עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 18

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

547הו

א. מלוה־מלכה איז דער פאַרבונד און דער איבערגאַנג פון שבת צו די ימי החול. דער טייטש פון מלוה מלכה איז דאָך — באַגלייטן (שבת, וואָס שבת הייסט מיטן נאָמען) מל־

כהב), איז דאָך דאָס — שייך צו שבת, און די מלוה־מלכה מאַכט548מען נאָך הבדלהב), אין דער וואָך וואָס נאָך שבת.

דעם שבת האָט מען געלייענט פּרשת בהר, וועלכע די תורה הויבט אָן און זאָגט אונז אָן וועגן מצות שמיטה; דעם זיבעטן יאָר זאָל די ערד רוען שבת לה'. ד. ה. אַז דער זיבעטער יאָר איז אַזוי ווי שבת, און ווי רש"י שטרייכט אונטער „שבת לה' כשם שנאמר בשבת בראשית", אַזוי ווי אין טעג איז דעם זיבעטן טאָג דאַרף מען האַלטן הייליקער פון די פריערדיקע זעקס טעג, אַזוי אויך אין יאָרן, איז דעם זיבעטן יאָר דאַרף מען האַלטן הייליקער פון די פריערדיקע זעקס יאָר.

ביי אידן, איז אויך די זעקס וואָכעדיכע טעג און יאָרן, זיינען הייליק. אַלע טאָג, אויך אין וואָכן טאָג, דאַוונט מען, נאָכן דאַוונען לערנט מען, צי גמרא צי משניות, עין יעקב, חומש, עפּעס אַ שיעור תורהח), און אַפילו נאָכן דאַוונען און לערנען, בשעת מען גייט אַרויס אין וועלט, אין מסחר אָדער אויף אַ דזשאַב, איז אין מסחר דאַרף מען זיך אויסהיטן פון השגת גבול וכו', אויפן דזשאַב דאַרף מען זען אַרבעטן באמונה, און אַזוי אויך אַלע אַנדערע זאַכן פון טאָג טעגלעכן לעבן זיינען זיי ביי אידן דורכגעדרונגען מיט מצוות, מיט הייליקייט. בכל דרכיך דעהו)).

אָבער ביי אידן מאָנט מען אַז זיי זאָלן שטייגן, זיין נאָך העכער, דערפאַר איז בשעת עס קומט דער זיבעטער טאָג דאַרף אַ איד האַלטן אים הייליק, נאָך מערער ווי די הייליקייט בששת ימי החול, און אַזוי אויך בשעת עס קומט דער זיבעטער יאָר, איז ושבתה הארץ שבת לה', מען דאַרף דעמאָלט ניט האָבן צו טאָן מיט ערדישע זאַכן, אַגריקולטור, מ'דאַרף אָפּגעבן די פרייגעוואָרענע צייט68)), אָפּגעבן זיך אויף ־טלעכע זאַכן, הייליקע זאַכן.

און כאָטש די מצוה פון רוען פון ערה אַרבעט איז נאָר אין ארץ ישראל, איז אָבער דער אינהאַלט און מיין פון מצות שמיטה, אַז אין זיבעטן יאָר דאַרף מען זיך אָפּגעבן מערער מיט עניני קדושה, איז דאָ אויך אין חוץ לארץ. וואָרום די ערד פון הוץ לארץ איז ניט הייליק ווי די ערד פון ארץ ישראל, אָבער אַ איד וואו ער געפינט זיך, צי בארץ צי אין חוץ לארץ, איז ער הייליק. ובמילא — בשעת עס קומט שנת השמיטה, ווי היי יאָר וואָס איז שנת השמיטה, דאַרף מען זיך מערער שטאַרקן אין אידישן וועג און אָפּגעבן זיך מערער מיט ענינים פון קדושה.

