Likkutei Sichos
Addenda - sichos 9
489עס שטייט כתית למאור. דישראל נמשלו לזית, מה הזית הזה כשמכתשין אותו מוציא שמנו, כך ישראל וכו'.
דער גלות דוקא איז אַ הכנה למתן תורה.
אַזוי איז געווען בגלות מצרים און אַזוי — דער גלות. נאָר דעמאָלט, אחרי גלות מצרים, איז נתגלה געוואָרן גליא שבתורה, און איצטער וועט מען צוקומען צום מאור אַליין, צום מאור שבתורה, כתית — למאור, וואָס דאָס האָט מען דורך פּנימיות התורה.
און בשעת מען גיט גאָרניט נאָך, איז הגם אַז מען געפינט זיך נאָך טאַקע דערוויילע אין גלות, ניט אין ארץ ישראל, ווייל אַזוי איז מצד הכוונה העליונה, איז אָבער פאַראַן דער ואכלו את חלב הארץ, מען האָט נאָר דעם ענין הגלות, וואָס מען איז ניט אין ארץ ישראל, עס איז אָבער ניטאָ דער ענין השיעבוד.
א. החודש הזה לכם ראש חדשים, זאָגט ער אויף דעם אין של"הא), אַז דער גאַנצער חודש (ניסן), יעדער טאָג פון אים, איז ווי ראש חודש. אַזוי ווי ראש חודש איז ניט קיין יום המעשה, אַזוי איז אויך דער גאַנצער חודש ניסן. און דער של"ה איז מבאר; די ערשטע צוועלף טעג
בשעת עס איז דאָ אַ דבר המבלבל צו רוחניות, אַ גזירה רח"ל, זיינען פאַראַן אין דעם צוויי דרכים:
איין דרך איז, אַז מען זאָל אַביסל נאָכגעבן דעם מנגד, דורך דעם וועט זיך יענער אָפּטשעפּען.
דער צווייטער דרך איז, — ניט נאָכגעבן אויף קיין האָר.
זעט מען פון דער היינטיקער סדרה, אַז בשעת מען גייט מיט דעם וועג פון נאָכגעבן, קריכט מען אַריין אַלץ ווייטער און ווייטער, און מען הויבט אָן מבלבל זיין צו נאָך ענינים. נאָך מערער, דורך דעם ווערט אַ שיעבוד אויך אין גשמיות.
לאידך גיסא, אַז מען גייט מיט דעם צווייטן וועג, אויף גאָרנישט נאָכגעבן, ווערט מען פּטור פון דעם גאַנצן ענין, און מען איז מצליח ניט נאָר אין רוחניות נאָר אויך אין גשמיות.
זיינען געווען די קרבנות הנשיאים, וכל נשיא הי' עושה יום טוב באותו יום. י"ג ניסן איז דער אסרו חג פון די י"ב ימים. י"ד ניסן צינדט מען אָן דעם נר הוי' נשמת אדם ובודקין את החמץ, דערנאָך גייען די זיבן טעג פּסח, די שבעת ימי ההיקף.
דער ביאור אין דעם איז
ראש חודש איז דאָך דער ענין המולד, וואָס אין דעם זיינען דאָ צוויי490נקודות; איין נקודה איז — תכלית ההעלם וואָס איז געווען פאַר דעם מולד, און דערנאָך די נקודת המולד.
ב. אין דער עבודה פון אידן וואָס נמשלו ללבנהח), זיינען אויך פאַראַן די צוויי נקודות:
בשעת ער איז זיך מתבונן במעמדו ומצבו, אַז אַפילו אויב ער האָט געלערנט און מקיים געווען מצוות ובאהבה רבה, אָבער ער איז דאָך עומד לפני המלך, ומאן דמחוי במחוג קדם מלכא וכו'ח), איז דאָך ניט נאָר וואָס דאָס איז ניט קיין עבודה, נאָר אדרבה,
ווערן ביי אים דעמאָלט צוויי נקודות. אַ נקודה פון ביטול בתכלית, און עס הויבט זיך ביי אים אָן אַ נייע עבודה, און דאָס איז דער ענין פון ראש חודש אין עבודה, וואָס בכללות איז דאָס די עבודה פון תשובה, — אסורה מכאן אתקרב לשם*
דורך דער עבודה פון תשובה ברענגט מען דאָך די גאולה, אַזוי ווי ער פּסק'נט אין רמב"םח), ישראל שעושין תשובה מיד נגאלין. און ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין אגרת התשובהח) בענין ברכת השיבנו, אַז באַלד נאָך ברכת השיבנו וסלח לנו זאָגט מען ברכת גאלנו.
