עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayigash 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

218ויגש ב

א. אין (השלמת ה)מספר פון די „שבעים נפש" („כל הנפש גו' הבאה מצרימה שבעים"א) וואָס די תורה רעכנט אויס, געפינט מען כמה דיעות אין מדרשי חז"ל ומפרשי התורה: אין גמראב שטייט (און לויט איין דיעה אין מדרשג) אַז יוכבד האָט משלים געווען דעם מנין פון שבעים נפש, וואָס זי איז געבאָרן געוואָרן בין החומות — „הורתה בדרך ולידתה בין החומות"ד. און דאָס איז אויך דעת רש"י בפירושו עה"תה בפשוטו של מקרא.

לויטן פרקי דר' אליעזרו (און אַ דיעה אין מדרשז) איז „הקב"ה נכנס עמהם במנין"ח.

כמה מפרשי התורהט נעמען אָן (און אַזוי איז אויך דאָ אַ דיעה אין מדרשי), אַז דער מנין פון שבעים נפש איז געווען צוזאַמען מיט יעקביא.

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די סברא וטעם פון די חילוקי דיעות ווער עס ווערט אַריינגערעכנט אין די שבעים נפש?

נאָך מער: ניט נאָר זיינען זיי דיעות שונות, נאָר דער חילוק צווישן זיי איז מן הקצה אל הקצה: לויט דער דיעה אַז יעקב האָט משלים געווען דעם מנין, ופשיטא לויט דער דיעה אַז „הקב"ה נכנס עמהם במנין", איז דער מנין מלא פון שבעים נפש נשלם געוואָרן דורך דעם העכסטן און דעם שלם פון די אַלע ע' נפש; דאַקעגן לויט דער דיעה אַז יוכבד ווערט גערעכנט צווישן די שבעים נפש, קומט אויס, אַז די השלמה איז געווען דורך דער מדריגה הכי תחתונה*11 — אַ בת ישראל וואָס איז ערשט געבאָרן געוואָרן — „לידתה בין החומות".

אויך: ווי קומט עס, אַז רש"י, וואָס איז מפרש פשוטו של מקרא, לערנט אַז אין דעם מספר פון „שבעים נפש" ווערט219אַריינגערעכנט יוכבדיב, וועלכע ווערט דערמאָנט במקרא ערשט אין שמותיג — און ניט יעקב, ווי עס זיינען מפרש כמה פשטני המקרא?

און כאָטש אַז פון פשטות לשון הכתוב „כל נפש בניו ובנותיו שלשים ושלש"*13 איז משמע אַז יעקב ווערט ניט נכלל אין די (שלשים ושלש — ובמילא אויך ניט אין די) שבעים נפש [ועד"ז איז מובן פון דעם דיוק לשון הכתוב „כל הנפש לבית יעקב הבאה מצרימה שבעים", אַז דאָס מיינט די נפשות וואָס אויסער יעקביד, ומפורש בכתובטו „ויהי כל נפש יוצאי ירך יעקב שבעים נפש"]טז — איז הא גופא צריך ביאור: וואָס איז דער טעם וואָס יעקב אַליין איז ניט אַריין אין מספר פון די ע' נפשות — אויך ער איז דאָך באַ למצרים צוזאַמען מיט כל נפש בניו ובנותיוץ

ב. לכאורה קען מען מבאר זיין דעם טעם פון די חילוקי דיעות — ובהקדם הדיוק אין די לשונות פון פדר"א און מדרש (ורש"י) (ביי דער השלמה דורך הקב"ה ויוכבד):

אין פדר"א שטייט דער לשון „וכשבאו לגבול מצרים נתייחסו כל הזכרים ששים ושש ויוסף ושני בניו הרי שבעים חסר אחת, וכתיביז בשבעים נפש ירדו אבותיך מצרימה, מה עשה הקב"ה נכנס עמהם במנין ועלו למספר שבעים לקיים מה שנאמריח אנכי ארד עמך מצרימה"; משא"כ אין מדרשיט שטעלט ער זיך אויפן לשון הכתוב „כל הנפש הבאה וגו' ובני יוסף אשר יולד לו . . שבעים" (און איז מבאר) „זו יוכבד שהשלימה מנין של ישראל במצרים"כ.

