English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ג

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

306שיחה לקבוצת תלמידים ותלמידות „צבאות השם" שיחיו,

ממאסאטשוסעטס בעת ביקורם בניו־יארק

— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —

יום א' פ' משפטים, כ' שבט ה'תשמ"א

א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לא.

אח"כ נגנו הניגון „ווי וואַנט משיח נאַו"].

ב. אַזוי ווי די קינדער וואָס זיינען דאָ, און אויך די אין אַנדערע ערטער וואָס הערן זיך צו, זיינען שוין זיכער אַריינגעגאַנגען, אָדער וועלן גאָר אינגיכן אַריינגיין אין „צבאות השם"ב —

איז פאַרשטאַנדיק אַז מ'דאַרף צו זיי רעדן ווי צו מענטשן, צו אידן, וואָס זיינען שוין אין „צבאות השם":

זייענדיק אַ „סאָלדזשער" (אַ חיל) אין דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי (אין „צבאות השם") — איז פאַרשטאַנדיק אַז וואו ער געפינט זיך, און וואו ער גייט און וואָס ער טוט, געדענקט ער אַז ער געהערט צו דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי, און ער פירט זיך אויף בפועל ווי עס פּאַסט זיך אויפפירן פאַר איינעם וואָס איז אַ „סאָלדזשער" אין דעם אויבערשטנ'ס צבא.

דאָס הייסט, אַז וואו ער גייט און וואָס ער טוט דאַרף דאָס אים צוהעלפן אין מלחמת היצר, וואָס די מלחמה איז דאָך דער תפקיד און די „מישאָן" און די שליחות פון צבא השם און פון יעדערן וואָס געפינט זיך אין צבא השם.

ג. אין אַנדערע ווערטער:

אפילו אויב אַ „סאָלדזשער" אין צבא השם (אָדער מערערע „סאָלדזשערס") גייט און פאָרט פון זיין שטאָט אין אַן אַנדער שטאָט (ווי איר האָט איצטער געטאָן); אפילו אויב מ'איז אין דער זעלבער שטאָט און מ'גייט אַרויס פון בית ספר וואו מ'לערנט תורה —

איז זיכער אַז מ'פאַרגעסט ניט אַז אין די אַלע זאַכן וואָס מ'זעט אָדער מ'הערט אָדער מ'טוט — דאַרף מען זיך אַריינטראַכטן וואָס קען מען פון זיי אָפּלערנען, און ווי אַזוי קען מען דאָס אויסנוצן בהמלחמה — ביז אַז מ'זאָל דערקענען דורך דעם אַז ער געהערט צום צבא השםג.

און אויך — אַז דורך דערויף זאָל ער נאָכמער דערוועקט ווערן צו מלחמה האָבן מיטן יצר,

סיי ער אַליין זאָל דערוועקט ווערן, סיי אויך די אַלע וואָס זען אים, דורך דערויף וואָס זיי לערנען זיך אָפּ פון אים.

ד. דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע אייער באַזוך דאָ:

צוליב דעם טעם הנ"ל, אַז וואו אַ „סאָלדזשער" פון צבא השם זאָל נאָר זיין, אפילו ווען ער פאָרט אין אַ צווייטער שטאָט, דאַרף ער דאָס אויסנוצן — ביז אַז מ'זאָל דורך דערויף307דערקענען אַז ער געהערט צום צבא השם —

איז אויך אייער באַזוך דאָ פאַרבונדן מיט זיין אין אַ בית־הכנסת און אין אַ בית־המדרש, אין אַן אָרט וואו מ'דאַוונט צו דעם אויבערשטןד, און אַן אָרט וואו מ'לערנט תורהה פאַר דעם אויבערשטן,

און איר האָט אַזוי געטאָן בפועל: איר האָט געדאַוונט תפלת מנחה צו דעם אויבערשטן, וואָס תפלת מנחה איז איינע פון די וויכטיקסטע תפלותו, און איר האָט געזאָגט און געלערנט די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל פון דעם אויבערשטנ'ס תורה,

וואָס דורך יעדער תפלה און דורך יעדן ענין וואָס מ'לערנט אין תורה פאַרשטאַרקט מען די מלחמה אַנטקעגן דעם יצר, און מ'איילט צו דעם נצחון פון דער מלחמה,

ביז צו דעם אַלגעמיינעם נצחון פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק אַנטקעגן דעם גלות.

