Likkutei Sichos
Addenda - sichos 1
443א. שבת בראשית איז אַ המשך צו די מועדים פון חדש תשרי בכלל און צו שמיני עצרת ושמחת תורה בפרט, וואָס דערפאַר שרייבט דאָך דער רבי אין דעם בריוו פון מחרת יום הכפּורים הנדפס בקונטרס סוכותכא), אַז בשבת בראשית זאָל זיין כעין השלמה ותוספות אור כי טוב צו די פריערדיקע ימי השמחה.
ער רעדט אין בריוו צוויי ענינים השלמה און תוספות. דער חילוק צווישן השלמה און תוספות איז מובן בפּשיטות. השלמה הייסט משלים צו זיין דאָס וואָס מ'האָט נאָך נישט דערטאָן, און תוספות הייסט אַז אַפילו אויב מען האָט אָפּגעטאָן אַלץ וואָס מען דאַרף, פונדעסטוועגן דאַרף מען מוסיף זיין.
און דאָס איז וואָס דער רבי שרייבט וכעין השלמה ותוספות. א) אַז אויב מ'האָט נאָך נישט אָפּגעטאָן אַלע ענינים וואָס מען דאַרף זיי טאָן במשך פון חדש תשרי קאָן מען שבת בראשית משלים זיין. ב) אויך אַפילו אויב מ'האָט אָפּגעטאָן אַלץ וואָס מען דאַרף, זאָל מען ניט מיינען אַז איצטער קאָן מען זיך זעצן און וואַרטן אויף קיבול שכר, נאָר מ'דאַרף מוסיף זיין נאָך.
ב. דער רבי באַנוגנט זיך נאָך ניט דערמיט, און טייטשט אויס: תוספות אוד. אַז די הוספה וואָס מען דאַרף מוסיף זיין איז וואָס איז דאָס — אור. הגם עס איז געווען די עבודה פון ראש השנה וואָס דאָס איז קבלת עול, די עבודה פון יום הכפּורים וואָס דאָס איז תשובה, די ד' ימים שבין יום הכפּורים לסוכות וואָס דעמאָלט איז מען פאַרנומען אין מצוות, — וואָס דערפאַר איז דער ערשטער טאָג סוכות ראשון לחשבון עונות) — סוכות וואָס דאָס איז זמן שמחתנו, שמיני עצרת ושמחת תורה וואָס אויף דעם שטייט יהיו לך לבדך ואין לזרים אתך)) — וואָס דערפאַר האָט דאָך דער רבי נ"ע (אביו של כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ) געזאָגט, אַז שמחת תורה זיינען ניטאָ קיין ענינים פון דינים) — פונדעסטוועגן דאַרף מען נאָך מוסיף זיין אור.
און וואָס פאַר אַן אור דאַרף מען מוסיף זיין, שרייבט דער רבי אור כי טוב; וואָס דער לשון אור כי טוב שטייט אויף דעם אור שנברא ביום ראשון, וואָס דעמאָלט איז געווען דער אויבערשטער יחידי בעולמו, וואָס דערפאַר ווערט ער אָנגערופן יום אחד
444ג. די גמראח) זאָגט אויף דעם אור אַז גנזו לצדיקים לעתיד לבוא. מאמר הבעש"ט איז פאַראַןז) ; והיכן גנזו בתורה. דאָס הייסט אַז אויך היינט איז דורך תורה, קאָן מען צוקומען צו דעם אור דלעתיד לבוא.
דער טעם הדבר וואָס איצט קאָן מען שוין האָבן מה שנגנז לעתיד לבוא, איז ווייל ישראל ואורייתא וקוב"ה כולא חד, איז אַזוי ווי ביי דעם אויבערשטן איז הי' הוה ויהי' כאחד, אַזוי איז אויך ביי תורה, אַז בתורה איז גנוז איצט מה שיהי' לעתיד לבוא. און אַזוי איז אויך ביי צדיקים, וואָס ביי זיי איז בגלוי דער כולא חד מיט הקב"ה, זיינען ביי זיי ניטאָ די הגבלות פון זמן, און אויך איצטער איז ביי זיי דאָ דער אור דלעתיד.
ד. דערמיט וועט מען פאַרשטיין דעם סיפּורח) וואָס ר' גרשון קוטעווער, דעם בעש"ט'ס שוואָגער, האָט געשריבן צום בעש"ט אַז די מעשה וואָס ער האָט אים געשריבן איז טאָקע געווען, אָבער אַ סך שפּעטער, נאָכן שרייבן.
