לקוטי שיחות
תרומה ב
162תרומה2
א. ביים סיום פון דער סדרה, איז רש"י מבאר וועגן יתדותא (א) ווי אַזוי די יתדות זעען אויס — „כמין נגרי נחושת", (ב) צו וואָס זיי האָבן גענוצט — „עשויין ליריעות האהל ולקלעי החצר קשורים במיתרים סביב סביב בשיפוליהן כדי שלא תהא ההוח מגביהתן".
דערנאָך איז רש"י ממשיך; „ואיני יודע *ג אם תחובין בארץ או קשורין ותלויין וכובדן מכביד שפולי היריעות שלא ינועו ברוח. ואומר אני ששמן מוכיח עליהם שהם תקועין בארץ לכך נקראו יתדות. ומקרא זהב מסייעני אהל בל יצען בל יסע יתהותיו לנצח".
איז אין דעם ניט מובן;
א) וואָס רש"י זאָגט „ששמן מוכיח עליהם שהם תקועין בארץ"; וואָס איז די הוכחה פון דעם נאָמען „יתדות" אַז זיי זיינען „תקועין בארץ"ג ? און אויב רש"י נעמט אָן, אַז פונעם נאָמען „יתדות" האָט מען יאָ אַ קלאָרן באַווייז אַז זיי זיינען „תקועין בארץ", ווי אַזוי זאָגט ער אַליין פריער „ואיני יודע אם תחובין בארץ", זאָגענדיק בפירוש אַז דאָס איז ניט באַוואוסט ?
לויט אייניקע נוסחאות איז אָט דער גאַנצער המשך — אָנהויבענדיק פון „ואומר אני" ביז צום סיום — ניט דער לשון פון רש"י אַליין, נאָר אַ הוספה וואָס איז צוגעגעבן געוואָרן דורך זיינעם אַ תלמידד. אָבער אויך לויט די נוסחאות קען מען ניט פאַרענטפערן, אַז ביי רש"י איז טאַקע ניט באַוואוסט *ו צי די יתדות זיינען געווען תחוב בארץ, און ביי זיין תלמיד איז געווען ברור מיט אַ פּשיטות אַז דער יתד איז תקוע בארץ — וואָרום וויבאַלד אַז מיט די צוגעגעבענע ווערטער „ואומר אני ששמן מוכיח עליהם כו'" האָט דער תלמיד געמיינט אַרויסצוברענגען אַ בירור אין דעם וואָס רש"י זאָגט „ואיני יודע כו'", פאָדערט זיך דאָך ער זאָל מבאר זיין ווי אַזוי דאָס איז מוכח פון „שמן", און ניט בלויז זאָגן סתם בפּשיטות אַז ס'איז דאָ אַזאַ הוכחה.
ב) נאָך דעם ווי רש"י (אָדער זיין163תלמיד) זאָגט „ששמן מוכיח עליהם שהם תקועין בארץ", איז ער נאָך מוסיף; „ומקרא זה מסייעני כו' ". ולכאורה, אויב ער האָט שוין יע דעם באַווייז (פון „שמן") אַז יתד איז אַ זאַך וואָס ווערט אַריינגעזעצט אין דער ערד, איז דאָך ניטאָ קיין הכרח עס זאָל זיין אַ סיועח פון פסוקח?
ג) פאַרוואָס טאַקע זאָל מלכתחילה זיין אַ ספק ביי רש"י צי די יתדות זיינען געווען „תחובין בארץ" (ובפרט לויטן נוסח אַז אָט־די ווערטער „ואומר אני כו'" שטאַמען ניט פון רש"י אַליין — ביי אים איז דאָס געבליבן בגדר ספק) — בשעת ס'איז פאַראַן אויף דעם אַ בפירוש'ע ראי' פון דעם געבראַכטן פּסוק „אהל בל יצען גו' "?
