Likkutei Sichos
Vayeilech
407די נקודה למטה איז אַז אַ איד איז זיך משעבד צום אויבערשטן מיט אַ קבלת עול מצד דעם ענין המלכות, און די נקודה למעלה איז וואָס דער אויבערשטער איז זיך, כביכול, משע־
א. אין היינטיקער סדרה שטייט, לקח את ספר התורה הזה ושמתם אתו מצד ארון ברית ה' אלקיכםא).
אין גמראב) זיינען פאַראַן צוויי דיעות וועגן דעם. איין דיעה איז, אַז די ספר תורה איז געלעגן אין אָרון צוזאַמען מיט די לוחות, און אַ צווייטע דיעה איז, אַז זי איז געלעגן בצד הארון. אָבער לויט ביידע דיעות איז די ספר תורה געווען אין קדשי קדשים.
דאָס הייסט, אַז אין קדשי קדשים זיינען געלעגן סיי די לוחות — אותיות החקיקה, און סיי די ספר תורה — אותיות הכתיבה.
דאַרף מען פאַרשטיין די שייכות פון ספר תורה — אותיות הכתיבה — צו קדשי קדשים.
די שייכות פון די לוחות — אותיות החקיקה — צו קדשי קדשים איז פאַרשטאַנדיק, ווייל אין קדשי קדשים איז דאָך דער מקום הארון אינו מן המדה, ד. ה. אַז כאָטש עס איז געווען אַ מקום מוגבל, אמתים וחצי ארכו וגו', איז אָבער דער מקום אַליין געווען למעלה מן המקום. בד צו אידן און זאָגטז), ונתתי גשמיכם בעתם גו', מיט אַלע ענינים וואָס שטייען אין דער פּרשה.
(משיחת יום ב' דר"ה, תשט"ז) ויך
— און אַזוי איז אויך דער זמן פון קדשי קדשים געווען למעלה מהזמן, וואָרום זמן מיט מקום זיינען פאַרבונדן —
און אַזוי איז אויך דער ענין פון אותיות החקיקה. הגם זיי זיינען אַ מציאות פון אותיות, מיטן שיעור ומדה וואָס אותיות דאַרפן האָבן, פונדעסטוועגן האָבן זיי אין די לוחות ניט מוסיף געווען — וואָס דאָס איז דאָך דער חילוק פון אותיות הכתיבה ביז אותיות החקיקה, אַז אותיות הכתיבה איז אַ דבר נוסף — דיו — אויפן קלף, אָבער אותיות החקיקה זיינען מיני' ובי',
ובפרט די אותיות מ"ם וסמ"ך שבלוחות — שבנס היו עומדיןח).
במילא איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון אותיות החקיקה צו קדשי קדשים, אָבער וואָס איז די שייכות פון אותיות הכתיבה צו קדשי קדשים?
ב. דער תכלית פון קדשי קדשים איז, אַז זיין ענין — זמן ומקום למעלה מזמן ומקום — זאָל לייכטן אויך מחוץ לקדשי קדשים, אין עזרת כהנים, עזרת ישראל, עזרת נשים,408הר הבית און*) אויך מחוץ להר הבית, ביז אַז אויך אומות העולם — דאָרטן וואו זיי געפינען זיך, ניט נאָר ווען זיי קומען אין בית המקדש — זאָלן וויסן אַז זמן ומקום איז למעלה מזמן ומקום, וואָס מצד דעם איז ועמדו זרים ורעו צאנכם.
און דערפאַר זיינען אויך אותיות הכתיבה געלעגן אין קדשי קדשים, דאָס איז דער ממוצע אַז דער אור פון קדשי קדשים זאָל נמשך ווערן אויך אין מציאות וישות שבחוץ.
ג. עס ווערט דערקלערט אין חסידות דער אויפטו פון עבודת ראש השנה אויף דער עבודה פון אַ גאַנץ יאָר, אַז אַ גאַנץ יאָר איז דער עיקר עבודה על פּי טעם ודעת, און אויך די מסירת נפש פון אַ גאַנץ יאָר האָט עפּעס אַ שייכות צו טעם ודעת, אָבער די עבודה פון ראש השנה איז ביטול וואָס איז אינגאַנצן העכער פון טעם ודעת.
