English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ז

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

326שיחת יום ג', פורים קטן ה'תשל"ח

א. צוה לנגן ואמר מאמר ד"ה וקבל היהודים.

ב. מ'האָט

(בהמאמר) אַז בשנה זו הויבט זיך אָן דער יובל השני זינט דער מאמר „וקבל היהודים" איז געזאָגט געוואָרן בפעם הראשונה (בשנת תרפ"ז)א.

[ובפרט נאָך אַז פאַר אַ יאָרן איז ניט געווען אַ שנת העיבור, ובמילא איז דאָך ניט געווען קיין „פורים קטן" — קומט דאָך אויס אַז דאָס איז אויך דער „פורים קטן" פון דעם סיום וחותם פון יובל הראשוןב; אָבער דאָך, בעיקר איז דאָס דער ערשטער „פורים קטן" פון יובל השני].

און וויבאַלד אַז „יובל" איז „עולמו של לוי", כמרז"לג עה"פד „וישב שם עד עולם", „עולמו של לויה חמשים שנה" — איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת עס הויבט זיך אָן דער יובל השני, איז דאָס אַן אופן פון „ראה עולם חדש"ו.

ד. ה. אַז בנוגע צו אַלע אופני העבודה (וואָס עבודה איז דאָך תכלית בריאתו כמחז"לז אני נבראתי לשמש את קוני) וועלכע זיינען געווען ביי אים לפנ"ז אין דעם ערשטן יובל [וואָס וויבאַלד אַז „כל ישראל בחזקת כשרות"ח איז דאָס זיכער געווען כדבעי] — ווערט איצטער אַן „עולם חדש", אַ נייער סדר אין עבודה, באופן נעלה יותרט לגבי ווי עס איז געווען אין דעם יובל הראשון (פון תרפ"ז ביז תשל"ז)י.

ג. ומובן בפשטות דער גודל העילוי וואָס ווערט אויפגטאָן ביובל השני —

וואָס אע"פ אַז אויך אין דעם ערשטן יובל איז דאָך דאָ בכל יום ויום דער ציווי (צוזאַמען מיטן נתינת כחיא) פון „מעלין בקודש"יב — איז אָבער פאַרשטאַנדיק, אַז ס'איז ניט דומה די עלי' וואָס איז דאָ מיום ליום צו דער עלי' וואָס איז דאָ משבוע לשבוע, צו דער עלי' וואָס איז דאָ מחודש לחודש, ביז צו דער עלי' וואָס איז דאָ אין אַ שנה חדשה,

[כמבואר אין מדרשי רז"ל אַז ווען ס'הויבט זיך אָן אַ נייער יאָר (אַ נייער „תמליכוני עליכם"יג), הויבט זיך אָן אַ327נייער אופן אין עבודה, וכמובן אויך פון אגה"קיד אַז בכל ר"ה ווערט נמשך אַן „אור חדש עליון יותר שלא הי' מאיר עדיין מימי עולם אור עליון כזה" (און דערנאָך קומט דאָס אַראָפּ בהתלבשות אין מעשה התחתונים בכל יום מימות השנה)],

איז דערפון פאַרשטאַנדיק דער גודל העילוי וואָס קומט צו משמיטה לשמיטה (במכש"כ פון דעם גודל העילוי וואָס קומט צו משנה לשנה), ועאכו"כ ווען ס'קומט די עלי' פון דעם ערשטן יובל צום צווייטן יובל (וואָס אין אַ יובל זיינען דאָ שבעה שמיטות — זיבן מאָל דער עילוי משמיטה לשמיטה ודשנת היובלטו).

ד. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז אויב מאיזה סיבה שתהי' איז געווען אַן ענין של („חטא") חסרוןטז אין דער עבודה במשך פון דעם יובל הראשון — איז בשעת ס'קומט דער יובל השני קען מען ממלא זיין אויך דאָס וואָס עס האָט געפעלט אין דער עבודה ביובל הראשון,

ביז — אָנהויבן אַן עבודה חדשה, ביז אין אַן אופן — אַז זי איז אין אַן אופן של חידוש גמור לגבי עבודתו עד עתה, אין דעם יובל הראשון.

ה. אין עבודת ה' זיינען דאָך פאַראַן כו"כ פרטים, ביז צו „כל מעשיך לשם שמים"יז און „בכליח דרכיך דעהו"יט — איז אָבער פאַרשטאַנדיק, אַז דער חידוש וואָס דאַרף זיין אין דער עבודה בנדו"ד, דאַרף זיין לכל לראש אין די ענינים וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין דעם מאמר (תורה — הוראה) ד"ה „וקבל היהודים".

וואָס עיקר הנקודה אין דעם מאמר איז — דער ענין פון חינוך, חינוך כפשוטו, אַז ס'זאָל זיין „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז"כ (וואָס דאָס ברענגט דעם ענין פון „להשבית אויב ומתנקם"כ),

וואָס דאָס איז אויך נוגע צו גדולים, סיי גדולים בשנים, און סיי גדולים באמיתית ענינם — אין עבודת ה', זיי דאַרפן אויך אָנקומען צו דער עבודה פון „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז".

