עברית
Library

Likkutei Sichos

Ki Savo

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

390מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה, זיינען פאַראַן די מדריגות. בכללות איז דאָס דער חילוק פון תפלה דחול, וואָס דאָרטן איז פאַראַן בקשת צרכיו של אדם — ביז תפלה דשבת, וואָס דאָס איז נאָר שבחו של מקום.

אַזוי אויך אין תורה איז דאָס דער חילוק פון גלי' שבתורה, וואָס איז אילנא דטוב ורע, וואָרום אין גליא שבתורה רעדט זיך וועגן ענינים גשמיים, וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון בירורים — ביז פּנימיות התורה, וואָס רעדט זיך נאָר וועגן אלקות.

דער עיקר חשבון הנפש, אין די י"ב ימים פון ח"י אלול ביז ראש השנה, דאַרף זיין בנוגע פּנימיות התורה. אַ ודאי דאַרף זיין דער חשבון אין אַלע תרי"ג מצוות און אין אַלע פּרטים און דקדוקים. און אדרבה — המעשה הוא העיקר. אָבער דערמיט דאַרף ער זיין פאַרטיק נאָך פאַר ח"י אלול. פון ח"י אלול אָן —

פרשת

א. די היינטיקע סדרה דערציילט וועגן דער מצוה פון ברענגען בכורים, וועלכע דאַרף זיין פון די בעסטע פרוכט וואָס עס האָט אַרויסגעגעבן ארצנו הקדושה, תבנה ותכונן במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו, ווען זי איז געווען אַן ארץ זבת חלב ודבש, און פון די ערשט־צייטיקע פּירות, איידער מען האָט פאַר זיך עפּעס גענומען פון זיי, און מען האָט דאָס געבראַכט אין בית המקדש, צו באַדאַנקען השם יתברך פאַר דער ברכה וואָס ער ברוך הוא האָט אַריינהתגלות תורת החסידות — איז דער סדר על דרך אבוך במאי הוי זהיר טפילא), זהיר מלשון זהירות ובהירות, לייכטן, און דורך דעם לייכט אים אַריין אין אַלע זיינע ענינים — אַזוי דאַרף זיין דער עיקר וחיות החשבון בנוגע פּנימיות התורה,

ניט נאָר בנוגע דעם לימוד, נאָר אויך בנוגע דער הנהגה על פּי חסידות, דגדול תלמוד שמביא לידי מעשהלב).

און דאָס וועט דורכלייכטן דעם חשבון הנפש אויך אין אַלע זיינע ענינים.

און דער חשבון ברענגט דאָך צו דער קבלה טובה על להבא, אַז עס זאָל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה, אין דעם אייגענעם חוץ, און אויך אין חוצה ממש, וואָס דורך דעם וועט זיין דער קאתי מר, מלכא משיחא, במהרה בימינו.

(משיחת ש"פ תבא, ח"י אלול, תשט"ז) תבא

געגעבן אין די פּירות פון דער ערד. די בכורים זיינען ניט געווען ווי אַנדערע קרבנות, צו פאַרברענען אויפן מזבח, נאָר אַוועקצוגעבן זיי דעם כהן.

פון דעם לערנען מיר אַרויס, אין די ביידע קצוות ; אַז די תבואה ופּירות הארץ, וועלכע וואַקסן אויס נאָך דעם ווי מען האָט געאַקערט און געזייט און געטאָן די אַנדערע מלאכות391וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דאָס וואַקסן פון פּירות הארץ, האָט מען די ערשטע בעסטע פון זיי, ניט גענומען פאַר זיך, נאָר געמאַכט פון דעם — קדושה, מיט דעם אַוועקגעבן עס צום כהן. וואָס געוויס צייטנווייז דערוועקט זיך אַ טענה, אַז נאָך דער גאַנצער האָרעוואַניע און מי וואָס מען האָט אַריינגעלייגט אין דעם, איז אויב אַפילו מען דאַרף אַוועקגעבן אַ טייל פון דעם אויף הייליקע צוועקן, איז פאַרוואָס דאַרף דאָס זיין דוקא פון די בעסטע און שענסטע ? אָבער ווען מען טראַכט זיך אַריין אין דעם — קומט מען צו דעם פאַרשטאַנד, אַז די טענה קען זיין נאָר, ווען עס פעלט די אמונה אַז די פּרי האדמה איז — נתת לי ה', און מען מיינט אַז כחי ועצם ידי עשה לי את החיל הזהא). אָבער נאָכן אַריינטראַכטן — זעט מען אַז דאָס איז היפּך פון אמונה פּשוטה, וואָס די אמונה פּשוטה איז פאַראַן ביי אַלע אידן אַן אויסנאַם, מען דאַרף זי נאָר אַרויסברענגען אַז זי זאָל אויך ווירקן אין דעם טאָגטעגלעכן לעבן.

