Likkutei Sichos
Vayeira 1
61וירא
א. מ'האָט שוין כמה פעמיםא דערציילט דעם סיפור פון רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע, וואָס האָט פּאַסירט ווען ער איז געווען אַ קינד פון פיר אָדער פינף יאָר, בשבת פרשת וירא:
דער רבי נ"ע איז אַריין צו זיין זיידן כ"ק אדמו"ר הצ"צ (צו מקבל זיין די ברכה בשייכות מיט זיין יום הולדתב) און האָט זיך פאַנאַנדערגעוויינט, זאָגנדיק: פאַרוואָס האָט זיך דער אויבערשטער באַוויזן צו אברהם אבינו און צו אונז (אים) באַווייזט ער זיך ניט?
האָט אים דער צ"צ געענטפערט: אַז אַ איד (אַ צדיקג), צו ניין און ניינציק יאָר, איז מחליט אַז ער דאַרף זיך מל זיין, איז ער ווערט אַז דער אויבערשטער זאָל זיך באַווייזן צו אים.
ב. סיפורי רבותינו נשיאינו בכלל, ובפרט די וועלכע זיי אַליין האָבן אונז מגלה געווען ע"מ לפרסמם, זיינען דאָך זיכער מדוייק בכל פרטיהם.
אפילו די סיפורים וועלכע האָבן פּאַסירט בקטנותם — איז דערפון גופא וואָס רבותינו נשיאינו האָבן דערציילט די סיפורים (ובפרט ע"פ מחז"לד אַז „בוצין בוצין מקטפי' ידיע"), איז פאַרשטאַנדיק, אַז זיי זיינען ניט נאָר אַן ענין פון וועלכן מ'קען אַרויסנעמען אַ הוראה אין עבודת ה' (אַזוי ווי מען דאַרף אַרויסנעמען פון יעדער זאַך וואָס מ'זעט אָדער מ'הערטה), נאָר זיי אַנטהאַלטן אַ תוכן מיוחד, וועלכן מען דאַרף לערנען און פאַרשטיין.
איז אין דעם סיפור האמור ניט פאַרשטאַנדיק: „וירא ה' אל אברם" שטייט שוין פריער און צוויי מאָל (אין פ' לך לךו). פאַרוואָס איז געווען די בכי' פון רבי'ן נ"ע אויף דעם וואָס דער אויבערשטער האָט זיך באַוויזן צו אברהם אבינו און צו אונז (אים) באַווייזט ער זיך ניט — בקשר מיט'ן פסוק אין פ' וירא, און ניט פון פ' לך לך?
וועגן דעם צווייטן מאָל „וירא ה' אל אברם" (פון פ' לך לך) — קען מען זאָגן, אַז דער רבי נ"ע האָט נאָך אפשר דעמאָלט ניט געלערנט דעם פסוק, היות ווי דער פסוק איז כמעט אין סיום הסדרה (ווי עס פירט זיך בכמה מקומות דער סדר הלימוד מיט קינדער, אַז מען לערנט מיט זיי יעדער וואָך נאָר אַ טייל פון פרשת השבועז);
אָבער בנוגע צום ערשטן מאָל „וירא ה' אל אברם", וואָס שטייט אין תחלת הסדרה, האָט ער דאָך יאָ דעמאָלט געלערנט — איז פאַרוואָס איז זיין פאַנאַנדערוויינען זיך ניט געקומען בקשר מיט דעם פסוק?
62ג. בפשטות י"ל דעם טעם: ווען ער איז אַריין צום צ"צ (צו מקבל זיין די ברכה בשייכות מיט'ן יום הולדת), איז עס געווען בש"פ וירא, האָט ער דעריבער געפרעגט אויף דעם ענין וואָס ער האָט געלערנט דעמאַלט, אויף „וירא אליו ה'" וואָס שטייט אין פ' וירא (משא"כ אין דער וואָך פון פ' לך איז ניט געווען אַ סיבה אויף אַריין צום צ"צח) —
עס בלייבט אָבער די שאלה: פאַרוואָס האָט דער צ"צ אים געענטפערט נאָר וועגן „וירא אליו ה'" פון פ' וירא, און האָט ניט מעורר געווען אַז „וירא ה' אל אברם" איז שוין געווען פריער (אין פ' לך לך) און — צוויי מאָל?