ו. דער ענין פון „עוז" איז דער ענין התורה, ווי ער ברענגט אין דעם מאמרכא מארז"לכב „אין עוז אלא תורה" —

אָבער „תורה" האָט דאָך כו"כ שמות (ניט נאָר „עוז"), איז וויבאַלד אַז מ'האָט דאָ אויסגעקליבן דעם נאָמען „עוז", איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין דערויף איז מודגש אַז די עבודה דאַרף זיין בתוקף (דער ענין פון „עוז"), אין אַן אופן פון „אל יתבייש מפני בנ"א המלעיגים", ווי ס'שטייט אין דער התחלה פון אַלע ד' חלקי השו"עכג.

און ניט נאָר „אל יתבייש", נאָר אדרבה, ער שטייט אין אַן אופן פון328תוקף, „איתן"כד — וואָס דעמולט ברענגט דאָס אויך אַריין הצלחה בכל פרטי עבודתו.

און ווי מ'זעט בפועל, אַז בשעת ער פירט אויס שליחותו באופן של חלישות, אָדער עכ"פ ניט בתוקף המתאים, איז ער טאַקע מקיים דעם „אל יתבייש מפני בנ"א המלעיגים" — דאָס קומט אָבער ניט צום אופן העבודה ווען ער שטעלט זיך אַוועק מלכתחלה בתוקף המתאים, וואָס דעמולט איז עבודתו בקלות יותר ובהרחבה יותר, וואָרום די גאַנצע מציאות פון די „מלעיגים" איז ביי אים (בעולמו) ניטאָ.

דאָס איז אויך פאַרבונדן עם האמור לעיל אַז אין דעם יובל השני הויבט זיך אָן די עבודה אין אַן אופן פון „ראה עולם חדש". והביאור בזה:

ס'איז מבואר אין דעם מאמרכה אַז בשעת ער ווערט נתעלה אין אַ דרגא נעלית יותר (אַז ער איז ניט שייך אל הזולת), איז אים דער זולת ניט מבלבל, בדוגמת ווי ס'איז ניט שייך אַז ער זאָל נתפעל ווערן פון די „מלעיגים" וועלכע געפינען זיך אין אַן אַנדער עולם (אָדער אפי' נאָר אין אַן אַנדער שטאָט).

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת ער שטעלט זיך אַוועק אין אַן „עולם חדש", זיינען די „מלעיגים" ניטאַ במציאות אין זיין עולם, ובמילא דאַרף ער ניט אָנקומען צו דער התבוננות פאַרוואָס ער דאַרף זיך ניט שעמען פאַר די „מלעיגים" —

ער דאַרף נאָר האָבן ביי זיך דעם תוקף צו אָנערקענען אַז ער געהערט צו אַן „עולם חדש", (און די אַלע מלעיגים און מסתירים ומבלבלים זיינען געבליבן אין אַן עולם תחתון ממנו), און דעמולט איז בדרך ממילא ילך לבטח דרכו, ומתוך שמחה וטוב לבב.

ח. די התבוננות הכי קלה בזה (ער זאָל דערהערן אַז ער געפינט זיך אין אַן „עולם חדש", העכער פון דעם עולם וואו ס'געפינען זיך די „מלעיגים") איז — ווי ס'שטייט אין דעם שיעור חומש פון היינטיקן טאָג „ונפלינו אני ועמך מכל העם (האדם*25) אשר על פני האדמה"כו,

וואָס דער ענין פון „ונפלינו" איז נאָך העכער פון דעם ענין פון „אתה בחרתנו". והביאור בזה:

דער ענין פון בחירה איז שייך דוקא באַ צוויי זאַכן וואָס האָבן צווישן זיך עפּעס אַ צד השוה, קען זיין ער זאָל אויסקלייבן די זאַך אָדער די צווייטע זאַך; משא"כ ווען ס'רעדט זיך וועגן צוויי ענינים וואָס האָבן ניט צווישן זיך קיין שייכות און קיין נקודה משותפת, איז ניט שייך אין דערויף דער ענין הבחירה; ער האָט ניט קיין ברירה צו אויסקלייבן די אַנדערע זאַך, וואָרום ס'איז דאָ מערניט ווי איין זאַך וואָס האָט דאָס וואָס ער זוכט (די אַנדער זאַך האָט דאָך ניט קיין שייכות דערצו).

329און דערום זאָגט מען „ונפלינו אני ועמך גו'", כמבואר אין דעם מאמר ד"ה ועתה אם נא מצאתי חן בעיניך פון תרע"חכז ובכ"מ: משה רבינו האָט געבעטן ביים אויבערשטן אַז ס'זאָל זיין דער ענין פון „ונפלינו אני ועמך", אידן זאָלן זיין אין אַן אופן „מופלא לגמרי . . בבחי' אין ערוך לגמרי מכל העם"כח — וואָס דעמולט איז אפילו ניט שייך צו זאָגן „אתה בחרתנו" (דער ענין פון בחירה),

וכמבואר אין תניאכט אַז דער ענין פון „ובנו בחרת מכל עם ולשון" גייט אויף דעם „גוף החומרי הנדמה בחומריותו לגופי אומות העולם", משא"כ כו'ל ובפרט מצד די פנימיות פון אַ אידן, וואָס דאָס איז אמיתית המציאות שלו (וואָרום ביי אים איז „גופו טפל" און „נפשו עיקר"לא) — שטייט ער אין אַן אופן פון ונפלינו אני ועמך מכל האדם*31 אשר על פני האדמה, ער שטייט בהבדלה פון כל האדם כו', ביז צו הבדלה אין אַן אופן פון פלא.

