Likkutei Sichos
Addenda - sichos 18
526שיחת. יום ד' פ' ויחי, עשרה בי
א. מ'האָט שוין גערעדט כמה פעמיםא וועגן דעם מנהג ישראל מאז ומקדם פון רעדן „דברי כבושין" אין אַ יום צום ותענית.
וואָס איינער פון די טעמים בזה איז: אַ צום איז דאָך אַן „עת רצון", ווי ישעי' הנביאב זאָגט (און דער אַלטער רבי איז מבאר ומאריך בזה אין אגרת התשובהג), אַז אַ צום איז אַ „יום רצון לה'". און וויבאַלד אַז דאָס איז אַן עת רצון למעלה, איז דאָס אויך אַן עת רצון למטה, באַ יעדער אידןד
— וואָרום יעדער איד האָט אין זיך אַ „חלק אלקה ממעל"ה, און ווי דער אַלטער רביו איז מדגיש ומוסיף אויף לשון הכתוב תיבת „ממש" — „חלק אלקה ממעל ממש", און מצד דעם זיינען אַלע אידן דומים לבוראם, כמארז"לז „צדיקים דומין לבוראם", און „ועמך כולם צדיקים"ח;
און וויבאַלד אַז ביי אַ אידן איז נשמתו עיקר וגופו טפלט [וואָס דאָס פאַרשטייט דאָך יעדערער. די נפק"מ איז נאָר ווי און אויף וויפל דאָס ווערט אַרויסגעבראַכט בפועל, אין עבודה, אָבער פאַרבטבת, יחפך לשמחח, ה'תשמ"א
שטאַנדיק איז דאָס באַ יעדער בר שכל], אַז דער „חלק אלקה ממעל ממש" פון אַ אידן, דער חלק אין אים וואָס על ידו איז ער דומה לבוראו, איז זיין עיקר,
דעריבער, טוען זיך אָפּ און עס שפּיגלען זיך אָפּ די ענינים וואָס זיינען דאָ למעלה — בנדו"ד, דער ענין אַז אַ יום צום איז אַן עת רצון — דאָ למטה, אין דעם „חלק אלקה ממעל ממש", שהוא העיקר, אַז עס ווערט אַן עת רצון למטה,
אַן עת רצון בנוגע צו דעם תפקיד פון יעדער אידן, „האנשים והנשים והטף"י, וואָס דאָס איז (בלשון חז"ליא) „אני (לאיב) נבראתי (אלאיב) לשמש את קוני" — אַז וויפל עס איז דאָ באַ אידן דער „לבי ער"יג בכלל, וואָס אפילו ווען „אני ישנה בגלותא"יד איז אויך „לבי ער" להקב"ה לתורתו ולמצותיוטו — איז דאָס נאָכמער אַזוי ווען עס קומט אַן עת רצון, בנדו"ד — אַ יום צום.
וואָס דערפאַר איז אין אַ יום צום (מער פון שאר כל הזמנים) אַן עת הכושר צו רעדן „דברי כבושין", וואָרום דעמאָלט איז אַן עת הכושר במיוחד אַז די דברים זאָלן נתקבל ווערן, און נכנס ווערן אין לב השומעים,
527און דער עיקר — אַז די דברים זאָלן אויפטאָן זייער פעולה, ביז צו פועל'ן אויף מעשה האדם, וואָס המעשה הוא העיקרטז.
ב. וואָס דאָס איז דאָך דער תכלית הכוונה פון אַ תענית בכלל:
דער רמב"ם שרייבט בריש הלכות תעניות שלויז, אַז אַ תענית באַווייזט און איז מדגיש, אַז דער מאורע וואָס איז די סיבה פון באַשטימען דעם תענית — איז ניט ח"ו „נקרה נקרית", נאָר „מדרכי התשובה הוא" — די כוונה אין דעם איז, אַז דאָס זאָל ברענגען אַ אידן צו תשובה.
והביאור בזה:
ביי אַ אידן איז ניט שייך די מציאות פון „נקרה נקרית", וואָרום ער איז דאָך מושגח בהשגחה פּרטית מהשם, און נאָכמער — וויבאַלד אַז יעדער איד האָט די הבטחה בפועל, אַז „ה' שומרך ה' צלך על יד ימינך"יח, און במילא איז סיי „יומם" און סיי „בלילה"יט קען אים קיינער און קיין זאַך ניט אָנרירן, סיידן ס'איז דאָ דערין אַ כוונה פון דעם אויבערשטן.
