א.אין פּסוק „ראשית בכורי אדמתך גו' לא תבשל גדי בחלב אמו"א שטעלט זיך רש"י (אין צווייטן דיבור) אויף „לא תבשל גדי" און איז מפרש: „אף עגל וכבש בכלל גדי שאין גדי אלא לשון ולד רך ממה שאתה מוצא בכמה מקומות שכתב גדי והוצרך לפרש אחריו עזים אתב גדי העזיםג שני גדיי עזיםד ללמדך שכל מקום שנאמר גדי סתם אף עגל וכבש במשמעג. ובשלשה מקומותד נכתב בתורה אחד לאיסיר אכילה ואחד לאיסור הנאה ואחד לאיסור בישול"ז.
איז אין דעם ניט מובן; דער סיום פון רש"י'ס פּירוש „ובשלשה מקומות נכתב בתורה כו'" האָט לכאורה קיין שייכות ניט צום אָנהויב פון זיין פּירוש „אף עגל וכבש בכלל גדי כו'". וואָלט דאָך מער געפאַסט אַז רש"י זאָל שרייבן די צוויי ענינים („אף עגל וכבש כו'" און „ובשלשה מקומות כו'") אין צוויי באַזונדערע דיבור־המתחיל'ס, און פאַר דעם ענין „ובשלשה מקומות כו'" זאָל ער נאָכאַמאָל מעתיק זיין די ווערטער „לא תבשל גדי" — ווי דרכו של רש"י אין אַנדערע ערטער ביי ענלעכע פאַלן?
די קשיא איז נאָך שטאַרקער ; די צוויי ענינים הנ"ל, איז ניט נאָר וואָס זיי טיילן זיך אויס אין זייער תוכן, נאָר זיי באַציען זיך אויף באַזונדערע ווערטער פון פּסוק: דער טייל פון פּירוש „אף עגל וכבש כו'" טייטשט אָפּ נאָר דעם וואָרט „גדי", און ס'איז לכאורה ניט נויטיק (צוליב דעם טייל פון זיין פּירוש) צו מעתיק זיין אויך די ווערטער „לא תבשל"; דאַקעגן פאַרן צווייטן טייל פון זיין פּירוש „ובשלשה מקומות כו'", וואו ער איז מפרש וואָס די כללות האזהרה חר'ט זיך איבער דריי מאָל, נויטיקט זיך צו מעתיק זיין בלויז „לא תבשל". ובמילא ווערט דאָך די קשיא (ניט נאָר פאַרוואָס ביידע ענינים זיינען אין זעלבן דיבור, נאָר אויך — פאַרוואָס שרייבט רש"י ביידע ענינים אויף אַלע דריי ווערטער „לא תבשל גדי"?
אויך איז ניט מובן דער סדר ווי רש"י ברענגט די צוויי ענינים ; וויבאַלד אַז מיט זיין פּירוש „ובשלשה מקומות כו'" באַוואָרנט ער צוליב וואָס144עס דאַרף בכלל שטיין די אזהרה „לא תבשל גו'"; דאַקעגן מיט זיין זאָגן „אף עגל וכבש כו'" איז ער בלויז מפרש דעם וואָרט „גדי", האָט ער דאָך געדאַרפט מקדים זיין „ובשלשה מקומות כו'" פאַר „אף עגל וכבש כו'"ח — פאַרוואָס שטעלט רש"י די צוויי ענינים בסדר הפוך?
ב. בנוגע דעם סדר ווי רש"י שרייבט די צוויי ענינים — דעם פּי' „ובשלשה מקומות כו'" נאָך דעם פּי' „אף עגל וכבש בכלל גדי כו'" — קען מען מבאר זיין;
לויט רש"י'ס פּירוש „אחד לאיסור אכילה וא' לאיסור הנאה וא' לאיסור בישול" מוז מען זאָגן, אַז דאָס וואָס אויך אין די צוויי ערטער וואו די תורה אסר'ט אכילה און הנאה שטייט דער לשון „לא תבשל", איז עס מצד דעם וואָס בישול איז די התחלה וועלכע ברענגט צו אכילה און הנאה; ווען אַ מענטש קאָכט אַ דבר מאכל, טוט ער דאָס בכדי צו עסן אים אָדער צוליב הנאה האָבן פון אים אויף אַן אַנדער וועג; געבן דאָס עסן זיין קינד, פאַרקויפן א.ז.וו. און דערפאַר זאָגט אָן די תורה דעם איסור אכילה און הנאה מיטן לשון „לא תבשל" — ווייל דאָס איז בדוגמת *ח ווי דער „בן חמש (למקרא)" ווייס, אַז בשעת ער גייט טאָן אַ ניט־גוטע זאַך, שרייט אים דער מלמד: גיי ניט — אעפּ"י אַז דעם מלמד אָרט (ניט דער גיין, נאָר) די פּעולה וועלכע ער גרייט זיך צו טאָןט.