ד) אַז יתדות שטעלן מיט זיך פאַר די זאַך פון „תקועין" (אַריינגעזעצט, אַריינגעפעסטיקט), זעט מען בפירוש אין סמה וכמה פּסוקים „ותתקע את היתד"ה; „ותקעתיו יתד במקום נאמן"ח — האָט דאָך לכאורה רש"י (אָדער תלמידו) געדאַרפט ברענגען די ראי' פון אָט־די פסוקים, ערשטנס, ווייל זיי שטייען (אין תנ"ך) פריער פון דעם געבראַכטן פּסוק „אהל בל יצען גו'" ; און, והשנית, ווייל אין זיי שטייט בפירוש „ותתקע"; „ותקעתיו" אין צוזאַמענהאַנג מיט „יתד" — בעת פון דעם פּסוק „אהל גו' בל יסע יתדותיו לנצח" ווערט געבראַכט די ראי' (אַז די יתחות זיינען „תקועין") ניט מצד אַ בפיחוש'ן לשון, נאָר מצד דער משמעות התוכן פון פּסוק (וויבאַלד עס ווערט געזאָגט „בל יסע יתדותיו", אַז די יתדות ווערן ניט אָפּגערוקט פון אָרט, איז מוכח אַז זיי זיינען „תקועין") ?
ב. פון דעם וואָס רש"י (א) זאָגט בפּשיטות „ששמן מוכיח עליהם" און (ב) ער ברענגט ניט קיין ראי' פון „ותתקע את היתד" אָדער „ותקעתיו יתד", איז אַ הוכחה, אַז בנוגע די אייגנשאַפט פון יתדות אין אַלגעמיין — איז ביי רש"י'ן קיין ספק ניט. ד. ה. מען ווייס אַז יתד בכלל איז אַ זאַך וואָס ווערט ערגעץ אַריינגעשטעקט (אַף צו גראָבן), אָדער אַריינגעהאַקט און אַריינגעפעסטיקטט
און דערפאַר, איז אויך בנוגע צו די יתדות המשכן, זאָגט ער בפשיטות (אויך לויטן פּירוש אַז די יתדות זיינען ניט געווען תחובין בארץ), אַז זיי זיינען געווען „כמין נגרי נחושת" וואָס נגרים — אין לשון הקודש — זיינען אַזוינע זאַכן וועלכע מען איז ערגע־וואו תוקעי — ווייל דאָס איז דער פּירוש פון יתדות,
164דער ספק איז נאָר, צי זיינען זיי — ביים משכן — אויך בפּועל געווען תחובין בארץ אָדער ניט. און זיין סברא צו זאָגן אַז זיי זיינען ניט געווען תחובין — כאָטש אַז ביי אים איז פּשוט אַז אויך די יתדות המשכן זיינען געווען כמין „נגרי", ד. ה. זיי האָבן אַזאַ צורה (פאָרם) אַז מען קען זיי תוקע זיין:
היות דער משכן איז (אין מדבר) ניט געשטאַנען בקביעות אויף איין אָרטיא און מ'האָט אים געדאַרפט פאַנאַנדערנעמעןיב, איז מער מסתבר אַז בכדי אויסצומיידן טרחא יתירה, זאָל מען די יריעות און קלעים איינהאַלטן דורך דער שווערקייט פון הענגענדיקע יתדות — איידער דורך אַן אופן וואָס די יתדות זיינען „תחובין בארץ", און מ'זאָל דאַרפן, ביי יעדער פאַנאַנדערנעמען, אַרויסרייסן די יתדות פון דער ערד און זיי ווידער אַמאָל אַריינזעצן ביים צווייטן מאָל צונויפשטעלן.
ס'איז אָבער לויט דעם ניט פאַרשטאַנדיק:
א) אויב מ'נעמט אָן, אַז איינהאַלטן די יריעות המשכן, האָט דער כובד פון די יתדות, האָט מען דאָך צוליב דעם צוועק איבערהויפּט ניט געדאַרפט נוצן קיין „יתדות" וואָס זייער זאַך איז צו טאָן אָט־די פעולה דורך זיין תקוע בארץ — נאָר דורך שווערע זאַכן — וואָס פאַר אַ צורה זיי זאָלן ניט האָבן ?