אין חסידות איז מבואר דער טעם אויף דעם, וויילע אין אַ העכערן עולם איז דער זמן כללות'דיקער, און דער בעש"ט איז דעמאָלט געווען אין עולם היצירה וואָס דאָרטן איז פופצן יאָר בבת אחת, דערפאַר האָט ער געזען פריער דאָס וואָס וועט זיין שפּעטער.
אָבער לכאורה איז עס דאָך ניט פאַרשטאַנדיק, ווייל לפי זה האָט ער דאָך געקענט שרייבן אים אַז דאָס וועט זיין שפּעטער, נאָר דער ביאור בזה איז; צדיקים זיינען ניט קיין מציאות בפני עצמם, זייער מציאות איז אלקות.
וואָס דאָס איז אויך וואָס עס רעדט זיך אין חסידות בכלל, און אין די מאמרים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ בפרט)), אין דעם פּירוש מאמר הזהרי) מאן פּני האדון הוי' דא רשב"י, וואָס לכאורה ווי קען מען זאָגן אויף אַ נברא מאן פּני האדון הוי', נאָר ווייל רשב"י איז געווען בטל לגמרי און ניט געווען קיין מציאות בפני עצמו, קען מען אויף אים זאָגן מאן פּני האדון הוי'.
איז אַזוי ווי ביי דעם אויבערשטן כביכול, איז ביי זיי אויך הי' הוה ויהי' כאחד, און דערפאַר האָט דער בעש"ט ניט געשריבן אַז דאָס וועט זיין שפּעטער, ווייל ביי אים איז דאָס שוין געווען איצטער.
ה. דערפאַר קען מען אויך היינט צוקומען דורך תורה צו דעם אור שנגנז לעתיד, ווייל צדיקים דורך פּנימיות התורה, וואָס דווקא דורך פּנימיות התורה (אילנא דחיי שלמעלה מנגלה דתורה כו'יא)) קען זיין אמיתית ענין צדיק (יסו"ע שלמעלה ממלכות), זיינען ביי זיי ניטאָ קיין הגבלות פון זמן, און דאָס איז דער פּשט גנזו לצדיקים לעתיד לבוא. וואָס דורך גנזו, דאָס הייסט דורך פּנימיות התורה, דורך דעם קען זיין דער446ענין פון צדיקים, און דורך דעם קומט מען צו, צו דעם אור דלעתיד.
ו. יעדער זאַך דאַרף דאָך זיין מרומז אין נגלה, איז דער רמז אויף דעם אין נגלה דער דיןיב) פון כל העומד לגזוז כגזוז דמי, אויב אינו צריך לדקל, דאָס הייסט אויב ס'איז נאָר נישט מחוסר קיין ענין עקרי אין אים גופא איז גלייך ווי די זאַך האָט זיך שוין אָפּגעטאָן. מחוסר זמן רעכנט זיך ניט מחוסר מעשה.
מער בפירוש איז מרומז, וואָס די גמראיג) זאָגט, ג' הטעימן הקב"ה בעולם הזה מעין עולם הבא, און ער רעכנט דאָרטן די אָבות, און עס שטייט דאָך אין תנא דבי אלי' רבהיד) אַז יעדער איד קען זאָגן מתי יגיעו מעשיי למעשי אבותי אברהם יצחק ויעקב, הייסט דאָך דאָס אַז יעדער איינער קען צוקומען צו דעם.
אפילו אם תמצא לומר אַז דער ספר תנא דבי אלי' איז דאָך אָבער ניט קיין פּוסק ספר — איז פאַראַן אין גמראיח) אין דעם נוסח הברכה לרבי אַמי; עולמך תראה בחייך, איז עס דאָך אַ פּסק אין ש"ס בבלי, אַז עולמך, וואָס דאָס איז די גילויים פון לעתיד לבוא, תראה בחייך.
ז. און דאָס איז וואָס דער רבי שרייבט אין דעם בריוו פון מחרת יוהכ"פּ וכעין השלמה ותוספת אור כי טוב בשבת בראשית הבעל"ט, אַז שבת בראשית הבעל"ט קען מען צוקומען צום אור כי טוב וואָס דאָס איז דער אור שנברא ביום ראשון און דאָס איז דער אור דלעתיד.
