עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 7

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

437שיחת יום ה' פ' וישב, כ"ג כסלו* ח'תש"מ

— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —

א. ס'איז דאָך אַ תענית שעות, דאַרף מען ניט אויפהאַלטן דעם עולם, אָבער אעפ"כ, וויבאַלד אַז אַ תענית איז אַן „עת רצון"

— ווי עס שטייט אין דער נבואה פון ישעי' הנביאא און דער אַלטער רבי ברענגט עס אַראָפּ אין אגה"תב אַז אַ צום (וואָס איז אַ „צום הנרצה") איז אַ „יום רצון לה'" —

וועט מען רעדן אַ מועט בכמות, מועט המחזיק את המרובה.

און עס רעדט זיך דאָך וועגן „עם חכם ונבון"ג, וואָס אויף אַ חכם שטייטד „תן לחכם ויחכם עוד" — איז זיכער, אַז דורך די עטלעכע ווערטער, וועט זיין „ויחכם עוד".

ובפרט אַז דאָס איז גענומען פון תורתינו הקדושה, תורת אמת, און צוזאַמען דערמיט אויך תורת חיים — הוראהה בחיים,

וואָס די הוראות פון תורה זיינען געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן, דער בורא עולם ומנהיגו, ביז — פון דעם אויבערשטן ווי ער איז אויבערשטו און העכער פון עולמות, בלשון פון דעם אַלטן רבי'ןז „לא זה הוא עיקר האלקות מה שהעולמות מתהוים ממנו",

ביז אַז תורה איז „נעלמה מעיני כל חי"ח, און נאָך העכער — ווי תורה איז אין עצמות,

און דאָס (התורה כמו שהיא בעצמות) ווערט נמשך ביז למטה מטה אין עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנוט, און אין עוה"ז התחתון גופא — אין דעם תחתון שבו, ענין המעשה, און (תורה זאָגט אַז) — המעשה הוא העיקרי.

ב. דערפון איז מובן אויך בנוגע צום ענין התענית, וואָס „מדרכי התשובה הוא"יא און דאָס (תשובה) איז עיקר ענינו, אַז די תשובה דאַרף אַרויסקומען אין מעשה בפועל,

אין החלטות טובות אויף לאחרי התענית, און קיום ההחלטות במעשה בפועל, ו"המעשה הוא העיקר" —

מוסיף זיין אין התמדה ושקידה בלימוד התורה, נגלה און חסידות,

מוסיף זיין אין הידור בקיום המצוות, ביז צו — מהדרין מן המהדריןיב,

כולל אויך דעם ציווי (מצוה) „וכל מששיר יהיי לשם שמים" און „בכל438דרכיך דעהו"יג אַז אויך בעת ער טוט „מעשיך" און „דרכיך", זאָל ער טראַכטן און וויסן [און אין אַן אופן אַז די מחשבה ווירקט אויף זיין עשי', און בגילוי, ביז אַז דאָס זעט אויך אַ צווייטער] אַז דאָס איז „לשם שמים", און נאָכמעריד — „דעהו",

אַז אין „דרכיך" (גופא) דערקענט ער געטלעכקייט, און ער ווערט פאַרבונדן בקשר אמיץ וחזק מאודטו מיט געטלעכקייט, און ער ווירקט אַזוי אויך אויף דער וועלט וואָס אַרום אים.

ג. און דער ענין — אַז תשובה דאַרף אַראָפּקומען אין מעשה — איז ניט נאָר בנוגע די החלטות טובות, נאָר אויך בנוגע ענין התשובה גופאטז.