און דעמולט איז פאַרשטאַנדיק בפשטות אַז מ'דאַרף גאָרניט מסביר זיין אַז ער האָט ניט וואָס צו רעכענען זיך און נתפעל ווערן פון די „מלעיגים" — וואָרום זיי זיינען ניטאָ במציאות אין זיין וועלט.

ט. וואָס דאָס איז אַ התבוננות פשוטה ביותר — ניט קיין ענין פון „רזי תורה" (וואָס האָט אַ שייכות דוקא צו די אידן וואָס הנהגתם היום־יומית (וואָס אַלעמאָל דאַרף דאָך זיין דער אל יתבייש) איז ע"פ קבלה), נאָר ס'איז פאַרשטאַנדיק פון פשוטם של כתובים ומרז"ל — אַז „ונפלינו אני ועמך מכל האדם אשר על פני האדמה"לב,

דאָס איז אַ התבוננות וואָס איז שייך צו יעדער אידן, וואָרום „כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב שנאמרלג ועמך כולם צדיקים לעולם יירשו ארץ נצר מטעי מעשה ידי להתפאר"לד — וואָס „כל ישראל" איז דאָך כולל כל אחד ואחת מישראל ממש [חוץ פון די וועלכע מ'רעכנט אויס בפירוש — און אפי' בנוגע צו זיי, איז דאָך פאַרשטאַנדיק פון ירושלמילה אַז נאָך דערויף וואָס זיי האָבן מקבל געווען זייער עונש, ווערן זיי אַ מציאות חדשה, ובמילא האָבן זיי אויך אַ חלק לעוה"בלו].

י. וכאמור איז דאָס אַ התבוננות הכי פשוטה — אַז ער באַטראַכט זיך אַז ער איז בנו יחידו של מלך מלכי המלכים הקב"ה, וואָס דאָס איז דאָך ניט נאָר ווען די נשמה איז געשטאַנען למעלה אין דער „איגרא רמה", נאָר אויך ווי די נשמה געפינט זיך אין דער „בירא עמיקתא", ואדרבא — דוקא דאָרטן האָט איר דער אויבעשטער געמאַכט פאַר אַ330שליח (כמותו) לעשות לו ית' דירה בתחתוניםלז.

— ווי ס'שטייט אין מדרשלח „היו מכבדין את המצוות שהם שלוחי", וכמבואר בארוכה אין לקו"תלט אַז יעדער איד איז „שלוחו של אדם — העליון — כמותו"מ, און „כמותו דהמשלח ממש",

וואָס אמיתית ענין שליחותמא איז ניט אַ פעולה וואָס איז געווען נאָר ווען ער האָט אים ממנה געווען אויף דער שליחות, נאָר דאָס ווערט (בלשון הידועמב) אַ „פעולה נמשכת", אַז בכל רגע ורגע באַקומט ער פון־אָס־ניי דעם מינוי השליחות אויף לעשות לו ית' דירה בתחתונים.

און דער ענין פון לעשות לו ית' דירה בתחתונים איז „לא נפלאת היא ממך גו'"מג און „לא בשמים היא גו'"מג, נאָר ס'איז „קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו"מד —

דורך דערויף וואָס ער פירט זיך ע"פ שו"ע, און אין דערויף גופא פירט ער זיך לפנים משורת הדיןמה, וואָס דאָס איז דאָך שוין אויך געוואָרן אַ דין אין שו"עמו, און ער פירט זיך אין דעם דין און אין דעם לפנים משורת הדין לויט דער הדרכה פון רבותינו נשיאינו אין תורת החסידות, מאור שבתורה, אַז די ענינים שע"פ דין ולפנים משורת הדין זיינען מוארים און דורכגענומען מיטן חיות פון תורת החסידות.

יא. די נתינת כח אויף דער עבודה, און אויך דעם ביאור אין דעם אופן העבודה בזה — האָט מען פון דעם מאמר „וקבל היהודים", וואָס דאָרטן רעדט זיך כו"כ פרטים אין דעם אופן העבודה.