— הגם אַז דער בריוו איז דאָך גאָר פון תרפ"ט, אָבער וואָס איז די נפקא מינה, אדרבה, עס איז על דרך יין — הבנה והסברה — ישן, וואָס אַלץ וואָס ער איז עלטער איז דעת זקנים — זה שקנה חכמה — נוחה ממנו. —
דאָס הייסט אַז שבת בראשית קען מען צוקומען צו דעם אור שהאיר ביום הראשון, אַזאַ טאָג וואָס דער אויבערשטער איז געווען אין אים, יחידי בעולמו, וואָס אַפילו די מלאכים זיינען ערשט באַשאַפן געוואָרן שפּעטער, און אויך די שמים וארץ וואָס זיינען נברא געוואָרן ביום הראשון, זיינען אויך דעמאָלט געווען באופן יותר נעלה, באופן אַז עס איז ניט געווען קיין אָרט אויף זאָגן אַז עס איז שתי רשויות, וואָס דערפאַר האָט דאָך דעמאָלט מאיר געווען דער אור דלעתיד, איז אָט דעם אור, שרייבט דער רבי, קען מען ממשיך זיין בשבת בראשית הבעל"ט.
ח. אַז מען וויל אָנקומען אין אַן אָרט גיך, פאָרט מען מיטן צוג, דאָ הייסט דאָס אַ טריין. איז דער סדר אין דעם, אַז על פּי רוב פאָרט מען ניט באַלד דאָרטן וואו מ'דאַרף, נאָר מ'שטעלט זיך אָפּ אין מיטן וועג
אויף מיטנעמען אַנדערע פּאַסאַזשירן,
אַז אויך יענע זאָלן פאָרן צוזאַמען מיט
די וואָס האַלטן שוין אין מיטן פאָרן.
אָדער דערפאַר וואָס ניט אַלע קע־
נען פאַרטראָגן דעם שנעלן פאָרן.
בכלל איז פאַראַן צוויי מיני צוגן.
פאַראַן אַ שנעלער, וואָס ער פאָרט
שנעל און באַלד צו דעם אָרט וואו
מען דאַרף, און פאַראַן אַ צוג וואָס446שטעלט זיך אָפּ אין מיטן וועג כדי אַרויפצונעמען די וואָס האָבן זיך ניט אַרויפגעזעצט באַלד אויף דעם ערשטן סטיישאָן.
יעדער ענין וואָס איז פאַראַן אין גשמיות איז דאָך דאָס דערפאַר ווייל אין רוחניות איז פאַראַן דער ענין, וואָס דער ענין אין רוחניות איז אַ שורש אויף דעם ענין אין גשמיות, וואָס אַזוי איז אויך אין דעם ענין.
ט. דער ענין פון דעם אין רוחניות איז; עס איז דאָך פאַראַן דער בעתה, און עס איז פאַראַן דער אחישנה, וואָס דאָס איז דאָך וואָס יעקב האָט געזאָגט צו עשו'ן אַז ער קען שוין גיין להר שעיר, נאָר צוליב די צאן ובקר, דאָס הייסט צוליב די וואָס קענען ניט פאָרן אַזוי שנעל ווייל אויב ודפקום יום אחד ומתו גו'י), מוז מען פאָרן מיט דעם סדר פון בעתה.
י. דער סדר ווען עס פאָרט אַ טריין איז, אַז איידער מען פאָרט, פייפט מען פריער אויף צו דערמאָנען די, וואָס זיי זיינען צעטראָגן מיט זייערע פּעקלעך, אָדער די וואָס האָבן בכלל פאַרגעסן אַז מ'דאַרף פאָרן, דערמאָנען זיי אַז דער טריין פאָרט שוין.
אַזוי פייפט מען איין מאָל און נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, און אַז עס העלפט נאָך אַלץ ניט הויבט מען אַן אַביסל צו פאָרן, ווייזן אַז מען מיינט דאָס ערנסט, און ערשט נאָך דעם הויבט מען אָן צו פאָרן שנעל.
דער ענין פון דעם אין רוחניות איז; חודש אלול איז מען מעורר לתשובה, דאַרפן דאַרף דאָך זיין כל ימיו בתשובה, נאָר חודש אלול תוקעין און מ'איז מעורר לתשובה, ווייל היתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו *י), בתמי'?
מ'גיט אים פערציק טעג אויף תשובה טאָן, און אויב ניט, איז על דרך ווי אין נינוה, אַז אויב מ'וועט תשובה טאָן איז גוט, און אויב ניט ווער ווייס וואָס עס וועט זיין, (אין פּסוק שטייט דער אויספיר).
אויך גיט מען אים בפּרטיות צוועלף טעג פון ח"י אלול ביז ראש השנה וואָס אין די טעג קען ער מתקן זיין דעם משך פון כל י"ב חדשי השנה, יום לחודש יום לחודש, — וכדאיתא בשיחת ח"י אלול תש"ג בארוכה.