ד. ה.: אין פדר"א רעדט זיך (בעיקר) וועגן דער ירידהכא פון בנ"י אין גלות מצרים — איז דאָס וואָס „הקב"ה נכנס עמהם במנין", „אנכי ארד עמך" — אַ הכרח. אַ נתינת כח צו די בנ"י, אַז זייענדיק בירידה בגלות מצרים זאָלן זיי קענען בייקומען דעם קושי השעבוד (וויסנדיק אַז „אנכי ארד עמך מצרימה"); און דעריבער איז אויך דער לשון (נכנס) עמהם" (אָדער ווי דער לשון המדרש „השלים עמהם") — דער אויבערשטער איז כביכול מיט זיי צוזאַמען.

משא"כ בנוגע ליוכבד, איז די הדגשה אויף „הבאה מצרימה (שבעים)" — די השלמת המנין פון ע' נפש אין מצרים (ניט פאַרבונדן מיט דער ירידה אין מצרים, קושי השעבוד); און אין דעם איז יוכבד געווען די וואָס „השלימה מנין של ישראל" —

עס איז אָבער ניט גלאַטיק:

220יוכבד איז געווען פון די איינציקעכב פון די באים מצרים (שבעים) וואָס איז בייגעווען דעם קושי שעבוד מצרים (דער זמן וואָס עס איז געווען תכלית הירידה אין גלות מצרים), איז ווי קומט דאָס וואָס איר השלמת המנין איז דער מדרש מקשר דוקא מיט (די שבעים) „נפש הבאה מצרימה" און ניט מיטן „בשבעים נפש ירדו אבותיך מצרימה"?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין בפדר"א: „נתייחסו כלכג הזכרים ששים ושש כו'". צווישן די ששים ושש ווערן גערעכנט ניט נאָר זכרים נאָר אויך דינה וסרח בת אשרכד?

ג. מפרשיםכה שטעלן זיך אויף דעם, וואָס אין פסוק „כל הנפש הבאה ליעקב מצרימה וגו'" שטייט דער מנין בלשון נקבה — „כל נפש ששים ושש", און אין פסוק שלאח"ז „ובני יוסף" ווערט עס געזאָגט בלשון זכר — „נפש שנים"?

[ועד"ז געפינט מען דעם חילוק פריער: באַ בני לאה און בני זלפה שטייט דער מנין בלשון נקבה — „שלשים ושלש", „שש עשרה נפש"; און באַ בני רחל ובני בלהה — בלשון זכר: „כל הנפש ארבעה עשר", „כל נפש שבעה"].

און מ'פאַרענטפערטכו, אַז וויבאַלד „נכנסו נקבות עמהם במנין", צווישן די בני לאה ווערט גערעכנט אויך דינה, און צווישן בני זלפה — סרח אחותם בת אשר, שטייט דעריבער בלשון נקבה; משא"כ באַ בני יוסף (ועד"ז באַ בני רחל ובני בלהה) וואָס דאָרטן ווערן קיין נקבות ניט גערעכנט, שטייט דער מנין בלשון זכר.

דער תירוץ איז אָבער ניט גלאַטיק: אויב דער חשבון איז כולל סיי זכרים און סיי נקבות, דעמולט ווערט עפ"י כללי הדקדוק גענוצט דער מספר בלשון זכרכז; ובפרט בנדו"ד אַז די נקבות זיינען מיעוטא דמיעוטא — צוויי צווישן די ששים ושש (איינע (אָדער צוויי) צווישן די ל"* ג בני לאה, און איינע צווישן בני זלפה)כח.

ד. דער ביאור בזה:

אין דעם מספר ע' נפש פון אידן געפינט מען בכללות צוויי ענינים: א) זיי זיינען כנגד די ע' אומותכט וואָס זיינען221פאַרבונדן מיט די ע' שרים שלמעלהל; ב) זיי זיינען פאַרבונדן מיט דעם מספר ע' באַ אידןלא — שבעים זקנים, סנהדרין כו'לב.