ב) וויבאַלד אַז דער ספק איז (ניט בנוגע די צורת היתדות, נאָר) צי בפועל זיינען זיי געווען תחובין, היינט וואָס העלפט דאָ די ראי' פון („שמן", און עאכו"כ פון) דעם פסוק „אהל בל יצען בל יסע יתדותיו לנצח" וואו עס רעדט זיך כלל ניט וועגן משכן?
ג. וועט עס ווערן פאַרשטאַנדיק בהקדים וואָס רש"י זאָגט פאַר דעם (אין פריערדיקן דיבור המתחיל אין אונזער פּסוק) *טז: „מקבות לתקוע יתדות ועמודים". ולכאורה, ביי רש"י איז עס דאָך (נאָך) ניט מוחלט צי די יתדות זיינען געווען תחובין אָדער תלויין — ווי אַזוי זאָגט ער פריער מיט אַ פּשיטות „לתקוע יתדות"?
מוז מען דאָך זאָגן, אַז עס זיינען געווען במשכןיח צוויי מיני „יתדות" — און ווי רש"י אַליין זאָגט עס בפירוש אין פּרשת נשא *יג: „ויתדות ומיתרים היו ליריעות ולקלעים מלמטה כו' (וואָס באַ זיי איז דער ספק בפּירש"י דאָ) ויתדית ומיתרים היו לעמודים סביב לתלות בהם הקלעים בשפתם העליונה" — און בנוגע אָט־די לעצטע יתדות, איז ביי רש"י קיין ספק ניט אַז זיי זיינען געווען „תקועין" — און צו אָט־די יתדות איז עס רש"י מכוון אין פריערדיקן דיבור. וואָרום ס'איז פּשוט אַז די יתדות העמודים — וואָס אויף זיי האָט מען (באמצעות „הכלונסות וקונדסין"יד) אויפגעהאַנגען דעם אויבערשטן165ברעג פון די קלעים — זיינען זיי געווען „תקועין" אין די עמודים און באופן כזה אויפגעהאַלטן די הענגענדיקע קלעים. ופּשוט אַז דאָס האָט לחלוטין ניט צו טאָן מיט כובד היתדות. און ווי רש"י אַליין איז עס מצייר אין אונזער סדרהטו און פירט אויס אַז די „אונקליות" (וואָס לפי משמעות הענין מוז מען זאָגן אַז דערמיט מיינט מען די יתדותי) וואָס אויף זיי איז געווען תלוי דער „קונדס דרך טבעתו", זיינען געווען תקוע אין דעם עמוד.
ועפי"ז קען מען זאָגן, אַז די (אונטערשטע) יתדות פון די יריעות און קלעים (שבפרשתנו) זיינען טאַקע ניט געווען תחוב בארץ, נאָר זיי האָבן איינגעהאַלטן די יריעות וקלעים מיט זייער כובד (לויט ווי ס'איז מער מסתבר צו זאָגן, כנ"ל סעיף ב') ; אַי, פאַרוואָס עפּעס האָט מען אויף דעם גענוצט יתדות און ניט אַנדערע שווערע זאַכן — איז עס מצד דעם ווייל היות אַז צו די זעלבע קלעים בשפתם העליונה האָט מען גענוצט יתדות (און דאָרט האָט מען דאָך געמוזט האָבן יתדות, כנ"ל), האָט מען דעריבער אויך גענוצט יתדות צו די קלעים בשיפוליהן ובמילא אויך צו די יריעות בשיפוליהןיז כאָטש אַז מען האָט געקענט נוצן אויך אַנדערע זאַכן.