דערפאַר שטייט אויף ראש חודש, אַז דער אויבערשטער זאָגט, הביאו עלי כפּרה שמיעטתי את הירחט). מיעוט הירח איז כידוע די סיבה אויפן חטא עץ הדעת, דער מקור פון אַלע חטאים, וואָס דאָס איז די סיבה פון גלות — מפּני חטאינו גלינו. ראש חודש נעמט אַראָפּ דעם ענין פון מיעוט הירח ובמילא אויך די סיבת הגלות.
ג. ראש חודש, דער ענין פון תשובה, נעמט אַראָפּ דעם גלות און ברענגט די גאולה.
און דאָס איז דער ענין וואָס ער זאָגט אין של"ה, אַז דער כללות חודש פון ניסן איז אַן ענין פון ראש חודש. ווייל בניסן איז דאָך די עבודה פון ביעור חמץ, אַראָפּנעמען די ישות והתנשאות און פּועל'ן ביי זיך דעם ענין הביטול, וואָס דאָס איז דער ענין פון תשובה, און מצד דעם איז בניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל
ד. לכאורה איז אַ קשיא, פאַרוואָס ווערט ער אָנגערופן ראש חודש און ניט תחלת החודש? די זעלבע קשיא איז פאַראַן אין חסידות)) אויף ראש השנה, פאַרוואָס ווערט ער אָנגערופן ראש השנה און ניט תחלת השנה? און דער תירוץ וואָס שטייט אין חסידות אויף ר"ה איז דער זעלבער תירוץ אויך אויף ר"ח.
דער טעם פאַרוואָס מ'רופט ראש השנה, און ניט תחלת השנה, שטייט, ווייל ר"ה איז ניט נאָר דער אָנפאַנג פון יאָר, נאָר אויך דער קאָפּ פון יאָר, וואָס דערפאַר רופט מען דאָס ראש השנה.
אַזוי ווי די קאָפּ איז כולל אין491זיך פון פריער דעם חיות פון אַלע אברים, אויך נאָך דעם ווי דער חיות האברים ווערט נמשך פון דעם ראש, איז דאָס נאָך אַלץ פאַרבונדן מיט דעם חיות פון ראש און מוחי), אַזוי איז אויך ראש השנה כולל אין זיך דעם חיות פון אַלע טעג פון דעם קומענדיקן יאָר, און אויך שפּעטער ווען זיי ווערן שוין נמשך דאַרפן זיי אַלץ זיין פאַרבונדן מיט זייער קאָפּ — ראש השנה.
די טעג פון דעם גאַנצן יאָר זיינען פאַרבונדן מיט ראש השנה, ד. ה. אַז אין דעם גאַנצן יאָר דאַרף זיך הערן די התעוררות אין וועלכער ער איז געשטאַנען ר"ה, ובפרט אין דעם ענין פון קבלת עול, וואָס דאָס איז דער ענין פון ר"ה שמצות היום בשופר, ואמרו חז"ל41)) אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם כו' ובמה בשופר. ומלך — שתהא אימתו עליך.
אַזוי איז אויך דער טעם וואָס מ'רופט ראש חודש און ניט תחלת החודש. ווייל ראש חודש איז ניט נאָר דער אָנפאַנג פון חודש נאָר אויך דער קאָפּ פון חודש.
ראש חודש איז כולל אין זיך דעם חיות פון גאַנץ חודש, און אויך נאָך דעם זיינען די טעג פון חודש מקבל חיות פון ראש חודש.