די שאלה איז נאָך גרעסער: דער ענטפער פון צ"צ (אַז דער אויבערשטער האָט זיך באַוויזן צו אברהם אבינו ווייל ער האָט מחליט געווען אַז ער דאַרף זיך מל זיין) פאַרענטפערט נאָר דעם פסוק „וירא אליו ה'" פון אונזער סדרה, וואָס איז געקומען נאָך די החלטה זיך צו מל זיין — עס בלייבט אָבער די שאלה (און געוויין) בנוגע „וירא ה' אל אברם" פון פ' לך וואָס זיינען געווען איידער ער האָט זיך מל געוועןט.
ד. לכאורה קען מען זאָגן דעם ביאור בזה:
די צוויי מאָל „וירא" אין פ' לך זיינען געווען אַ הקדמה והכנה צו אַן אמירה („וירא ה' גו' ויאמר גו'"), ובמילא האָט ניט קיין אָרט דער „וירא" צו איינעם — צו וועלכן ס'איז ניטאָ די אמירה;
משא"כ אין אונזער סדרה איז ניט געווען קיין אמירה (אָדער כיו"ב) בהמשך צום „וירא"י, דער „וירא" איז געווען אַן ענין פאַר זיך; און דערפאַר האָט זיך דער רבי נ"ע פאַנאַנדערגעוויינט דוקא בקשר צו דעם „וירא".
אָבער דאָס איז ניט אויסגעהאַלטן, ווייל
[אפילו אויב דער „וירא" איז געווען צוליב אַן אמירה — געפינט מען דאָך בכמה מקומותיא וואו עס שטייט „ויאמר ה' אל גו'" אָן דער הקדמת „וירא ה' גו'"; איז דערפון משמע אַז אויך דאָ איז דער „וירא" אַן ענין לעצמו (ניט נאָר צוליב דער אמירה), והדרא קושיא לדוכתא — איז נוסף לזה]
אויך דער „וירא" פון אונזער סדרה האָט געהאַט אַ סיבה, אַ מטרה מיוחדת (ווי רש"י — פשוטו של מקרא — זאָגט) — „לבקר את החולה" — און באַ דעם רבי'ן נ"ע — איז דאָך ניט געווען די סיבה?
ה. אין בעל הטוריםיג שטייט, אַז „וירא אליו ה'" (בפרשתנו) איז געווען „בשביל המילה" — אין זכות וואָס אברהם אבינו האָט מקיים געווען מצות מילה.
עפ"ז וואָלט מען געקענט לכאורה פאַרענטפערן, אַז אין דעם איז באַשטאַנען די טענה (און געוויין) פון רבי'ן נ"ע: וויבאַלד אַז אויך ביי אים איז דאָ63דער זכות פון מילהיד, דעריבער קומט אויך אים דער שכר פון „וירא אליו ה'";
און אויף דעם האָט אים דער צ"צ געענטפערט, אַז מען קען זיך ניט פאַרגלייכן צו אברהם'ן, וואָס זיין מצות מילה האָט געהאַט אַ מעלה מיוחדת — ער האָט זיך מל געווען „צו ניין און ניינציק יאָר" — און דערפאַר האָט ער (דוקא) זוכה געווען צום „וירא".
אָבער דאָס איז אַ דוחק גדול, ווייל:
א) רש"י איז מפרש, כנ"ל, אַז דער „וירא אליו ה'" איז געווען ניט סתם אַ שכר „בשביל המילה", נאָר „לבקר את החולה"טו — און פרש"י על התורה איז דאָך (אויך) פאַר אַ „בן חמש למקרא" — איז מסתבר, אַז די שאלה פון רבי'ן נ"ע זייענדיק אַ קינד פון פיר אָדער פינף יאָר איז אויסגעהאַלטן לויט פירוש רש"י אויפן פסוק.