און דער אויבערשטער איז דאָך עצם הטוב וטבע הטוב להטיבכ — איז די כוונה פון יעדער זאַך וואָס פּאַסירט מיט אַ אידן, אַז דורך דעם זאָל אַרויסקומען אַ טובה צו דעם אידן מיט וועלכן עס טרעפט אָט די פּאַסירונג; ובעניננו: אַז אַ איד זאָל מתקן זיין (דורך זיין תשובה) די זאַך צוליב וועלכער מ'האָט באַשטימט דעם צום (און נאָכמער — אַז עס ווערט נאָך אַן עלי', כדלקמן סעיף ה).
ג. הנ"ל איז אפילו בנוגע צו אַ פּאַסירונג וואָס טרעפט מיט בלויז איין אידן, אַז דאָס איז ח"ו ניט „נקרה נקרית";
עאכו"כ בנוגע די ד' צומות (בתוכם — דער צום פון עשירי בטבת), וואָס דאָס רעדט זיך וועגן פּאַסירונגען וואָס האָבן געטראָפן צו כללות עם ישראל, און אין אַן ענין עיקרי אויך פון כללות העולם — איז אַ זיכערע זאַך אַז דאָס איז ניט ח"ו „נקרה נקרית", נאָר די כוונה אין דעם איז אַז דערפון זאָל אַרויסקומען אַ טובה, אַ טובה פאַר אידן,
וואָס דאָס איז, אַז דורך דער פּאַסענדער תשובה פון אידן וועלן בטל ווערן (דער עיקר הסיבות פון די מאורעות אויף וועלכע מ'האָט קובע געווען די צומות און) די צומות, ווי דער רמב"ם איז מסיים הל' תעניות שלו אַז „כל הצומות האלו עתידים ליבטל לימות המשיח".
ד. צווישן די ד' צומות, איז דאָ אַן ענין וחומר מיוחד אין דעם צום פון עשירי בטבת (וואָס דערפאַר פאָדערט זיך אַ תשובה מיוחדה ויתירה כו'):
די סיבה אויפן תענית פון עשירי בטבת בפשטות איז דער מאורע וואָס „בו סמך מלך בבל נ"נ הרשע על ירושלים"כא, און דערמיט האָט זיך אָנגעהויבן די באַלאַגערונג פון ירושלים, „והביאה במצור ומצוק".
528און ווייל מ'האָט דאַן ניט צוגעהערט כדבעי צו דער אזהרה מלמעלה אין דעם „סמך מלך בבל כו'", האָט די התחלה דערנאָך געהאַט אַ המשך און האָט דערפירט צו די מאורעות וואָס האָבן גורם געווען די אַנדערע צומות, דעם „צום הרביעי" (שבעה עשר בתמוז), און „צום החמישי" (תשעה באב) „וצום השביעי"כב (צום גדלי'). דאָס הייסט, אַז עשירי בטבת איז די התחלהכג פון אַלע ד' צומות.
וי"ל אַז דערביי קומט צו נאָך אַ דבר מיוחד אין דעם צום פון עשירי בטבת, וואָס מצד דעם איז ער נאָכמער חמור פון די אַנדערע צומות:
ס'איז אַ כלל אַז „העשירי יהי' קודש"כד; און דער צום פון עשירי בטבת ווערט אָנגערופן אין פסוק „צום העשירי". ער איז „בחודש העשירי"כה, און אין עם גופא ביום העשירי, „בעשור לחודש"כה.
וואָס דאָס באַווייזט אויף דעם גודל הירידה (און פון איר סיבה) במאורע דעשירי בטבת: ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ס'איז געווען חודש העשירי, ביום העשירי, וואָס „העשירי יהי' קודש" — איז „בו סמך מלך בבל . . על ירושלים כו'", און דאָס איז געווען די התחלה פון אַלע מאורעות (דהצומות) וואָס האָבן דערנאָך פּאַסירט!
אעפ"כ, וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז עצם הטוב וטבע הטוב להטיב, איז די כוונה אויך אין דעם מאורע חמור אַז דערפון זאָל אַרויסקומען אַ טובה פאַר אידן, כנ"ל.
ה. ס'איז דאָך אַ כלל — ירידה צורך עלי', אַז די כוונה פון יעדער ירידה איז אַז מ'זאָל ווערן (ניט נאָר ווי מ'איז געווען קודם הירידה, נאָר) העכער ווי מ'איז געווען קודם הירידה; וואָס דאָס איז, בלשון הכתובכו, „יתרון האור מן החושך" און „יתרון לחכמה מן הסכלות", אַז עס קומט צו מערער אור וחכמה לגבי דעם ווי עס איז געווען פאַר דעם חושך וסכלות:
די ירידה בהבריאה — אַז עס איז געוואָרן די מציאות פון חושך וסכלות, ועד"ז די ירידות מלמעלה למטהכז [אָנהויבנדיק פון ירידת הנשמה בגוף (וואָס איז „בחי' גלות ממש"כח), ביז די ירידה אין גלות כפשוטו (וואָס התחלתו איז בעשירי בטבת ווען „סמך מלך בבל כו'", כנ"ל)] —
זיינען זיי אַלע צורך עלי', ביז צו אַן עלי' נפלאה ביותר אין אַן אופן פון „יתרון האור מן החושך" און „יתרון לחכמה מן הסכלות", נאָך מערער ווי ס'איז געווען אין „גן עדן מקדם"כט (לפני החטא), ביז צו דער עלי' פון דער גאולה האמיתית והשלימה.
