Likkutei Sichos
Vayechi 1
228ויחי
א. אויפ'ן פסוקא „ויקרא יעקב אל בניו ויאמר האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים" זאָגן חז"לב: „ביקש יעקב לגלות לבניו קץ הימיןג ונסתלקה ממנו שכינה".
איז תמוה:
ס'איז דאָך זיכער, אַז מיט זיין וועלן צו מגלה זיין דעם קץ איז יעקב געווען אויסן (ניט סתם באַווייזן אַז ער ווייס דעם קץ, נאָר) אַ תועלת פאַר די שבטים, אָדער פאַר די אידן אחריהם — וואָס פאַר אַ תועלת וואָלטן אידן געהאַט פון דעם וואָס מ'וואָלט זיי דעמאָלט מגלה געווען דעם קץ?
ואדרבה: ווען יעקב וואָלט זיי מגלה געווען דעם קץ, וואָס וועט ערשט זיין מיט פילע טויזנטער יאָרן שפּעטער (ווי מען זעט עס איצטער, אַז עדיין לא בא) — וואָלט עס ניט נאָר ניט געבראַכט קיין תועלת, נאָר אדרבה: דאָס וואָלט גע'פּועלט ביי אידן אַ מורא'דיקע צעבראָכנקייט און נמיכת הרוחד!
מפרשיםה פאַרענטפערן, אַז יעקב האָט דעם קץ געוואָלט מגלה זיין נאָר לבניוו, „שצדיקים היו ובטוח בהם שאע"פ שהוא (הקץ) לאורך ימים לא ישובו מאחרי ה'", אָבער אויך דאָס האָט דער אויבערשטער ניט געוואָלט — „כדי שלא יודע לבאים אחריהם ורבים יתיאשו אלו ידעו שהוא לעתים רחוקות".
אָבער דער תירוץ איז ניט גלאַטיק: (א) דער חשש פון „יודע לבאים אחריהם" (אויב יעקב וואָלט מגלה געווען דעם קץ צו אַלע צוועלף זין) איז אַ זאַך וואָס איז מובן גאָר בפשטותז — היינט פאַרוואָס האָט יעקב מלכתחילה געהאַט אַ קס"ד צו מגלה זיין דעם קץ לבניו? (ב) ועיקר: דערמיט ווערט ניט פאַרענטפערט די עיקר שאלה — וואָס פאַר אַ טובה ותועלת וואָלט דער גילוי הקץ געקענט פועל זיין ביי „בניו", וואָס דערפאַר „ביקש יעקב לגלות לבניו קץ הימין"ח?
229ב. אויך דאַרף מען פאַרשטיין:
אין חז"ל געפינען מיר צוויי דיעות: (א) דער קץ איז נתעלם געוואָרן אויך פון יעקב'ן, ווי עס שטייט אין מדרשט „בא לגלות להם את הקץ ונתכסה ממנו" (ועד"ז שטייט אין מדרש בתחלת הסדרהי: „בקש כו' ונסתם ממנו"); (ב) פון יעקב'ן איז ער ניט נתכסה געוואָרן, ער האָט עס אָבער ניט מגלה געווען לבניויא.
[ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער דיוק אין לשון הש"סב „ביקש יעקב לגלות כו' ונסתלקה ממנו שכינה" — ניט סתם „ונסתלק ממנו (הקץ)" — ווייל לויט דעת הש"ס איז טאַקע פון יעקב'ן ניט נתכסה געוואָרן דער קץ; ס'איז בלויז נסתלק געוואָרן פון אים די שכינה האָט ער געזען אַז מ'וויל ניט גילוי הקץ האָט ער ניט מגלה געווען.
או י"ל: שכינה פון לשון ושכנתי בתוכםיב — דאָס הייסט, דער כח צו קענען „משכין" (וממשיך) זיין דעם גילוי הקץ למטה (לבניו)יג].
דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז, כמובן לכל הדעות, קען דער אויבערשטער אָפּהאַלטן יעקב'ן פון מגלה זיין דעם קץ לבניו אפילו אויב יעקב ווייס דעם קץ — איז מאי טעמא וואָס (לויט דער דיעה הראשונה) איז געוואָרן דער שינוי: דער קץ איז „נסתם" געוואָרן פון יעקב'ן?
