Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 6
663הביטוי נשיקה „על" כי אם „וישק לו" — ובאיוב (לא, כז) ותשק ידי לפי —, אף שנמצא בלשון חכמים במשנה ר"ה פ"ב מ"ט ונשקו על ראשו ובברייתא נושקין על גבי היד (ברכות ח, ב).
ולכן לפי דעתי, יש לפרש ע"פ ישק כל עמי, אם מלשון משק כפרש"י או עכ"פ מלשון נשק, אף שלא נמצא במקום אחר בלא נו"ן. ולבאר לתלמידים אשר רק שריד מעט נשאר מלשוננו בספרי התנ"ך — ובלשון הרמב"ם בהקדמתו לספר המצות „לשון ספרי הנבואה . . . קצר בידינו" — ולכן כמה תיבות וביטוים לא נמצאו בהם אלא פעם אחת . .
בברכה לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
. . . בפשיטתא תרגם הפסוק „ועל מלת פומך נסב דינא כולא עמא". וכן בתרגום השבעים והוולגאטא תרגמו „ישמע".
וא"כ פי' כוונת הענין ולא תרגום התיבה בדיוק אבל ג"ז קרוב לפי' מל' משק או נשק ולא נשיקה, כי לפי' האחרון הוא ענין של כבוד ולא שמיעה לפקודתו.
א
ו י ח י
יארצייט פון דעם אַלטן רבי'ן
בעל התניא והשולחן ערוך,
זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
ברוקלין, נ. י.
דער פאלגענדער סיפו־תורה (דערציילונג וואָס דינט אַלס לערע) פון דעם אַלטן רבי'ן (וועמענס יארצייט איז היינט, ווען דער דאזיקער בריף ווערט געשריבן), וואָס מיר האָבן געהערט פון דעם רבי'ן דעם שווער . . .
ווען דער צמח צדק איז געווען אַ קינד און האָט געלערענט דעם פסוק ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה שנה. האָט אים זיין מלמד פאַרטייטשט דעם פּסוק, אַז יעקב אבינו האָט געלעבט די זיבעצן בעסטע יאָרן פון זיין לעבן664אבות, איז זיינע בעסטע יארן זיינען גערעכענט די יארן וואָס ער האָט געלעבט אין גלות אין מצרים, די אומריינסטע פון אַלע לענדער?
האָט אים דער אַלטער רבי געענטפערט; עס שטייט ואת יהודה שלח לפניו אל יוסף להורות לפניו גשנה, דערקלערט דער מדרש (ווי רש"י ברענגט אראפ), אַז יעקב אבינו האָט פאַר זיין פארן אין מצרים געשיקט אהין יהודה'ן צו גרינדן פאר אים דארט א ישיבה וואו די שבטים זאלן לערנען תורה. אז מען לערנט תורה ווערט מען נעענטער צום אויבערשטען ברוך הוא, און אויך אין מצרים איז געווען ויחי — געלעבט.
די לערע דערפון איז; ווען אידן גייען זיך באַזעצן אין אַן אָרט, ווען דאָס זאָל ניט זיין און וואו דאָס זאָל ניט זיין, איז די ערשטע זאַך דאַרף זיין — גרינדן דאָרט אַן אָרט צום לערנען תורה, און ניט נאָר פאַר דעם אַלטן דור (יעקב, דער פאָטער) נאָר, ווי אויבן געזאָגט, אַז די שבטים, די קינדער און יונגער דור, זאָלן לערנען תורה. און בשעת מען אנערקענט אַז דאָס איז דער אָנהייב און יסוד פון אידישן לעבן און אַן אידישן ישוב, פאַרפעסטיקט מען און מען ברייטערט אויס דעם תורה־מוסד און עס ווערט געשאפן אַ מרכז פאַר תורה. און דאָס פארזיכערט אַז די יארן זאָלן זיין די בעסטע יארן, כאָטש אויסערלעך איז מען אין גלות.
אויך, ווי געזאָגט — דורך דעם ווערט מען דערנעענטערט צום אויבערשטן, דער בעל־הבית פון דער וועלט. און מען באַקומט אין אַ פאַרגרעסערטער מאָס דעם אויבערשטנ'ס ברכות פאַר אַלע באַדערפענישן, ניט נאָר די לערנער אַליין, נאָר אויך די שטיצער און עסקנים וועלכע דערמעגלעכן דאָס לערנען און פאַרשפּרייטן תורה און מצות . . .
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-a8c55c09