לויט ווי דער אַלטער רבי איז מבאריז, אַז „עיקר התשובה היא כמ"שיח והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה", אַז דער אומקערן זיך צו געטלעכקייט דאַרף זיין (באופן) אַז מען זאָל דערפילן „אשר נתנה", אַז דער אויבערשטער אַליין גיט די נשמה אין גוף און דעם גוף מיט אַלע ענינים וואָס אַ איד האָט (און אַלע ענינים וואָס זיינען דאָ אויף דער וועלט),

און אין אַן אופן פון „נתנה", וואָס כל הנותן בעין יפה נותןיט, אַז דער אויבערשטער גיט אַלע זאַכן בטוב, נאָר אַ איד דאַרף אַרויסברענגען דעם טוב הנראה והנגלה, און דאַן ווערט דאָס טוב הנראה והנגלה אפילו לעיני בשר גשמיים, און אפילו לעיני בשר חומריים, ביז אַז דאָס איז קענטיק און זעט זיך אָן אין דער וועלט, אפילו ביי אינם יהודיםכ.

און דאָס איז דער ענין המעשה שבתשובה, אַז דער „והרוח תשוב גו' אשר נתנה" קומט אַרויס אין אַ פועל — אַז מען דערפילט דעם „נתנה" בעין יפה, ביז אַז עס קומט אַרויס לעיני בשר.

*

ד. ס'איז דאָך „הכל עשה יפה בעתו"כא — דאַרף מען דעריבער אַרויסנעמען אַ הוראה און אַן אָפּלערנונג פון די ענינים אין תורה וואָס זיינען פאַרבונדן בפרט מיט פרשת השבוע, ובמיוחד — פון דעם שיעור דיום זהכב (פון חמישי ביז ששי),

און אויך פון ימי החנוכה — פון דעם מצב וואָס איז געווען פאַר חנוכה און (אויך) פון חנוכה, וויבאַלד אַז ס'איז דאָך כ"ג כסלו נאָך חצות (ובמילא שייך צו כ"ד כסלו), ערב חנוכה, וואָס דאַן (בערב חנוכהכג) האָט מען פאַרענדיקט צו מבטל זיין אַלע ענינים הבלתי רצויים (וואָס דערפאַר האָט מען געקענט באור לכ"ה כסלו צינדן די מנורה בשמן טהור).

ה. בנוגע צום מצב וואָס איז געווען פאַר חנוכה, זאָגט דער רמב"םכד: „גזרו439גזירות על ישראל ובטלו דתם ולא הניחו אותם לעסוק בתורה ובמצוות", און דערנאָך רעכנט ער אויס נאָך כמה ענינים, און צום סוף איז ער מוסיף ומסיים „ולחצום לחץ גדול".

ולכאורה, „ולחצום לחץ גדול" איז דאָך ווייניגער, ניט בערך צו „גזרו גזירות כו' ובטלו דתם ולא הניחו אותם לעסוק בתורה ובמצוות". איז פאַרוואָס שרייבט עס דער רמב"ם צום סוףכה, וואָס דערפון איז מובן אַז דאָס איז (ניט דאָס דערמאָנטע פריער, און נאָך) ערגער פון די ענינים וואָס ער רעכנט אויס פריער?

איז פון די ביאורים אין דעם:

דער לחץ וואָס די יוונים (צוזאַמען מיט די מתיוונים) האָבן לוחץ געווען אויף אידן איז באַשטאַנען אין דעםכו אַז עס זאָל זיין ככל הגוים בית יהודה, נהי' כגוים כמשפחות הארצותכז ר"ל, אַראָפּנעמען די מחיצה און הבדלה שבין ישראל לעמים — ווערן גלייך מיט אַלע פעלקער.

