English
ספרייה

לקוטי שיחות

תצוה א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

170תצוה

א. אין פּסוק „ואתה הקרב אליך את

אהרן אחיך גו'* לכהנו לי"א, שטעלט

זיך רש"י אויף די ווערטער „ואתה

הקרב אליך" און איז מפרש; „לאחר שתגמור מלאכת המשכן".

דאַרף מען פאַרשטיין;

א) פון וואַנעט נעמט עס רש"י אַז דער ציווי למשה צו מאַכן אהרן ובניו פאַר כהנים מיינט, אַז ער זאָל דאָס טאָן (ניט גלייך, נאָר) „לאחר שתגמור מלאכת המשכן"?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער; דעם ציווי „ועשית בגדי קדש גו'" פון קומענדיקן פּסוק, און אַזוי אויך דעם ציווי „ואתה תדבר אל כל חכמי לב גו'" וואָס שטייט מיט אַ פּסוק ווייטער, האָט דאָך משה געדאַרפט טאָן פריער (וואָרום דאָס איז דאָך אַ חלק פון מלאכת המשכן). היינט פאַרוואָס זאָל מען לערנען אַז דער ציווי „ואתה הקרב אליך" איז אַנדערש פון די אַנדערע ציוויים; אַז זיין קיום זאָל זיין שפּעטער, ערשט „לאחר שתגמור מלאכת המשכן"ב?

ב) מיט זיין פּירוש „לאחר שתגמור 7 עס אל ד"ז דער ב אר או.

איז ער מעתיק (פאַרן פּירוש) נוסף

אויף דעם וואָרט „הקרב" אויך די

ווערטער „ואתה"3) און „אליך"? איז

משמע דערפון אַז רש"י'ס הוכחה צו

מפרש זיין „לאחר שתגמור מלאכת

המשכן" איז טאַקע פון די ווערטער

— „ואתה הקרב אליך".

ב. מפרשים זאָגן4), אַז רש"י מוז

לערנען אַז דער קיום הציווי „ואתה

הקרב אליך" קומט „לאחר שתגמור

כו'" — ווייל די הקרבה פון אהרן

ובניו „לכהנו לי" איז געווען דורך די

בגדי כהונה (ווי עס שטייט מיט צוויי

פּסוקים ווייטער6) „ועשו את בגדי

אהרן לקדשו לכהנו לי"); ווי אויך

דורך דעם חינוך אין די ימי המילואים (ווי עס שטייט ווייטער אין דער סדרה6) — „וזה הדבר אשר תעשה גו' לקדש אותם לכהן לי") — און דאָס איז דאָך געווען ערשט לאחר גמר מלאכת המשכן7).

3) ולפי פירוש הגו"א (שבהערה הקודמת) י"ל, שזה שרש"י מעתיק תיבת „ואתה" הוא בכדי להשמיענו, שהגם שמתיבת „ואתה" (בוא"ו המוסיף) משמע שדבוק להפרשה שלפני', בכ"ז הפירוש הוא „לאחר שחגמור

4) רא"ם כאן. וראה גם גו"א כאן.

5) כח, ג.

6) כט, א.

7) ומה שרש"י אינו מעתיק התיבות „לכהנו לי", ואינו מרמזם אפילו ב"וגו' . — אף שדרכו של רש"י בכ"מ הוא להעתיק

(או לרמז עכ"פּ ב"וגו' ") גם התיבות שמהן

היא ההוכחה לפּירושו — י"ל (לפי פי' זה)

171ס'איז אָבער שווער אַזוי צו זאָגן. ווייל [נוסף לזה וואָס דאָס פאַרענטפערט ניט די קשיא; פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אויך דעם וואָרט „אליך"ח] לויט רש"י'ס שיטה, איז דער „לכהנו לי" פון אונזער פּסוק און דער „לכהנו לי" ביי עשיית בגדי כהונה (און אַזוי אויך דער „לכהן לי" פון פּרשת המילואים), זיינען צוויי באַזונדערע ענינים, וכדלקמן.

ג. אויף די ווערטער „לקדשו לכהנו לי" וואָס שטייען ביי „ועשו את בגדי אהרן"5), איז רש"י מפרש: „לקדשו להכניסו בכהונה ע"י הבגדים שיהא כהן לי ולשון כהונה שירות הוא. שנטריאה בלעז".

