Likkutei Sichos
Addenda - maamarim and sichos, winter 5738 7
360שיחת עשרה בטבת, יהפך לשמחה, אחרי תפלת מנחח, ה'תשל"ח
— בבית הכנסת —
א. בהמשך צו דעם וואָס עס האָט זיך גערעדט נעכטן אין אָווענט, אור ליום העשירי בטבת [וואָס בשנה זו, איז (ווי דערמאָנט אויך נעכטן) עשירי בטבת חל ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, „טוב לשמים וטוב לבריות"] בנוגע צו באַנייען, אָפּפרישן און מוסיף זיין אין דעם מנהג וואָס איז געווען בכו"כ קהלות אַז ביום התענית לאחרי חצות היום (בקשר מיט תפלת המנחה אָדער אחרי תפלת מנחה) פלעגט מען ריידן דברי כבושיןא —
איז אע"פ אַז דאָס איז ניט געווען נהוג בביהכנ"ס דרבותינו נשיאינוב, און אויף מחדש זיין אַ נייעם ענין דאַרף מען האָבן אַ זהירות יתירה
פונדעסטוועגן, ווי גערעדט כמה פעמים (אויך אין די לעצטע התוועדות'ןג), אַז בשעת עס רעדט זיך וועגן ענינים וואָס זיינען מוסיף אין יראת שמים [ובפרט, וואָס זיינען מוסיף אין קיום המצוות בפועל, וואָס המעשה הוא העיקרד] — איז דאָס ניט נאָר אַ הצדקה (אַ באַרעכטיקונג) אויף די נייע ענינים, נאָר דאָס איז אויך אַ התעוררות און אַ עידוד, וויבאַלד מען זעט בפועל אַז זיי זיינען מוסיף אין יראת שמים —
וואָס יראת שמים איז „זהה השער לה' צדיקים יבואו בו"ו — דער טויער דורך וועלכן מען גייט אַריין אין אַלע ענינים פון תומ"צ [ובלשון הזהרז: „ודא איהי תרעא לאעלא"].
און ווי עס שטייט אין זהרח אויף „בזאת יבא אהרן אל הקודש"ט, אַז „זאת" איז יראת ה'. און אויף דעם זאָגט מען — כפשטות הכתוב — „בזאת יבא אהרן אל הקודש", אַז דער אַריינגיין פון דעם כהן גדול אין קודש הקדשים ביום הכיפורים, וואָס ער איז דער יום המקודש מכל השנה, איז געווען „בהאי זאת", וואָס „דא היא יראת ה'",
וואָס די כניסה פון כה"ג ביום הכיפורים לקדה"ק, גיט דעם כח און איז מאיר אין דער עבודה פון יעדער אידן בכל ימי השנה, ביז — אין מחשבה דיבור ומעשהי.
ב. בהמשך צום מנהג הנ"ל פון ריידן דברי כבושין — דאַרף ניט זיין אין דערויף דוקא אַן אריכות, וואָרום וויבאַלד אַז יעדער איד וויל מקיים זיין דעם אויבערשטנס רצון (כפס"ד ברור361פון רמב"םיא), איז דאָך גענוג אַ וואָרט, אַ רמז אַליין,
ועאכו"כ אַז איצט איז נאָך דערויף וואָס מען האָט געזאָגט און געהערט די הפטרה „דרשו הוי' גו'" —
וועט מען דעריבער בלויז דערמאָנען (און מבאר זיין קצת) אַן ענין וואָס מען האָט ערשט געזאָגט אין דער הפטרה [וואָס איז כולל כל הענינים], די דברים נפלאים וואָס דער אויבערשטער זאָגט דורך ישעי' הנביא
[וואָס ער האָט געהייסן מיטן נאָמען ישעי' ווייל ענינו איז געווען ישועהיב, כולל די ישועה פון דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנויג],
וואָס פון דעם וואָס די נבואה איז נכתבה — איז אַ ראי' אַז הוצרכה לדורותיד,
ובפרט נאָך אַז מען האָט קובע געווען צו זאָגן די נבואה הנ"ל אין אַ הפטרה — די הפטרה פון די ימי הצומות, כולל אויך דעם „צום העשירי".
ג. פון די ענינים וואָס מען זאָגט אין דער הפטרה איז: „כה אמר ה' שמרו משפט ועשו צדקה גו'"טו — דער אויבערשטער זאָגט צו אידן אַז זיי זאָלן טאָן אין משפט (תורהטז) און אין צדקה
[וואָס די צוויי זאַכן בריינגן די גאולה ווי עס שטייטיז „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה"],
און ער איז מוסיף „כי קרובה ישועתי לבוא", מיין ישועה — די ישועה פון דעם אויבערשטן, כביכוליח, איז אָפּהענגיק אין דעם וואָס יעדער איד, און אַלע אידן, וועלן טאָן אין משפט (תורה) און טאָן אין צדקה.
ד. דערנאָך איז ער מוסיף „וצדקתי להגלות", אַז דעמאָלט (ווען עס וועט קומען „ישועתי") וועט אויך נתגלה ווערן די צדקה פון דעם אויבערשטן („וצדקתי") — דאָס וואָס „צדקה עשה הקב"ה בישראל שפיזרן לבין האומות"יט.