ה. אין דערויף קומט צו נאָכמער הדגשה דערפון וואָס (ווי מ'האָט מיר איבערגעגעבן אַז) איר האָט דאָ אויך באַזוכט די מצה בעקעריי, וואו איר האָט געזען ווי מ'באַקט מצות, גרייטנדיק זיך צו זמן חירותינו, צו חג המצות און חג הפסח.

וואָס דאָס דערמאָנט יעדן אידן אַז מ'דאַרף זיך גרייטן צו זמן חירותינו אויך פון איצטיגן גלות, און „כימי צאתך מארץ מצרים"ז, אַזוי ווי מ'איז דעמולט אַרויס פון מצרים — אַזוי וועט מען אויך גאָר אין גיכן אַרויסגיין פון דעם גלות, דורך משיח צדקנו, ווי איר האָט ערשט געזונגען אַז מ'וויל (און מ'וועט) האָבן משיח „נאַו".

ו. וואָס בזה (אין דעם נצחון און יציאה פון דעם גלות) טוט אויף יעדערער פון אייך דורך דערויף וואָס יעדערער פון אייך וועט מוסיף זיין נאָך אַ תפלה און מוסיף זיין נאָך אַן ענין אין תורה.

און אפילו אַז איר פאָרט אין אַ נסיעה, וואָס אַ צווייטן קען זיך אויסווייזן אַז די נסיעה איז מער ניט ווי צוליב אַ תענוג, צוליב אַ פאַרגעניגן פון דעם גוף —

מאַכט אָבער דער וואָס איז אַ „סאַלדזשער" פון צבא השם דערפון „נשק", וואָפן, אַנטקעגן דעם יצר מיט וועמען ער האָט מלחמה,

אַז ער פאָרט אין אַ נסיעה — ווערט ביי אים די כוונה פון דער נסיעה, אויף מלחמה האָבן אַנטקעגן דעם יצר, ד. ה. אַז אין צוגאָב צו דעם וואָס ער האָט מלחמה מיטן יצר וואָס געפינט זיך ביי אים אין שטאָט, האָט ער אויך מלחמה מיטן יצר וואָס געפינט זיך אין אַנדערע שטעט (וואוהין ער קומט און — באַזוכט),

און ער העלפט אויך די קינדער וואָס זיינען אין דער שטאָט וואו ער איז געקומען צופאָרן — אַז אויך זיי זאָלן זיך שטאַרקן אין זייער מלחמת היצר, און308אַלץ מערער צוגעבן אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות און מתפלל זיין צו דעם אויבערשטן די תפלות וועלכע מ'דאַרף מתפלל זיין.

וואָס דאָס זיינען די דריי זאַכן דורך וועלכע אידישע קינדער, און אידן בכלל, העלפן אַז די וועלט זאָל האָבן אַ קיום, אַז די וועלט זאָל זיך האַלטןח.

און גרייטן זיך אויף גאָר אינגיכן מקבל זיין משיח צדקנו, „נאַו".

ז. מ'קען דאָך אָבער פרעגן די שאלה:

ס'איז דאָך דאָ אַזאַ גרויסע וועלט — איז ווי אַזוי קען אַן איין און איינציקער אידיש קינד, אפילו בשעת ער קלייבט זיך צוזאַמען מיט נאָך קינדער, און אַ סך קינדער — אייננעמען די גאַנצע וועלט און איר איבערמאַכן און צוגרייטן אַז זי זאָל זיין צוגעפּאַסט צו משיח'ס קומען?!

איז דער ענטפער אויף דעם אַרויסגעגעבן אין תורה, ווי גערעדט מערערע מאָל, אַז תורה גיט אַ הוראהט, אַן אָנווייזונג און אַן ענטפער אויף אַלערליי שאלות וואָס מ'האָט.

