Likkutei Sichos
Addenda - sichos 19
553ל"ג כעומר*
א. איצטער זיינען די ספירה טעג, און דער טאָג ל"ג בעומר טיילט זיי פאַנאַנדער; די טעג וואָס פאַר ל"ג בעומר און די טעג וואָס נאָך ל"ג בעומר. ל"ג בעומר אַליין איז אַ יום־טוב.
ב. די טעג פון ספירה בכלל און ל"ג בעומר בפרט, זיינען פאַרבונדן מיט רבי עקיבא און זיינע תלמידים.
וואָס האָט פּאַסירט מיט רבי עקיבא'ן? דערציילט אונז די גמראא), אַז בשעת רבי עקיבא האָט אָנגעהויבן לערנען, האָט ער ניט געוואוסט צי וועט ער מצליח זיין אין לערנען צי ניט. נאָך מערער — עס איז אים בכלל געווען שווער דאָס לעבן, ווייל ער איז געווען אַ גרויסער אָרעמאַן. ער האָט זיך אָבער אָפּגעלערנט פון טראָפּנס וואַסער און אַ שטיין: ניט קוקנדיק וואָס דער שטיין איז אַ האַרטער און די טראָפּנס וואַסער זיינען ווייכע, האָט ער געזען, אַז ווען די וואַסער־טראָפּנס פאַלן כסדר אויף דעם האַרטן שטיין, טאָג נאָך טאָג, וואָך נאָך וואָך און חודש נאָך חודש, צערייבן די טראָפּנס וואַסער דעם האַרטן שטיין. אַזוי אויך און נאָך זיכערער, ניט קוקנדיק וואָס עס ווייזן זיך אַרויס גרויסע שוועריקייטן צו ווערן אַ תלמיד־חכם, פונדעסטוועגן, אויב ער וועט אָנהויבן לערנען מיט אַ שטאַרקן ווילן און אַן אויפהער, טעג, וואָכן, חדשים און יאָרן, וועט ער סוף כל סוף אויספירן און ער וועט ווערן אַ מענטש וואָס קען לערנען. אַזוי איז עס טאָקע געווען, און רבי עקיבא איז געוואָרן איינער פון די גרעסטע תנאים. און נאָך מער, דערציילט די גמרא)) פריער איז רבי עקיבא געווען אַן אָרעמאַן, אָבער שפּעטער ווען ער האָט זיך אָפּגעגעבן נאָר אויף לערנען און ניט געטראַכט וועגן קיין זאַך, האָט אים דער אויבערשטער מצליח געווען און ער איז געוואָרן אַ גביר.
דאָס איז אַ מוסר השכל פאַר אַלע תלמידים וואָס גייען צו צום לערנען און עס דאַכט זיך זיי אויס, אַז עס איז זייער שווער, אָדער אַז עס איז אַ זאַך וואָס עס נעמט זיי ניט, און ווער ווייס צי זיי וועלן מצליח זיין אין לערנען, אָדער ווער ווייס צי עס וועט זיי אַרויסהעלפן אין לעבן;
לערנען און דערמאָנען אונז די ספירה טעג, וואָס זיינען פאַרבונדן מיט רבי עקיבא'ן, אַז אויב מ'וויל נאָר באמת לערנען, און מען טוט אין דעם מיט אַ פעסטן ווילן, איז מען זיכער, אַז מען וועט מצליח זיין אין לערנען, און נאָך דעם איז554מען מצליח אויך אין אַלע אַנדערע זאַכן, ווי ער זאָגט אין היינטיקער סדרה: אם בחוקותי תלכו, טייטשט רש"י, אַז איר וועט האָרעווען אין תורה, וועלן מקויים ווערן אין אייך אַלע ברכות, ווי ער רעכנט זיי אויס אין דער סדרה.
ג. דער לימוד פון רבי עקיבא'ס תלמידים איז;
אין רבי עקיבא'ס תלמידים זיינען געווען צווייערליי סוגי תלמידים, די תלמידים וואָס ביז ל"ג בעומר און די תלמידים פון ל"ג בעומר און ווייטער. ביידע האָבן געהאַט דעם זעלבן רבי'ן — רבי עקיבא'ן; ביידע האָבן געלעבט אין דער זעלבער צייט און אין די זעלבע אומשטענדן. פונדעסטוועגן, איז פון דעם ערשטן סוג תלמידים גאָרנישט געבליבן, מיר ווייסן אַפילו ניט זייערע נעמען. דער צווייטער סוג תלמידים — די תלמידים פון נאָך ל"ג בעומר — הגם זיי זיינען געווען פיל ווייניקער אין צאָל, האָבן זיי אויסערגעוויינלעך מצליח געווען, און זייער תורה און נאָמען שיינט און לייכט ביז היינטיקן טאָג און איז פאַראייביקט אויף אַלעמאָל*).