אַ צווייטע זאַך לערנען מיר פון דער זעלבער מצוה, פון דעם וואָס די פּירות ווערן ניט פאַרברענט אויפן מזבח אין בית המקדש, נאָר זיי ווערן אַוועקגעגעבן צום כהן, וועלכער דאַרף זיי נוצן; עסן א. ז. וו. — ווי דער דין פון בכורים. — אַז אַפילו דער טעם'דיקער געשמאַק אין גשמיות, אויב מען גרייט זיך צו ווי געהעריק און מען הייליקט זיך, מען ווערט אַ „כהן" — קען מען דאָס אויסניצן אין קדושה (דורך ברענגען אין דעם בית המקדש וכו'), און דינען השם יתברך דורך עסן די פּירות, אָט אַזוי ווי מען דינט השי"ת מיט אַנדערע קרבנות דורכן פאַרברענען זיי אין בית המקדש, ווי אַ קרבן עולה און ענלעכעס.

און דאָס איז איינע פון די יסודות תורת החסידות, אַז מען קען דינען און מען דאַרף דינען השם יתברך, ניט נאָר בעת און דורך דאַוונען און בעת און דורך לערנען תורה, נאָר אויך בשעת עסן און מיטן עסן, בשעת דעם טאָן עסק — ביזנעס — און מיט דעם עסק. עס איז נאָר, זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז דער אַנדער פאַל פון דינען השם יתברך פאָדערט אַ טיפערע צוגרייטונג צו דעם, און דער שכר פון דעם איז גרעסער.

און אין דעם זין, איז די מצוה פון בכורים דאָ אַפילו בזמן הגלות און אַפילו בחוץ לארץ, און אויך אין אַ פּשוט'ן וואָכעדיקן טאָג, אַז ווען מען זאָגט פון טיפן האַרצן אויף אַלץ וואָס מען האָט, אַז דאָס איז נתת לי ה', ווערט דאָס געהייליקט, ביז אַז דאָס ניצן דאָס — קען ווערן אַן עבודה, עבודת השם יתברך.

ביי דער מצוה פון בכורים כפּשוטה, ווען דאָס איז געווען בבית המקדש, איז דאָך דערנאָך געווען די ברכה)) אַז לשנה הבאה זאָל ער נאָ־392כאַמאָל מקיים זיין די מצוה בשמחהח), אַזוי אויך היינט, דאָס באַנוצן און אויסניצן די נכסים — אייגנטום — וואָס השם יתברך גיט, ווי השם יתברך פאַרלאַנגט, ברענגט די ברכה פון השם יתברך, אַז אויך לשנה הבאה זאָל מען דאָס קענען מקיים זיין און אין אַ פיל גרעסערער מאָס, און מיט נאָך מער צופרידנקייט און שמחה, וואָרום עס דאַרף דאָך זיין — מעלין בקודש*)).

(ע"פ מכתב ו' אלול תשט"ו)

ב. פאַר ראש השנהח), אַזוי אויך פאַר שבועות, לייענט מען די תוכחה. פאַר שבועות — פ' בחוקותי, און פאַר ראש השנה — פ' תבוא. נאָר נאָך דער סדרה לייענט מען נאָך אַ סדרה, פאַר שבועות — פ' במדבר, און אַמאָל אויך פ' נשא, און פאַר ראש השנה — פ' נצבים, און אַמאָל אויך פ' וילך, בכדי צו מפסיק זיין צווישן דער תוכחה מיטן יום טוב.