דער ענין פון „פיזרן לבין האומות" איז אַ פלא און אַ תמיהה הכי גדולה: היתכן אַז בנו יחידו של ממה"מ הקב"ה [וואָס אַלע אידן, אפילו ווען זיי געפינען זיך אין קושי השיעבוד פון מצרים, זיינען זיי מאמינים בני מאמיניםכ. ביז אַז תורת אמת איז מעיד אַז יעדער איד, יהי' מי שיהי', וויל מקיים זיין דעם אויבערשטנס רצון (ווי געבראַכט פריער דעם פס"ד ברור פון רמב"ם)] וואָס דאַרף זיך געפינען באַ אביו המלך, זאָל גאָר זיין אין גלות?
אויף דעם זאָגט ער „וצדקתי להגלות", אַז לע"ל וועט נתגלה ווערן ווי דער גלות איז געווען אַן ענין פון צדקה.
איצטער — איז עס בבחי' אמונה: וויבאַלד אַז חז"ל זאָגן „צדקה עשה הקב"ה בישראל שפיזרן לבין האומות", גלויבט מען אַז דאָס איז אַזוי. דאָס איז אָבער נאָך ניט בגילוי בהבנהכא. לע"ל וועט זיין362„וצדקתי להגלות", אַז מען וועט זעהן בגילוי ווי דער גלות איז געווען אַן ענין של צדקה.
ה. און אויך דאָס (דער „וצדקתי להגלות") איז אָפּהענגיק אין דעם „שמרו משפט ועשו צדקה" וואָס אידן טועהן אויף ממהר זיין דעם „קרובה ישועתי".
אע"פ אַז מען גלויבט באמונה שלימה בדברי חז"ל אַז דער גלות איז אַן ענין של צדקה,
איז אָבער צוזאַמען דערמיט איז מען מתפלל און זועק וצועקכב אַז עס מוז שוין זיין דער „קץ שם לחושך"כג [ובפרט לויטן פס"ד ברור בש"סכד אַז ס'איז שוין „כלו כל הקיצין" (אַז ס'איז שוין נאָך אַלע קיצין, לויט אַלערליי חשבונות) ובמילא מוז שוין זיין „מיד הן נגאלין"כה],
וואָס דאָס (די תפלה וצעקה) בריינגט אויך אַ הוספה אין דעם „שמרו משפט ועשו צדקה"
— סיי אין משפט (תורה) און צדקה כפשוטם, ביז אויך ווי זיי זיינען בפנימיות הענינים [כמובא בתורת החסידות הכללית דורכן בעש"ט און מבואר בתורת חסידות חב"ד דורך דעם אַלטן רבי'ן און רבותינו נשיאינו ממלאי מקומו] —
בריינגט דאָס ניט נאָר דעם „קרובה ישועתי" [אַז דער אויבערשטער איז ממלא די בקשה פון אידן און נעמט זיי אַרויס פון גלות בשעתא חדא וברגעא חדא], נאָר אויך דעם „וצדקתי להגלות" — אַז מען וועט זעהן די „צדקה" פון דעם ענין הגלות.
ו. דערנאָך איז ער מוסיף אין דער הפטרה נאָך אַן ענין — אַז אויך די „בני הנכר" וועלן זיין „נלוים על ה' לשרתו ולאהבה את שם ה' להיות לו לעבדים גו'"כו:
בזמן הגלות זיינען דאָך אַ טייל פון די בני הנכר אין אַן אופן פון (ווי ער זאָגט אין תהליםכז) „רגשו גוים ולאומים יהגו",
איז נוסף צו דער הבטחה גמורה וואָס דוד מלך ישראל (וואָס ער איז חי וקיים) איז מבטיחכח, אַז אויך (בשעת דעם „רגשו" און „יהגו") איצטער (בזמן הגלות) איז דאָס „ריק", און אַז דער אויבערשטער לאַכט זיך אויס פון דעם גאַנצן ענין (ווי ער איז מפרט אין תהליםכט בארוכה),
האָט מען אויך די הבטחה אַז לע"ל וועלן בני הנכר זיין „נלוים על ה' לשרתו גו' להיות לו לעבדים גו'" ביז אַז363„כי ביתי בית תפלה יקרא לכל העמים"ל
[וואָס דאָס איז מתאים מיט דעם וואָס שטייט „אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' לעבדו שכם אחד"לא — וואָרום „לעבדו" איז דער ענין התפלה],
און ער איז מסיים (בההפטרה) „עוד אקבץ עליו לנקבציו"לב — אַז נוסף אויף דעם וואָס עס וועט זיין (כהתחלת הכתוב) „מקבץ נדחי ישראל", וועט נאָך צוקומען אויך און אין זיי (אין די אידן, „עליו לנקבציו") אַ הוספה פון די ניצוצי קדושה שבאומות העולםלג.
