Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 4
660ו י ר א
ברוקלין, נ. י.
. . . בענינא דיומא דפרשת השבוע: ויטע אשל בבאר שבע, ויקרא שם בשם ה' א־ל עולם, ויגר אברהם בארץ פלשתים ימים רבים ואח"כ נסיון העקידה וכו'.
שע"י ענין הצדקה דבכל מאדך (שזהו ענין אש"ל, שלא לבד שנתן להם כדי צרכם של העוברים ושבים, אלא גם נטע פרדס, בכדי שיהיו גם פירות, שזהו ענין של תענוג, ועוד יותר נטע פונדק, בכדי שיהי' להם אש"ל בכל הפרטים, ועוד נטע סנהדרין, שזהו תכלית העלי' גם בענינים הרוחניים, ומר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי).
הנה מלא התפקיד לגור בארץ פלשתים — עוה"ז הגשמי — ימים רבים, שזהו אורך הגלות, שכל רגע בו ה"ז כימים רבים (היפך מענין הטוב שאָז ויהיו בעיניו כימים אחדים), והגיע לתכליתו, העקידה נסיון מס"נ בפועל, וק"ל.
בברכה לבשו"ט
א
ת ול ד ות
ברוקלין, נ. י.
צו דער דערפרייענדער געלעגנהייט פון דער „דרייצ־יאָר" פייערונג פון אייער רבנות שטעלע אין דער קהלת קודש בית הכנסת ובית המדרש . . . — מוצאי שבת קדש הבע"ל,
שיק איך אייך, דעם חשוב'ען פּרעזידענט, גבאים און אַלע מעמבערס שי', מיין באַגריסונג און ברכה.
די געשעענישן פון דער וואָך האָבן, ווי באַוואוסט, אַ שייכות צו דער662סדרה פון דער וואָך. אַזוי ווי די פייערונג קומט פאַר אָנהויב וואָך פון פרשת תולדות, קען מען געפינען אַ הוראה (אָנווייזונג) באַלד אין דעם ערשטן פסוק פון דער סדרה — יצחק בן אברהם, אברהם הוליד את יצחק.
די ווידערהאָלונג „יצחק דער זון פון אברהם, אברהם האָט געבוירן יצחק" אין דער תורה הק' — וואָס תורה איז דאָך פון לשון הוראה, אַן אָנווייזונג און לערע ביז אין טאָג־טעגלעכן לעבן — אונטערשטרייכט דעם פאָלקאָמענעם צוזאַמענבונד פון אידישע דורות, עלטערן און קינדער.
גאָר אָפט הערן מיר, אַז קינדער נעמען זיך איבער מיט זייער שיינעם טאַטען און זיידען; דאָס איז אָבער בלויז דער ענין פון „יצחק בן אברהם". עס דאַרף אויך זיין „אברהם הוליד את יצחק", אַז דער טאַטע און זיידע זאָלן קענען האָבן אמת־אידישע שטאָלץ און נחת פון זייערע קינדער און אייניקלעך ניט נאָר די קינדער זאָלן האָבן „זכות אבות", נאָר אויך די עלטערען זאָלן האָבן „זכות בנים".
דאָס איז אייגענטלעך דער אינערלעכער צוועק פון אַ בית הכנסתבית המדרש; עס זאָל דינען ניט נאָר אַלס מקום קדוש צו דאַוונען און לערנען, נאָר אַז די קדושה זאָל אריבערגעטראָגען ווערן און פאַרבינדען די שול מיט די הייזער פון די מעמבערס, פון גאָר יונג ביז גאָר אַלט. און דאָס איז אויך די אויפגאַבע פון דעם רב און גייסטיגן פירער פון אַ קהלה, אַז די גאַנצע קהלה — מנער ועד זקן טף ונשים, סיי אין שול און סיי אין דער היים — זאָל זיין דורכגעדרונגען און פאַראיינציקט דורך דער ליכטיקייט פון תורה און מצות און זאָל וואַקסן אַלס גאַנצע קהלה, אין פולן זין פון „יצחק בן אברהם", אברהם הוליד את יצחק". און דאָס ווערט פאַרווירקלעכט דורך דער פולער צוזאַמענאַרבעט פון דעם רב די פירער און מעמבערס פון דער קהלה.
השם יתברך זאָל אייך אַלעמען בענטשן, אַז די הצלחה פון די פריערדיקע יאָרן זאָל וואַקסן און שטייגן לאורך ימים ושנים טובות, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד ובברכה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-g9kb35qc