דער טעם אויף דעם איז, וויילע די תוכחה איז ניט קיין ענין פון עונשים חס ושלוםח), נאָר אַן ענין פון טהרת וזיכוך הכלי, און דערפאַר לייענט מען עס פאַר שבועות און ראש השנה, וויילע אַזוי ווי אין גשמיות איז איידער מען לייגט אַריין אין אַ כלי אַ זייער טייערע און חשוב'ע זאַך, מוז מען פריער די כלי אויסוואַשן, מכלה זיין קללותי' — כלשון הש"סז) — אַזוי איז אויך אין רוחניות.

דערפאַר איז פאַר די גילויים פון מתן תורה און פאַר די גילויים פון ראש השנה, וואָס יעדער ראש השנה ווערט נמשך אַ המשכה חדשה שלא הי'*) מעולםח), ד. ה. אַז אַפילו בזמן שבית המקדש הי' קיים איז נאָך ניט געווען אַזאַ המשכה, איז בכדי צו מקבל זיין די המשכה, — מוז זיין פריער טהרת הכלי.

דאָס הייסט אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס אויף אַ קורצער וויילע על כל פּנים, זיינען דאָס יסורים, און בפרט ביי אַ בן מלך, און דערצו נאָך אַ בן יחיד (וואָס אַלע אידן זיינען בנים יחידים של מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא) איז דאָך נאָר עפּעס אַ קלייניקייט וואָס איז ניט אַזוי, קען ער שוין ניט איבערטראָגן (און דערפאַר איז מען מפסיק אַ סדרה, כנ"ל), פונדעסטוועגן איז כדאי ביי אָבינו אָב הרחמן, און אַפילו ביי אב הרחמים), אַז לשעה קלה זאָל זיין ניט אַזוי, צוליב דער טייערער זאַך וואָס ער וועט געבן.

ג. דער חילוק פון דער תוכחה פון פ'*) בחוקותי, וואָס מען לייענט פאַר שבועות, און דער תוכחה פון פ' תבוא, וואָס מען לייענט פאַר ראש השנה, איז, אַז אין דער תוכחה פון פ' בחוקותי זיינען דאָ מ"ט קללות, און אין פ'*) תבוא, צ"ח. צוויי מאָל אַזוי פיל.

393וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז די גילויים פון ראש השנה זיינען העכערע ווי די גילויים פון שבועות, וואָס דערפאַר פאָדערט זיך אויך אַ גרעסערע טהרה.

די עבודה און גילויים פון שבועות זיינען בדרך אור ישר, מלמעלה למטה. ווי די גמרא זאָגט אויף מתן תורה אַז עס איז געווען אַן ענין פון גירותי), וגר שנתגייר כקטן שנולד המ.). אָבער די עבודה און גילויים פון תשרי זיינען תשובה, אור חוזר, מלמטה למעלה. דערפאַר איז אויך תשרי מיט סדר ת, ש, ר, וואָס דאָס איז אַ סדר מלמטה למעלה.

דערפאַר איז אויך די הכנה צו שבועות, די עבודה פון ניסן אייר און התחלת סיון, וואָס דאָס איז עבודת הצדיקים, דודי לי ואני לו, מלמעלה למטה. און די הכנה צו ראש השנה איז די עבודה פון חודש אלול, עבודת בעלי תשובה, אני לדודי און דערנאָך ודודי לי, מלמטה למעלה.

די גילויים פון אור חוזר זיינען העכער ווי די גילויים פון אור ישר. ווי עס איז באַוואוסטיא) די מעלה פון בעלי תשובה אויף צדיקים. אַזוי זעט מען אויך אין די לוחות, אַז די לוחות השניות וואָס זיינען געגעבן געוואָרן נאָכן חטא העגל במחרת יום הכפּורים זיינען העכער פון די לוחות הראשונות וועלכע זיינען געגעבן געוואָרן בחודש סיון. און דער לשון איזיח) כפלים לתושי', צוויי מאָל אַזוי פיל. דערפאַר איז אויך די טהרת הכלי וואָס פאַר ראש השנה, אַ צווייענדיקע.