און די וואָס דאַרפן אָנקומען צו הסברה נוספת — איז ע"ד ווי דער אַלטער רבי שרייבט בהקדמתו לתניא אַז ער בעט אַז די „גדולים שבעיר" זאָלן מסביר זיין די ענינים וואָס שטייען אין תניא צו די וואָס דאַרפן אָנקומען צו הסברה נוספת — עד"ז בנוגע צו די הוראות פון רבותינו נשיאינו, ממלאי מקומו פון דעם אַלטן רבי'ן, ביז צו כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, וואָס לאורם נסע ונלך — אַז די משפיעים און די משפיעותמז דאַרפן דאָס מסביר זיין צו די וואָס דאַרפן אָנקומען צו הסברה נוספת,

סיי ווען יענער בעט אַז מ'זאָל אים דאָס מסביר זיין, און אפי' אויב ער בעט ניט, דאַרף מען אים דאָס אויך מסביר זיין. ואדרבה, ווען יענער בעט ניט אַז מ'זאָל אים מסביר זיין, דאַרף מען זיך נאָכמערמח משתדל זיין צו מסביר זיין331אים די הוראות בנוגע לפועל פון די נקודות וענינים המבוארים בהמאמר.

יב. נאָך אַן ענין וואָס איז אויך פון די מטרות פון דער התוועדות:

דער דיןמט איז אַז שלשים יום לפני החג איז שואלין ודורשין בהלכות החג, וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע צו אַ ענין גדול וואָס כו"כ וועלן טאָן, אַ ענין ציבורי, אַז מען דאַרף אָנהויבן זיך מתעסק זיין אין דערויף שלשים יום לפנ"זנ.

ובנוגע לעניננו: אַזוי ווי „פורים קטן" איז דאָך שלשים יום לפני „פורים גדול" (ווי דער אַלטער רבי רופט זיי אָן בסידורו) — איז כאן הזמן והמקום מעורר זיין וועגן די הכנות צו „מבצע פורים", אַז דאָס זאָל זיין מיטן גאַנצן שטורעם, ביז אַז דאָס וועט דערגרייכן „ביום אחד"נא צו אַלע אנשים נשים וטף וועלכע געפינען זיך „בכל מדינות המלך"נב, מלכו של עולםנג, מלך מלכי המלכים הקב"ה,

וואָס כדי אַז מ'זאָל קענען דורכפירן דעם „מבצע פורים" כדבעי, דאַרף זיין די הכנה לזה באופן מסודר — וואָרום אע"פ אַז דאָס ברענגט דערנאָך צו אַ שמחה אין אַן אופן פון „עד דלא ידע"נד, למעלה פון סדר און מדידה והגבלה, אעפ"כ דאַרף אָבער די הכנה לזה זיין באופן מסודר.

און דערפאַר איז מען שוין מעורר וועגן דעם ענין פון „מבצע פורים" — און ווי גערעדט בארוכה די פרטים שבזה בשנים שעברו.

„ומיסמך גאולה לגאולה"נה — אַז די גאולה פון פורים איז שוין אַ הכנה, און אַ הכנה אין אַן אופן פון „מיסמך", צו דער גאולה פון פסח — וואָס זי איז פאַרבונדן מיט „מבצע פסח".

יג. בהמשך להמדובר לעיל וועגן דעם ענין פון שליחות — די שליחות פון כאו"א מישראל אויף מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים, קומט נאָך צו אין דערויף איצט — אַן ענין מיוחד:

כל עניני התורה זיינען אין אַן אופן פון כללות ופרטותנו, אַזוי אויך: בכללות — איז כל אחד ואחת מישראל שלוחו של מקום לעשות לו ית' דירה בתחתונים, ס'זיינען אָבער דאָ די וואָס ביי זיי שטייט דער ענין השליחות בגלוי ובפרטות יותר, ביז אַז דאָס קומט אין שליחות כפשוטה.

ובנוגע לעניננו — וואָס דאָס איז אויך פון די מטרות פון דער התוועדות — זיינען דאָס די שלוחים וואָס האָבן זיך (ע"פ השגחה פרטית) מתנדב געווען און זיי פאָרן אין ירושלים עיה"ק, „עיר שחוברה לה יחדיו"נז, אין ירושלים (וואָס מ'רופט זי איצטער אָן) העתיקה, און פון דאָרטן און דורך דאָרטן — אויך אין ירושלים החדשהנח

332[שלא כדעת הטועים אַז עס הויבט זיך אָן פון ירושלים החדשה און פון דאָרטן קומט מען צו ירושלים העתיקה —

„קרית חנה דוד"נט איז ירושלים העתיקה, וואָס זי איז די „עיר הבירה" וואָס איז געגעבן געוואָרן צום „עם עולם" אין אַן אופן פון „נחלת עולם", און דורך ירושלים העתיקה האָט מען אויך ירושלים החדשה, און פרוורי' וכל הסביבה שלה, אַלעס וואָס איז אין די גבולות פון ירושלים],

און אויך אין צפת עיה"ק — כידוע אַז אין צפתס איז געווען התחלת הגילוי פון חכמת הסוד, חכמת הקבלה (ווי זי

אָנגערופן

האמת"סא), דאָרטן האָט דער אריז"ל מגלה געווען תורתו, און אין אַן אופן אַז דאָס איז אָנגעקומען לדורותיו אחריוסב, דורך תלמידיו: ר' חיים וויטאל, דורך „גורי האריז"ל"סג בכלל.