נאָך חודש אלול גייט ראש השנה, וואָס ראש השנה איז מען ווייטער מעורר לתשובה.
יא. אלול בלאָזט מען עשר קולות, אשר יש לומר שזהו כנגד עשר כוחות הנפש, און ראש השנה איז מען תוקע מאה קולות לעורר די עשר כחות, יעדן איינעם ווי ער איז כלול מעשר.
ראש השנה דאַרף מען דאָך אַלץ באַוואָרענען כדאיתא בענין ניקוד לחייםיז) וכיוצא בזה.
אויב מ'וועט תוקע זיין נאָר עשר קולות, קען ער אַ טעות האָבן און מתקן זיין די צען כחות נאָר בכלליות, אָדער צען כחות פרטים, דאָס הייסט איין כוח ווי ער איז כלול פון צען, און די איבעריקע ניין כחות וועט ער איבערלאָזן, דערפאַר איז מען תוקע מאה קולות, עשר447כחות יעדער איינער ווי ער איז כלול פון די איבעריקע.
און דאָס איז אויך דער ענין פון אתם נצבים היום כלכם ראשיכם זקניכם גו'*18)), וואָס ער רעכנט דאָ אויס צען מדריגות, וואָס יעדער מדריגה איז דאָך כלול פון אַלע צען, אָבער ער קען דאָך אַ טעות האָבן און נעמען צען פון איין מדריגה גופא, דאָס הייסט אַז ער וועט נעמען צען פון דעם ראשיכם אַליין, און דעם חוטב עציך איבערלאָזן, איז מען תוקע מאה קולות.
יב. נאָך ר"ה גייט יום הכפּורים. וואָס יוה"כ, זאָגט דער רביכ) ווערט נמשך דער מקיף פון תשובה מחילה וסליחה.
לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק, דאָס איז דאָך ניט בדומה צו דעם ענין המקיפים וואָס ער רעכנט פריער; מקיף דיראה, אהבה ושמחה. דער מקיף פון תשובה איז מובן, אָבער דער מקיף פון מחילה און סליחה וואָס דאָס זיינען אַזוינע ענינים וואָס האָבן ניט צו טאָן מיט דער עבודת האדם, איז וואָס איז דער פּשט אַז יום הכפּורים ווערט אויף אים נמשך דער מקיף פון מחילה און סליחה.
נאָר דער אמת איז, אַז אויך דער ענין פון מחילה וסליחה האָט אַ שייכות צו עבודת האדם, ווייל ווען ער טוט תשובה כדבעי ווערט ער אַ בעל הבית אויף דער מחילה אַז ער דאַרף ניט בעטן ביי דעם אויבערשטן אַז ער זאָל מוחל זיין, נאָר ער קען מאָנען, אַז דער אויבערשטער זאָל מוחל זיין.
על דרך ווי די כהנים זאָגן — ברענגט זיך אין דעם רבי'נס מאמר דח"י אלולכ) — עשינו מה שגזרת עלינו עשה אתת מה שעליך לעשות, אַזוי איז אויך דורך תשובה ווערט ער אַ בעל הבית אויף מחילה וסליחה.
נאָך יום הכפּורים גייען די ד' ימים שבין יוה"כ לסוכות, וואָס אין זיי איז אויך די עבודה פון תשובה, אַזוי ווי דער רבי האָט דערציילט אַז ער איז אַמאָל אַריין מוצאי יוה"כ צו זיין טאַטן, דעם רבי'ן נ"ע, און האָט אים געפרעגט; וואָס איז איצטער? האָט ער אים געענטפערט; איצטער דאַרף מען ערשט תשובה טאָןכא).
יג. נאָך די אַלע ענינים פון תשובה גייט סוכות, שמיני עצרת ושמחת תורה זמן שמחתנו, וואָס דעמאָלט איז די עבודה פון שמחה. און די אַלע וואָס זיינען ניט אַרויף אויף דעם וואַגאָן וואָס אויף אים שטייט אָנגעשריבן בכי' ומרירות, קענען אַרויפגיין אויף דעם וואַגאָן וואָס אויף אים שטייט אָנגעשריבן שמחה און רקודים, און פאָרן אויף דעם טריין.
אַזוי ווי אין גשמיות איז דאָך, אַז צוליב פאַרשידענע סוגים פאָרער זיינען דאָ פאַרשידענע סוגים מרכבות (וואַגאָנעס), אַזוי איז אויך די וואָס האָבן ליב טאַנצן, טשעפּעט מען צו, צוליב זיי, נאָך אַ מרכבה וואָס אויף איר שטייט שמחה, אַז אויב זיי וועלן טאַנצן לשם שמים קענען זיי אויך448מיטפאָרן, אַזוי ווי דער רבי זאָגט 22)), אַז שמיני עצרת בקו השמחה איז דאָס וואָס ראש השנה בקו המרירות, און אויך זיי פאָרן מיטן טריין אַנטקעגן משיח'ן.