דאַרף מען וויסן, אַז כאָטש אַ גאַנץ יאָר מאָנט מען ניט די תנועה פון ביטול למעלה מטעם ודעת, פונדעסטוועגן איז אויך אַ גאַנץ יאָר בשעת ער שטייט אין זיין מציאות, דאַרף זיין ביי אים די עבודה אַזוי ווי עס מאָנט זיך מצד דעם ביטול פון ראש השנה — דוגמת המשכת קדשי קדשים גם באותיות הכתיבה, ביז אויך בחוץ.
און דורך דעם פּועל'ט מען אַז אויך די המשכות וועלכע עס ווערן נמשך ראש השנה, קומען אַראָפּ אַ גאַנץ יאָר, אין מציאות, אויך אין בשמיות, בכל המצטרך.
ד. די הכנה צו דעם איז — אתם נצבים היום (יומא דדינא רבא) כולכם גו' ראשיכם שבטיכם גו' מחוטב עציך ועד שאב מימיך. כאָטש אַז ער איז אפשר פון ראשיכם שבטיכם, פאַרבינדט ער זיך מיט אַ צווייטן אידן ביז דעם סוג פון חוטב עציך ושואב מימיך, און ער ווערט מיט אים „כולכם", אַלע צוזאַמען, די זעלבע זאַך
איז דאָס וואָס ער מאַכט ניט קיין הילוקים פון ראשיכם שבטיכם ביז חוטב עציך ושואב מימיך, גיט אים כוח אויף ניט מאַכן קיין חילוק פון דער עבודה פון ראש השנה ביז אַ גאַנץ יאָר, אַז אויך אַ גאַנץ יאָר לייכט ביי אים דער ביטול פון ראש השנה.
און דורך דעם פּועל'ט ער אַז אויך די המשכה שמלמעלה, הערט זיך אַן אומעטום, ביז אַז ועמדו זרים ורעו צאנכם.
ווייל דורך דעם וואָס ער פּועל'ט דעם ביטול פון ראש השנה אין דעם זר וואָס ביי אים, וואָס דאָס איז דער גוף ונפש הבהמית, און אויך ביי דעם זר וואָס אין אַ צווייטן אידן, דורך דעם פּועל'ט ער אויך אין די אומות העולם, וואָס זיי זיינען די אמת'ע זרים, אַז זיי זאָלן דערהערן די מעלה פון אידן, און ורעו צאנכם.
און דורך דעם איז מען זוכה, אַז די המשכה וואָס איז נמשך געוואָרן ראש השנה, זאָל אַראָפּקומען בכל השנה אויך אין גשמיות, בכל המצטרך לו, בטוב הנראה והנגלה. מען איז זוכה צו אַ כתיבה וחתימה טובה בתוך כלל ישראל, לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה.
409ה. אידן האָפן, אַז ראש השנה האָט זיי דער אויבערשטער געוויס געגעבן אַ גוטן יאָר און אַ זיסן יאָר, זיי מיט זייערע בני בית, אין אַלע פּרטים, בני חיי ומזוני רויחי, בטוב הנראה והנגלה.
אָבער צו גוט איז דאָך קיין שיעור ניטאָ. אויף דעם האָט דער אויבערשטער געגעבן די טעג וואָס צווישן ראש השנה און יום כיפּור — עשרת ימי תשובה — וואָס דורך דער עבודה אין די טעג, קען מען פּועל'ן, אַז יום כיפּור זאָל דער אויבערשטער געבן מערער און נאָך מערער, מידו המלאה והרחבה, אַזוי ווי דער אויבערשטער קען.
וואָס איז די עבודה וועלכע עס פאָדערט זיך אין די טעג? — זאָגן מיר אין מחזור, אַז דאָס איז — תשובה, תפלה וצדקה, וואָס דורך די דריי זאַכן פּועל'ט מען ביי דעם אויבערשטן ער זאָל געבן מידו המלאה והרחבה.