וואָס דורך דעם לחץ קען ווערן רח"ל אַ שיטה אין חינוךכח, אויף האָדעווען די קינדער מיט אַ חינוך אַז אידן דאַרפן זיין ככל הגוים — דעריבער, איז „ולחצום לחץ גדול" (ניט נאָר אַ לחץ, נאָר) אַ סכנה, און נאָך אַ גרעסערע סכנה פון „גזרו גזירות כו' לעסוק בתורה ובמצוות וכו'":

בעת אַז גוים לאָזן ניט אידן מקיים זיין תורה ומצוות (ועד"ז אויך די ענינים וואָס ער רעכנט אויס אין רמב"ם לאח"ז) — איז עס אַן ענין וואָס איז לפי שעהכט, און נאָך דעם ווי עס ווערט בטל די גזירה, איז מען צוריק זיך עוסק בתורה ובמצוות; משא"כ „ולחצום לחץ גדול" וואָס ברענגט צו אַ חינוך היפך התורה, איז דאָס אַ סכנה אויף שטענדיק (אויך ווען עס ווערט בטל דער לחץ), וואָרום „חנוך לנער גו' גם כי יזקין לא יסור ממנה"ל (פון דער וועג וואָס מ'האָט אים מחנך געווען).

אע"פ אַז דאָס וואָס מ'האָט אים מחנך געווען אין דעם וועג איז עס געקומען מצד דעם לחץ וואָס מ'האָט לוחץ געווען אויפן מחנך — איז בנוגע דעם קינד איז ניט נוגע די טעמים פון דעם מחנך, אויף אים פועל'ט דער חינוך וואָס מען גיט אים בפועל, און דאָס (דער חינוך בפועל) ווירקט אויף אים, ביז אויף זיין גאַנצן לעבן — „גם כי יזקין לא יסור ממנה".

ו. וואָס די התחלה דערפון איז — וואָס מען פאַרקוקט אויף אַ „קלייניקייט". מען איז מחנך און מאיר דרכו בחיים פון דעם קינד מיט אַ שמן וואָס האָט זיך אָנגערירט אין גוי'שקייט, טענה'נדיק: וואָס איז די נפק"מ — אויך פון דעם שמן קומט אַרויס ליכטיקייט און אין דער ליכטיקייט זעט זיך ניט אָן, לכאורה, קיין אונטערשייד צי דאָס קומט440פון שמן טהור אָדער פון שמן בלתי

טהור.

און דאָס איז די התחלה וואָס פירט

סו"ס צו מבטל זיין ח"ו די מחיצה שבין

ישראל לעמים. בשעת מען איז מחנך

אידישע קינדער מיט אַ חינוך שלא

כהלכה, מיט אַ „ליכטיקייט" וואָס נעמט

זיך פון אַ מקור בלתי טהור, איז ניט נאָר

וואָס דאָס באַלייכט ניט אַנווייזנדיק די אמת'ע וועג, נאָר אדרבה: דורך אַזאַ חינוך, ווערט פון דעם קינד אַ מתיוון רח"ל. מען נעמט אַ אידן און מען מאַכט פון אים אַ מתיוון.

ער בלייבט אַ איד — אין דעם האָט ער קיין ברירה ניט, „אע"פ שחטא ישראל הוא"31). אָבער בנוגע צו דעם וואָס ער האָט יע אַ ברירה — צי עס זאָל זיין „ובחרת בחיים", אָדער אין היפך החיים רח"ל — איז ער בוחר צו זיין אַ מתיוון רח"ל, ער טענה'ט אַז מען דאַרף זיין גלייך צו אַלע פעלקער, מבטל זיין ח"ו די מחיצה שבין ישראל לעמים

[אַז אַ איד דאַרף ח"ו נאָכלויפן אַ גוי.

ועד"ז, אַז מען דאַרף אַרייננעמען אַ גוי

אין עם ישראל, פאַרשרייבן אים אַלס אַ איד, אע"פ אַז מען ווייס אַז די תוצאות

פון דעם (אפילו ווען דער גוי וויל אַז

מען זאָל אים פאַרשרייבען אַלס אַ איד

— ווייל מען נאַרט אים אָפּ אַז דאָס

מיינט עפּעס) איז — אויפרייסן רח"ל,

אידישקייט מבפנים].

