עברית
Library

Likkutei Sichos

Shelach

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

320איז קיין זאַך ניט געווען אויסער דעם ארון מיט די לוחות; די בחינה פון אַ כהן גדול איז, אַז ער האָט ניט קיין אַנדער זאַך, נאָר דעם ענין פון תורה.

נאָך מערער; אין קודש הקדשים זיינען געווען די לוחות. אין די לוחות איז די תורה געווען אויסגעקריצט, אותיות החקיקהכ). געשריבענע אותיות, אותיות הכתיבה, זיינען אַ צוגאָב־זאַך צום פּאַרמעט, אַנדערש זיינען אותיות החקיקה, זיי זיינען אויסגעקריצט אין די לוחות, מיני' ובי'. און דאָס איז דער ענין פון כהן גדול — זיין גאַנצער מהות איז תורה.

און דאָס מיינט „דבר אל אהרן גו' בהעלותך את הנרות". דער זכות און חוב פון יעדן אידן איז צו אָנצינדן און באַלייכטן דעם נר הוי' וואָס אין אים און אין אַ צווייטן מיט דעם כוח פון אהרן כהן גדול און לויט זיין אופן, ביז אַז זיין גאַנצער

פרשת

א. אויף דעם וואָס שטייט אין דער היינטיקער סדרה ויקרא משה להושע בן נון יהושע, ווערט געבראַכט אין גמראב), אַז משה רבינו האָט מתפּלל געווען, „י־ה יושיעך מעצת מרגלים". דאַרף מען פאַרשטיין, וויבאַלד אַז די מרגלים זיינען דאָך געווען כשרים באותה שעה, און אַזוי איז דאָך אויך מוכרח, ווייל אויב ניט וואָלט דאָך משה רבינו ניט מסכים געווען צו שיקן וועזן וועט זיין נאָר תורה. און דער דאָזיקער חוב איז אויף יעדן איינציקן איד, ווי געזאָגט פריערי), אַז הדלקה כשרה בזר.

און ספּעציעל זיינען אויף דעם אָנגעזאָגט געוואָרן די אידישע פרויען, וואָס אין זיי הענגט אָפּ די דערציאונג פון זייערע זין און טעכטער. דאַרפן זיי וויסן, אַז זייער אויפפירונג דאַרף זיין אויף אַזאַ אופן און אויף אַזוי ווייט, ביז זיי זאָלן קענען אויסהאָדעווען זייערע קינדער זיי זאָלן זיין כהנים גדולים.

אויך זאָגן די רז"ל וועגן אַ כהן גדולכ); „גדלהו", מ'דאַרף אים גרויס מאַכן. דורך דער אויבנגעזאָגטער הנהגה, ווערן בטל אַלע מניעות ועיכובים אינעם לעבן פון די זין און טעכטער — מ'ווערט געבענטשט מיט בני חיי ומזוני רויחי כפּשוטו ממש.

(משיחת חג השבועות, תשי"ז) שלח

זיי (עס איז דאָך געווען תלוי אין משה'ן, ווי ער זאָגט שלח לך — לדעתך), איז צוליב וואָס האָט ער מתפּלל געווען י־ה יושיעך מעצת מרגלים?

און אויב מען וועט זאָגן אַז כאָטש זיי זיינען געווען כשרים, פונדעסטוועגן האָט משה פאַרטראַכט טאָמער וועט עפּעס געשען, און מצד דעם האָט ער מתפּלל געווען פאַר יהושע'ן, איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס321האָט ער מתפּלל געווען בלויז פאַר יהושע'ן און ניט פאַר אַלעמען?

ב. עס שטייט אין גמרא)): כך אומנתו של יצר הרע היום אומר לו עשה כך ולמחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו עבוד עבודה זרה. די גמרא דערקלערט, ווי קומט עס אַז אַ איד זאָל עובר זיין אַן עבירה? אַ איד וועלכער איז מבני אברהם יצחק ויעקב און האָט אַ נשמה, וואָס נשמה שנתת בי טהורה היא אתה בראתה אתה יצרתה אתה נפחתה בי ואתה משמרה בקרבי, היינט ווי קומט עס ער זאָל עובר זיין אויף דעם ציווי פון זיין בורא? ענטפערט אויף דעם די גמרא, אַז כך אומנתו של היצר הרע, עס איז ניט מיט אַמאָל, נאָר עס איז ביסלעכווייז.