ו. די דריי זאַכן זיינען, ווען געקוקט אויבערפלעכלעך, פאַראַן אויך ביי ניט אידן, להבדיל. אויך ביי ניט אידן איז פאַראַן „רעפּענטענס, פּרייער און טשאַריטי". אָבער באמת איז אַ גרויסער און אַ קאַרדינאַלער אונטערשייד, אין די דריי זאַכן, ווי זיי זיינען ביי אידן ביז להבדיל ביי ניט אידן. און דער אונטערשייד דריקט זיך אויס אויך אין די ווערטער אַליין פון תשובה, תפלה און צדקה.
די גענויע איבערזעצונג פון „רעפּענטענס" — אויף לשון הקודש איז — חרטה. אָבער ביי אידן הייסט עס ניט מיטן נאָמען חרטה, נאָר מיטן נאָמען תשובה.
דער אונטערשייד פון חרטה ביז תשובה איז אַ הפכית'דיקער;
חהטה אונטערשטרייכט — אַ נייע זאַך. אים פאַרדריסט אויף דעם וואָס ער האָט געטאָן ניט קיין גוטע זאַך אָדער ניט דערטאָן אַ גוטע זאַך, און ער וויל פירן זיך אויף אַ נייעם וועג.
תשובה אונטערשטרייכט — אומקערן זיך. אַ איד איז בעצם גוט און ער וויל טאָן גוטס, עס איז מער ניט וואָס איבער פאַרשידענע סיבות, אין וועלכע ער איז אינגאַנצן ניט שולדיק אָדער אַ ביסל שולדיק, האָט ער געטאָן ניט קיין גוטע זאַך. אָבער בעצם איז ער דאָך גוט.
און דאָס איז דער זין פון תשובה, אַז ער קערט זיך אום צו זיין שרש ומקור, צו זיין אינעווייניקסטן איך, און ער אַנטפּלעקט זיין אינעווייניקסטן איך, אַז דאָס זאָל ביי אים זיין דער בעל־הבית אין זיין לעבן.
דערפאַר איז פאַראַן תשובה ביי אַלעמעןח), אויך ביי אַ צדיק איז שייך תשובה. דאָס מיינט, אַז כסדר שטרעבט ער אויף צוקומען צו זיין אינעווייניקסטן איך און אַנטפּלעקן אים. און אויך ביי אַ רשע איז שייך תשובה, וואָרום ווי געפאַלן ער זאָל ניט זיין, האָט ער אַלעמאָל די מעגלעכקייט תשובה טאָן, וויבאַלד ער דאַרף ניט אויפטאָן קיין נייע זאַך, ער דאַרף זיך נאָר אומקערן צו זיין אינעווייניקסטן איך.
נאָמען תפלה.
תפלה איז אויך אַ הפכית'דיקער:
בקשה מיינט בעטן און תפלה מיינט באַהעפטן זיך.
בקשה אונטערשטרייכט — בעטן. מען בעט ביי דעם אויבערשטן ער זאָל געבן — מלמעלה למטה — דאָס וואָס עס פעלט. בשעת עס פעלט ניט אָדער עס איז ניטאָ קיין רצון אויף אַ זאַך, איז ניט שייך קיין בקשה. תפלה אונטערשטרייכט — באַהעפטן זיךח) מיטן אויבערשטן, מלמטה למעלה. דאָס איז שייך ביי אַלעמען און אַלעמאָל.
יעדער איד האָט אַ נשמה וואָס זי איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן. אָבער מצד דעם וואָס די נשמה איז אַראָפּ אין גוף און פאַרבונדן מיט אים, מוז די נשמה פאַרבינדן זיך מיט גופניות'דיקע ענינים, אַזוי ווי עסן, טרינקען א. ד. גל. וואָס אין דער צייט ווערט אָפּגעשוואַכט איר פּאַרבונד מיטן אויבערשטן. און אויף דעם זיינען פאַראַן געוויסע צייטן אין טאָג אויף תפלה, בכדי צו באַנייען דעם פאַרבונד מיטן אויבערשטן, און פאַרשטאַרקן אים.
דערפאַר איז אויך ביי די וועלכע עס פעלט זיי גאָרנישט, פאַראַן — און מיט דער גאַנצער שטאַרקייט — די זאַך פון תפלה, ווייל תפלה איז ניט
פאַרבונד און דבקות פון אים מיטן
אויבערשטן.
