עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - maamarim and sichos, winter 5738 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

262בס"ד. מוצאי שבת בראשית — בחדרו — ה'תשל"ח

בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, וארז"לא אמר ר' יצחק לא הי'

צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם כו' ומה טעם פתח בבראשית משום כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גויםב, שאם יאמרו אומות העולם לישראל לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים הם אומרים להם כל הארץ של הקב"ה היא הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו. ומבואר בזה בדרושי רבותינו נשיאינוג, דזה מה שהי' צריך להתחיל את התורה מהחודש הזה לכם הוא, כי ענין „החודש הזה" הוא יחוד סובב וממלא. כי חודש הוא בחינת מלכות, חודש אשתוד, בחי' ממכ"ע, ו"זה" הו"ע גילוי [כמרז"לה מראה באצבעו ואומר זה], יסוד וז"א, יחוד סוכ"ע וממכ"ע. ופירוש „החודש הזה (לכם)" הוא שבבחי' ממכ"ע (חודש) יהי' בו גילוי סוכ"ע (הזה). והי' צריך להתחיל את התורה מהחודש הזה לכם, כי תכלית התורה ומצוותי' הו"ע

יחוד סובב וממלא.

ב) והנה ענין המשכת הסובב שע"י תומ"צ בשרשו הראשון הוא המשכת

אוא"ס שלפני הצמצום. וכדאיתא בעמה"מ בתחלתוו, דבריאת העולמות הי' ע"י צמצום הראשון שהי' באוא"ס ונשאר חלל ומקום פנוי, ומזה הוא שרש התהוות הכלים ומציאות העולמות (ענין מעשה בראשית). ומ"שז ויניחהו בג"ע לעבדה ולשמרה [שקאי על העבודה דתומ"צ, לעבדה זה רמ"ח מ"ע ולשמרה זה שס"ה מל"תח] הוא להמשיך תוספות אורות ע"י הקו מאוא"ס שלפה"צ, עד שלעתיד יהי' גילוי אוא"ס במקום החלל כמו שהי'263קודם הצמצום. וזהו לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם כו', כי סיפור מע"ב הכל הוא אחר הצמצום, ומכיון שענינה של התורה הוא המשכת אוא"ס שלמעלה מהצמצום, הוצרך להתחיל את התורה (לא במע"ב, כ"א) מהחודש הזה שהו"ע המשכת בחי' הסובב („הזה"), שבשרשו הוא

המשכת אוא"ס שלפה"צ.

ג) ומה טעם פתח בבראשית משום כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת

גוים. והיינו שהענין דכח מעשיו גו' לתת להם נחלת גוים הוא נעלה יותר גם מענין המשכת הסובב, בחי' אוא"ס שלפה"צ. דהנה תכלית הכוונה (דתומ"צ) הוא להמשיך בחי' אור חדש, היינו בחי' עצמות אוא"ס שלמעלה מהאור שהי' ממלא מקום החללט. והמשכת אור זה הוא דוקא ע"י עבודת הבירוריםי. וזהו היתרון שבכח מעשיו גו' לתת להם נחלת גוים על החודש הזה, כי ענין החודש הזה הוא המשכת אור הסובב, שבשרשו הוא בחי' האור שהי' ממלא מקום החלל, וע"ייא עבודת הבירורים דעניני העולם שנפלו מז"מ, מלכי אדום שברצונו נתנה להם — כמרז"ליב בונה עולמות ומחריבן — ובנ"י מבררים ויורשיםיג אותם ונעשו נחלת יעקב, ממשיכים בחי' אור חדש שלמעלה מהאור שהי' ממלא מקום החלל. וכמו שהוא בכלל העולם (עולמות בי"ע, דמשם יפרד) בא ג"כ בפרט הבירור דכיבוש ארצות שבעה

גוים, שישראל מהפכים אותם לארץ ישראל.

ד) והנה מכיון דזה ש"ברצונו נתנה להם" (לזמן מסויים) הוא בכדי שיהי'

אח"כ „ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו", הרי פשוט, שבאם מחליטים בתוקף, אזי מבררים בנקל יותר את ארצות שבעה גוים, וכל העולם כולו, שיהי' דירה לו ית'. וזה מה שנדמה שצריך לזה יגיעה ועמל, ועד שאומות העולם טוענים בנוגע לכל בירוריד לסטים אתם הוא מצד גודל ההעלם והסתר, מה שאין נרגש בעולם אשר „כל הארץ של הקב"ה היא" (ו"כיטו ממך הכל"טז). אבל הרי תכלית הכוונה של ההעלם והסתר הוא בכדי שיהי'264ובקשתם משםיז, אַז אידן זאָלן זוכן און געפינען דעם אויבערשטן בכל עניני העולם, בההעלמות וההסתריםיח [וכמשל האב המסתיר את עצמו מבנו הקטן בכדי להראות את חכמת הבן שמבין שההסתר וההעלם אינו אלא בכדי שיבקשנו וימצאנויט], והבטיחה תורה שכאשר ובקשתם משם אז בודאי „ומצאת"כ, שכובשים את כל העולם ועושים ממנו דירה לו ית', עד אשר אז אהפוך אל עמים שפה ברורה וגו' לעבדו שכם אחדכא. והיתה לה' המלוכהכב. ה) ויש לקשר זה גם עם ענין ד"ויעקב הלך לדרכו" (שבמוצאי שבת