ובפרט אין דעם חלק אין תורה וואָס איז פאַרבונדן מיטן זמן וואו מ'האַלט:

דער חלק פון תורה וואָס מ'האָט ערשט נעכטן (שבתי) אין דערפרי געלייענט (געלערנט) — איז פ' יתרו. וואָס דאָרטן שטייטיא „בכל המקום אשר אזכיר את שמי אבוא אליך וברכתיך".

דערקלערט אונז תושבע"פ דעם אינהאַלט פון דעם פסוק אין דער ערקלערונג אויף דער ערשטער משנה פון דעם ערשטן פרק פון דער ערשטער מסכת אין תושבע"פ — אין מסכת ברכותיב

[וואָס זי ווערט אָנגערופן „ברכות", וואָרום דאָרטן רעדט זיך (ווי אַזוי דער אויבערשטער בענטשט אידן, און) ווי אַזוי אידן זאָגן ברכות צו דעם אויבערשטן פאַר יעדן עסן און פאַר יעדן טרינקען, און גלייך באַם אויפשטיין — קריאת שמע שחרית, און איידער מ'גייט שלאָפן — קריאת שמע ערבית מיט זייערע ברכות].309דעם ענין פון תורה וואָס איז שוין געווען (אמירת י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל) —

בענטשט אים דער אויבערשטער, דער „קאָמענדער־אין־טשיף" אַליין,

און בענטשט אים ניט ווי להבדיל אַן אַנדער „קאָמענדער־ין־טשיף", אַ בשר ודם, אַז דער „קאָמענדער־אין־טשי געפינט זיך באַ זיך אין זיין אָרט, און די „סאָלדזשערס" געפינען זיך דאָרט וואו מ'דאַרף פירן די מלחמה —

נאָר דער אויבערשטער זאָגט אַז זיין הנהגה איז גאָר אָן אַנדערע — „אבוא אליך": דער אויבערשטער, דער „קאָמענדער־ין־טשיף", אַליין, קומט צו גיין צו יעדן איין און איינציקן פון אייך בשעת איר פירט מלחמה מיטן יצר, און אפילו ווען איר פירט מלחמה מיטן יצר פון אַ צווייטער שטאָט (כנ"ל ס"ו), אָדער פון דער גאַנצער וועלט,

און ניט נאָר וואָס ער געפינט זיך מיט אייך צוזאַמען, און האָט מלחמה צוזאַמען מיטן קינד וואָס האָט מלחמה — נאָר „וברכתיך": דער אויבערשטער בענטשט יעדערן פון אייך אין אַלע אייערע זאַכן, און העלפט אייך אַרויס אין אַלץ,

אָנהויבנדיק דערפון אַז איר זאָלט האָבן אַ גרויסן נצחון אין דער מלחמת היצר, און איר זאָלט זיין געזונט, און אייערע פאָטערס און מוטערס זאָלן פון אייך האָבן אַ סך אמת'ן נחת —

אַז איר באַווייזט אַז איר געהערט צו „צבאות השם", סיי באַ זיך אין הויז, אַז איר האָט אַ גוטע ווירקונג אויף דער גאַנצער הויז, און סיי באַ זיך אין שטאָט,

און סיי ווען איר פאָרט איבער דעם אויבערשטנ'ס וועלט און איר קומט צו פאָרן אין אַ צווייטער שטאָט און פירט דאָרטן דורך דעם אויבערשטנ'ס שליחות,

איר ווירקט אויך אויף די קינדער וואָס איר טרעפט אין אַנדערע שטעט, ווי רבי עקיבא האָט געזאָגטטז „ואהבת לרעך כמוךיז — זה כלל גדול בתורה" (ווי איר האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל) — אינגעלעך ווירקן אויף אינגעלעך, און מיידעלעך אויף מיידעלעך, וועלכע מ'טרעפט אין די אַנדערע שטעט, אַז זיי זאָלן זיין „כמוך", ווי איר זייט —

אַז זיי (פּונקט ווי איר) טרעטן אַריין אין דעם אויבערשטנ'ס צבא, און פירן דעם אויבערשטנ'ס מלחמה, דורך מלחמת היצר, און באַקומען „וברכתיך", דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיקט זיך.