די גענויע איבערזעצונג פון „טשאַ־
ריטי" — אויף לשון קודש איז — חסד.
אָבער ביי אידן הייסט עס ניט מיטן
איז אויך אַ הפכית'דיקער;
חסד אונטערשטרייכט אַז ער איז אַ גוטער מענטש. ד. ה. — יענעם קומט ניט און ער איז ניט מחויב אים צו געבן, נאָר מצד גוטסקייט גיט ער.
דאַקעגן צדקה אונטערשטרייכט גערעכטיקייט. און דאָס איז אין צוויי אופנים;
א) ער איז מחוייב צו געבן יענעם. ער ווייס אַז ער גיט ניט זיינע; דער אויבערשטער האָט אים דאָס געגעבן בפּקדון בכדי ער זאָל עס געבן יענעם.
ב) אַזוי ווי ער מוז דאָך אָנקומען אַז דער אויבערשטער זאָל אים געבן, וואָס דער אויבערשטער איז אים געוויס ניט שולדיק, דאַרף ער און איז מחויב טאָן מדה כנגד מדה, געבן יענעם, כאָטש ער איז אים ניט שולדיק. דערמיט איז ער מעורר אויך למעלה, אַז דער אויבערשטער זאָל אים געבן מערער וויפל ער איז ווערט, וואָרום ער האָט געגעבן איבער זיינע כחות.
ובפרט צדקה וואָס איז שייך צו רבים, וביחוד צדקה אויף מוסדות תורה, וואָס יעדער איינער פון די וואָס דערציען זיך אין די מוסדות411איז אַ צוקונפטיקער יסוד אויף אַ בנין בית בישראל, אַ צוקונפטיקער וועג־ווייזער אין זיין סביבה, איז אַז מען גיט צדקה אויף אַזעלכע מוסדות תורה, קען מען קומען צום אויבערשטן און זאָגן, איך האָב געגעבן מערער פון מיינע כחות אויף דיינע עסקים, כביכול, גיב דו מער ווי עס קומט, אויף מיינע זאַכן.
י. דאָס זיינען די דריי זאַכן פון תשובה, תפלה און צדקה, דורך וועלכע מען פּועל'ט עס זאָל זיין אַ חתימה און גמר חתימה טובה. בשעת מען קערט זיך אום צום אינעווייניקסטן איך — תשובה, — מען באַהעפט זיך מיטן אויבערשטן — תפלה, — און מען גיט צדקה מיט גערעכטיקייט, דאַן איז וויפל גוטס דער אויבערשטער האָט געגעבן ראש השנה, גיט ער יום כיפּור נאָך מערער, אַ שנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה.
יא. אין דעם חשבון פון „עשרת ימי תשובה" גייען אַריין אויך ביידע טעג ראש השנה מיט יום כיפּור. וואָרום די טעג וואָס צווישן ראש השנה און יום כיפּור זיינען דאָך מער ניט ווי זיבן טעג, איז דאָך דערפון מובן, אַז עשרת ימי תשובה, איז כולל אויך ראש השנה ויום הכיפורים.
דערפון וואָס אַלע צען טעג ווערן אָנגערופן מיט איין נאָמען — עשרת ימי תשובה — איז אַ ראי' אַז די אַלע טעג זיינען איין מציאות, וואָס דער אָנהויב פון דעם איז ראש השנה און דער סוף איז יום כיפּור.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז פון דער ערשטער מינוט פון ראש השנה הויבט זיך שוין אָן די הכנה צו יום כיפּור.
מצות היום פון ראש השנה איז שופרט). די נקודה פון יום כיפּור איז עבודת כהן גדול. וואָרום אַ גאַנץ יאָר האָבן געטאָן די עבודה אויך אַנדערע כהנים, און יום כיפּור האָט דער כהן גדול אַליין געדאַרפט טאָן אַלע עבודות.
