לקוטי שיחות
בא א
55ב א
א. אויפן פסוקא „כה אמר ה' כחצות הלילה אני יוצא בתוך מצרים", ברענגט רש"י צוויי פירושים אין „כחצות הלילה":
א) „פשוטו לישבו על אופניו" איז, אַז דער טייטש פון „כחצות הלילה" איז „כהחלק הלילה" — ווען די נאַכט צעטיילט זיך, וואָס לויט דעם פירוש איז „אין חצות שם דבר של חצי" — האַלבע נאַכט, נאָר ס'איז אַ פעולהב (און רש"י ברענגט דערויף כמה דוגמאות).
ב) „ורבותינו דרשוג כמו כבחצותד הלילה, ואמרו שאמר משה כחצות דמשמע סמוך לו . . שמא יטעו אצטגניני פרעה ויאמרו משה בדאי הוא": „חצות" איז דאָ דער „שם דבר של חצי" — האַלבע נאַכט, און דאָס וואָס משה האָט געזאָגט „כחצות" — „סמוך לו", און ניט „בחצות" (בדיוק) — איז ווייל ער האָט חושש געווען „שמא יטעו כו' ויאמרו משה בדאי הוא". און דערנאָך איז רש"י מסיים (לויט כמה גירסאותה) „אבל הקב"ה יודע עתיו ורגעיו אמר בחצות".
לערנט דער מזרחי (און נאָך מפרשים), אַז די שוועריקייט אין פסוק, וואָס רש"י קומט פאַרענטפערן מיט די צוויי פירושים, איז — ע"ד ווי די קשיא אין גמראו — „מי איכא ספיקא קמי' שמיא":
אויב מען זאָל זאָגן אַז „חצות" איז „שם דבר של חצי", דאַרף אויסקומען אַז דער כ"ף פון „כחצות" איז אַ „כ"ף השיעור" [ווי די דוגמאות וועלכע ער ברענגט: כעשרת הימיםז, כאיפה שעוריםח], דאָס הייסט, אומגעפער, בערך, אַרום דער צייט פון חצות. הייסט עס דאָך, אַז „הדבר מסופק"ט (מען ווייס ניט דעם גענויעם זמן ווען דאָס וועט פאָרקומען) — און אַזוי קען מען דאָך ניט זאָגן כלפי מעלהי.
אויף דעם ברענגט רש"י צוויי פירושים: א) „כחצות הלילה" מיינט „כהחלק הלילה" [וואָס ביי אַ פעולה באַדייט דער „כ"ף" — „כאשר": „כחצות הלילה" — „כאשר יחלק הלילה"יא, פּונקט אין האַלבער נאַכט], קומט אויס, אַז ס'איז אין דעם ניט געווען קיין ספק. ב) „כחצות" מיינט טאַקע „כמו כבחצות הלילה . . דמשמע סמוך לו", און משה האָט אַזוי געזאָגט „שמא יטעו כו'", אָבער דער אויבערשטער האָט טאַקע געזאָגט „בחצות" — דעם גענויעם זמן.
56ב. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין:
וואָס איז דער הכרח צו זאָגן, אַז ווען דער כ"ף פון „כחצות" איז אַ כ"ף השיעור איז „יחוייב שיהי' הדבר מסופק"ט? — מען קען דאָך אָננעמען, אַז ער זאָגט „כחצות" (כ' השיעור) ניט צוליב אַ ספק בדבר, נאָר ווייל דאָס וועט טאַקע פאָרקומען „סמוך לחצות"יב?
ובפרט, ווי דער לבוש פרעגט: אפילו ווען אַ בן־אדם זאָגט בלשון כ' השיעור, מיינט עס ניט דוקא אַז ס'איז ביי אים אַ „דבר מסופק"; עס איז נאָר וואָס „לא חש" צו זאָגן דעם גענויעם סכום (מיט מספרים פרטיים, און זאָגט דערפאַר סמוך צו אַ מספר כללי מסוים).
דער טעם בפשטות פאַרוואָס מ'קען אַזוי ניט זאָגן איזיג, ווייל עס שטייט ווייטער אין פסוקיד „ויהי בחצי הלילה וה' הכה כל בכור גו'" — אַז מכת בכורות איז געווען גענוי „בחצי הלילה", און ניט „סמוך לחצות".
