עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayishlach-19 Kislev

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

166וישלח

— י"ט כסלו —

א. אויפן פּסוקא „קטנתי מכל החסדים ומכל וגו'", איז מבאר דער אַלטער רבי אין זיין אגה"קב וואָס ער האָט געשריבן „אחר ביאתו מפ"ב", „שבכל חסד וחסד" וואָס דער אויבערשטער טוט מיט אַ מענטשן דאַרף ביי אים פועל זיין ער זאָל ווערן אַ שפל רוח, ווייל דער חסד איז „קרבת אלקים ממש", און וואָס מער חסד, ווער ס'איז מער „קמי'" אַלץ מער איז ער בטל, „כלא ואין ואפס". און דעריבער האָט יעקב געזאָגט „קטנתי מכל החסדים גו'", אַז דורך אַלע חסדים וואָס דער אויבערשטער האָט מיט אים געטאָן איז יעקב קליין געוואָרן אין זיינע אויגן. וואָס דאָס איז דער ביטול וואָס קומט מצד הקירוב.

פירוש רש"י עה"פ („נתמעטו זכיותי ע"י החסדים והאמת שעשית עמי, לכך אני ירא שמא משהבטחתני נתלכלכתי בחטא ויגרום לי להמסר ביד עשו") איז פשוטו של מקרא, ער איז מסביר פאַרוואָס יעקב האָט געבעטן „הצילני נא גו'" האָבנדיק אַ הבטחה מפורשת „ושמרתיך גו'"ג; „ואהי' עמך"ד — אַז דאָס איז געווען ווייל ער האָט מורא געהאַט „שמא משהבטחתני נתלכלכתי כו'";

דער אַלטער רבי איז מפרש די ווערטער „קטנתי מכל החסדים גו'" ווי דאָס איז אַ תורה — הוראה בעבודת השם, שייך און נוגע צו יעדער אידן — אַז גילוי החסדים שלמעלה דאַרף פועל'ן ער זאָל זיין אַ שפל רוח.

דאָס איז אויך בהתאם צום חילוק האופן צווישן יעקב'ס זאָגן „קטנתי" און דעם אופן ווי דער אַלטער רבי שרייבט די אגרת הקודש: יעקב האָט עס געזאָגט אַלס תפלה ובקשה, ווען ער איז געשטאַנען אין אַ מעמד ומצב של סכנה און האָט מורא געהאַט פאַר עשו'ן — דעריבער איז מען מסביר די סיבה אויף זיין פחד און בקשה וכו'.

דער אַלטער רבי האָט געשריבן די אגרת „אחר ביאתו מפ"ב", ד. ה. ווען ער איז אַרויס פון סכנה, און די אגרת איז (ביחד עם ההודאה צום אויבערשטן) אַ הוראה ואזהרה צו חסידים, „ולזאת באתי מן המודיעים מודעה רבה לכללות אנ"ש על ריבוי החסדים אשר הגדיל ה' לעשות עמנו . . לבלתי רום לבבם כו'" — און במצב זה איז מתאים דער פירוש „שבכל חסד וחסד שהקדוש ב"ה עושה לאדם צריך להיות שפל רוח במאד".

ב. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין (בפנימיות הענינים)ה: ווי איז עס טאַקע שייך, אַז יעקב זאָל מורא האָבן „שמא נתלכלכתי בחטא" — ווי איז שייך אַזאַ ענין ביי יעקב'ן? בשלמא דאָס וואָס „נתמעטו זכיותי ע"י החסדים והאמת שעשית עמדי" איז מובן, ווייל בשעת „עושים לו נס" איז „מנכין לו מזכיותיו"ו — דאָס איז דאָך אָבער נאָר אַ טעם אויף דעם „מנכין לו מזכיותיו", עס ווערט167אָבער עי"ז ניט קיין חטא וואָס זאָל גורם זיין צו מבטל זיין די הבטחה פון דעם אויבערשטןז?