אין עבודת כהן גדול ביום כיפּור זיינען געווען צוויי טיילן. איין טייל וואָס ער פלעגט טאָן בבגדי זהב — אין די בגדים זיינען געווען נאָך מינים אויסער זהב, אָבער עס ווערט אָנגערופן מיטן נאָמען בגדי זהב — און אַ צווייטן טייל, בבגדי לבן, ריינע לייוונט.
אין בית המקדש זיינען געווען דריי אָפּטיילונגען; די עזרה, דער היכל אָדער דער אהל מועד, און קדשי קדשים. די עבודות אין עזרה און היכל פלעגט דער כהן גדול טאָן בבגדי זהב און די עבודות אין קדשי קדשים פלעגט ער טאָן בבגדי לבן.
יב. דער חורבן בית המקדש איז געווען נאָר אין גשמיות'דיקן בית המקדש, אין די שטיינער, גאָלד און זילבער, אָבער דער רוחניות'דיקער בית המקדש וואָס געפינט זיך ביי יעדער אידן אינעווייניק, דער בית המקדש וואָס געפינט זיך אין דער נשמה פון יעדער אידן, דאָס איז פאַראַן און בלייבט אַלעמאָל גאַנץ. אַפילו אַ איד קען דאָס חס ושלום ניט חרוב מאַכן, ומכל שכן אַז אַ גוי קען דאָס ניט חרוב מאַכן.
— אַזוי ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר412האָט געזאָגט) אַז נאָר אונזערע גופים זיינען איבערגעגעבן אין גלות ושעבוד מלכיות, אָבער אונזערע נשמות האָט מען אין גלות ניט פאַרטריבן און אין שעבוד מלכיות ניט איבערגעגעבן. —
אין דעם רוחניות'דיקן בית המקדש וואָס געפינט זיך ביי יעדער אידן, זיינען אויך פאַראַן די אַלע זמנים פון יאָר. און בשעת עס קומט יום כיפּור, דאַרף יעדער איד, וואָס ער איז דער כהן גדול אין זיין בית המקדש, טאָן אַליין אַלע עבודות און ניט פאַרלאַזן זיך אויף אַן אַנדערן. און אין דעם וואָס ער דאַרף טאָן, זיינען פאַראַן צוויי טיילן; די עבודות אין קדשי קדשים בבגדי לבן און די איבעריקע עבודות בבגדי זהב.
יג. דער טעם וואָס די כהנים בעבודתם האָבן געדאַרפט אָנטאָן בגדים לכבוד ולתפארת — וכנ"ל וואָס יום כיפּור האָט געדאַרפט זיין די עבודה בבגדי זהב, אויסער אין קדשי קדשים — שרייבט דער רמב"ם)), ווייל אין קדושה דאַרף מען נוצן די שענסטע און בעסטע זאַכן. גאָלד פאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט און עס מאַכט אַן איינדרוק אויפן מענטשן, דאַרף זיין די עבודה אין בית המקדש, בפרט ביום כיפּור, בבגדי זהב.
איז דאָך לויט דעם ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס דוקא אין קדשי קדשים איז געווען די עבודה בבגדי לבן? אין קדשי קדשים איז דאָך נאָך הייליקער, האָט דאָך דאָרטן אַ ודאי געדאַרפט זיין די עבודה בבגדי זהב?
דער ענין איז: יעדער איינער דאַרף דינען דעם אויבערשטן לויט זיינע אַלע כחות.
בשעת מען קומט צו אַ גביר נאָך צדקה, קען ער ניט טענה'ן אַז ער וועט יוצא זיין מיט תורה, תפלה, לערנען חסידות און נגלה, — ער דאַרף וויסן אַז אין בית המקדש האָט געדאַרפט זיין בגדי זהב.
פון דער צווייטער זייט, דאַרף מען געדענקען אַז מען קען ניט יוצא זיין בלויז מיט אויסהאַלטן ישיבות א.ד.ג. — בגדי זהב — נאָר מען דאַרף האָבן אויך בגדי לבן, ריינע קליידער, ענינים רוחניים וואָס זיינען ריין און אויסגעטאָן פון גשמיות און חומריות.
