עברית
Library

Likkutei Sichos

Va'eschanan

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

363מאָל ניט געווען אַזאַ חושך, פונדעסטוועגן דאַרף מען ניט נתפּעל ווערן, וויסנדיק אַז דאָס וואָס דער חושך איז גרעסער איז דאָס מצד דעם וואָס מען ווערט נענטער צום אור הגאולה.

און בכדי אַראָפּטראָגן דעם אור הגאולה בפּועל דאָ למטה צום מקבל, פאָדערט זיך ביי דעם תלמיד צוויי ענינים; א) די ידיעה, ער זאָל וויסן אַז דער העלם וסילוק איז דאָס נאָר אין חיצוניות, אָבער אין פּנימיות איז דאָס תכלית הגילוי. ב) די התקשרות וצמאון צום רב, אַז ניט קוקנדיק וואָס אין חיצוניות האָט זיך דער

פרשת

א. (אין דער היינטיקער סדרה שטייט; אז יבדיל משה שלש ערים וגו' לנוס שמה רוצח וגו', וואָס דאָס איז דער ענין פון ערי מקלט).

די וועגן וועלכע פלעגן פירן צו די ערי מקלט, זיינען געווען דרכים מתוקנים, זיי זיינען געווען ברייט צוויי און דרייסיק איילן, און אויף יעדער פּרשת דרכים איז געווען אַ שילד, „מקלט, מקלט", בכדי צו ווייזן די וועג וואָס פירט צו די ערי מקלטא).

וויבאַלד אַז עס איז געווען אַזוי אין גשמיות, איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך אין די רוחניות'דיקע ערי מקלט, רב אָפּגעטראָגן, פונדעסטוועגן דאַרף דער תלמיד שטיין מיט אַ התקשרות וצמאון צום רב, אַזוי ווי בשעת ההשפּעה, און נאָך מערער. ווי דער אַלטער רבי פלעגט זאָגן בשעת דביקותו: „מי לי בשמים גו' איך וויל זע גאָר ניסט איך וויל ניט דיין גן עדן איך וויל ניט דיין עולם הבא כו' איך וויל מער ניט אַז דיך אַליין"כא), וואָס דורך דעם צמאון ווערט דער גילוי אור החדש צום מקבל, אין דער גאולה העתידה במהרה בימינו.

(משיחת ש"פ מטו"מ, תשט"ז) ואתחנן

— וואָס דאָס זיינען דברי תורה, ווי עס שטייטב) דברי תורה קולטין, צו דעם רוחניות'דיקן הורג נפש, ווי מען האָט גערעדט אין מאמרח), — זיינען פאַראַן די אַלע פּרטים.

ב. באמת איז פאַרקערט, ניט ווייל דער ענין איז פאַראַן אין גשמיות, דערפאַר איז דער ענין דאָ אין רוחניות, נאָר אדרבה, דער עיקר ענין איז אין רוחניות, און ווייל דער ענין איז אַזוי אין רוחניות, קומט ער אַראָפּ בהשתלשלות אויך אין גשמיות,

אַזוי ווי עס ווערט דערקלערט אין364של"ה)) אויף דעם וואָס התורה מדברת בתחתונים ורומזת בעליונים, אַז באמת איז התורה מדברת בעליונים, נאָר מיר נעמען דעם רמז וואָס איז שייך צו תחתונים.

און אַזוי ווי דאָס איז אין אַלע ענינים אין תורה, אַזוי איז אויך דער ענין פון ערי מקלט, אַז די אַלע פּרטי ענינים וואָס זיינען פאַראַן אין גשמיות'דיקע ערי מקלט, זיינען פאַראַן אין די רוחניות'דיקע ערי מקלט, און אדרבה — דער עיקר פון די ענינים זיינען אין רוחניות, און דורך השתלשלות קומען זיי אַראָפּ אויך אין גשמיות.

ג. אילו זכינו — וואָלטן מיר זוכה געווען — וואָלט מען נעמען דעם ענין מלמעלה למטה, ד. ה. מען וואָלט פאַרשטאַנען דעם ענין אין רוחניות, ובמילא וואָלט מען פאַרשטיין, אַז וויבאַלד די ענינים זיינען דאָ אין רוחניות, זיינען זיי מסתמא פאַראַן אויך אין גשמיות.