ו. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו די ד' צומות, אַז די כוונה איז ניט נאָר אַז זיי זאָלן בטל ווערן, נאָר נאָכמער — ווי דער רמב"ם איז ממשיך אין סיום הל' תעניות — „ולא עוד אלא שהם עתידים להיות ימים טוביםל וימי529ששון ושמחה", אַן ענין פון „יתרון האור".
און דאָס איז אויך דער קשרלא פון סיום הל' תעניות (ברמב"ם) מיט התחלתןלב:
אין דער התחלה פון הל' תעניות שרייבט דער רמב"ם (כנ"ל) אַז די כוונה פון אַ תענית איז, אַז דער מענטש זאָל זיך מתבונן זיין אין דער סיבה צוליב וועלכער דער תענית איז נקבע געוואָרן, אַז דאָס איז ניט ח"ו „נקרה נקרית", נאָר „מדרכי התשובה הוא", דאָס האָט געטראָפן כדי מ'זאָל תשובה טאָן און מ'זאָל פאַרריכטן די ענינים וועלכע מ'דאַרף פאַרריכטן.
און דורך דעם ווערט דער „יתרון האור" — אַז עס קומט די גאולה האמיתית והשלימה, און די צומות וועלן (ניט נאָר בטל ווערן, נאָר וועלן) ווערן „ימים טובים וימי ששון ושמחה".
ז. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין די הלכה וואָס מ'נעמט אַרויס פון סיום הל' תעניותלג:
מיט ברענגען דעם ענין פון „הצומות האלו . . עתידים להיות ימים טובים וימי ששון ושמחה" באַוואָרנט דער רמב"ם, אַז טראָץ דעם וואָס מ'דאַרף זיך מתבונן זיין אין סיבת הצום און תשובה טאָן אויף דעם (ווי ער זאָגט בהתחלת הל' תעניות) — איז אָבער ח"ו צו אַריינפאַלן אין יאוש ועצבות, נאָר אדרבה — די כוונה אין דעם איז אַז דאָס זאָל מוסיף זיין ביי יעדן איינעם אין תקות הגאולה (מהחטא ומהיצר, ובמילא — מהגלות).
און ניט גאולה סתם, נאָר אַ גאולה אין אַן אופן פון „אראנו נפלאות"לד, וואָרום וויבאַלד אַז עס דאַרף זיין „יתרון האור מן החושך", דאַרף די עלי' זיין צו נאָך אַ העכערער מדריגה ווי איידער ס'איז געווען די ירידה.
ח. און דאָס איז אויך די הוראה מיוחדת פון „צום העשירי":
אע"פ אַז דעמאָלט האָט זיך אָנגעהויבן אַ ירידה גדולה, און דערצו נאָך — האָט זיך דאָס אָנגעהויבן דוקא אין (יום) העשירי שב(חודש ה)עשירי, כנ"ל,
ועוד ועיקר: מ'זעט דאָך לפועל די ירידה גדולה וואָס איז פון דעם געקומען — דער חושך הגלות, ביז צום חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא —
דאַרף מען אָבער וויסן, אַז די ירידה איז צורך עלי', אַז עס זאָל זיין דער „יתרון האור" נאָך מערער ווי ס'איז געווען פאַר דעם ווי „סמך מלך בבל כו' על ירושלים", וואָס דעמאָלט איז דאָך געווען דער בית המקדש במקומו און ירושלים בשלימותה (אַן עיר מוקפת חומה שלימה כו'לה) — קומט דאָס אָבער ניט צו דער עלי' וואָס ווערט אויפגעטאָן ע"י ירידה זו פון „סמך מלך בבל".
ובמילא וועט די התבוננות אין דעם גודל הירידה ניט ברענגען צו יאוש ח"ו, נאָר צום ענין המרירות (וואָס איז דער היפך פון יאושלו): בשעת מ'איז במרירות — עס טוט אים וויי און אים איז ביטער פאַרוואָס ביי אים האָט געטראָפן אַ זאַך וואָס זאָל זיין די סיבה פון „גלינו530מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו"לז — רופט עס אַרויס ביי אים חיות וכו' צו טאָן ביתר שאת ויתר עז אין תורה ומצוותי', כולל און אָנהויבנדיק פון תשובה אויף „חטאינו" (וואָס „מפני חטאינו גלינו מארצנו"), ביז צו תשובה בשלימותה, תשובה מאהבה, וואָס דורך דעם איז אפילו זדונות נעשו לו כזכיות ממשלח.
