Likkutei Sichos
Addenda - sichos 16
א. דער אויבערשטער זאָל העלפן און מצליח זיין אַז די נסיעה זאָל זיין כשורה ובהצלחה רבה ומופלגה, אויף להחזיר עטרה ליושנה.
איר פאָרט אין אַ מדינה וואו עס איז געווען דער ענין התורה בהצלחה רבה, און מיט אַ גרויסער הפצה, כולל אויך פסקי דינים, ווי מען זעט פון די ספרים וועלכע זיינען דאָרטן געשריבן געוואָרן — זאָל זיך אייך איינגעבן דאָס אויפצולעבן און מוסיף זיין בזה,
אַז עס זאָל נתרבה ווערן דער לימוד התורה, בהתמדה ושקידה, ביז — לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתאא, בדוגמא ווי די פסקים וואָס זיינען פון דאָרטן אַרויס, וואָס לאורם נלך עוד בזמננו זה.
ובפרט, אַז בינתיים איז אויפגעקומען תורת הבעש"ט (וואָס עס איז דאָך ידועב די שייכות פון דעם בעש"ט מיטן אור החיים הקדושג), און עס איז צוגעקומען אויך דער ענין פון הפצת המעינות (דתורתו) חוצהד, וואָס דאָס העלפט אַז אויך דער לימוד הנגלה זאָל זיין אין אַן אופן פון „מעין"ה, און באמת לאמיתוו — דיו הנוסעים לישיבח גדולה
מאַכט דאָס נאָך לייכטער, ובמילא — נאָכמער בהצלחה און נאָכמער מוכרח, אַז מען זאָל דאָרטן אויפלעבן, עס זאָל זיין דער לימוד כבעבר און סיי אין נגלה און סיי אין חסידות,
און אין אַן אופן אַז עס זאָל אָנקומען אויך אין „חוצה"ה — אַז עס זאָל צוקומען אויך צו די וואָס ווייסן נאָך ניט (דערוויילע) פון פנימיות התורה, תורת החסידות, און אויך צו די וואָס ווייסן נאָך ניט (דערוויילע) וועגן נגלה דתורה,
און באַ זיי זאָל אויך צוקומען אין המעשה שהוא העיקרז — אין קיום המצוות בהידור, און — „מהדרין מן המהדרין", ובאופן דמוסיף והולך ואור, כהוראות ימי חנוכהח,
[וואָס איר פאָרט דאָך פון די התוועדויות און פון די ענינים וואָס האָבן זיך גערעדט בימי החנוכה].
ב. בהמשך צו דעם וואָס עס האָט זיך גערעדטט בנוגע צו אַ ספר תורה, אַז יעדער איד איז פאַרגליכן צו אַ ספר תורה שלימה, ווי פאַרשטאַנדיק פון גמראי און מדרשי חז"ל בכ"מ,
און ווי פאַרשטאַנדיק אויך דערפון וואָס „נפש השנית בישראל היא חלק516אלוקה ממעל ממש"יא, און ישראל אורייתא וקוב"ה כולא חדיב —
איז דער אַריינפאָרן פון יעדערן פון אייך אין אַ נייער מדינה, אַ נייער שטאָט און אַ נייער שכונה — בדוגמא צו דער הכנסה אַהין פון אַ ספר תורה חדשה.
וואָס בשעת מען טראָגט אַריין אַ נייע ספר תורה איז אפילו אַז עס זיינען שוין דאָרטן דאָ כמה וכמה ספרי תורה — שרייבט כ"ק מו"ח אדמו"ר בארוכה במכתבויג אַז בכ"ז מאַכט מען אַ שטורעם, מיטן גאַנצן פּאַראַד מיט כל הענינים הכרוכים בזה, און די אַלע ספרי תורה וואָס זיינען דאָרטן דאָ גייען מקבל פנים זיין די נייע ספר תורה וואָס קומט אָן —
איז אַזוי אויך אייער אָנקומען אַהינצו צ"ל בדוגמת הכנסה פון אַ ספר תורה חדשה, און די אַלע ספרי תורה וואָס זיינען דאָרטן דאָ — גייען ברוחניות מקבל פנים זיין די נייע ספרי תורה וואָס קומען אָן.