און יעדע איינע פון זיי דאַרף זיין צוגעפּאַסט צו איר אָרט. ביי די עבודות וואָס אויסער קדשי קדשים — דאַרף מען נוצן בגדי זהב, אויסנוצן בגדי זהב אויף בית המקדש זאַכן.
— ווי עס שטייט אין מדרשי); לא הי' ראוי זהב להשתמש בו ולא נברא אלא בשביל בית המקדש. דעו עיקר בריאת הזהב איז געווען צוליב בית המקדש און מצד דעם איז דאָס דאָ אויך אין דער גאַנצער וועלט. און יעדער איד פאַרשטייט דאָך, אַז מען דאַרף ניט מאַכן דעם עיקר פאַר אַ טפל און דעם טפל פאַר אַן עיקר. —
אָבער בשעת עס רעדט זיך וועגן קדשי קדשים, דער קדשי קדשים פון יעדער אידנס נשמה, דאָרטן דאַרף413מען זהב ניט אַרייננעמען. דער גביר, — מיט אַלעמען גלייך. די עבודות פון קדשי קדשים דאַרף מען טאָן בבגדי לבן.
יד. און דאָס איז דער ענין פון עשרת ימי תשובה, וועלכע הויבן זיך אָן מיט דעם ראש השנה'דיקן שופר, און ענדיקן זיך מיט עבודת כהן גדול ביום כיפּור.
צום אָנהויב עשרת ימי תשובה נעמט מען אַ שופר און מען בלאָזט מיט אים. דער שופר איז אַ האָרן פון אַ בהמה, אויך די קולות וואָס מען בלאָזט מיט אים זיינען ניט קיין „מוזיקאַלישע טענער" נאָר איינפאַכע קולות, תקיעה שברים און תרועה. בשעת אַ איד שטעלט זיך אַוועק פאַר דעם אויבערשטן זיינען ניטאָ קיין חכמות. זיין פאַרבונד מיטן אויבערשטן איז מיט אַ פּשוט'ן האַרציקן אויסגעשריי. ער שרייט אויס פון זיין טיפן האַרצן, פּנימיות הלב, אַז ער איז דעם אויבערשטנס אַ קינד און דער אויבערשטער איז זיין פאָטער, בעט ער, אַז דער טאַטע זאָל אים געבן אַ שנה טובה ומתוקה.
דער סיום פון עשרת ימי תשובה איז די עבודה פון כהן גדול אין די אויבנדערמאָנטע צוויי טיילן. ד. ה. אַז ער ווייס און באַשליסט צו דינען דעם אויבערשטן סיי מיט בגדי זהב, סיי מיט בגדי לבן.
בנוגע די זאַכן וואָס זיינען אויסערן קדשי קדשים, ווייס ער, אַז וויבאַלד דער אויבערשטער האָט אים געגעבן געלט און אַ אידישע נשמה, טאָר ער ניט באַהאַלטן זיך אין בגדי לבן, ריינע קליידער, וואָס יעדער זאַך איז אויף זיי אַ פלעק, און בשעת מען קומט צו אים וועגן געלט וועט ער זאָגן — זאָל מען גיין צו אַן אַנדערן וואָרום ער איז אַ קדוש וטהור. ער ווייס אַז דער בית המקדש, די ישיבה, בית הכנסת ובית המדרש דאַרף האָבן זהב — דאַרף ער געבן זהב.
בשעת אָבער עס קומט צו קדשי קדשים, איז ער גלייך מיט אַלעמען, ער גייט ניט אַרום מיט בגדי זהב נאָר מיט בגדי לבן, ווייסע ריינע קליידער, ריין פון גשמיות וחומריות. ער ווייס אַז אין קדשי קדשים האָט זיך קיין זאַך ניט געפונען, אַפילו דער לחם הפנים, וואָס ער איז הייליקע ברויט, איז אויך ניט געווען אין קדשי קדשים. מער ניט ווי דער אויבערשטער, די תורה — דער ארון און די לוחות — און דער כהן גדול.
טו. און דאָס איז דער מוסר השכל פאַר יעדער אידן;
די התחלה פון לעבן, די התחלה פון עבודה און דער אָנהויב פון יאָר, דאַרף זיין מיט אַ פּשוט'ן אויסגעשריי צום אויבערשטן — העכער פון שכל, און דערנאָך דאַרף ער אַליין טאָן די עבודות אין בית המקדש, וואָס ער איז גאַנץ אויך איצטער, אין בגדי זהב און אין בגדי לבן.