און דאָס איז פון די הוראות פון

חנוכה: בשעת מען דאַרף ליכטיק מאַכן

אַ אידישע הויז און אידישע קינדער,

דאַרף מען זיין זיכער אַז דאָס איז אַ

ריינע אידישע ליכטיקייט, וואָס קען

קומען נאָר פון שמן טהור, אין וועלכן

31) סנהדרין מד, רע"א. עס האָט זיך ניט אַנגערירט קיין גוי'ש־

קייט.

און דעמאָלט האָט מען אַ ליכטיקע

הויז און ליכטיקע קינדער, ביז עס ווערט אויפגעבויט אַ ליכטיקער בית המקדש.

ז. און דאָס וואָס מען טענה'ט: ווי אַזוי קען מען זיך שטעלן קעגן דעם לחץ פון די יוונים, בשעת אַז מען איז „חלשים" און „מעטים" (און מען ברענגט אַ ראי' אַז אַזוי שרייבט מען אין די צייטונגען, און אַזוי זעט מען ווען מען ציילט אויף די פינגער) —

איז דער ענטפער אויף דעם: דאָס וואָס מען איז „חלשים" און „מעטים" — איז עס נאָר בכמות. אָבער באיכות — איז וויבאַלד מ'איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, וואָס ער ווערט אָנגערופן אלקים מצד דערויף וואָס ער איז דער בעה"ב פון כל הכחות והיכולתלב, און ער איז דער בורא העולם ומנהיגו,

איז ניט נאָר וואָס מען גיט ניט נאָך

דעם לחץ פון די וואָס זיינען לפי שעה

„גבורים" און „רבים" בכמות, נאָר

אדרבה — „מסרת גבורים ביד חלשים

ורבים ביד מעטים"לג. און דער טעם אויף

דעם איז — (ווי עס שטייט בהמשך לזה)

„ביד עוסקי תורתך",

וויילע די „חלשים" בכמות און

„מעטים" בכמות זיינען „עוסקי תורתך",

דיין תורה און אידישקייט איז זייער גאַנ־

צער עסקלד, דאָס איז זייער מטרה

בחיים.

441וואָס דעריבער בשעת עס קומט צו חוקי רצונך — אַ פס"ד אין שו"ע — טוען זיי אַזוי בפשטות, ניט טראַכטנדיק מה יאמרו הבריות און ניט רעכענענדיק זיך מיט בושה מפני המלעיגים,

און עאכו"כ אַז מען ווערט ניט נתפעל, צו ווערן „ונהי בעינינו כחגבים"לה — מצד דערויף וואָס מען איז אַ „כבשה אחת" צווישן „שבעים זאבים"לו —

וואָרום „גדול הוא הרועה"לו, און „לא ינום ולא יישן שומר ישראל"לז.

און דאָס גיט דעם כח אויף ניט נתפעל ווערן פון דעם לחץ — אפילו ווען עס ווייזט זיך אויס אַז ס'איז אַ „לחץ גדול", און אפילו ווען ס'איז טאַקע אַ לחץ גדול —

און מ'איז זיכער אַז עס וועט זיין „מסרת גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים", און באופן פון „נסים תשועות ונפלאות" און די אַלע לשונות וואָס מען רעכנט אויס אין „ועל הנסים".

ח. די נקודה פון כל הנ"ל, וואָס מען דאַרף אָפּלערנען פון ימי החנוכה [וואָס ווען „הימים האלה נזכרים (איז) ונעשים"לח] איז:

ס'איז פאַראַן אַזוינע וואָס מאַכן אַ „חשבון", אַז וויבאַלד מען איז „חלשים" און „מעטים" דאַרף מען נאָכגעבן דעם לחץ פון די „גבורים" און „רבים",

עכ"פ, לאַזן זיי „אָנרירן" דעם שמן (און ליכטיקייט) מיט וועלכן מען איז מחנך אידישע קינדער, מאַכנדיק אַ „חשבון": וואָס איז אַזוי די נפק"מ פון וואַנעט די ליכטיקייט קומט, אַבי ס'איז דאָ „ליכטיקייט" וואָס דורך דעם זעט מען פון וואָס מען דאַרף זיך אויסהיטן —

האָט מען די הוראה פון ימי החנוכה, אַז דער חשבון איז נגד חשבון התורה, נגד שכל התורה, און — מען דאַרף זיך מוסר נפש זיין אויף דעם.