בכללות זיינען דאָס די צוויי ענינים ופעולות וואָס האָבן זיך געדאַרפט אויפטאָן דורך דער ירידה פון די ע' נפש במצרים: אַ פעולה בנוגע צו אידן, און אַ פעולה אין וועלט.

גלות מצרים איז דאָך געווען די הכנה צו מתן תורה וקבלת התורהלג, וואָס במ"ת האָט זיך אויפגעטאָן בנוגע צו אידן אַז „אנכי הוי' (איז געוואָרן) אלקיך" כחךלד וחיותךלה, און בנוגע דער וועלט בכלל — דער קישור וחיבור פון אלקות מיט וועלט, דעמאָלט איז בטל געוואָרן די גזירה אַז עליונים לא ירדו לתחתונים ותחתונים לא יעלו לעליוניםלו.

וכהקדמה לכל זה האָט געדאַרפט זיין גלות מצרים סיי בנוגע אידן, סיי בנוגע וועלט.

ה. רז"ל זאָגן אַז „האבות הן הן המרכבה"לז, וואָס „כל אבריהם כולם היו קדושים ומובדלים מעניני עוה"ז . . כל ימיהם"לח — זיי זיינען געשטאַנען שטענדיק אין אַ ביטול כו' והתקשרות צו אלקות, און דעריבער איז ביי זיי געווען השראת השכינה בגילוי ממשלט. און כדי די בחינה זאָל נמשך ווערן אויך צו די נשמות תחתונות וועלכע זיינען שייך צו עולמות בי"ע, ביז צו מדריגות תחתונות דעשי', ווערט דאָס אויפגעטאָן דורך די (שבטים און ווי זיי ווערן פאַנאַנדערגעטיילט אויף) ע' נפש, וואָרום מדריגת השבטים איז ע"ד ווי אלקות ווערט נמשך אין עולמות בי"עמ.

אָבער כדי די המשכה זאָל אָנקומען צו יעדער נשמה, איז ניט גענוג דאָס וואָס עס ווערט נמשך ע"י ה(שבטים ו)ע' נפש, נאָר עס האָט אויך געדאַרפט זיין זייער ירידה פון ארץ ישראל אין (גלות)מא מצרים, אַן אָרט וואו עס זעט זיך ניט אלקות, אדרבה — ס'איז אַ מקום פון העלם והסתר אויף אלקות.

און אַז אויך ווען מ'געפינט זיך אין מצרים, אַן ארץ וואָס „אין יראת שמים ביניהם"*41, איז אויך דאָרט ווערט דערהערט באַ יעדערן מבני ישראל די נקודת היהדות „מאמינים"מב — האָט דאָס גע'פועל'ט אַז בחי' האלקות וואָס באַ די אבות זאָל נמשך ונתגלה ווערן צו יעדער נפש מישראל, און — עד סוף כל הדורותמג, אפי' צו אַ מדרי' הכי תחתונהמד.

222די בחי' אלקות וואָס איז נמשך ונתגלה געוואָרן צו יעדער אידן — איז דער ענין האמונהמה, די אמונה פשוטה פון אידן אין דעם אויבערשטןמו, וואָס דאָס האָט זיך אויסגעדריקט אין „ויאמן העם"מז, אַז דער אויבערשטער (קען און) וועט זיי אַרויסנעמען פון גלות מצרים, אַז באָם אויבערשטן זיינען ניטאָ קיין מניעות ועיכובים ח"ו.

וואָס דאָס איז דער פירוש הפנימי פון מאמר חז"למח „לא נגאלו (ישראל) אבותינו ממצרים אלא בזכותמט האמונה" — דאָס איז ניט קיין זייטיקער ענין וזכות, נאָר — דער מכוון ותכלית פון גלות מצרים.

און דאָס איז געווען די הכנה צו מ"ת, אַז עס זאָל ווערן „אנכי ה"א אשר הוצאתיך מארץ מצרים" — באַ יעדער אידן עד סוף כל הדורות זאָל דערפילט ווערן בגילוי אַז „הוי' (איז) אלקיך — כחך וחיותך". און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך „הוצאתיך מארץ מצרים" — אַרויסגענומען ווערן פון מצרים וגבולים.