אין מצוות איז דאָך פאַראַן דער ענין פון הידור מצוה, און עס קאָן זיין — ווי די גמרא זאָגט — אַן אופן וואָס מען זאָל טאַקע מקיים זיין די מצוה און פונדעסטוועגן ניט יוצא זיין. איז צום אָנפאַנג קומט דער יצה"ר מיט דער טענה, וואָס עפּעס מוזסטו מקיים זיין די מצוה בהידור, זיי מקיים די מצוה סתם; נאָך דעם קומט דער יצר הרע און טענה'ט ער זאָל מקיים זיין די מצוה ווי מען איז יוצא על פּי הדחק; און אַזוי צוביסלעך באַקומט ער אַ נתינת מקום אים צו זאָגן ער זאָל עובר זיין אַן איסור.

אויב עס איז אַזוי אין יעדער מצוה פּרטית, אַז דורך דעם וואָס מען הויבט אָן מקיל זיין אין אַ מצוה ווערט שוין במילא אַ נתינת מקום צו עובר זיין אַן איסור, היינט מכל שכן אין מצות אהבת ישראל, וואָס דאָס איז דאָך דער יסוד כל המצוות, ווי דער ירושלמי)) זאָגט; אמר רבי עקיבא ואהבת לרעך כמוך זהו כלל גדול בתורה, איז אויב מען איז מקיל אין אהבת ישראל גיט עס אַ נתינת מקום להיפּך חס ושלום.

ג. וועגן אהבת ישראל דערציילט די גמרא*) אַז עס איז געקומען אַ גר צו שמאי און צו אים געזאָגט למדני כל התורה כולה על רגל אחת, דחפו באמת הבנין. ווען ער איז געקומען צו הלל'ן האָט אים הלל געזאָגט: דעלך סני לחברך לא תעביד, ואידך פּירושא הוא. איז דאָך אַ קשיא, וויבאַלד אַז הלל האָט אַזוי געזאָגט איז עס דאָך אַן ענין וועלכער איז אַזוי באמת לאמיתו, היינט פאַרוואָס האָט שמאי אים ניט געזאָגט די זעלבע זאַך?

נאָר דער ענין איז; אין עבודת והנהגת הצדיקים זיינען דאָ צוויי אופני עבודה, פאַראַן אַ הנהגה פון צדיקים ווי זיי זיינען פאַר זיך, אַ הנהגה פון קו הגבורות וואָס זייער ענין איז העלאה, און זיי האָבן ניט צו טאָן אין גשמיות העולם, ווי עס ווערט געבראַכט אין לקוטי תורהח) אַז זייער קיום המצוות איז ברוחניות, און אַזוי ווי ביי רשב"י בעת ער איז געווען אין דער מערה.

דאָס הייסט אַז די עבודה איז ניט פאַרן כלל. די צדיקים וואָס זיי זיינען דאָ למטה אַזוי ווי למעלה, פאַר זיי איז עס אַן ענין, אָבער אין וועלט האָט עס קיין אָרט ניט. ווי רשב"י322זאָגטח); אפשר אדם חורש וזורע תורה מה תהא עלי' כו', און די גמרא פירט אויס הרבה עשו כרשב"י ולא עלתה בידם.

אַזוי איז אויך בית שמאי, וואָס זייער עבודה והנהגה איז פון קו הגבורות, וואָס שמאי איז מלשון השם אורחותיו, אַלץ אָפּגעשאַצט, ווי עס שטייט אין לקוטי תורהז), איז פאַר זיי אַליין איז עס געווען אַ דרך, אָבער אין וועלט האָט עס קיין אָרט ניט, דערפאַר איז אין הלכה כבית שמאי, און נאָך מערער, בית שמאי במקום בית הלל אינה משנהח).

דערפאַר אַז עס איז געקומען דער גר צו שמאי'ן און געזאָגט למדני כל התורה כולה על רגל אחת, איז מצד שמאי'ס הנהגה וואָס איז געווען מצד קו הגבורות, אָפּגעטראָגן פון וועלט, האָט עס קיין אָרט ניט געהאַט, ודחפו באמת הבנין. אמת הבנין מיינט אַ מאָס. איז מצד מדידה והגבלה פון שמאי'ס בנין, דחפו, ווייל דאָרט האָט עס קיין אָרט ניט. בשעת ער איז אָבער געקומען צו הלל'ן, וואָס זיין ענין איז)בהלו נרו, חסד והמשכה, האָט ער אויך פאַר אים געפונען אַן אָרט, און האָט געזאָגט אַז דורך אהבת ישראל האָט מען כל התורה כולה.