זאָגן מפרשים0, אַז רש"י איז דאָ מפרש צוויי ענינים; א) אַז „לקדשו" און „לכהנו לי" זיינען ניט קיין צוויי ענינים, נאָר „לכהנו לי" איז דער אָפּטייטש פון „לקדשו"י. ב) אַז „לכהנו לי" מיינט ניט צו מאַכן אים פאַר אַ כהן (שם התואר) — וואָרום „לשון כהונה שירות הוא", און דערויף לייגט זיך ניט דער אויסשפּראַך „צו מאַכן אים פאַר אַ משרת" — נאָר דער פּירוש איז „להכניסו בכהונה", אַריינבריינגען עם אין (דער פּעולה פון) כהונה (שירות).

און די מפרשים זיינען מבאר אַז דעם פּירוש פון „לכהנו לי" זאָגט רש"י ערשט אין פּסוק „ואתה תדבר גו'" — כאָטש דער זעלבער לשון שטייט שוין פריער אין פּסוק „ואתה הקרב אליך" — ווייל דער עיקר וואָס רש"י וויל דאָ זאָגן איז ניט דעם פּירוש פון „לכהנו לי", נאָר אַז דאָס איז איין ענין מיט „לקדשו"; אַז אין וואָס באַשטייט דער „לקדשו" — אין „להכניסו בכהונה"; און זאָגנדיק דעם לשון „להכניסו בכהונה" (וואָס דאָס איז דער טייטש פון „לכהנו לי"), איז רש"י מוסיף „ולשון כהונה שירות הוא", וואָס דערמיט באַווייזט ער אַז „לכהנו לי" מיינט ניט מאַכן אים פאַר אַ כהן, נאָר „להכניסו בכהונה", כנ"ל.

ס'איז אָבער ניט מובן;

א) דערפון גופא וואָס רש"י דאַרף מוסיף זיין „ולשון כהונה שירות הוא", בכדי צו באַווייזן אַז „לכהנו לי" מיינט „להכניסו בכהונה", איז דאָך מוכח, אַז ער נעמט עס אָן פאַר אַ חידושיא — האָט ער במילא געדאַרפט זאָגן דעם פּירוש „להכניסו בכהונה" מיט דער הוכחה „ולשון כהונה שירות הוא" ביי די ווערטער „לכהנו לי" וואָס שטייען פריער — בכדי דער תלמיד זאָל ניט172האָבן קיין טעותיב אין דעם פּירוש פון די ווערטער ווען ער לערנט זיי צום ערשטן מאָל?

ב) אמת טאַקע אַז „לשון כהונה שירות הוא" — איז דאָך אָבער דער וואָרט „כהן" אומעטום אַ שם התואר אויפן מענטשןיג. היינט פאַרוואָס זאָל מען ניט לערנעןיד אַז „לכהנו (לי)" מיינט — צו מאַכן איםיג פאַר אַ כהןי?

איז דערפון מוכח, אַז די ווערטער „לכהנו לי" כשלעצמם, קען מען טאַקע אויך טייטשן צו מאַכן אים פאַר אַ כהןיז. און דערפאַר איז רש"י ניט מפרש „לכהנו לי" אין פּסוק „ואתה הקרב אליך", וואָרום דאָרט איז דער פּירוש פון די ווערטער כפּשוטם. און דאָס וואָס ווייטער דאַרף רש"י יע מפרש זיין אַז „לכהנו לי" מיינט „להכניסו בכהונה כו' שירות הוא כו'", איז עס מצד דעם ווייל דאָס שטייט צוזאַמען מיט „לקדשו", כדלקמן.

ד. אין „לקדשו לכהנו לי" וואָס שטייט ביי „ועשו את בגדי אהרן" איז רש"י'ן שווער;

אויך אין פּסוק „ואתה הקרב אליך גו' לכהנו לי" איז שוין משה נצטווה געוואָרן צו מאַכן אהרן ובניו פאַר כהנים — און דאָרט פאַרבינדט ניט דער פּסוק דעם „לכהנו לי" מיט עשיית בגדי כהונה. ד. ה. אַז אויך אָן די בגדים האָט משה (געקענט און) געמאַכט זיי פאַר כהנים. היינט וואָס איז דער פּירוש פון „ועשו את בגדי אהרן גו' לכהנו לי", אַז בכדי צו מאַכן אהרן'ען פאַר אַ כהן האָט מען געמוזט האָבן די בגדים?

בדוחק האָט מען געקענט פאַרענטפערן, אַז אויך „ואתה הקרב גו' לכהנו לי" פון אונזער פּסוק מיינט אַז דאָס זאָל זיין דורך די בגדים. נאָר צום ערשטן זאָגט דער פּסוק דעם עצם הענין (אַז ער זאָל מאַכן אהרן ובניו פאַר כהנים), און דערנאָך, ווען ער רעדט וועגן דעם ציווי אויף עשיית בגדי כהונה, איז ער מפרש ווי אַזוי דער ענין ווערט אויפגעטאָן, אַז דער „לכהנו לי" ווערט דורך די בגדים.