יד. וואָס פאַר אַ יתרון גדול ביותר האָט דער צוג? דער תכלית בריאת האדם איז אַז ער זאָל זיין אַ מהלך. מלאכים למעלה ווערן אָנגערופן עומדים, הגם זיי זיינען דאָך געשטאַנען אין אהבה ויראה צוויי טויזנט יאָר און נאָך צוויי טויזנט יאָר און נאָך קאַרגע צוויי טויזנט יאָר, און דאָס זיינען דאָך ביי זיי שטענדיק עליות, פונדעסטוועגן ווערן זיי אָנגערופן בשם עומדים, ווייל אויך זייערע עליות זיינען בסדר והדרגה.
אויך נשמות איידער זיי קומען אַראָפּ למטה ווערן זיי אָנגערופן עומדים; חי הוי' אשר עמדתי לפניוכח). דוקא בירידת הנשמות למטה, און זיי טוען זיך אָן אין אַ גוף, וואָס דעמאָלט דאַרפן זיי האָבן יגיעת נפש ויגיעת בשר, דעמאָלט ווערן זיי אָנגערופן מהלכים, ווייל די עלי' שעל ידי הגוף איז שלא בהדרגה, און מ'קומט צו, צו עצמות ומהות אין סוף ב"ה, וכמו שנתבאר בכמה מקומות בדא"ח24)). און דאָס איז דער אויפטו פון דעם צוג, אַז מיט אים קען מען פאָרן שלא בהדרגה כלל, איבערשפּרינגען פון סדר השתלשלות
22) הועתק בהיום יום כב תשרי.
23) מלכים א' יז, א. (הובא כאן בקיצור לשון) ומדבר בנשמתו קודם שירדה למטה שלכן אומר עמדתי ולא עומד זהר חלק ג סח, ב. וראה גם כן זהר חלק א' רלג, ב.
24) תורה אור סוף פּרשת וישב. ד"ה אם בחוקותי ה'ש"ת, ועוד. אין למעלה מסדר השתלשלות לאשתאבא בגופא דמלכא, וכידוע בתכלית ירידת הנשמה למטה.
טו. מצד דעם עוצם הגילוים פון ימים נוראים און זמן שמחתנו קען מען זיין פאַרנומען און פאַרכאַפּט אין די גילוים, און אַז עס וועט קומען צו דער עבודה דכל השנה, צו דעם ויעקב הלך לדרכו (וואָס דורך דעם איז המשכת העצמות), וועט מען עס ניט אויספירן כדבעי, איז אויף דעם איז דער ענין פון השלמה בשבת בראשית, אַז די וואָס האָבן ניט דערטאָן בעבודתם אין חודש תשרי, מצד זייער פאַרנומענקייט אין די גילוים, אָדער מסיבה אחרת, קענען זיי משלים זיין בשבת בראשית.
און דאָס איז די התעוררות פאַר די וואָס זיינען פאַרנומען אין די גילוים, על דרך ווי דער רבי רעדט אין ראש השנה'דיקן מאמרח), אַז מ'דאַרף מעורר זיין די נשמות וואָס זיי זיינען טרוד אין די גילוים, אַז איצט איז קודשא בריך הוא אתא לאשתעשעא עם צדיקיא בגינתא דעדן.
על דרך משל250)) ווי איינער גייט צו אַ מלך, איז אָבער אויפן וועג, ווען ער גייט אַריין אין מלך'ס פּאַלאַץ און זעט דעם חדר החיצון, ווערט ער שוין נתפּעל, און פאַרגעסט — באמת איז ניט שייך זאָגן דאָ דעם וואָרט „פאַרגעסן" אויפן מלך ח"ו, אָבער ער קומט ניט צו צום מלך אַליין. ער פאַרגעסט אויפן גיין ווייטער, מצד דער אמת'ער גוטסקייט דאָ וואו ער איז.
449פאַראַן אַזאַ וואָס באַלד ביי דעם חדר החיצון ווערט ער נתפּעל און גייט ניט ווייטער. פאַראַן אַזאַ וואָס שטעלט זיך אָפּ ביי דעם חדר הפּנימי. פאַראַן אַזאַ וואָס גייט דורך אַלע חדרים, און גייט אַריין אין חדר המלך, נאָר קוקנדיק אויף דעם מלך'ס גילוים, דערגרייכט ער ניט צום מלך אַליין. וואָס אויף דעם דאַרף זיין די השלמה ותוספת בשבת בראשית.
