Likkutei Sichos
Addenda - sichos 11
א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לא].
ב. יעדער ענין פון תורה, מלשון הוראהב, איז אַן אָנווייזונג פאַר אַ אידן ווי ער דאַרף זיך פירן אין אַלע זיינע ענינים.
ובפרט אַז תורה ווערט אָנגערופן „תורה אור"ג — זי מאַכט ליכטיק דעם גאַנצן אַרום, אַז מ'זאָל זעהן דעם אמת פון יעדער זאַך, ובמילא וועט מען וויסן ווי אַזוי דאַרף מען דאָס נוצן.
וואָרום אַזוי ווי דאָס איז דעם אויבערשטן'ס תורה, וואָס דער אויבערשטער איז דער וואָס האָט באַשאַפן די גאַנצע וועלט מיט אַלעם וואָס געפינט זיך אין אירד, איז פאַרשטאַנדיק, אַז ער איז דער איינציקער וואָס קען באַווייזן וואָס איז דער אמת פון יעדער ענין וואָס געפינט זיך אין וועלט —
און דאָס האָט דער אויבערשטער אָנגעוויזן בתורתו, וואָס זי איז אַ הוראה, און „תורה אור".
און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט אָפּגעגעבן די תורה יעדער אידן, ווי מ'זאָגט אין ברכת התורה „ונתן לנו את תורתו" — זיין תורה האָט ער אונז אָפּגעגעבן, דהישיבות ולתלמידי של"ה שיחיו לת מנחה והדלקת נ"ח —
[און ווי געזאָגט פריער (אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל), דער פסוקה, „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב" — יעדער איד, בתוככי כלל ישראל, באַקומטו די תורה בירושהז פון משה רבינו (דורך מעמד הר סיני),
וואָס דער פסוק איז געזאָגט געוואָרן סיי אויף די אידן וואָס זיינען געווען אין די פריערדיקע דורות, און סיי אויף די אידן וואָס וועלן זיין אין די קומענדיקע דורותח, וואָרום די תורה איז אַן אייביקעט],
איז פאַרשטאַנדיק, אַז יעדער איד דאַרף זיך פירן לויט די אָנווייזונגען פון תורה, וואָס זי באַלייכט אַלע זיינע
מ'רעדט וועגן דעם ענין פון חנוכה:
חנוכה איז אַ יום־טוב וואָס נעמט
אַרום גאַנצע אַכט טעגי, און אַ יו"ט
וואָס ווערט געפייערט מיט הדלקת נרות473(און אין אַן אופן אַז יעדן טאָג צינדט מען אָן נאָך אַ ליכטליא), און מיט אמירת הלל והודאהיב — אַ ספּעציעלער לויב און דאַנק צום אויבערשטן אויף די נסים וואָס ער האָט געמאַכט פאַר און אין די טעג פון חנוכה.
און וויבאַלד אַז בחנוכה זיינען דאָ אַזוי פיל ענינים נעלים, איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין דעם זיינען דאָ פילע אָנווייזונגען און אַ ספּעציעלע ליכטיקייטיג בנוגע צו אַלע ענינים פון אַ אידן.
און אע"פ אַז די טעג פון חנוכה זיינען מער ניט ווי אַכט טעג אין יאָר — „נעמט מען" אָבער די אָנווייזונגען פון די אַכט טעג און מ'באַלייכט דערמיט יעדן טאָג און אַלע טעג פון דעם גאַנצן יאָריד.
און די באַלייכטונג איז אין אַן אופן אַז עס ווערט ליכטיק ניט נאָר באַ זיך, נאָר אויך אַרום זיך, ביז עס ווערט ליכטיק אויך אין גאַס —
ווי מ'לערנט אָפּ פון ימי חנוכה, אַז מ'דאַרף אָנצינדן די ליכט „על פתח ביתו מבחוץ"טו, אַזוי אַז אויך אין גאַס זאָל מען זעהן אַז דאָס איז אַ אידישע הויז, וואָס ווערט באַלויכטן מיט דער מצוה פון נר חנוכה.
ד. אין יעדער מצוה זיינען דאָ צוויי זאַכן: כללות המצוה, און די פרטים (איינצלהייטן) פון דער מצוה.