עס איז אָבער ניט מסתבר צו זאָגן אַז דאָס איז דער הכרח פון רש"י דאָ — ווארום אויר די באוצע הורחה פוו רש"י אה א'ב פבבע זהכ כו איז פון שפּעטערדיקן פסוק „ויהי בחצי הלילה", וואָלט רש"י געדאַרפט אַראָפּברענגען דעם פסוק בפירושו דאָ
[ווי גערעדט כמה פעמים, אַז רש"י (בפירושו על התורה) פאַרלאָזט זיך ניט אויף אַ פסוק וואָס דער בן־חמש האָט נאָך ניט געלערנט];
ובפרט אַז פריער אויפן פסוק (אין פ' לךטו) „ויחלק עליהם לילה", ברענגט רש"י אַראָפּ (פון מדרש אגדהטז) „שנחלק הלילה . . וחציו השני נשמר . . לחצות לילה של מצרים", דהיינו, אַז דער „חצות לילה של מצרים" איז ניט פאַרבונדן דוקא מיטן רגע פון חצות לילה, נאָר מיט'ן „חציו השני" אין אַלגעמייןיז;
האָט דאָך רש"י זיכער געדאַרפט אַראָפּברענגען דאָ דעם פסוק „ויהי בחצי הלילה גו'".
וויבאַלד אַז רש"י ברענגט ניט דעם פסוק, און שרייבט (אויפן ערשטן פירוש) „זהו פשוטו לישבו על אופניו" — איז משמע, אַז „פשוטו" פון דעם פסוק (מצד עצמו) איז מכריח צו טייטשן „כהחלק הלילה".
א) מיט וואָס איז דער ערשטער פירוש פון רש"י מער „פשוטו" ווי דער צווייטער פירוש (וועלכן רש"י רופט אָן „דרש")?
מען קען ניט זאָגן, אַז לפי פשוטו איז „אין חצות שם דבר של חצי" [און ווי מען וואָלט לכאורה געקענט איינטייטשן דעם לשון רש"י „זהו פשוטו לישבו על אופניו שאין חצות שם דבר של חצי", אַז „אין חצות שם דבר של חצי" איז אַ נתינת טעם אויף „זהו פשוטו"] — ווייל דער וואָרט „חצות" שטייט צוויי מאָל אין מקראיח, און אין57ביידע ערטער איז „חצות שם דבר של חצי"יט
[און מען מוז לערנען, אַז מיטן לשון „זהו פשוטו . . שאין חצות שם דבר של חצי" מיינט רש"י: כדי „לישבו על אופניו" לויט פשוטו, דאַרף מען (מחדש זיין און) זאָגן „שאין חצות (בנדו"דכ) שם דבר של חצי"].
היינט וויבאַלד אַז דאָרט וואו עס שטייט „חצות" איז עס אַ „שם דבר של חצי" — פאַרוואָס זאָל מען זאָגן, אַז דער „פשוטו" פון „כחצות" דאָ איז (ניט אַ שם דבר של חצי, נאָר) „כהחלק הלילה" (וואָס אין לו עד במקרא), און דער פירוש אַז דאָס מיינט „סמוך לחצות" איז נאָר אַן ענין של „דרש"כא?
[און אע"פ אַז לפי זה דאַרף מען זאָגן, אַז משה האָט געזאָגט „כחצות" כדי צו באַוואָרענען „שמא יטעו כו'" — איז דאָס אָבער, לכאורה, אַן ענין (וחשש) וואָס האָט אַן אָרט אויך לויט דרך הפשטכב].
ב) וואָס מיינט רש"י (אין צווייטן פירוש) „שמא יטעו כו' ויאמרו משה בדאי הוא" — פאַרוואָס זאָל משה אָננעמען דעם חשש פון שמא מיט אַזאַ זיכערקייט (ובמילא ווען אַלע בכורות וועלן בבת אחת שטאַרבן (לויטן חשבון פון אצטגניני פרעה) „סמוך לחצות" און ניט גענוי אין דעם רגע פון חצות, וועט מען זאָגן אַז „משה בדאי הוא"כג) ביז צו משנה זיין לשון השם בחצות און זאָגן כחצות?!