אַלע ענינים וואָס אין עולם, קאָן מען נעמען מלמעלה למטה, ד. ה. זען די ענינים ווי זיי זיינען אין רוחניות, ובמילא פאַרשטיין, אַז אַזוי איז מסתמא אויך אין גשמיות.

— כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט, אַז זיין פאָטער, דער רבי נ"ע, פלעגט ניט וועלן ליידן אַז מען איז אים מפסיק צווישן וואַשן זיך צום עסן און ברכת המוציא, הגם אַז על פּי דין הייסט אַ הפסק, דיבור אָדער זמן דוקא, פונדעסטוועגן פלעגט ער ניט וועלן ליידן אַז מען איז אים מפסיק אַפילו נאָר במחשבתו צווישן נטילת ידים און ברכת המוציא.

אין די יארן תרנ"ד־הח) האבן די מעדיציןפּראָפעסאָרן אויסגעפונען אַ נייעם אָדער אין מוח, וואָס דער אָדער העלפט צו זכרון און צו פאַרטיפונג. איינער פון די בני בית)) האָט דאָס דערציילט מיט גרויס התפּעלות צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק (מהורש"ב) ביים עסן. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אויסגעהערט און גאָרניט געזאָגט. נאָכן בענטשן האָט ער געזאָגט, מען זאָל אַ וויילע צואוואַרטן. ער איז דאַן אַריינגעגאַנגען צו זיך אין חדר און האָט פון דאָרט אַרויסגעבראַכט אַ קליין ביכל חסידות, אַ כתב־יד פון הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי, און האָט געוויזן אַז עס ווערט דאָרט אין זעקסזיבן שורות געבראַכט וועגן דעם אָדער. הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי איז דאָרט מבאר, אַז עס איז פאַראַן אַן אָדער אין מוח וואָס ער איז מלא אידים, און איז זיך מתנענע — באַוועגט זיך — הין און צוריק און דאָס העלפט צו זכרון און צו העמקה. אַז דער אָדער באַוועגט זיך צו דעם מוח החכמה און בינהז העלפט דאָס צו זכרון און אַז ער באַוועגט זיך366צו דעם זייט פון מוח הדעת העלפט ראָס צו העמקה. דערפאַר זעען מיר, אַז ווען אַ מענטש וויל זיך אויף עפּעס דערמאָנען הויבט ער אויף דעם קאָפּ און ווען ער וויל זיך אין עפּעס פאַרטיפן בויגט ער איין דעם קאָפּ.

האָט מען געפרעגט ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק; אויב אַזוי, איז דאָך הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי געווען אַ גרויסער פּראָפעסאָר. האָט אויף דעם הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט; ער — הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי — האָט דאָס געוואוסט, ווייל למעלה אין אדם העליון איז דאָס פאַראַן, ממילא איז דאָס ביים אדם למטה זיכער אויך דאָ. —

ומכל שכן ענינים וואָס אין תורה, קאָן מען אַ וודאי נעמען מלמעלה למטה, ד. ה. נעמען די ענינים אין רוחניות, און דערפון אַרויסנעמען אויך אין גשמיות, אַזוי ווי עס שטייט אין אגרת הקדשח), בנוגע דעם לימוד ההלכות דלעתיד, אַז פון רוחניות הענינים, וועט מען וויסן אויך די ענינים בגשמיות.

אָבער וויבאַלד אַז מען איז ניט זוכה צו דעם, דאַרף מען נעמען די ענינים מלמטה למעלה, זען די ענינים ווי זיי זיינען אין גשמיות, און פון דעם אַרויסנעמען די ענינים אין רוחניות.