ג. מכל הנ"ל איז מובן, אַז ביידע אופנים — מגלה זיין, אָדער ניט צו מגלה זיין דעם קץ — קענען ברענגען אַ תועלת פאַר אידן (בעבודתם הרוחנית).
און נאָך מער: וויבאַלד אַז יעקב איז איינער פון די אבות, „שהן הן המרכבה . . ולא נעשו מרכבה רק לרצון העליון לבדו כל ימיהם"יד, איז מוכרח צו זאָגן, אַז דאָס וואָס „ביקש יעקב לגלות כו'" (ביז צו דער רגע ווען „נסתלקה ממנו שכינה") איז געווען בהתאם צום רצון העליון, צו וועלכן יעקב איז געווען אַ מרכבה אויך דאַמאָלס.
און דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט לפועל ניט דערלאַָזן אַז יעקב זאָל זיי מגלה זיין דעם קץ, איז ווייל אין יענעם מצב האָט זיך געפאָדערט דער אופן ההנהגה (און די תועלת וואָס קומט פון דעם) אַז דער קץ זאָל ניט נתגלה ווערן.
און דערביי זיינען פאַראַן צוויי דיעות — לויט איין דיעה האָט די תועלת געדאַרפט זיין אויך ביי יעקב עצמו (און דעריבער „נתכסה (אויך) ממנו" הקץ); לויט דער צווייטער דיעה איז דאָס אַן ענין וואָס איז געווען נוגע בלויז צו די230שבטים, און דערפאַר איז פון יעקב'ן אַליין ניט נתכסה געוואָרן דער קץ.
ד. ויש לומר הביאור בזה — ע"פ דרשת רז"לטו עה"פטז „תביאמו ותטעמו בהר נחלתך מכון לשבתך פעלת ה' גו'", אַז אילו זכו וואָלט דער אויבערשטער שוין דאַן (בעת יציאת מצרים) געבראַכט די אידן אין דעם „מכון לשבתך פעלת ה'", וואָס אין „בנינא דקוב"ה" איז ניט שייך קיין חורבן (וגלות), ובמילא וואָלט די גאולה פון גלות מצרים געווען (אויך) די גאולה האמיתית והשלימה שאין אחרי' גלותיז.
קומט אויס, אַז דער קץ אין דעם אופן ווי ער איז געשטאַנען אין יענעם זמן („אילו זכו") איז געווען בזמן פון יציאת מצרים.
ועפ"ז קען מען מפרש זיין דעם מאמר „ביקש יעקב לגלות . . קץ הימין", אַז ער האָט געוואָלט מגלה זיין דעם קץ ווי ער איז געווען דעמאַלט — דער זמן פון יציאת מצרים.
און אע"פ אַז דער זמן פון יצי"מ איז געווען אַ זמן קבוע וידועיח — דער אויבערשטער האָט מבטיח געווען אברהם'ן „(כי גר יהי' זרעך בארץ לא להם גו') ארבע מאות שנה . . ואחרי כן יצאו גו'"יט — איז וואָס האָט יעקב געדאַרפט מגלה זיין?
איז י"ל: די אידן האָבן געוואוסט אַז נאָך די „ארבע מאות שנה" וועלן זיי אַרויסגיין פון מצרים, אָבער ניט אַז דאָס וועט זיין (אילו זכו) אַ גאולה נצחית שאין אחרי' גלותכ; און דאָס האָט יעקב געוואָלט מגלה זיין — יצי"מ איז דער קץ.
און דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק יעקב'ס כוונה ביים וועלן מגלה זיין לבניו דעם קץ: ווען זיי וועלן הערן די בשורה טובה, אַז דער „קץ הימין" איז גאָר נאָענט, וועלן זיי זיך משתדל זיין צו פאַרבלייבן אין אַ מצב פון „זכו", זיין געהיט בזהירות יתרה אַז עס זאָל ניט זיין קיין ענין פון „(שמא יגרום ה)חטא"כא וואָס זאָל גורם זיין אַז דער קץ זאָל זיך פאַרהאַלטן ח"וכב.