(ע"ד ווי מען געפינט אין אַן אַנדער אָרטי, אַז די אזהרה ניט צו עסן קיין קדשים, זאָגט דער פּסוק מיטן לשון „בכל קודש לא תגע" — ווייל דאָס אָנרירן אַ דבר מאכל איז די התחלה וואָס ברענגט צו אכילה).
אָבער אויך אין אַזאַ פאַל, אויב נאָר די צוויי פּירושים זיינען פאַרשידענע ענינים (מער ניט וואָס איינער איז מכריח דעם צווייטן), טיילט זיי רש"י אויס אין צוויי באַזונדערע דיבורים. און אויב רש"י שרייבט יע צוויי ענינים אין איין און דעם זעלבן דיבור, איז עס אַ באַווייז אַז די פאַרבינדונג צווישן זיי באַשטייט (ניט בלויז אין דעם וואָס איינער איז מכריח אָדער ער איז אַ סיבה אויפן צווייטן, נאָר) אויך אין זייער תוכן, ד. ה. אַז דער אינהאַלט (אַ טייל פון עם, אָדער אינגאַנצן) פון די ביידע ענינים איז דער זעלבער, און דעריבער קומען זיי אין איין המשך.
איז עפּי"ז ניט מובן; וואָס איז די נקודה המשותפת אין דעם תוכן פון די צוויי ענינים — „אף עגל וכבש בכלל גדי" צו פאַרטייטשן דעם וואָרט „גדי", און „ובשלשה מקומות כו'" צו מפרש זיין דעם טעם וואָס דער לאו שטייט דריי מאָל — וואָס צוליב זייער משותף'דיקן אינהאַלט שרייבט זיי רש"י אין דעם זעלביקן דיבור (ובפרט אַז דער ערשטער חלק איז נאָר אויפן וואָרט „גדי" — ניט אויף „לא תבשל")?
ד. נוסף אויף דער שוועריקייט הנ"ל (וואָס איז די תוכן'דיקע שייכות פון „ובשלשה מקומות נכתב בתורה כו'" צו התחלת הפּירוש „אף עגל וכבש כו'"), איז ניט מובן אויך דער גוף הפּירוש „ובשלשה מקומות כו'" ;
א) אין פאַל ווען אַ קשיא אויף אַ פּסוק קומט מצד אַן אַנדער פּסוק, איז דרכו של רש"י צו באַוואָרענען די קשיא ביים צווייטן פּסוק — ניט ביים ערשטן. וואָרום בעת'ן לערנען דעם ערשטן פּסוק* ווערט נאָך ביים תלמיד ניט געשאַפן קיין קשיא, וועלכע מ'זאָל דאַרפן פאַרענטפערן.
על אחת כמה וכמה דאָרטן וואו די קשיא איז (ניט מצד אַ סתירה פון איין פּסוק אויפן צווייטן, נאָר) מצד דעם וואָס איין זאַך שטייט צוויי אָדער מערערע מאָל — איז דאָך מובן בפּשטות, אַז עס האָט ניט קיין אָרט צו מפרש זיין און דערציילן אין ערשטן פּסוק דעם חידוש וואָס ווערט אויפגעטאָן נאָר מצד דעם וואָס אַ צווייטער פּסוק, וואָס קומט (אַ סך) שפּעטער איז, לכאורה, איבעריגי.
147איז דאָך זייער שווער וואָס רש"י שרייבט דאָ „ובג' מקומות כו'" ; וואָס איז איצט אין אונזער פּסוק נוגע צו מפרש זיין די חידושים וואָס קומען אַרויס נאָר מצד די ווייטערדיקע צוויי פּסוקיםלא?