ובכם הדבר תלוי אַרויסצוברענגען דאָס מן הכח אל הפועל, ביז אַז עס זאָל זיין ניכר בפועל אין יעדערן פון אייך אַז עס איז אַריינגעטראָגן געוואָרן אַ ספר תורה חדשה.
ג. און „מה להלן (במ"ת) באימה וביראה וברתת ובזיע — אף כאן באימה וביראה וברתת ובזיע"יד, דערפאַר וואָס עסק התורה של כל אחד ובכל זמן איז פאַרבונדן מיט עצמות ומהותטו.
און וויבאַלד אַז עס איז פאַרבונדן מיט עצמות — איז דאָס פאַרבונדן מיט כל הברכות כולם און אויך כפשוטם, ביז — אין עולם העשי' הגשמי, אַז עס זאָל זיין הצלחה רבה, ברוחניות און אויך בגשמיות, ומתוך בריאות הנכונה.
ומתוך מנוחה, שמחה וטוב לבב טאָן אין די אַלע ענינים האמורים, וכנ"ל — באופן דמוסיף והולך ואור.
ד. אויף צו פאַרבינדן דאָס שוין איצט אויך מיט אַ דבר גשמיטז — וועט מען געבן יעדערן פון אייך דעם קונטרס וואו עס איז אָפּגעדרוקט דער מכתב הנ"ל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בנוגע צו הכנסת ספר תורה, און אויך — דאָס וואָס עס האָט זיך גערעדטט בביאור הענינים.
און צוזאַמען דערמיט — מיט „ציון במשפט תפדה"יז, וואָס דאָס גייט דאָך אויף תורה, ובמיוחד אויף הלכות שבתורהיח — אויך בענין פון „ושבי' בצדקה"יז — געבן יעדערן פון אייך אויף נתינה לצדקה דאָ, און (דער עיקר) — לצדקה קומענדיק אַהינצו.
און די אַלע ענינים זאָלן ממהר זיין (דעם תפדה) ביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש ובעגלא דידן.
[נתן לכל אחד ואחד מהשלוחים שיחיו: קונטרס „סיום והכנסת ספר תורה", שטר של מאה פרנק צרפתיים517(ואמר: אויף צדקה דאָרטן), ושטר של דולר (ואמר: אויף צדקה דאָ).
אח"כ נתן להרב ב. א. גאָראָדעצקי שיחי' (בא־כח כ"ק אדמו"ר שליט"א במדינות אירופא וצפון אפריקא) — כנ"ל להשלוחים שיחיו, ואמר לו: איר זיינט דאָך דער עומד בראש פון די ענינים. ושימסור את השטר לצדקה שם — בביקורו שם בעתיד].
ה. אַזוי ווי עס זיינען דאָ די עלטערן וואָס האָבן אויפגעהאָדעוועט די (שלוחים) „צבאות השם" — וועט מען געבן יעדערן פון זיי אַ שיחה אין וועלכע עס רעדט זיך וועגן „צבאות השם", און, כנהוג — פאַרבינדן דאָס מיט צדקה.
[נתן לכל אחד מהם: חוברת שיחת יום ד', כ"ה כסלו, אור לב' דחנוכה שנה זו ל"צבאות השם", ושטר של דולר „לצדקה כאן".
אח"כ אמר: אין „צבאות השם" האָבן דאָך די מוטערס מער חלק ווי די פאָטערסיט — ונתן להן כנ"ל.
אח"כ נתן להאחים דהשלוחים שיחיו — כנ"ל לההורים, ואמר להם: איר זאָלט וועלן אַז משיח זאָל קומען „נאַו"כ].
*
איר זאָלט האָבן אַ פריילעכעכא נסיעה, און — הערן בשורות טובות דאָרטן (מכאן), און הערן בשורות טובות דאָ (משם).
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-j4ry8jcz