ד. אַזוי ווי עס שטייט אין זהר210)) וועגן דריי צדיקים וואָס יעדער פון זיי איז געווען אין אַ דור וואָס איז געווען ניט ווי עס דאַרף צו זיין: נח, אברהם און משה. בדורו של נח בשעת המבול, האָט נח מתפּלל געווען בלויז פאַר זיך אַליין און פאַר זיינע בני בית, און וועגן דעם גאַנצן דור האָט ער ניט געטראַכט. מער ניט בשעת מען איז געקומען און מען האָט אים געפרעגט צוליב וואָס ער בויט די תיבה, האָט ער זיי דערציילט אַז דער אויבערשטער גייט ברענגען אַ מבול אויף דער וועלט, און האָט זיי גע'מוסר'ט. אָבער דאָס איז געווען בשעת מען איז געקומען צו אים, ער צו זיי איז דאָך ניט געגאַנגען, זאָגט אויף דעם דער זהר אַ שווערן וואָרט.

אברהם האָט ניט געוואַרט ביז מען איז צו אים געקומען, נאָר ויקרא שם בשם הוי'*) א־ל עולםיא), ער איז געגאַנגען צו אַלעמען ופירסם אלקות בעולם. אָבער פונדעסטוועגן אין וואָס איז באַשטאַנען זיין עבודה; אין מאַכן אַלעמען פאַר צדיקים, אָבער פאַר ניט קיין צדיקים האָט ער ניט געבעטן. בשעת עס איז געווען די גזירה אויף סדום האָט ער געבעטן דעם אויבערשטן; אולי יש גו' צדיקים בתוך העיר, אַז אויב ס'זיינען דאָ צדיקים, זאָל ער צוליב זיי ניט חרוב מאַכן די שטאָט, און בשעת מען האָט אים געענטפערט אַז קיין עשרה צדיקים זיינען ניטאָ, איז28)) ואברהם שב למקומו, ער האָט מער ניט געהאָט קיין טענות.

די הנהגה פון משה רעיא מהימנא,323איז אָבער געווען אַנדערש. בשעת די אידן האָבן געזינדיקט האָט משה רבינו געמאָנט ביי דעם אויבערשטן ער זאָל מוחל זיין אַלע אידן, אויך די רשעים. און ניט בלויז דאָס וואָס ער האָט זיך ניט געפירט ווי נח וואָס ער האָט מתפּלל געווען בלויז פאַר זיך ובני ביתו, נאָר אַדרבא, משה רבינו האָט געזאָגטיח) ; ואם אין — מחני נא מספרך אשר כתבת.

משה רבינו האָט זיך איינגעשטעלט פאַר אַלע אידן. און הגם אַז על פּי שכל, על פּי טעם ודעת האָט ניט קיין אָרט מתפּלל זיין פאַר אַ חוטא בעגל ובמזיד, דאָך האָט זיך משה רבינו איינגעשטעלט מיט אַ שטאַרקן ווילן און מסירת נפש וואָס איז העכער פון טעם ודעת, אויך פאַר זיי. און נאָר די הנהגה רופט אָן דער זוהר הקדוש נשמתא דאורייתא — שלימו כדקא יאות. און דאָס איז דער דרך נאָך מתן תורה, און דאָס איז אַ סימן פון אַ רעיא מהימנא.

אַ מנהיג הדור ובפרט נאָך מתן תורה שטעלט זיך איין פאַר אַלע אידן אַן אויסנאַם, צי עס האָט אָרט אין שכל צי ניט. ער שליסט ניט איין אין אַ תיבה זיך ובניו ואשתו ונשי בניו אתו, און די איבעריקע אידן — לא בעי רחמי עלייהו, וואָרום זיי זיינען דאָך כו', ובגין כך איקרון מי המבול על שמי'יד).