בראשיתכג), דהגם שהולך לדרכו (גם) בעניני הרשות ובעובדין דחול במשך כל השנה, מ"מ אינו יירא מזה, כי אם, הולך לבטח דרכו, ובשמחה ובטוב לבב. וזהו גם מה שבמוצאי שבת [ובפרט במוצאי שבת בראשית, שאז מתחיל (בעיקר) הסדר דויעקב הלך לדרכוכג] אומריםכד אל תירא עבדי יעקבכה, כי „במוצאי שבת מסתלקת הנשמה יתירה וצריך לחזור ולירד בבחי' יעקב עבדי בכל ששת ימי המעשה לברר בירורים בבי"ע כו' לכך אומר אל תירא עבדי יעקב כו' מלירד שם, ובזה נותנים כח ועוז כו'"כו. והטעם לזה (לענין אל תירא) הוא כי הוי' אלקיו עמוכז, שכאו"א מישראל (גם מי שהוא בבחי' יעקב), בכל מקום ובכל זמן ובכל ענין (גם בחו"ל ובימי החול ובעובדין דחול), הוי' אלקיו (הוא) עמו, ועד שנעשה שותף להקב"ה במעשה בראשיתכח, שהוא פועל חידוש בהבריאה (כמו הקב"ה כביכול). כי ע"י

265עבודתו בעבודת הבירורים לעשות את העולם דירה לו ית', הוא פועל חידוש

בהבריאה [דזהו גם מה שבשבת בראשית קוראין את השמים ואת הארץ, שעי"ז נעשה בריאת ה

מחדש ובאופן חדש], ועד שיהי' השמים החדש בתורה בראשית ברא אלקים השמים והארץ וכל צבאיהם שים והארץ החדשה גו'כט. מבחי' עצמות א"ס שלמעלה מגילוי

266שיחת מוצאי שבת בראשית — בחדרו — ה'תשל"ח.

א. בהמשך צו דעם וואָס מ'האָט גערעדט במוצאי שמח"ת — וואָס (מוצאי) שבת בראשית קומט בתור השלמה צו שמח"ת און שמע"צ און (אויך) צו די מועדים שלפנ"ז, ווי געשריבן (און אָפּגעדרוקט) אין דעם מכתב פון רבי'ן נשיא דורנוא — דערפאַר איז צוגעפּאַסט, אַז אויך איצטער (במוצאי שבת בראשית) זאָל מען ריידן אין אַזאַ אופן, אַז די דברים הנאמרים זאָלן דערגרייכן אין די זעלבע צייט אויך למקומות רחוקים (בגשמיות), וואָס דאָס פּועל'ט אַ קשר און אַ התאחדות צווישן די אַלע וואָס הערן די רייד, ווי דערקלערט בארוכה במוצאי שמח"ת.

ובפרט נאָך אַז דער „ויעקב הלך לדרכו" שבמוצאי שבת בראשית איז אין אַן אופן וואָס מען גייט זיך פאַנאַנדער (בחיצוניות), יעדער איינער אין זיין עבודה פּרטית — נאָך מער ווי במוצאי שמח"ת (כדלקמן) — דערפאַר איז במוצאי שבת בראשית נאָך מער נוגע צו מדגיש זיין דעם קשר און התאחדות פון אַלע אידן.

ב. שוין גערעדט אַמאָל בארוכהב, אַז אין דעם ענין פון „ויעקב הלך לדרכו" וואָס הויבט זיך אָן נאָך דעם ווי בר"ה וביוהכ"פּ באַקומען אַלע אידן, און יעדער איד, די כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה

— וואָס אין דעם „ויעקב הלך לדרכו" ווערן אונטערגעשטראָכן צוויי קצוותג: פון איין זייט איז דער פּירוש פון „ויעקב הלך לדרכו" אַז דער איד גייט צו זיין וועג, צו זיינע וואָכעדיקע ענינים (אויף מאַכן פון זיי* אַ דירה לו ית', דורך „כל מעשיך לשם שמים"ד און „בכל דרכיך דעהו"ה, וואָס מצד דערויף איז דאָ (און דאַרף זיין) אַ התחלקות צווישן איין אידן מיטן צווייטן: אָבער ביחד עם זה איז פון דעם וואָס אויף אַלע אידן צוזאַמען זאָגט מען דוקא דעם לשון „ויעקב הלך לדרכו", לשון יחידו, שטרייכט עס אונטער ווי אַלע אידן (טראָץ דעם וואָס (בחיצוניות) זיינען זיי בהתחלקות) זיינען זיי אַ „גוי אחד" —

זיינען פאַראַן כמה דרגות און זמנים:

די התחלה פון „ויעקב הלך לדרכו" איז במוצאי יוהכ"פּ.

אין די עשרה ימים שבין ר"ה ליוהכ"פּ, כאָטש אַז אויך דעמולט זיינען דאָ כמה עבודות אין וועלכע עס זיינען אויסגעטיילט ראשיכם שבטיכם פון חוטב עציך און שואב מימיך — איז דאָך אָבער „אתם נצבים היום כולכם", אַז אין דעם טאָג פון ר"ה [וואָס „היום" גייט אויף ר"הז] זיינען אַלע צען סוגים (פון „ראשיכם" ביז „שואב מימיך") אין אַן אופן פון „כולכם", „לאחדים כאחד"ז;

עד"ז (אבל לא ממש), איז אויך אין די267טעג שלאחרי ר"ה ביז יוהכ"פּ,

ובפרט ביוהכ"פּ: וויבאַלד יוהכ"פּ איז דער „אחת בשנה"ח, בחינה „אחת" ד"שנה" [און די עבודה (המיוחדת) דיוהכ"פּ איז אין „קודש הקדשים", בחינת „אחת" ד"עולם", און ווערט געטאָן און אויפגעטאָן דורכן כהן גדול, בחינת „אחת" ד"נפש"ט], זיינען דעריבער אַלע אידן דעמולט אין אַ התאחדות גמורה.

בשעת עס קומט אָבער מוצאי יוהכ"פּ, ווען אידן הויבן זיך אָן פאַנאַנדערגיין, יעדער איד איז פאַרנומען מיט צוגרייטן זיין סוכהי און זיינע ד' מינים (ולקחתם לכם, משלכםיא) — דאַן הויבט זיך אָן דער סדר פון „ויעקב הלך לדרכו", און ווי מען געפינט בדרושי רבותינו נשיאנויב, אַז דער ענין פון „ויעקב הלך לדרכו" הויבט זיך אָן גלייך במוצאי יוהכ"פּ.

ג. די צווייטע דרגא אין „ויעקב הלך לדרכו" איז במוצאי שמחת תורה:

אין די ד' ימים שבין יוהכ"פ לסוכות, וויבאַלד אַז דעמולט איז „כל ישראל עסוקים במצוות"יג — שטייען דאָך במילא אַלע אידן אין אַ התאחדות, וואָרום אַלע מצוות קומען דאָך פון זעלבן בעל הרצון, יחידו של עולם.

[ובפרט אַז די מצוות אין וועלכע אידן זיינען עסוקים בד' ימים אלו — סוכה און ד' מינים — ווייזן אויף ענין האחדות. ווי גערעדט פריעריד, אַז אויף סוכה שטייט „ראוים כל ישראל לישב בסוכה אחת"טו, און אויך די מצוה פון נטילת ד' מינים איז (נוסף אויף דעם וואָס יעדער מין באַזונדער ווייזט אויף אחדות) צו פאַראייניקן אַלע פיר מינים, וואָס ווייזן אויף די פאַרשידענע פיר סוגים פון אידןטז, אַז זיי זאָלן ווערן אַן אגודה אחת — „וייעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם".

און דוקא ווען ס'איז דאָ דער „כולם" (אויך די אידן שנמשלו לערבה שאין בה לא טעם ולא ריחטז. וואָרום די מצוה „ולקחתם לכם" מוז מען אָנקומען צו די ערבה ניט ווייניקער ווי צום אתרוג), און אין אַן אופן פון „אגודה אחת" — דאַן דוקא ווערט דער „לעשות רצונך בלבב שלם"].

עד"ז איז אויך בנוגע צו די טעג פון268חג הסוכות, אַז וויבאַלדיז אַז דעמולט איז „מועדים לשמחה" מצד דערויף וואָס אלקות שטייט בגילוייח — ובפרט אַז ימי חג הסוכות זיינען זמן שמחתנו, די שמחה כפולה פון „ישמח הוי' במעשיו' און „ישמח ישראל בעושיו"יט,

ועאכו"כ בשמע"צ ושמח"ת וואָס דעמולט איז (נוסף אויף דעם ענין פון „מועדים לשמחה" און „זמן שמחתנו"כ) מודגש די אחדות און העדר ההתחלקות נאָך מערער ווי בסוכות, וכמרז"לכא, אַז די התאחדות פון אידן וואָס דריקט זיך אויס אין הקרבת „פּר אחד" בשמע"צ איז אַז אַלע אידן זיינען אַן „אומה יחידה" (באופן ד"יחיד" שלמעלה מ"אחד"כב, ביז אַז די התאחדות איז שולל דעם „(קשה עלי) פּרידתכם"כג אויך לאחרי שמע"צ ושמח"תכד

וואָס דאָס (שבשמע"צ ושמח"ת מושלל בתכלית ענין הפירוד וההתחלקות) דריקט זיך אויס אויך אין דעם וואָס דער אופן השמחה דשמע"צ ושמח"ת איז דורך ריקוד ברגליםכה. וואָס אין דעם (רגלים) גלייכן זיך אויס אַלע אידן פון ראשיכם שבטיכם ביז חוטב עציך ושואב מימיך

[ואדרבה, אין דעם איז מודגש די מעלה פון די אידן וואָס זיינען בבחי' רגלים. בדוגמת ענין הריקוד כפּשוטו, אַז דורך דעם וואָס די פיס טאַנצן — דורך דעם דוקא הויבט זיך (און טאַנצט) אויך די קאָפּ],

וואָס דערפון איז מובן בפּשטות, אַז (טראָץ דעם וואָס אידן זיינען צושפּרייט אין פאַרשידענע ערטער, פונדעסטוועגן, איז) בשעת אַ איד פּראַוועט שמח"ת אין חו"ל און אַ צווייטער איד פּראַוועט שמח"ת און אה"ק ת"ו, איז עס ניט אַ צווייטער איד נאָר דאָס איז (צוזאַמען מיט'ן ערשטן) אַן „אומה יחידה". און די איינציקייט זעט זיך אָן בגלוי, דורך די ריקודים.

און לאחרי שמח"ת, ווען מען גייט פון דער שמחה (און קדושה) פון „זמן שמחתנו" דסוכות און שמע"צ ושמח"ת, און מען גייט אַריין אין וואַכעדיקן יאָר — דאַן דאַרף מען (נאָכאַמאָל) מדגיש זיין דעם ענין האחדות, אַז די אחדות פון אידן וואָס איז געווען בגילוי בשמע"צ ובשמח"ת זאָל נמשך ווערן, און זאָל זיין ניכר בגילוי, אויך לאחרי שמע"צ ושמח"ת.

וואָס דאָס איז אויך פון די טעמים אויף דעם מנהג צו מכריז זיין במוצאי שמח"ת „ויעקב הלך לדרכו"כו — צו מדגיש זיין, און געבן דעם נתינת כח, אַז אויך נאָך שמח"ת ווען אַ איד גייט „לדרכו" אויך בעניני הרשות (ניט ווי דער „ויעקב הלך לדרכו" שבמוצאי יוהכ"פּ, וואָס (אויך) דער „דרכו" איז בענין המצוותכז), איז עס „ויעקב הלך לדרכו" בלשון יחיד, אַז אויך דעמולט זאָל זיין ניכר ווי אַלע אידן זיינען אַ „גוי אחד (אויך) בארץ"כח.

269ד. אעפּ"כ איז אויך במוצאי שמח"ת קומט עס ניט צו די הדגשה אויף ענין האחדות וואָס עס פאָדערט זיך במוצאי שבת בראשית:

וויבאַלד אַז בשבת איז דער „ויכולו" (בכל הפּירושים שבזהכט) פון די ששת ימים שלפני השבת — איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז די עבודה פון שמע"צ ושמח"ת (וואָס דער „ויכולו" פון די עבודה איז בשבת בראשית) איז (עכ"פּ) מאיר אויך אין די טעג שלאחרי שמח"ת ביז שבת בראשית ועד בכלל,

ואדרבה: בשבת בראשית, זיינען די ענינים דשמע"צ ושמח"ת (באופן ד"ויכולו" —) בתכלית השלימות.

וואָס דערפאַר זעט מען אויך במוחש, אַז טראָץ דעם וואָס לאחרי שמח"ת הויבן זיך אָן ימי החול, פונדעסטוועגן, איז ביז שבת בראשית — פילט זיך נאָך ניט קיין אמת'ע וואָכעדיקייט: גלייך אויף מאָרגן פוק שמח"ת איז „אסרו חג"ל, און דערנאָך (ווען עס ווערט נעענטער צו שבת בראשית) איז מען פאַרנומען מיט מאַכן הכנות צו שבת בראשית. און בכלל איז מען נאָך דורכגענומען בימים אלו מיט דער יו"ט'דיקייט פון (חגה"ס, ובפרט, פון) שמע"צ ושמח"ת.

און דערפאַר איז בשעת עס קומט מוצאי שבת בראשית, וואָס דעמולט הויבט זיך אָן פילן די וואָכעדיקייט פון די ימי החול שבמשך השנה — איז נוגע נאָך מער צו מכריז זיין (נאָכאַמאָל) „ויעקב הלך לדרכו"

— און די הכרזה דאַרף זיין אין אַזאַ אופן אַז זי זאָל דורכנעמען די מחשבה דיבור ומעשה, והמעשה הוא העיקר —

אַז אע"פּ אַז יעדער איד האָט זיין תפקיד און שליחות מיוחדת אויף צו מאַכן פון חלקו בעולם (פון זיין חלק) אַ דירה לו ית'לא, פונדעסטוועגן איז עס „ויעקב הלך לדרכו" בלשון יחיד. ביז (ווי גערעדט פריערלב), אַז במשך כל ימי השנה, דאַרף זיך הערן אַז מען איז אָט ערשט געקומען פון דעם „יום אחד" דשמע"צ, וואָס אין אים שטייט בגלוי ווי אַזוי אידן זיינען אַן „אומה יחידה".

ה. שוין גערעדט אַמאָל באריכותלג, אַז נוסף צום תוכן פון „ויעקב הלך לדרכו" (וואָס אין אַלע דריי ווערטער צוזאַמען), איז אויך אין יעדער וואָרט פאַרזיך פאַראַן אַ הוראה, ביז צו אַ הוראה עיקרית און אַ הוראה נפלאה.

„ויעקב":

דער נאָמען „יעקב" איז ניט דער שם המעלה פון אידן [אַזוי ווי דער נאָמען „ישראל", וואָס איז על שם „כי שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל"לד], נאָר אדרבה מלשון „עקב", און נאָכמער: דער נאָמען יעקב איז על שם „וידו אחזת בעקב עשו"לה דאָס הייסט, אַז דער נאָמען יעקב באַצייכנט ווי אַ איד פאַרנעמט זיך (ובאופן דאחיזה) מיט עניני העולם, מיט ענינים פון „נחלת גוים"לו (עשו), אוף מאַכן פון זיי „נחלת יעקב".

270און אע"פּ אַז דאָס איז לכאורה אַ נידעריקע מדריגה — איז אָבער אין אמת'ן, אַז אין דעם באַשטייט דער תכלית השלימות. וואָרום כשם ווי אין כללות העולמות איז דאָך „נתאוה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים"לז, און ווי דער אַלטער רבי איז מבארלח אַז דער תכלית הכוונה איז ניט אין עולמות העליונים נאָר אין עוה"ז הגשמי „שאין תחתון למטה ממנו" — עד"ז איז אויך אין דעם „עולם מלא" וואָס באַ יעדער אידן בפרטלט, אַז דער תכלית הכוונה איז אין דעם כח הכי תחתון „שאין תחתון למטה ממנו" פון זיין ציור קומה.

וואָס דאָס איז אויך וואָס דער נאָמען יעקב הויבט זיך אָן מיט אַ יו"ד, וואָס גייט אויף דעם יו"ד פון שם הוי'מ

[וואָס אין שם הוי' גופא (וואָס ער איז דער „שם המפורש"מא, „שם העצם"מב און „שם המיוחד"מג) איז ער (דער יו"ד) דער עיקרמד, ביז אַז (כפי המובן בשעהיוה"אמה) ער איז למעלה מהתחלקות, העכער אפילו פון דעם אופן ההתחלקות שבשם הוי'],

וואָס אין אים איז אויך דאָ דער קוצו של יו"ד, וואָס איז העכער פון כל ציור (אפילו פון ציור דיו"ד),

און דער יו"ד (מיטן קוצו של יו"ד) ווערט נמשך אין בחינת „עקב"מו, און די המשכה איז אין אַזאַ אופן אַז דער עקב ווערט (איין וואָרט) איין זאַך מיטן יו"ד (און קוצו של יו"ד),

און נאָך מער: דער יו"ד איז דער „ראש" פון וואָרט, וואָס כשם ווי אַ ראש איז כולל דעם חיות פון אַלע איברי הגוף, וואָס דערפאַר פירט ער אָן מיט זיי אויך לאחרי ווי זיי זיינען אַ „מהות בפ"ע"מז — עד"ז איז אויך בנוגע צום יו"ד פון יעקב, אַז (א) דער יו"ד איז כולל אויך דעם „עקב", און (ב) אויך לאחרי ווי דער „עקב" שטייט בגלוי [ביז ווי מען זעט עס בפּשטות אין דעם וואָרט יעקב, אַז די אותיות עקב זיינען דער רוב (ושורש) התיבה, און זיי זיינען מער מודגש (אין דעם וואָרט) ווי דער יו"ד] ווערט ער אָנגעפירט פון דעם יו"ד מיטן קוצו של יו"ד.

ו. „הלך":

די הוראה פונעם וואָרט „הלך" איז אַז ניט בלויז וואָס ער טוט זיין עבודה, נאָר אַז ער האַלט אין איין „גיין" און עולה זיין העכער און העכער.

און נאָך מער: וויבאַלד אַז דער וואָרט „הלך" שטייט אין תורת אמתמח — מיינט דאָך דאָס הליכה אמיתית, וואָס ענינה271איזמט אַז מען גייט אַוועק לגמרי פון דעם פריערדיקן אָרט און מדריגה. דאָס הייסט, אַז די מדריגה אין וועלכע ער איז עולה איז שלא בערך צו דער מדריגה הקודמת (וואָרום בשעת די עלי' איז בערך, איז ער נאָך אַלץ ניט אַוועקגעגאַנגען באמת ממקומו — הייסט עס נאָך אַלץ מיטן נאָמען „עמידה").

ז. „לדרכו":

אמיתית הענין פון דרך איז אַז זי פאַרבינדט דעם ווייטסטן ווינקל פון מדינת המלך מיטן עיר הבירה, ביז מיטן היכל המלך, ביז מיטן (קיטון — דער) חדר המיוחד פון מלךנ.

דערפון איז מובן אויך בנוגע צו „(ויעקב הלך) לדרכו", אַז אע"פּ אַז נאָך שבת בראשית גייט אַוועק אַ איד פון די מועדים דחודש תשרי און גייט אַריין אין עניני הרשות און עובדין דחול (כנ"ל סעיף ד'), טוט ער עס אָבער אין אַן אופן פון „דרכו" — אַ דרך וואָס איז מחבר זיינע עובדין דחול מיטן קיטון המלך מלכי המלכים הקב"ה, ביז אַז אַלע זיינע ענינים ווערן אַ דירה לו ית', לו לעצמותו.

וואָס דאָס איז אויך די הדגשה אינעם וואָרט „לדרכו" (זיין דרך), אַז די „וועג" אין וועלכע דער איד גייט במשך דעם גאַנצן וואָכעדיקן יאָר, איז עס „דרכו" — זיין וועג, די ספּעציעלע וועג פון אַ אידן איז (כפס"ד הרמב"םנא) צו דורכפירן דעם אויבערשטנס רצון, וואָס נתאוה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים,

צו פאַרבינדן דעם ווייטסטן ווינקל פון סדר השתלשלות [וואָס דאָס איז דער עוה"ז הגשמי „התחתון במדריגה שאין תחתון למטה ממנו"לח, און אין עוה"ז גופא — די עניני הרשות ועובדין דחול], און מאַכן פון אים אַ דירה לו ית'.

ח. און דער כח אויפן „דרך" [צו פאַרבינדן דעם תחתון שאין תחתון למטה ממנו מיטן קיטון המלך] איז — תורהנב. וכידוענג, אַז דורך אורייתא ווערן ישראל וקוב"ה כולא חד.

וואָס דאָס איז אויך וואָס „אורייתא" איז נוטריקון „אור ייתא"נד:

אין תורה איז דאָך (גנזונה פון) דעם אור שנברא ביום הראשון, ביז צום אור שהבדילו לעצמו, וואָס דאָס גייט אויף דעם „אור עצמי שאינו בגדר להאיר בעולמות"נו, בחי' אור שלגלות עצמותונז,

ביז אויך דער אור ווי ער איז כלול אין מאור, וואָס זייענדיק כלול אין מאור איז ער ניט „אור" נאָר „מאור", ווי ער זאָגט אין שעהיוה"אנח אַז ער איז „עצם אחד ממש עם גוף המאור המאיר ואין לו שום מציאות כלל בפני עצמו",

272ביז אויך דער אור ווי ער איז כלול אין עצמות, וואָס ער איז העכערנט אויך פון „מאור",

איז דורך „אורייתא" ווערט דער „אור ייתא", אַז תורה בריינגט אַראָפּ דעם אור הנ"ל, אין יעדער פּרט פון דעם ווייטסטן ווינקל, סיי פון „עולם" סיי פון „שנה" סיי פון „נפש".

ט. אַזוי ווי המעשה הוא העיקר — איז דער סיכום פון כל הנ"ל בנוגע למעשה בפּועל, אַז בכל מקום ומקום, ביז אין אַ פינה נדחת, דאַרף מען מפיץ זיין תורה ויהדות, אָנהויבנדיק פון די ענינים כלליים,

וואָס אין דעם גייען אַריין אויך די שיעורים הידועים פון חומש תהלים און תניא, און נתינת הצדקה בכל יום (דורך תורם זיין צדקה אויף „קרן השנה"ס, וכיו"ב),

ופּשיטא, אַז דערמיט ווערן געמיינט די מבצעים הידועים, אָנהויבנדיק פון „מבצע אהבת ישראל", וואָס שטרייכט אונטער ווי אַלע אידן זיינען איין זאַך (כמבואר אין תניא פרק לב),

און דערנאָך קומט דאָס אַראָפּ אין „מבצע חינוך", „מבצע תורה", „מבצע תפילין", „מבצע מזוזה", „מבצע צדקה", און „בית מלא ספרים — יבנה וחכמי'",

און אויך די מצוות וואָס זיינען איבערגעגעבן געוואָרן במיוחד צו נשי ובנות ישראל

[וואָס יעדערע פון זיי איז די עקרת הבית פון איר פּרטית'דיקע הויז און אויך פון בית ישראל כולו (ביז אַז דער גאַנצער אידישער פאָלק איז בדוגמת אשה און עקרת הבית צום אויבערשטןסא)]:

„מבצע נרות שבת קודש ויו"ט", „מבצע כשרות האכילה ושתי'", און „מבצע טהרת המשפּחה",

וואָס דער מבצע טהרת המשפּחה (און אַזוי אויך די אַנדערע מבצעים) היילן צו נאָך מער דעם קיום היעוד „וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם גו'"סב, וואָס וועט זיין בקרוב ממש, בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.

יוד. נאָך אַ נקודה עיקרית בהנ"ל: די עבודה הנ"ל (צו מפיץ זיין תורה און יהודת ביז אין אַ פּינה נדחת) — דאַרף געטאָן ווערן בשמחה ובטוב לבב. דאע"פּ וואָס מ'געפינט זיך נאָך אין גלות

[און חס ושלום צו זאָגן אַז ס'איז שוין דאָ די אתחלתא דגאולה. און ווי דער רמב"םסג פּסק'נט אָפּ בפּס"ד ברור (וכל מפרשיו — הב"י וכו' — שתקו (והודוסד) לו בזה) אַז די אתחלתא דגאולה („ויקבץ נדחי ישראל") וועט זיך אָנפאַנגען ערשט לאחרי ביאת המשיח, און דורך אים, און נאָך דעם וואָס „יכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה וילחום מלחמת ה'", און נאָך דעם ווי „בנה מקדש במקומו"]

און אין גלות גופא געפינט מען זיך אין עקבתא דמשיחא, חושך כפול ומכופּל,

פונדעסטוועגן, האָבנדיק די שליחות און נתינת כח פון אויבערשטן צו מפיץ273זיין תורה ויהדות, צוזאַמען מיט דער הבטחה אַז דורך דעם וועט מען מאַכן אַ סוף צום גלות,

איז די דאָזיגע בשורה טובה גיט אַריין אַ חיות און אַ שמחה אין דער עבודה פון הפצת התורה והיהדות

[ע"ד ווי עס שטייט באַ יעקב'ן (וואָס זיין נשמה איז כולל אַלע נשמותסה) „וישא יעקב רגליו"סו, אַז טראָץ דעם וואָס ער איז געגאַנגען קיין חרן, חרון אף של מקום בעולםסז, פונדעסטוועגן „משנתבשר בשורה טובה כו' נשא לבו את רגליו ונעשה קל ללכת"סח],

וואָס דער ענין השמחה דריקט זיך אויס אין דעם אַז מען טוט עס בזריזות, ביז צו זריזות נפלאהסט,

וואָס דאָס וועט אויך מזרז זיין (און אויך בזריזות נפלאה) די אתחלתא דגאולה, און דערנאָך די גאולה שלימה, אַז עס וועט זיין „אחישנה" אין דעם „אחישנה" גופאע,

אַז בקרוב ממש, און אויך „בעגלא דידן" (בלשון תרגום), וועט זיין די גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו במהרה בימינו ממש ובעגלא דידן.

יא. מאמר ד"ה בראשית ברא.

יב. שוין גערעדט פיל מאָל, אַז אַלע ענינים וואָס רש"י בריינגט בפּירושו עה"ת (אפילו ווען ער בריינגט עס פון מאמרי חז"ל) זיינען פּשוטו של מקרא [ווי רש"י אַליין זאָגט כמה וכמה פּעמיםעא „ואני לא באתי אלא לפּשוטו"], וואָס איז פאַרשטאַנדיק אויך צו אַ „בןעב חמש למקרא".

דערפון איז מובן, אַז דער תירוץ וואָס רש"י בריינגט פאַרענטפערן די טענה „לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גויים", אַז וויבאַלד „כל הארץ של הקב"ה היא" דעריבער איז „ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו" — איז דער תירוץ (וויבאַלד אַז רש"י האָט אים אַריינגעשטעלט בפּירושו עה"ת) מובן גאָר בפּשטות, ביז אויך צו אַ פינף יאָריקן קינד.

און נאָך מער: וויבאַלד אַז רש"י זאָגט עס אַלס ענטפער צו אומות העולם — „שאם יאמרו אומות העולם לישראל כו' הם אומרים להם" — איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת מען וועט עס זאָגן צו אומות העולם [און מען וועט עס ניט פאַרוואַסערן, נאָר זאָגן זיי דברים כהווייתם, אַזוי ווי עס שטייט אין תורת אמת], וועלן אויך זיי אַנערקענען דעם אמת פון דעם דאָזיקן ענטפער,

ביז אַז זיי וועלן צוהעלפן אַז עס זאָל מקויים ווערן דער „לתת להם נחלת גוים", וויסנדיק אַז דאָס איז אויך אַן עילוי און חשיבות פאַר זיי, ביז אַז „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מיניקותיך"עג, אַז אפילו די וואָס פירן אָן מיט די אומות העולם (מלכים און שרותיהם) וועלן זיך בעטן און משתדל זיין, און גרויסן זיך דערמיט, וואָס זיי קענען זיין עכ"פּ „אומניך" און „מיניקותיך".

274יג. און דאָס וואָס מען זעט אַז מען האָט געזאָגט צו אחדים פון אוה"ע דעם אויבנדערמאָנטן ענטפער (וואָס שטייט אין פירש"י), און זיי זיינען געבליבן פאַר'עקשנ'ט אין זייער טענה „לסטים אתם"

איז עס אָדער מצד דערויף וואָס דער וואָס האָט זיי געגעבן דעם ענטפער הנ"ל איז עס ביי אים ניט געווען דברים היוצאים מן הלב, אָדער עס קען זיין אַז זיין ענטפער איז (מצד איזה סיבה) נאָך ניט דערגאַנגען צום שר פון דער אומה.