[וואָס דאָס איז פאַרבונדן דערמיט וואָס מ'האָט זיך משתדל געווען מאז אַז ס'זאָל זיין דער ענין פון חיזוק ועזר ישוב ארץ ישראל בכלל, ובפרט אין ירושלים (העתיקה) און אין חברון און אין צפת און אין טברי' — וואָס דאָס זיינען די „ד' ערי הקודש"סד וועלכע זיינען געווען פאַרבונדן במיוחד מיט כוללים וכו'].

וכאמור — אין דערויף זעט מען דעם ענין השליחות בגלוי לעיני כל, למטה מעשרה טפחים: עס האָבן זיך מתנדב געווען אברכים און נשיהם וילדיהם, און אויך בחורים (וכולם — „בחורים מעם"סה), און זיי פאָרן בעזרת ה' בקרוב ממש אין ירושלים העתיקה, און דורך איר אויך אין ירושלים החדשה (ביז אין אַן אופן פון „עתידה ירושלים שתתפשט בכל ארץ ישראל"סו), ועד"ז אין צפת.

יד. און ס'איז דאָך זיכער אַז זיי פאָרן אַלס שלוחים פון כל המסובים והנמצאים כאן, און דורך זיי — אויך בשליחות פון דעם גאַנצן קיבוץ פון בנ"י וועלכע געפינען זיך במדינה זוסז.

און דורך דערויף וואָס זיי פאָרן אַהינצו, איז דאָס כאילו ווי יעדערער (מהמשלחים והמשלחות) פאָרט אַליין אַהינצו, און איז זיך מתיישב דאָרטן, און איז מעודד ומחזק די אידן וואָס געפינען זיך שוין אין אה"ק אַז זיי זאָלן נאָך מער מרבה זיין ולהגדיל ולהאדיר דעם ענין פון הפצת התורה, סיי נגלה דתורה און סיי פנימיות התורה,

333כולל אויך דעם ענין פון „תורה" מלשון „הוראה"סח — דעם ענין החינוך (ווי גערעדט אין דעם מאמר), און באופן אַז דערפון זאָל אַרויסקומען דער „מעשה הוא העיקר"סט — וויבאַלד אַז „גדול תלמוד שמביא לידי מעשה"ע — דער ענין פון מעשה בפועל.

וואָס די פעולה בזה דאַרף זיין — אָנהויבנדיק פון דעם ביסוס וחיזוק פון די מוסדות תורה און מוסדות חינוך הקיימים כבר, און אויך מייסד זיין (בכל מקום וואו מ'דאַרף האָבן) מוסדות תורה וחינוך חדשים,

צוזאַמען מיט אַ מקוה טהרה — וואָס דאָס איז פאַרבונדןעא מיט דעם ענין פון „וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם"עב, און „אשריכם"עג ישראל לפני מי אתם מטהרין ומיעד מטהר אתכם"עה.

און אויך פאַרגרעסערן (נאָכמער) דעם ענין פון הפצת „חכמת האמת", צוזאַמען מיט פירושה וביאורה ווי דאָס ווערט אַרויסגעגעבן דורך רבותינו נשיאינו אין תורת החסידות, אָנהויבנדיק פון תורת הבעש"ט והמגיד, און דערנאָך אין תורת חסידות חב"דעו פון דעם אַלטן רבי'ן און ממלאי מקומו, ביז צו כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו.

טו. אַזוי ווי מ'וויל דאָס פאַרבינדן מיט אַן ענין של מעשה בפועל (ווי ס'איז אויך געווען בפעמים הקודמותעז) — וועט מען איצטער געבן יעדערן פון זיי ספרים פון רבותינו נשיאינו (וספרים וואָס זיינען מבאר די מאמרים ותורות פון רבותינו נשיאינו) — דער ענין פון תורה,

און אויך געלט, סיי אויף דעם ענין פון „ושבי' בצדקה"עח — געבן לצדקה לפני נסיעתם דאָ, און דערנאָך געבן לצדקה אין אה"ק, אָנהויבנדיק פון נתינת הצדקה (און לימוד התורה) ביים כותל מערבי (אין ירושלים העתיקה), און דערנאָך — כל אחד ואחת מתאים לשליחותם;

און אויך אויף התחלת ההוצאות וואָס זיי וועלן האָבן אין אה"ק — וויבאַלד אַז מ'דאַרף האָבן סיי דעם ענין פון „קמח" און סיי דעם ענין פון „תורה"עט

[און אין אַן אופן אַז דער „קמח" און די „תורה" זאָלן זיין פאַרבונדן זב"ז, וואָס דעמולט איז דער „קמח" העכער, וואָרום אע"פ אַז בעיני בשר זעט אַ ניט איד אַז דאָס איז „קמח" כפשוטו, איז אָבער אמיתית הענין אַז דאָס איז ווי334„קמח" שטייט אין תורה, בריינגט צו תורה און ווערט נתעלה בתורהפ

ועד"ז לאידך: „תורה" איז פאַרבונדן מיטן „קמח" — ווי „תורה" שטייט בשרשה ומקורה, וואָס זי איז חכמתו ורצונו של הקב"הפא, ווערט זי נמשך דאָ למטה, מכריח עס זאָל זיין קמח וכו' — ביז אַז דאָס ווערט אָנגעזעהן אין חיצוניות עוה"ז הגשמי, ביז אַז דאָס דערנעמט און איז מבטל די חומריות פון עוה"ז הגשמי, כמבואר בכ"מ].