ה. הגם אַז ראש חודש איז אַ טאָג וואָס איז מותר במלאכה, פונדעסטוועגן געפינט מען אין תנ"ך28)) אַז ראש חודש רעכנט זיך ניט צווישן די איבעריקע ימי המעשה. ער רעכנט זיך באַזונדער.
דער טעם דערפון איז, ווייל הגם ראש חודש איז מותר במלאכה, ניט אַזוי ווי שבת און יום טוב, און אין אים זיינען פאַראַן אַלע עובדין דחול, פונדעסטוועגן איז ער ניט גלייך צו אַלע ימי החול, וכמעלת יצירה, או גם בריאה, לגבי עשי'יח).
ו. דער לשון וועגן עשיית מלאכה אין ששת ימי החול איז, ששת ימים תעבוד, וואָס דער לשון תעבוד איז אויך אַ לשון פון ציווי. הגם אַז דער פּירוש הפּשוט איז אַז מ'מעג טאָן מלאכה, אָבער אין חסידות שטייט ווי עס איז משמע פון לשון הפּסוק, אַז אין די ששת ימי החול דאַרף מען טאָן מלאכהיד), אויך איז משמע קצת אַזוי פון לשון מדרש רבהיח) ולעבדה ששת ימים תעבוד כו'.
דער טעם חיוב המלאכה אין ששת ימי החול איז ווייל דורך התעסקות במלאכה על פּי תורה פּועל'ט מען למעלה דעם ששת ימים עשה הוי', ד. ה. אַז דורך דער התעסקות אין ששת ימי החול ווערט נמשך די הארה אלקית להוות ולהחיות העולמות ווי זי איז מלובש אין טבע.
שבת איז אסור במלאכה, ווייל שבת איז העכער פון דעם ששת ימים עשה הוי'. שבת איז מאיר די הארה אלקית ווי זי איז ניט מלובש און פאַרשטעלט אין לבושי הטבע. מער ניט וואָס טבע אַליין נעמט זיך דאָך מלמעלה מן הטבע איז דערפאַר —492איז וואָס איז מלאכה, דוקא אַן ענין וואָס חשיבא במשכן.
די מעלה פון ראש חודש אויף די איבעריקע ימי החול, איז אין דעם וואָס דעמאָלט איז טבע העכער. ראש חודש זאָגט מען הלל, מ'איז מקריב אַ קרבן מוסף, וואָס דאָס איז אַ תוספות על כל הימים.
ראש חודש איז בפּרטים ידועים אַ ממוצע צווישן שבת און ימי החול. שבת איז די הנהגה שלמעלה מהטבע, ימי החול איז די הנהגה שעל פּי הטבע, ראש חודש דאַרף מען אַריינטראָגן דעם למעלה מהטבע אין טבע.
ז. דערמיט קען מען אויך מבאר זיין דאָס וואָס מ'זאָגט ראש חודש הלל. אַלע טאָג זאָגט מען ניט קיין הלל, אדרבה די גמראיח) זאָגט כל האומר הלל בכל יום הרי זה מחרף ומגדף, שבת זאָגט מען אויך ניט קיין הלל; ראש חודש זאָגט מען הלל.
אין הלל רעדט זיך דער אופן פון הנהגה ניסית, וואָס דערפאַר איז אַלע טאָג זאָגט מען ניט קיין הלל, ווייל עס דאַרף זיין די הנהגה על פּי טבע, וברכך הוי' אלקיך בכל אשר תעשה דוקא, ולא סמכינן אניסא. שבת זאָגט מען אויך ניט קיין הלל, ווייל שבת איז לא תעשה כל מלאכה. מי שטרח בערב שבת איז יאכל בשבת בדרך ממילא.
אָבער ראש חודש וואָס ער איז דער ממוצע צווישן שבת און ימי החול, זאָגט מען דעמאָלט הלל, און מען בעט דעם אויבערשטן אויף אַריינטראָגן די הנהגה שלמעלה מהטבע אין די מלאכות ועובדין דחול27)).