אַזוי איז אויך אין דעם ענין פון גלות און גאולה וואָס זייער סיבה איז דאָך חטא און תשובה. דער שורש פון גלות איז דער חטא העגל, שטייט אויפן גלות לקתה בכפלים, אַזוי אויך אויפן חטא וואָס דאָס איז די סיבה פון גלות שטייט חטאה בכפלים, וואָס דורך דעם וועט מען צוקומען צו דער גאולה וואָס זי איז נחמה בכפלים, ווי עס שטייט נחמו נחמויד).

(משיחת ש"פ נצבים, תשי"ד)

ד. אין דעם ענין אַז אַלץ איז לטובה, זיינען פאַראַן צוויי פאַרשידענע לשונות אין דברי חז"ל; א) כל דעביד רחמנא לטב עבידיח). ב) גם זו לטובהי).

דער חילוק פון די ביידע לשונות איז; כל דעביד רחמנא לטב עביד איז אין תרגום לשון און גם זו לטובה איז אויף לשון הקודש. לשון הקודש איז אַ לשון קדוש ומבורר. אַלע ענינים וואָס אין לשון קודש זיינען קלאָר. ד. ה. אַז מען זעט אָן קלאָר אַז אַלץ איז לטובה. אָבער כל דעביד רחמנא לטב עביד, וואָס איז געזאָגט געוואָרן אויף תרגום לשון, איז הגם אַז עס איז אויך לטב עביד, אָבער דאָס זעט זיך ניט אָן אַזוי קלאָר.

די דערקלערונג אין דעם וועט מען פאַרשטיין פון דעם חילוק וואָס איז פאַראַן צווישן די דוגמאות וועלכע394די גמרא ברענגט אויף די צוויי דערמאָנטע לשונות.

די דוגמא וועלכע די גמרא ברענגט אויף כל דעביד רחמנא לטב עביד איז;

ר' עקיבא איז געגאַנגען אין וועג, האָט ער מיט זיך מיטגענומען אַ נר, אַ חמור און אַ תרנגול (אַ ליכט, אַן אייזל און אַ האָן).

— היינט אַז מען פאָרט אין וועג נעמט מען מיט אַנדערע זאַכן: אַ שעק־בוך, אַ צא־בערשטל וכו', — אָבער דעמאָלט אַז מען איז געפאָרן, האָט מען מיטגענומען אַ ליכט, מען זאָל קענען לערנען תורה אַפילו אין דער פינסטערניש, אַ חמור וואָס זאָל שלעפּן זיינע גשמיות און ער זאָל זיין פריי פון דעם, און אַ תרנגול, ער זאָל אים אויפוועקן צו חצות —

האָט דער אויבערשטער מזמין געווען אַז אין שטאָט האָט מען אים ניט אַריינגעלאָזט, איז ער געבליבן נעכטיקן אין פעלד. עס איז געקומען אַ ווינט און האָט פאַרלאָשן די ליכט איז ער געבליבן אין דער פינסטער. עס איז געקומען אַ לייב און האָט אויפגעגעסן דעם חמור, געקומען אַ קאַץ און אויפגעגעסן דעם תרנגול. האָט ר' עקיבא געזאָגט ; כל דעביד רחמנא לטב עביד.

שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז דאָס אַלץ איז געווען לטובה. ווייל יענע נאַכט איז געווען אַן אָנפאַל אויף דער שטאָט, און מען האָט איר באַראַבעוועט. איז אויב ער וואָלט גענעכטיקט אין שטאָט וואָלט ער אויך אַריינגעפאַלן, אויב די ליכט וואָלט ברענען אין פעלד וואָלט מען אים געזען, אויב דער חמור מיטן תרנגול וואָלטן געמאַכט זייערע קולות, וואָלט מען געהערט די קולות כו', און דורך דעם וואָס ער האָט דאָס אַלץ אָנגעוואָרן, איז ער ניצול געוואָרן.

ה. די דוגמא אויף גם זו לטובה ברענגט די גמרא פון דעם תנא נחום איש גם זו. דעם נאָמען איש גם זו האָט ער געהאַט, ווייל אויף יעדער זאַך פלעגט ער זאָגן גם זו לטובה.

האָט מען אים אַמאָל געשיקט אין אַ שליחות צום מלך רומי, און מען האָט אים מיטגעגעבן אבנים טובות ומרגליות אַלס אַ מתנה צום מלך. ביינאַכט האָט מען ביי אים צוגע'גנב'עט די אבנים טובות, און אָנשטאָט דעם אַריינגעלייגט ערד אין קעסטל. האָט ער געזאָגט גם זו לטובה. און אַז אידן האָבן אים געמאַכט פאַר אַ שליח צום מלך דאַרף ער טאָן זיין שליחות, און דער אויבערשטער וועט שוין העלפן.

אַז ער איז געקומען צום מלך רומי און געגעבן דעם קעסטל אַלס מתנה, האָט מען געעפנט דעם קעסטל, און דערזעענדיק אַז עס איז פול מיט ערד, האָט מען אים געוואָלט טאָן דאָס וואָס מען טוט מיט אַ מורד במלכות. אָבער דער אויבערשטער האָט באַלד געשיקט אלי' הנביא אין דמות פון אַ שר, און ער האָט געזאָגט צום קיסר, אפשר איז די ערד פון די ערד פון אברהם'ען מיט וועלכע ער האָט מנצח געווען מלחמות. מלחמות פעלן דאָך ניט ביי גוים, האָט מען באַלד אויסגעפּרואווט און די ערד האָט מנצח געווען די שונאים פון קיסר.

ו. דער חילוק פון ביידע דוגמאות איז;

ר' עקיבא האָט טאַקע געהאַט פאַר־396לוסט און צער. ער האָט פאַרלאָרן דעם חמור מיטן תרנגול, געזעסן אין דער פינסטער און גענעכטיקט אין פעלד. דאָס איז געווען צוליב אַ טובה, אָבער דאָס אַליין איז געווען אַן ענין של צער.

ביי נחום איש גם זו איז גאָר לכתחילה קיין היזק ניט געווען, ואדרבה, אויב ער וואָלט ברענגען אבנים טובות איז ווער ווייס צי ביי דעם מלך וואָלט דאָס נתקבל געוואָרן, וואָרום אין בית המלך פעלן ניט קיין אבנים טובותיז), אָבער אַז ער האָט געבראַכט די ערד איז דאָס נתקבל געוואָרן.

ר' עקיבא האָט געהאַט אַ צער, נאָר דורך דעם צער איז ער ניצול געוואָרן פון אַ גרעסערן צער. ביי נחום איש גם זו איז דאָס גופא געווען טוב.

ז. און דאָס איז די מעלה פון דעם אויסשפּראַך גם זו לטובה אויפן אויסשפּראַך כל דעביד רחמנא לטב עביד. גם זו לטובה, מיינט מען אַז זו — דאָס אַלייןיח) — איז לטובה. עס איז ניט נאָר אַז דאָס איז צוליב טוב, נאָר דאָס אַליין איז ט . . . עס איז מער ניט וואָס פריער איז געווען אַ העלם, מען איז געווען מיט פאַרמאַכטע אויגן, האָט מען געמיינט אַז עס איז אַ נזק וצער, און בשעת עס גייט אַראָפּ דער העלם זעט מען אַז מלכתחילה איז דאָס געווען טוב.

נחום איש גם זו איז געווען ר' עקיבא'ס רביכ). ד. ה. אַז ר' עקיבא איז געווען מיט אַ דור שפּעטער ווי נחום איש גם זו. אין אַ דור וואָס דער חושך הגלות איז געווען גרעסער (וואָרום מיט יעדער דור ווערט מער דער חושך), איז זיין דור האָט ניט געקענט זען בגילוי ווי יעדער ענין אַליין איז טוב.