ב. פאַראַן אַזעלכע וואָס ווילן ניט צוגעבן אַז תורה איז העכער פון שכל און ווילן דערקלערן די ענינים פון תורה נאָר לויט דעם מענטשלעכן שכל. זיינען זיי מסביר דעם טעם פון מצות שמיטה, ווייל דורך דעם וואָס מען באַאַרבעט כסדר די ערד ווערן אָפּגעשוואַכט אירע עלעמענטן, און דערפאַר האָט די תורה געהייסן אַז די ערד זאָל רוען איין מאָל אין זיבן יאָר, בכדי זי זאָל549צוריק געשטאַרקט ווערן און אַרויסגעבן אַ סך פרוכט. ובמילא, זאָגן זיי, היינטיקע צייטן דאַרף מען ניט „אָנקומען" צו שמיטה, ווייל ס'איז דאָ אַן אַנדער עצה, מאַכן פעט די ערד דורך גוטע פערטילאייזערס.

האָט דאָס אָבער דער אויבערשטער באַוואָרנט און געזאָגט, וצויתי את ברכתי לכם בשנה הששית ועשת את התבואה לשלש השנים. דער אויבערשטער גיט אַריין ברכה אין דער ערד אין דעם זעקסטן יאָר, אַז אין דעם יאָר זאָל די ערד אַרויסגעבן פרוכט אויף דריי יאָר — אויפן זעקסטן, זיבעטן און אַכטן.

אויב דער טעם פון שמיטה וואָלט געווען אַ טבע'דיקער, בכדי די ערד זאָל ניט ווערן אָפּגעשוואַכט דורך באַאַרבעטן, דאַן האָט דאָך די ברכה געדאַרפט זיין ניט אין דעם זעקסטן יאָר, ווען די ערד איז אָפּגעשוואַכט ביותר — נאָר אין די פריערדיקע יאָרןח).

דאָס איז אַ קלאָרע ראי', אַז אויב אַ איד האָט בטחון אין אויבערשטן, און ער זאָגט לא נזרע, ער פאָלגט אויס וואָס דער אויבערשטער הייסט, דאַן גיט דער אויבערשטער אַריין זיין ברכה, אַז אין דער צייט ווען די ערד איז אַמשוואַכסטן, זאָל זי אַרויסגעבן פרוכט דריי מאָל אַזויפיל, ווי אין דעם בעסטן יאָר, ווי אין דעם ערשטן יאָר אַפילו.

און ווי געזאָגט פריער, אַז דער אינהאַלט פון מצות שמיטה איז דאָ אויך אין חוץ לארץ, איז אויך דער וצויתי את ברכתי פאַראַן אין דעם. בשעת אַ איד מאַכט אַ חשבון, איך דאַרף דאַוונען, לערנען, געבן צדקה, אויסהאַלטן ישיבות און בתי מדרשים א. אַ. וו. היינט ווי אַזוי קען איך גיין אין קאָמפּעטישן מיט אַ ניטאידן וואָס דאַוונט ניט, לערנט ניט, גיט ניט קיין צדקה, און מנצח זיין.

אויף דעם איז דער אָנזאָג פון שמיטה; טוט מען וואָס דער אויבערשטער פאַרלאַנגט, האָט מען זיין ברכה, אַ ברכה ניט נאָר אין עולם הבא, נאָר אויך אין עולם הזה.

ג. ענלעך צו דעם איז אויך דער ענין פון מלוה מלכה.

בשעת עס קומט נאָך שבת, עס זיינען אַדורך פיר־און־צוואַנציק שעה אין וועלכע מען האָט ניט געטאָן קיין ביזנעס, און מען דאַרף גיין אין קאָמפּעטישן מיט אַזאַ וואָס היט ניט קיין שבת, וואָס, על פּי טבע, איז אַ טאָג מער געאַרבעט — אַ וועג אויף האָבן מערער דאָלאַרס אויפן קאָנטאָ אין באַנק,

זאָגט דער אויבערשטער; אַל תירא עבדי יעקב. אויב דו ביזט עבדי, האָסטו ניט וואָס צו מורא האָבן, איך וועל דיר אַלץ פאַרזאָרגן.