ד. און נאָך דעם ווי רש"י טייטשט אויס, אַז מצד הענין איז דאָ ניט ברור, פירט רש"י אַליין אויס: „ואומר אני", אַז זיי זיינען געווען תחובין בארץ, און ברענגט אויף דעם צוויי ראיות ;
א) „ששמן מוכיח עליהם שהם תקועין בארץ לכך נקראו יתדות": וויבאַלד דער פּסוק רופט זיי דאָ פאָרט אָן מיטן נאָמען יתדות, איז דערפון גופא משמע, אַז דאָס איז ניט בלויז צוליב זייער ציור פון יתדות און דערביי האָט זייער ציור קיין ראָלע ניט געהאַט — נאָר דער כובד אַליין, נאָר אַז זיי זיינען טאַקע גענוצט געוואָרן בהתאם מיט זייער נאָמעןיח.
היות אָבער אַז דאָס איז דאָך ניט קיין שטאַרקע ראי' (וואָרום סףל־סוף איז ניטאָ קיין קלאָרער באַווייז אַז דער פּסוק רופט זיי אָן יתדות מחמת זייער פּועל'דיקן באַנוץ אַלס יתדות) — ובפרט נאָך אַז לויט ענין המשכן, איז פאַראַן קעגן דעם אַ סברא להיפּך, כנ"ל, אַז זיי זיינען ניט געווען תקועין, וויבאַלד מ'האָט געקענט אויסקומען אָן דעם — ברענגט דעריבער רש"י נאָך אַ ראי';
ב) „ומקרא זה מסייעני אהל בל יצען בל יסע יתדותיו לנצח" — וואָס פון דעם פּסוק זעט מען אַז דער שטייגער צו אויפהאַלטן אַן אהל (וואָס ענינו איז דאָך העתקה פון אָרט צו אָרטיט) איז דורך יתדות וואָס מ'קען ניט אַוועקרוקן פון166אָרט, דאָס מיינט אַז זיי זיינען תחוב בארץ. ובמילא (ניט נאָר פאַלט אָפּ די סברא הנ"ל אַז מ'האָט זיך באַנוגנט מיט יתדות תלויים, נאָר אדרבה) — „ומקרא זה מסייעני": דערפון וואָס דער פּסוק לערנט אונז, אַז אַן אוהל חשוב (אוהל בל יצען) איז דער סדר צו באַפעסטיקן אים דורך יתדות התחובין בארץ0), איז פאַראַן אַ סיוע צו הנחת רש"י בנוגע צו אהל המשכן, אַן אוהל הכי חשוב, אַז דאָרט זיינען זיי געווען תקועין בארץ.
דאָך איז אָבער מובן, אַז נאָך דעם אַלעם איז עס ניט קיין הוכחה גמורה, און סוכ"ס איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז ביים משכן בפרט (לויט מהותו ותנאיו המיוחדים **20) איז געווען אַנדערש — דערפאַר זאָגט רש"י ביים צוטרעטן צום ענין (מלכתחילה): „ואיני יודע"; און אויך זיין שפּעטערדיקן בירור זאָגט ער אין אַ לשון פון „ואומר אני", אַז אַזוי לייגט זיך אָפּ ביי אים, מיינענדיק דערמיט אַז קיין בירור גמור איז עס ניט.
ה. מ'האָט שוין פיל מאָל גערעדט, אַז אין פירוש רש"י עה"ת — אפילו דאָרט וואו ער איז אויסן צו מפרש זיין נאָר דעם פשט און ניט קיין הלכות — זיינען פאַראַן אויך ענינים פון הלכה און (מכ"שכא) ענינים פון פּנימיות התורה, ובלשון רבותינוכב — „יינה של תורה".
דער דין ביי שבת איז, אַז דאָס וואָס מלאכת בנין איז אסור מן התורה בשבת איז עס בלויז די מלאכה פון אַ בנין קבע, אָבער די מלאכה פון אַ בנין ארעי, איז אסור נאָר מדרבנןכג.