ד. אַזוי ווי אין גשמיות, פלעגן דאָך די ערי מקלט העלפן ניט נאָר אַ הורג נפש בשוגג, נאָר אויך אַ הורג נפש במזיד, וואָרום אויך אַ הורג נפש במזיד פלעגט דאַרפן אַנטלויפן אין ערי מקלטט), ביז דער חקירה ודרישה, כדי אַז דערווייל זאָל אים דער גואל הדם ניט הרג'נען, אַזוי איז אויך אין רוחניות, זיינען דברי תורה קולטין אויך אַ הורג נפש במזיד, ד. ה. אַן עובר עבירה במזיד

און אַזוי ווי אין גשמיות, אין אויסער דעם וואָס די וועגן וואָס פלעגן פירן צו די ערי מקלט זיינען געווען דרכים מתוקנים און ברייטע וועגן, כדי אַז דער רוצח זאָל קענען לויפן גרינג צו די ערי מקלט, — איז אויף יעדער פּרשת דרכים אויך געווען אַ שילד, אויף צו ווייזן די וועג וואוהין צו לויפן, וואָרום דאָס אַליין וואָס די וועג איז אַ דרך מתוקנה ורחבה, איז ווייניק, אויב ער וועט ניט וויסן אין וועלכן זייט צו גיין;

אַזוי איז אויך אין רוחניות, אַז אויסער דעם וואָס די וועג צו דברי תורה איז אַ גרינגע און אַ ברייטע וועג, — ווייזט אָן דער אויבערשטער אין וועלכער זייט צו גיין, וואָרום מצד בחירה חפשית וואָס עס איז געגעבן געוואָרן, ווי עס שטייטי), ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע, איז אויב מען וועט אים ניט אָנווייזן די וועג, קאָן ער גיין חס ושלום אין דער לינקער זייט, ער קאָן אויסקלייבן מות און רע. דערפאַר שטייט דער אויבערשטער כביכול מיט אַ שילד און זאָגט אים „מקלט, מקלט", ער וואָרנט אים ער זאָל גיין אין דער רעכטער זייט, ווי עס שטייט 42))366ובחרת בחיים, וואָס דאָס איז דער הקב"ה עוזרויב).

מצד בחירה חפשית וואָס מען האָט געגעבן יעדן איינעם, אַז ער קאָן אויסקלייבן חס ושלום אויך דעם רע, מוז יעדער איינער אָנקומען צו דעם עזר שלמעלה, דער אויבערשטער זאָל אים זאָגן; מקלט, מקלט, גיי אין דעם וועג וואָס פירט צו חיים וטוב, וואָרום אַפילו רבן יוחנן בן זכאי האָט געזאָגטיג) איני יודע באיזו (דרך) מוליכין אותי, מכל שכן אַנדערע, ומכל שכן די וואָס זיינען אין אַ זמן פון חושך כפול ומכופּל, קאָנען זיי אַ ודאי ניט וויסן אין וועלכן דרך זיי גייען, און זיי מוזן אָנקומען צו דעם עזר שלמעלה, אַז דער אויבערשטער זאָל זיי זאָגן וואוהין צו גיין.

ה. אויב מען וויל, אָבער, אַז דער אויבערשטער זאָל אים ווייזן וואוהין צו גיין, מוז ער אַליין אויך טאָן אַזוי, מדתו של הקב"ה — מדה כנגד מדהיד).

מען מוז אַרויסגיין אויף דער פּרשת דרכים וואו עס שטייען אידן און ווייסן ניט אין וועלכער זייט צו גיין, מען דאַרף גיין צו זיי און שרייען; מקלט, מקלט, גייט צום רעכטן זייט וואָס פירט קיין מקלט, דאָרטן איז אַ מקלט פון גואל הדם, פון דעם שטן וואָס איז יורד ומסטין עולה ומקטרגיח), גייט ניט חס ושלום אין דער לינקער זייט, וואָס פירט אין שאול ואבדון.

און דאָס איז אַן אויפגאַבע וואָס ליגט אויף יעדן איינעם, אַוועקשטעלן זיך אויף אַ פּרשת דרכים און שרייען; מקלט, מקלט, ווייזן די וועג וואוהין מען דאַרף גיין. און הגם אַז דורך דעם וועט ער זיך געפינען די גאַנצע צייט אויפן פּרשת דרכים, אין אַן אָרט וואָס דאָרטן איז דאָ אַ וועג וואָס פירט אויך אין דער לינקער זייט, זאָל ער ניט נתפּעל ווערן, וואָרום דוקא דורך דעם פירט ער אויס דעם תפקיד וואָס ליגט אויף אים.