טז. ומובן אַז דאָס רעדט זיך וועגן כל אחד ואחת פון די שלוחים, סיי אנשים און סיי נשים,

בדוגמא ווי ביי מ"ת, אַז דאָס איז געווען סיי צו אנשים און סיי צו נשים, ואדרבה, פריער איז געווען „כה תאמר לבית יעקבפב — אלו הנשים"פג, און ערשט דערנאָך „ותגיד לבני ישראל — אלו האנשים".

ועד"ז געפינט מען אויך בנוגע צו כיבוש הארץ בפעם הראשונה, אַז בנות צלפחד האָבן געמאָנט „תנה לנו אחוזה"פד אין א"י, ביז וואַנעט אַז „ויקרב משה את משפטן לפני ה'"פה, מיטן גאַנצן שטורעם וואָס בנות צלפחד האָבן אויפגעטאָן — וואָס דורך דעם איז נתגלה געוואָרן די חביבות וואָס כל נשי ובנות ישראל האָבן געהאַט צו ארץ ישראלפו;

ועד"ז איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו נשי ובנות ישראל בכל הדורות, ועאכו"כ בימינו אלו — כמבואר בכ"מפז אַז דרא דעקבתא דמשיחא איז בדוגמא צום דור פון משה רבינו (צו מ'פאַרשטייט דאָס יע צי מ'פאַרשטייט דאָס ניט — אָבער „אַזויפח איז דער ענין").

יז. ויה"ר אַז די אַלע פרטים פון דער שליחות זאָלן זיין אַ התחלה און אַ הכנה והקדמה קרובה, אַז בקרוב ממש וועלן אַלע אידן אַרויסגיין פון גלות, „בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותנו"פט,

אָנהויבנדיק פון די וועלכע האָבן ממנה געווען די שלוחים אויף טאָן בשליחותם אין די אַלע ענינים, וואָס דאָס זיינען כל המסובים כאן, און על ידם — כל בנ"י בכל מקום שהם וואָס ווילן זיך מצטרף זיין דערצו,

ביז וואַנעט אַז קיין איין און איינציקער איד וועט ניט בלייבן אין גלותצ, וואָרום ס'וועט זיין „ואתם תלוקטו לאחד אחד בנ"י"צא, אַז דער אויבערשטער וועט נעמען יעדער אידן און אַלע אידן פאַרן האַנטצב און וועט זיי אַרויסנעמען פון דעם גלות,

און בקרוב ממש וועט מען גיין מיט אַ טאַנץ צו מקבל זיין פני משיח צדקנו.

335[נתן לכאו"א מהשלוחים שיחיו: קונטרס אהבת ישראל, קונטרס פורים תרפ"ז, מאמר ד"ה ואלה המשפטים תשל"ח, שיחת יום ז"ך שבט תשל"ז. ושטר של עשר שקל, של שקל, של מאה לירות וששה שטרות של עשר לירות.

לכאו"א מהשלוחות תחיינה: סידור, תניא, קונטרס אהבת ישראל, שיחת ז"ך שבט הנ"ל, מכתב להכינוס דנשי חב"ד ש. ז. ושטרות ממון כנ"ל. ועוד שני שטרות של שקל עבור הוריהן שיחיו.

לכאו"א מילדי השלוחים שיחיו: סידור, שיחת ז"ך שבט הנ"ל, ושטרות ממון כנ"ל להשלוחים].

יח. כאן המקום אויך אָפּגעבן אַ דאַנק צו די עלטערן פון די שלוחים און שלוחות, וואָס זיי האָבן זיי אויפגעהאָדעוועט אין אַזאַ אופן אַז זיי זאָלן נעמען אויף זיך די שליחות — וואָס יעדער זאַך איז טאַקע בהשגח"פ, מ'דאַרף אָבער אויך האָבן פעולת התחתונים, ובפרט דער ענין החינוך פון דעם פאָטער און דער מוטער; און אויך דערפאַר וואָס זיי האָבן געגעבן דעם רשיון בשמחה ובטוב לבב אַז זיי זאָלן פאָרן אין דער שליחות, אע"פ אַז ס'איז געווען אין דעם שאלות ואין כאן המקום לדבר ע"ז,

והעיקר — וויבאַלד אַז די שאלות זיינען אינגאַנצן בטל ואין להם שום מקום כלל וכלל, איז אַ זיכערע זאַך אַז דאָס וועט נאָך מער מוסיף זיין אין ברכות ה', אַז יעדערער פון זיי (די עלטערן), און אַלע צוזאַמען בתוככי כלל ישראל, וועלן האָבן בשורות טובות און אַ סאַך נחת פון די שלוחים און די שלוחות, און מ'וועט אויפנעמען דעם נחת בשמחה ובטוב לבב.