ו. וויבאַלד אַז די ירידה למצרים איז פאַרבונדן דוקא מיט ע' נפשנ — ד. ה. ווי מדריגת השבטים ווערט נמשך למטה, נתפשט נידעריקער ווי זיי שטייען אין דער התחלקות פון י"ב (שבטים) — איז כדי אַז מצרים, ערות הארץ, זאָל ניט מעלים זיין אינגאַנצן אויפן ניצוץ אלקות, האָט אין די ע' געדאַרפט נמשך ווערן אַ בחינה ומדריגה וואָס איז מצ"ע העכער פון מצרים וגבולים פון סדר השתלשלות דעולמות בי"ע, ובמילא העכער פון התלבשות אין ארץ מצרים —

דאָס איז די נתינת כח אין די ע' נפש, אַז אויך בירידתן למצרים זאָלן זיי ניט נשקע ווערן אין העלם הגלות.

און דאָס איז דער טעם הדיעה אַז יעקב, וואָס מדריגתו איז אצילות, העכער פון השתלשלות, האָט משלים געווען (איז נמשך געוואָרן אין) דעם מנין פון ע' נפשנא.

די צווייטע דיעה איז אָבער מוסיף — און אין פדר"א שטייט בלויז די דיעה — אַז הקב"ה השלים עמהם את המנין: וויבאַלד אַז כל ענינו פון גלות מצרים איז כדי עס זאָל נמשך ווערן מדריגת האבות, ובכללם ובעיקר — בחי' יעקב בחיר שבאבותנב — צו יעדער נשמה, אפילו שבמדריגה הכי תחתונה, קען דאָס ניט זיין אין אַן אופן אַז אין גלותנג מצרים זאָל נמשך ווערן און זיך הערן (עכ"פ — בהעלם) בחי' של יעקב, עולם האצילות. וואָרום דעמאָלט איז דער גלות ניט קיין אמת'ער העלם, ובמילא קען זיך ניט אויספירן דער תכלית ענין הגלות כנ"לנד. משא"כ השלמה דורך הקב"ה — סובב כל עלמיןנה — קען ער223זיין מיט אידן אין גלות, נכנס עמהם במנין, ואעפ"כ „הערט" ער זיך ניט אָן ווייל ער איז בעצם קדוש (מובדל ומופרש). ובמילא איז דאָס ניט בסתירהנו צום העלם הגלות, וואָס ענינו איז אַז עס הערט זיך ניט קיין גילוי אלקות בנשמה.

ז. אָבער דאָס וואָס יוכבד „השלימה מנין של ישראל במצרים", אַז זי האָט גע'פועל'ט די שלימות אין (דעם מנין פון) שבעים נפש, איז עס אין דעם אַז עס זאָל באַ זיי זיין (ונתגלה) דער ענין האמונה.

דער ביאור בזה: אשה בכלל איז מרמזת אויף ספירת המלכות, וואָס אין מלכות זיינען דאָ צוויי קצוות'דיקע ענינים: „רגלי' יורדות כו'"נז, וואָס מצד דעם איז דאָ אַ נתינת מקום אויף גלות; לאידך ווערט זי אָנגערופן „ואמונה כל זאת"נח — מצד ספי' המלכות קומט דער ענין האמונה אַז „מלכותך מלכות כל עולמים", אַז דער חיות ומציאות כל העולמות נעמט זיך פון מדת מלכותו ית',

ועד"ז איז געווען ביי יוכבד: יוכבד איז געבוירן געוואָרן בפתח מצרים, ניט ווי די אַנדערע פון די שבעים נפש, וואָס זיי זיינען געבאַָרן געוואָרן פריער, און דוקא זי איז געווען אינעם זמן פון קושי השיעבוד. אָבער לאידך — איז דער ענין הגאולה געקומען דורך איר זון משה, וואָס ער האָט גע'פועל'ט און מגלה געווען די אמונה באַ אַלע אידן; און אויך יוכבד אַליין (צוזאַמען מיט איר טאָכטער מרים) — די מילדות העבריות מיט זייער הנהגה פון „ותחיין את הילדים"נט — האָבן זיי מחנך געווען און דערוועקט באַ די אידן די אמונה ובטחון בהשם, ניט צו נתפעל ווערן פון פרעה וגזירותיו.