ג) אין דעם סיום פון פירוש רש"י — „אבל הקב"ה יודע עתיו ורגעיוכד אמר בחצות" — איז ניט מובן:
ווי גערעדט כמה פעמים, איז אפילו ווען רש"י ברענגט מדרשי חז"ל, איז ער נאָר מעתיק די ענינים וואָס זיינען מיישב דברי המקרא און האָבן אַן אָרט ע"ד הפשט — דאַרף מען פאַרשטיין בנדו"ד: אע"פ אַז דער ענין איז גענומען געוואָרן פון „רבותינו"כה — וואָס איז אָבער דער הכרח ע"ד הפשט צו זאָגן אַז „הקב"ה . . אמר בחצות", וואָס לפי זה דאַרף מען זאָגן אַז משה האָט משנה געווען מדיבורו של הקב"ה (ווי מפרשים זיינען אין דעם מאריך) — מען קען דאָך לערנען, אַז אויך דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה'ן (צו אָנזאָגן פרעה'ן) „כחצות", מצד דעם זעלבן טעם גופא: „שמא יטעו כו'"כו?
ד) פאַרוואָס איז רש"י מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „הלילה" — לכאורה, זיינען ביידע פירושים נאָר בנוגע דעם וואָרט „כחצות" („כהחלק" אָדער „כמו כבחצות")?
58ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הדיוק אין לשון רש"י — „זהו פשוטו לישבו על אופניו", דלכאורה איז דאָס אַ יתור לשון; רש"י האָט געדאַרפט זאָגן כלשונו בכ"מ בפירושו „זהו פשוטו, ורבותינו דרשו כו'".
נאָר דערמיט דייטעט רש"י אָן, אַז די שוועריקייט אין די ווערטער „כחצות הלילה" (וועלכע ער איז מעתיק) איז (ניט מצד דעם פירוש פון וואָרט „כחצות", און אפילו ניט צוליבן טעם וואָס עס לאָזט זיך אַזוי ניט טייטשן כלפי מעלה, נאָר) מצד דעם תוכן הענין שבהמקרא: דער „פשוטו" דאַרף זיין אַזאַ פירוש וואָס זאָל מיישב זיין דעם מקרא „על אופניו" — אַז די ווערטער „כחצות הלילה" זאָלן אַריינפּאַסן אין כללות תוכן הענין שבהמקרא.
דער ביאור אין דעם:
לערנענדיק דעם פסוק „כה אמר ה' כחצות הלילה אני יוצא בתוך מצרים" שטעלט זיך גלייך אַ שאלה פשוטה: למאי נפק"מ צו אָנזאָגן אַז דאָס („אני יוצא") וועט פאָרקומען „כחצות הלילה"?
מען קען ניט זאָגן, אַז דערמיט האָט דער אויבערשטער (סתם) געוואָלט מודיע זיין פרעה'ן דעם זמן פון דער מכה — ווייל ביי רוב המכות האָט דער אויבערשטער ניט באַשטימט דעם גענויעם זמן ווען די מכה וועט פאַרקומען —
אפילו ביי „דבר", „ברד" און „ארבה"כז — איז ביי „דבר"כח און „ארבה"כט האָט דער אויבערשטער קובע געווען דעם טאָג „מחר" און ניט די שעה אין טאָגל; און ביי „ברד" (וואו דער אויבערשטער האָט געזאָגט „כעת מחר"לא, וכפירוש רש"י: „כעת הזאת למחר, שרט לו שריטה בכותל כו'") — איז דאָ אַ טעם מיוחד פאַרוואָס דאָס איז געווען נויטיקלב — בכדי צו באַוואָרענען אַז דער „ירא את דבר ה'"לג זאָל וויסן דעם זמן כדי צו קענען ראַטעווען „עבדיו" און „מקנהו" פון דער מכה — משא"כ בנדו"ד.
[ולהוסיף — בנדו"ד האָט דער אויבערשטער ניט געזאָגט וועלכן טאָג די מכה וועט זיין, נאָר בלויז אַז ס'וועט פאָרקומען „כחצות הלילה" — קען דאָך פרעה סיי ווי ניט וויסן מיט אַ זיכערקייט דעם זמן פון דער מכהלד!]
מוז מען זאָגן, אַז די כוונה אינעם זאָגן „כחצות הלילה" איז ניט צו מודיע זיין דעם זמן קבוע פון דער מכה, נאָר דאָס איז אַן ענין מיוחד אין אופן ואיכות המכה: „כחצות הלילה" ווייזט און איז מדגיש ומגלה אַז „אני יוצא", דער אויבערשטער בעצמו איז יוצא און ברענגט די מכה (ע"ד ווי עס שטייט59פריערלה „למען תדע כי אין כה' אלקינו").