כדי צו פאַרבינדן דאָס מיט אַ פעולה בגשמיות למטה מעשרה טפחים — וועט מען געבן צו די שלוחים (די שלוחות האָבן שוין באַקומען), סיי די אברכים און סיי די בחורים, שני שקלים פאַר יעדער פון די עלטערן [צוזאַמען מיטן יישר כח (להוריהם)] אַז זיי זאָלן דאָס אָפּגעבן לצדקה,

און ממשיך זיין ברכת ה' בכל המצטרך להם, ובעיקר — אין דער נקודה הפנימית, אַז זיי זאָלן האָבן אַ סאַך נחת פון די שלוחים.

[נתן לכאו"א מהשלוחים שיחיו שני שטרות של שקל עבור הוריהם שיחיו — לצדקה].

יט. אַזוי ווי מ'דאַרף דאָך מזכה זיין את כל המסובים כאן אין אַן ענין פון [„ציון במשפט תפדה"עח — דער ענין פון תורהצג, האָט מען געחזר'ט פון מאמר וקבל היהודים און] „ושבי' בצדקה"עח (ווי ס'איז אויך געווען בפעמים הקודמות) —

וועלן אַרויפגיין די „טאַנקיסטן", און נעמען און פאַנאַנדערטיילן שקלים לכל המסובים, סיי אנשים און סיי נשים (צו די וואָס האָבן נאָך ניט באַקומען אַלס שלוחים אָדער שלוחות) — און וויבאַלד אַז בשנה זו איז פורים קטן חל ביום השלישי שהוכפל בו כי טובצד, „טוב לשמים וטוב לבריות"צה, וועט מען געבן יעדערן פון די מסובים שני שקלים.

336ויה"ר אַז דאָס זאָל זיין די הכנה קרובה ממש, אַז בקרוב ממש וועט מען זעהן בפועל דעם ענין פון „ונפלינו אני ועמך מכל העם אשר על פני האדמה"כו, ווי ס'שטייט בפרשת שבוע זה — אַז ס'וועט זיין „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"צו, וואָס דער ענין (אַז אַ „מלך" און אַ „שר" זאָלן זיך פאַרנעמען מיט אַ פשוט מישראל) נעמט זיך מצד דעם ענין פון „ונפלינו אני ועמך גו'",

דאָס זאָל זיין למטה מעשרה טפחים, און בדרכי נועם ודרכי שלום, ובקרוב ממש — נאָך אין זמן הגלות,

און דערפון וועט מען גלייך קומען צו דעם ענין פון „מיד הן נגאלין"צז, ובשמחה וטוב לבב.

כ. כמדובר כמ"פ אַז המעשה הוא העיקר — אָנהויבנדיק פון די שלוחים און שלוחות, אַז זיי זאָלן דורכפירן שליחותם בהצלחה רבה ומופלגה (מיטן נתינת כח פון כל המסובים כאן),

סיי בנוגע צו לימוד התורה און סיי בנוגע צו קיום המצוות, סיי בנוגע צו ישוב הארץ בפנימיות און סיי בנוגע צו ישוב הארץ בפשטות, סיי צו מחזק זיין און מעודד זיין את לבב כל אחד ואחת וואָס געפינט זיך אין אה"ק, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"צח, ביז אַז אַלע זאָלן וויסן אַז „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א־"99,

און ס'וועט זיין שלימות הארץ, אַז גאַנץ ארץ ישראל לגבולותי' וועט זיין „נחלת עולם" צום „עם עולם", צוזאַמען מיט שלימות העם און שלימות התורה — וואָס די אַלע דריי (שלימות הארץ, שלימות העם און שלימות התורה) נעמען זיך פון דער שלימות האמיתי, וואָס דאָס איז די שלימות פון עצמות ומהות,

וואָס „עיקר שכינה בתחתונים היתה"ק דוקא, און דורך יעדער פעולה, במחשבה אָדער בדיבור אָדער במעשה, וואָס אַ איד טוט ווי דער אויבערשטער וויל, וואָס דאָס איז דער ענין פון קיום המצוות כפשוטו, ביז צו „כל מעשיך לשם שמים" און „בכל דרכיך דעהו" — מאַכט ער אַ דירה לו ית' בתחתונים,

און דורך דערויף ברענגט ער „תשועה והצלה", כפס"ד הרמב"םקא, צוזאַמען מיט כל עניני ברכות, ביז צו אַ ברכה כפשוטה בחיצוניות העולם, אין בני חיי ומזוני, ובכולם — רויחי, נאָך אין די לעצטע טעג פון גלות, ביז צום מרחב האמיתי וואָס וועט זיין בביאת משיח צדקנו.

כא. און דאָס וועט מוסיף זיין כח ועוז, אַז מ'וועט זעהן שוין איצט און בעיני בשר ווי דער „רגשו גוים ולאומים יהגו" איז „ריק"קב, און „יושב בשמים ישחק ה' ילעג למו"קג,

און בדרכי נועם ודרכי שלום וועט מען אייננעמען גאַנץ ארץ ישראל337לגבולותי', און דער ישוב וועט זיין מיוסד אויף מוסדות תורה און מוסדות תפלה, אַז ס'וועט זיין דער „הקול קול יעקב"קד אין די בתי כנסיות ובתי מדרשותקה, צוזאַמען ובהקדמת — מקוה טהרה, כמדובר כמ"פקו.