ה. דער ביאור איז אָבער ניט מספיק:
בעת דער הסתלקות פון יעקב אבינו איז געווען נאָך אַרום צוויי הונדערט יאָרכג ביז יציאת מצרים, אַזוי אַז ביי די בנ"* י פון יענעם דור, וואָלט דער גילוי הקץ אַרויסגערופן עצבות וכו', וויבאַלד אַז ע"פ טבע איז „והיו ימיו מאה ועשרים שנה"כד וואָלט דער קץ ניט געקומען בחייהם בעלמא דין — והדרא קושיא לדוכתא?
231ולכן יש לומר אַז כוונת יעקב איז געווען: ווען אידן וועלן באם גילוי הקץ וויסן אַז עס איז תלוי אין „זכו" (כנ"ל), וועלן זיי מוסיף זיין אין זייער „זכו" (עבודת ה'), וועט די הוספה מקדים זיין די גאולה, אַז זי זאָל קומען נאָך פאַר דעם באַשטימטן קץ, ע"ד מחז"לכה: „זכו — אחישנה".
וע"ד ווי מען געפינט ביי יצי"מ גופא: איינער פון די טעמיםכו וואָס גלות מצרים האָט געדויערט נאָר רד"ו שנה — ניט ארבע מאות שנה ווי ס'איז געווען באַשטימט בברית בין הבתרים — איז ווייל דער קושי השעבוד האָט משלים געווען דעם מנין (פון ארבע מאות שנה);
איז מובן אַז כשם ווי די הוספה אין שעבוד (קושי השעבוד) האָט מקדים געווען די גאולה — עד"ז (ובמכל־שכןכז) וואָלט זיך דאָס אויפגעטאָן דורך דער הוספה אין „זכו", אין טובהכח.
ו. אף על פי כן איז „נסתלקה ממנו שכינה" און ניט דערלאַזט אַז יעקב זאָל מגלה זיין דעם קץ. איז דער ביאור בזהכט:
די שלימות בעבודת האדם, וואָס דורך דעם ווערט ער „זכו", איז, ווען די עבודה איז מלאכתך אשר תעשה, וע"ד מחז"לל „אדם רוצה בקב שלו מתשעה קבים של חבירו". אע"פ אַז ביי יעדער עבודה מוז מען אָנקומען צו סייעתא דשמיא, בלשון חז"ללא „אלמלא הקב"ה עוזרו כו'" — זיינען אין דעם פאַראַן צוויי אופניםלב:
א) דער סיוע און עזר מלמעלה איז נרגש ביים אדם העובד בשעת און אין זיין עבודה; ולדוגמא — עבודת ה' אין די זמנים פון עת רצון (עשרת ימי תשובה ווען דער אויבערשטער איז „בהמצאו . . בהיותו קרוב"לג, אָדער בשבת ויו"ט בכלל).
ב) זיי זיינען די סיבה וואָס איז גורם (און מסייע) די שפּעטערדיקע עבודת האדם, אָבער בעת דער עבודה גופא איז דער סיוע בהעלם, אַזוי אַז די עבודה איז ביגיעת עצמו. — ע"ד ווי די פאַרשידענע בת־קול'ס וואָס פון זיי קומען אַריין הרהורי תשובה ביי דעם מענטשןלד, וועלכע פועל'ן אַז דערנאָך איז ער מוסיף בתורה ועבודה.
און דאָס איז דער טעם וואָס „נסתלקה ממנו שכינה": ווען יעקב וואָלט מגלה געווען דעם קץ לבניו, וואָלט232זייער הוספה בעבודת ה' (דורך דעם גילוי הקץ — צו פאַרזיכערן אַז זיי זאָלן שטיין אין אַ מצב פון נאָכמער „זכו") ניט געווען „קב שלו" זייערער אַן אויפטו; אין דעם וואָלט געווען „אַריינגעמישט" דער עזר מלמעלה (דער גילוי הקץ); דעריבער איז „נסתלקה ממנו שכינה", בכדי אַז די עבודה פון אידן זאָל זיין אין אַ מצב פון סילוק השכינה (און העלם הקץ), ובמילא איז זי בכח עצמםלה.