און וויבאַלד אַז ביידע זאַכן זיינען אַ טייל פון תורה ומצוותי', איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין ביידע זאַכן זיינען דאָ אָנווייזונגען וואָס באַלייכטן דעם לעבן פון אַ אידן: די הויפּט אָנווייזונג איז פון כללות המצוה, און דערנאָך קומען אויך צו פרטיות'דיקע אָנווייזונגען פון פרטי המצוה.
און ס'איז פאַרשטאַנדיק אַז די אָנווייזונגען וואָס מ'קען אַרויסנעמען פון יעדער מצוה זיינען גאָר אַ סאַך, ביז אין אַן אופן פון אין סוף, וואָרום וויבאַלד אַז תורה ומצוותי' זיינען געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן, איז פאַרשטאַנדיק אַז אַזוי ווי דער אויבערשטער איז א"ס, זיינען אויך די ענינים פון תורה ומצוותי' אין אַן אופן פון א"ס.
אָבער אַזוי ווי מ'איז באַגרעניצט אין צייט און אין שכל — וועט מען זיך אָפּשטעלן אויף צו: איין אָנווייזונג פון מצות חנוכה פון כללות המצוה, און איין אָנווייזונג פון איינעם פון פרטי המצוה.
ה. דער כללות הענין פון חנוכה איז:
„כשנכנסו יוונים להיכל טמאו כל השמנים שבהיכל, וכשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום, בדקו ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהי' מונח בחותמו של כהן גדול, ולא הי' בו אלא להדליק יום אחד נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה"טז.
474אידן האָבן געהאַט אַ ביהמ"ק, און דאָרטן פלעגט מען אַנצינדן די מנורה. דערנאָך איז געווען אַ צייט וואָס מ'האָט ניט געקענט אָנצינדן די מנורה, און עס איז ניט געווען קיין ריינער בוימל, ביז אַז מ'האָט געפונען אַ קליינע פלעשעלע פון ריינע בוימל וואָס איז געווען גענוג אויף אָנצינדן מערניט ווי איין טאָג, און דער אויבערשטער האָט באַוויזן אַ נס אַז מיט די בוימל האָט מען געצונדן די מנורה במשך פון אַכט טעג, ביז אַז מ'האָט צוגעגרייט נייע ריינע בוימליז.
און אויף דעם האָט מען קובע געווען די מצוה פון הדלקת נר חנוכה, אַז יעדער יאָר אין יעדער נאַכט פון שמונת ימי חנוכה זאָל יעדער איד אַנצינדן ליכט אין זיין הויז,
און מאַכן אויף דערויף אַ ברכה „להדליק נר חנוכה", און „שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה", און דעם ערשטן מאָל — אויך ברכת „שהחיינו".
ו. אין דעם זעט מען אַ דבר פלא — ובהקדים:
דער נס פון חנוכה האָט געטראָפן אין דעם הייליקסטן אָרט פון דער גאַנצער וועלט: אין אה"ק, און דאָרט גופא — אין ירושלים עיה"ק, און אין ירושלים גופא — אין ביהמ"ק, און בביהמ"ק — אין „היכל"יח,
און — באַ בהעלותך (אהרן הכהן אָדער בניו הכהנים) את הנרות (המנורה) פון כלל ישראל.
און דערפון קומט אַרויס די מצוה פון הדלקת נר חנוכה בכל זמן ובכל מקום, און בנוגע צו יעדער אידן!
די מצוה פון הדלקת נר חנוכה איז — ניט נאָר בזמן שביהמ"ק הי' קיים, נאָר אויך לאחרי חורבן ביהמ"ק, זייענדיק אין גלות.
און די נרות חנוכה דאַרף'ן אַנצינדן (ניט אין ביהמ"ק, נאָר) אין זיין פּריוואַטער הויז, און אין דעם טייל פון הויז וואָס וועט ליכטיק מאַכן אויך די גאָס („על פתח ביתו מבחוץ") — ניט ווי די נרות פון ביהמ"ק וועלכע מ'האָט אָנגעצונדן אין ביהמ"ק, אין „היכל".
און די מצוה פון הדלקת נרות חנוכה דאַרף מקיים זיין יעדער איד — ניט נאָר אַ כהן אַ לוי, נאָר יעדער איד, ביז אַז אפילו אַ קינד איז מען אויך מחנך ער זאָל צינדן נרות חנוכה (אָדער ער זאָל זיין דערביי און זעהן ווי זיין טאַטע צינדט אָן נרות חנוכה).