און בשעת ער וועט אַזוי טאָן — וועלן ביי אים גיין גשמיות און רוח ניות צוזאַמען, אַזוי ווי דער סדר ביי דעם כהן גדול איז געווען. ניט ער האָט פריער אָנגעטאָן די בגדי זהב און נאָכדעם די בגדי לבן, נאָר ער פלעגט זיי בייטן. פריער די בגדי זהב, דערנאָך די בגדי לבן, דערנאָך נאָך אַמאָל די בגדי זהב און דערנאָך נאָך אַמאָל די בגדי לבן, און414ווידער אַמאָל — בגדי זהב. ווייל ביי אידן איז גשמיות מיט רוחניות ניט אָפּגעטיילט.
טז. יום כיפּור דאַרף אַ איד זיך באַטראַכטן און צוגרייטן זיך אַריינצוגיין אין קדשי קדשים וואָס ביי אים אינעווייניק.
וואָס איז דער מיין פון קדשי הקדשים?
אין קדשי הקדשים פון בית המקדש, האָט זיך געפונען מער ניט ווי דער ארון אַליין, און אין דעם ארון האָבן זיך געפונען די לוחות. דאָס הייסט:
קדשי הקדשים דאָס איז דער אָרט פון לוחות — תורה אין אַן אופן פון חקיקה — איינגעקריצטע תורה.
דאָס איז אויך דער מיין פון קדש הקדשים, וואָס געפינט זיך ביי יעדער אידן אינעווייניק.
דער פאַרבונד פון אַ אידן מיט תורה, תורת חיים, איז אַ פאַרבונד אין אַן אופן פון חקיקהיא).
יז. אַז עס קומט יום כיפּורים און אַ איד דאַרף אַריינגיין אין קדש הקדשים, ווערט ביי אים אַ שאלה; ווי קען איך אַריינגיין אין קדשי קדשים, בשעת אַז איך בין אינגאַנצן „ניט פאַרפּוצט"?
אויף דעם ענטפערט מען:
אויף אַריינצוגיין אין קדשי קדשים פאָדערן זיך ניט קיין בגדי זהב, קיין פאַרפּוצונגען, קיין קאָלירן. עס פאָדערן זיך אָבער ווייסע ריינע קליידער, אַ ריינע אויסגעלייטערטע האַרץ און אַ ריינע אויסגעלייטערטע קאָפּ.
און דאָס האָט יעדער איד נאָך דער טבילה ערב יום כיפּור, אַ טבילה, וואָס שווענקט אָפּ די ניט גוטע און ניט פּאַסיקע זאַכן.
יח. אַזוי ווי דער כהן גדול, נאָך דער גאַנצער עבודה פון בגדי זהב און בגדי לבן, פלעגט זאָגן אַ תפלה קצרה, און מיט די פאַר ווערטער פלעגט ער אויסבעטן אַ גוטן יאָר פאַר זיך, פאַר זיין שבט, און פאַר אַלע אידן אין דער גאַנצער וועלט, אויך אין גשמיות,
אַזוי אויך יעדער איד, בשעת ער טוט די עבודה אין דעם קדשי קדשים וואָס ביי אים אינווייניק, איז מיט אַ פאַר געציילטע ווערטער אין געציילטע מאָמענטן, ברענגט ער גליק אויף אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר.
און אַזוי ווי די תפלה פון כהן גדול איז געווען פאַר אַלע אידן, אַזוי אויך די תפלה פון יעדער אידן יום כיפּור, וואָס ער קומט דאָך צו גיין בבגדי לבן מיט אַ ריינער האַרץ און אַ גוטער כוונה, טוט ער אויף — ניט נאָר פאַר זיך און זיין פאַמיליע, נאָר פאַר אַלע אידן, ישראל ערבים זה בזהיב), אויף ממשיך זיין אַ שנה טובה ומתוקה ברוחניות ובגשמיות.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-gwkzytz7