ווי דער מאמריח) פון ר' מרדכי הצדיק בשם הבעל שם טוב; „עס קומט אַראָפּ אַ נשמה אויף דער וועלט און לעבט אָפּ זיבעציק אַכציק יאָר, צוליב טאָן אַ אידן אַ טובה בגשמיות ובפרט אין רוחניות". איז דאָך כדאי שטיין די גאַנצע צייט אויף אַ פּרשת דרכים, כדי צו ווייזן איין מאָל אַ אידן די וועג וואָס פירט צום תוה־מקלט.

ו. און דורך דעם וועט דער אויבערשטער אים ווייזן די וועג וואָס פירט צו חיים וטוב.

בשעת ער וועט קומען אויף אַ פּרשת דרכים און אַוועקשטעלן זיך ווי אַ שילד און שרייען: מקלט, מקלט, — ער ווייס ניט צי יענער וועט אים פאָלגן, ער ווייס גאָר אַפילו ניט צי עמעצער העהט אינגאַנצן וואָס ער רעדט, ער זעט גאָר ניט גיין קיין מענטשן, פונדעסטוועגן איז דאָס אים ניט נוגע, ער איז אַ שילד וואָס367שטייט אויפן פּרשת דרכים און ווייזט די וועג צום מקלט, די וועג וואָס דאָרטן איז אַ מקלט פון יצר הרע, אַ מקלט פון שטן.

איז כאָטש ער האָט אפשר גאָרניט אויפגעטאָן, אָבער וויבאַלד אַז זיין אויפגאַבע האָט ער געטאָן, ער איז געשטאַנען אויפן פּרשת דרכים און געוויזן אידן די וועג צום מקלט, דערפאַר וועט דער אויבערשטער ווייזן אים די וועג פון ובחרת בחיים, אַז הגם ער איז מער ניט ווי אַן עובד אלקים, ניט קיין עבד הוי', ד. ה. ער האַלט אין מיטן דער עבודה, וואָרום ער האָט נאָך אַ יצר הרע, און ניט נאָר אַז דורך דער צייט האָט ער ניט גע'פּועל'ט מיט זיין עבודה קיין אָפּשוואַכונג אין יצר הרע און ער איז ביי אים כתולדתו, נאָר אדרבה, ער איז נאָך שטאַרקער געוואָרן דורך דער צייט וואָס נשתמש בו הרבה באכילה ושתי' כו'יז), ומצד דעם יצר הרע קען ער בוחר זיין חס ושלום אין מות ורע, ווייזט דער אויבערשטער אים די וועג צו חיים וטוב, הקב"ה עוזרו להושיעו משופטי נפשו.

ז. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אַמאָל געזאָגט, אַז די נפקא מינה פון דעם בעל שם טוב מיט די גדולים אין נגלה דתורה וואָס זיינען געווען דעמאָלט, איז דאָס וואָס ביי די גדולים פון נגלה דתורה איז געווען דער סדר אַז מען פלעגט קומען צו זיי לערנען, דאַקעגן דער בעש"ט מיט זיינע תלמידים פלעגן ניט וואַרטן אַז מען זאָל קומען צו זיי, נאָר זיי פלעגן פאָרן אין שטעט און מושבים וואו אידן געפינען זיך.

— עס איז פאַראַן אַ ביאור פון אַלטן רבי'ן און פון מיטעלן רבי'ן אויף דער נפקא מינה פון די גדולים בנגלה דתורה ביז דעם בעש"ט. דאָס איז שוין געדרוקטיח). —

און אַזוי ווי די נפקא מינה פון די גדולי נגלה דתורה און דעם בעל שם טוב, אַזוי איז אין דעם ענין פון ערי מקלט, וואָס מען האָט פריער גערעדט, פאַראַן אַ חילוק ווי דאָס איז על פּי נגלה און על פּי חסידות.