איז לכאורה ניט פאַרשטאַנדיק:
ווי קומט דאָס אַז פון דעם נס וואָס האָט געטראָפן איין מאָל, אין ביהמ"ק, פאַר כלל ישראל, זאָל אַרויסקומען מצות נר חנוכה פאַר יעדער איינצעלנעם אידן און בכל מקום ובכל זמן — ניט אין ביהמ"ק, אפילו בזמן הגלות, און ניט קוקנדיק אויף זיין צושטאַנד, און ניט קוקנדיק אויפן צושטאַנד פון דער וועלט?
איז דער ביאור בזה:
דער אויבערשטער גיט כח יעדן אידן, און אויך זייענדיק אין זמן הגלות, אַז ער זאָל קענען אַראָפּברענגען יעדער יאָר אַלעמאָל באַ זיך אין הויזיט דעם (אינ־475האַלט און ליכט פון דעם) נס וואָס האָט געטראָפן איין מאָל אין ביהמ"ק בזכות פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק —
וואָס דערפאַר איז אויך זייענדיק אין גלות, און וואַרטנדיק אויף ביאת משיח, צינדט ער אָן באַ זיך אין הויז די נרות חנוכה, און מאַכט אויף דערויף די ברכה „שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה", אַ דאַנק וואָס ער קען מקיים זיין דעם אויבערשטן'ס אַ מצוה, און אַ מצוה וואָס איז פאַרבונדן מיט „שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה" — די נסים וואָס זיינען געווען אין ביהמ"ק.
ביז אַז אפילו אַ קליין קינד (קען און) צינדט אָן די נרות חנוכה, און זאָגט די ברכות און „הנרות הללו" [און בפרט ווי מ'האָט דאָס דאָ אויך פאַרבונדן מיט זינגען אַ פריילעכן ניגון און זאָגן פסוקים פון תושב"כ און מאמרי חז"ל פון תושבע"פ], און ער ווייס וואָס די ליכטעלעך דערציילןכ — אַז די נסים וואָס זיינען געווען „בימים ההם" אין ביהמ"ק, חזר'ן זיך איבער „בזמן הזה", אויך אין ימי החנוכה פון שנת ה'תש"מ.
ז. דאָס איז די הוראה נפלאה פון כללות מצות נר חנוכה:
אויך זייענדיק אין גלות, האָט אַ איד דעם כח צו מאַכן אַז זיין הויז זאָל זיין בדוגמת ביהמ"ק — דורך דערויף וואָס ער צינדט אָן בביתו די נרות חנוכה וועלכע דערמאָנען אויף די נרות וואָס זיינען געווען אין דער מנורה שבביהמ"ק, און ער צינדט דאָס אַן „על פתח ביתו מבחוץ", דורך דערויף מאַכט ער ליכטיק דעם גאַנצן אַרום:
אַזוי ווי אין ביהמ"ק איז געווען די מצוה פון „בהעלותך את הנרות"כא (וואָס די מצוה איז געגעבן געוואָרן צו אהרן כה"ג און זיינע קינדער), וואָס דורך דעם האָט מען באַלויכטן די גאַנצע וועלטכב — אַזוי דאַרף אַ איד באַלייכטן זיין הויז מיט דער מצוה פון הדלקת נר חנוכה, צוזאַמען מיט כללות הענין פון „נר מצוה ותורה אור"כג, וואָס דורך דעם מאַכט ער פון זיין הויז אַ ביהמ"ק וואָס באַלייכט דעם גאַנצן אַרום.
און ער מאַכט אויף דעם ברכת „שהחיינו" — ער דאַנקט דעם אויבערשטן פאַר דעם וואָס ער האָט אים געגעבן דעם כח צו מאַכן פון זיין הויז אַ ביהמ"ק, און באַלייכטן דעם גאַנצן אַרום.
און בשעת אַ איד מאַכט אַז זיין הויז זאָל זיין בדוגמת ביהמ"ק — גיט אים דער אויבערשטער אַלעס וואָס ער דאַרף האָבן, ביז — אויב נויטיג — אפילו נסים, כדי ער זאָל אַלעמאָל קענען באַלייכטן זיין הויז מיטן גאַנצן אַרום מיט שמן טהורכד.