וואָס איז דער גדר פון אַ בנין קבוע? — איז דאָס אויך שייך און תלוי אין דעם חילוק צווישן אָט־די צוויי מעגליכע אופנים אינעם אָפּטייטשן „יתדות" וואָס רש"י לאָזט אונז הערן בפירושו לפרשתנו:
אויב מ'זאָל אָננעמען, אַז די יתדות האָבן פעסטגעהאַלטן די יריעות וקלעים דורך זייער כובד, פאַרשטייט מען דערפון — וויבאַלד אַלע מלאכות פון שבת לערנט מען אָפּ פון מלאכת המשכןכד — אַז אפילו ווען מ'בויט אַן אהל וואָס איז ניט פאַרפעסטיקט אין אַן אופן פון „תקועין" (דורך יתדות וכדומה), אויב נאָר ער איז גענוג פעסט ניט צו זיין „נע ונד ברוח מצוי'"כה, הייסט עס שוין אַ בנין קבוע און אסור מה"ת ; אויב אָבער מ'וועט אָננעמען ווי דער פּירוש אַז די יתדות זיינען געווען תחובין, דאַרף אויסקומען, אַז דער איסור פון בונה בשבת מה"ת — איז דווקא ביים בויען אַן אהל אין אַן אופן פון „תקועין".
ו. כאמור לעיל, איז אין פּירוש רש"י פאַראַן „יינה של תורה". פון די ענינים של פנימיות התורה וואָס זיינען מרומז אין אונזער פירש"י;
ס'איז מבואר אין חסידותכ, אַז דער ביהמ"ק איז געווען געבויט בעיקר פון דומם, און דער משכן — פון צומח און חי. און הגם ס'איז פּשוט, אַז די השראת השכינה — דער ענין פון „ושכנתי בתוכם"ז — האָט זיך אויפגעטאָן אויך אין167דעם עפר (דומם) שבקרקע המשכןלה, איז אָבער פאָרט ניט גלייך די קדושה פון קרקע המשכן צו דער קדושה פון די יריעות און די קרשים: די יריעות און קרשים זיינען געווען קדוש מצד עצמם, משא"כ דער עפר פון קרקע המשכן — זיין קדושה איז געקומען בלויז מצד דעם משכן (די יריעות וקרשים) וואָס איז געשטאַנען אויף אים. און נאָכדעם ווי מ'האָט פון דעם אָרט צוגענומען דעם משכן — איז אין דער קרקע, וואו דער משכן איז געשטאַנען, ניט פאַרבליבן פון דער פריערדיקער קדושהכט.
וואָס דאָס איז די מעלה אין ביהמ"ק לגבי דעם משכן. אין ביהמ"ק איז די קדושה וואָס אין דעם דומם — אפילו אין דעם דומם פון קרקע ביהמ"ק — אַ קדושה מצד עצמו. און אויך לאחרי החורבן — נאָכן חורבן בית ראשון90), אָדער נאָכן חורבן בית שני, וואָס איז געווען אינעם אופן „ערו ערו עד היסוד בה"לא — מען האָט חרוב געמאַכט ביז די יסודותלב אָדער — אויךלג די יסוחותלד — איז דאָך לכמה דעות פאַרבליבן קדושה אין דעם מקום המקדשלג.
ז. די שאלה איז אָבער; ווי שטאַרק אין ווי טיף ס'איז געווען די קדושה פון קרקע המשכן אין דער צייט וואָס דער משכן איז דאָרט געשטאַנען — און דאָס איז תלוי אין די צוויי אופני הפירוש פון „יתדות" וואָס רש"י ברענגט דאָ אַרויס;
לויט דעם אופן אַז די יתדות האָבן אויפגעהאַלטן דעם משכן בלויז דורך זייער כובד, דאַרף אויסקומען אַז אָט־די קדושה וואָס ווערט נשפע פון משכן אין קרקע המשכן איז דאָס נאָר אַ מסובב, האָט דורכגענומען דעם עפר נאָר אין חיצוניות, עס איז ניט פאַרבונדן מיט דעם שטח הקרקע אַלס פּרט, נאָר אַלס קרקע סתם, היות אַז אויך ווען ער איז געשטאַנען איז דער משכן ניט געווען איינגעפעסטיקט דורך חיבור ותקיעה בקרקע,168נאָר זיך אויפגעהאַלטן אויף דער קרקע חורך אַן אַנדער זאַך — סובד היתדותלו.