ב) לויט דער פּשטות לשון הפּסוק „לא תבשל גו'" וואָלט געדאַרפט אויסקומען, אַז ווען עס שטייט בלויז איין מאָל וואָלט עס געמיינט דעם איסור בישול, „לא תבשל"; ווען „לא תבשל" שטייט נאָך צוויי מאָל, איז מען מרבה (אויסער בישול) אויך איסור אכילה — פון צווייטן מאָל און איסור הנאה — פון דריטן מאָל.
אָבער רש"י'ס לשון איז „אחד לאיסור אכילה וא' לאיסור הנאה וא' לאיסור בישול"א — וויסנדיק אַז אין פּרש"י איז אויך דער סדר בדיוק, קומט דערפון אַרויס, אַז דער ערשטער „לא תבשל" גייט אויף איסור אכילה, דער צווייטער — אויף איסור הנאה, און ערשט דער דריטער גייט אויף איסור בישול! איז מוכח דערפון, אַז דאָס וואָס „לא תבשל" מיינט בישול כפּשוטו — איז אַזאַ חידוש גדול אַז מען זאָגט אים נאָר נאָכדעם ווי ס'איז ניטאָ קיין שום אַנדער ברירה (ווייל אכילה און הנאה ווייס מען שוין פון די פריערדיקע צוויי פּסוקים) ! פון וואַנעט נעמט עס רש"י?
דער פּלא איז נאָך גרעסער; דער רמב"ם אין ספר המצות שלוכב און דער חינוך בספרוכג — וואָס זיינען ביידע הלכה־ספרים — זיינען מפרשכד אַז „לא תבשל" פון פּ' משפּטים מיינט, כפּשוטו, איסור בישול, און „לא תבשל" פון פּ' תשא און פּ' ראה — וויבאַלד זיי זיינען געזאָגט געוואָרן „פּעם שני'" — גייען זיי אויף איסור אכילה און איסור הנאה. און רש"י, וואָס איז מפרש פּשוטו של מקרא, לערנט גאָר אַז די ערשטע צוויי אזהרות זיינען אויף איסור אכילה והנאה, און ערשט די דריטע — זאָגט אָן דעם איסור בישול!
ה. איז דער ביאור אין דעם; רש"י מיט זיין פּירוש „ובג' מקומות כו'" איז אויסן צו פאַרענטפערן אַ דבר תמוה וואָס שטעלט זיך באַלד איז אונזער פּסוק „לא תבשל גדי";
מען געפינט ניט אין ערגעץ בתורה (ופּשיטא — לויט די ידיעות און וואָס עס זעט אַ בן חמש למקרא) אַז אַ זאַך זאָל זיין אסור בבישול; געוויסע זאַכן זיינען אסור באכילה, אַנדערע זאַכן זיינען אסור בהנאה — אָבער קיין שום אַנדער זאַך איז ניט אסור בבישולכח. פאַרוואָס זאָל עפּעס „גדי בחלב אמו" זיין אסור בבישולכ?
148דערפאַר איז רש"י מבאר גלייך דאָ „ובג' מקומות נכתב בתורה אחד לאיסור אכילה כו'", אַז אונזער פּסוק אסר'ט טאַקע ניט קיין בישול, נאָר ער איז אַן אזהרה אויף איסור אכילהלה.
נאָר בכדי צו קענען איינלערנען אַזאַ פּירוש לפי דרך רש"י — פשוטו של מקרא, מוז רש"י מבאר זיין „ובג' מקומות כו'":
וויבאַלד אָבער אַז „בג' מקומות נכתב בתורה", וואָס בפּשטות — איז עס ניט „להרבות בלאוין" נאָר דאָס זיינען דריי אזהרות אויף דריי באַזונדערע עניניםג, און היות ווי אין צוויי ערטער מוז מען אַרויסנעמען דעם „לא תבשל" פון זיין משמעות כפּשוטה און פאַרטייטשן אַז ער מיינט (ניט תבשל ווי עס בלייבט ביים בישול, נאָר דאָס וואָס עס קומט גלייך נאָכדעם, וואָס צוליב דעם קאָכט ער —) אכילה און הנאה. און אַלע דריי זאַכן זיינען אסור — בישול אכילה והנאה,
איז מסתבר צו זאָגן, אַז דער ערשטער „לא תבשל" מיינט אכילה, וואָס אַן איסור אכילה איז גאָר ניט קיין חידוש — דער ערשטער איסור בתורה איז „לא תאכל ממנו" (פון עץ הדעת)ל,
[און כאָטש אַז ביים איסור אכילה פון „גדי בחלב אמו" איז אויך דאָ אַ חידוש מצד דעם וואָס יעדערער פון זיי („גדי" און „חלב") פאַר זיך איז דאָך מותר באכילהלא — איז אָבער דער חידוש קיין נייעס ניט אפילו ביי אַ בן חמש למקרא, וואָרום ער ווייס שוין וועגן דעם איסור שעטנזלא] ;
מיטן צווייטן „לא תבשל" איז די תורה מוסיף מער איסור אין „גדי בחלב אמו" — איסור הנאה; און דער איסור בישול — וועלכער איז אַ חידוש גדול ביותר (אַ סוג איסור וואָס איז פאַראַן נאָר ביי „גדי בחלב אמו") — לערנט מען אָפּ ערשט פון דריטן מאָל.