ט. און דאָס איז אויך דער טעם וואָס דורך תשובה כדבעי ווערט אויפגעטאָן דער „יתרון האור", ביז צו „הצומות האלו . . עתידין להיות ימים טובים כו'":
וויבאַלד אַז די צומות האָבן אויפגעטאָן אַז ער זאָל זיך עוסק זיין אין תומ"צ ביתר שאת ויתר עז, ביז אַז ער ווערט העכער ווי ער איז געווען קודם החטא, ובלשון הרמב"םלט „אהוב ונחמד הוא לפני הבורא כאילו לא חטא מעולם ולא עוד אלא ששכרו הרבה כו'",
דעריבער פועל'ט זיין תשובה אויך אין אַן אופן פון יתר שאת ויתר עז, אָנהויבנדיק דערפון (ווי ער זאָגט אין רמב"םמ) אַז ביי אים ווערט דער „טרם יקראו ואני אענה",
כולל דעם „ואני אענה" אויף דעם „יקראו" וואָס איז אָט ערשט געווען בתפלת המנחה — וואָס מ'האָט געבעטן אויף אַלע ענינים טובים, און אויך אויף דער כלי אין וואָס זיי צו מקבל זיין, ביז — דעם „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח כו' לישועתך קוינו כל היום", „ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים",
ובפרט דער ענין מיוחד וואָס מ'זאָגט צו מנחה ביום. צום דוקא — משא"כ במנחה דבכל השנה, און אפילו דשבת ויו"ט — ברכת כהנים, וואָס זי איז דאָך כולל כל הברכות כולםמא,
און זי איז אויך פאַרבונדן מיט דער מהירות פון דעם „ואני אענה" — כמבואר בלקו"תמב בענין „ויגמול שקדים"מג (וואָס איז פאַרבונדן מיט כהנים), אַז דורך ברכת כהנים ווערן אויפגעטאָן אַלע המשכות אין אַן אופן פון „עד מהרה ירוץ דברו"מד — „כי שוקד אני על דברי לעשותו"מה,
אַז דער אויבערשטער איז ממלא הבטחתו פון „מיד הן נגאלין"מו, אין אַן אופן פון „שקדים" — במהירות גדולה.
יו"ד. דאָס אַלץ קומט ע"י מעשינו ועבודתינו בזמן הזהמז בכלל, ובפרט דורך דער התעוררות וואָס קומט דורך דער התבוננות אין דעם עת רצון (פון אַ יום צום ותענית),
ובפרט אַז דאָס איז אין אַ מקום קדוש — „מקום שמגדלין בו תפלה"מח — אַ בית הכנסת, און „מקום שמגדלין בו תורה"מח — אַ בית המדרש, וואו מ'לערנט שיעורי תורה ברבים (די מעלה פון „כי ברבים היו עמדי"מט),
וואָס דאָס אַלץ איז נאָך מער מזרז דעם „אחישנה"נ פון דעם „מיד הן נגאלין"נא.
531יא. כמדובר כמה פעמים בארוכה (און ס'איז שוין אָפּגעדרוקט), אַז ביחד מיט דער התבוננות אין דער סיבה פון דעם צום און כוונת התענית, וואָס דורך דעם היילט מען צו נאָכמער דעם קיום היעוד פון יהפכו52) ימים אלה „לששון ולשמחה ולמועדים טובים"נג — דאַרף מען אויך האָבן „מעשינו ועבודתינו" בפועל ביום הצום עצמו —
זאָל מען אויך מוסיף זיין איצט, אין דעם יום צום ועת רצון עצמו, אין די אַלע שלשה קויןנד פון תורה עבודה און גמילות חסדים, ובלשון חז"לנה: „עוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל עם הצבור"נו,
כולל אויך דעם דיוק, אַז עס זאָל זיין אין אַן אופן פון „עוסק" דוקא, ווי מ'זעט אַז בשעת איינער האָט אַן עסק, איז ער טרוד בזה כל היום וכל הלילה [ובפרט ווי דער ב"חנז איז מאריך בביאור הלשון „לעסוק בתורה", און ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר איז אויך מבאר בארוכהנח דעם דיוק הלשון פון עוסק בתורה],
און דורך דעם וואָס מ'איז „עוסק בתורה ובגמ"ח ומתפלל עם הצבור", איז „מעלה אני עליכם כאילו פדאני לי ולבני מבין אומות העולם"נה,
ביז, אַז פון דעם „מעלה אני" למעלה, ווערט דער ענין אויפגעטאָן כפשוטו (ניט „כאילו") למטה מעשרה טפחים, בגאולה האמיתית והשלימה דורך דוד מלכא משיחא — דער „נעים זמירות ישראל"נט (כולל דעם מזמורמט „פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי").