בשעת איינער האָט אַן עבד איז דער דין (אויך אַ מצוה אין דער זעלבער פּרשה — פּרשת בהר) אַז דער בעל־הבית דאַרף אים פאַרזאָרגן, אים און זיין פאַמיליע. דער עבד דאַרף טאָן זיין אַרבעט וואָס דער בעל־הבית הייסט אים, און מיט פרנסה וועט אים שוין דער בעל־הבית פאַרזאָרגן. אַזוי אויך אידן, בשעת ס'איז עבדי יעקב, מען טוט וואָס דער אויבערשטער וויל, פאַרזאָרגט550ער מיט אַלץ וואָס מען דאַרף, סיי אין רוחניות, סיי אין גשמיות.

דאָס אַלץ ווערט אונטערגעשטראָכן ווען אידן קלייבן זיך צונויף פּראַווען מלוה־מלכה בשמחה. ס'איז דורך אַ טאָג אין וועלכן מען האָט קיין הכנסה ניט געהאַט, אדרבה, ס'זיינען נאָך געווען פאַרשידענע הוצאות שבת, אויך אַ מי שברך ביי אַן עלי', אַן אורח צום קידוש וסעודה, א. א. וו.

קומט מוצאי שבת, מאַכט אַ איד בורא מאורי האש, ער ווייס אַז כאָטש אין גאַס איז פינסטער האָט ער בכוח צו מאַכן ליכטיק,

— עס ווערט דערציילט אין מדרשז), אַז דעם ערשטן מאָל ווען אָדם הראשון האָט געזען אַז ס'איז געוואָרן פינסטער, האָט אים דער אויבערשטער אַריינגעגעבן אַ געדאַנק ער זאָל רייבן צוויי שטיינער באַנאַנד און מאַכן ליכטיק, האָט ער דאַן געזען אַז אַ מענטש האָט בכוח צו מאַכן ליכטיק אויך ווען אין וועלט איז פינסטער, —

און פּראַוועט מלוה מלכה בשמחה, זאָגנדיק, טראַכטנדיק דערביי — אַל תירא עבדי יעקבח), גלויבנדיק (און דערנאָך — במשך דער וואָך — זעענדיק) אַז דער אויבערשטער פאַרזאָרגט אים מיט פּרנסה, געלט כפּשוטו, און דער עיקר, אַז די געלט גייט אַוועק אויף פריילעכע זאַכן און גוטע זאַכן.

ד. דער אויבערשטער זאָל געבן, איר זאָלט פאַרגרעסערן די אַקטיוויטיס פון מלוה־מלכה בשמחה ובטוב לבב, און ער זאָל געבן הצלחה אין אייער אַרבעט בכלל, און יעדער איינעם בפרט,

איר זאָלט שטאַרקן און פאַרגרעסערן אַלע גוטע ענינים פון ניוהייווען, ניט פאַרגעסן דערביי אויף די מוסדות ליובאַוויטש דאָרט, און אַז גאָר אין גיכן זאָל משיח*) פירן אונז אין ארץ הקדושה, געזונטערהייט און פריילעכערהייט, במהרה בימינו.

גיט איבער אַ גערוס צו אַלע אידן פון ניו הייווען, און זעט אַז וואָס מערער אידן זאָלן נעמען אַן אָנטייל אין די מלוה־מלכה'ס, און אַז אויך ביי זיי זאָל זיין דער „אַל תירא עבדי יעקב", דער אויבערשטער זאָל זיי געבן אַ סך פּרנסה אין רוחניות און אין גשמיות.

(שיחת ט"ז אייר, תשי"ט לחברי

מלוה־מלכה דניו הייווען)

ה. מען האָט שוין גערעדט פיל מאָל, אַז דאָס וואָס תורה ווערט אָנגערופן מיטן נאָמען „תורה", איז צו באַווייזן אויף איר אינהאַלט, אַז זי איז אַ הוראהט), אַן אָנווייזונג צו אידן ווי צו פירן זיך אין טאָג טעגלעכן לעבן.