ב) אפילו לויטן פירוש פון בעל הטורים — וויבאַלד עס רעדט זיך וועגן דעם רבי'ן נ"ע, וואָס זייענדיק אַ קינד איז אין אים געווען ניכר אַ מעין פון זיינע שפּעטערדיקע מעלות (כנ"ל „בוצין בוצין מקטפי' ידיע"ד), האָט ער דאָך זיכער געוואוסט וועגן דעם גודל המעלה פון עבודת אברהם אבינו בכלל, און עאכו"כ אַז ער האָט פאַרשטאַנען די מעלה הכי פשוטה וגלוי' אין מילת אברהם אבינו לגבי מצות מילה (בכלל), וואָס זי איז געווען אין עלטער פון ניין און ניינציק יאָר;
האָט במילא ניט קיין אָרט אַז דער רבי נ"ע (אפילו אַלס קינד) זאָל זיך פאַרגלייכן צו אברהם אבינו, ביז צו האָבן אַ טענה, פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט זיך באַוויזן צו אברהם אבינו (בזכות המילה) און צו אים באַווייזט ער זיך ניט.
ו. וי"ל הביאור בזה, אַז אדרבה: די טענה הנ"ל פון רבי'ן נ"ע איז געקומען טאַקע מצד דעם וואָס ער האָט געוואוסט וואָס רש"י זאָגט אַז „וירא אליו ה'" איז געווען „לבקר את החולה":
לולא פירוש רש"י וואָלט ער ניט געהאַט קיין טענה פאַרוואָס דער אויבערשטער באַווייזט זיך ניט צו אים ווי צו אברהם אבינו — ווייל ווי איז דען שייך אַז ער זאָל זיך פאַרגלייכן צו אברהם אבינו;
היות אָבער אַז „וירא אליו ה'" איז געווען „לבקר את החולה", אַן ענין פון גמילות חסדיםטז, ד.ה. דער „וירא" איז געווען (ניט אַזוי מצד מעלת מדריגת אברהם אבינויז, נאָר) מצד מדת חסדו של הקב"ה — האָט ער דעריבער גע'טענה'ט: וויבאַלד אַז אים אָרט וואָס דער אויבערשטער באַווייזט זיך ניט צו אים (ווי מ'האָט דערנאָך געזען אַז דאָס האָט אים געבראַכט צו בכי') — דאַרף דעריבער דער אויבערשטער גומל חסד זיין אויך מיט אים, און באַווייזן זיך אויך צו אים.
64[ולפ"ז איז פאַרענטפערט בפשטות וואָס ער האָט ניט געפרעגט אויף די צוויי מאָל „וירא ה' אל אברם" אין פ' לך לך — ווייל דאָרטן איז דער „וירא" געווען פאַרבונדן מיט מעלתו של אברהם אבינויח, און מען קען זיך ניט פאַרגלייכן צו אברהם אבינו].
אויף דעם האָט אים דער צ"צ געענטפערט „אַז אַ איד כו' איז מחליט אַז ער דאַרף זיך מל זיין איז ער ווערט אַז דער אויבערשטער זאָל זיך באַווייזן צו אים": כאָטש דער „וירא אליו ה'" איז געווען (ניט, מצד מעלת מדריגת אברהם אבינו, נאָר) מצד גמילות חסדים (של הקב"ה), דאַרף מען אָבער ווערט זיין דעם גמ"ח, זיין אַ „כלי" צו דעם גילוייט;
און די כלי צו דעם איז — די החלטה, אַז אין וועלכן מצב ער זאָל נאָר זיין, אפילו ווען ער איז אין אַ דרגא פון „אַ צדיק צו ניין און ניינציק יאַר" דאַרף ער זיך מל זייןכ.
ז. אויף דעם ביאור הנ"ל קען מען לכאורה פרעגן:
סוף איז דער ענין פון ביקור חולים ניט סתם אַן ענין פון גמילות חסדים, נאָר עס (האָט אַ תוכן מיוחד, עס) איז פאַרבונדן מיט אַ חולה דוקא — דורך דעם ביקור פאַרגרינגערט מען די יסורים פון דעם חולה און דאָס גופא העלפט צו זיין רפואהכא (ובפרט ווי עס שטייט אין גמראכב אַז עס נעמט צו „אחד מששים" פון דעם חולי) — וואָס דאָס איז אפילו ביי אַ ביקור פון אַ בן אדם; ועאכו"כ אַז דעם אויבערשטנ'ס ביקור חוליםכג פּועל'ט זיכער ברפואת חולהכד.