משא"כ לויטן פירוש אַז די יתדות זיינען געווען „תחובין בארץ", האָט די קדושה פון משכן אַריינגעדרונגען אין דעם שטח קרקע אין אַ פּנימיות. נאָכמער — דאָס וואָס דער משכן איז געווען קבוע במקומו, אהל בל יצען — איז דאָס געקומען פון דעם קרקע המשכן ; דער שטח פרטי, קרקע המשכן איז די סיבה פון קביעות המשכן (שאז קדושתו יותר — ווי ווען דער משכן איז פאַנאַנדערגענומען. און ס'איז נוגע לכמה דינים)לז.
ח. ס'איז ידוע, אַז די קדושה פון (משכן און) ביהמ"ק האָט מאיר געווען אויך בכל העולםלח. פן דעם איז מובן, אַז דורך בנין ביהמ"ק איז געגעבן געוואָרן יעדן אידן אַ כח (אין זייער „ועשו לי מקדש" בנפשלט) צו ממשיך זיין קדושה בכל העולם כולו און אין אַן אופן פנימי וקבוע — בדוגמא ווי די קדושה פון בית המקדש.
און דערפון קומט אַרויס אַ הוראה, אַז יעדער איד, וואו ער זאָל ניט זיין — אפילו ווען ער געפינט זיך אין ארץ העמים וואָס תורה פּסק'נט אַז אוירה און גושה זיינען טמאמ — האָט ער בכח צו מברר זיין חלקו בעולם און דאָרט ממשיך זיין קדושה באופן פנימי וקבוע, בדוגמת הקדושה דביהמ"ק.
וואָס דאָס איז דער ביאור אויפן מאמר רז"למא אַז די בתי כנסיות ובתי מדרשות שבחו"ל זיינען „מקדש מעט" און מען וועט זיי לע"ל מיטנעמען קיין ארץישראל — ווייל דורך זייער תפלה און תורה זיינען אידן ממשיך קדושה אויך אין די הייזער גופא וואָס זיינען פון אבנים ועצים ועפרמב און וועלכע געפינען זיך אין חוץ־לארץ — און די קחושה פאַרבלייבט אין זיי, ביז אַז סוכ"ס נעמט מען זיי מיט קיין ארץ־ישראל.
און אַזוי, לאידך גיסא; דורך דעם וואָס יעדער איד איז איצט ממשיך קדושה בחלקו בעולם, ווערט אויפגעטאָן די הכנה צו „עתידה ירושלים שתתפשט בכל ארץ ישראלמג ועתידה א"י להתפשט בכל הארצות"מד — און איבעראַל, אין דער גאַנצער וועלט, וועט נתפשט ווערן אַ מעין פון דער קדושה פון ביהמ"קמח; ענינו איז דאָך „בית זבול לך"מח — וועט מען דאַן זען ווי די גאַנצע וועלט איז אַ169דירה לו ית', ואדרבא עיקר דירה — בתחתוניםמז.
און אַזוי ווי אין ביהמ"ק היו קוראין את השם ככתבומח — אַז דער שם הוי' איז געווען אין אַן אופן פון קריאה (בגילוי) — אַזוי וועט זיין אויך בכל העולם „הוי' אחד ושמו אחד — נקרא ביו"ד ה"י (כמו ש)ונכתב ביו"ד ה"י"מט — אין דער גאולה האמיתית והשלימה, דורך משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו בקרוב ממש.