עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

551מרחשון

ב"ה, עש"ק פ' לך לך,

ז' מ"ח ה'תשמ"א, שנת הקהל.

ברוקלין, נ.י.

לכל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

קומענדיק פון חודש תשרי, און אין דעם טאָג ווען, בזמן שבית המקדש הי' קיים, האָט זיך פאַרענדיקט דער אומקערן זיך פון דער עלי' לרגל דחג הסוכות זמן שמחתנו לבית המקדש,

ובפרט אין אַ יאָר (ווי היינטיקער יאָר) פון הקהל, ווען עס האָבן עולה לרגל געווען „כל ישראל גו' האנשים והנשים והטף",

איז דאָך זיכער אַז יעדער איד, האנשים והנשים והטף, דאַרף, מיט דער פּאַסענדער זריזות, גלייך אָנהייבן „פאַנאַנדערפּאַקן" און נוצן אין דער פולסטער מאָס, אין זיין טאָג טעגליכן לעבן, דעם גרויסן רוחניות'דיקן רייכטום וואָס ער האָט באַקומען אין חודש תשרי בכלל, אָנהייבנדיק פון ראש השנה און נאָכגעפאָלגט דורך552— עשרת ימי תשובה, יום הכפורים, חג הסוכות און בפרט אין זייער סיום וחותם — שמיני עצרת ושמחת תורה,

וואָס דאָס איז דאָך איינער פון די הויפּט צוועקן פון דער עלי' לרגל (כפשוטה, און — אויך ברוחניות, אין חוץ לארץ ובזמן הגלות, אין דער באַטרעפענדער צייט) אַז ווען מ'האָט יורד געווען פון דער עלי' לבית המקדש, און זיך אומגעקערט יעדערער צו זיך אַ היים און צום געוויינטליכן טאָג טעגליכן לעבן

זאָל מען „אויפהויבן", מעלה זיין די ירידה ביז צו אַ גאָר גרויסער עלי' — דורך מאַכן זיין היים און זיין גאַנצע אומגעבונג — אַן אָרט אויף וועלכן דער אויבערשטער זאָגט, ענליך ווי ער האָט געזאָגט אויפן משכ־מקדש, ושכנתי בתוכם

און דורך מאַכן זיינע „געוויינליכע" טעג, כל הימים אשר אתם חיים, טעג פון רגל, ימים טובים — אָנפילנדיק זיי מיט מעשים טובים (מצוות), אָנהייבנדיק מיט תורה — אין טוב אלא תורה,

און זעלבסטפאַרשטענדליך, דאָס אַלעס מיט שמחה, שמחה אמיתית, לויט דעם אָנזאָג „עבדו את השם בשמחה", בשמחה ובטוב לבב,

וואָס דאָס איז אין איינקלאַנג מיט דעם חותם פון מועדי תשרי — זמן שמחתנו און שמחת תורה, וועלכע זיינען דער אונערשעפליכער קוואַל פון שמחה של תורה ומצוה פאַר יעדן טאָג פון דעם גאַנצן יאָר, ובפרט אין אַ הקהל יאָר, פאַר יעדן פון כל ישראל האנשים והנשים והטף — באַ יעדערן פון זיי לויט זיינע מעגליכקייטן און אין דער פולסטער מאָס, כדבעי למיעבד בכל מעשיך ובכל דרכיך.

*

553כדי צו פאַרשטאַרקן און נאָכמער אונטערשטרייכן אַז אידן זיינען „הקהל" (מיט אַ ה"א הידיעה), איין קהל

וואָלט געווען גוט און גאָר וואונטשענסווערט אַז, אין צוגאָב צו דער פולסטער עבודת השם, יעדערער לויט זיינע ספּעציעלע פעאיקייטן און מעגליכקייטן, זאָל יעדערער און יעדערע נעמען אויף זיך, בלי נדר, מוסיף זיין און טאָן איין און די זעלבע מצוה־זאַך יעדן טאָג פון יאָר און מיט שמחה — אַ זאַך וואָס איז שוה לכל נפש: לערנען אַן ענין פון פרשת השבוע (סדרה פון דער וואָך) און געבן אויף צדקה (ערב שבת ויו"ט — אויך פאַר שבת ויו"ט) און מה טוב — אין אַ מספר פון צען — בהתאם צו די צען סוגים פון וועלכע עס שטעלט זיך צוזאַמען דער קהל פון אידן,

און תורה איז דאָך — פקודי השם ישרים משמחי לב און אַזוי אויך — צדקה.