אַפילו אַז מען ווייס בפּשיטות דעם אמת ווי יעדער ענין איז אַליין טוב, אָבער אין וועלט קומט עס ניט אַראָפּ בגילוי. דאָס וואָס עס האָט געקענט זיין בגילוי אין וועלט איז מער ניט ווי אַז כל דעביד רחמנא לטב עביד. מה שאין כן נחום ובדורו של נחום איש גם זו, מיט אַ דור נענטער צום (אָדער אין) זמן הבית, האָט מען געקענט מגלה זיין אויך אין וועלט, דעם ענין פון גם זו לטובה.

איצטער גייט מען צום זמן הגאולה, צום זמן פון ואהביו כצאת השמש בגברתוכ), אַז הקדוש ברוך הוא מוציא חמה מנרתקה און מען וועט זען בגילוי אין יעדער זאַך אַז גם זו לטובה, צום זמן פון שמש ה' בגילוי פון זיין נרתק, אַז מען וועט זאָגן זה ה' קוינו לו.

(משיחת כ' מנ"א, תשי"א)

ח. די עבודה פון אלול איז דאָך אַ הכנה אויף תשרי. אין חודש אלול דאַרף מען מתקן זיין די מעשים פון פאַרגאַנגענעם יאָר און פּועל'ן ביי זיך — אַחת שאלתי, ער זאָל אַרויסגיין פון אַלע זיינע ענינים פּרטיים. און דורך דעם אַחת שאלתי פון חודש אלול ווערט דערנאָך די המשכה חדשה פון חודש תשרי, לך396לבדך ואין לזרים אתך, אַ שנה טובה ומתוקה בכל המצטרך לו.

און דאָס איז דער טעם, וואָס אין דעם וואָרט אלול ווערן נרמז אַלע דריי קוים פון תורה עבודה וגמילות חסדים.

אלול — ראשי תיבות אנה לידו ושמתי לךכא), וואָס דאָס גייט אויף דעם קו התורה, וואָרום תורה איז אַ מקלט פון יצר הרע, כמאמר רז"לכב).

אלול — ראשי תיבות אני לדודי ודודי ליכג), וואָס דאָס איז דער קו העבודה, תפלהכד).

אלול — ראשי תיבות איש לרעהו ומתנות לאביוניםכה), וואָס דאָס איז דער קו פון גמילות חסדים.

אַ יסוד און אַ הקדמה צו די אַלע קוים איז די עבודה פון תשובה וואָס איז מרומז אין ראשי תיבות פון אלול — (ומל ה' אלקיך) את לבבך ואת לבב (זרעך)כ), וואָס דאָס איז דער יסוד צו אַלע קוים. ועל דרך מודה אני לפניך וואָס מען זאָגט אין אָנהויב פון עבודת היום, וואָס ער קערט זיך צום אויבערשטן, און דאָס דערלאַנגט אין לפניך, דלא אתרמיז בשום אות וקוץ, וואָס דאָס איז אַ הקדמה לכל הקוים.

און דורך דער עבודה פון אלול קומט מען צו צו דער גאולה, וואָס איז נרמז אין די ראשי תיבות להוי' ויאמרו לאמר אשירה, ראשי תיבות אלול37)).

דאָס אַלץ איז די כללות העבודה פון חודש אלול — די הכנה צו תשרי און דער עיקר פון דעם איז בשבת וואָס פאַר תשרי וואָס מיני' מתברכין כולי יומי פון דער וואָך — ויום ראש השנה בכלל, שבת מברכין . — למעלה — פון תשרי.

השי"ת זאָל העלפן, מען זאָל אַריין אין דעם נייעם יאָר בשמחה, און מען זאָל האָבן אַ שנה טובה ומתוקה בכל המצטרך.