עד"ז דאַרף מען פאַרשטיין בנוגע דעם אַלטן רבי'ן:

פון דעם וואָס דער אַלטער רבי ברענגט אין דער אגה"ק גופא ניט נאָר „וזו היא ג"כ מדתו של יעקב", נאָר אויך דעם המשך בפירוש הכתובים „ובזאת התנצל על יראתו מפני עשו ולא די לו בהבטחתו והנה אנכי עמך כו' מפני היות קטן יעקב במאד מאד בעיניו מחמת ריבוי החסדים כי במקלי כו', ואינו ראוי וכדאי כלל להנצל כו', וכמארז"לח שמא יגרום החטא שנדמה בעיניו שחטא" — איז משמע:

א) אַז דער פירוש פון אַלטן רבי'ן אין „קטנתי גו'" אַז דאָס איז דער ביטול וואָס קומט מצד ריבוי החסדים, מצד קרבת ה' — איז פאַרבונדן מיטן פירוש הפשוט, אַז דאָס מיינט די מורא פון יעקב'ן ווייל נדמה בעיניו שחטא. ב) אַז אויך דער ענין איז נוגע צום מצב ווי דער אַלטער רבי איז געווען „אחר ביאתו מפ"ב".

וי"ל אַז דערמיט מיינט ער אויך צו מרמז זיין, אַז ניט קוקנדיק דערויף וואָס נאָך זייענדיק אין תפיסה האָט ער געהאַט די הבטחה פון בעש"ט און מגיד אַז ער וועט באַפרייט ווערן און וועט דערנאָך קענען ווייטער מגלה זיין חסידות און ביתר שאת ווי פריערט — פונדעסטוועגן אויך „אחר ביאתו מפ"ב" בעט ער דעם אויבערשטן אויף דעם.

איז ניט מובן:

ווי איז שייך ביי דעם אַלטן רבי'ן אַזאַ ענין פון „קטנתי — שמא יגרום החטא"?

ג. בכללות איז די הסברה בזה: ווען מ'איז עולה אין אַ העכערע דרגא, איז אַ זאַך וואָס אין אַ נידעריקערער דרגא איז דאָס ניט געווען קיין חטא, ווערט עס פאַררעכנט ווי אַ חטא אין אַ העכערער דרגא. און דער פשט אין דעם איז: ניט נאָר אויב ער וועט איצטער פונדאָסניי טאָן די זעלבע מעשה וועט עס זיין אַ חטא (דאָס איז ניט אַזאַ חידוש) — נאָר די פריערדיקע שוין אָפגעטאַנענע מעשה, וואָס בשעת עשייתה איז זי ניט אַ חטא במילא איז זי שייך באַ יעקב'ן און באַם אַלטן רבי'ן — איז מען אים איצטער, במדריגתו העליונה, דן אויף אירי, און ער דאַרף אויף איר תשובה טאָןיא.

דאָס איז אָבער ניט מספיק. אמת טאַקע אַז בשעת מעשה איז עס קיין חטא ניט געווען ואעפ"כ איז בעלייתו כחטא יחשב, מ'מוז אָבער זאָגן אַז „ניט קיין גלאַטע זאַך" האָט עס בשעת מעשה אויך געדאַרפט זיין. וואָרום אויב ס'איז אַלץ געווען בתכלית כדבעי — איז אויך שפּעטער ניט שייך דערויף קיין תשובהיב.

בלייבט די שאלה ווי איז שייך אַזוי זאָגן בנוגע צו יעקב'ן, און דערנאָך בנוגע צום אַלטן רבי'ן?