מ'זאָל אויסנוצן די צייט וואָס איז נאָך געבליבן אין דעם עת רצון פון „צום העשירי" צו עוסק זיין, מוסיף זיין אין לימוד התורה, סיי נגלה סיי חסידות ושניהם יחד (וואָרום זיי זיינען דאָך ווי אַ נשמה וגוף, כמרומז אין זהר פ' בהעלותך את הנרותס),
מוסיף זיין אין „עוסק . . בגמילות חסדים" — בנתינת הצדקה,
און אין „מתפלל עם הצבור" — אין כוונת ועבודת התפלהסא, כולל אויך די הכנה (שעה אחת) לתפלת ערבית פון דעם (מוצאי) „צום העשירי".
און אָננעמען החלטות טובות בכל ענינים אלו אויף און אין די ימים הבאים לאחרי (ובהמשך) „צום העשירי",
און דורך דעם וועט מען גלייך זען — תיכף ומיד — ווי יהפכו ימים אלה לששון ולשמחה, ווייל עס קומט די גאולה תיכף ומיד במוצאי יום צום זה, וועלן די אַלע צומות שלאח"ז בדרך ממילא זיין אין אַן אופן פון „ימים טובים וימי ששון ושמחה".
יג. האמור לעיל בענין „צום העשירי" — אַז די ירידה פון דעם צום איז באופן גדול יותר ווי אין שאר הצומות, ווייל די ירידה איז געקומען אין „העשירי יהי' קודש" — יום העשירי532בחודש העשירי, ביז אַז שמו אשר יקראו לו בלה"קסב, אין תורה, איז „צום העשירי" — איז אַן ענין שווה בכל השנים.
דערנאָך קומט צו אַ הוראה מיוחדת פון עשרה בטבת בשנה זו, וואָס: (א) שנה זו איז אַ שנת הקהל — „הקהל . . האנשים והנשים והטף"סג. (ב) עשרה בטבת איז חל ביום הרביעי פון פ' ויחי — וידועה הוראת כ"ק מו"ח אדמו"ר צו לערנען בכל יום דעם שיעור חומש וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם טאָג, בנדו"ד — פון רביעי ביז חמישי פון פ' ויחי; און דערפון אַרויסנעמען אַ הוראה בנוגע לפועל — כתורת רבינו הזקן בעל התניא והשו"עסד אַז מ'דאַרף „לעבן מיט דער צייט" — מיט דער פרשת השבוע און פרשת היום פון דער סדרה פון דער וואָך, און לעבן דערמיט אין אַן אופן אַז פון דעם זאָל אַרויסקומען אַ הוראה ביז אין שלימות פון הוראה — אין מעשה בפועל.
דער קשר מיוחד פון דעם צום העשירי מיט שנת הקהל:
דער מאורע פון צום העשירי איז (כנ"ל) — „שבו סמך מלך בבל . . על ירושלים", וואָס ירושלים איז די עיר הבירה פון גאַנץ ארץ ישראל, און דאָרטן איז געווען דער ביהמ"ק וואו ס'איז פאָרגעקומען דער „הקהל" — דאָרטן האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן (בזמן שביהמ"ק הי' קיים) „האנשים והנשים והטף".
און מדי שנה בשנה איז „הימים האלו נזכרים ונעשים"סה, ווי דער ביאור פון אריז"לסו, אַז ווען די ימים זיינען „נזכרים" כדבעי, ווערט דער „נעשים" — עס ווערן נמשך אַלע המשכות פון דעם ענין וואָס האָט דעמאָלט געטראָפן.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשנת הקהל — ווען ס'איז דאָ דער „נזכרים ונעשים" פון ענין ההקהל בירושלים — איז די התבוננות (ותשובה) בסיבת הצום פון עשרה בטבת („סמך על ירושלים") ביתר שאת ויתר עז.
טו. נאָך אַ נקודה אין דעם קשר פון צום העשירי מיט (שנת) הקהל:
הקהל ברענגט אַרויס ווי אַלע אידן זיינען בשלימותם — מ'קלייבט צוזאַמען כל העם „האנשים והנשים והטף", שלימות העם.
דער ענין פון עשרה בטבת — שבו סמך מלך בבל על ירושלים — איז מדגיש ווי עס דאַרף זיין ירושלים בשלימותה, אַן עיר מוקפת חומה (וואָס איז פאַרבונדן מיט קדושת ירושליםסז וואָס איז גרעסער ווי קדושת ארץ ישראלסח) — און אויך במכש"כ דער ביהמ"ק בשלימותו;
און וויבאַלד אַז ירושלים איז די עיר הבירה פון גאַנץ א"י, איז פאַרשטאַנדיק,533אַז שלימות הארץ איז פאַרבונדן מיט שלימות ירושלים.
ובפרט ע"פ מחז"ל אין ילקוטסט, אַז עתידה ירושלים שתתפשט בכל ארץ ישראל — אַז ווען עס וועט זיין די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, וועט גאַנץ א"י בשלימותה זיין (אין דער דרגא פון) ירושלים.
און דאָס איז אויך דער קשר צווישן עשרה בטבת און שנת הקהל — וואָס דאָס איז מדגיש ווי שלימות ירושלים (הארץ) איז פאַרבונדן מיט שלימות (הקהל) פון אידן, און מיט שלימות התורה, ווי געזאָגט באַ הקהל אַז דאָס איז „למען גו' כל דברי התורה הזאת"ע (און שלימות פון אידן איז דאָך בכלל פאַרבונדן מיט שלימות התורה — דישראל ר"ת „יש ששים ריבוא אותיות לתורה"עא),
ובפשטות מיינט דאָס, אַז די שלימות פון ארץ ישראל איז פאַרבונדן מיט יושבי' עלי'עב, מיט דעם וואָס זי איז אָנגעפילט מיט אידן, און איז אַנגעפילט מיט אידישקייט.
טז. און דאָס איז אויך די הוראה בפועל וואָס מ'דאַרף אַרויסנעמען פון עשרה בטבת בשנה זו שנת הקהל:
כשם ווי עס מוז זיין שלימות העם — אויב עס פעלט אפילו נאָר נפש אחת מישראל, פעלט אַן „עולם מלא"ג), א1ן שלימות התורה — אַ גאַנצע סכר תורה, אַלע אותיות און מיט אַלע זייערע תגיןעד,
אַזוי דאַרף זיין שלימות הארץ לגבולותי', יעדער שעל בארץ הקודש וואָס השם האָט געגעבן אידן איצטער בנסים גלוים — איז, ח"ו, מבעט זיין, ר"ל, בנסי השם ובמתנתו.
יעדער שעל איז אַ שעל נעענטער און אַ חלק פון שלימות הארץ;
און דאָס דאַרף מען פאַרבינדן מיט שלימות העם ושלימות התורה — אַז אידן האַלטן גאַנץ א"י וואָס דער אויבערשטער אַליין האָט זיי אָפּגעגעבן ברשותם ובעלותם; און פילן איר אָן מיט תורה בשלימותה מיוסד אויף ירושלים (שתתפשט בכל א"י) ירא שלםעה, יראת השם בשלימותה, אַז אין גאַנץ א"י איז שלימות היראה,
[און ווי ס'איז אויך געווען בפשטות, אַז דורך דער עלי' לרגל אין ירושלים זיינען אידן נתעורר געוואָרן צו יראת שמיםעו].
ופשיטא ניט אָפּגעבן דאָרט ח"ו אפילו אַ שעל צו גוי'אישקייט, ועאכו"כ — ניט צו אַ גוי כפשוטו.
יז. ואע"פ אַז עס זיינען פאַראַן די וואָס מאַכן אַלערליי חשבונות, מיט אמתלאות אויף להיפך ח"ו —
איז וייראלך דאָס איז פאַרבונדן מיט שלימות פון גוי קדוש, ארץ הקודש און תורה הקדושה — וואָס זיי זיינען פרושיםעז, אָפּגעטיילט און העכער פון534אַלע חשבונות, האָט מען די הבטחה אַז „הקדוש ב"ה עוזרו"עח אַז מ'זאָל קענען גיין און טאָן און מצליח זיין העכער פון חשבון.
און נאָכמער: מ'האָט געגעבן אידן דעם כח וברכה, אַז זיי זאָלן אַריינברענגען דעם „ופרצת"עט וועלכן מ'האָט געגעבן צו „זרעך"עט פון יעקב'ן צוזאמען מיט „הארץ („כל ארץ ישראל") אשר אתה שוכב עלי'"פ — די פריצה פון יעדער מדידה והגבלה וחשבון
— אין עוה"ז הגשמי; דאע"פ אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן דורך דעם אויבערשטן במדידה והגבלה, איז דאָס געווען על מנת אַז אַ איד דורך עבודתו אין אַן אופן פון „ופרצת", זאָל ער אַריינברענגען דעם „ופרצת" אין די מדידות והגבלות פון דעם עולם.