על פּי נגלה — פלעגט זיין אַן עמוד, אַ שטיין א. ד. גל. און אויף אים פלעגט זיין אָנגעשריבן מקלט, מקלט, דער עמוד האָט נישט גערעדט צו יענעם, נאָר אַז עמעצער איז דורכגעגאַנגען פאַרביי דעם עמוד און צוגעקוקט זיך צו דעם וואָס עס שטייט אויפן עמוד און האָט געקענט לייענען לכל הפּחות — האָט ער זיך דערוואוסט די וועג וואוהין ער דאַרף גיין.

אַזוי איז אויך אין רוחניות; עס איז פאַראַן אַזאַ וואָס וועט אַוועקפאָרן פון זיין אָרט, און אַריינפאָרן אין אָרט פון אַ פּרשת דרכים, ד. ה. אַריינפאָרן צווישן אידן וואָס שטייען אין אַ פּרשת דרכים, און זייענדיק דאָרטן, אַז עמעצער וועט אים פרעגן — אַזאַ וואָס קען „לייענען" לכל הפּחות — וועט ער אים ווייזן די וועג אין מקלט.

מסירת נפש האָט ער טאַקע געפּראַוועט וואָס ער איז אַרויסגעפאָרן אין אַ פּרשת דרכים, אָבער ער האָט368זיך ניט גערירט פון זיין אָרט, ער איז אַן עמוד עומד, אַ דומם.

— אַמאָל פלעגט מען זאָגן אויף אַ זייגער: ער גייט אַהין און צוריק, ער האַלט אין איין גיין, אָבער ער רירט זיך ניט פון אָרט. —

על פּי ביאור החסידות, אָבער, טאָר מען ניט זיין קיין דומם, מען מוז זיין אַ מהלך, ער דאַרף זיין אַ חיות'דיקער מענטש, אַ לעבעדיקער מענטש און אַ וואַרעמער מענטש, ער דאַרף ניט וואַרטן ביז מען וועט אים פרעגן. ער דאַרף האָבן חיות, לעבעדיקייט און רירעוודיקייט. אויב ער זעט נאָר ערגעץ אַז עס איז דאָ אַ איד וואָס עס קאָן זיין אַז ער קאָן אים עפּעס העלפן, דאַרף ער לויפן צו יענעם און ווייזן אים די וועג צום מקלט.

און דאָס איז די אויפגאַבע וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אַרויפגעלייגט אויף די תלמידים בפרט, זיי זאָלן אַרויספאָרן אויף עטלעכע וואָכן און שרייען מקלט, מקלט, דאָס איז די וועג וואָס פירט צו חיים וטוב, זיי זאָלן זיין אַזוי ווי שילדן וואָס ווייזן די וועג, און לעבעדיקע שילדן, ניט קיין שטיינערנע וואָס שטייען אויף אַן אָרט, נאָר לעבעדיקע שילדן וואָס גייען מיט אַ לעבעדיקייט און ווייזן יעדן איינעם די וועג אין מקלט.

ח. עס שטייט אין גמראיט), און דער רמב"םכ) ברענגט דאָס להלכה, אַז לעולם יראה אדם עצמו שקול והעולם שקול. מען דאַרף שטענדיק קוקן אויף יעדער מענטשן אַז ער איז גלייךגעוואויגן, ובמילא איז די פּעולה וואָס ער וועט איצטער טאָן, וועט אים מכריע זיין לזכות או להפּכו. נאָך מער — ער דאַרף טראַכטן שהעולם שקול, ד. ה. אַז ער מיט אַלע דורות וואָס וועלן זיין נאָך אים און אַלע דורות וואָס זיינען געווען פאַר אים, זיינען שקולים, און אין דער פּעולה וואָס ער וועט איצטער טאָן, איז אָפּהענגיק די גאַנצע וועלט.