168ד. דער פנים יפות איז מפרש דעם ענין פון קטנתי מכל החסדים: ביי די עליות הנשמות פון איין עולם אין אַ העכערן עולם (וואָס צדיקים אין להם מנוחה כו' שנאמר ילכו מחיל אל חיליג), איז איידער זיי זיינען עולה אין דעם העכערן עולם זיינען זיי חוזרים לקטנות (וואָס דאָס איז ווי עס רעדט זיך אין דער הקדמה צו „חינוך קטן" וועגן דעם ענין פון „שבע יפול צדיק וקם"יד), ובלשון הפנים יפות: צווישן גדלות ראשון און גדלות שני איז דאָ קטנות שני. און דאָס איז דער פירוש הפסוק קטנתי גו': ביי די עליות וואָס יעקב האָט עולה געווען פון חו"ל קיין א"י, איז פאַר דער עלי' געווען ביי אים „קטנתי".

ועפ"ז יובן וואָס יעקב האָט געבעטן „הצילני נא מיד אחי מיד עשו": וויבאַלד אַז נאָך דער הבטחה, און אויך נאָך די פריערדיקע עליות, איז ביי אים געווען דער ענין פון „קטנתי" — דאַרף ער אָנקומען צו „הצילני נא". און ווי ער איז מבאר אין פנים יפות, אַז כאָטש קטנות שני איז העכער פון גדלות ראשוןטו, אעפ"כ, וויבאַלד דאָס איז פאָרט אַן ענין של קטנות, דאַרף מען דאַן האָבן אַ שמירה גדולה.

[ועד"ז יש לבאר דעם קשר פון פירוש רבנו הזקן מיט פירוש רש"י: דער פירוש אין „(שמא נתלכלכתי ב)חטא" איז מלשון „אני ושלמה בני חטאים"טז, אַז ס'דאָ אַ חסרון (קטנות) אין זיין עבודה לגבי זיין מעמד ומצב החדש.

און דאָס גופא איז פאַרבונדן מיטן „ריבוי החסדים" וואָס דער אויבערשטער האָט געטאָן מיט יעקב'ן, וואָס האָט ביי אים אַרויסגעבראַכט ניט נאָר אַז „נתמעטו זכיותי" נאָר אַז זיין עבודת ה' גופא איצט איז בבחי' (קטנות ו)חסרוןיז, ווייל מצד דער „קרבת אלקים ממש ביתר שאת מלפנים"יח דאַרף די עבודת ה' אויך זיין „ביתר שאת מלפנים", און אויב זיין עבודה איז ניט אַזוי, איז ער בבחי' ירידה ונפילה וקטנות]יט.

169ה. עד"ז וועט מען פאַרשטיין אויך בשייכות צום אַלטן רבי'ן:

ס'איז ידועכ, אַז דער ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה" דורך דעם אַלטן רבי'ן האָט זיך בעיקר אָנגעהויבן נאָך זיין קומען פון פ"ב; וואָס דאָס באַווייזט אויפן גודל העלי' (גדלות) צו וועלכער דער אַלטער רבי איז צוגעקומען נאָך פ"ב אין פאַרגלייך מיט דער גדלות פון פאַר פ"בכא. איז צווישן דער גדלות שקודם פ"ב און זיין גדלות (שלמעלה מהקודמת) שלאחרי פ"ב, איז ביי אים געווען דער ענין פון „קטנתי" — דער מאסר פון אַלטן רבי'ן.

דער מאסר האָט דאָך מיט זיך געבראַכט פילע און גרויסע יסורים. וכידועכב וואָס דער באַרדיטשעווער האָט געמאָנט ביים אַלטן רבי'ן בנוגע זיין אַרעסט: פאַרוואָס האָט ער אַזויפיל גענומען אויף זיינע פּלייצעס — „אַזוי פיל יסורי כלל ישראל, יסורים של מעלה, אייערע יסורי הנפש ויסורי הגוף, מיא וואָלט דאָס געקענט דורכפירן מיט מקיפים". וואָס דאָס האָט געזאָגט דער באַרדיטשעווער בנוגע די יסורים פון דעם מאסר גופא, ולאחרי זה — זיינען נאָך געווען די יסורים וואָס דער אַלטער רבי האָט געהאַט אין די דריי שעה נאָכן מאסר, וועלכע זיינען ביי אים געווען „צער גדול יותר מכל המאסר"כג.