במילא איז גאָר קיין וואונדער ניט אַז אַן איין און איינציקער אידיש קינד זאָל אין דערויף מצליח זיין — וואָרום דער אויבערשטער אַליין דער „קאָמענדערין־טשיף" פון אַלע „צבאות השם", דער זעלבער אויבערשטער וואָס פירט אָן מיט די גאַנצע וועלט, און מיט אַלע מדינות און מיט אַלע „גאָווערנמענטס" און מיט אַלעמען וואָס געפינען זיך אין וועלט — קומט ספּעציעל צו דעם „סאָלדזשער", אפילו צו אַ יחיד און בענטשט אים!

ח. המדובר לעיל איז וואָס מ'לערנט אָפּ פון דער תורה וואָס מ'האָט געלייענט און געלערנט אין דעם שבת פון וועלכן מיר קומען;

310ס'איז אָבער זיכער אויך דאָ אַן אָפּלערנונג פון דער תורה וואָס איז פאַרבונדן במיוחד מיט היינטיקן טאָג, ווי די אָנווייזונג פון דעם אַלטן רבי'ןיח אַז מ'דאַרף לעבן מיט דער צייט, מיט דער פרשת השבוע וואָס מ'לערנט אין דער צייט.

וואָס דאָס איז אַן אָנווייזונג וואָס עס גיט דער „קאָמענדער־ין־טשיף" פון דער אַרמיי, דער אויבערשטער, צו זיינע „סאָלדזשערס",

ווי מ'זעט אין אַן אַרמיי גשמית, אַז ס'איז איינגעפירט, אַז אין צוגאָב צו דער „אָרדער", צו דער הנהגה און אָנווייזונג וואָס די אַרמיי באַקומט פון צייט צו צייט — איז דאָ דער „אָרדער אָוו דהי דעי", די אָנווייזונג און לערנונג וואָס איז ספּעציעל פאַר דעם טאָג,

עד"ז איז אויך אין „צבאות השם", אַז ס'איז דאָ דער „אָרדער אָוו דהי דעי", די אָנווייזונג און לערנונג וואָס איז דאָ ספּעציעל אויף דעם טאָג, וואָס דאָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין דעם חלק פון תורה וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם טאָג, כתורת אדה"ז הנ"ל.

ט. דער שיעור חומש פון היינטיקן טאָג הויבט זיך אָן (דער ערשטער פסוק פון דער פרשה משפטים): „ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם".

דער אָפּטייטש און אינהאַלט פון דעם פסוק, לערנט רש"י מיט יעדן אידיש קינד אין אַלע דורות, אָנהויבנדיק פון זמן רש"י, און נאָך פריער, און ביז אין אונזער דור:

די „משפטים", די אַלע „רולינגס" (געזעצן) און זעלבסטפאַרשטענדלעך די אָנווייזונגען פאַרבונדן מיט „סאָלדזשערס" פון „צבאות השם", דאַרפן זיין אין אַן אופן פון „תשים לפניהם — כשולחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם" — די „משפטים" זיינען צוגעגרייט פאַר די „סאָלדזשערס", אַז זיי קענען דאָס גלייך נוצן, וואָרום זיי זיינען פאַר די „סאַלדזשערס" אַזוי קלאָר, און אויך אַזוי קלאָר פאַר די אַלע וואָס געפינען זיך אַרום זיי, פּונקט ווי מ'זעט דעם עסן, דעם „מיעל", וואָס מ'דאַרף אים האָבן בכדי מ'זאָל האָבן אַ געזונטן גוף, איז ער צוגעגרייט אויפן טיש, און ער איז גרייט צום עסן, מ'דאַרף מער ניט ווי עסן בפועל;

און פּונקט ווי דער עסן בגשמיות שטאַרקט דעם געזונט פון דעם גוף — אַזוי איז דער „עסן" ברוחניות, דער „תורה־עסן", שטאַרקט דעם געזונט פון דער נשמה פון יעדער אידן,

און במיוחד די נשמה פון אַ איד וואָס האָט אַ ספּעציעלע שליחות פון דעם אויבערשטן — צו מלחמה האָבן דעם אויבערשטנ'ס מלחמה אַנטקעגן דעם יצר.