אַ רועה ישראל שטעלט זיך איין און מיט מסירת נפשו בפּועל פאַר אַ דור וואָס איז אַפילו אַ דור המרבר, וואָס אויף זיי זאָגט ר' עקיבא — הגם ער איז געווען אַן אוהב ישראל, און זאָגטי) ואהבת לרעך כמוך זהו כלל גדול בתורה — אַז אין להם חלק לעולם הבאי), איז אָבער משה רבינו דער רועה נאמן, שטעלט זיך איין אויך פאַר זיי, און בלייבט איבער אין מדבר צוליב זיי, ווי עס שטייט אין מדרשיז) כמו שנאמר צדקת הוי' עשה ומשפטיו עם ישראל, אַז משה רבינו איז איבערגעבליבן אין מדבר כדי מיטצונעמען דעם דור המדבר מיט זיך.

ה. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין וואָס משה רבינו האָט געבעטן פאַר יהושע'ן דווקא, ־ה יושיעך מעצת מרגלים, הגם פאַר די איבעריקע האָט ער ניט געבעטן.

אין חסידותיח) רעדט זיך אַרום דער טעם פאַרוואָס די מרגלים האָבן ניט געוואָלט אַריינגיין אין ארץ ישראל, וויילע זיי האָבן ניט געוואָלט פאַרנעמען זיך מיט גשמיות העולם. אין מדבר האָבן די אידן ניט געהאַט צו טאָן מיט גשמיות, וואָרום עס איז געווען לחם מן השמים, מים מבארה של מרים, און אַפילו די לבושים האָבן אויך די ענני הכבוד מנקה ומגהץ געווען *יח), דעריבער האָבן זיי ניט געוואָלט אַרויסגיין פון מדבר און גיין אין ארץ ישראל, און דאָרט האָבן צו טאָן מיט חרישה וזריעה, און בני אדם חורשים וזורעים.

פאַר זיי אַליין איז עס אפשר גע־324ווען גוט, ווי מען האָט גערעדט פריער אַז עס זיינען דאָ צדיקים וואָס זייער הנהגה איז מצד קו הגבורות, אָבער רועה הדור ומנהיגו, בכדי אויספירן די כוונה פון דירה בתחתונים, מוז מען האָבן דעם ביטול פון אַוועקלייגן זיך אָן אַ זייט און צוטראָגן זיך צו דעם דור.

דערפאַר האָט כלב ניט געהאַלטן מיט די מרגלים, ווייל כלב האָט געהאַט אין זיך דעם ביטול צו משה רבינו דעם מנהיג הדור, ווי עס שטייטי) ויהס כלב את העם אל משה, דמשה הוא בחינת ונחנו מ"ה, ביטול עצמי, ביטול במציאותכא), דערפאַר איז כלב — רוח אחרת היתה עמו.

און דאָס איז דער טעם וואָס משה רבינו האָט געבעטן פאַר יהושע דוקא, ווייל משה האָט געוואוסט אַז יהושע וועט זיין דער מנהיג הדור נאָך אים, וואָרום אלדד ומידד מתנבאים במחנה משה מת ויהושע מכניס את ישראל לארץ28)), דערפאַר האָט ער געבעטן אויף אים, י־ה יושיעך מעצת מרלים, אויך אַפילו ווען כשרים היו, ווייל אַ מנהיג הדור דאַרף זיין צוגעטראָגן צו אַלעמען.

(משיחת ש"פ שלח תשט"ו)

ו. עס שטייט אין מדרש אַז משה רבינו האָט געזאָגט צום אויבערשטן; וואָס איז די פּעולה פון דעם וואָס דו האָסט געגעבן די אידן תורה ומצוות, וויבאַלד אַז זיי געפינען זיך אין עולם הזה הגשמי והחומרי, קאָנען זיי דאָך פאַרגעסן אויף דער גאַנצער זאַך? האָט אים דער אויבערשטער געענטפערט: איך וועל זיי געבן די מצוה פון ציצית, וואָס דורך דעם וועלן זיי געדענקען אַלע מצוות, וואָרום „ציצית" באַטרעפט זעקס הונדערט, מיט די אַכט פעדים און מיט די פינף קשרים, איז דאָס תרי"ג, במילא דערמאָנט דאָס אויף אַלע מצוות, ווי עס שטייט28)) וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות הוי'.