וואָס האָט מיטגעבראַכט דעם אונ־
טערשייד? דער צווייטער סוג תלמי־
דים האָבן זיך משתדל געווען, גע־
לייגט כחות און אַכט, אַז זיי זאָלן
ישראל, עס זאָל זיין שלום צווישן
זיי, כבוד פון איינעם צום צווייטן.
דאַקעגן די תלמידים פון ערשטן סוג
האָבן ניט געלייגט קיין אַכט אויף דעם, דערפאַר האָבן זיי אין לערנען אויך ניט מצליח געווען.
עס מאָנט זיך ביי תלמידים בכלל און בפרט ביי תלמידים וואָס לערנען תורה ביראת שמים, אין אַ חסידישער ישיבה, אַז זיי זאָלן וויסן און געדענקען, אַז עס ווענדט זיך אָן זיי אַליין; אויב זיי וועלן זיך משתדל זיין אויף לערנען תורה באהבת ישראל, לעבן בשלום וכבוד מיט אַ חבר און לערנען מיט אַ חבר, וועט זייער נאָמען זיין לכבוד ולתפארת פאַר דער ישיבה, און זיי וועלן אויסוואַקסן גוטע אידן און גרויסע אידן און זיין לכבוד ולתפארת פאַר דעם גאַנצן אידישן פאָלק.
ד. דער אויבערשטער זאָל אייך העלפן, איר זאָלט האָבן דעם פעסטן ווילן אויף לערנען תורה, און לערנען לויט דעם רצון פון דעם מייסד ומנהל הישיבה כ"ק מו"ח אדמו"ר זכר צדיק לברכה, אַזוי ווי ער האָט געוואָלט, און וואָס אויף דעם האָט ער געגעבן כוחות, דאַן קען מען זיין זיכער, אַז איר וועט מצליח זיין אין לערנען און מצליח זיין אין לעבן, און מען וועט זיך קענען באַרימען און זאָגן „ראו גידולים שגדלתי" — דאָס זיינען די פּירות פון אַזאַ חינוך און אַזאַ לערנען: זיי האָבן געלערנט ווי מען דאַרף, האָבן זיי מצליח גע־
ווען בכל.
דערצו, ווייזט ל"ג בעומר, וואָס דאַן
אַ נייער סדר פון שטאַרקן ווילן
צום לערנען, און לערנען מיט אה־
בת ישראל, וואָס דאָס איז פאַרבונדן
און אהבת התורה, און דאַן וועט555דער אויבערשטער, מידו המלאה והרחבה, געבן ברכה והצלחה, יעדערן פון אייך, אייערע עלטערן, און די אַרומיקע.
דער אויבערשטער זאָל העלפן עס זאָל זיין בהצלחה מרובה.
(שיחת ל"ג בעומר, תשי"ג, להתלמידים
הצעירים מישיבות תו"*) ת ואחי תמימים)
ה. מיר געפינען זיך איצט אין די טעג פון ספירה. די ספירה טעג פאַרבינדן פּסח — ווען אידן זיינען אַרויס פון גלות מצרים, און דערפירן צו שבועות, זמן מתן תורתנו, די צייט ווען אידן האָבן באַקומען די תורה פון אויבערשטן דורך משה רבנו.
אין די ביידע פּאַסירונגען — אין גלות מצרים און יציאת מצרים, ווי אויך אין קבלת התורה — דערציילן אונז אונזערע חכמים, אַז די קינדער האָבן געהאַט אַ ספּעציעלן זכות, און דורך זייער אויפפירונג האָבן זיי מיטגעבראַכט דעם זכות פאַרן גאַנצן אידישן פאָלק.
די דערציילונגען פון תורה זיינען ניט נאָר אַ דערציילונג אַליין, נאָר דאָס איז אויך אַן אָנווייזונג, אַז אַזוי דאַרף מען זיך אויפפירן אין די קומנדיקע יאָרן און דורות, וואָס דורך דער אויפפירונג וועלן די קינדער ברענגען גליק אויך פאַר זייערע עלטערן, משפּחות און פאַרן גאַנצן אידישן פאָלק.
ו. גלות מצרים איז געווען איינער פון די שווערסטע גלות'ן, און אין אים — גלות מצרים — זיינען געווען ספּעציעלע גזירות אויף אידישע קינדער, ביז עס זיינען געווען צייטן וואָס מען האָט גע'הרג'ט, ר"ל, אידישע קינדער. פונדעסטוועגן האָבן אידן זיך ניט אָפּגעשראָקן, ניט די קינדער און ניט די עלטערן, און זיי האָבן פאָרגעזעצט דעם לערנען תורה ביי שבט לוי — די ראשי ישיבות און מלמדים (טיטשערס) — אין יענעם דור.