י. דאָס איז, כאמור, דער „אָרדער אָוו דהי דעי" וואָס דער „קאָמענדעראין־טשיף" זאָגט אָן די „צבאות השם" ווי אַזוי זיי זאָלן זיך פירן, דער חלק אין תורה פון דעם טאָג וואָס דער אויבערשטער גיט אַרויס אין זיין תורה ווי אַזוי אידן זאָלן זיך פירן אין דעם טאָג.

און דער אויבערשטער גיט דערביי די אידן דעם „וברכתיך", די ברכה, אַז זיי זאָלן פאַרשטיין און אויסנוצן ווי עס דאַרף צו זיין און אין אַ געבענטשטן אופן, די הוראה פון דעם חלק אין תורה.

יא. די הוראה פון האמור לעיל איז:

בשעת אַ „סאָלדזשער", אַן איש צבא,311באַקומען אַן אָנווייזנוג פון דעם אויבערשטן אויף מלחמה האָבן מיטן יצר, דורך דערויף וואָס ער איז אַ איד און פירט זיך אויף ווי אַ איד — דאַרף זיין אויפפירונג זיין קלאָר, אַז מ'זאָל גלייך דערקענען אַז דאָס איז אַ אידיש קינד:

אַז מ'פרעגט אים — וואָס איז ער? אָדער אַ מיידעלע — וואָס איז זי? ענטפערן זיי גלייך, אַז זיי זיינען אידישע קינדער און זיי געהערן צום צבא השם.

און אַז מ'פרעגט באַ יעדערן פון זיי — ווי אַזוי זעט מען דאָס קלאָר אַז איר געהערט צום צבא השם?

נעמט אַ אינגעלע גלייך אַרויס די ציצית און באַווייזט זיייט, וואָס דאָס איז אַ קלאָרער באַווייז און אַן עדות, אַז ער געהערט צום צבא השםכ.

עד"ז אַ אידישע מיידעלע האָט אַ ספּעציעלן וועג צו באַווייזן אין אַ קלאָרן אופן אַז זי איז אַ אידישע מיידעלע — דורך דעם וואָס זי (באַווייזט אַז זי) טראָגט צניעות'דיקע קליידער, ווי עס איז פּאַסיק פאַר אַ אידישע מיידעלע.

יב. ונוסף לזה באַווייזן זיי ביידע קלאָר אַז זיי זיינען אידן — דורך דעם וואָס זיי זאָגן אויסווייניק (זיי דאַרפן ניט זוכן אין ספר) „שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד"כא, און זיי זאָגן דאָס מיט אַ לעבעדיקייט, מ'זעט אַז זיי לעבן דערמיט,

און זיי זאָגן „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ"כב — וואָס דאָס איז אַן ענטפער אויף דעם ווען מ'פרעגט דעם אידישן קינד: פון וואַנעט ווייסט מען אַז זיי קענען פירן די מלחמה ווייל ער אָדער זי איז אַ אידיש קינד, און ווייל ער אָדער זי געהערט צום צבא השם?

ענטפערן זיי גלייך אויסווייניק: „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ": פון אָנהויבס אָן, פון דעם ערשטן טאָג און רגע אָן האָט דער אויבערשטער באַשאַפן די אַלע הימלען און די גאַנצע ערד, מיט אַלץ וואָס געפינט זיך אין די הימלען און אויף דער ערדכג.

וואָס דערמיט איז פאַרשטאַנדיק וואָס דער קינד גייט אין צבא השם ומנצח — וואָרום שמים און ארץ זיינען באַשאַפן געוואָרן און געהערן צו דעם אויבערשטן, און ער, דער קינד, דורך אַריינגיין אין צבא השם, גייט אָפּשלאָגן און מנצח זיין דעם יצר וואָס וויל באַהאַלטן אַז מ'זאָל ניט קענען דערקענען אַז אין שמים און ארץ איז דער בעה"ב דער אויבערשטער.

בשעת דער יצר הרע וויל אַזוי טאָן — גייט דער אינגעלע און די מיידעלע און312זיינען מכריז, און אויף אויסנווייניק, און זאָגן דאָס אויף אַ קלאַרן אופן — „כשולחן הערוך ומוכן", דאָס איז אָנגעגרייט באַ זיי און קלאָר — אַז „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ", דער אויבערשטער איז דער איינציקער בעה"ב פון אַלע הימלען און די גאַנצע ערד, און אַלץ וואָס געפינט זיך אין זיי.

