לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ט
479אדר
ברוקלין, נ. י.
צו אַלע אַנטיילנעמער אין דער יערלעכער
מסיבה פון די „נציבי הישיבה" תומכי
תמימים ליובאוויטש אין מאָנטרעאָל,
ה' עליהם יחיו
עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה, אַז די יערלעכע מסיבה איז באַשטימט געוואָרן אויף ט' אדר שני, דער היסטאָרישער טאָג ווען כ"ק מו"ח אדמו"ר איז אָנגעקומען אין אַמעריקע מיט 33 יאָר צוריק.
ווי באַקאַנט, האָט דער רבי דער שווער, תיכף ביים אָנקומען, דערקלערט, אַז ניט צוליב זיך איז ער געקומען, נאָר אַז די השגחה עליונה האָט אים געבראַכט צו באַטרעטן די אַמעריקאַנער ערד, „כדי, בעזר השי"ת, צו מאַכן אַמעריקע פאַר אַ מקום תורה ביראת שמים, ברוח תומכי־תמימים ליובאוויטש"
נאָך די אַלע יאָרן וועלכע זיינען דורכגעמאַכט געוואָרן זינט יענעם טאָג, איז זיכער פּאַסנד צו מאַכן אַ חשבון, וואָס ס'איז אויפגעטאָן געוואָרן. און זיכער איז דאָ פון וואָס צו זיין צופרידן.
אָבער צוזאַמען דערמיט, אַרומקוקנדיג וואָס עס טוט זיך אַרום זיך, און וויפל אידישע קינדער און יוגנטלעכע בלאָנדזשן נאָך אַרום אין דער פינצטער, וואַרטנדיג אַז אימיצער זאָל צו זיי אַויסשטרעקן אַ האַנט און אַרויספירן פון דער פינסטערניש צו דער ליכטיקייט פון תורה ומצות, שאַפט זיך דער פאַרדריסלעכע געפיל, אַז ניט קוקנדיג אויף אַלע דערגרייכונגען, האָט מען דאָ געקענט אויפטאָן נאָך מער. און דאָ קען איינפאַלן אַ פּסול'ער געדאַנק: „וואָס געווען איז געווען, פאַרפאַלן. לאַמיר יעדנפאַלס להבא זען, אַז יעדער טאָג זאָל אויפטאָן דאָס זייניגע".
איז אָבער באַ אידן ניטאָ אַזאַ זאַך ווי „פאַרפאַלן". און דאָס דערמאָנט אונז ספּעציעל דער (היינטיקער) עיבור־יאָר, בפרט אַז מיר געפינען זיך אין דעם עיבורחודש.
דער ענין פון דעם עיבור־יאָר איז צו ממלא זיין דעם חסרון פון דעם לבנה יאָר (דער יסוד פון אונזער לוח) לגבי דעם זון־יאָר, כדי אונזערע ימים טובים זאָלן אויספאַלן אין זייער ריכטיקער צייט (פּסח אין פרילינג, וכו'). אָבער אין דעם איז480אויך דאָ די אָנווייזונג, אַז אַ איד דאַרף ממלא זיין דאָס וואָס ער האָט פאַרפעלט אין דעם פאַרגאַנגענער צייט.
נאָכמער, פּונקט ווי אין פאַל פונם עיבור־יאָר, ווען עס קומט צו אַ גאַנצער חודש, איז דאָס ניט נאָר ממלא דעם חסרון פון די פריערדיגע יאָרן, נאָר אויך מיט אַ הוספה אויפן חשבון פון די קומענדיגע יאָרן, אַזוי דאַרף אַ איד באַמיען זיך ניט נאָר ממלא צו זיין וואָס ער האָט פאַרפעלט — ניט וויכטיג וואָס די סיבות זיינען געווען און ווי באַרעכטיגט זיי זיינען געווען, נאָר מיט אַ צוגאָב אַלס אַן „אדערויף" אויף דער צוקונפט.
איך וויל האָפן, און בין זיכער, אַז דער אָפּרוף פון אַלע אַנטיילנעמער, בפרט פון די געערטע נציבים און עסקנים, שיחיו, וועט י־יאָר זיין אַ ספּעציעל וואַרעמער כדי צוזאַמען מיט דער ישיבה קענען דורכפירן בפּועל ממש די הוראה פונם עיבוריאָר, ווי אויבנדערמאָנט.
זייט אַלע באַגריסט, און געבענטשט פון השם יתברך מיט גרויס הצלחה, סיי אין דער אונטערנעמונג און סיי בכלל, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.
6
. . . והרי נמצאים אנו בחדשי אדר, ונקודתם ימי הפורים, חדש הצלחה ליהודים בכל עניניהם.
ולהעיר אשר כמובן מחז"ל (מגילה יג, ב. ועוד) נס פורים תלוי הי' בזה, שבאדר נולד משה רבנו, והוסיפו רז"ל ביאור, שהיתה אז השנה מעוברת, והי' זה באדר ראשון, (סוטה יב, ב* .
וידוע פירוש האריז"ל על הכתוב, והימים האלה (כשהם) נזכרים (הרי הם גם) ונעשים.