עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

377משיחת מוצאי ש"פ נח, אַ

א. בהמשך להמדובר לעילא אַז שלימות הענין פון „ויעקב הלך לדרכו" איז ווען מ'גייט אַריין אין ימי המעשה פון חודש חשון,

[וואָרום דער „ויעקב הלך לדרכו" וואָס הויבט זיך אָן במוצאי יוהכ"פ איז (בעיקר) בנוגע צו המשכת אלקות מלמעלה למטה, און דערנאָך זיינען „כל ישראל עסוקין במצוות", לאחרי שמח"ת קומט דער טאָג פון „אסרו חג", און אויך דערנאָך זאָגט מען ניט קיין תחנון ביז סיום חודש תשרי — און ערשט לאחרי ר"ח חשון הויבן זיך אָן די ימי המעשה אין פולן זין],

קומט צו נאָך אַ שלימות בזה — אין דער וואָך (ובסיומה — מוצאי שבת) פ' נח:

די וואָך פון פ' בראשית איז ניט קיין גאַנצע וואָך פון ימי המעשה, ווייל אַלעמאָלב איז זי כולל דעם טאָג פון שמח"ת עכ"פ (— ווי אין קביעות שנה זו — ביום הראשון),

דער אויפטו פון דער וואָך פון פ' נח איז — אַז אַלע טעג פון דער וואָך זיינען ימי המעשהג, אין וועלכע מ'פאַרנעמט זיך מיט „עובדין דחול"ד. אור לז' מרחשון ה'תש"מ

און וויבאַלד אַז „כל יומא ויומא עביד עבידתי'"ה, איז פאַרשטאַנדיק, אַז תכלית השלימות פון „ויעקב הלך לדרכו" איז — נאָך דערויף וואָס עס גייט דורך אַ גאַנצע וואָךו, וואָס אַלע טעג פון דער וואָך זיינען געווען ימי המעשה — וואָס דאָס איז במוצאי ש"פ נחז.

ב. און אין דער עבודה פון „ויעקב הלך לדרכו" האָט מען אויך (כההמשך בכתוב) דעם ענין פון „ויפגעו בו מלאכי אלקים"ח, וואָס דאָס איז דער כללות הענין אַז „הקב"ה עוזרו"ט,

און אין אַן אופן פון „מחניים"י, ווי רש"י טייטשט אָפּ „שתי מחנות, של חוצה לארץ . . ושל ארץ ישראל":

אין עבודת האדם זיינען דאָ צוויי אופנים: א) אַן עבודה פון תורה ומצוות — אין וועלכע עס איז קדושה (וואָס איר מקור איז — אלקות) בגלוי, בדוגמת ארץ ישראל, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"יא, ב) אַן עבודה פון כל מעשיך לשם שמים ובכל דרכיך דעהו — אין וועלכע די קדושה (אלקות) איז ניט בגלוי — בדוגמת חוץ לארץ (עס איז378חוץ פון דעם „אָרט" וואו מ'זעט בגלוי אַז „עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה").

און אַ איד האָט דעם „ויפגעו בו מלאכי אלקים", „מחניים", סיי די מלאכים „של חוצה לארץ" און סיי די מלאכים „של ארץ ישראל" — „הקב"ה עוזרו" אין ביידע אופני עבודה הנ"ל.

און דורך דעם פירט ער אויס שליחותו של הקב"ה — לעשות לו ית' דירה בתחתונים.

ג. האמור לעיל איז נרמז במוצאי ש"פ נח בכל שנה ושנה, עס קומט אָבער צו אַ הוראה נוספת וואָס מ'לערנט אָפּ פון דער קביעות פון מוצאי ש"פ נח אין ימי החודש בשנה זו:

די קביעות פון מוצאי ש"פ נח בשנה זו איז — אין שבעה בחשון.

דער ענין המיוחד פון שבעה בחשון איז — ווי די משנהיב זאָגט אַז „שואלין את הגשמים" פון שבעה בחשון אָן, „ט"ו יום אחר החג, כדי שיגיע אחרון שבישראל לנהר פרת".

דערפון איז פאַרשטאַנדיקיג, אַז ביז שבעה בחשון איז עס נאָך אַלץ דער המשך פון (דער עלי' ל)רגל דחגה"ס, וואָרום ערשט דעמולט איז דער „אחרון שבישראל" צוריקגעקומען פון ירושלים לביתו באַ „נהר פרת", קצה ארץ ישראל.

ועפ"ז קומט אויס אַז תכלית השלימות פון „ויעקב הלך לדרכו" איז בשבעה בחשון — דעמולט ענדיקט זיך דער ענין פון עלי' לרגליד, און עס הויבט זיך אָן די עבודה מסודרת פון „ויעקב הלך לדרכו", אין עובדין דחול.

ד. אין דעם וואָס מ'וואַרט מיט שאילת גשמים ביז שבעה בחשון, „כדי שיגיע אחרון שבישראל לנהר פרת" — איז מודגש דער גודל הענין פון אהבת ישראל:

אַלע אידן וואָס זיינען געווען אין גאַנץ א"י האָבן געדאַרפט האָבן גשמים, און אעפ"כ האָט מען אָפּגעהאַלטן די שאילת גשמים פון כל עם ישראל ביז דער „אחרון שבישראל" וועט אָנקומען צו „נהר פרת", כדי אַז אַן איין און איינציקער איד, „אחרון שבישראל", זאָל דערפון (פון ירידת גשמים) ניט האָבן קיין צער זייענדיק בדרך, אפי' מערניט ווי איין טאָג צער, דער לעצטער טאָג וואָס ער איז בדרך.