און דערנאָך זיינען אָט די קינ*) דער געווען די ערשטע וואָס האָבן דערקענט דעם אויבערשטן)), בשעת מען איז אַרויס פון מצרים און געקומען צום ים סוף, וואָס דערמיט האָט זיך פאַרענדיקט יציאת מצרים.
און אַפילו זייענדיק אין גלות, איז אויך דעמאָלט — האָבן די קינדער ניט פאַרגעסן אויפן „פּקד פּקדתי", אַז אין גיכן וועט קומען די צייט אַז דער אויבערשטער וועט זיי אַרויסנעמען פון גלות. און דערפאַר דאַרף מען זיך גרייטן דערצו, דורך לערנען דעם אויבערשטנס תורה און אויפפירן זיך לויט די מצוות וואָס ער האָט אָנגעזאָגט.
ז. אויך שבועות, זמן מתן תורתנו, אויך אין דעם האָבן די קינדער געהאַט אַ גרויסן זכות און מיטגעבראַכט דעם זכות צום גאַנצן אידישן פאָלק.
ווען אידן האָבן געדאַרפט מקבל זיין די תורה, האָט דער אויבערשטער געפרעגט מיט וואָס קען מען זיין זיכער אַז מען וועט שעצן און היטן די תורה אַזוי ווי דער אויבערשטער וויל?
האָבן אידן געענטפערט, אונזערע קינדער וועלן זיין אונזער ערבות, זיי וועלן פאַר אונז גאַראַנטירן אַז556זיי און מיר וועלן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.
און דורך דער ערבות האָט דער אויבערשטער מסכים געווען צו געבן די תורה פאַר אַלע אידן
ח. און דאָס איז אויך די אָפּלערנונג פון דעם אויף אונזערע צייטן;
בחסד ה' געפינען מיר זיך דאָ אין אַ סך אַ לייכטערן גלות ווי ס'איז געווען דעמאָלט. ס'זיינען ניטאָ אַזוינע מורא'דיקע גזירות פון הרג'ענען, ר"ל, אידישע קינדער. אָבער פונדעסטוועגן געפינען מיר זיך דאָך אין גלות, און דערפאַר זיינען דאָ די שוועריקייטן וואָס אידן האָבן אויף אויפפירן זיך ווי אַ איד דאַרף זיך אויפפירן.
דאַרפן קינדער ניט פאַרגעסן אַז מיר האָפן טא־טעגלעך אויף דער אמת'ער גאולה, און דערפאַר דאַרף מען זיך גרייטן צו איר דורך לערנען תורה מיט התמדה און שקידה און דורך היטן די מצוות וועלכע זיינען אונז איבערגעגעבן געוואָרן דורך דער תורה.
ט. אין ספירה אַליין, געפינען מיר זיך איצטער אין דעם דריי און דרייסיקסטן טאָג — ל"ג בעומר.
דער טאָג פון ל"ג בעומר איז פאַרבונדן מיט ר' שמעון בן יוחאי, איינער פון די גרעסטע תנאים וואָס זיינען געווען ביי אידן. און אין דעם טאָג — ל"ג בעומר — האָט ער געלערנט און אַנטפּלעקט פון די טיפסטע ענינים פון תורה, און האָט עס איבערגעגעבן צו זיינע תלמידים, און דורך זיינע תלמידים צו אַלע אידן.
און ר' שמעון בן יוחאי האָט געזאָגטח), אַז אַזוי וועט אויך זיין אין דעם דור וואָס עס וועט זיך ענדיקן דער גלות און עס וועט קומען משיח, אַז אין דעם דור וועלן ניט נאָר דערוואַקסענע נאָר אויך קינדער לערנען די טיפסטע ענינים אין תורה, און דורך דעם וועלן זיי ברענגען די גאולה האמתית.
י. און דאָס איז די אָנווייזונג פון ספירה בכלל און פון ל"ג בעומר בפרט, ספּעציעל פאַר קינדער:
קינדער דאַרפן וויסן אַז אין זיי הענגט אָפּ דער גליק און די גאולה פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק. ווען קינדער וועלן זיך אויפפירן אַזוי ווי אידישע קינדער דאַרפן זיך פירן, אין לימוד התורה וקיום המצוות, פאָלגן עלטערן, מלמדים און ראשי ישיבות, און באַווייזן אַ ביישפּיל פאַר אַלע חברים וואָס אַרום זיך,
אָט די אויפפירונג וועט ברענגען *) די גאולה פאַר זיי און פאַרן גאַנצן אידישן פאָלק,
אַז גאָר אין גיכן וועט קומען משיח צדקנו, און וועט אונז אַלעמען, בתוך כלל ישראל, אַרויסנעמען פון גלות און פירן לארצנו הקדושה במהרה בימינו אמן.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-6pbesjbx