און דאָס וואָס ווען מ'געפינט זיך אין אַ זמן (מצב) וואָס איז פאַר חנוכה, פאַר דעם זמן פון זען די נסים בפועל — שטייט מען אין דער תנועה פון מס"נ, און מען רעכנט זיך ניט מיט קיינע חשבונות פון נה"ב, און עאכו"כ אַז מען רעכנט זיך ניט מיט קיין חשבונות וואָס קומען פון די מתיוונים, פון דער גוי'שקייט וואָס איז דאָ רח"ל צווישן געציילטע אידן —

און דאָס איז די וועג וואָס ברענגט הצלחה, הצלחה כפשוטה אויך אין ענינים גשמיים,

ביז צו „מסרת גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים" און באופן פון „נסים תשועות ונפלאות", און די אַלע לשונות וואָס שטייען אין „ועל הנסים",

און דורך דעם קומט צו נאָך אַ הוספה — ביז צו „להודותלג ולהלל לשמך הגדול"לט, און עס קומען צו נאָך ימים טובים באַ אידן.

*

ט. האמור לעיל איז אויך פאַרבונדן מיטן שיעור חומש היומי פון היינטיקן טאָג — דער חלק הסדרה פון חמישי ביז ששי אין פ' וישב:

442אין דעם שיעור חומש היומי ווערט דערציילטמ אַז „ויוסף הורד מצרימה", און „ויהי בבית אדוניו המצרי", און דערנאָךמא ווערט דערציילט אַז „וירא אדוניו כי ה' אתו וכל אשר הוא עושה ה' מצליח בידו . . ויפקידהו על ביתו וכל יש לו נתן בידו".

ד.ה. אפילו ווען יוסף איז געווען (דערפאַר וואָס אַזוי האָט דער אויבערשטער געוואָלט) אין גלות מצרים, און דאָרטן גופא אין אַ מעמד ומצב של עבד — „בבית אדוניו המצרי",

האָט ער זיך געפירט ווי אַ איד דאַרף זיך פירן — לויט די פסקי דינים פון דער תורה וואָס ער האָט געלערנט באַ יעקב'ןמב [וואָס יעקב איז געווען „יושב אוהלים"מג, „אהלו של שם ואהלו של עבר"מד — תושב"כ און תושבע"פמה], ווי רש"ימו ברענגט אַז זייענדיק אין „בית אדוניו המצרי" איז „נראית לו דמות דיוקנו של אביו".

ביז אַז „וירא אדוניו כי ה' אתו" (ווי רש"ימז טייטשט אָפּ) אַז „שם שמים שגור בפיו" —

אפילו ווען יוסף האָט געהאַט צוטאָן מיט „אדוניו המצרי" (ניט נאָר בחייו הפרטיים), איז זיין הנהגה געווען אין אַן אופן אַז „שם שמים שגור בפיו":

אויף יעדן טריט און שריט האָט ער געהאַלטן אין איין דערמאָנען דעם אויבערשטן'ס נאָמען; דאָס איז געווען זיין געוויינטלעכע און שטענדיקע הנהגה, זייענדיק אַן איין און איינציקער איד אין גאַנץ ארץ מצרים.