אין פלוג איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק, וויבאַלד אַז די זאַך פון ציצית איז אויף דערמאָנען די מצוות, איז צו וואָס דאַרף מען אַ טלית? דער עיקר איז דאָך די ציצית וואָס זיי דערמאָנען אויף די תרי"ג מצוות כנ"ל, האָט מען דאָך געקענט נעמען די ציצית אַליין און צו וואָס דאַרף מען אַ טלית? נאָר דער פּשט אין דעם איז, אַז טלית איז מקיף, וואָרום עס איז דאָך ניט קיין מזון וואָס ער נעמט דאָס אַריין אין זיך, נאָר עס איז אַ לבוש וואָס עס רינגלט אים אַרום אויסווייניק, און ער קאָן דאָס ניט באַגרייפן. דאַרף מען וויסן אַז די תרי"ג מצוות וואָס זיינען מרומז אין ציצית קומען אַרויס פון טלית, ד. ה. פון אַ זאַך וואָס עס איז העכער פון שכל.

בשעת ער וועט נעמען די ציצית אַליין אָן אַ טלית איז דאָס קיין שום מצוה ניט און עס דערמאָנט אים אויף גאָרנישט, נאָר בשעת ער נעמט אָן די ציצית ווי זיי הענגען אַראָפּ פון טלית, ד. ה. אַז ער ווייס

326און אַנערקענט אַז די גאַנצע זאַך פון תורה ומצוות קומט פון אַ זאַך וואָס ער קאָן דאָס אינגאַנצן ניט באַגרייפן, דאַן איז דאָס אַ מצוה.

ז. צום סוף פּרשת ציצית שטייטד) אני ה' אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים. מען קאָן דאָך מאַכן אַ חשבון אַז דער דרך התורה איז אַ היפּך פון דרך העולם, מען מאָנט ביי אים ער זאָל היטן שבת און יום־טוב און מוסיף זיין נאָך דערצו מחול על הקודשיח) בשעת ער האָט קאָנקורענטן און „קאָמפּעטישאָן" פון גוים און להבדיל אידן ניט קיין שומרי שבת. מען מאָנט ביי אים אַז אויפשטייענדיק אינדערפרי זאָל ער *) די ערשטע זאַך דאַוונען און דערנאָך לערנען אַ שיעור, און ערשט נאַכהער קאָן ער גיין אין די ביזנעס; און זייענדיק שוין אין די ביזנעס מאָנט מען ביי אים אַז אין מיטן טאָג, בשעת דעם רעכטן קאָך פון ביזנעס, זאָל ער אַלץ אָפּלאָזן און גיין דאַוונען מנחה — וואָס דאָס איז דאָך דער גודל החביבות פון מנחה; און גאַכהער ביינאַכט מאָנט מען ביי אים ער זאָל דאַוונען מעריב און לייענען קריאת שמע שעל המטה; אויך מאָנט מען ביי אים ער זאָל זיין אָפּגעהיט פון גניבה גזילה אונאה והשגת גבול וואָס דאָס איז היפּך פון דרכי המסחר. ווערט דאָך ביי אים אַ שאלה, ווי קען ער זיך פירן על פּי תורה, בשעת דאָס האָט קיין שום אָרט ניט אין וועלט?

אויף דעם זאָגט ער אין סוף פּרשה ציצית, וואָס דער ענין פון ציצית איז למעלה מטעם ודעת כנ"ל, אַז בשעת מען רעכנט זיך ניט מיט קיין מדידות והגבלות פון טעם ודעת און מען איז מקיים מצוות למעלה מטעם ודעת, דאַן פירט זיך דער אויבערשטער מיט אים אויך למעלה מהגבלת הטבע. און דאָס איז אני ה' אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים — וואָס אַפילו איין עבד זאָל אַרויסגיין פון מצרים איז, כמאמר רז"לכ), געווען אוממעגלעך על פּי טבע, און דאָך זיינען אַרויס שש מאות אלף רגלי העם לבד נשים וטף, און אויך מיטן רכוש גדול, וואָס יעדער איד האָט געהאַט ניט ווייניקער פון תשעים חמורים וואָס האָבן געטראָגן כסף וזהבכא), וגם ערב רב עלה אתם, אַז אַפילו גוים האָבן דאָס אַנערקענט — וואָס דאָס אַלץ איז דאָך למעלה מהטבע לגמרי. און דאָס איז, בשעת אַ איד פירט זיך ניט על פּי הגבלת הטבע, דאַן איז אני הוי' אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים, אַז אויך מלמעלה איז מען אים משפּיע למעלה מדרך הטבע בבני חיי ומזוני רויחא.

(משיחת ש"פ שלח, תשי"ג)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-6vzjpvx1

Copies

Recent activity

#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · approved

Sources