בשעת דער בחור וואָס פאָרטכא) אין דער פּרשת דרכים, בכדי צו ווייזן די וועג לקרב את לבם של ישראל לאביהם שבשמים, וועט זיך באַטראַכטן אַז די גאַנצע וועלט, אַלע דורות וואָס זיינען שוין געווען און אַלע דורות וואָס וועלן זיין, זיינען שקולים, און מיט יעדער פּעולה וואָס ער איז פּועל אין אַ אידן, איז ער מכריע די גאַנצע וועלט, וועט ער *) ניט זיין קיין דומם'דיקער שילד וואָס רירט זיך ניט פון אָרט, נאָר ער וועט זיין אַ לעבעדיקער שילד, ער וועט אַרומגיין און לויפן מיט אַ חיות, טאָמער וועט זיך אים איינגעבן צו פּועל'ן עפּעס אין אַ אידן, וואָס דערמיט וועט ער מכריע זיין די גאַנצע וועלט;

ער וועט אַרומלויפן אומעטום, און קומענדיק צו אַ אידן וועט ער אים369מסביר זיין, ער זאָל וויסן אַז ער איז אַ שקול, אין יעדן מצב אין וועלכן ער געפינט זיך איז ער אַ שקול; אויב אַפילו ער איז אַ גרויסער בעל עבירה, קאָן ער תשובה טאָן, און מיט איין פּעולה, אין איין שעה און אין איין רגע, קאָן ער מכריע זיין זיין גאַנצן מצב צום גוטן, וואָרום ער איז אַ שקול. פון דער צווייטער זייט — וועט ער אים מסביר זיין — דאַרף ער וויסן אַז מיט איין פּעולה קאָן ער מכריע זיין זיין גאַנצן מצב אין לעומת זה חס ושלום; מצד דער בחירה חפשית וואָס איז אים געגעבן געוואָרן, קאָן ער בוחר זיין חס ושלום אין רע, במילא דאַרף ער זיך היטן, טאָן דאָס וואָס עס פירט צו חיים וטוב, און ער — דער תלמיד — וועט דעם אידן ווייזן די וועג פון ובחרת בחיים.

ט. פאַראַן אַזעלכע וואָס מיינען אַז זיי טוען גאָרנישט אויף, איז באמת גערעדט — ניט דאָס איז קובע, צי זיי טוען יאָ אויף צי ניין.

דער דין ביי ביעור חמץ איז, אַז ווען מען איז בודק חמץ, זוכט מען איבעראַל צי ס'איז דאָ חמץ, איז אַפילו אויב מען געפינט ניט קיין חמץ, איז די ברכה אַ ברכה. ער האָט געטאָן וואָס עס ליגט אויף אים, הגם אַז ער האָט לכאורה גאָרנישט אויפגעטאָן, האָט ער מקיים געווען די מצוה כתיקונהכב).

מיט וואָס צו באַרימען זיך, האָט ער טאַקע ניט. ער איז אויף געווען אַ גאַנצע נאַכט, ניט געלערנט די נאַכט און ניט געשלאָפן, איבערגעדרייט די הויז און האָט ערשט גאָרניט אויפגעטאָן, אָבער די מצוה וואָס עס ליגט אויף אים האָט ער מקיים געווען.

און אַזוי איז אויך ביי בדיקת חמץ ברוחניות. די בחורים וואָס פאָרן און מיינען אַז זיי טוען ניט אויף, ער האָט פאַרבראַכט זיין צייט ניט אין קיין מקום מושב, נאָר ערגעץ אין מיטן וועג, אויף אַ פּרשת דרכים, אַן אָרט וואו מען קען דאָרטן גיין אין לינקן זייט חס ושלום, און נאָך אַלעם דעם האָט ער ערשט גאָרנישט אויפגעטאָן. איז מיט וואָס צו באַרימען זיך האָט ער ניט — אָבער דאָס וואָס ליגט אויף אים האָט ער געטאָן. ושכר מצוה מצוהכג), צוותא וחיבור.

י. נאָך מער; כאָטש ער מיינט אַז ער האָט גאָרניט אויפגעטאָן, פאַרמאַטערט איז ער, און קומענדיק צוריק וועט מען נאָך האָבן צו אים טענות און חברים וועלן לאַכן פון אים, איז אויסער דעם וואָס, ווי געזאָגט, איז דער עיקר דער טאָן, — האָט ער באמת יאָ אויפגעטאָן, נאָר ער אַליין ווייס ניט דערפון. וויבאַלד אַז ער האָט געטאָן, האָט ער געוויס אויפגעטאָן, ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט איבערגעזאָגט כמה פּעמים אין נאָמען פון זיין פאָטערכד) ; חזקה לתעמולה שאינה חוזרת ריקם.