ס'איז אָבער אַ זיכערע זאַך, אַז וויבאַלד דער ענטפער הנ"ל איז אַרויסגעקומען בגילוי (דורך דעם וואָס מען האָט עס געזאָגט פאַר די אומות דאָ למטה), וועט ער אָנקומען (וסו"ס בזריזות) און דערגרייכן אויך צו זייערע שרים שלמעלה

[וואָס זיי דערהערן דעם אמת פון דעם ענטפער, אפילו אויב ס'איז ניט קיין דברים היוצאים מן הלב],

און דורך דעם וועט עס אַראַפּקומען אין דעם לב מלכים ושרים שלמטה, אַז אויך זיי וועלן מחליט זיין (אָדער וויסנדיק דעם טעם דערפון, אָדער ניט וויסנדיק), אַז גאַנץ ארץ ישראל לגבולותי' געהערט צו אידן.

ובכדי צו דורכפירן דאָס בפּועל, פאָדערט זיך בלויז אַז אידן זאָלן שטיין מיט אַ תוקף בנוגע צו שלימות הארץ (צוזאַמען מיט שלימות התורה און שלימות העם).

יד. וויבאַלד אַז מען קען ניט וואַרטן ביז אַלע וועלן שטיין מיטן תוקף הנ"ל — איז דאָך דער פּסק דיןעד אַז כל העולם כולו איז נידון על פי רובו, און אַז כל העולם כולו שטייט אין אַ מצב שקול מחצה על מחצהעה

[וואָס דאָס וואָס תורת אמת זאָגט אָן אַ אידן אַז ער זאָל קוקן אויף זיך און אויף דער גאַנצער וועלט אַז זיי זיינען שקולעה, איז עס ווייל דער אמת איז אַזוי, אַז „כל השנה כולה", אַלע מאָל איז „כל אדם" און „כל העולם" אין אַ מצב פון מחצה על מחצהעו],

וואָס דעריבער איז אַ פּסק דין ברורעה, אַז דורך איין פּעולה טובה („מצוה אחת") וואָס אַ איד טוט, סיי במעשה סיי בדיבור סיי במחשבה, איז ער מכריע את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות, און ער איז גורם לו ולהם תשועה והצלה.

טו. ויהי רצון, אַז כל האמור לעיל בנוגע צו פּעולות טובות במעשה דיבור ומחשבה, אָנהויבנדיק פון די ענינים און מבצעים כלליים (ראה לעיל סעיף ט'), זאָל זיין באופן דמוסיף והולך ואור,

און ווי דער רבי נשיא דורנו שרייבט אין בריףא אַ דבר נפלא, אַז בשבת בראשית דאַרף זיין ניט נאָר „כעין השלמה" נאָר אויך אַ „תוספת", און אַז די הוספה וואָס מען דאַרף מוסיף זיין בשבת בראשית איז ב"אור כי טוב", וואָס דער לשון „אור כי טוב"עז שטייט אויף דעם אור שנברא ביום ראשוןעח,

וואָס דערפון איז מובן, אַז שבת בראשית גיט דעם כח צו יעדער אידן, אפילו צו אַ פּשוט שבפּשוטים, צו275אויפטאָן (דורך איין פּעולה טובה, במעשה או בדיבור או במחשבה) אַ הוספה אין „אור כי טוב".

און ממשיך זיין דעם אור על כל השנה כולה, אַז עס זאָל זיין אַ שנת אורה, און דערנאָך אויך די אַלע איבעריקע ענינים טובים וואָס הויבן זיך אָן מיט די אותיות פון אל"ף בי"ת, ביז צו שנת תורה,

ביז עס וועט זיין דער מבצע הכי גדול, שנת גאולה — גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, בקרוב ממש.

טז. כנהוג בכל שנה, זאָל מען אויך היינט טיילן בשליחותי בקבוקים של משקה צו די וואָס פאָרן אין שליחות, און צו די וואָס פאָרן אין מוסדות — בכדי זיי זאָלן מיטנעמען מיט זיך פון חודש תשרי אין וועלכן מען איז געווען צוזאַמען, עכ"פּ אַ מקצת פון דעם חודש, וואָרום כשאתה תופס במקצתו אתה תופס בכולו.

יז. אַזוי ווי מען דאַרף דאָך פאַרבינדן יעדער ענין מיט אַ פּעולה גשמיתעט — איז בקשר צום ענין הגאולה וואָס מען האָט גערעדט פריער, איז אַ דבר הכי נכון וטוב — ובפרט נאָך במוצאי שבת בראשית — צו פּראַווען אַ סעודת מלוה מלכא, וואָס ווערט אָנגערופן (און איז) „סעודתא דדוד מלכא משיחא"פ,

צו אַראָפּבריינגען אים בשמחה ובטוב לבב, אַז ער זאָל נתגלה ווערן למטה מעשרה טפחים, ויוליכנו קוממיות לארצנו, ובקרוב ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-jn2y1pp9

Copies

Recent activity

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · approved
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · closed

Sources