און דאָס האָט געבראַכט און אויפגעטאָן אַז „ויפקידהו על ביתו וכל יש לו נתן בידו":

ניט נאָר אַז „אדוניו המצרי" האָט אים ניט געשטערט (זייענדיק „אדוניו") פירן זיך ווי אַ איד דאַרף זיך פירן, נאָר אדרבה: ער האָט אים איבערגעגעבן אַלע זיינע (אדוניו'ס) ענינים, אַז ער זאָל מיט זיי אָנפירן לויט ווי ביי אים קומט אויס — לויט די פסקי דינים פון תורה.

י. די הוראה דערפון פאַר יעדער אידן:

דער ענין פון „ויוסף הורד מצרימה" איז געווען די התחלה פון גלות מצרים, כמרז"למח „ראוי הי' יעקב אבינו לירד למצרים בשלשלאות של ברזל", נאָר „זכותו גרמה לו" און ער איז געקומען אין מצרים אין אַן אופן של כבוד, אויף דער בקשה פון דעם „אדון לכל מצרים"מט — וואָס די התחלה איז געווען „ויוסף הורד מצרימה", גלותו למצרים, און דאָס האָט געבראַכט די ירידה פון יעקב ובניו („ירוד ירדנו"נ) אין מצרים.

און גלות מצרים איז די התחלה און דער שורש ומקור פון אַלע גליות שלאח"ז, כמרז"לנא „כל המלכיות (גליות) נקראו על שם מצרים כו'".

443און אויף דערויף האָט מען די הוראה פון הנהגת יוסף — אַז אויך ווען אַ איד געפינט זיך אין גלות, דאַרף ער זיך פירן אין אַן אופן פון „שם שמים שגור בפיו", ביז אַז אפילו אוה"ע וואָס שטייען אַרום אים זאָלן זעהן „כי ה' אתו".

און דאָס איז די איינציקע וועג אַז ס'זאָל זיין „כל אשר הוא עושה ה' מצליח בידו", ביז אַז „ויפקידהו על ביתו וכל יש לו נתן בידו",

ניט נאָר אַז זיי זיינען ניט „מצירות לישראל"נב, נאָר אדרבה: (זיי העלפן אַרויס דעם אידן אין זיינע ענינים, ביז אַז) זיי גיבן אים איבער זייערע עסקים אַז ער זאָל מיט זיי אָנפירן,

אפילו זייענדיק אין די לעצטע טעג פון גלות, ווען דער מעמד ומצב איז אַז די אוה"ע זיינען די „מלכותא" ומושלים (וואָס דערפאַר איז „דינא דמלכותא דינא"נג — אין ענינים וואָס רירן ניט אָן אידישקייט).

וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס די הנהגה פון אַ אידן איז אין אַן אופן אַז „שם שמים שגור בפיו" — אַז אין אַלע ענינים, אויך ווען ער האָט צוטאָן מיט אַ ניט־איד, פירט ער זיך לויט די הוראות פון דעם אויבערשטן וואָס זיינען איבערגעגעבן געוואָרן אין דער תורה.

יא. און וויבאַלד אַז אידן פירן זיך ע"פ הוראות התורה — זיינען זיי אויך מקיים דעם פס"ד ברור אין דעם אויבערשטן'ס שו"ע (אין הל' שבתנד), אַז מ'טאָר ניט אָפּגעבן אַזוינע ענינים דורך וועלכע עס ווערט אַ חשש סכנה פאַר אידן, נאָר אדרבא, מ'שטעלט זיך מיטן תוקף המתאים, און „יוצאים עליהם בכלי זיין כו'".

און אין אַן אופן פון „שם שמים שגור בפיו" — ניט מצד „כחי ועוצם ידי"נה, נאָר מצד כחו ועוצם ידו של הקב"ה, וואָס דערפאַר רעכנט מען זיך ניט דערמיט וואָס מ'זאָגט אַז אידן זיינען „חלשים" און „מעטים", וואָרום מ'גייט בשליחותו של הקב"ה, וואָס „גדול הוא הרועה שמצילה ושומרה כו'"לו.