יג. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז אויב עס קומט צוגיין דער יצר און זאָגט מ'זאָל ניט פאָלגן דעם אויבערשטן ח"ו, אָדער עס קומט צוגיין אַ ניט־אידיש קינד און זאָגט דעם אידישן קינד, ער זאָל עסן אַ ניט כשר'ע זאַך, אָדער טרינקען אַ ניט כשר'ן טרונק, אָדער עסן און טרינקען אָן אַ ברכה, ח"ו —

האָט ער גלייך דעם ענטפער: „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ" — דער אויבערשטער האָט באַשאַפן דעם עסן וואָס ער גייט איצטער עסן, און דעם טרונק וואָס ער גייט איצטער טרינקען, און איידער ער עסט אָדער טרינקט מוז ער דאַנקען דעם אויבערשטן דורך מאַכן אַ ברכהכד.

און דאָס איז „תשים לפניהם", דאָס איז ביי אים אַזוי קלאָר, אַז אין דערויף איז ניט שייך קיין ספק און קיין איבערטראַכטן.

יד. ועד"ז פירט זיך אויף דאָס קינד אין אַלע ענינים — ווי עס שטייט אין דער תורה, לויט אירע „משפטים", וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן יעדערן פון אונז און יעדערן פון אייך און יעדערן פון דעם אידישן פאָלק אין אַלע דורות,

און האָט דאָס געגעבן אין אַן אופן און אין אַ וועג פון „אבוא אליך" — דער אויבערשטער קומט און שטייט מיט יעדערן און העלפט אים אַרויס,

„וברכתיך" — און בענטשט אים, אַז ער זאָל זיך פירן ווי מ'דאַרף זיך פירן אין צבא השם, און מנצח זיין די מלחמה.

און מאַכן אַ „דירה לו ית' בתחתונים" (ווי איר האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"לכה), אַז מ'זאָל דערקענען, און ס'זאָל זיין קלאָר „בתחתונים", אַז דאָס געהערט צום אויבערשטן,

און טאָן דאָס בשמחה — „ישמח ישראל בעושיו"כו, אַז ער איז שמח „בשמחת ה' אשר שש ושמח בדירתו בתחתוני'" (ווי איר האָט ערשט געזאָגטכז), וואָס דאָס איז „ישמחכח ה' במעשיו"כט.

און מען טוט דאָס אַלעס אין אַן אופן אַז מ'רעכנט זיך ניט אַז ס'איז דאָ דער גלות, וואָרום „בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא היוםל ממצרים" (ווי איר האָט ערשט געזאָגטלא) — איר גייט אַרויס היינט פון די אַלע זאַכן וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט גלות, וואָס זיי זיינען פאַרבונדן (אויך) מיטן ערשטן גלות, גלות מצריםלב.

טו. און דורך דעם אַלעם, און דורך דעם וואָס מ'טוט די אַלע זאַכן אין אַ קלאָרן אופן, „תשים לפניהם", אַז דאָס313שטייט אָנגעגרייט, און דאָס איז „מוכן לאכול לפני האדם", ביז אַז ער „עסט" און לעבט דערמיט — און דאָס גיט אים געזונט אין זיין נשמה, און דורך דערויף האָט ער דעם אויבערשטנ'ס ברכות, אַז ער האָט אויך אַ געזונטן גוף —

איז מען זוכה, אַז אַזוי ווי מ'איז אַרויס ממצרים, און מ'געדענקט דאָס און מ'דערמאָנט עס יעדער טאָג — זאָל אַזוי אויך גאָר אינגיכן קומען די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,

און ס'וועט זיין „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"לג, אַז מ'וועט אַרויסגיין אויף אַ וואונדערליכן אופן פון דעם איצטערדיקן גלות, נאָך מער וואונדערלעך ווי ס'איז געווען דער אַרויסגיין פון גלות מצרים, ווי ער זאָגט אין זהרלד.