65שטעלט זיך במילא די שאלה: ווי אַזוי האָט דער רבי נ"ע אָפּגעלערנט פון „וירא אליו ה' — לבקר את החולה", אַז דער אויבערשטער באַווייזט זיך אויך צוליב אַן אַנדער ענין פון גמילות חסדים, וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט אַ חולה וואָס דאַרף האָבן אַ רפואה (און דער מבקר איז „נוטל כו' מחליו")?
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם וואָס די גמראכה לערנט אָפּ פון „וירא אליו ה'", אַז פּונקט ווי „הקב"ה ביקר חולים . . אף אתה בקר חולים" — וואָס אויך אין דעם איז ניט פאַרשטאַנדיק (ע"ד קושיא הנ"ל):
די גמראכו זאָגט אַז דוקא ביי „בן גילו" פון דעם חולה ווערט דורך זיין ביקור חולים אויפגעטאָן אַז „נוטל כו' מחליו". היינט ווי קען מען אָפּלערנען דערפון וואָס „הקב"ה ביקר חולים" (וואָס זיין ביקור חולים איז זיכער נאָך מער ווי „בן גילו"כז), אַז ביי יעדער אידן (וואָס רובם זיינען ניט בני גילו) דאַרף זיין „בקר חולים"כח?
ויש לומר, אַז רש"י איז מרמז דעם ביאור ע"ז בפירושו דאָ על התורה, דערמיט וואָס ער זאָגט „לבקר את החולה אמר רבי חמא בר חנינאכט יום שלישי למילתו הי' ובא הקב"ה ושאל בשלומו".
לכאורה איז ניט מובן די אריכות בלשון רש"יל: ער זאָגט דאָך שוין „לבקר את החולה", איז וואָס איז ער מוסיף „ובא הקב"ה ושאל בשלומו"?
נאָר דערמיט באַוואָרנט רש"י: דאָס וואָס דער אויבערשטער איז געקומען צו אברהם'ן „לבקר את החולה", איז עס ניט געווען כדי צו אַראָפּנעמען פון זיין חולי, נאָר (בלויז) לשאול בשלומולא, כדלקמן.
ח. נאָך „וירא אליו ה'" שטייטלב אַז אברהם האָט געזען „שלשה אנשים נצבים עליו". זאָגט רש"י אַז איינער פון זיי איז געקומען „לרפאות את אברהם".
און וויבאַלד אַז סיי ווי (אויך אָן „וירא אליו ה'") איז אברהם אויסגעהיילט געוואָרן אינגאַנצן דורך מלאך רפאללג (און גלייך ווי ער איז געקומעןלד) — האָט דאָך ניט קיין אָרט צו זאָגן, אַז מיט אַ וויילע פריער זאָל דער אויבערשטער קומען בכדי צו אַראָפּנעמען פון אים (בלויז) „אחד מששים מחליו"לה.
דעריבער איז רש"י מדייק, „ובא הקב"ה ושאל בשלומו" — אַז די מטרה פון דעם ביקור חולים של הקב"ה איז געווען (ניט — לרפאות, עכ"פ אחד מששים, נאָר) בלויז אַן ענין פון גמילות חסדים. און דערפאַר לערנט מען דער־66פון דעם חיוב פון „בקר חולים" אויף יעדן אידן.
און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז געקומען „לבקר את החולה", אַלס גמילות חסדים (און ניט אויף אַראָפּנעמען מחליו), דעריבער האָט דער רבי נ"ע געהאַט די טענה, אַז מצד גמילות חסדים, דאַרף דער אויבערשטער באַווייזן זיך אויך צו אים, כנ"ל.