און די ליכטיקייט פון ימי חנוכה נעמט מען מיט אויף אַלע טעג פון דעם גאַנצן יאָר, ביז צו ימי חנוכה פון דעם קומענדיקן יאָר, וואָס דעמולט וועט מען נאַכ־476אַמאָל מקיים זיין די מצוה פון הדלקת נר חנוכה, זאָגנדיק פון־דאָס־ניי ברכת „שהחיינו", און „שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה", און פאַר דעם — „להדליק נר חנוכה".
ח. עס איז אויך דאָ אַן אָפּלערנונג פון פרטי המצוה פון הדלקת נר חנוכה — און מ'וועט זיך יעצט אָפּשטעלן אויף דעם פרט וואָס נרות חנוכה זיינען שמונה נרות:
מצות נר חנוכה איז פאַרבונדן, כנ"ל, מיטן נס וואָס איז געווען מיט דער מנורה שבביהמ"ק.
ווערט גלייך די שאלה:
די מנורה שבביהמ"ק איז געווען אַ מנורה פון בדוקא שבעה נרות — איז ווי קומט דאָס אַז מצות נר חנוכה (וואָס קומט אַרויס פון דער מנורה שבביהמ"ק) איז פאַרבונדן מיט שמונה נרות ?!
איז דער ביאור אין דעםכה:
דער נס פון חנוכה איז געקומען נאָך דערויף וואָס ס'איז געווען אַ משך זמן וואָס מ'האָט ניט געצונדן די מנורה שבביהמ"ק, וואָס „טמאו כל השמנים שבהיכל", וואָס דאָס איז געקומען בהמשך צו דעם וואָס „גזרו גזירות על ישראל ובטלו דתם ולא הניחו אותם לעסוק בתורה ובמצוות . . ולחצום לחץ גדול"כו.
און דאַן זעט מען אַז בשעת עס קומט צו אין חושך, עס זיינען דאָ שטערונגען אויף לימוד התורה און קיום המצוות — גיט דער אויבערשטער דעם כח אַז מ'זאָל קענען איבערקומען דעם חושך וואָס איז צוגעקומען, דורך דערויף וואָס מ'איז מוסיף אין דער ליכטיקייט פון „נר מצוה ותורה אור".
בחנוכה דאַרף מען אָנצינדן שמונה נרות, אע"פ אַז אין ביהמ"ק האָט מען אָנגעצונדן שבעה נרות — כדי מ'זאָל קענען איבערקומען די הוספה וואָס איז צוגעקומען אין דעם חושך, דאַרף מען האָבן אַ הוספה אין אור און קדושה, וואָס די הוספה אין דער ליכטיקייט (דורך דעם אָנזאָג פון דעם אויבערשטן — מצות נ"ח) איבערוועלטיגט און איז מבטל דעם גודל החושךכז.
ט. דערפון זעט מען די גרויסקייט פון נר חנוכה — דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַז אין צוגאָב דערצו וואָס יעדער איד קען און מאַכט פון זיין הויז אַ דוגמת ביהמ"ק, און דערמאָנט דאָרטן דעם נס וואָס האָט געטראָפן מיט דער מנורה שבביהמ"ק — זאָל ער צוגעבן נאָכמער ליכטיקייט ווי עס איז געווען אין דער מנורה שבביהמ"ק — אָנצינדן שמונה נרות.
און דאָס ווערט געטאָן אין אַן אופן אַז יעדן טאָג פון ימי החנוכה איז אַ איד מוסיף אין דער ליכטיקייט פון נרות חנוכה (אין דער צווייטער נאַכט — צוויי ליכטעלעך, אין דער דריטער נאַכט — דריי ליכטעלעך, א. ז. וו.), ביז אַז מ'קומט צו דער זיבעטער נאַכט וואָס דעמולט צינדט מען אָן זיבן ליכטעלעך, בדוגמת שבעת הנרות אין דער מנורה שבביהמ"ק,
אָבער מען שטעלט זיך ניט אָפּ דערביי — און גלייך אויף מאָרגן צינדט מען477אַן אַכט ליכטעלעך, און מ'מאַכט נאָכאַמאָל די ברכות פון „להדליק נר חנוכה" און „שעשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה", און דעמולט האָט מען די מצוה פון נר חנוכה בשלימותה — דורך דערויף וואָס מ'צינדט אָן אַלע שמונה נרות, מ'איז מוסיף נאָכמער ליכטיקייט ווי עס איז געווען אין דער מנורה (של שבעה נרות) שבביהמ"ק.
