לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים י
481תרומה
הערות לס' בית המקדש (שפר). ירושלים, תשכ"ב.
בתחלתו: צורת ביהמ"ק לשיטת התפא"י. טז ט"ו מעלות. — היו כחצי גורן עגולה (מדות ב, ה). ולא כמצויר בפי' תפא"י והועתק בס' זה.
ע' 13. הר הבית ומקורה הי' כולו. ארכו 500 אמה כו'.
מוכרח הערה וביאור בנוגע לביהמ"ק (שגם הוא נכלל בהשטח דהת"ק אמה). ובפרט שנראים דברי המפרשים שביהמ"ק כולו לא נכלל בקירוי הנ"ל. ופשיטא שכמה מקומות בו לא היו מקורים. עיין מפרשים למדות רפ"ב.
בכל תרשימי הר הבית שבספר — אין זכר וסימן (כרגיל בתרשימים) לקירוי!
שם. שערים . . . גבהם 20 אמה — זהו גובה חלל ופתח השער.
ע' 44. עלי' ארכה — צ"ל 61 אמה, ולא 60.
בסופו ע' 51. מקום השמירה. הכהנים — מבפנים, הלוים — מבחוץ.
חסר הביאור. וראה ראב"ד תמיד בתחלתה. מנחת חינוך מצוה שפח.
ע' 52. איש הר הבית. אדם אחד כו' — לכאורה פשוט שהי' כהן — כיון שג"ז בכלל השמירה ועוד שהוא ממונה על הכהנים בענין עבודתם. ולא דמי לפתחי' זה מרדכי דעל הקנין (שקלים רפ"ה). ולע"ע לא מצאתי בס' שיעירו בזה.
ברוקלין, נ. י.
צו אַלע אַנטיילנעמער אין דעם 25טן
יערלעכן באַנקעט פון „בית רבקה" אין
מאָנטרעאָל,
ה' עליהם יחיו
צו דער געלעגנהייט פון דער דאָזיגער דערפרייענדער געשעעניש, שיק איך מיין באַגריסונג אוז ברכה צו די געערטע געסט און אַלע באַטייליגטע און פריינד פון482בית רבקה, מיט דעם אינערלעכן וואונש אַז עס זאָל זיין מיט פיל הצלחה אין אַלע הינזיכטן.
בפרט אַז דער באַנקעט קומט פאַר אויף מאָרגן נאָך פ' תרומה — די ערשטע פון אַ ריי סדרות אין דער תורה אין וועלכע עס רעדט זיך וועגן דעם אויפשטעלן פון מקדש און משכן. אין דעם צוזאַמענהאַנג ווערט אָנגעדייטעט אין דער תורה — און חכמינו זכרונם לברכה אונטערשטרייכן דאָס אויספירלעך — אַז ווען די פרויען האָבן געהערט פון משה רבינו, אַז דער אויבערשטער וויל און בעט ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם (מ'זאָל פאַר עם מאַכן אַ הייליגן אָרט, אַ משכן און מקדש, און די שכינה וועט רוען צווישן די אידן און אין יעדן איד), האָבן זיך די פרויען אָפּגערופן מיט אַ האַרציקייט און באַגייסטערונג וואָס האָט איבערגעשטיגן אפילו די מענער — אָפּגעבנדיק פאַר דעם הייליגן צוועק זייערע טייערסטע צירונגען וכו'. די פרויען האָבן פאַרשטאַנען, אַז וויבאַלד אַז די עיקר'דיגע כוונה פון דעם אויבערשטן איז, אַז עס זאָל זיין ושכנתי בתוכם — אַז די ג־טלעכע שכינה זאָל רוען אין יעדע אידישע היים, האָבן דאָך די פרויען און טעכטער גאָר אַ גרויסן חלק אין דעם, וואָרום די גאַנצע הנהגה פון דער אידישער היים איז אין גאָר אַ גרויסער מאָס אָפּהענגיק פון דער עקרת הבית.
איז אין דעם פאַראַן אַ צייטיגע הוראה און דערמאָנונג פאַר יעדן איינעם און איינע פון אונז, וועגן דער העכסטער וויכטיקייט פון די בית רבקה מוסדות, וואו אידישע טעכטער ווערן דערצויגן אין דעם גייסט פון די נשים צדקניות וואָס האָבן אויפגעהאָדעוועט דעם דור פון גאולה פון מצרים, און זיינען געווען די ערשטע מקבל צו זיין די תורה, און דערנאָך אויך די ערשטע וואָס האָבן מיט אַזויפיל באַגייסטערונג און אפפערוויליקייט געהאָלפן פאַרווירקלעכן דעם ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם.
איך וויל האָפן, און בין זיכער, אַז אַלע אַנטיילנעמער און פריינד פון בית רבקה וועלן זיך האַרציג אָפּרופן צו העלפן פאַרזיכערן און פאַרשטאַרקען נאָך מער די לעבנסוויכטיגע חינוך טעטיקייט פון דעם דאַזיגן מוסד. אין צוגאָב צו דעם וואָס דערמיט ברייטערט מען אויס די צנורות צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות פאַר זיך מיט די בני־בית שיחיו אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות, דערנעענטערט מען די צייט ווען דער בית המקדש, כפשוטו, וועט ווידער אויפגעריכטעט ווערן בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.
בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.
0
483. . . ולסיים בענינא דפרשתא הנני להעתיק במה שהוקשה לי ימים אלו, דהנה ב' דעות יש מתי נאמרה פ' תרומה תצוה, אם לפני מעשה העגל (זח"ב קצה, א) או לאחריו (תנחומא פ' תרומה ופירש"י) והוא כתנאי ריב"ק ורבי בזבחים (קטו, ב) אבל בזח"ב (רכד, א) משמע דגם הבאת הנדבות למשכן הי' קודם מעשה העגל, וצ"ע*.