וואָס דאָס איז אויך מרומז בענין ירושלים: די שלימות פון ירושלים איז פאַרבונדן מיט מוקפת חומה דוקא (כנ"ל) — מדידה והגבלה; ולאידך, איז דאָ אין ירושלים דער כח פון למעלה ממדידה והגבלהפא — וועלכער קומט בגלוי בפועל בגאולה האמיתית והשלימה ווען „פרזות תשב ירושלים"פב, און נאָכמער אַז ירושלים תתפשט בכל א"י.
יח. דער ענין הנ"ל איז אויך אַ הוראה אין עבודת ה' בכלל, ובפרט בימינו אלו:
אע"פ אַז מצות זיינען במדידה והגבלה דוקא: מצות תפילין (וואָס „הוקשה כל התורה כולה לתפילין"פג) — דאַרפן זיי זיין ד' פרשיות דוקא, ניט ג' אָדער ה', און (ווי דער אַלטער רבי
„אצבעיים
אצבעיים" וכו'; ועד"ז בנוגע לשאר המצוות —
מוז אָבער די עבודה גופא (שבמדידה והגבלה) געטאָן ווערן אין אַן אופן פון „בכל מאדך", „ופרצת", שלמעלה ממדידה והגבלה, כמבואר בארוכה בכ"מ — אַז עס מוז זיין די עבודה פון „בכל מאדך"פה, סיי אין לימוד התורה, סיי אין קיום המצות, סיי אין עבודת התפלה.
און וויבאַלד אַז בזמן זה, אין דרא דעקבתא דמשיחא, סמוך ל"עלה הפורץ לפניהם"פו, איז די עבודה געוואָרן אַ הכרח וחיוב — גיט מען אויף דעם כוחות מיוחדים אויף קענען דאָס דורכפירן, אַז יעדע מצוה זאָל געטאָן ווערן אין אַן אופן שלמעלה ממדידה והגבלה.
* *
יט. דער קשר מיוחד צווישן ענין הצום מיט דעם היינטיקן שיעור חומש:
ווי גערעדט פריער (סעיף ז־ח), איז די כוונה פון ענין הצומות (ניט צו אַריינפאַלן אין יאוש ח"ו, נאָר פאַרקערט) צו מוסיף זיין אין תקות הגאולה — און דער ענין איז מודגש סיי בהתחלת השיעור און סיי בסיומו:
גלייך בהתחלת השיעור (אויף „ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם535באחרית הימים"פז), איז רש"י — וואָס ענינו איז פשוטו של מקרא — מפרש: „ביקש (יעקב) לגלות את הקץ" — די גאולה האמיתית והשלימה („קץ" פון גלות, אַ גאולה שאין אחרי' גלותפח);
און דער סיום פון דעם שיעור איזפט „לישועתך קויתי ה'" — איז מפרש דער תרגום ירושלמי ותרגום יונתן בן עוזיאל (מיוסד אויף תורה שבעל פה, וואָס „תורה בפירושה ניתנה"צ) — „אמר אבונן יעקב לא לפורקני' דגדעון בר יואש סכיית נפשי דהוא שעה, ולא לפורקני' דשמשון דהוא פורקן עביר, אלא לפורקנא דאמרת במימרך למיתי לעמך בני ישראל לי' לפורקנך סכיית נפשי"אט:
יעקב האָט געזאָגט (און דאָס איז געוואָרן אַן ענין נצחי און הוראה נצחית), אַז „לישועתך קויתי ה'": דער „קויתי" איז ניט צו אַ ישועה וואָס וועט קומען ע"י בשר ודם (גדעון, שמשון כו'), נאָר — „לישועתך": די ישועה וואָס וועט קומען פון אויבערשטן אַליין, וואָס ער אַליין נעמט אַרויס יעדער אידן פון גלות וכמש"נצב „ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל", דער אויבערשטער גייט מיט אידן אין גלות, און ער גייט אַרויס פון גלות מיט זיי צוזאַמעןצג, ברענגט די גאולה אין אַן אופן פון „לישועתך" (ע"ד ווי מ'זאָגט יעדער טאָג אין דאַוונען (כנ"ל ס"ט) — לישועתך קוינו כל היום* .
תורת אמת זאָגטצד „כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה". — די גמרא זאָגט בפשיטות אַז דער קץ איז שוין פון לאַנג דאָ, מ'דאַרף נאָר האָבן דעם „שעתא חדא" ו"רגעא חדא"צה — „שעה" מלשון „קער", איין קערצו — פון תשובה.
און דער איין „קער" לה' ולתורתו ולמצותיו ברענגט דעם „לישועתך" אין אַן אופן פון „מהרה תצמיח", מהרה ממש, „מיד" כפשוטו (שזהו לשון ההלכה).