און דערמיט שליסט מען אָפּ דעם יו"ט פון חנוכה, און מ'נעמט מיט די אָפּלערנונגען און אָנווייזונגען און די באַלייכטונג פון חנוכה, אויף אַלע טעג פון דעם גאַנצן יאָר — אין דעם אופן ווי ס'איז געווען אין דעם אַכטן טאָג פון חנוכה, אַז די ליכטיקייט איז נאָכמער פון דעם ווי ס'איז געווען אין דער מנורה שבביהמ"ק.
יו"ד. לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק נאָך אַ חילוק וואָס מ'געפינט צווישן נרות המנורה שבביהמ"ק מיט נרות חנוכהכח:
מ'האָט דערמאָנט פריער (ס"ו) אַז די מנורה שבביהמ"ק האָט מען אָנגעצונדן אין ביהמ"ק, אין „היכל", און נרות חנוכה צינדט מען אַן „על פתח ביתו מבחוץ" דוקא.
וואָס דער ביאור בזה איז פאַרשטאַנדיק ע"פ האמור לעיל:
וויבאַלד אַז ס'איז צוגעקומען אין חושך העולם, ס'איז אַ צייט פון „משתשקע החמה"כט, קען מען זיך ניט באַנוגענען מיט אָנצינדן די נרות בפנים (בדוגמת נרות המנורה שבביהמ"ק), נאָר מ'מוז אָנצינדן די נרות „על פתח ביתו מבחוץ".
נוסף אויף דעם וואָס מ'מאַכט ליכטיק באַ זיך אין הויז, מוז מען אויך ליכטיק מאַכן דעם טייל פון גאַס וואָס איז נאָענט און פאַרבונדן מיט דער הויז (ובמילא — קען עס האָבן אַ ווירקונג ח"ו אויף דער הויז), מען דאַרף אָנצינדן די נרות „על פתח ביתו מבחוץ", כדי צו באַלייכטן אויך דעם „חוץ" וואָס איז נאָענט צו זיין הויז, און דורך דערויף באַלייכט מען אויך דעם ווייטערן „חוץ".
יא. די אָפּלערנונג וואָס מ'נעמט מיט פון ימי חנוכה על כל השנה כולה:
ווען מ'גיט אַ טראַכט אַז דער נס פון חנוכה האָט געטראָפן אין ביהמ"ק, און אין אַ זמן וואָס אידן האָבן געהאַט די מלוכה פון די חשמונאים, וואָס אין זייער שפּיץ איז געשטאַנען מתתיהו בן יוחנן כה"ג — און איצטער געפינט מען זיך אין זמן הגלות, ווען ס'איז ניטאָ קיין ביהמ"ק, און עס זיינען ניטאָ קיין כהנים גדולים וואָס פירן אָן מיט דער מלוכה, און נאָכמער: מ'געפינט זיך אין אַ שווערן גלות (זייענדיק „המעט מכל העמים"ל), און מ'האָט פאַרשידענע שוועריקייטן אין קיום התורה ומצוותי' — קען מען זיך דאָך דערשרעקן ח"ו!
עס קומט דער יצה"ר און טענה'ט: ווי אַזוי וועסטו קענען לעבן אַ אידישן לעבן, און פירן זיך ווי אַ איד דאַרף זיך פירן, בשעת דו געפינסט זיך אין גלות, און אין אַן אופן אַז אידן זיינען „חלשים" און „מעטים"לא, און אַנטקעגן זיי זיינען דאָ „גבורים" און „רבים"?!