ו. לכאורה קען מען דערויף פרעגן; סוף כל סוף איז דאָך אויך לויט פּירוש רש"י בפשוטו של מקרא — בשר בחלב אסור בבישול, היינט וואָס קומט אונז אַרויס (עס זאָל זיין ווייניגער חידוש) דורכן מפרש זיין אַז דער ערשטער (און צווייטער) לא תבשל מיינט ניט איסור בישול? וואָס מאַכט עס אונז גרינגער אויב די גזירת הכתוב שטייט ניט אין פּ' משפּטים נאָר אין פּ' ראה ?
אין אמת'ן איז עס אָבער פאַרשטאַנדיק: ווען מ'לערנט אַז „לא תבשל" מיינט נאָר בישול (עכ"פּ — מען ווייס149נאָך ניט וועגן איסור אכילה והנאה) — איז עס טאַקע דאַן אַ חידוש גהול ביותר. אַנדערש איז אָבער ווען מיר ווייסן (שוין) אַז בשר בחלב איז אסור באכילה ובהנאה; דאַן קען מען שוין פאַרשטיין דעם איסור בישול אין דעם, די הסברה בפּשטות ; דער איסור בישול ביי בשר בחלב איז אַ תוצאה פון איסור אכילה והנאה; דער איסור אכילה והנאה איז אַזוי האַרב (ביי בשר בחלב), ביז אַז מצד אים האָט די תורה גע'אסר'ט אויך דעם בישול פון בשר בחלב — ווייל ער קען ברענגען צו אכילה והנאהלב.
דוגמא לדבר פון פריער שוין ; אַז חוה האָט דערהערט אַז „מפרי עץ הגן נאכל ומפרי העץ אשר בתוך הגן (און פונדעסטוועגן) אמר אלקים לא תאכלו ממנו" — איז ביי איר געווען בפּשיטותלג אַז דער ציווי איז אויך (כולל) „ולא תגעו בו"74).
און דאָס איז אַ ביאור נוסף אויף דעם וואָס רש"י לערנט דעם איסור בישול ביי בשר בחלב ערשט אין דעם דריטן „לא תבשל" — הגם דאָס איז ניט בהתאם צום פּשוט'ן טייטש — ווייל (אויסער דעם וואָס די סברא איז מחייב צו אָפּשטופּן אַן איסור וואָס אַנטהאַלט מער חידוש אויף אַלץ שפּעטער, כנ"ל סעיף ה') — דער איסור פון בישול ווערט פאַרשטאַנדיק און האָט אַן אָרט דוקא נאָך דעם און מצד דעם וואָס בשר בחלב איז אסור באכילה ובהנאה*34.
ז. עפּ"י הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון סיום דברי רש"י „ובשלשה מקומות נכתב בתורה אחד לאיסור אכילה כו'" צו התחלת פּירושו „אף עגל וכבש בכלל גדי כו'";
מיטן פּירוש „אף עגל וכבש בכלל גדי" איז רש"י אויסן (ניט בלויז צו מפרש זיין דעם טייטש פון „גדי" נאָר) אויך צו באַוואָרענען אַ שאלה וואָס שטעלט זיך אין די ווערטער „לא תבשל גדי" — אויף וועלכע ער שטעלט זיך ; מיט וואָס איז „גדי" אויסגעטיילט פון אַנדערע סאָרטן בהמות אַז דוקא אויף אים איז דאָ דער איסור „לא תבשל בחלב אמו"?