דאָס איז אָבער דורש ביאור: אין וואָס באַשטייט דער עילוי מיוחד אין דעם זמן „כחצות הלילה" (אַרום חצות), אַז דאָס ברענגט אַרויס די הפלאה פון „אני יוצא"?
ואדרבה: נאָך דעם ווי פרעה האָט געזען ביי מכת ברד אַז זי איז געקומען אין דעם פּינקטלעכן זמן, אין דער רגע וואָס דער אויבערשטער האָט פאָראויס געזאָגט: „כעת מחר . . כשתגיע חמה לכאן ירד הברד"לו — וועט אדרבא — אָפּשוואַכן די „נאמנות" פון משה'ן זיין זאָגן אַז „אני יוצא" וועט פאָרקומען „כחצות הלילה" (לערך, סמוך לחצות)?!
ה. דעריבער איז רש"י מפרש, אַז „כחצות הלילה" מיינט „כהחלק הלילה", וואָס לויט דעם פירוש ווערט טאַקע אַרויסגעבראַכט די פּינקטלעכקייט פון באַשטימטן זמן באופן הכי מדויק (נאָך מער ווי ביי „כעת מחר"לז):
דער חילוק צווישן די צוויי אופנים ווי צו אויסדריקן דעם זמן פון „חצי הלילה" — „חצות הלילה" אָדער „כהחלק הלילה" — איז:
„חצות הלילה" רעדט וועגן זמן (מסוים); „כהחלק הלילה" — ווען משך הלילה צעטיילט זיך אויף צווייען — איז מתאר (ניט זמן, נאָר) אַ פעולה. ובהוספה אַז די דאָזיקע פעולה טוט זיך אויף ניט אין אַ המשך זמן, נאָר אין אַ נקודה פון „זמן".
די נקודה וואָס צעטיילט די צוויי חצאי הלילה איז ניט קיין שהות (המשך) זמן וואָס מען קען עס מעסטן (אויב מען קען עס מעסטן — דאַרף זי אויך נתחלק ווערן — האַלב צו דעם ערשטן חצי הלילה, און די צווייטע האַלב — צו דעם צווייטען).
און דאָס איז דער אויפטו פון „כחצות הלילה אני יוצא גו'" — דער אויבערשטער וועט „אַרויסגיין" פּונקט אין דער נקודה פון „כהחלק לילה"לח וואַרעם ער איז „יודע עתיו ורגעיו".
ו. עס איז אָבער ניט מובן: פאַרוואָס זאָגט מען כחצות וואָס האָט צוויי טייטשן, ואדרבה: דער פשט דאָ דאַרף אָנקומען צו ראיות (און איינע איז ניט גענוג) און די ראיות זיינען ניט אינגאַנצן גלייך צו נדו"דלט, וואָרעם ביידע ריידן וועגן אַ נקודת ההתחלה וואָס האָט דערנאָך געהאַט אַ המשך אַ משך זמן (אויס נקודה), משא"כ דאָ איז געבליבן אַ נקודה ממש כנ"ל — בשעת ער האָט געקאָנט זאָגן בפשטות ממש בחצות מיט אַ ביתמ! — דערפאַר מוז רש"י אָנקומען צו אַ צווייטן פירוש, כאָטש ער איז ניט גלאַטיק ע"ד הפשט (משא"כ — הדרש) אַז משה האָט אָנגעהויבן כה אמר הוי' (און איז גלייך משנה אַנשטאָט בחצות —) כחצות.
אָבער אויך לויט דעם פירוש פון רבותינו איז — „הקב"ה יודע עתיו ורגעיו (ובמילא מי איכא ספיקא כלפי שמיא) אמר בחצות", און דאָס איז מדגיש דעם60„אני יוצא" — בארץ מצרים, אחר הרחיים וגו' [וואָרום אויב ניט — איז ניטאָ קיין טעם צו זאָגן דעם זמן פון „חצות לילה", כנ"ל ס"ד באורך].
„רבותינו" טוען אויף, אַז ווען עס איז געקומען צום איבערגעבן דברי ה' אל פרעה, האָט משה משנה געווען מצד דעם חשש „שמא יטעו כו'" (און זיכער איז דאָס גופא געווען רצון ה'מא).
