Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 16
645עשרה בטבת
ב"ה, ערש"ק פ' ויחי, י"ב טבת, ה'תשמ"א
ברוקלין,
צו אַלע אַנטיילנעמער אין דעם יערלעכן
דינער פון מרכז הישיבות תומכ־תמימים
ליובאוויטש
ה' עליהם יחיו
אַזוי ווי דער יערלעכער דינער קומט פאַר עטלעכע טעג נאָך עשרה בטבת, און אין איינקלאַנג מיט דער הוראה אַז פון יעדער זאַך דאַרף מען אָפּלערנען אַ מוסרהשכל, ספּעציעל פון געשעענישן וועלכע זיינען פאַראייביגט געוואָרן אין דער געשיכטע פון אונזער פאָלק — איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אויף איינע פון די הוראות פון דעם דאזיגען תענית־ציבור.
עשרה בטבת איז דער טאָג ווען ירושלים איז באַלאַגערט געוואָרן פון שונא, און דאָס איז געווען דער אָנהייב פון דעם חורבן פון ירושלים און פון בית־המקדש. מיר פאַסטן דעם טאָג, ניט נאָר אַלס אויסדרוק פון צער, נאָר בעיקר כדי צו טאָן וואָס מ'דאַרף צו פאַריכטן די סיבה וואָס האָט געבראַכט צום חורבן און גלות — מפני חטאינו גלינו מארצנו, און דורכדעם צואיילן וואָס פריער די גאולה שלימה, ווען משיח צדקנו וועט צוריקברענגען אַלע אידן אין אר־ישראל און צוריקאויפבויען דעם בית־המקדש, במהרה בימינו.
איינע פון די עיקר'דיגע נקודות אין דעם איז, וואָס ווען די באַלאַגערונג פון ירושלים וואָלט אויפגעטרייסלט דעם פאָלק און געבראַכט צו אַ ראַדיקאַלע ענדערונג אין דעם צוגאַנג פון דער דרויענדער געפאַר — כאָטש עס האָט נאָך געדאַרפט נעמען אַ לאַנגע צייט (ציי־האַלב יאָר) ביז צום חורבן — וואָלט מען דעם גאַנצן חורבן געקענט פאַרמיידן פון אָנהייב אָן!
און אין דעם ליגט אַ ספּעציעלע הוראה פאַר יעדן אידן און אַלע אידן, אין אַלע צייטן, און בפרט אין אונזער צייט: אַז בשעת עס ווערט געשאַפן אַ לאַגע וואָס דרויט מיט אומגעוואונשענע קאָנסעקווענצן, כאָטש זיי וועלן נאָך נעמען אַ לאַנגע צייט צו אַנטוויקלען זיך — מוז מען תיכף נעמען אַ שטאַרקע שטעלונג צו פאַרמיידן זיי פון אָנהייב אָן, כל זמן וואָס מ'האָט נאָך די פולע כוחות און די לאַגע האָט זיך ניט פאַרשאַרפט. און ווי ס'איז באַוואוסט דער משל אין דעם, אַז אַ מענטש פאַרבלאָנדזשעט ניט פון וועג גלייך אין וואַלד אַריין, נאָר דאָס הייבט זיך אָן מיט דעם ערשטן אומפאָרזיכטיגען טריט אין דער פאַלשער ריכטונג. און וואָס פריער ער כאַפּט זיך אַז ער איז אַראָפּ פון וועג, אַלץ לייכטער איז צוריקקערן זיך צום ריכטיגען וועג.
646דער דאזיגער גרונט־פּרינציפּ איז ספּעציעל וויכטיג אין באצוג צו דער תורה דערציאונג פון אַ אידיש קינד, וואָס מוז זיך אָנהייבן פון דער פריסטער יוגנד און זיין אויסגעהאַלטן אין אַלע פרטים, אָן פּשרות. עס קען זיך אַמאָל אויסווייזן, אַז אַ געוויסער פרט אין חינוך איז ניט אַזוי וויכטיג צו באַשטיין אויף דעם מיט דער גאַנצער שטאַרקייט, אָדער אַז עס איז דאָ צייט אויף דעם שפּעטער. איז אָבער דער אמת ניט אַזוי, וואָרום שפּעטער ווערט פיל שווערער אויסצוגלייכן און פאַריכטן. אַזוי אויך אין דער גוטער זייט: יעדע פאַרבעסערונג, אפילו אַ קליינע יונגערהייט, ווערט פילפאַך פאַרגרעסערט אין דעם דערוואָקסענעם עלטער.
און דאָס איז אויך פון די גרונט־פּרינציפּן וואָס רבותינו נשיאינו, די מייסדים פון תומכי־תמימים ליובאַוויטש, האָבן געשטעלט אַלס אַ יסוד פון תורה־חינוך פאַר אַלע אידישע קינדער בכלל, און פאַר די תלמידים פון די ליובאַוויטשער מוסדות בפרט: אַז דער חינוך זאָל באַלד פון אָנהייב אָן זיין אין פולן איינקלאַנג מיט תורה, תורת־חיים, און תורה תמימה, מיט דער גאַנצער גאַנצקייט אין אַלע פרטים, און אָן פּשרות, וואָס דערפון הענגט אָפּ די אמת'ע ריכטונג און איינשטעלונג פאַר דעם גאַנצן לעבן.
איף האָף — און מיט דער פולער זיכערקייט — אַז אַלע אַנטיילנעמער אין דעם דינער וועלן זיך וואַרים אָפּרופן אויף דעם אַפּיל פון דער צענטראַלער ליובאַוויטשער ישיבה תומכ־תמימים, ניט בלויז אַלס פריינד און שטיצער, נאָר אַלס שותפים אין דער גרויסער חינך־טעטיקייט פון דעם דאזיגען גרויסן חינוך מוסד.
ובזכות זה וועט השי"ת דערפילן די וואונשן לטובה פון יעדן איינעם און איינע, שיחיו, אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך,
צוזאַמען מיט דעם אינערלעכן וואונש פון יעדן און אַלע אידן, אַז די טרויערטעג וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן חורבן (איינשליסנדיג עשרה בטבת) וועלן פאַרוואַנדלט ווערן אין טעג פון ששון ושמחה ומועדים טובים, בגאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, בקרוב בימינו ממש.
בכבוד ובברכה להצלחה
בכל האמור
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-5v5n7cf8