אין דער פּרשה פון תורה וואָס מען האָט אָנגעהויבן היינט לייענען, איז די ערשטע מצוה; דער אויבערשטער זאָגט אַן אידן ווען זיי זיינען אַרויס פון מצרים, אַז בשעת מען וועט אַריינגיין אין ארץ ישראל און באַאַרבעטן די הייליקע לאַנד, איז551זעקס יאָר זאָל מען איר בעאַרבעטן, און דעם זיבעטן יאָר דאַרף די ערד רוען — ושבתה הארץ שבת לה' (די ערד זאָל האָבן אַ רו יאָר, אַ שבת צוליב'ן אויבערשטן).

דער סדר אין פּסוק איז אָבער — פאַרקערט. די ערשטע זאַך וואָס דער פּסוק זאָגט אָן איז — ושבתה הארץ שבת לה', און ערשט דערנאָך זאָגט ער; שש שנים תזרע שדך גו' (זעקס יאָר זאָלסטו זייען דיין פעלד א. אַ. וו.).

דער סדר אין תורה איז אויך תורהיא) — אַ הוראה.

די הוראה פון דעם איזיב); דער שבת לה', שמיטה דער זיבעטער יאָר, אַזוי אויך שבת דער זיבעטער טאָג, ווירקט און גיט כוח אין די פריערדיקע זעקס אַרבעטס יאָר, אין די פריערדיקע זעקס אַרבעטס טעג.

דאָס איז אויך אַן ענטפער אויף דעם וואָס אַנדערע — ניט אידן און אויך מאַנכע אידןיג) — פרעגן; ווי קען מען אַרבעטן זעקס יאָר און זעקס טעג און פירן זיך על פּי תורה, בשעת אַז די אַרומיקע סביבה פון ניט אידן איז פיל שטאַרקער און מערער, ובפרט אַז אידן זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן צו פירן זיך אין אַלע ענינים לויט די אָנווייזונגען און באַגרענעצונגען פון תורה, וואָס ניטאידן האָבן זיי ניט, איז ווי קען מען זיך פאַרמעסטן מיט דער אַרומיקער וועלט?

אויף דעם גיט אונזער פּרשה דעם ענטפער; די זעקס טעג און די זעקס יאָר הויבן זיך אָן מיטן געדאַנק פון שבת לה' — פון שבת'דיקן טאָג און שבת'דיקן יאָר, פון אַ הייליקן טאָג און פון אַ הייליקן יאָר — און די קדושה גיט כח און עס ווירקט אויף די אַרבעטס טעג און אַרבעטס יאָרן, אַז מען זאָל קענען אויפפירן זיך אין זיי ווי תורה מאָנט און דוקא דורך דעם מצליח זיין.

ו. אַ טיפערער מיין אין דעם איז.

תורה זאָגט אַז ביי אידן איז ניטאָ קיין וואָכעדיקייט. מען נעמט פון דער שבת'דיקייט פון שבת — אין די זעקס טעג און זעקס יאָרן. דער חילוק איז נאָר אין דער מאָס פון דער שבת'דיקייט — צי דאָס איז אין אַ קלענערער מאָס אָדער אין אַ גרעסערער און פולסטער מאָס, ביז — אַז דער אונטערשייד פון אַ אידן ביז אַ ניט־אידן, איז ניט נאָר בשעת ער דאַוונט, לערנט תורה און איז מקיים מצוות, נאָר בכל דרכיךיד) — אין אַלע זאַכן וואָס אַ איד טוט — דאַרף זיין אין דעם הייליקייט. כל מעשיך לשם שמים — אַלץ וואָס דו טוסט — דאַרפסטו עס פאַרבינדן מיטן אויבערשטן.