און דעמולט איז אַ זיכערע זאַך אַז „תפול עליהם אימתה ופחד"נו, אַזוי אַז מ'וועט ניט דאַרפן נוצן די „כלי זיין", מ'וועט יוצא זיין מיט האַלטן די „כלי זיין", ביז — אַז מ'וועט אפילו ניט דאַרפן האַלטן קיין „כלי זיין", נאָר מ'וועט יוצא זיין דערמיט וואָס מ'וועט רעדן מיטן תוקף המתאים.

יב. און דורך דער הנהגה האמורה איז מען מבטל דעם „לחצום לחץ גדול" (און אַלע אַנדערע ענינים וואָס דער רמב"ם רעכנט אויס),

ועאכו"כ אַז מ'איז מבטל דעם ענין פון „מתיוונים", די וואָס ווילן און פאַרלאַנגן אַז ס'זאָל זיין „ככל הגוים בית יהודה" רח"ל —

וויבאַלד אַז אידן שטעלן זיך מיטן „גאון יעקב" — מיטן שטאָלץ וואָס זיי האָבן דערפון וואָס דער אויבערשטער איז „יבחר לנו את נחלתנו את גאון יעקב אשר אהב סלה"נז, און די הנהגה פון „גאון יעקב", איז ניכר באַ זיי אין דעם א־טעגליכן לעבן, אין אַלע זייערע הנהגות.

און מען קומט צום מעמד ומצב פון444„חנוכה" — „חנו כ"ה"נח, אַ מעמד ומצב של חני'.

ד.ה. אַז אפילו זייענדיק אין גלות, שטייט מען אין אַן אופן פון חני', ווי די גמרא זאָגט אין עירוביןנט „כיון דכתיב על פי ה' יחנו ועל פי ה' יסעו, כמאן דקביע להו דמי", וויבאַלד מ'פירט זיך „על פי ה'", איז עס אַן ענין של חני' און מנוחהס.

און דעמולט ווערט דער ענין פון „לכל בנ"י הי' אור במושבותם"סא, נאָך זייענדיק אין „מצרים" וימי הגלות — דורך דערויף וואָס מ'איז מוסיף אין „נר מצוה ותורה אור"סב, לימוד התורה וקיום המצות.

יג. די הוראה דערפון בנוגע לפועל:

פון הנהגת יוסף דאַרף יעדער אידסג אָפּלערנען די הוראה, אַז אויך זייענדיק אין גלות, ווייס ער אַז ער דאַרף זיך פירן אין אַן אופן פון „שם שמים שגור בפיו", אפילו ווען ער האָט צוטאָן מיט ניט־אידן.

וואָרום ער ווייסט אַז נאָר זיין גוף געפינט זיך אין גלותסד, אָבער זיין נשמה איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן און מיט אידישקייט,

און דאָס גופא וואָס זיין גוף געפינט זיך אין גלות, איז עס בשליחותו של הקב"ה — כדי אַז דורך דערויף זאָל זיין דער „יתרון האור מן החושך" און „יתרון החכמה מן הסכלות"סה, אַז ער זאָל באַווייזן אַז אויך זייענדיק אין גלות איז ער מוסיף אין אור וחכמה — לימוד התורה וקיום המצוות, „נר מצוה ותורה אור".

און דורך דערויף ווערט אויפגעטאָן דער ענין פון „גאלת בזרוע עמך בני יעקב ויוסף"סו — דורך דער הנהגה וואָס מ'לערנט אָפּ פון יוסף, אַז אויך זייענדיק אין גלות איז „שם שמים שגור בפיו", מיט אַלע תוצאות פון דעם.

יד. ו"המעשה הוא העיקר":

מ'זאָל מחזק זיין און מוסיף זיין אין דעם ענין החינוך (וואָס חינוך איז פאַרבונדן מיט חנוכהסז) פון יעדער אידישע נשמה,

ועאכו"כ בנוגע צום חינוך וואָס עלטערן זיינען מחנך (די נשמות פון) זייערע קינדער (דער פקדון הכי יקר וואָס דער אויבערשטער האָט זיי אָנפאַרטרויט), אַז זיי זאָלן זיך פירן אין „דרך ה'".