— יעקב האָט געוואָלט אַז מ'זאָל וואָס שנעלער אַרויס פון דעם גלות — עס וועט אפשר פעלן אין שלימות העבודה, דערפאַר אָבער וועט מען פריער אַרויס פון גלות (ובפרט — פון ערות הארץ) און אַריין אין דער גאולה האמיתית והשלימה; וי"ל אַז דאָס איז דער דיוק הלשון „ביקש יעקב לגלות כו'" — (אויך) מלשון בקשה: יעקב האָט געבעטן ביים אויבערשטן אַז עס זאָל זיין דער גילוי הקץ, וואָס דאָס וועט געבן אידן אַ סיוע בעבודתם און פאַרזיכערן אַז די גאולה וועט קומען שנעלער.
דער אויבערשטער האָט אָבער געוואָלט, אַז די גאולה זאָל זיין בתכלית השלימות — וואָס דאָס איז פאַרבונדן דערמיט וואָס די עבודה פון אידן איז בשלימות — און דעריבערלו „נסתלקה ממנו שכינה" וואָס דאָס גיט אַן אָרט פאַר אַ גרעסערער שלימות אין עבודה, כנ"ללז.
דאָס וואָס די שלימות הגאולה קומט דורך דעם, וואָס די עבודה פון אידן איז אין אַ מצב פון סילוק השכינה ובמילא ביגיעת עצמם כנ"ל — איז עס ניט צוליב אַ זייטיקע שייכות פון דעם אופן העבודה צו דער גאולה, נאָר ווייל דוקא אין דער עבודה איז תלוי ה"קץ" פון אַזאַ גאולה (נצחית, שאין אחרי' גלות):
כדי די גאולה זאָל זיין אַ נצחית, אָן שינויים, דאַרף אויך די עבודה פון אידן (וואָס ברענגט די גאולה) זיין מעין זה — אין אַן אופן פון „לא שניתי", אָן שינויים.
און דעריבער: בשעת די עבודה ווערט געטאָן מצד דעם סיוע מלמעלה און ניט ביגיעת עצמו, דעמאָלטלח איז ניטאָ קיין „נצחיות" אין דער עבודה — ווען דער סיוע מלמעלה זאָל נתעלם ווערן, קען דער אדם ווערן אַ יורד ממדריגתו, ר"ל.
דוקא בשעת די עבודה קומט מצד אתערותא דלתתא (בכח עצמו), איז זי אַ „דבר המתקיים" און דערפאַר ברענגט זי די גאולה קיימת (נצחית) שאין אחרי' גלות.
ח. עפ"ז פאָדערט זיך אָבער ביאור לאידך גיסא: וואָס איז סברת יעקב מלכתחילה, וואָס „ביקש" מגלה זיין דעם קץ לבניו, בשעת אַז דאָס וואָלט גורם געווען אַזאַ (תוס') עבודה וואָס איז ניט קיין סיבה מתאימה צו דער גאולה האמיתית?
וי"ל די הסברה בזה (ע"ד החסידות):
ס'איז ידועלט אַז מדריגת יעקב איז — אצילות, וואָס איז עולם האחדות און233„לאחרי הבירור"מ; און וויבאַלד אַז ביי יעקב'ן איז שוין לאחרי הבירור (ובפרט סמוך להסתלקותו, ווען ער איז געווען בתכלית שלימותומא) — ער האָט שוין פאַרענדיקט שלימות עבודתו און ביי אים איז שוין דאָ דער „קב שלו" — איז ביי אים דער ענין פון גילוי הקץ פועל נאָר אַ הוספה — תוספת שלימות בעבודתו.
ומהאי טעמא האָט יעקב געוואָלט מגלה זיין דעם קץ (אויך) לבניו, אָננעמענדיק אַז אויך בניו זיינען אין דער מדריגה; און ווי די גמראמב איז ממשיך, אַז בשעת יעקב האָט דערזען אַז „נסתלקה ממנו שכינה" (און האָט ניט געקענט מגלה זיין דעם קץ לבניו) האָט ער גלייך געזאָגטמג „שמא חס ושלום יש במטתי פסול"מד.
ועפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין די צוויי דיעות (הנ"ל סעיף ב), צי דער קץ איז (אויך) פון יעקב'ן נסתם געוואָרן, אָדער ניט:
דער מדרש זאָגט אַז „נתכסה (נסתם) ממנו" דער קץ, ווייל דער אויבערשטער האָט געוואָלט אַז אויך יעקב זאָל דעמאָלט דערהערן די מעלה פון עבודה בכח עצמו, און דערמיט אַנווייזן לבניו די מעלה אין זייער עבודה ווען זיי וועלן ניט וויסן דעם קץ;
דעת הש"ס איז, אַז „נסתלקה ממנו (נאָר) שכינה", און ניט דער קץ (כנ"ל שם) — וויבאַלד אַז באַ יעקב אַליין איז שוין געווען די שלימות ועילוי, וואָס האָט זיך אויפגעטאָן באַ בניו דורך סתימת הקץ.
ט. אע"פ אַז דער אויבערשטער האָט געפירט אַזוי אַז יעקב זאָל ניט מגלה זיין דעם קץ לבניו — אָבער פון דעם וואָס „ביקש יעקב לגלות כו'" זייענדיג אַ מרכבה לרצון העליון (כנ"ל ס"ג) איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער „ביקש . . לגלות קץ הימין" איז (אויך דעמאַלט) געווען בהתאם צום רצון העליון;
און נאָך מערמה: וויבאַלד אַז אַ בקשה פון אַ צדיק איז זיכער אינה חוזרת ריקם, האָט עס זיכער געהאַט אַ פעולה דאָ למטה, זאת ועוד: וויבאַלד דאָס איז אַריינגעשטעלט געוואָרן אין תורה (מלשון הוראה), איז עס אַ הוראה נצחית לכל הדורות —
און ע"ד ווי מען געפינטמו ביי משה רבינו, אַז אע"פ זיין בקשה „ואתחנן גו' אעברה נא ואראה גו'"מז — אויפצוטאָן ביי אידן ראי' אין אלקות — איז ניט דערפילט געוואָרן (ווייל אידן דאַמאָלס זיינען געווען ראוי נאָר צו בחי' שמיעה, „ועתה ישראל שמע"מח), פונדעסטוועגן האָט זיין בקשה אויפגעטאָן אַז ביי אידן זאָל זיין דער ענין הראי' בבחי' מקיף עכ"פ (און ביי יחידי סגולה — אויך בבחי' פנימיותמט),
234עד"ז יש לומר ביי יעקב'ן: דאָס וואָס „ביקש לגלות את הקץ" האָט אויפגעטאָן ביי אידן אַז זיי זאָלן קענען דערגרייכן צו גילוי הקץ בדרך מקיף — עבודת ה' אין אַן אופן פון חירות מאומות העולם ומהיצר הרע (און ביי יחידי סגולה אויך בפנימיות —
וי"ל אַז דאָס איז וואָס כמה מגדולי ישראל (ווי דער רס"ג, רמב"ם וכו'נ) האָבן מחשב געווען קציןנא).
יו"ד. און דערפון איז אויך אַ הוראה פאַר אַלע אידן לכל הדורות — אַז עס דאַרף זיין דער ענין פון „ביקש . . לגלות . . קץ הימין": אַ איד דאַרף וועלן און בעטןנב אַז עס זאָל זיין גילוי הקץ, וואָס דאָס גופא (הבקשה און די התבוננות בזה) גיט אַ סיוע ועידוד רב אין עבודת ה'.
ווי מען זעט במוחש, אַז ווען מ'זאָגט אַ אידן אַז „אָט אָט קומט משיח" און „ווי וואָנט משיח נאַו" — איז דאָס פועל אַ זירוז והוספה אין עבודת ה', און אַ זהירות יתירה יותר אַז עס זאָל ניט זיין קיין ענין פון „שמא יגרום כו'", וואָס זאָל ח"ו פאַרהאַלטן ביאת המשיח.
ובימינו אלה קומט צו נאָך אַן ענין: תורת אמת זאָגטנג „כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה", די גמרא זאָגט בפשיטות אַז דער קץ איז שוין פון לאַנג דאָ;
מ'דאַרף נאָר האָבןנד דעם „שעתא חדא"נה — דעם „קער"נו — פון תשובה, וואָס ברענגט „ומיד הן נגאלין"נז, מיד ממש — „נאַו"נח — בעגלא דידן.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-mrd3a532