478זאָגט מען אַ אידן אַז דער נס פון חנוכה האָט געטראָפן ווען עס איז געווען אַ חושך בעולם, עס זיינען געווען גזירות אויף אידן, און מ'האָט ניט געקענט אַָנצינדן די מנורה, און „טמאו כל השמנים" —
און זייענדיק אין דעם מעמד ומצב האָט דער אויבערשטער געגעבן דעם כח אַז מ'זאָל קענען איבערקומען די אַלע שוועריקייטן, ביז אַז ניט נאָר אַז מ'זאָל אָנצינדן זיבן ליכט, אַזוי ווי מ'האָט אָנגעצונדן אין ביהמ"ק, נאָר מ'זאָל אָנצינדן אַכט ליכט, נאָך מער ווי מ'האָט אָנגעצונדן אין ביהמ"ק, און יעדער איד אין זיין הויז.
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך לאחרי חורבן בית שני (וואָס בזמן הבית האָט געטראָפן דער נס חנוכה), ווען „גלינו מארצנו", און אפילו אַז מ'געפינט זיך אין אַ שכונה („נעיבערהוד") אין וועלכע עס לייכט ניט די ליכטיקייט פון „תורה אור" —
*) האָט אַ איד, יעדער איד וואו נאָר ער געפינט זיך, דעם כח ליכטיק מאַכן און „(על פתח ביתו) מבחוץ", און מיט אַ ליכטיקייט פון שמונה נרות — ניט נאָר פון שבעה נרות.
יב. אין דערויף קומט צו אויך וואָס אויף נרות חנוכה זאָגט מען „הנרות הללו אינן בטלין לעולם"לב:
די נרות המנורה שבביהמ"ק (סיי אין בית ראשון אין סיי אין בית שני) זיינען בטל געוואָרן ווען ס'איז געווען דער חורבן ביהמ"ק, אָבער נרות חנוכה זיינען אין אַן אופן אַז „אינן בטלין לעולם".
דאָס גיט יעדער אידן דעם כח, מוט, פריילעכקייט און זיכערקייט, אַז אויך זייענדיק אין חושך הגלות וועט ער קענען אויספירן דעם אויבערשטן'ס שליחות —
וואָרום ער האָט די הוראה פון ימי חנוכה, אַז דוקא ווען ס'איז צוגעקומען אין דעם חושך, איז צוגעקומען די נתינת כח פון ימי חנוכה, אַז אַ איד זאָל קענען ליכטיק מאַכן נאָכמער פון דער ליכטיקייט וואָס איז געווען אין נרות המנורה שבביהמ"ק, און אין אַן אופן אַז „הנרות הללו אינן בטלין לעולם".
און עס איז זיכער אַז ער וועט קענען מאַכן פון זיין הויז אַ ביהמ"ק וואָס וועט באַלייכטן דעם גאַנצן אַרום.
יג. און דער קיום פון דער מצוה וועט זיין די הכנה קרובה אַז בקרוב ממש וועט מען זוכה זיין צו זעהן מיט די אייגענע אויגן ווי אַזוי דער ביהמ"ק השלישי ווערט געבויט דורך משיח צדקנו, און זעהן ווי דער כהן צינדט דאָרטן אָן די מנורה פון שבעה נרות.
און דערביי וועט מען האָבן דעם שכר ותענוג אַז מ'וועט וויסן אַז דאָס וואָס דער כהן צינדט אָן די נרות המנורה אין ביהמ"ק השלישי, איז עס געוואָרן דורך דעם וואָס יעדער איד, מקטן ועד גדול, איז מקיים די מצוה פון הדלקת נר חנוכה, צוזאַמען מיט קיום כל המצוות,
כולל אויך קינדער — ווי געזאָגט פריער (ס"ו) אַז אויך קינדער צינדן אָן נרות חנוכה, אָדער זיי זיינען דערביי און זעהן ווי אַ צווייטער צינדט אָן די ליכט און זיי ענטפערן אמן אויף די ברכות, און מ'דערציילט זיי — פרסומי ניסא — פרטים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט חנוכה,
479— דאָס אַלעס וועט ברענגען בקרוב
ממש די „נרות של ציון"33) אין ביהמ"ק גו'".
השלישי, בביאת משיח צדקנו, בקרוב
33) ראה יל"ש ר"פ בהעלותך.
** ( עוה"פ את הפסוק „תורה צוה מו"ר שליט"א נתן להמדריכים שיחיו מטבעות, שיתנו לכל ת מהילדים והילדות שיחיו וכה" — שתי מטבעות, כל עשר סענט].
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-34x452gv