און דאָס וועט אויפטאָן אַז פון דעם „על פי ה' יחנו" (זייענדיק אין די לעצטע רגעים פון גלות) וועט מען בקרוב ממש קומען צום „על פי ה' יסעו" — מ'וועט גיין מקבל זיין פני משיח צדקנו.

און עס וועט זיין אין אַן אופן פון „ואתם תלוקטו לאחד אחד בנ"י"סח, אַז445דער אויבערשטער וועט ניט איבערלאַזן קיין איינציגן אידן אין גלות, ער וועט אַרויסנעמען פון גלות אַלע אידןסט, „בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותנו"ע, און אין אַן אופן פון „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול"עא, ביז אַז „לא תשאר פרסה"עב.

און עס וועט זיין באופן „מיד הן נגאלין"עג — מ'וועט גיין מקבל זיין פני משיח צדקנו, און אָנצינדן נרות „בחצרותעד קדשך"לג, אין ביהמ"ק השלישי, בקרוב ממש.

טו. און אַלס הכנה דערצו וועט זיין דער „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"עה — וויבאַלד אַז אידן פירן זיך אין אַן אופן פון „שם שמים שגור בפיו", און זיי זאָגן אַז זיי האָבן אַ הוראה פון תורה (וואָס „התורה היא נצחית"עו) אַז עס מוז זיין „שלימות הארץ", און עס מוז זיין „שלימות התורה", און עס מוז זיין „שלימות העם", גיור כהלכה דוקא, און דאָס איז אויך די איינציקע וועג אַז ס'זאָל זיין שלום צווישן אידן מיט ניטאידן, און קירוב הלבבות באַ אידן גופא,

עס מוז זיין די הנהגה פון אידן ע"פ התורה — אָנהויבנדיק פון דעם חינוך (וחנוכת) פון יעדער אידישע הויז, ועאכו"כ דער חינוך פון יעדער אידישע נשמה, ועאכו"כ דער חינוך פון די אייגענע קינדער — אפילו ווען מ'געפינט זיך לפי שעה אין אַ מעמד ומצב אַז דאָס פאַרלאַנגט אַן ענין פון מס"נ.

און בשעת אַז אוה"ע דערהערן דעם „שם שמים (וואָס איז) שגור בפיו", ווערט אויפגעטאָן דער ענין פון „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך".

טז. און דאָס היילט צו נאָכמער דעם „אחישנה"עז — אַז עס זאָל זיין דער „על הנסים ועל הפורקן ועל הגבורות ועל התשועות ועל הנפלאות" (אַלע חמשה לשונות),

בדוגמא ווי ס'איז געווען „בימים ההם", וועט זיין אַזוי „בזמן הזה", בשנה זו ממש.

און בקרוב ממש זאָל מען זוכה זיין מקיים זיין אַלע מצוות התלויות בארץ, אין אה"ק, „ארץ אשר גו' עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"עח,

ובפרט אַז אין דעם זכות פון שומרי שביעית וכל המצוות התלויות בארץ, ווערט אויפגעטאָן דער ענין פון „רצית ה' ארצך שבת שבות יעקב"עט.

און דאָס אַלעס הויבט זיך אָן און ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס מ'נעמט אָן החלטות טובות בנוגע צו לימוד התורה וקיום המצוות, און מ'הייבט אָן גלייך זיי מקיים זיין כדבעי, ביז אין אַן אופן פון „מהדרין מן המהדרין" (נאָך קודם ימי חנוכה), ומתוך שמחה וטוב לבב.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-238r8gm8

Copies

Recent activity

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · approved
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · closed

Sources