וויבאַלד אַז „כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה" — דאַרף יעדער איינער תשובה טאָן.
און כאָטש עס קען זיין אַזאַ וואָס עם וועט זיך דוכטן אַז תשובה איז אַ שווערע זאַך און ניט יעדערער איז מוכן לזה וכו' — זיינען דאָס אַלע טענות של שקר שאין בהם ממש. פאַרוואָס אין בהם ממש? דערפאַר וואָס „עמנו א־"צז, ובמילא איז יעדע עצה פון דעם יצה"ר „תופר"צז — בטל מעיקראצח; יעדער איד האָט אַ „חלק אלקה ממעל ממש", מ'דאַרף אים נאָר מעורר זיין אַז „אין הדבר תלוי אלא בתשובה".
536און תשובה מיינט בפשטות — אַז מ'איז מחליט ביי זיךצט, אַז אַלץ וואָס איז געווען עד עתה איז אַן ענין פון עבר, ומכאן ולהבא וועט ער מקיים זיין דעם „אני נבראתי לשמש את קוני",
כולל — מקיים זיין דעם „לישועתך קויתי ה'" — האָפן אויף דער גאולה האמיתית והשלימה, און אַרויסקוקן, „אחכה לו בכל יום שיבוא"ק, ווי מ'זאָגט צוזאַמען מיט דער בקשה „לישועתך קוינו כל היום" — „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח",
ובמילא טוט ער כל התלוי בו אויף צו אַראָפּברענגען די גאולה — ובמיוחד דורך „עוסק בתורה ובגמ"ח ומתפלל עם הציבור",
ובפרט אַז אויך דער „עוסק בתורה ובגמ"ח" ווערט געטאָן „עם הצבור"קא — ווי גערעדט כמה פעמים, אַז מ'זאָל מצרף זיין צו דעם „מתפלל עם הציבור" פון תפלת מנחה (די גרעסטע פון די ג' תפלותקב), דעם ענין פון לימוד התורה ברבים און נתינת הצדקה ברבים,
און אַלע פון „ציבור" צוזאַמען מאַכן החלטות טובות בנוגע צו מוצאי צום העשירי וההמשך — ימים שלאח"ז
[אפילו ווען משיח קומט און „מיד" — וועט אויך דערנאָך זיין דער „עוסק בתורה ובגמ"ח ומתפלל עם הציבור", ואדרבה — דעמאָלט וועלן זיי זיין בשלימותם „כמצות רצונך"קג],
ובפרט אַז מ'איז מקשר די החלטות טובות מיט אַ מעשה בפועל, אַ מעשה גשמי, און נאָך ביום הצום עצמו: מ'איז מוסיף אַ שיעור אין תורה ברבים (נוסף אויף די שיעורים שלפנ"ז), מ'מאַכט די הכנות לתפלת ערבית צו מתפלל זיין עם הציבור ביתר שאת ויתר עז, און מ'איז מוסיף אין „גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה"קד — און דאָס אַלץ ברבים,
איז דאָס נאָכמער ממהר דעם „קץ שם לחושך"קה, קץ הגלות — מ'דאַרף נאָר האָבן דעם איין „קער" להקב"ה ולתורתו ולמצוותיו כנ"ל — דער קץ אין אַן אופן אַז „וראו כל עמי הארץ"קו אַז משיח צדקנו קומט „נאו" (אויך בלשונם),
און עאכו"כ אַז „וראו" די אידן כל ענינים הרוחניים והגשמיים שבזה.
כב. און דאָס איז מעורר אַז מ'זאָל שוין איצטער מקיים זיין מצות „כמצות רצונך" אויף וויפל עס קען זיין איצטער, לערנען תורה „כמצות רצונך", און גמ"ח ומתפלל עם הצבור „כמצות רצונך",
וואָס דעמאָלט ווערט „יהי רצון' „עושין רצונו של מקום", ווי חסידות טייטשט דאָסקז — אידן זיינען מעורר מאַכן כביכול אַ רצון חדש למעלה,
זיכער איז דער רצון שלפנ"ז געווען באופן פון טוב הנראה ונגלה, טוב איז דאָך אָבער אין סופי — איז מען מחדש, אַז די גאולה האמיתית והשלימה זאָל זיין נאָכמער טוב, און זי זאָל זיין „נאַו", צו „האנשים והנשים והטף",
537און מ'גייט „מיד" אין ירושלים עיר
הקודש, און מ'זעט דאָרטן דעם „מקדש
108) בשלח סו, יז (ופרש" שם). זהר ח"ג רכט,
בעיני בשר דעם קיום ותחזינה עינינו בשובך לציון במהרה בימינו ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-5fp5kv0c