יא. איינער פון די אויפטוען וואָס ער האָט אויפגעטאָן איז;

אויסער דעם וואָס ווען מען גייט370אָדער מען לויפט אין אַ שליהות מצוה, האָט ער מזכך געווען דעם שטיין וואָס ער האָט אויף אים געטראָטן, און האָט אויף יענעם אָרט מטהר געווען דעם אויר,

— אָבער דאָס איז דאָך אַן ענין וואָס ער זעט דאָס ניט, און מען וועט *) אָס ניט אַריינשרייבן דאָ למטה אין דעם דין וחשבון. אָבער ער וויל דאָך עפּעס אויפטאָן אין דער שליחות וואָס מען האָט אים געשיקט לקרב לבם של ישראל לאביהם שבשמים, —

איז באמת האָט ער אין דעם ענין אויך אויפגעטאָן.

בשעת אַ איד זיצט ביי זיך אין שטוב אין זעט דורכן פענסטער ווי עס לויפט אַ בחור מיט אַ באָרד, דערמאָנט ער זיך אַז זיין טאַטע האָט אויך אַזוי אויסגעקוקט, און אַז זיין פאָטער האָט אים אָנגעזאָגט; אַלע

אויפשטייענדיק

זאָלסטו זאָגן מודה אני, און גייענדיק שלאָפן זאָלסטו זאָגן שמע ישראל, און בעת מעשה חזר'ט ער איבער — דער וואָס דערמאָנט זיך — אין זיין מחשבה אָדער דבור, דעם פּסוק שמע ישראל און מודה אני, און ער שטייט אין אַ התעוררות.

אַז עס קומט אַ קינד אַהיים און דערציילט אַז ער האָט געזען אַ בחור מיט אַ באָרד פאַרקויפנדיק „טאָקס ענד טיילס", און דער בחור האָט געוואָלט אים אַריינרוקן אַ „טאָקס ענד טיילס", אָבער ער האָט זיך ניט געלאָזן, איז ווען ער דערציילט דאָס זיין טאַטן צי זיין מאַמען, דערמאָנען זיי זיך בשעת מעשה אויף זייערע עלטערן, ובשעתא חדא ורגעא חדא כו'.

יב. אַ לב נשבר ונדכה דאַרף ער טאַקע האָבן וואָס זיינע פּעולות זיינען ניט קיין אָנגעזעענע, וואָרום אויב ער וואָלט זוכה געווען, וואָלט ער אויפגעטאָן פּנימיות'דיקע פּעולות, און ניט נאָר קיין מקיף'דיקע פּעולות, אָבער זאָגן אַז ער האָט גאָרנישט אויפגעטאָן, קאָן מען ניט, וואָרום דאָס אַליין וואָס מען האָט געזען אַז עס פאָרט אַרום אַ בחור מיט אַ באָרד מעורר זיין אידן צו אידישקייט, דאָס אַליין האָט געוויס גע'פּועל'ט על כל פּנים בדרך מקיף.

יג. אַ יונגערמאַן פון די תמימים האָט מיר דערציילט, אַז אַ קאָנסערוואַטיווער ראַביי איז געווען דאָ אַמאָל צו אַ חסידישן פאַרברענגען. קיין חסיד איז ער ניט געוואָרן, אָבער עס איז אים געפעלן געוואָרן און עס האָבן אים פאַראינטערעסירט חסידים. דער ראַביי איז אַ טיטשער צי אַ פּרינציפאַל אין אַ סקול. אַזוי ווי ער דאַרף דאָך דערציילן די קינדער סיפּורים צו פאַראינטערעסירן זיי, האָט ער זיי דערציילט אַז עס זיינען פאַראַן אַזעלכע אידן מיטן נאָמען חסידים, און האָט זיי אָנגעהויבן דערציילן זייערע הנהגות; זיי לערנען פאַרן דאַוונען, דערנאָך דאַוונען זיי לאַנג, נאַכהער האָבן זיי שיעורים וואָס זיי לערנען — און ערשט דערנאָך טרינקן זיי דזשוס.