ט. ווי גערעדט אַמאָל בארוכהלו, איז איינע פון די הוראות וואָס מ'דאַרף אַרויסנעמען פון דעם סיפור:
וויבאַלד דער מאורע הנ"ל מיט'ן רבי'ן נ"ע האָט פּאַסירט ווען ער איז געווען אַ קינד פון פיר אָדער פינף יאָר, „בציר מבר שית" — איז דערפון אַ הוראה, אַז אפילו אַ קינד וואָס איז אַלט פיר אָדער פינף יאָר, קען מען ביי אים אַרויסרופן (דורך אַ חינוך כדבעי) אַ תשוקה צו רוחניות און ־טלעכקייט, ביז צו אַ תשוקה נפלאה וואָס רופט אַרויס בכי'.
און ס'איז ניט קיין סתירה דערצו פון הוראת הרמב"םלז בנוגע דעם אופן הלימוד מיט אַ קטן, אַז מען דאַרף אים מזרז זיין „בדברים שהם אהובים אצלו לקטנות שניו . . קרא ואתן לך אגוזים כו'" — ווייל דער מאורע הנ"ל (ובפרט נאָך דעם ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט עס מפרסם געווען), האָט מגלה געווען דעם דרך בחינוך. וי"ל נאָכמער — מחדש געווען דעם דרך בחינוך, (ובל' החסידות) ער האָט געעפנט אַ נייעם צינור, אַז מען זאָל קענען מחנך זיין אַ קינד, ביז טלעכקייט זאָל ווערן „דברים שהם אהובים אצלו", אַ טייל אויך פון זיין „קטנות שניו".
ע"ד ווי מען געפינט בנוגע לכמה ענינים (אויך להלכהלח) אַז „נשתנו הטבעיים".
יו"ד. מען דאַרף אָבער האָבן אַ ביאור: פאַרוואָס טאַקע האָט זיך דער ענין אויפגעטאָן ערשט בדורות האחרונים, און דורך (אַ מאורע וואָס האָט פּאַסירט מיט) דעם רבי'ן נ"ע?
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור וואָס דער גילוי פון פנימיות התורה איז געקומען דוקא בדורות האחרונים (דורכן אריז"ללט, און דערנאָך דורכן בעש"ט, ביז אין אַן אופן פון השגה והבנהמ דורך תורת חסידות חב"ד) — דלכאורה, אכשור דרא בתמי'?
איז ידוע איינער פון די ביאורים בזהמא, אַז אדרבה: מצד דעם וואָס בדורות האחרונים איז דער חושך גרעסער, דאַרף מען האָבן אַ הוספה אין אור הקדושה. ועד"ז איז אויך בנדו"ד: מצד דער התגברות החושך שבדורות האחרונים, האָט מען דוקא איצט געגעבן דעם כח צו מחנך זיין קינדער „בציר מבר שית", אַז רוחניות און אלקות זאָל ווערן אַ טייל פון זייער לעבן, כנ"ל.
און דאָס איז אויך דער טעם וואָס ענין זה האָט זיך אויפגעטאָן דורך (אַ מאורע וואָס האָט פּאַסירט מיט) דעם רבי'ן נ"ע:67מעניניו המיוחדים פון רבי'ן נ"ע איז געווען — וואָס ער האָט מייסד געווען ישיבת תומכי תמימים, וואו מ'זאָל לערנען נגלה דתורה צוזאַמען מיט פנימיות התורה, אַלס אַ תורה אחתמב.
איז אַלס הקדמה דערצו האָט מען געדאַרפט פותח זיין אַ נייעם צינור און אַ נייעם דרך אין ענין החינוך, אַז אפילו ווען דער קינד איז נאָר אַלט פיר אָדער פינף יאָר, קען מען ביי אים אַרויסרופן אַ תשוקה נפלאה, ער זאָל גלוסטן אַז דער אויבערשטער זאָל זיך צו אים באַווייזן.
און הנהגה האמורה באַ די וועלכע מ'רופט „משיחי"מג — ווערט די הכנה קרובה צו ביאת וגילוי המשיח, ווען עס וועט זיין וירא ה'מד, „ונגלה כבוד ה' וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דבר"מה למטה מעשרה טפחים,
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-fc45256s