בכלל געפינט מען ניט בתורה חילוקים — בנוגע צו איסורים וכיוצא בו — פון איין בהמה צו אַ צווייטער
און אויף אַזוי פיל איז דאָס פּשוט, אַז דערפאַר איז רש"י מפרש (אָן קיין שום ראיות אויף דעם) אַז „יגח שור" — מיינט „אחד שור ואחד כל בהמה וחי' ועוף"לח.
אין דאָס באַוואָרנט רש"י מיט זיין פּירוש „אף עגל וכבש בכלל גדי" *לג,150אַז דער איסור „לא תבשל גו'" איז טאָקע אויך אויף עגל וכבשל.
[און כאָטש אַז אויך לויט פּירוש רש"י ווערט נכלל אין „גדי" בלויז ולד רךלז (און נאָר) פון בהמות (ניט פון חיות) 48) — קען מען ניט פרעגן; מיט וואָס איז ולד רך פון בהמות אַנדערש פון אַלע אַנדערע סאָרטן — ווייל וויבאַלד אַז דער איסור לא תבשל (אין דעם פּסוק) איז כפּשוטולט „בחלב אמו"מ, איז פאַרשטאַנדיק אַז דער טעם האיסור איז מצד אכזריותמא בבעלי חיים (וא"כ מכש"כ151שאסור צער שלהם)מב, ובמילא איז שוין מובן פאַרוואָס דער איסור גייט אָן דוקא ביי „גדי" — ווייל דער „בישול" (כולל אַלע דריי פּרטים; אכילה, הנאה און בישול) פון אַ יונגן ולד אין זיין מוטערס מילך, איז מער אכזריות ווי פון אַן עלטערן, און ביי אַ יונגן ולד גופא איז עס מער אין דעם מין הבהמהמג, וואָס זיינען מער ברשות פון דעם מענטשן ווי חיותמד, און — בכלל — שוואַכער פון זיי א.ז.וו.].
ועפּי"ז קומט אויס, אַז ביידע ענינים וואָס רש"י שרייבט אין זיין פּירוש אויף „לא תבשל גדי" — „אף עגל וכבש בכלל גדי" אין וועלכן ער איז מסביר דעם טעם האיסור דוקא ביי „גדי", און „ובשלשה מקומות כו' לאיסור אכילה כו'" וואו ער איז מסביר דעם טעם פון איסור לא תבשל — האָבן אין זיך אַ נקודה משותפת; דורך ביידע ענינים ברענגט ער אַרויס אַז דער איסור „לא תבשל גדי" איז ניט קיין גזירת הכתוב וואָס איז כלל וכלל ניט מובן, נאָר עס האָט אַ הסברה אויך אין שכל.
ח. אין פּירוש רש"י איז דאָך אויך פאַראַן „יינה של תורה"מה — איז איינע פון די הוראות וואָס מען קען אָפּלערנען פון דער רש"י ;
די איינציקע זאַך וואָס די תורה האָט גע'אַסר'ט בבישול — איז גדי בחלב אמו. ועפּ"י האמור לעיל — איז דער טעם — לשלול אכזריות וצער פון בעלי חיים, וואָס פון דעם זעט מען אויף וויפל ס'איז חמור דער איסור פון צער בעלי חייםמ ; טראָץ דעם וואָס דער ענין פון צער בע"ח דירעקט, איז אַ טעם צו אסר'ן גדי בחלב אמו נאָר באכילה (אָדער אויך בהנאה), האָט עס די תורה גע'אסר'ט אויך בבישול, דערפאַר וואָס דערפון קען אַרויסקומען אכילהמב.
און פון דעם דאַרף מען זיך אָפּלערנען אויף וויפל מען דאַרף זיין געהיט בכל המיני זהירות ניט גורם זיין ח"ו קיין צער צו אַ צווייטן אידן. וואָרום מה דאָך ביי בעלי חיים האָט די תורה מקפּיד געווען אַזוי פיל אויף זייער צער, היינט מכל שכן בנוגע צו מענטשן, ובשייכות צו אידן בפרט (דער עם הנבחר — בחרתנו מכל העמים) — על אחת כמה וכמה.
(משיחת ש"פ תשא תשכ"ח)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר