Likkutei Sichos
Korach
326פרשת קרח
א. די היינטיקע סדרה הויבט זיך אָן מיט ויקח קרח, וואו עס ווערט דערציילט וועגן דער מחלוקת פון קרח'ן אויף כהונת אהרן, דערנאָך ווערט דערציילט וועגן מטה אהרן, וואָס דאָס איז אַ באַווייז אויף דער ריכטיקייט פון אהרן'ס כהונה, דערנאָך רעדט זיך וועגן מתנות כהונה, וואָס דאָס איז אויך שייך דערצו. דער ענין פון מתנות כהונה איז אַז פון יעדער זאַך וואָס מען האָט געהאַט האָט מען געדאַרפט געבן די כהנים, סיי פון אור פּנימי, סיי פון אור מקיף; פון אור פּנימי אַזוי ווי תרומה וביכורים, און פון אור מקיף אַזוי ווי ראשית הגז, וואָס דאָס האָט צו טאָן מיט לבושים.
דער פּסוק דערקלערט דעם ענין פון מתנות כהונה אַז פון יעדער זאַך דאַרף מען אָפּגעבן דאָס ערשטע צום אויבערשטן. וואָרום כהנים איז דאָך הוי' הוא נחלתם, זיי האָבן ניט צו טאָן מיט ענינים גשמיים און הוי' נחלתם, במילא הייסט דאָס אַז מען האָט דאָס געגעבן צום אויבערשטן, און די כהנים איז משלחן גבוה קאָ זכוב).
דערפאַר — לויט ווי עס שרייבט דער רמב"ם)) — איז אויך איצטער פאַראַן אָט דער ענין; בשעת ער גיט עסן צו אַן אָרעמאַן, דאַרף ער אים געבן מן הטוב והמתוק שבשולחנו (פון דאָס בעסטע און זיסטע פון זיין טיש); בשעת ער טוט אָן אַ נאַקעטן, כי תראה ערום וכיסיתו, דאַרף ער אים געבן מן היפה שבכסותו (די שענסטע פון זיינע קליידער) ; בשעת ער בויט אַ בית תפלה דאַרף ער דאָס בויען נאה מבית ישיבתו (שענער פון זיין דירה), ווי עס שטייט כל חלב להוי'.
— בכלל רעכנט זיך דער רמב"ם פאַר אַ נגלה־ספר, פונדעסטוועגן האָט ער אין פיל ערטער אַריינגעשטעלט רמזים פון פּנימיות התורה, און אַזוי אויך דאָ כאַפּט אָן דער רמב"ם די דריי ענינים פון מזון)), לבוש און בית —
ד. ה. אַז פון אַלע ענינים וואָס אַ מענטש האָט, פון מזון (שפּייז), פון לבוש (קליידונג) און פון בית (אַ הויז), דאַרף ער אָפּגעבן דערפון דאָס ערשטע און דאָס בעסטע צום כהן שבנפשו פּנימה, ד. ה. אויף ענינים פון קדושה, וואָס עני איז דאָס דער נפש האלקית ביי אַ בינוני
וואָס דאָס איז בענין מזון ולבוש, און ביי בית שרייבט דאָך דער רמב"ם בפירוש, בית תפלה, וואָס דאָס איז צום אויבערשטן.
בכדי אַז עס זאָלן זיין די פּרטי ההנהגה אויף אַזאַ אופן, דאַרף זיין327די הכנה כללית, וואָס דאָס פירט דער רמב"ם אויס; הקדיש דבר כו' וכמו שנאמר כל חלב להוי', אַז עס דאַרף זיין די הכנה כללית אַז דער עיקר איז להוי', וואָס דעמאָלט זיינען די פּרטים פון זיינע הנהגות אין זיין מזון לבוש ובית אַזוי אַז דאָס בעסטע גיט ער להכהן שבנפשו פּנימה.
און דאָס איז נוגע אויך בגשמיות, וואָרום וויבאַלד עס איז אַן ענין פון מתנות כהונה, איז דאָך פאַראַן די הוראה — די מעשהח) מיט איינעם וואָס האָט געגעבן ווייניקער מעשר וויפל מען האָט געדאַרפט, און לשנה הבאה האָט ער בלויז געהאַט אַזוי פיל וויפל מען האָט געדאַרפט געבן דעם כהן.
ב. אַזוי איז אויך אין זמנים, זיינען דאָך פאַראַן צייטן וואָס אין זיי האָט מען ניט צו טאָן מיט הוויות העולם, וואָס בכלל זיינען דאָס די ערשטע יאָרן פון דעם מענטשן, און פאַראַן צייטן וואָס מען איז פאַרנומען בהוויות העולם. אויך אין משך פון יאָר זיינען פאַראַן די ימי החול וואָס אין זיי איז מען טרוד, און שבתות ומועדים, וואָס אין זיי איז מען ניט פאַרנומען, ובפרט ראש השנה און עשרת ימי תשובה וואָס דעמאָלט איז קירוב המאור אל הניצוץ)).
דאַרף מען וויסן אַז כל חלב להוי', צום אויבערשטן דאַרף מען אָפּגעבן די ערשטע און די בעסטע צייט. וואָס אין יעדן טאָג גופא איז די בעסטע און רואיקסטע צייט פון דעם מענטשן באַלד ווי ער שטייט אויף, וואָס דעמאָלט איז ביי אים אַ רואיקע קאָפּ, אָט די צייט דאַרף מען אָפּגעבן צום אויבערשטן, ווי עס שטייטיז) ראשית עריסותכם חלה תרימו תרומה וגו', האָט געזאָגט כ"ק מו"ח אדמו"ר*7), ראשית עריסתכם, באַלד ווי אַ איד שטייט אויף פון בעט, תתנו להוי' תרומה, דאַרף ער די צייט אָפּגעבן צום אויבערשטן.
דערפאַר איז בשעת עס האָט זיך געהאַנדלט אין דער מדינה — אַמעריקע — וועגן דעם סדר הלימודים אין ישיבות, האָט זיך דער רבי זייער שטאַרק געשטעלט אַז אינדערפרי זאָלן זיין לימודי קודש דוקא, און לימודי חול זאָלן זיין נאָר נאָך האַלבן טאָג, וויילע אינדערפרי ווען די קאָפּ איז אויסגערוט איז דאָס די בעסטע צייט, ווי דער פּסק הרמב"םח) אַז כל חלב להוי', און ערשט בייטאָג, דעמאָלט קאָן ער זיך עוסק זיין אין וברכך הוי' אלקיך בכל אשר תעשה.
און דער ענין איז נוגע אויך צו בעלי עסק, אַז הגם זייער עסק איז דאָך אין עובדין דחול, דאַרפן זיי וויסן אַז דער עיקר איז תורה ותפלה, און די ערשטע און בעסטע צייט פון טאָג דאַרף מען אָפּגעבן צום אויבערשטן. די ערשטע זאַך דאַרף מען דאַוונען, נאָכן דאַוונען דאַרף מען לערנען, ווי דער דין איז אַז מבית הכנסת דאַרף מען גיין לבית המדרש, און דערנאָך ערשט עסן פּת שחרית,328ווי דער צמח צדק פּסק'נט)אַז פּת שחרית איז אחרי התפלה, ומבית הכנסת איז דאָך דער דין אַז מען דאַרף גיין לבית המדרשי), במילא קומט אויס פּת שחרית נאָכן לערנען, און ערשט דערנאָך קאָן מען זיך עוסק זיין בדברי הרשות.
מען דאַרף וויסן אַז דער עיקר איז תורה ותפלה, ניט אַז בעיקר זאָל ער ליגן אין עסק, און פּרק א' שחרית ופּרק א' ערבית אָפּלערנען נאָר צוליב יוצא זיין פאַר דעם שלחן ערוך, זאָגן די ווערטער און ניט הערן וואָס ער רעדט, ניט מתבונן זיין זיך אין דעם וואָס ער הערט. די בעסטע צייט, די בעסטע כחות, די יגיעת הראש און אַפילו די יגיעת כפּיים, דאַרף מען אָפּגעבן אין תורה ותפלה.
אמת טאַקע אַז תרומה דאַרף זיין ראשית ששירי' ניכריןיא), וואָס אַזוי איז אויך ביי מעשר אַז דאָס דאַרף זיין אַ צענט חלק, וכפי תקנת אושא איז אַל יבזבז יותר מחומשיז); איז אויסער דעם וואָס דער אַלטער רבי זאָגטיח) אַז בשעת עס רעדט זיך וועגן הצלה איז לא גרע רפואת הנפש כו' וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו, אָבער דאָס איז ניט דער ענין הצדקה, — במילא איז אַפילו ווען דער רוב היום גייט אַוועק אויף עסק און אַ מיעוט אויף תורה ותפלה, אָבער דער מיעוט איז דער עיקר פון כל היום, ובמילא דאַרף ער זיין דער חלב.
און די הכנה כללית צו דעם דאַרף זיין קבלת עול, אַז תיכף ווען ער שטייט אויף פון שלאָף, זאָל ער זאָגן מודה אני בקבלת עול, און עס זאָל זיין דער אָפּלייג אַז כל חלב להוי' כנ"ל, און דאָס איז נוגע אויך בגשמיות כנ"ל.
ג. קרח האָט געקריגט אויף אהרן'ס כהונה, קרח האָט גע'טענה'ט אַז מען דאַרף ניט אָפּגעבן כל חלב להכהן ווייל כל העדה כולם קדשים ובתוכם הוי'*) ומדוע תתנשאויד). מען טענה'ט אַז אַפילו בשעת מען איז זיך ניט עוסק בתורה איז אויך אכל בי עשרה שכינתא שריא, וואָס דאָס איז אַפילו בשעת מען איז זיך ניט עוסק בדברי תורהיח), און אַפילו אויב ער איז איינער האָט ער אויך אַ נפש האלקית, און אַפילו אַ קל שבקלים ורשע גמור האָט אַ נשמה, מער ניט וואָס זי איז בבחינת מקיףי), במילא איז וואו ער גייט גייט ער דאָך אום מיט דער נשמה און מיטן אויבערשטן, במילא איז מדוע תתנשאו.
ובפרט אויב ער איז אַ בעל תורה קאָן ער דאָך אַ ודאי טאָן וואָס ער וויל — וואָרום תורה מגינא ומצלא, עבירה מכבה מצוה ואין עבירה מכבה תורהיח). במילא קאָן ער ריידן כו' און די תורה וועט אויף אים מגין זיין.
329— עס שטייט אין אַ מאמר חסידות אַז טענת ופלוגתת קרח אַנטקעגן משה ואהרן איז געווען, וואָס זיי האָבן גע'טענה'ט אַז וויבאַלד זיי זיינען אַלע נשמות דאצילות, דאַרף מען ניט האָבן דעם תתנשאו. אין די שפּעטערדיקע דורות, וואָס נשמות דאצילות זיינען נאָר יחידי סגולה, דאַרף מען האָבן אַ משה רבינו, אָבער דער דור המדבר וואָס ער איז געווען אַ דור דעהד), ביי די שבעים זקנים איז געווען דער ואצלתי מן הרוח און דורך זיי האָבן דאָס געהאַט די אַלע ששים רבוא אידן מיט די נשמות פּרטיות, היינט וויבאַלד אַז מען האַלט ביי אצילות — האָבן זיי גע'טענה'ט — מדוע תתנשאו, וואָס דאַרף מען גיין העכער.
על דרך זה איז אויך איצטער פאַראַן די טענת קרח (וואָרום אַלע ענינים וואָס זיינען געווען בשעת יציאת מצרים זיינען דאָך פאַראַן אויך שפּעטער), וואָס מען טענה'ט, וויבאַלד אַז ער איז אַ בעל תורה, איז דאָס שוין גענוג, מער דאַרף מען שוין ניט —
אויף דעם זאָגט מעןיח), טלית שכולה תכלת איז ווייניק, נאָר מען דאַרף האָבן ציצית דווקא, וואָס איר ענין איז יראה וביטול, ובית שמלא ספרים, ער איז פול מיט תורה, חייב במזוזה, וואָס אין מזוזה זיינען פאַראַן די צוויי פּרשיות שמע און והי' אם שמוע, וואָס אין פרשת שמע שטייט ואהבת און פּרשת והי' אם שמוע איז יראה.
און דאָס איז דער ענין המזוזה. אַזוי ווי אַ מזוזה היט די שטוב און אַלץ וואָס אין איר, אַזוי איז בית שמלא ספרים, ער האָט תורה, אָבער אויב ער האָט ניט קיין אהבה ויראה, פעלט עס אין דער תורה, וואָרום אורייתא בלא דחילו ורחימו לא פּרחא לעילאי), בית שמלא ספרים חייב במזוזה, די אהבה ויראה היט אָפּ די תורה, אַז זי זאָל זיין ווי מען דאַרף, שיראתו קודמת לחכמתו41)) — נאָר דעמאָלט איז חכמתו מתקיימת. וכל האומר אין לו אלא תורה כו'כב).
ד. דער עונש פון קרח'ן איז געווען אַז וירדו חיים שאולה. שטייט אויף דעם אַז דער אויפטו אין דעם איז געווען דער צירוף פון שאול מיט חיים. מען געפינט זיך אין שאול תחתית, מען ליגט אין רע און אין עומק רע, און מען מיינט אַז מען לעבט; מען טענה'ט אַז כולם קדושים, וואָרום ער האָט אַ נשמה, אומעטום וואו ער איז געפינט ער זיך מיט דעם אויבערשטן (ובתוכם ה').
קרח'ס טענה אַז כולם קדושים איז טאַקע אמת. ווי ער זאָל ניט זיין האָט ער אַ נשמה, און ער האָט תורה, אָבער פונדעסטוועגן ליגט ער דאָך אין שאול, וואָרום וואָס איז די פּעולה פון דער תורה, בשעת די תורה געפינט זיך אין איין אָרט און ער איז אין אַן אַנדער אָרט.
נאָך מער, ס'איז דאָך ווי דער אַלטער רבי זאָגטכג), אַז בשעת מען לערנט תורה ניט ווי מען דאַרף, איז330די תורה בגלות אין קליפּות, וואָס דאָס איז ווי ער זאָגט אין תניאכד); כמשל האוחז בראשו של מלך וטומן פּניו אין אַן אָרט וואָס איז מלא קיא צואה. און דאָס איז נאָך אַ טייטש אין די ווערטער „חיים שאולה"; מען נעמט מיט די תורה, וואָס זי איז חיים, אין שאול תחתית.
די עצה צו דעם איז מתנות כהונה, אָפּגעבן זיין בעסטע צייט און זיינע בעסטע כחות אין תורה ותפלה. סיי פון מזון סיי פון לבוש סיי פון בית, זאָל ער אָפּגעבן די ראשית און די בעסטע צום אויבערשטן, און אַ הכנה כללית אויף דעם — באַלד ווען ער שטייט אויף פון שלאָף זאָל ער זאָגן מודה אַני בקבלת עול.
און דורך דעם ענין פון מתנות כהונה, האָט מען די ברכת כהנים, יברכך וישמרך, בבנים ובממון וכו', און „פּרח מטה אהרן", אַז עד מהרה ירוץ דברוח) — די המשכה וועהט ניט נפסק, זי קומט אַראָפּ למטה; „שקדים", שוקד על הטוב, אין אַלע דברים טובים, אין אַלץ וואָס ער דאַרף בגשמיות וברוחניות.
ה. עס איז דאָך געוואָרן אַ מנהג צו מיטנעמען עפּעס אין די שולן. די נקודה פון היינטיקער פּרשה איז דאָך דער ענין פון ויקח קרח, וואָס ער האָט געקריגט אויף כהונת אהרן און האָט גע'טענה'ט אַז כולם קדושים, מען טענה'ט אַז כולם קדושים, יעדער איינער קאָן פּסק'נען וואָס ער וויל, יעדערער איז אַ פּוסק וואָס מען מאָג און וואָס מען טאָר ניט. דאַרף מען וויסן אַז דאָס איז געווען קרח'ס שיטה. פון דעם קומט אַרויס אַ מחלוקת ביי זיי אַליין — מחלוקת שאינה לשם שמים זו מחלוקת קרח ועדתוכח). עס דאַרף זיין דער ביטול צו די בעלי תורה, צו די וואָס קאָנען פּסק'נען על פּי תורה, וואָס זייער פּסק פּועל'ט אויך אויף דער מציאות, כידוע אַז תורה איז אַ בעל הבית אויף מציאות.
אויך דאַרף מען נעמען פון היינטיקער סדרה דעם ענין וואָס מען האָט גערעדט וועגן מתנות כהונה, ווי דער רמב"ם איז מבאר37)): „כל חלב להוי'", אַז בשעת ער גיט צו אַן עני, וואָס דאָס גיט ער דעם אויבערשטן, מלוה ה' חונן דל, דאַרף ער געבן מהמובחר, און אַזוי איז בבית תפלה.
ד. ה. אַז דאָס בעסטע פון דער צייט, דאָס בעסטע פון די כחות, דאָס בעסטע פון דעם אַלעם וואָס דער מענטש האָט, וואָס דאָס בעסטע און טייערסטע ביי אַ מענטשן איז דאָך קינדער, דאַרף ער אָפּגעבן די קינדער צום אויבערשטן, און דאָס בעסטע צייט פון די קינדער, וואָס דאָס איז זייערע ערשטע יאָרן.
און דאַן האָט מען די ברכת כהנים, יברכך בבנים ובממון, וישמרך, אַז דאָס געלט זאָל אַוועקגיין אויף געזונטע זאַכן און פריילעכע זאַכן. ווי מען האָט שוין אַמאָל גערעדט אַז מיט האָבן געלט אַליין איז מען נאָך ניט באַוואָרנט — וואָרום בשעת דאָס געלט גייט אַוועק אויף דאָקטוירים איז דאָך גלייכער צו זיין331געזונט און ניט האָבן די פאַר דאָלער אויף דאָקטוירים; וישמרך — אַז דאָס זאָל אַוועקגיין אויף געזונטע און פריילעכע זאַכן.
און ער פירט אויס: וישם לך שלום, — לא מצא הקב"ה כלי המחזיק ברכה לישראל אלא השלוםכח), אַז אויך ווען דער בכל אשר תעשה, די כלי צו דער ברכה, איז אַ כלי מועט, איז פאַראַן אָבער דער ענין השלום וואָס דאָס איז מחזיק ברכה.
און דערנאָך איז ערשט — ואני אברכם, וואָס תוספתו של הקב"ה מרובה על העיקרכ). בשעת מען גיט צום
א. אין מדרשי חז"ל וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דער היינטיקער סדרה — פּ' חקת — רעדט זיך אַרום אַז די ענני הכבוד זיינען געווען אין אהרן'ס זכות, דער באר (מים) איז געווען אין מרים'ס זכות און דער מן איז געווען אין זכות פון משה. ווען אהרן און מרים זיינען נסתלק געוואָרן זיינען אויך צוגענומען געוואָרן די ענני הכבוד מיטן באר, און זיינען נאָכדעם צוריקגעקערט געוואָרן אין זכות פון משהב).
הגם אַז תורה איז חכמה, ווי עס שטייט) כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים, פונדעסטוועגן ווערט אויבערשטן מתנות כהונה, ווי די גמרא זאָגט80)) אלקיכם כהן הוא, איז ואני אברכם, וואָס דאָס איז מרובה על העיקר.
אין ואני אברכם איז פאַראַן צוויי פּירושים81)): א) לכהנים, ב) לישראל. ועל פי הנ"ל2 אברכם לכהנים שבנפשו, דאָס הייסט אַ ברכה ברוחניות, ער זאָל האָבן אַ חיות און אַ געשמאַק בלימוד התורה וקיום המצוות, און אַ ברכה לישראל וואָס דאָס איז בכל דרכיך ובגשמיות אין אַלץ וואָס מען דאַרף.
עס ניט אָנגערופן מיטן נאָמען חכמה נאָר מיטן נאָמען תורה, מלשון הוראהח), ד. ה. אַז יעדער ענין וואָס עס ווערט דערציילט אין תורה איז דאָס אַ הוראה (אָנווייזונג) אַלע מאָל און אומעטום אין טא־טעגלעכן לעבן.
דאָס הייסט, אַז ניט נאָר די מצות וואָס אין תורה, מצות עשה ומצות לא תעשה, זיינען אַ הוראה אין לעבן, נאָר אויך די ספּורים פון תורה, זיינען אַ הוראה אין לעבן. וואָרום אויך די מצות זיינען געשריבן געוואָרן ניט בדרך ציווי נאָר בדרך ספּור, אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה'ן און משה האָט געזאָגט
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-ts6m09c0