און דאָס איז די צווייפאַכע ווירקונג פון דעם שבת טאָג —

וואָס ער איז אינגאַנצן הייליקייט (שבת־קודש)יח) און איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן (שבת־לה') —

אויף די זעקס אַרבעטס טעג, אַז מען זאָל אין די טעג קענען זיך פאַרמעסטן מיט דער אַרומיקער וועלט552און מצליח זיין אויך בגשמיות ז אַז מען זאָל אויפהויבן די אַרבעטס טעג, אַז זיי זאָלן אויך זיין הייליק.

ז. די ערשטע זאַך און מצוה וועלכע ברענגט אַריין דעם שבת אין הויז איז — ליכט צינדן. דאָס קומט נאָך פאַר קבלת שבת, פאַר קידוש. די ערשטע זאַך מיט וואָס עס פאַנגט זיך אָן דער שבת איז — ליכטיק מאַכן אין דער אידישער הויז.

און די מצוה איז איינע פון די מצוות וואָס דער אויבערשטער זאָגט, אַז ער גיט זיי צו אַלעם ערשטן — צו פרויען. זיי זאָלן ליכטיק מאַכן די אידישע הויז, און דורך זיי קומט די ליכטיקייט צו דער גאַנצער פאַמיליע, צום מאַן, קינדער און ברידער.

דער טעם אויף דעם וואָס די מצוה האָט מען געגעבן צו פרויען, זאָגט דער אַלטער רביי), איז ווייל די פרוי איז מערסטנס צייט אין הויז און זי פאַרנעמט זיך מיט באַזאָרגן צרכי הבית (אין וואָס די הויז נויטיקט זיך).

לויט ווי גערעדט פריער, אַז שבת מוז ווירקן און ווירקט אויף די טעג פון דער גאַנצער וואָך, איז אַזוי אויך בפרט בנוגע צום אָנהויבס פון שבת — צום ליכט צינדן. אידישע פרויען האָבן דעם כוח און די מצוה שבת צו באַלייכטן די הויז מיט אידישע ליכט און פאַר דער גאַנצער פאַמיליע, און פון שבת — נעמען און ממשיך זיין די ליכטיקייט אין דער גאַנצער וואָך.

אין זוהר שטייטיז) אַז ליכט צינדן דאַרף די פרוי מיט האַרציקער שמחה און געפיל, אַזוי אויך בנוגע דעם אינערן אינהאַלט פון דער מצוה, ליכטיק מאַכן די הויז, דאַרף עס געטאָן ווערן מיט — און די ליכטיקייט איז — אַ האַרציפריילעכע און פול מיט געפיל.

ח. אַלע זאַכן וואָס די רביים — אָנהויבנדיק פון בעש"ט אָן, דעם אַלטן רבי'ן ביז צו כ"ק מו"ח אדמו"ר — האָבן געמאָנט, האָבן זיי געוואָלט, אַז חסידים, סיי מענער סיי פרויען, זאָלן ווייזן דעם וועג אין דעם פאַר אַלע אידן.

זאָל דער אויבערשטער בענטשן אייך אַלעמען און יעדערע פון אייך באַזונדער — איר זאָלט ווייזן דעם וועג פאַר אַלע אידישע פרויען, ווי צו באַלייכטן די אידישע הויז, מיט האַרציקער שמחה און געפיל, באַלייכטן דעם שבת'דיקן טאָג, און מיטנעמען פון דעם אויך אויף די וואָכעדיקע טעג, אַז מען זאָל מאַכן אויך זיי הייליק און — בשמחה ובטוב לבב.

און דער אויבערשטער זאָל געבן אַז גאָר אין גיכן זאָל קומען משיח, און באַאַרבעטנדיק אונזער אידישע ערד אין הייליקן לאַנד וועט מען מקיים זיין אין דער פולסטער מאָסיח) — מצות שבת און אויך מצות שבת אין יאָרן — שמיטה.

(משיחת כ"א אייר, תשכ"א)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-hzyakzb4

Copies

Recent activity

#170 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · approved
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · approved

Sources