ח. בפּרטיות רעדט זיך אין חסידות באריכות אַז ס'איז פאַראַן אַ מעלה אין ראש חודש לגבי שבת און אין שבת לגבי ראש חודש.
די מעלה פון שבת לגבי ראש חודש איז וואָס ראש חודש איז מותר בעשיית מלאכה און ס'איז פאַראַן אין אים עובדין דחול, און שבת איז אסור בעשיית מלאכה ווייל שבת איז העכער לגמרי פון חול.
דאָס גופא — אָבער — איז די מעלה פון ראש חודש, וואָס איז מותר בעשיית מלאכה אַז מ'טראָגט אַריין די הנהגה ניסית אין די עובדין דחול דוקא. עס זעט זיך אַן עובדין דחול אָבער בנסתר איז נס.
דערפאַר איז אויך אמירת הלל בר"ח און דער איסור עשיית מלאכה בראש חודש ביי נשיםיח), אַן ענין פון מנהג (באמת דערלאַנגט מנהג טיפער על דרך ווי עס רעדט זיך אין דעם ענין פון מנהג ההקפות). מה שאין כן יום טוב וחנוכה איז מדינא זאָגט מען הלל, ווייל דעמאָלט האָט זיך געזען נס.
ט. די מעלה פון ראש חודש לגבי שבת קען מען מבאר זיין על דרך ווי די מעלה פון פּורים לגבי די שלש רגלים. וואָס דערפאַר איז דער אופן פון שמחת פּורים עד דלא ידעי, וואָס מ'געפינט דאָס ניט אין קיין יום טוב, כאָטש מצותן בשמחה. אדרבה, ביום טוב לא ימשיך ביין ובשמחה וכו'יט).
493די גמראכ) פרעגט פאַרוואָס זאָגט מען ניט פּורים קיין הלל און איינער פּון די תירוצים וואָס די גמרא ענטפערט איז, אכתי עבדי דאחשורוש אנן.
דער פּשט פון דעם תירוץ איז, אַז דער נס פון פּורים איז געווען מלובש אין טבע, מ'האָט געדאַרפט בעטן און פּועל'ן ביי אחשורוש'ן ער זאָל אַראָפּנעמען די גזרה, און אויך נאָך דעם איז מען אַלץ געבליבן עבדי אחשורוש, דערפאַר זאָגט מען ניט פּורים קיין הלל.
הגם אַז מחד גיסא איז דאָס וואָס דער נס איז געווען מלובש אין טבע איז אַ חסרון און מ'זאָגט ניט קיין הלל, אָבער מאידך גיסא איז דאָס אַ מעלה, וואָס דער אור אלקי איז אַזאַ וואָס האָט דערנומען טבע גופא.
און דאָס איז דער טעם וואָס שמחת פּורים איז גרעסער ווי די שמחה פון אַלע ימים טובים, ווייל פּורים האָט מאיר געווען אַזאַ אור נעלה וואָס דער נס איז אין טבע גופאכב). און על דרך זה איז אויך די מעלה פון ראש חודש לגבי שבת.
י. דער מנהג איסור עשיית מלאכה בר"ח איז דוקא ביי נשים שהן בדוגמת הגוף, און ניט ביי אנשים שהם בדוגמת הנשמה. דער טעם ומוסר השכל וואָס איז נוגע צו אונז איז; ווער דאַרף אַ באַוואָרעניש און אַ היכר — דער וואָס ליגט אין עניני עולם. דער וואָס ליגט ניט אין עניני עולם, דאַרף ניט האָבן אַזוי פיל באַוואָרעניש און קיין היכר, וואָרום ער איז דאָך בלאו הכי ניט שייך דערצו, ובפרט אַז ער איז שייך צו דעם ענין הפכי ומקושר אליו. איז אויף מוחש דאַרף מען דאָך ניט האָבן קיין ראיות צדדיות מבחוץ.