ומהאי טעמא איז דאָס בלויז אַן ענין של „דרש", ווייל אין פשט המקרא שטייט ניט וועגן צוויי באַזונדערע אמירות [„הקב"ה . . אמר בחצות", און משה — „כחצות"], דאָס איז בלויז אַן ענין של „דרש".
ז. יתרה מזה: לכאורה איז דאָ אַ קשיא — וואָס פרעגט אינגאַנצן אָפּ דעם ערשטן פירוש: וויבאַלד אַז „כהחלק הלילה" איז אַ נקודת זמן, וואָס נאָר דער אויבערשטער קען עס מכוון זיין, און אַ מענטש קען דאָס ניט מבחין זיין — איז וואָס וועט צוקומען דורך מודיע זיין פרעה'ן און זיינע חרטומים און כל מצרים וועגן דעם, בשעת אַז ער און זיי אַלע וועלן עס סיי ווי ניט קענען מכוון זיין — צי דאָס האָט געטראָפן פּונקט אין דער נקודה ווען דער לילה איז נחלק אָדער ניטמב.
— דאָס ווערט פאַרענפערט דורך רש"י'ס בריינגען (אריכות) ל' המדרש (דערמאָנען מענטשן וועגן וועמען מ'האָט אינגאַנצן ניט גערעדט —) — איצטגניני פרעה,
ניט פרעה ועבדיו וכיו"ב. — ווי מפורש בכתוב אַז משה האָט גערעדט צו פרעה והחרטומים וועלכע זיינען געווען באַ זייער רעדן כדי צו באַווייזן בלהטיהם בשעת מעשה אַז זיי קענען עס אויך טאָן און אויך „כל עבדיך אלה"מג,
דאָס אויבנדערמאָנטע אַז עס קומט ניט צו דורך זאָגן נקודת הזמן ווייל מען קען ניט מכוון זיין את הרגע איז דאָס בנוגע פרעה וכל מצרים, מיט איין אויסנאַם: אצטגניני פרעה — חוזים במזלות וכוכבים וועלכע זעען בכלל דעם אמתמד און פרעה האָט זיך מיט זיי גערעכנט און געטאָן לויט זייערע אָנווייזונגעןמה
און בכלל האָבן זיי מבחין געווען וויסן את הרגע פון פעולת השםמו, ס'איז נאָר געווען דער חשש שמא יטעו.
ח. ויש לומר, אַז מיט דעם לשון „אבל הקב"ה יודע עתיו ורגעיו אמר בחצות", מיינט רש"י צו מרמז זיין אויף זיינעם אַ פריערדיקן פירוש:
אויף „ויכל אלקים ביום השביעי"מז ברענגט רש"י אַראָפּ מאמר ר' שמעון „הקב"ה שיודע עתיו ורגעיו נכנס בו כחוט השערה".
דער פשט דערפון איז: אַ בשר ודם קען מדייק זיין — עכ"פ ביגיעה גדולה — אפילו אין אַ רגע; אָבער אויך אַ רגע האָט אַ שיעור — „אחד מחמשת כו' רגע כמימרי'"מח, אַרויסריידן דריי אותיות.
אָבער אַ „חוט השערה", אַ האָר, מיינט די קלענסטע נקודה פון זמן וואָס איז61איבערהויפּט ניט אין גדר פון אַ בשר ודם צו קענען זי אויסטיילן און תופס זיין — אפילו אצטגנינין ובלעםמט וועלכע קענען מבחין זיין די רגע פון פעולת השםנ, נאָר דוקא דער אויבערשטער וואָס איז „יודע עתיו ורגעיו" קען דאָס מבחין זיין.
און דאָס דייטעט אָן רש"י בפרשתנו מיטן זאָגן „אבל הקב"ה יודע עתיו ורגעיו אמר בחצות":
מיט „בחצות" ווערט געמיינט ניט סתם די רגע פון חצות וואָס אויך אַ בן אדם קען מכוון זיין (עכ"פ בטורח גדול, ובלשון הראב"ענא: „בטורח גדול בכלים גדולים של נחושת"), נאָר דאָס איז דער „חוט השערה" פון חצותנב, וואָס דאָס קען מכוון זיין נאָר „הקב"ה (וואָס ער איז) יודע עתיו ורגעיו".