקומו.
בכלל פלעגט מען צום רבי'ן קומען וועגן צוויי סוגי ענינים: תקון ופרנסה רוחנית. תקון ופרנסה גשמית, אבל לא חומרית. און יעדער סוג טיילט זיך אין דריי ענינים.
גשמיות'דיקע יחידות טיילט זיך אין דריי זאַכן: בני חיי ומזוני, וואָס דאָס איז נר שלחן ומטה. חיי איז נר ווי עס שטייט8*)) נר הוי' נשמת אדם. מזוני איז שלחן. בני איז מטה. איז די אַלע זאַכן עומד במקומו און ער קען ענטפערן און ענטפערט אַזוי ווי פריער, און איז משפּיע איצטער אַזוי ווי פריער.
לט. און אַזוי ווי אין גשמיות אַזוי איז אויך אין רוחניות. וואָס אין רוחניות איז דאָך אויך דאָ דער510ענין פון נר וואָס דאָס איז מצוות בכלל, ווי עס שטייט80)) כי נר מצוה. שלחן וואָס דאָס איז תורה בפרט, וואָרום תורה אויסער וואָס זי איז אַ לבוש ווי אַלע מצוות איז זי אויך מזון81)). דאָס אַלץ איז, בכללות, אין הנהגה כתיקונה. ומי שחטא ופגם ועבר את הדרך זאָל מען ניט מיינען אַז עס האָט אָפּגעריסן זיך — איז וואָס קען ער האָבן פאַר אַ פאַרבונד מיט רבי לאחר פּטירתו, זאָגט ער, אַז ניין — ער ענטפערט אויך אויף שאלות בעניני תיקוני פּגמים ונפילת האדם, וואָס בכללות גייט עס אַריין אין מטה. ווען דער אדם איז נכנסה בו רוח שטות, ער איז במדריגת שוכב, ראש בהשוואה לרגל. ועוד — אַז כמה תיקונים זיינען בעניני שמירת הברית, אויך בשמירת הלשון, שקשורים זה בזה. און דאָס איז מטה שתהא מטתו שלימה. ובפרט ח"נ וואָס דאָס איז אַ הבדלה כללית בינו ובין ה"אח) איז אויך אין דעם ענטפערט ער איצטער אַזוי ווי פריער.
מ. קען מען דאָך פרעגן8 עס איז דאָך ידוע אַז אויף ענטפערן אויף יחידות דאַרף מען האָבן עפּעס אַ שייכות צו דעם, אין דקות שבדקות לכל הפּחות, וכידוע הסיפּור מכ"ק אדמו"ר האמצעי בזהט), איז בשלמא פריער ווען ער איז געווען אין אַ גוף גשמי בעלמא דין וויבאַלד ער איז דאָך פאָרט געווען מלובש אין אַ גוף איז שייכות על כל פּנים בדקות שבדקות, וכמסופּר ע"ד כ"ק אדמו"ר האמצעי. אָבער איצטער אַז ער האָט צו דעם קיין שייכות ניט, איז ווי קען ער ענטפערן אויף אַזוינע ענינים?
דער תירוץ אויף דעם איז — בהקדמה, דיש מקשין; וואָס איז שייך בכלל בעטן ביי אַ רבי'ן, עס איז דאָך אַן ענין פון אַ ממוצע?
אַנדערע פרעגן דאָס זעלבע בנוגע לעניני יראת שמים. — איינער אַ משולח — פון די היינטיקע משולחים — אַז מען פלעגט אים בעטן איבערגעבן אַ פּדיון וועגן ענינים גשמיים פלעגט ער נעמען, אָבער אַ פּדיון אויף ענינים רוחניים פלעגט ער ניט נעמען, טענה'דיק אַז דאָס קען אַפילו דער אויבערשטער אַליין אויך ניט, כמאמר*8)) הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים. —
מא. דער אמת איז אָבער ניט אַזוי. כשם ווי ישראל אורייתא וקוב"ה כולא חד, ניט נאָר וואָס ישראל מתקשרין באורייתא ואורייתא בקוב"ה, נאָר טאַקע חד ממש, אַזוי איז אויך די התקשרות פון חסידים מיטן רבי'ן, ניט ווי צוויי זאַכן וואָס פאַראייניקן זיך, נאָר עס ווערט כולא חד ממש. און דער רבי איז ניט קיין ממוצע המפסיק נאָר אַ ממוצע המחבר. במילא איז דאָך ביי אַ חסיד, ער מיט דעם רבי'ן מיט דעם אויבערשטן איין זאַך.