ז. שוין גערעדט כמה פעמים בנוגע צו דעם וואָס דער אַלטער רבי פסק'נט אין שו"עלד אַז בערב שבת דאַרף מען טועם זיין „מכל תבשיל ותבשיל", אַז די זעלבע זאַך איז בנוגע צו די שיתא אלפי שנין (וואָס זיי זיינען כנגד די ששת ימי בראשיתלה) — אַז „בערב שבת" דאַרף זיין די טעימה פון יעדער ענין („מכל תבשיל ותבשיל") וואָס וועט זיין לע"ל.
און וויבאַלד אַז אַלץ וואָס דער אויבערשטער הייסט אידן טאָן איז ער דאָס (אויך) מקייםלו, און נאָך ביתר שאת וביתר עז — איז אַ זיכערע זאַך, אַז דער אויבערשטער גיט אידן [יעדער אידןלז און אַלע אידן] צו פאַרזוכן פון יעדער ענין טוב וואָס וועט זיין אַז ס'וועט קומען די גאולה האמיתית והשלימה.
ד. ה. אַז נוסף דערצו וואָס דער אויבערשטער העלפט יעדער אידן אין דער עבודה פון „שמרו משפט ועשו צדקה", אַז ער זאָל האָבן חיות אין לימוד התורה (משפט) און אין קיום המצוות (צדקה) בהידור, ביז אין אַן אופן פון „מהדרין מן המהדרין"
[אין אַן אופן אַז דאָס זאָל זיין פאַרבונדן מיט „צדקתי" און „ישועתי" של הקב"ה, מיט גליא דקוב"ה און אויך מיט סתים דקוב"ה — וואָס צו דעם פאָדערט זיך אַז דער „שמרו משפט" זאָל זיין אין גליא דאורייתא און אויך אין סתים דאורייתאלח,
וואָס אויך דאָס (סתים דאורייתא) איז שייך צו יעדער אידן, וואָרום יעדער איד האָט אַ חלק סיי אין פשט סיי אין רמז סיי אין דרוש סיי אין סוד,
ווי עס שטייט אין כתבי האריז"ללט, אַז אין יעדער ענין פון תורה — סיי אין פשט, סיי אין רמז, סיי אין דרוש, סיי אין סוד — זיינען דאָ ששים ריבוא פירושים, כנגד ששים ריבוא ישראל (וואָס אין דעם זיינען נכלל אַלע נשמותמ),
ביז אַז ס'איז אַ פס"ד אַז עס איז דאָ אַ חיוב אויף יעדער אידן צו לערנען און „להשיג מידיעת התורה הן בפשטי ההלכות הן ברמזים ודרשות וסודות"מא],
וועט ער אויך געבן צו פאַרזוכן ב"ערב שבת" דעם „תבשיל" דלע"ל364בנוגע די אומות, אַז נאָך זייענדיק בזמן
הגלות וועט שוין זיין אַ מעין פון „ובני ממלכת כהנים"44) — וועט די „אכילה" הנכר הנלוים על ה' לשרתו גו'", ביז אַ זיין מתוך גדלות45) ומתוך שמחה וטוב מעין פון „והיו42) מלכים אומניך לבב.
און בכדי אַז כל הנ"ל זאָל זיין בזריזות
און וויבאַלד אַז לויט אַלע סימנים פון — דאַרף מען מוסיף זיין בזריזות אין סוף מס' סוטה האַלט מען שוין גאָר תורה און צדקה, און אויך אין תפלה נאָענט צו דער גאולה — ובפרט אַז מען(וואָס על ידה זיינען די תורה און צדקה האָט געהערט מפורש און ברור43) פון ווי עס דאַרף צו זיין46)) ובמכש"כ פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו אַז
איצטער איז שוין דער זמן הכי אחרון דאַרף זיין „בית תפלה יקרא לכל פון גלות — איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז העמים".
מען קען שוין דאָס (דעם „לטעום מכל
ווערן דער פס"ד הרמב"ם47) אַז „כל
און דעריבער איז שוין צייט אַז ניט הצומות האלו" (כולל אויך דעם צום נאָר זאָלן זיי מפסיק זיין דעם לחץ און העשירי) וועלן נהפך ווערן „לששון
ולשמחה ולמועדים טובים והאמת העלפן אידן בכל מושבותיהם בכל
הענינים הגשמיים, אַז אידן זאָלן קענען
און דאָס וועט מוסיף זיין נאָך מער
זריזות אין דעם „אחישנה" פון דער
גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח
זבחים צא, א).
וכן ע"פ פרש"י (יתרו שם) „כהנים" — שרים הרי
וואָס דעמולט וועט מען ניט נאָר
טועם זיין פון יעדער תבשיל, נאָר מען
(תורה) ואח"כ ילך לעסקיו (שאז הוא עיקר העבודה
דצדקה).
וראה לקו"ש ח"ה ע' 438, שהצדקה שקודם
התפלה (יהיב פרוטה לעני והדר מצלי) — ענינה אדמו"ר היום יום בתחילתו. הקול קורא דלאלתר
עצמה), ועיקר העבודה דצדקה (מצד עצמה) היא תשרי תש"ג. אגרות קודש שלו (ח"ה ע' שסא; שעז;
47) הל' תעניות בסופן.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-7jj1q8h0