און דאָס וועט זיין גאָר אינגיכן, וואָרום דער אויבערשטער וועט אָננעמען די תפלות און די בקשות פון יעדערן פון אייך און פון אַלע אידן אַז משיח זאָל קומען „נאַו"לה.

ובפרט אַז איר וועט איצטער אויך געבן די מטבעות אויף צדקה, וואָס צדקה מאַכט דאָך אַז די גאולה זאָל קומען נאָך שנעלער און נאָך פריערלו.

טז. און מיר אַלע וועלן גיין צוזאַמען, און דער „קאָמענדער־ין־טשי בראשינו, פון פאָרענט און צוזאַמען מיט יעדערן פון אייך און אונז, און וועט פירן אַלע „צבאות השם", די וואָס זיינען איצטער דאָ און די וואָס הערן, און די וואָס מ'וועט זיי דאָס דערנאָך איבערגעבן, און אַלע אידישע קינדער, און אַלע אידן „בנערינו ובזקנינו"לז, אַלט און יונג — גאָר אינגיכן לארצנו הקדושה, אין אונזער הייליקער לאַנד, ארץ ישראל,

וואָס זי וועט זיין אינגאַנצן גאַנץ, גאַנץ ארץ ישראל לגבולותי', אין אַלע אירע גרענעצן וועט זי געהערן נאָר צו אידן,

וואָרום אַזוי האָט דער „קאָמענדעראין־טשיף" אָפּגעגעבן איר צו אידן, און האָט געזאָגט אַז דאָס וועט בלייבן אַ „נחלת עולם", אַן אייביקע נחלה, פאַר יעדער אידן, און זיכער פאַר די קינדער וואָס זיי געהערן צו דעם אויבערשטנ'ס אַרמיי, און פירן זיינע מלחמות.

און קיינער וועט ניט קענען צונעמען באַ קיין איין אידיש קינד עפּעס וואָס וואָס איז אַ טייל פון ארץ ישראל, וואָס יעדער אידיש קינד איז דאָרט בעה"ב, וואָרום דער „קאָמענדער־ין־טשיף געפינט זיך מיט יעדערן פון זיי — „אבוא אליך וברכתיך", ווי גערעדט פריער (ס"ז).

יז. און בשעת מ'וועט קומען אינגיכן אין ארץ ישראל, וועט מען טרעפן אַ גאַנצע, הייליקע, שלום'דיקע ארץ ישראל, וואָרום מ'וועט זיך פירן ווי „צבאות השם" דאַרפן זיך פירן אין שלימות התורה — מקיים זיין אַלע מצוות, און די רייד פון דעם „קאָמענדער־ין־טשיף", דער אויבערשטער.

און איינווירקן אויך אַז אַזוי זאָלן זיך314פירן אַלע קינדער, און אַזוי זאָלן זיך פירן „אבות על בנים — ע"י בנים"לח — איינווירקן באַ זיך אין הויזלט אַז ס'זאָל זיין נאָכמער הייליקער ווי ס'איז געווען ביז איצטער,

וואָס דורך דערויף וועט זיין שלימות העם — די גאַנצקייט פון דעם אידישן פאָלק.

און דורך די אַלע דריי שלימות'ן — אַז מ'האַלט זיך ביי אַ גאַנצע תורה, און מ'האַלט זיך באַ גאַנץ ארץ ישראל, און מ'האַלט זיך צוזאַמען מיטן גאַנצן אידישן פאָלק, ביז אין אַן אופן פון „כמוך", וואָרום מ'האָט ליב יעדער איינער דעם צווייטן, און יעדערן — „כמוך", ווי זיך אַליין —

ברענגט מען דעם אמת'ן שלום, און די אמת'ע גאולה, דורך משיח צדקנו, און אין אַן אופן פון — משיח „נאַו".

[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן מטבעות של עשר סענט לתת לכל אחד ואחת מהילדים והילדות שיחיו שתי מטבעות: א' לתת לצדקה, והב' — לעשות בה כטוב בעיניהם.

טרם צאתו התחיל כ"ק אדמו"ר שליט"א לנגן „עוצו עצה גו' עמנו א־

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-7e636pab

עותקים

פעילות אחרונה

#194 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · אושרה
#137 Likkutei Sichos vol 21: machine reading · נסגרה

מקורות