ח. ועפ"ז יש לבאר דאָס וואָס דער מנין פון „ששים ושש" (פון „כל הנפש הבאה ליעקב מצרימה"), און עד"ז „שלשים ושלש" פון די בני לאה, ווערט געזאָגט בלשון נקבה — ווייל עיקר ענינה ופעולתה פון גלות מצרים (אמונה) איז פאַרבונדן מיט בחי' נקבה, ספירת המלכות,

און ווי מ'זעט אויך בפועלס אַז דער ענין האמונה איז בגלוי מער באַ נשים ווי באַ אנשים*60.

און בכללות איז דאָס פאַרבונדן מיט די שבטים, מרכבתא תתאה, אַ מרכבה צו בחי' מלכותסא, ד. ה. דער תוכן הענין פון בחי' נוקבא איז בכלל באַ די שבטיםסב, וואָס זיינען פאַרבונדן מיט מלכות ווי זי קומט אַראָפּ אין עולמות בי"ע. משא"כ די אבות זיינען מרכבתא עילאה, אין אצילות, העכער פאַר התלבשות אין בי"ע, און עד"ז איז מדריגת יוסף, כידועסג.

וואָס דעריבער שטייט דער מספר בלשון נקבה „ששים ושש" באַ אַלע224אַנדערע שבטים, משא"כסד בנוגע צו יוסףסה.

בפרטיות אָבער איז די שלימות אין דעם מספר פון שבעים נפש („הבאה מצרימה"), אין דער ירידה — פאַרבונדן מיט יוכבדסו (בחי' „אשה") שנולדה בין החומות, כנ"ל.

ט. עס בלייבט די שאלה: פאַרוואָס איז ער מדייק צו זאָגן (אין פדר"א): „נתיחסו כל הזכריםסז ששים ושש"?

אין הכי נמי עס רעדט זיך דאָרטן ניט וועגן דעם ענין האמונה, וואָס איז שייך ביי אַ אשה מער, איז דאָך אָבער אין „זכרים" מודגש (ניט (נאָר) דער ענין פון ניט נשקע ווערן אין גלות, נאָר אדרבא) אייננעמען דעם גלות — „איש דרכו לכבוש"סח?

איז דער ביאור בזה: די ירידה פון די ע' נפש אין מצרים איז ענינה, כנ"ל, אויף צו פועל'ן דעם ביטול ובירור (אויך) אין וועלט, אין די ע' אומות און די ע' שרים. און אין דעם ביטול ובירור זיינען דאָ צוויי אופנים: ווי ס'איז מצד בחי' זכר — ז"אסט, און ווי דאָס איז מצד בחי' נקבה — מלכות.

מצד בחי' זכר איז — „איש דרכו לכבוש", וואָס כיבוש בכלל איז באופן של היפך הרצון פון דעם וועמען מען איז כובש, ד. ה. אַז דער אופן הביטול בדרך כיבוש איז אַז די זאַך ווערט איינגענומען און גייט איבער אין אַן אַנדער רשות, אָבער מצד איר מציאות ווערט זי ניט נשתנה.

משא"כ דער ביטול בדרך זיכוך איז באופן אַז די זאַך גופא ווערט נשתנה, וואָס דאָס איז דער תפקיד ואופן העבודה פון אַן אשה — זי איז משנה און מתקן דעם מאכל אַז ער זאָל ווערן ראוי לאכילהע.

און עד"ז איז ברוחניות הענינים, אין דעם ביטול פון כוכבים ומזלות, ובפרט — הע' שרים, וואָס פון זיי נעמט זיך די השפעה אין וועלט: גלותעא מצרים האָט אויפגעטאָן און מגלה געווען ניט נאָר באַ אידן, נאָר אויך באַ די אומות העולם, אַז די ע' שרים האָבן ניט קיין שליטה וממשלה מצ"ע, ביז — אפילו ניט קיין מציאות מצ"ע.