טז. פּשטות השם פון שיריים איז ווייניקער ווי העלפט, פונדעסטוועגן געפינען מיר אַז די פּעולה פון שיריים קען זיין מער ווי פון דעם עיקר.
עס שטייט אַז אלישע האָט געזאָגט צו אשת עובדי', ואת ובניך תחיי בנותרח), מיט דעם עיקר האָט זי אָפּגעצאָלט די נושים, אָבער דער נותר שטייט ניט אַז ער האָט געקלעקט אויף אַ יאָר, צוויי, אָדער דריי, נאָר רז"ל זאָגןלז) אַז דאָס איז עד שיחיו המתים, וואָס תחית המתים וועט זיין נאָך ביאת המשיח, נאָך בנין הבית השלישי, און נאָך קיבוץ כל הגליות218)) — איז ביז דעמאָלט תחיי בנותר.
און אַזוי איז אויך שבת בראשית וואָס דאָס איז די שיריים פון גאַנץ חודש תשרי, וואָס דערפאַר איז דאָך אויך אין גשמיות (וואָס אַלע ענינים וואָס זיי זיינען דאָ אין גשמיות זיינען זיי דערפאַר ווייל אַזוי איז אויך אין רוחניות) דער סדר, אַז ווען די בעל־הבית'טע גרייט צו משקה און פאַרבייסן אויף יום טוב, מאַכט זי אַ חשבון אַז מען קען צוגרייטן מערער, ווייל אויב עס וועט ניט פאַרברויכט ווערן אין יום־טוב וועט זיין שבת בראשית אַ קידוש און עס וועט פאַרברויכט ווערן אין שבת בראשית. איז הגם אַז שבת בראשית איז אַן ענין פון שיריים, פונדעסטוועגן איז די פּעולה פון שבת בראשית קען זיין מערער ווי די פּעולה פון חודש תשרי.
יז. שבת בראשית איז ניט אַ שבת ווי אַלע שבתים אָדער אַפילו ווי אַ שאר שבת מברכים, נאָר דאָס איז גאָר אַן אַנדער ענין, אַן ענין כללי, ווי דער רבי זאָגט אין דער שיחה פון ערב סוכותכח), אַז דער אור וחיות פון שבת בראשית ווערט נמשך על כללות השנה. אויך איז פאַראַן אַ וואָרט פון צמח צדק, אַז אַזוי ווי מ'שטעלט זיך שבת בראשית אַזוי גייט אַ גאַנץ יאָר.
הגם אַז לכאורה האָט דאָך צו טאָן אַזאַ ענין מיט ר"ה, יוה"כ, הושענא רבה, אָבער ניט מיט שבת בראשית, עס שטייט דאָך אין זוהרד) אַז הושענא רבה ושמיני עצרת גיט מען שוין די פּתקין, וואָס נאָך דעם איז שוין ניטאָ גאָרנישט, נאָר זאָל זיין ווי דער צמח צדק האָט געזאָגט (לענין ביאת אלי' הנביא בערב שבת קודש)כ), זאָל ער שוין קומען, און אַז ער וועט קומען, וועט ער שוין פאַרענטפערן די קשיא אויך.
יח. ווייטער שרייבט דער רבי אין בריוו „גם החלש יאמר גבור אני,450להיות כי כל אחד ואחד ההולך בדרך הסלולה, גבור הוא בתגבורת אור זכות הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים".
הגם אַז ער איז אַ חלש, וואָס דער רבי אַליין זאָגט אויף אים אַז ער איז אַ חלש, פונדעסטוועגן גייענדיק אין דרך הסלולה, וואָס עס האָבן סולל געווען אבותינו רבותינו הקדושים, קען ער זאָגן גבור אני, מצד די תגבורת אור זכות אבותינו רבותינו הקדושים.
און הגם אַז דאָס איז דאָך אור, וואָס וועגן דעם גדר האור זאָגט דער רבי אין דעם המשך *ל), אַז וואָס ער ווערט מער נמשך ווערט ער אַלץ מער נתמעט, פונדעסטוועגן איז החלש יאמר גבור אני, ווייל אמת טאַקע אַז אור ווערט נתמעט, און אמת טאַקע אַז ער איז אַ חלש, אָבער דאָס אַלץ איז מצד עצמו, אָבער מצד דעם אור זכות אבותינו רבותינו הקדושים איז ער אַ גבור.