על דרך ווי מ'האָט געפרעגט ביי איינעם אַ חסיד, צי זיין רבי האָט רוח הקדש, האָט ער געענטפערט. וואָס איז דאָס אַזוי נוגע. איך ווייס אַז ער איז אַ רבי. איז ממה נפשך, דאַרף אַ רבי האָבן רוח הקדש האָט ער. אויב ניט — וואָס וועהט עו נתפּעל פון רוח הקדש.
על דרך זה שרייבט דער רמב"ם28)) אַז די אידן האָבן ניט געגלויבט אין משה רבינו צוליב די מופתים וואָס ער האָט באַוויזן, נאָר ווייל עינינו ראו ולא זר כו'.
על דרך זה האָט דער רבי דערציילט, אַז ווען ער איז נאָך געווען אַ קינד, און געלערנט אין חדר, האָט ער געפרעגט ביי דעם מלמד ר' שמשון*22) וואָס איז דער חילוק צווישן פּרעה און אַנדערע, מ'האָט אים געגעבן מכות געוויזן מופתים און ער פלעגט אַלץ חרטה האָבן. דער מלמד האָט אים געענטפערט פאַרשידענע תירוצים, אָבער ס'איז ביי אים אַלץ ניט נתקבל געוואָרן.
לסוף האָט דער מלמד אים געגעבן צו פאַרשטיין, אַז דער הפרש איז; משה איז געווען אַ חסיד און דוקא אַ חב"ד'ניק. במילא האָט ער494ניט געזוכט קיין מופתים. ער האָט די אַנדערע דריי טעג זיינען שייך געוואָלט ברענגען די תורה, ידיעת צום צווייטן שבת, און אַמאָל רעדט אלקות, וואָרום ער האָט משער גע־זיך אַז שבת איז כולל די גאַנצע ווען אַז די שאלה דאַרף זיין מה קומענדיקע וואָך.
שמו. און אַז ער וועט דאָס האָבן,
זיך די גאַנצע וואָך, ווערט אין היינ־
משה רבינו האָט באַלד געוואוסט טיקן שבת נכלל ראש חודש כסלו*)), אַז בנערינו ובזקנינו נלך, אָן מופתים. וואָס ער איז כולל דעם גאַנצן חודש: פּרעה האָט ניט געגלויבט ביז ער ט' כסלו, דער יום ההולדת ויום האָט ניט געזען קיין מופתים, וכאשר ההסתלקות פון מיטעלן רבי'ן, יו"ד היתה הרוחה איז ערשט חזר לסורו, כסלו, דער יום הגאולה פון מיטעלן
רבי'ן, י"ט כסלו, די הילולא רבה
אַז דער רבי האָט געהערט דעם (כלשון פון אַלטן רבי'ן) פון מגיד, הסבר, האָט זיך דאָס ביי אים באַלד די באַפרייאונג פון אַלטן רבי'ן, כ"ד או עריגט. אוז ער האָט אויפגעהערט שניא, כ"ה כלת ואָס דעמאָלש איד
יא. שבת איז כולל די קומענדיקע שבת מתברכין כולהו יומיכא) וראש טעג פון דער וואָך, אַמאָל שטייט חודש כסלו בכלל זה שהוא הכולל אַז שבת איז כולל נאָר די ערשטע את כל הנ"ל.
יו"ד שבט
יום הילולא של כ"ק אדמו"ר מהריי"צ נבכג"מ זי"ע
א. עס זיינען דאָך פאַראַן חילו־ סיי ביי גדולי ישראל, און אויך ביי קים פון דעם ערשטן יאָר פון הסתל־ נשיאי ישראל, אַז נאָך דעם יאָר קות — ביז שפּעטער. דער חילוק געפינען זיי זיך ניט למטה אַזוי ווי איז פאַראַן סיי ביי פּשוט'ע אידן
*24) די שיחה איז געזאָגט געוואָרן שבת
23) ראה תורה אור וארא ד"ה ויאמר גו' מברכים כסלו.
27) זהר חלק ב' סג, ב. פח, א.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ב׳
- Id
- rh-0tqp22k3