(משיחת ש"פ נצבים וילך, תשט"ו)

ט. אין סליחות זאָגט מען, לך ה' הצדקה ולנו בושת הפּנים. ביי דעם אויבערשטן איז גערעכטיקייט, כמ"ש צדיק ה' בכל דרכיוכח), און מיר, מצד די ענינים וואָס מען האָט געטאָן דורכן יאָר ניט ווי מען דאַרף, דאַרפן זיך שעמען.

לויט דעם פּירוש אַז לך ה' הצדקה מיינט אַז ביי דעם אויבערשטן איז גערעכטיקייט, האָט ער געדאַרפט זאָגן לך ה' הצדק, וואָס צדק מיינט גערעכטיקייט, פאַרוואָס זאָגט ער דעם לשון פון צדקה, וואָס האָט אויך דעם פּירוש צדקה (צו אַן אָרעמאַן) ?

דער חילוק פון גערעכטיקייט און צדקה איז; גערעכטיקייט הייסט אַז מען גיט יענעם וויילע ער האָט פאַרדינט, דאָס איז אַ גערעכטע הנהגה. צדקה מיינט אַז מען גיט אַ מתנת397חנם. ניט נאָר וואָס עס קומט אים ניט קיין באַצאָלט על פּי דין, נאָר אַפילו בדרך מתנה קומט אים אויך ניט. וואָרום אויך מתנה איז דאָך אי לאו דעביד לי' נייחא לנפשי' לא הוה יהיב לי' מתנתאכט), און דאָס וואָס מען איז אים משפּיע איז דאָס נאָר אַן ענין פון צדקה, מתנת חנם.

און דערפאַר זאָגט מען לך ה' הצדקה, וואָס האָט צוויי פּירושים, ווייל אויך דאָ זיינען געמיינט צוויי ענינים; דער אויבערשטער איז גערעכט בכל דרכיו ולנו בושת הפּנים, און דעמאָלט פילט מען אַז מצד צדק — גערעכטיקייט — איז ניט צו מאָנען, מער ניט וואָס מען בעט צדקה, ווי מיר זאָגן דעם לשון אין סליחות, פּנים אין לנו פּניך לחלות, צדקה לך לבד נבקש.

י. באמת האָט מען געקענט מאָנען על פּי דין. וואָרום כל ישראל בני מלכים הםל), און אַ בן מלך, מצד דעם וואָס ער איז ניט רגיל אין אַרבעט, אויך מצד זיין מעלה וואָס ער איז אַ בן מלך, איז יעדער זאַך וואָס ער טוט, אַפילו גאָר אַ קלייניקייט, איז דאָס אַ גרויסע רבותא, אַ שווערע אַרבעט, און עס קומט אים אַ גרויסער תשלום.

אָבער דעמאָלט וואָלט געווען די המשכה פון אַ נידעריקן אָרט, פון אַן אור השייך לעולמות וואָס עס דערלאַנגט אַהין אתערותא דלתתא. וואָס דאָס איז אַן אור מוגבל. מיר ווילן אָבער העכער.

דער אַלטער רבי האָט געזאָגט; מי לי בשמים ועמך לא חפצתי, איך וויל זע גאָר ניסט איך וויל ניט דיין גן עדן איך וויל ניט דיין עולם הבא כו' איך וויל מער ניט אַז דיך אַלייןלא),

— וואָס כאָטש אַז דאָס איז אַ גאָר הויכע מדריגה, פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז מיר זיינען דאָך זיינע (דעם אַלטן רבי'נס) תלמידים און מקושרים ההולכים בעקבותיו, לכל הפחות — תושבי המקום וואו ער איז מרא דאתרא, ליגט אויף אונז אַ חוב וזכות צו פירן זיך, בנוגע לפּועל על כל פּנים, אין די הנהגות וואָס ער האָט אָנגעוויזן, ובכלל זה אויך אין דער הנהגה פון מי לי בשמים כו'. די תנועה פון מי לי בשמים כו' בהנוגע לפּועל איז, — אַרויסגיין פון זיך, אַרויסגיין פון אַלע אייגענע הגבלות און טאָן דאָס וואָס דער אויבערשטער וויל —

וואָס דאָרטן איז דאָך בלי גבול, ובמילא איז אויך די המשכה ווי זי קומט אַראָפּ למטה איז זי אָן קיינע צמצומים והגבלות.

