Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 1
ברוקלין, נ. י.
. . . תורתנו הקדושה איז אַ נצחית, פון איר קען מען ארויסלערנען און ארויסנעמען הוראות און אָנווייזונגען אין אַלע ענינים, פאַר אַלערליי צייטען און מדינות וואו מען געפינט זיך.
די תורה הויבט זיך אָהן מיט דער פרשה בראשית, וואו עס ווערט דערציילט דער סדר פון בריאת העולם. זעלבסטפאַרשטענדליך, אַז די תורה איז ניט סתם אַ סיפורים־בוך, נאָר, ווי דער פירוש פון וואָרט תורה, הוראה, אַ וועג ווייזערין אין דעם טאָג טעגליכען לעבען, ווי אויפצופירען זיך ריכטיג בגשמיות וברוחניות.
אין דער דערציילונג פון דער תורה, ווי די וועלט איז באַשאַפען געוואָרען איז צווישען אַלע טיפע רמזים, אויך דאָ די אָנדייטונג ווי עס שאַפען זיך פאַרשידענע ענינים אין דער פּרטיות'דיקער וועלט.
יעדע אַרבעט און יעדע באַוועגונג וואָס ווערט געשאַפען, סיי אַ רוחניות'דיקע סיי אַ גשמיות'דיקע, איז; בראשית, די התחלה און דער עיקר דערביי, צו וויסען און געדיינקען, אַז אלקים ברא את השמים „רוחניות" ואת הארץ „גשמיות", השם יתברך שאַפט דאָס, נאָר ער וויל, אַז דאָס זאָל דורכגיין דורך באַשטימטע מענטשען, וועלכע דאַרפען זיך באַטראַכטען אַלס זיינע שלוחים אויף דורכפירען זיין רצון.
אין התחלת הבריאה, איז והארץ היתה תהו ובהו וחשך גו': — אין דעם אָנהייב פון יעדער גוטע קדושה'דיקער אַרבעט אָדער באַוועגונג, דאַכט זיך אויס, אַז עס איז פּוסט, וויסט און פינסטער פון אַרום, עס וועט זיין שווער צו אויפבויען ריכטיג אַז עס זאָל זיין אין איינקלאַנג מיט דער מטרה, — דערציילט די תורה הקדושה, אַז גלייך אין אָנהויב בריאה, איז; ויאמר אלקים יהי אור ויהי אור, — השי"ת מאַכט אַז דאָרט וואו עס איז געווען פינסטער, ווערט פּלוצלונג ליכטיג, און נאָכדעם איז געשאַפען געוואָרען סדר, באַשאַפען געוואָרען צומח, „פלאנצונגען", נאָכדעם חי, „לעבעדיגע ברואים" וואָס זיינען העכער פון צומח, און דאַן אדם הראשון — וואָס ער איז מבחר הבריאה, דער העכסטער פון בריאה.
אַזוי אויך אין יעדער אַרבעט און באַוועגונג פון קדושה (זע ויקרא רבה פכ"ח, ג'). מען דאַרף זיין שטאַרק אין דעם באַשלוס אַז עס מוז געשאַפען
657658ווערען, און דאַן איז אפילו אין דעם אָרט, וואו עס איז פריער באמת געווען פינסטער ווערט אין איין רגע ליכטיג, און דאָס איז די התחלה פון דער שאפונג און וואַקסען אַלץ בעסער און העכער, וכמאמר רז"ל מעלין בקדש, אַז אין יעדע זאַך וואָס עס איז פאַרבונדען מיט תורה און מצות, גייט מען און מען שטייגט מחיל אל חיל.
בברכה
א
ברוקלין, נ. י.
מאשר הנני קבלת מכתבו.
ובבואינו זה עתה משבת בראשית, וע"פ
מאמר רבנו הזקן אשר הארת שבת בראשית מאירה בכל שבתות השנה; ובתורתו בשם הבעש"ט שקיבל ממורו הבעל ח"י (הוא אחי' השילוני) אשר כל ימות השנה מקבלים משבת בראשית,
יהי רצון שכתחלת ופתח פרשת בראשית של התורה ושל העולם — יהי אור, גם בתחלת עניני העולם קטן זה האדם, הן עניניו שהם בבחי' שמים וצבאי' (ענינים רוחנים), הן עניניו שהם בבחי' ארץ וצבאי' (ענינים גשמיים),
אור לכל פירושיו, אור נראה ונגלה.
והדרך להמשיך את כל האמור עתה ולמטה מעשרה טפחים ובגלוי, מובן מתורת הבעש"ט, אשר אור האמור (אור שנברא ביום ראשון) גנזו בתורה,
והרי תכונת אור זה שאדם צופה ומביט בו — מסוף העולם ועד סופו,
הנהגה ע"פ הוראות תורתנו תורת חיים — מסוף העולם (קטן — האדם) ועד סופו, בכל דרכיך דעהו.
בברכה לבשו"ט
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-b66bcgvs