ד.ה. די אותות ומופתים און מפלת פרעה ומצרים האָבן גע'פועל'ט אַז אויך פרעה ומצרים האָבן געגלויבט און אַנערקענט אַז „אני הוי' בקרב הארץ"עב און די כוכבים ומזלות האָבן קיין שליטה225ניט, זיי זיינען נאָר כגרזן ביד החוצב, און ווי די חרטומים האָבן געזאָגט „אצבע אלקים היא"עג.

יוד. אָט דער ענין טוט זיך אויף בעיקר מצד מדת המלכות וואָס זי איז דער שורש פון מקום וזמןעד, און פון דער השפעה צו די ע' שרים. דעריבער ווערט אין זיי דערהערט (ובמילא — אויך אין די ע' אומות שלמטה), אַז מלכותו בכל משלה, אַז זיי האָבן ניט קיין אייגענע מציאות און זייער מציאות און ממשלה איז נאָר מצד בחי' המלכות.

מצד בחי' אלקות וואָס איז העכער פון וועלט, ובכללות — בחי' ז"א, איז דער ביטול באופן אַז ס'איז אינגאַנצן ניטאָ קיין אָרט אויף אַ מציאות חוץ ממנו ית', וואָס מצד דער דרגא פון אלקות זיינען די ע' שרים בביטול במציאות, אפילו ניט אַ מציאות פון כגרזן ביד החוצב.

דאָס איז בדוגמת ענין הכיבוש, דער ביטול זייערער איז ניט מצד ענינם ומציאותם, נאָר מצד אלקות וואָס איז לגמרי העכער פון וועלט.

יא. און דאָס איז דער חילוק (ביחס צו דער פעולה אין וועלט און די ע' שרים) צווישן דעם פי' אין פדר"א „נתיחסו כל הזכרים ששים ושש ויוסף ושני בניו כו' הקב"ה נכנס עמהם" (און עד"ז די דיעה אַז יעקב השלים עמהם), און דער דיעה אַז יוכבד האָט משלים געווען דעם מנין:

מצד דעם וואָס „נתיחסו כל הזכרים ששים ושש ויוסף ושני בניו", איז דער אויפטו אין אַן אופן של כיבושעה, ביטול מציאותם לגמרי, און ווי דער מדרשעו זאָגט לגבי יוסף: „ויוסף הורד מצרימהעז שלט בהן המד"אעח וירד מים עד ים כבש בהון"; און היות אַז דאָס קומט מצד די בחי' וואָס איז העכער פון וועלט, דאַרף אין דעם זיין די שלימות פון דער בחי' אלקות שלמעלה מהשתלשלות, די נתינת כח פון הקב"ה — בחי' סוכ"ע — נכנס עמהם, אָדער עכ"פ פון יעקב — נשמה דאצילות.

מצד בחי' מלכותעה, וואָס דער ביטול איז אין און מצד זייער מציאות גופא, און דעריבער איז דאָס מער פועל די אמונה ביי די אוה"עעט למטה, באַ פרעה און מצרים — האָט זיך די שלימות פון ע' נפש אויפגעטאָן דורך יוכבד, וואָס זי דוקא „השלימה את המנין" (ניט „השלימה עמהם").

יב. ויש לומר, אַז דער חילוק צווישן די פירושים איז בהתאם צו די חילוקי דרגות פון די מפרשי פירושים אלו:

פדר"א ומדרש בכלל — אגדה שבתורה, וואָס רוב סודות התורהפ שהיא חכמת הקבלה וידיעת ה' גנוזים באגדותפא, איז דער חלק התורה וואָס איז העכער פון (התלבשות אין) עולםפב226ובמילא האָט דאָרט דער מציאות העולם קיין חשיבות ניט — דערפאַר איז לויט זיי דער (עיקר ה)פירוש אַז „הקב"ה נכנס עמהם במנין", וואָס מצד דעם איז דער כיבוש אין אַן אופן פון ביטול לגמרי פון די ע' שרים.

מצד מפרשי התורה, וואָס האָבן אַ שייכות צו מקרא (וואָס איז בעשי'פג), אָבער זייער פירוש איז ניט לגמרי ע"ד הפשט, האָט ניט אַזויפיל אָרט דער פירוש אַז הקב"ה נכנס עמהם — דער ביטול וכיבוש פון וועלט מצד בחי' סוכ"ע וואָס איז למעלה מהשתלשלות, זיינען זיי דעריבער מפרש אַז יעקב השלים עמהם, וואָס יעקב (יו"ד עקב) ווערט נמשך אין בי"ע ע"י השבטים (כאָטש ער גופא איז ניט יורד) און מצדו האָט דער ביטול פון וועלט עפּעס אַ שייכות צו מציאות העולם גופא.