נאָכמער: אויך דער איד וואָס איז נאָך געווען בדרך האָט געדאַרפט האָבן גשמים (צוליב די שדות וכרמים וואָס ער האָט געהאַט במקומו), קען דאָך זיין אַז אים איז כדאי דער צער וואָס ער וועט האָבן פון די גשמים בשעת ער געפינט זיך בדרך, וויבאַלד אַז דורך דעם וועט ער באַקומען אין דער ברכה פון גשמיםטו כמ"פ ככה —

און אעפ"כ, וויבאַלד אַז באַ דעם „אחרון שבישראל" וועט די ברכה פון גשמים זיין ניט בשלימותה (דערפאַר וואָס ער געפינט זיך בדרך), האָבן אַלע אידן געוואַרט מיט שאילת גשמים ביז דער „אחרון שבישראל" וועט אָנקומען לביתו באַ „נהר פרת"טז.

379וואָס אין דערויף איז מודגש דער ענין פון אהבת ישראל — דער חיבור ואחדות פון איין אידן מיטן צווייטן, ביז אַז אַלע אידן שטייען „נצבים היום כולכם"יז, „לאחדים כאחד"יח.

דערפון קומט אַרויס די הוראה אין דעם ענין פון „ויעקב הלך לדרכו", אויף וויפל די עבודה פון אַ אידן במשך דער גאַנצער הליכה — כל השנה כולה, דאַרף זיין דורכגענומען מיט אהבת ישראל.

ה. די הדגשה בגודל הענין פון אהבת ישראל קומט אויך אַראָפּ אין עובדין דחול (ניט נאָר אין דעם ענין התפלה — שאילת גשמים):

דער ש"ך בריינגט אַראָפּ אין שו"ע חו"מיט אַז אויב מ'האָט געשריבן אין אַ שטר (שטר הלואה וכיו"ב — עובדין דחול) „אחר הרגל", איז די כוונה בזה — „ט"ו יום אחר הרגל".

און דער מקור לזה זאָגט ער איז דערפון וואָס די משנה זאָגט אַז שאילת גשמים הויבט זיך אָן „ט"ו יום אחר החג, כדי שיגיע אחרון שבישראל לנהר פרת", וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז „כל פעם שהיו ישראל עולים לרגל לא היו יכולין להגיע לבתיהם אחר הרגל אלא בט"ו יום, והי' דומה להם כאילו הם עדיין בא"י עסוקים בעניני הרגל, כל זמן שלא היו עוברים הנהר הגדול נהר פרת".

ו. די הוראה דערפון אין דער עבודה פון „ויעקב הלך לדרכו"*):

דער ענין פון אהבת ישראל, וואָס איז מודגש אין דעם וואָס שאילת גשמים הויבט זיך אָן פון שבעה בחשון, „כדי שיגיע אחרון שבישראל לנהר פרת", דאַרף אַראָפּקומען אויך אין עובדין דחול, אין שטרות וכיו"ב.

דער קירוב הלבבות און די אחדות צווישן אידן דאַרף זיין ניט נאָר ווען מ'געפינט זיך אין בית הכנסת און בית המדרש, אָדער ווען מ'איז בכלל פאַרנומען מיט ענינים פון תומ"צ (וואָס דעמולט איז — מאי קמ"ל),

נאָר אויך ווען מ'פאַרנעמט זיך בעובדין דחול, אין שטרות וכיו"ב, דאַרף עס זיין דורכגענומען מיט קירוב הלבבות און אחדות צווישן איין אידן מיטן צווייטן, ביז אַז אַלע אידן שטייען אין אַן אופן פון „לאחדים כאחד"כ.

ז. און בשעת אידן שטייען אין אַן אופן פון אחדות, „לא שניתי" צווישן איין אידן און אַ צווייטן, פאַרבינדט מען זיך מיט „אני ה' לא שניתי"כא, ביז אין אַן אופן פון „ישראל ומלכא בלחודוהי".

און דאָס קומט אַראָפּ אויך אין חיצוניות העולם, אַז „לכל בנ"י הי' אור במושבותם"כב, נאָר זייענדיק אין „מצרים", אין ענינים פון עוה"ז הגשמי והחומרי.

און שטייענדיק במוצאי ש"פ נח, וועט זיין דער ענין פון „נייחא לעליונים" און „נייחא לתחתונים"כג.

380און אַזוי ווי מוצאי שבת קודש איז דאָך פאַרבונדן מיט דוד מלכא משיחאכד, וואָס „דוד מלך ישראל חי וקיים"כה אויך אין זמן הגלות, ווי מ'זאָגט דאָס (אויך אין זמן הגלות) באַ קידוש לבנה בכל חודש,

און מוצאי שבת קודש איז אויך פאַרבונדן מיט אלי' הנביא אלי' התשבי אלי' הגלעדי —

וועט קומען אלי' הנביא און וועט מבשר זיין ביאת משיח צדקנו, צוזאַמען דערמיט וואָס „והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם"כו.

און אויך לפנ"ז, ווען מ'שטייט אין דעם מעמד ומצב פון „אכתי עבדי אחשורוש אנן"כז, וועט זיין „ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקרכח כן תהי' לנו", ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין הבדלה.

און עס וועט גלייך זיין דער „מסמך גאולה לגאולה"כט, אין אַן אופן פון „מיד הן נגאלין"ל — גאולה האמיתית והשלימה ע"י דוד מלכא משיחא, משיח צדקנו, למטה מעשרה טפחים, ובפועל ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-0p0sfyyj

Copies

Recent activity

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · approved
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · closed

Sources