יט. דער רבי, כ"ק מו"ח אדמו"ר, האָט אַמאָל געזאָגט, אַז בראשית איז אַ גרויסע סדרה, און האָט אָפּגעטייטשט; וואָס מיינט אַ גרויסע סדרה? — אין פּשטות, פּרשת בראשית איז כולל אין זיך אַ משך זמן פון איבער פופצן הונדערט יאָר. קיין סדרה איז ניט כולל אין זיך אַ משך פון אַזוי פיל יאָרן.
על פּי החשבון איז אַלע סדרות צוזאַמען — זיינען אויך ניט כולל אין זיך אַזוי פיל זמן, וואָרום דער סיום החומש איז בשנת ב' אלפים תפ"ח, קומט דאָך אויס אַז אַלע סדרות צוזאַמען זיינען ניט כולל אין זיך אַזוי פיל זמן וויפל די סדרה בראשית אַליין.
כ. דער ענין פון דעם אין רוחניות;
עס איז ידוע דער וואָרט81)), אַז ווי מען שטעלט זיך אַוועק אין שבת בראשית, אַזוי גייט עס אַ גאַנץ יאָר. און בשעת מען שטעלט זיך אַוועק שבת בראשית מיט אַ התרחבות, דעמאָלט איז פאַראַן הרחבה אַ גאַנץ יאָר אין אַלע ענינים, סיי אין רוחניות סיי אין גשמיות.
רוחניות און גשמיות אין נפש האלקית־לעבן — מיינט תורה און מצוות. מצוות לגבי תורה איז גשמיות לגבי רוחניות. תורה איז דאָך הבנה והשגה, רוחניות. מצוות זיינען דאָך אָנגעטאָן אין דברים גשמיים, גשמיות.
און ניט נאָר מצוות מעשיות. אַפילו מצוות דחובת הלבבות זיינען אויך אַן ענין פון גשמיות — לגבי תורה. וואָרום אויך מצוות דחובת הלבבות דאַרפן זיין נרגש אין דעם בשר הלב הגשמי, כמבואר באריכות בכמה מאמרי דא"ח.
עס איז אויך דאָ גשמיות כפּשוטו, אידישע גשמיות, גשמיות וואָס יעדער איד דאַרף האָבן על פּי תורה.
כא. איז אויף דעם אַלעם זאָגט מען, אַז ווי מען שטעלט זיך אַוועק שבת בראשית, אַזוי גייט כל השנה, סיי אין רוחניות סיי אין גשמיות, ד. ה. אין לימוד התורה, אין קיום המצוות און אין גשמיות כפשוטו.
451און דער טעם אויף דעם איז, ווייל בראשית איז אַ גרויסע סדרה, זי איז כולל אין זיך אַ משך פון כמה וכמה שנים. זי איז כולל אין זיך גאַנץ סדר השתלשלות. דערפאַר איז די הנהגה פון שבת בראשית נוגע לכל השנה.
כב. דער רמז אויף דעם אַז שבת בראשית איז כולל אין זיך גאַנץ סדר השתלשלות איז, וואָס אין דער סדרה רעכענען זיך אויס צען דורות, פון אָדם הראשון ביז ונח מצא חן בעיני הוי' 22)), וואָס דער מספּר עשר איז אַ מספּר כללי, וואָס איז כולל אין זיך אַלץלח).
אַזוי איז דאָס אין דעם ענין הספירות, שבהם נברא העולם — איז פאַראַן עשר ספירות, און ווי ער זאָגט אין ספר יצירהג), עשר ולא תשע עשר ולא אחד עשר. מספּר עשר דוקא איז כולל אין זיך גאַנץ השתלשלות.
דערפאַר איז אויך בגשמיות איז אין יעדער זאַך פאַראַן צען ענינים. אויך על פּי חקירה זאָגן חוקרים אַז אין יעדער זאַך איז פאַראַן נייען מקרים מיטן עצם, וואָס דער עצם איז נושא אַלע מקרים.
כג. אַזוי רעדט זיך אויך אין חסידות, אַז אין יעדער זאַך איז פאַראַן דער אורך, רוחב און עומק (גובה), און יעדע איינע פון זיי האָט ראש תוך סוף, איז דאָס ניין, און עס איז פאַראַן דער עצם וואָס ער איז אין זיך כולל דאָס אַלץ.
אַזוי איז אויך אין כללות משך הזמן, איז יעדער ענין שטעלט זיך אויס אין מספּר עשר. ווי עס ברענגט זיךלה), אַז עס זיינען פאַראַן צען פּרה אדומה'ס, אחת שעשה משה און רעכנט דאָרט אויס נאָך אַכט און די צענטע וועט זיין בימות המשיח.