די קינדער האָבן דאָס אַלץ אויסגעהערט, און געפרעגט צי דאָס זיינען מענטשן וואָס זיינען געווען אַמאָל, אָדער אין יוראָפּ. האָט ער זיי געענטפערט אַז זיי זיינען פאַראַן אויך איצטער און אין אַמעריקע. די קינדער האָבן געזאָגט, אַז זיי גלויבן אים ניט, עס קאָן ניט זיין אַז היינט371אין אַמעריקע זאָלן זיך געפינען אַזעלכע מענטשן.

דער ראַביי האָט אָנגעהויבן זוכן עצות ווי צו באַשטעטיקן די מעשה אין די אויגן פון די קינדער, ביז ער האָט זיך דערמאָנט אויף זיינעם אַ באַקאַנטן, אַ חסידישן יונגערמאַן — דאָס איז דער יונגערמאַן וואָס האָט מיר דערציילט די מעשה — איז ער צוגעפאָרן צו אים, דערציילט אים די גאַנצע זאַך און האָט אים געבעטן ער זאָל קומען צו אים אין סקול. דאַרפסט דאָרטן גאָרנישט טאָן — זאָגט דער ראַביי צום יונגערמאַן — דאַרפסט זיך נאָר ווייזן. דער יונגערמאַן האָט מסכים געווען.

ווען דער יונגערמאַן איז אַריין אין סקול — אַ יונגערמאַן מיט אַ גרוי־

פרשת

א. היינטיקע סדרה — פ' עקב — איז איינע פון די שבעה דנחמתא, וואָס ניט נאָר די הפטרות זיינען אַן ענין פון נחמה, נאָר אויך די סדרות. וואָרום די הפטורות זיינען דאָך, ברובם, מעין הפּרשה. איז וויבאַלד אַז די הפטורה רעדט וועגן דער נחמה פון דער גאולה, דאַרף מען זאָגן, אַז אויך די סדרה רעדט וועגן דער גאולה.

באמת רעדט גאַנץ תורה וועגן גאולה, וואָרום אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורהא), דורכן עסק בתוסער באָרד — האָט זיך אָפּגערופן דער ראַביי צו די קינדער; איר געדענקט אַז איך האָב אייך דערציילט אַ מעשה וועגן חסידים, און איר האָט ניט געגלויבט? קוקט! אָט דער יונגערמאַן וואָס איז איצט אַריין, איז איינער פון די חסידים.

די קינדער האָבן אים באַטראַכט, ווי ער קוקט אויס מיט זיין באָרד א. א. וו. און האָבן אים געפרעגט צי ער איז אַ חסיד. אַז ער האָט זיי געענטפערט אויף יאָ, האָבן זיי ביי אים אָנגעהויבן נאָכפרעגן זיך וועגן די הנהגות פון חסידים וכו'. בייטאָג האָבן דאָס די קינדער דערציילט מיט התפּעלות ביי זיך אין די היימען, און האָבן אָנגעהויבן שטעלן שאלות די עלטערן וכו' וכו'.

(משיחת ש"פ מטו"מ, תשי"ב) עקב

רה ווערט באַפרייט די נשמה פון דעם גלות הגוף ונפש הבהמית, און דורך דעם ווערט באַפרייט אויך דער גוף פון גלות כפּשוטו.

נאָר אין גאַנץ תורה רעדט זיך וועגן אַנדערע ענינים, און דורך זיי איז פאַראַן די גאולה, אָבער אין די סדרות פון שבעה דנחמתא רעדט זיך וועגן גאולה אַליין.

מען געפינט זיך דאָך איצטער אין גלות, איז בכדי צו דערקלערן דעם ענין הגאולה, גיט מען פריער צו פאַרשטיין דעם גלות מיט דער סיבה פון דעם גלות, און בשעת מען ווייס די סיבה פון דעם גלות, ווייס מען

(4

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-b36c810r

Copies

Recent activity

#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · approved

Sources