און דעריבער זאָגן מיר צדקה לך לבד נבקש, ניט דערפאַר וואָס מען קען ניט מאָנען, נאָר דערפאַר וואָס מיר ווילן ניט האָבן צו טאָן מיט קיינעם, מיר ווילן, לך ה', את פּניך ה' אבקש.

און די כלי צום לך הוי', די כלי אויף געפינען פּניך ה', איז ניט דער אויס'טענה'ן זיך מיט חשבונות, וואָרום עס איז דאָך — אם צדקת מה תתן לו. די כלי איז דער ולנו בושת הפּנים. ביטול און העדר הישות — איז די כלי צו אָנרירן אין עצמות398און ממשיך זיין פון דאָרטן, וואָס אַלע המשכות פון דאָרטן זיינען — צדקה.

און ניט קוקנדיק אויף דעם, וואָס עס איז אַן אָרט וואָס מעשה התחתונים איז דאָרטן ניט נוגע, פונדעסטוועגן האָבן אידן בכוח, וואָס מען האָט זיי געגעבן מלמעלה, ובקשתם משם — ומצאת, צו מאָנען

פרשת

א. עס שטייט אין לקוטי תורהא) און עס ווערט געבראַכט אין דער רשימה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר פון פ' נצבים תש"ז, אַז פ' נצבים לייענט מען אַלעמאָל אין דעם שבת וואָס פאַר ראש השנה. אַמאָל לייענט מען עס צוזאַמען מיט פ' וילך און אַמאָל לייענט מען נצבים באַזונדער, אָבער על כל פּנים — פּ' נצבים לייענט מען אַלעמאָל דעם שבת וואָס פאַר ראש השנה.

דער טעם אויף דעם איז;

יעדער שבת האָט אַ שייכות און ער איז כולל די טעג פון דער קומענדיקער וואָך. דערפאַר לייענט מען דעם שבת וואָס פאַר ראש השנה, אתם נצבים היום, וואָס היום גייט אויף ראש השנה, יומא דדינא רבא.

בשעת עס קומט דער „היום", דער טאָג פון ראש השנה, דעמאָלט דאַרף זיין אתם נצבים כולכם, אַלע נשמות דאַרפן זיך צושטעלן, לפני הוי' אלקיכם, און דאָס איז אין אַלע נשמען זאָל זיי געבן די צדקה, און אידן זיינען זיכער אַז זיי וועלן דאָס אויספירןלב), וואָס דערפאַר איז לובשים לבנים וכו'38)). מען איז בטוח אַז דער אויבערשטער וועט ממלא זיין משאלות לבנו לטובה בבני חיי ומזוני רויחי אין אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

(משיחת ש"פ נצו"י, תשי"ג) נצבים

מות גלייך, פון ראשיכם שבטיכם ביז חטב עציך ושאב מימיך. אויף חטב עציך זאָגט רש"י אַז דאָס זיינען געווען כנענים וואָס זיינען געקומען מגייר זיין זיך על דרך ווי די גבעונים בימי יהושע, וואָס מען האָט זיי צוגענומען מער ניט ווי צוליב דער שבועהב) — אויך זיי זיינען עולה לפני הוי' צוזאַמען מיט די איבעריקע אידן, און אין אַן אופן פון כולכם, אַלע צוזאַמען זאָלן זיין „לאחדים כאחד".

דער ענין פון כולכם כאחד הייסט אַז ניט נאָר וואָס זיי זיינען סובל איינער דעם אַנדערן, אַז ניט קוקנדיק אַז ער איז אַ ראש און דער צווייטער איז אַ איש פּשוט, פּונדעסטוועגן פאַרטראָגט ער אים, נאָר נאָך מערער אַז זיי זיינען מקבלים זה מזה, ומשלימים זה את זה. אַזוי ווי ראש ורגל אין מענטשלעכן קער־

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7cwk4dsb

Copies

Recent activity

#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · approved

Sources