די נקודה בהנ"ל: אַרויסברענגען און מדגיש זיין בחיי יום יום פון דעם

שנת הקהל — די שמחה, שמחה של תורה ומצוה ועבודת השם, און

אין דעם פאַראייניקן אַלע אידן, האנשים והנשים והטף, און

פאַראיינציקן זיי אין אַ קהל גדול, ושמחה פורץ גדר, כולל די גדרים

פון גלות.

מען זעט בגלוי אַז די וועלט שאָקעלט זיך און טרייסעלט זיך אַלץ מער און מער,

אידן, דער עם לבדד ישכון, איז, צוזאַמען דערמיט, ווי מ'האָט געלייענט בפרשת וזאת הברכה בשמחת תורה און — ברבים ובפרהסיא ובשמחה רבה: וישכון ישראל בטח בדד גו' אשריך ישראל מי כמוכה עם נושע בהשם מגן עזרך,

554ויהי רצון אַז דער טאָן אין ד ובשמחה, זאָל באַלייכטן דעם מצרים, אַז אין די איצטיקע לעצו במושבותם, וואו נאָר אַ איד גמרעיתך — עם נושע בהשם,

און במהרה בימינו ממש וו תפדה ושבי' בצדקה — בגאולת

בכבוד דעם אַלעם אויבנגעשריבענעם, נר מצוה ותורה אור, חושך הגלות און עס זאָל זיין, כימי צאתך מארץ בטע טעג פון גלות איז שוין לכל בני ישראל הי' אור נעפינט זיך, ווייל יעדער איד איז דאָך עמך וצאן ועט מקוים ווערן די הבטחה: ציון במשפט (תורה) תנו האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו.

מ מ מ " ע"פ ת"א לוישב מ, יג.555ב"ה, ראש חודש מרחשון, ה'תשמ"ג

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

קומענדיג פון חודש תשרי — דער זיבעטער חודש לויט דעם סדר פון די חדשים, וואָס הייבט זיך אָן מיט דעם חודש ניסן, אָבער דער ערשטער חודש און „קאָפּ" פון דעם נייעם יאָר, ווי אָנגעדייטעט אויך אין דעם נאָמען פון דעם חודש — תשרי, אותיות רשית (חסר א', ווי אויסגעלייגט אין פסוק),

וואָס דער חודש, חודש השביעי, איז „המשובע והמשביע ברוב טוב לכל ישראל על כל השנה", דער „אָנגעזעטיגטער" חודש (שביעי פון וואָרט שובע), מרובה במועדות, געמערט מיט ספּעציעלע טעג און ימים טובים און אָנגעזעטיגט מיט יראת־השם, און אהבת השם און שמחה של מצוות, ועל כולם שמחת תורה, און מיט556ברכות בכלל, באַלעבט און איז משפיע ביז צו אָנזעטיקען אַלע קומענדיגע חדשים און טעג פון דעם גאַנצן יאָר, ביז צו מעשה בפועל: לימוד התורה וקיום מצותי', וואָס המעשה הוא העיקר,

און נעמענדיג אין אַכט דעם באַוואוסטן וואָרט, אַז ווי מ'שטעלט זיך אַזוי גייט עס, וואָס דערמיט איז פאַרבונדן דער באַוואוסטער מנהג, אַז מוצאי שמחת תורה האָט מען אויסגערופן ויעקב הלך לדרכו,

געמיינט דערמיט, אַז אַזוי ווי אַ איד, יעדער איד, געהערט דאָך צו קהילת יעקב, גייט איצט לדרכו (זיין וועג), אַריינגייענדיג אין די אַזוי־גערופענע „וואָכעדיגע", ניט מרובה במועדות חדשים, פון אַ גאַנץ יאָר, וועלכע זיינען מרובה און מער פאַרבונדן מיט עניני פרנסה און עניני רשות וכו', דערמאָנט מען עם, אַז „זיין וועג", דרכו, איז דער דרך פון יעקב ווי אָנגעוויזען דורך דעם אויבערשטען, דרך השם, דער דרך פון כל מעשיך לשם שמים, ווי עס פּאַסט פאַר אַן אייניקל פון יעקב סבא, דער זיידע יעקב;