לויט פירוש רש"י — פשוטו של מקרא ממש — וואָס איז פאַרבונדן מיט עשי'ד ממש, הערט זיך אָן דער ביטול פון וועלט מצד איר שורש גופא, וואָס דעמאָלט איז דער בירור און ביטול מער בפנימיות, פאַרבונדן מיט איר מציאות גופא. און מצד דעם איז דער פירוש אַז „יוכבד השלימה מנין של ישראל".

און דאָס איז מתאים מיט דעם מכוון פון גלות ויציאת מצרים — מ"ת, וואָס דעמאָלט האָט זיך אויפגעטאָן ניט נאָר דער ביטול פון וועלט, נאָר אויך די נתינת כח אַז אחדות ה' זאָל דערהערט ווערן אין דער מציאות פון וועלט מצד עצמה וענינהפה.

און ווי דאָס האָט זיך אויסגעדריקט במ"ת גופא, אַז נוסף אויף דעם וואָס צפור לא צווח עוף לא פרח שור לא געה כו'פו, איז דער קול פון „אנכי הוי'" געקומעןפז פון אַלע ד' רוחות העולם און שמים וארץפח.

וע"ד ווי אויך דערציילט אין גמראפט אַז בשעת מ"ת „הי' קולו הולך מסוף העולם ועד סופו" זיינען די אומות העולם געוואָרן דערשראָקן און (געקומען צו בלעם פרעגן — און ווען ער האָט זיי געזאָגט אַז „ה' עוז לעמו יתן" האָבן זיי זיך באַרואיקט און) געזאָגט „ה' יברך את עמו בשלום"צ.

227יג. כשם ווי דאָס איז געווען ביי גלות מצרים, אַז יוכבד דוקא השלימה את המנין — דורך איר האָט זיך אויפגעטאָן דער ביטול פון וועלט מצד מציאות העולם גופא, כנ"ל,

עד"ז איז דאָס אויך בגלות זה האחרון, וואָס איז די הקדמה והכנה צו דער גאולה העתידה, ווען עס וועט זיין דער מצב פון „וראו כל בשר גו' כי פי ה' דיבר"צא, אַז דער גשם העולם עצמו וועט נתברר ווערן און „זען" דעם „פי ה'"92 —

און אויף וועלכער מען זאָגט אַז זי וועט זיין כימי צאתך מארמ"צ (אראנו נפלאות)צג — וואָס בשכר (בזכות) נשים צדקניות שהיו באותו הדור נגאלו ישראל ממצריםצד,

אַזוי אויך בגאולה העתידה והקרובה דורך דער עבודה פון נשי ובנות ישראל.

וואָס דערפאַר זעט מען, אַז די ג' מצות וואָס זיינען איבערגעגעבן געוואָרן צו נשי ובנות ישראל — הדלקת נרות שבת קודש ויו"ט, חלה (— כשרות האכילה ושתי') און טהרת המשפחה — זיינען באופן זה:

די מצות הנ"ל זיינען פעולות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אַזעלכע צרכי האדם וועלכע זיינען דאָ ומוכרח מצד לשבת יצרה אויך ביי ניט־אידן — ליכטיקייט (כדי שלא ליכשל בעץ ואבן), אכילה, וחיי משפחה;

און די עבודה פון נשי ובנות ישראל איז, אַז די זעלבע פעולות זאָלן געטאָן ווערן דוקא אויף אַ אידישן אופן — הדלקת הנר איז פאַרבונדן מיט שבת ויו"ט, כשרות האכילה ושתי', און טהרת המשפחה,

און דאָס איז די הכנה אַז גשמיות העולם גופא וועט נזדכך ווערן ביז — וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דיבר.

(משיחת ש"פ ויגש תשל"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-n2v0wa7z

Copies

Recent activity

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · approved
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · closed

Sources