— איך האָב ניט געזען עס זאָל זיך אַזוי ריידן מפורש אין חסידות, נאָר עס איז אַ הרגש, במילא ווער511עס וויל מרגיש זיין זאָל מרגיש זיין און ווער ניט, וויל איך זיך מיט אים ניט שפּאַרן, יהי לו אשר לו. —
במילא איז דאָך ניט שייך צו פרעגן אַ קושיא וועגן אַ ממוצע, וויבאַלד אַז דאָס איז עצומ"ה אַליין, ווי ער האָט זיך אַריינגעשטעלט אין אַ גוף.
ועל דרך מאמר הזהר88)) מאן פּני האדון דאָ רשב"י68)) אָדער ווי בעת השליחות איז אַפילו מלאך נקרא בשם הוי' 67)) אָדער ווי משה רבנו האָט געזאָגט ונתתי עשב*57).
און אַזוי איז אויך ניט שייך צו פרעגן ווי ענטפערט ער אויף ענינים פון מטה וכדומה, וואָרום עס איז דאָך אַן עצמיות'דיקער פאַרבונד פון רבי'ן מיט חסידים. וואָס דערפאַר האָט ער דאָך אויך געזאָגט וואו איך וועל זיך ניט געפינען, לבני אני צריך.
מב. דער רבי געפינט זיך מיט אונז אַזוי ווי פריער. ער געפינט זיך אין זיין חדר אַזוי ווי פריער און הערט ווי מיר פאַרברענגען דאָ.
אַי, ווי פאַרברענגט מען דאָ — איז דאָס וויילע דאָס איז זיין רצון מען זאָל פאַרברענגען.
אַמאָל האָט דער רבי אָנגעשטעלט ביי זיך אין צימער דעם מיקראָפאָן און געהערט ווי מען פאַרברענגט דאָ. איצטער איז אויך אַזוי און נאָך מער, כמובן.
מג. אין ספר חסידים88)) ווערט געבראַכט אַז רבנו הקדוש פלעגט קומען פרייטיק בין השמשות אַהיים אין די שבת'דיקע קליידער און מאַכן קידוש ופטר את הרבים88)).
איצטער איז דאָך שוין בין השמשות נאָך מנחה און רבנו הקדוש קומט מאַכן קידוש, און בלייבט אויך ביינאַכט.
מד. דעם ווינטער בין איך אַמאָל אַריין אין רבי'נס צימער. ער איז געזעסן אָנגעשפּאַרט אויפן האַנט, געווען טיף פאַרטראַכט און זאָגט מיר אַז ער וויל פאָרן קיין ארץ ישראל. האָב איך דעם רבי'ן געזאָגט; ווי קען מען פאָרן, עס איז דאָך דאָ דאָ אַ סך אַרבעט? האָט ער אַביסל געטראַכט און זאָגט; נו, אַ שיינע מחשבה.
אין מחשבה איז ער שוין געווען אין ארץ ישראל. עצמות פון יוסף האָט מען געבראַכט אין ארץ ישראל.
מה. אַמאָל איז געקומען איינער אַ חסיד ממקום רחוק און געבעטן דעם רבי'ן ער זאָל זאָגן חסידות. האָט אים דער רבי געענטפערט אַז ער זאָגט חסידות שבת. זאָגט דער חסיד אַז ביי אים איז, ווען ער קומט צום רבי'ן איז ביי אים שבת. האָט דער רבי געזאָגט חסידות.
אויך איצטער, בהתקשרות כדבעי,512איז בכל יום ובכל עת קען ווערן ביי יעדערן שבת און רבי קומט, מאַכט קידוש ופּוטר את הרבים, ד. ה. ער פּועל'ט אין זיי ווי זיי וואָלטן אַליין מאַכן קידוש, נאָר — נאָך מער — קידוש מיט זיינע כוונות, ובמילא מיט זיין קדושה.
מו. אין דעם לעצטן המשךי) וואָס דער רבי האָט געשריבן, האָט ער אַלץ באַוואָרנט און האָט דאָרטן אַלץ מרמז געווען.
אין דעם מאמר פון ב' ניסןא) רעדט דאָהטן דער רבי וועגן נצח און זאָגט אַז נצח איז מושרש אין עצם הנפש ממש, העכער פאַר אַלע כחות. דערפאַר זעט מען אַז צוליב ניצוח המלחמה, איז מען מבזבז די אוצרות הכמוסים וחתומים מדור דור, און דער מלך אַליין איז עומד בקשרי המלחמה, און ער איז משליך חייו מנגד, און דאָס אַלץ איז צוליב ניצוח המלחמה, וואָס דערפון איז דאָך מובן, אויף וויפל נצח דערלאַנגט אין נפש.
דער רבי רעדט דאָס וועגן איצטערדיקער צייט, דער זמן האחרון קודם הגאולה, דער זמן פון גמר הבירורים, ווי דער רבי האָט געשריבן אין „הקריאה והקדושה" אַז איצטער איז דער זמן וואָס איז קודם הגאולה און די עבודה איצטער איז בדרך נצחון וקבלת עול דוקא.
צוליב מנצח זיין די מלחמה, האָט מען מבזבז געווען די אוצרות הכמוסים וחתומים מדור דור — דאָס איז די אַלע ענינים וסיפּורים וואָס דער רבי האָט מגלה געווען אין דער לעצטער צייט, וואָס זיי זיינען געווען כמוס וחתום מדור דור, ביז דורו של הבעש"ט ומורו בעל ח"יסב).
513און דאָס וואָס דער רבי האָט איצטער מגלה געווען די אַלע ענינים איז דאָס אַן ענין פון בזבוז ממש, וואָרום אין איש שם על לב כדבעי צו די אַלע ענינים, במילא איז דאָס אַ בזבוז ממש. והכל בשביל הניצוח.
אַז דאָס האָט אָבער אויך ניט געהאָלפן, איז מוסיף דער רבי אין מאמר, המלך עצמו עומד בקשרי המלחמה, וואָס אַזוי האָט זיך געפירט דער רבי אַז ער האָט זיך ניט עוסק געווען בענינים נעלים דוקא, נאָר ער אַליין האָט זיך עוסק געווען בכל הענינים ואפילו הפּשוטים ביותר. ער אַליין איז געשטאַנען בקשרי המלחמה.
אילו זכינו — וואָלטן די אַלע ענינים מספּיק זיין מנצח צו זיין די מלחמה און דער רבי וואָלט אונז שוין לאַנג פירן אַנטקעגן משיח'ן, וויבאַלד אָבער מען האָט זיך ניט איבערגעגעבן צו אים ווי מען דאַרף — האָט דאָס אויך ניט מספּיק געווען, און דער רבי איז מוסיף אין מאמר אַז דער מלך איז משליך חייו מנגד.
(כ"ק אדמו"ר שליט"א בכה הרבה ולבסוף סיים:) וויבאַלד אַז מער שרייבט דער רבי גאָרניט אין מאמר, און דער מאמר איז דאָך תורה, איז דער פּסק התורה אַז איצטער איז שוין גענוג, מען דאַרף נאָר לאזור כוח וגבורה אויף מנצח זיין די מלחמה און דער רבי וועט אונז פירן אַנטקעגן משיח'ן.
מז . . . . וואָלט איך מציע זיין נאָך אַ הצעה, אַז מ'זאָל אויס'חזר'ן — אינגאַנצן אָדער אַ חלק, פון — דעם מאמר וואָס דער רבי האָט אַרויסגעגעבן צו זיין יום ההסתלקות*12)) און מזמן לזמן, ווען מ'איז אין אַ מבוכה, אָדער ס'איז דאָ עפּעס ספיקות, אָדער פּגע בך מנוול זה — זאָל מען דאָס איבערטראַכטן. עס איז ניט אַזוי נוגע די כמות, צי דעם גאַנצן מאמר, צי — אויב מ'קען ניט, מצד איזה סיבה שהיא, אויס'חזר'ן דעם גאַנצן מאמר — אַ האַלבן מאמר. דער עיקר איז נוגע די איכות, עס זאָל זיין זוחלין, מים חיים, און עס זאָל זיין מחובר מיטן מקור.
מח. אין דער שיחה פון י"ט כסלוח*) דערציילט דער רבי אַז אין — שנת תר"ף — שנת הפּרידה, וואָס ער האָט זיך געזעגנט מיט דעם רבי'ן נ"ע, האָט מיט אים דער רבי נ"ע אַ סך גערעדט וועגן דעם מאמר והדרת פּני זקן אין לקוטי תורהו). אין מאמר רעדט זיך אַז ווען דברי תורה חקוקים במוחו איז אויך אין דער צייט וואָס ער לערנט ניט, איז הקב"ה שוכן עד בקרבו. און דערפאַר דאַרף מען זיך אויפשטעלן פאַר אַ תלמיד חכם אויך בעת ווען ער לערנט ניט, ווייל דברי תורה חקוקים במוחו. אַזוי איז אויך אַז מ'וועט קלאָר זיין דעם מאמר איז לבד זאת וואָס דאָס וועט העלפן צו התקשרות514בעת מ'וועט אים חזר'ן, איז אויך אין די איבעריקע זמנים איז מוחו אָנגעפילט מיט דעם רבי'נס תורה, וואָס אין דער תורה האָט זיך דער רבי אָפּגעגעבן צו חסידים. במילא שטייט ער אין אַ התקשרות תמידית.
א. היינט איז דער רביצי'נס יאָרצייט. דער רבי מהר"ש איז געווען זייער אַ מסודר, און מ'האָט געוואוסט גענוי זיין סדר היום. ובכלל זה אויך די זמנים ווען ער פאָרט שפּאַצירן. בעת ער פלעגט אַרויספאָרן שפּאַצירן פלעגט מען זיך אַריינ'גנב'נען און מעתיק זיין כתבי דא"ח. מ'פלעגט אַוועקשטעלן אַ שומר ער זאָל באַצייטנס אָנזאָגן ווען דער רבי מהר"ש האַלט ביי קומען. אויף אַזאַ אופן האָט מען מעתיק געווען אַ סך כתבים.
איינער פון די מעתיקים איז געווען די רביצין. און ביי דעם רבי'ן (דעם שווער) זיינען אירע העתקות פון דעם רבי מהר"ש'ס כתבים, געלעגן אין איין תיק צוזאַמען מיט דעם רבי'נס נ"ע הנחות.
אויף אַזאַ אופן האָט ער זיך גע־
רבי'ן נ"ע. אַמאָל האָט דער רבי
נ"ע אים געכאַפּט אַז ער איז מעתיק
די כתבים, און האָט אים געזאָגט;
אויך אויס בעל־הבית17 דער רבי וכלשון הלקוטי תורה: בלי שום הפסק ופּירוד לעולם אַפילו רגע אחד. נאָר עס דאַרף זיין חקוקים במוחו. אותיות החקיקה68)), מים חיים, מי מעין, פון מקור, עצם הנפש . . .
האָט פון דעם געקראָגן אַ שטאַרקן שבירת הלב, און האָט געבעטן אַ תיקון אויף דעם. אין אַ צייט אַרום האָט דער רבי נ"ע אים געגעבן אַ רשיון, אַ צוטריט צו די כתבים, און אַוועקפאָרנדיק — פלעגט ער אים לאַזן די שליסלעך פון די אַלמערס.
ג. לכאורה איז ניט מובן, דער רבי מהר"ש האָט דאָך מסתמא משער געווען, און אפשר אויך ברור געוואוסט אַז מ'איז מעתיק די כתבים ווען ער פאָרט אַוועק, וואָרום ער האָט דאָך גוט געקאָנט דעם רבי'ן נ"ע און זיין תשוקה צו חסידות. איז, ממה נפשך; האָט ער ניט געוואָלט מ'זאָל מעתיק זיין, האָט ער געקאָנט באַוואָרענען די כתבים אויף אַזאַ אופן מ'זאָל זיי ניט קענען מעתיק זיין, האָט אים ניט געאַרט אַז מ'איז מעתיק, האָט ער דאָך געקענט געבן אויף דעם אַ רשיון. צוליב וואָס האָט דאָס געדאַרפט זיין אויף אַזאַ אופן? די זעלבע זאַך איז ניט מובן אין דער העתקת הכתבים וואָס דער רבי פלעגט מעתיק זיין ביי דעם רבי'ן
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-h4dw6y9x