וכמדובר כמ"פ אַז בשעת אַ איד שטעלט זיך אַוועק בתוקף המתאים, איז פאַר אמת ווערט מען נתפעל, און די גאַנצע מציאות פון דעם מעלים ומסתיר ווערט בטל, און נאָכמער: ער ווערט אַ מסייע דערצו אַז ארץ ישראל לגבולותי' זאָל זיין „נחלת עולם" — אין דעם העלם והסתר פון וועלטקז גופא — צום „עם עולם", וואָס דאָס איז כל אחד ואחת מישראל, וואָרום „ועמך כולם צדיקים לעולם יירשו ארץ"לג, כולל — „ארץ" כפשוטה, ארץ הקודש, וויבאַלד אַז זיי זיינען „נצר מטעי מעשה ידי להתפאר"לג.

און מ'וועט זעהן ווי ס'ווערן בטל די אַלע מבלבלים וואָס טענה'ן אַז ס'איז נאָך ניט געקומען דער זמן אויף אָנהאַלטן אויך ווייטער אַלע טיילן פון ארץ ישראל וואָס מען האָט, און „אל תתגרה בגוי (גדול ו)קטן"קח, מיט אַלע טענות דורך וועלכע מ'וויל מבלבל זיין און מונע זיין אידן פון אָנהאַלטן ארץ ישראל לגבולותי' כפס"ד השו"עקט,

און מתוך שלום ומנוחה ושמחה וטוב לבב.

וכמדובר כמ"פ אַז בשעת מ'האָט די כלי נשק כדבעי, וועט מען יוצא זיין דערמיט אַליין וואָס מ'וועט דאָס האַלטן, דאָס וועט פועל'ן דעם „תפול עליהם אימתה ופחד"קי וויבאַלד אַז דאָס איז „בגדול זרועך"קי,

ניט „כחי ועוצם ידי"קיא, נאָר דערפאַר וואָס מ'גייט בשליחותו של הקב"ה,

עס וועט זיין „ידמו כאבן"קי.

כב. ויה"ר אַז פון דער סדרה פון „כי תשא" (וואָס מ'לייענט בתורה בשבוע זה), וואָס דאָרטן שטייט (והתורה היא נצחית) „ונפלינו אני ועמך מכל העם אשר על פני האדמה", און דאָרטןקיב רעדט זיך וועגן די י"ג מדה"ר וואָס „אינן חוזרות ריקם"קיג, און וועגן די לוחות האחרונותקיד, וואָס אין עבודת האדם איז דאָס דער ענין התשובהקטו, „לאתבא צדיקייא בתיובתא"קטז —

וועט מען (דורך דעם) קומען צו די סדרה שלאחרי' — אַז ס'וועט זיין „ויקהל משה (ס'וועט זיין „הקיצו ורננו שוכני עפר"קיז ומשה ואהרן עמהםקיח) את כל עדת בנ"י"קיט, אַז ער וועט338מקהיל זיין קהילות גדולותקכ,

און בקרוב ממש וועט מען זוכה זיין צו זעהן דעם ביהמ"ק השלישי, וואָס דעמולט וועט מען אויך זעהן דעם משכן שעשה משה — וואָרום מעשה ידי משה זיינען נצחיים און ידי עכו"ם האָבן אין דערויף ניט שולט געוועןקכא, און בשעת יבנה המקדש, ס'וועט געבויט ווערן דער ביהמ"ק השלישי, וועט אויך נתגלה ווערן דער משכן שעשה משה — וואָס וועגן דערויף רעדט זיך אין פרשת „ויקהל" (און אין פרשת „פקודי"),

און ס'וועט זיין דער ענין פון „אלהקכב פקודי המשכן גו' אשר פקד על פי משה"קכג, און מ'וועט זוכה זיין צו דעם ענין פון „ויקרא אל משה"קכד, און דורך אים („ואתה"קכה) וועט זיין „תצוה את בנ"י"קכו, דאָס וועט אָנקומען לכל אחד ואחת מישראל,

ביז אַז ס'וועט זיין „ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים"קכז, ווי דער רמב"ם איז מסיים בסוף הל' מלכים וסוף ספרו „יד החזקה" —

כן תהי' לנו, בעגלא דידן, ובקרוב ממש.

[אמר: די וואָס דאַרפן מאַכן אַ ברכה אחרונה וועלן מסתמא מאַכן אַ ברכה אחרונה.

נתן היין והמזונות — לשמחת חו"כ דהחתונה שהייתה לאח"ז.

נתן בקבוק משקה להשלוחים שיחיו הנוסעים לירושלים העתיקה, ואמר: מ'זאָל דאָס טיילן — כנהוג שם — ביים כותל המערבי, און דערנאָך — בכל ירושלים כולה,

בקבוק משקה להשלוחים שיחיו הנוסעים לצפת.

טרם צאתו התחיל לנגן כי בשמחה תצאו].

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-973mzmx2

עותקים

פעילות אחרונה

#194 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · אושרה
#137 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · נסגרה

מקורות