כד. אַזוי אויך בענין השירה, זאָגט ער אין תרגוםכח), אַז די ערשטע שירה האָט געזאָגט אָדם הראשון, און רעכנט אויס נאָך אַכט, און די צענטע וועט זיין בביאת המשיח. דאָס איז אויך דער ענין פון שירו להוי' שיר חדשלז), וואָס דאָס גייט אויף לעתיד לבוא, וואָס דערפאַר שטייט שיר לשון זכר.
אַזוי אויך בענין הרעב, זאָגט ער אין מדרשלח), אַז דער ערשטער רעב איז בימי אדם הראשון, און רעכנט אויס נאָך אַכט, און דער צענטער רעב וועט זיין בביאת המשיח. נאָר יענער רעב וועט זיין לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר הוי'.
כה. און אַזוי ווי אַלע ענינים וועלכע שטעלן זיך אויס אין מספּר עשר איז דאָך דער צענטער וועט זיין לעתיד, אַזוי אויך דאָס וואָס ער רעכנט אויס בסדרה בראשית צען דורות פון אָדם הראשון ביז ונח מצא חן בעיני הוי', איז דער תכלית הענין פון מצא חן בעיני הוי', וועט זיין לעתידלח).
452און דאָס איז דער רמז, אַז שבת בראשית איז כולל אין זיך גאַנץ סדר ההשתלשלות. פון תחלת ההשתלשלות ביז דעם גמר ההשתלשלות, ווען עס וועט זיך אויספירן דער תכלית הכוונה פון להיות לו יתברך דירה בתחתונים, איז דאָס אַלץ כלול אין שבת בראשית.
און דאָס וואָס מען לייענט ונח מצא חן בעיני ה', פריער און אויך איצטער בזמן הגלות, איז דאָס אַ
א. אין פּרשת נח רעדט זיך וועגן דעם מבול, וואָס ווערט אָנגערופן מי נח. ולכאורה איז ניט מובן, פאַרוואָס ווערט עס אָנגערופן מי נח, נח איז דאָך גאָרניט געווען שולדיק אין דעם מבול, ער איז דאָך געווען אַ צדיק תמים?
זאָגט דערויף דער זוהרא) — ווייל נח לא התפּלל על דורו, דערפאַר ווערט דער מבול אָנגערופן על שמו.
דאָס מיינט, אַז הגם טאַקע נח איז ניט געווען שולדיק און ער איז ניצול געוואָרן, נח ואשתו ובניו ונשי בניו, אָבער ער האָט געדאַרפט מתפּלל זיין און באַשיצן און מחזיר בתשובה זיין די מענטשן פון זיין דור. ניט זיין אָפּגעשפּאַרט פון דער גאַנצער וועלט אין אַ תיבה. בשעת אָבער ער האָט זיך פאַרשפּאַרט אין אַ תיבה פאַר זיך, איז הגם דאָס איז געווען על פּי ציווי הקדוש ברוך הוא, וואָס דער אויבערשטער האָט הוראה, אַז שוין איצטער דאַרף מען מאַכן אַ כלי צו די גילוים פון לעתיד, וואָס דאָס איז דורך לימוד החסידות, וכידוע באגרת הבעש"ט *מ).
און בשעת מען שטעלט זיך אַוועק שבת בראשית בהרחבה אין דעם אַלעם, גיט דאָס אַ הרחבה על כל השנה, ביז מען וועט מאַכן די וועלט אַ דירה לו יתברך — מרחב העצמי.
אים געהייסן; בא אל התיבה, פונדעסטוועגן זאָגט מען אויף אים פאַר ניט מתפּלל זיין און טאָן פאַר דער וועלט, אַזאַ שווערן וואָרט, אַז די מי המבול ווערן אָנגערופן על שמו, מי נח.
ב. ומכאן הוראה לכל אחד ואחד, אַז אַפילו ער איז אַ צדיק תמים, אָבער אויב ער שליסט זיך אָפּ פאַר זיך, זאָל דאָס אַפילו זיין על פּי ציווי הקב"ה, און טראַכט ניט וועגן דעם דור, איז אַפילו אויף נח'ן וואָס ער איז געווען אַ צדיק תמים, און דאָס איז געווען פאַר מתן תורה, זאָגט מען אַ שווערן וואָרט, ומכל שכן נאָך מתן תורה, דכל ישראל חברים וישראל ערבים זה לזה)), דאַרף יעדערער טראַכטן וועגן אַלע־
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-7xhj6tnw