נעמענדיג אויך אין אַכט, אַז כאָטש בנוגע אַלע אידן און יעדן אידן איז דער557תכלית און צוועק פון לעבן בכלל פּונקט דער זעלבער — אני נבראתי לשמש את קוני (איך בין באַשאַפן געוואָרן צו דינען מיין באַשעפער), זיינען זיי אָבער בנוגע דער הנהגה בפועל — איינגעטיילט אין דריי סוגים: אנשים, נשים און טף (קינדער פאַר בר מצוה און פאַר בת מצוה). במילא איז דאָס אַזוי אויך בנוגע די החלטות טובות וואָס מ'האָט אָנגענומען במשך פון דעם חודש תשרי, אויף דעם גאַנצן יאָר הבע"ל —

לויט דעם אַלעמען אויבנגעשריבענעם, און אויך אַז — ווי מ'זעט בפועל — איז אַ באַשלוס וואָס ווערט אָנגענומען פון עטלעכע מענטשען צוזאַמען, ווער רעדט נאָך מערערע צוזאַמען, בציבור, איז מער זיכער אַז ער וועט דורכגעפירט ווערן מיט מער הצלחה און אין דער פולסטער מאָס דורך יעדן איינעם און איינע, ערלויב איך זיך צו מציע זיין, און איך בעט און האָף אַז מ'וועט עס אָננעמען, דאָס פאָלגענדע:

עס איז נכון וישר וטוב ויפה אַז מ'זאָל וואָס פריער זיך צוזאַמענקלייבן, ראשי עם יחד שבטי ישראל בכל מקום שהם — אנשים באַזונדער, און נשים און אויך טף באַזונדער (די קינדער אונטער דער אָנפירערשאַפט פון זייערע מדריכים אָדער מדריכות, כמובן) כדי צו מחזק צו זיין, און דער עיקר — אָננעמען פּאַסענדע באַשלוסן ווי דורכצופירן בפועל און אין דער פולסטער מאָס, די החלטות טובות וואָס יעדער האָט אָנגענומען בעת רצון אין חודש תשרי, אָנהייבנדיג פון ראש השנה און אין די ימי סגולה לאחרי זה — און אויך משלים זיין זיי (ערגענצן) — אויך מלשון שלימות — אויב נייטיג.

החלטות טובות בנוגע דיבור און אויך מחשבה (דער אויבערשטער איז דאָך יודע מחשבות), און זיכער בנוגע מעשה, וואָס המעשה הוא העיקר; החלטות טובות וואָס מ'האָט אָנגענומען, כנ"ל, אויף דעם גאַנצן יאָר הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה.

און זיכער איז איבעריג צו אונטערשטרייכן, אַז אין באַצוג צו גוטע החלטות און גוטע כוונות איז שטענדיג דאָ די הבטחה, אַז דער אויבערשטער העלפט דורכפירן זיי און — נאָך בעסער און נאָך פריער ווי מ'שטעלט זיך פאַר —

558ובפרט אויב מ'וועט די אסיפות פאַרבינדן מיט, און מאַכן אַלס המשך פון, איינע פון די תפילות היום, צוזאַמען מיט אַ דבר תורה באַ דער עפענונג פון דער צוזאַמענקונפט, און מיט אַ נתינה לצדקה במשך פון דער פאַרזאַמלונג אָדער ביים אָפּשלוס,

וואָס דאַן האָט מען די שלשה דברים שעליהם העולם עומד, די דריי זאַכן וואָס אויף זיי שטייט די וועלט — תורה עבודה און גמילות חסדים; אָנהייבנדיג פון זיך, די אַזוי־גערופענע „קליינע וועלט", עולם קטן, ביז עולם אין איינפאַכן זין, די וועלט אַרום זיך, וואָס נויטיגט זיך אין אַ גאָר גאָר שטאַרקער ברכה פון דעם בורא עולם ומנהיגו, אַז עס זאָל זיין עולם עומד, אַ וועלט וואָס שטייט פעסט, און ניט אַ וועלט וואָס וואַקעלט זיך און טרייסעלט זיך וכו', ר"ל, ובפרט אין דער לעצטער צייט.

און מסיימים וחותמים בדבר טוב וברכה — השי"ת זאָל מצליח זיין, אַז די כתיבה וחתימה טובה און גמר חתימה טובה וואָס יעדער איינער און איינע, בתוך כלל ישראל, האָט באַקומען אין חודש תשרי, זאָל אַראָפּקומען בפועל ממש און אין דער פולסטער מאָס, בטוב הנראה והנגלה, אין אַלע חדשים און טעג הבאים עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, ביז אין אַן אופן פון הרחב פיך ואמלאהו,

ובמהרה בימינו ממש — דער קיום הברכה העיקרית בפועל ממש — גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו.

מ מ

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-zvwt503s

Copies

Recent activity

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · approved
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · closed

Sources