Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 11
671אָן זייער ג־טלעכן יסוד און קראַפט, קען דער מענטשלעכער פאַרשטאַנד, מצד אייגן־ליבע, זיי אַזוי צעדרייען, ביז אַז אַן עבירה ווערט אויסגעטייטשט גאָר אַלס אַ „מצוה". אויסטייטשנדיק די געבאָטן פון „לא תרצח" און „לא תגנוב" פון שטאַנדפּונקט פון אייגענער גונסט, האָבן פיל פעלקער פון דער וועלט און פיל יחידים גע'כשר'ט זייערע אַבשויליכע צוועקן, שוין אפגערעדט פון בערעכטיגן די מיטלען, ווי צו צוקומען צו דעם צוועק — ווי ס'איז, צו אונזער באדויערן, קלאָר באוויזן געוואָרען — און ספעציעל אין די גאָר לעצטע יארן.
אויב אפווארפנדיק, אָדער אפילו אפטיילנדיק, דעם „אנוכי" און „לא יהי' לך" פון „לא תרצח" און „לא תגנוב", האָט מען ניט געקענט אויסהיטן די מענטשהייט פון רציחה און גניבה אויפן ברוטאַלסטן אופן, איז דאָך געוויס אַז מען קען ניט אויסהיטן פון „לא תרצח" און „לא תגנוב" אין אן „איידעלערן" אופן, ווי שפיכת־דמים דורך המלבין פני חברו, און גניבת־דעת אד"ג.
די עשרת הדברות אונטערשטרייכן, און די דערפארונג האָט עס מערמאלט באַשטעטיקט, אַז אַפילו די איינפאַכסטע געזעצן פון מאָראַל און עטיק מוזן האָבן דעם גטלעכן יסוד פון אנוכי און לא יהי' לך — און נאָר דאַן האָבן זיי אַ קיום.
דאָס אויבנדערמאנטע איז אויך דער הויפט צוועק און די אויפגאַבע פון חינוך על טהרת הקודש איינצופלאנצן אין אונזערע קינדער זייער דרך חיים לויט דער תורת חיים — אַ לעבנס־וועג, אין טג־טעגלעכן לעבן, אויפן פעסטן באדן פון תורה און מצוות, וועלכע גיבן דעם אמת'ן אינהאַלט אין לעבן און זיינען צוגלייך דער לעבנסקוואל פון יעדער אידן און פון אַלע אידן . . .
בכבוד ובברכה
ם ש פ ט י ם
ברוקלין, נ. י.
. . עס איז אַ מנהג ישראל צו פאַרבינדן די געשעענישן פון דער וואָך מיט די עניני דיומא פון דער סדרה פון דער וואָך, לויט דעם באַרימטן וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ן בעל התניא והשלחן־ערוך, וואָס מיר האָבן מערערע מאָל געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אַז מ'דאַרף לעבן מיט דער פרשה פון דער וואָך. איז דאָס פיל־באַדייטנד וואָס די פרשה ואלה672המשפטים פון דער וואָך ענטהאַלט אייגנטלעך ס'רוב אַזעלכע מצוות, וואָס לכאורה דאַרף מען גאָר ניט אָנקומען דוקא צו מתן תורה, וואָרום דער נאָרמאַלער שכל פון אַ נאָרמאַלן מענטשן פאָדערט און באַרעכטיקט זיי. נאָר דאָס איז אַן אָפּלערע און אָנווייזונג אויף אַלע צייטן און אַלע ערטער, אַז אפילו די איינפאַכסטע זאַכן וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט יושר און שכל האָבן בלויז דאַן אַ ווירקונג אויף דעם מענטשן און פאַרהיטן אים פון יצר לב האדם רע מנעוריו — אויב זיי זיינען באַזירט אויף „נעשה ונשמע" פון קבלת התורה, דאָס הייסט, אויף דעם געפיל פון אמונה און קבלת עול פון דעם אויבערשטן, רבון כל העולמים, אַז דאָס זיינען זיינע געבאָטן און דעריבער מוז מען זיי פאָלגן; אָן דעם קען מען זיך ניט פאַרלאַזן אויף דעם מענטשלעכן שכל און יושר. די דערפאַרונג האָט געוויזן, אַז וואו עס פעלט דער יסוד פון אמונה און רעליגיעזע דערציאונג, גייט דער מענטש ר"ל גאָר אָפט אַראָפּ פון דרך הישר און טוט זאַכן וואָס זיינען דער היפך פון יושר און אפילו דער היפך פון שכל . . .
דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז אייער שול זאָל אויך ווייטער, לאורך ימים ושנים, געניסן פון דער אָנפירערשאַפט פון אייער חשוב'ן רב און מנהיג דער פארברענגער פון אמונה און תורה־געזעצן צווישן אייערע מתפללים און חברים, וכמו שנאמר, המשפטים אשר תשים לפניהם, פאַר זייער גייסטיקער און מאַטריעלער טובה, ווי אויך פאַר זייערע בני בית שיחיו.
בכבוד וברכה
ברוקלין, נ. י.
. . . והרי האמור הוא גם מענינא דיומא, פרשת השבוע וראשיתה, ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, להראות פנים וכו' ובלשון רבנו הזקן (הלכות ת"ת סוף פרק ג') עד שיבינו (התלמידים) עומק ההלכה בטעמה היטב לשום לפניהם טעם המיישב תלמודם ומשימו בלבם וכו',
ויהי רצון שיקוים בהתלמידים והמשימים לפניהם, גם פירוש רבנו הזקן, בספרו תורה אור על הכתוב האמור, לפניהם — לפנימיותם.
אשר בהאמור מתורץ ג"כ — התמי' לכאורה, דהרי בודאי חיוב השימה לפניהם הוא בכל לימודי תורתנו, ובעיקר זקוקים לציווי האמור דוקא בחלק החוקים ולא בהמשפטים כלשון הכתוב, שהרי מצות השכליות בנקל יותר להבינם בטעם המיישב תלמודם, ולא בהענינים עליהם נאמר, חקה חקקתי גזירה גזרתי ואין לך רשות להרהר אחריהם.
673וע"פ פירוש הפנימי, בפנימיות התורה, שבדורנו נתגלתה בתורת החסידות, שימה בפנימיות הנפש, מתורץ בפשטות, כי מצות השכליות המובנות ומושגות בטוב טעם ודעת, אין מעוררות כ"כ פנימיות הנפש ומתקשרות עמה, משא"כ חוקים וגזירות, ולכן צריך לכתוב שגם בהמשפטים צריכה להיות השימה בפנימיות.
ועפ"ז מתורצת עוד פליאה, על שתחלת המשפטים הוא בדין קניית עבד עברי הנמכר בבית דין בגנבתו, שלכאורה גם זה אינו מובן כלל וכלל, כי למה להתחיל בגנות שעבר על מצות ה' ועד כדי כך שאין לו לשלם הגניבה וטרם למדנו כמה על הגנב לשלם. ואינו נוהג אלא בזמן שהיובל נוהג וכו'.
וע"פ האמור מובן גם זה, כי ההשתדלות שתהי' השימה דתומ"צ לפנימיות הנפש, ה"ז השתדלות הקשורה ביגיעת נפש ויגיעת בשר, כי אף שמורא בו"ד על כל אחד לא כן הוא במורא שמים וכדברי ר"י בן זכאי, לואי שיהא מורא שמים וכו' (עיין תניא קדישא פרק מא') — שלכן הרוח שטות הנכנסת באדם לפעמים, — פועלת וגונב דעת של מעלה, אף שמורא בו"ד עליו, שבזה גרעון הגנב לגבי הגזלן כדברי ריב"ז בזה (ב"ק עט, ב).
וזוהי ההתחלה תיכף לאחרי זמן מתן תורה וכסדר הכתוב, סור מרע, שהבי"ד ראשי אלפי ישראל (עיין תניא רפמ"ב) יסייע לזה שגנב, אשר שש שנים יעבוד, ששת ימי החול, שית אלפי שנין דהוא עלמא, וביום השביעי יצא לחפשי, שבת, מנוחה לחיי העולמים, (עיין שם בתו"א).
בברכח
פ
ת ר ו מ ה
ב"ה, עשירי באדר ראשון, ה'תשכ"ב
ברוקלין, נ. י.
מאשר הנני קבלת מכתבו.
ובעמדנו בפרשת השבועיות בהם מסופר ע"ד הציווי על בנין המקדש, ולאחרי זה ע"ד הקמתו בפועל.
והתחלת הציווי בזה, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, שבזה גם מבוארת התכלית, ושכנתי בתוכם, וכביאור חכמנו ז"ל, ושכנתי בתוכו לא נאמר, אלא ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד מישראל.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-1nh59a5e