איז פאַרשטאַנדיק, אַז (בגילוי)כד איז דאָס געווען קטנות ונפילה אפילו לגבי דער פריערדיקער מדריגת גדלות פון אַלטן רבי'ן.

און ווי מיר זעען פון די רייד פון דעם רבי'ן (מוהרש"ב) נ"עכה אַז כאָטש ס'איז שווער אַזוי צו זאָגן, פונדעסטוועגן, איז דאָך דאָס אַזוי, אַז דער גילוי אור וואָס איז געקומען לאחרי פ"ב איז דאָס געוואָרן ע"ד מארז"לכו הזית כשכותשין אותו מוציא שמנו. פון דעם משל איז מובן, אַז בשעת המאסר איז געווען אַ קטנות אפילו לגבי קודם פ"ב:

בעת כתישת הזית, ווען דער זית ליגט אונטער דעם פּרעס, פאַרמאָגט ער דאָך ניט קיין איינע פון די ביידע מעלות: ניט ער האָט די שפּעטערדיקע מעלה — וואָרום ער האָט נאָך ניט אַרויסגעגעבן דעם שמן וואָס קען מאיר זיין כל העולם — און ניט ער האָט זיין פריערדיקע מעלה, ווען ער איז געווען אַ פרי, וואָס כאָטש פאַר דער כתישה האָט מען נאָך ניט געקענט נוצן זיין שמן למאור — איז ער דאָך אָבער דאַן געווען אַ פרי מאכל. משא"כ אין דער צייט ווען מען איז אים כותש פאַרלירט דער זית אויך די מעלה*26.

דאָס זעלבע איז מובן אויך בנוגע דעם זמן היותו במאסר בפ"ב — אַז ניט נאָר איז נאָך דעמולט ניט געווען די הפצת המעינות ווי נאָך פ"ב, נאָר עס האָט דאָך דאַן, בשעת המאסר, אויך ניט געקענט זיין קיין הפצת החסידות אין דעם אופן ווי דער אַלטער רבי האָט עס געטאָן פאַר פ"ב.

און אָט דער ענין, וואָס אין יענער צייט איז ניט געווען די אפשריות צו מפיץ זיין חסידות, איז געווען נוגע170(אויך) דעם אַלטן רבי'ן אַליין. וכמובן פון ענין אברהם אבינו בעת ער האָט ניט געקענט גמ"ח זיין בהכנסת אורחים ווייל ס'זיינען ניט געווען קיין אורחיםכז. ובמכש"כ: דאָס רעדט זיך וועגן גמ"ח בגשמיות און לערביים און קודם מתן תורה — עאכו"כ ווען דאָס רעדט זיך לאחרי מ"ת, און צו אידן, און וועגן תלמוד תורהכח, ומכל שכן — תלמוד תורה דרבים, און עאכו"כ פנימיות התורהכט

— און דערפאַר האָט ער געשריבן „קטנתי וכו'".

ו. בכל שנה ושנה חזר'ן זיך איבער די עניניםל, און אַזוי ווי אַלע ענינים הויבן זיך אָן פון תורה, דעריבער לייענט מען בתורה בשבת הסמוכה לי"ט כסלולא (אָדער בי"ט כסלו עצמו) „קטנתי מכל החסדים וגו'".

וואָס דאָס איז די בקשה פון יעקב אבינו און פון נשיאי ישראל (ווי עס ווערט געבראַכט אין קהלת יעקבלב אַז „נשיא" איז ר"ת ניצוצו של יעקב אבינו), ובפרט פון דעם אַלטן רבי'ן —

וואָס זיי זיינען מתפלל און אויך פאַר יעדן אידן, אַז ניט קוקנדיק דערויף וואָס „קטנתי גו'", זאָל מקויים ווערן די הבטחה „היטב איטיב עמך, ושמתי את זרעך כחול הים אשר לא יספר מרוב".

(משיחת ש"פ וישלח תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-q8d3thb0

Copies

Recent activity

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · approved
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · closed

Sources