רש"י וויל אָבער אַזוי ניט לערנען [נוסף לזה וואָס דאָס איז אַ „דוחק"]. ווייל אויב שפּעטער איז דער פּסוק מפרש בלויז ווי אַזוי עס ווערט אויפגעטאָן דער „לכהנו לי", אָבער דער „לכהנו לי" גופא איז דאָ דער זעלבער ווי אין פריערדיקן פּסוק, האָט דאַן דער פּסוק דאָ געדאַרפט שרייבן דעם זעלבן לשון ווי פריער. פאַרוואָס־זשע שטייט ביים ציווי ואתה הקרב בלויז „לכהנו לי" און ביי בגדי כהונה שטייט „לקדשו לכהנו לי"?

173איז דערפון געדרונגען, אַז דורך די בגדים טוט זיך אויף אַ נייע, אַ גרעסערע זאַך ווי דורך „הקרב גו' לכהנו לי". דעריבער איז רש"י מפרש „לקדשו להכניסו בכהונה ע"י הבגדים כו'", אַז דורך די בגדיםיח טוט זיך אויף — „לקדשו להכניסו בכהונה", כדלקמן.

ה. כאמור לעיל (ס"ג), איז דער וואָרט „כהן" (ניט קיין שם ע"ש הפּעולהיט וואָס זאָל מיינען; דער וואָס איז משרת, נאָר) אַ שם התואר וואָס באַצייכנט אַ געוויסן סוג מענטשן וואָס האָבן אין זיך אַ געוויסע מעלה צוליב וועלכע זיי זיינען שייך צו כהונה, שירות (ער איז אַ משרת): לאחרי ווי אהרן ובניו זיינען נמשח געוואָרן לכהונה, ווערן זיי און זייערע קינדער עד סוף כל הדורות גערופן מיטן נאָמען „כהנים", און פאַר דעם — האָט מען די בכורים גערופן „כהנים".

און כשם ווי דער נאָמען „כהנים" פאַר זרעו של אהרן איז ניט קיין שם הפּעולה, נאָר אַ שם התואר והמעלה [וואָס דערפאַר ווערן אַלע בני אהרן גערופן „כהנים", אויך די וואָס זיינען ניט נתחנך געוואָרןכ לעבודהלא, און אפילו אַזעלכע וואָס זיינען פּסול צו עבודהב], אַזוי איז אויך דער פריערדיקער נאָמען „כהנים" פאַר בכורים געווען אַ שם התואר והמעלהכג.

און דאָס איז דער חילוק פון „לכהנו לי" וואָס שטייט ביי „ואתה הקרב אליך" צו „לקדשו לכהנו לי" וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך „בגדי אהרן"; צום ערשטן איז משה נצטווה געוואָרן צו אויסטיילן אהרן ובניו פון אַלע אַנ־174דערע אידןכד און מאַכן זיי פאַר (אַ סוג פון) כהנים; און דערנאָך איז ער אָנגעזאָגט געוואָרן „לקדשו לכהנו לי", אַז (לאחרי ווי זיי וועלן שוין זיין „כהנים"כה), זאָל ער זיי (דורך די בגדיםיח) הייליקן און אַריינברענגען אין כהונהכ, אין „שירות", ד. ה. אַריינפירן זיי אין דער עבודה פון כהונה.

ו. ע"פּ הנ"ל, אַז דער פּירוש פון „לכהנו לי" אין פּסוק „ואתה הקרב אליך" איז צו מאַכן אהרן ובניו פאַר כהנים — ניט ווי „לקדשו לכהנו לי" ביי די בגדים [ועד"ז „לקדש אותם לכהן לי" וואָס שטייט ביי די מילואים] וואָס מיינט אַריינפירן זיי אין דער עבודה פון כהונה, איז פאַרשטאַנדיק, אַז מצד דעם „הקרב גו' לכהנו לי" אַליין, האָט מען געקענט לערנען אַז משה איז נצטווה געוואָרן צו מאַכן זיי גלייך פאַר כהנים; און רש"י'ס הכרח צו לערנען „לאחר שתגמור מלאכת המשכן" איז פונעם לשון „ואתה הקרב אליך", און ווי דער דיוק לעיל ס"א.

איז דער ביאור אין דעם;

פאַרוואָס שטייט ביים ציווי צו משה'ן (ער זאָל מאַכן אהרן ובניו פאַר כהנים) „ואתה הקרב אליך"כז, אַז משה175זאָל זיי דערנעענטערן צו זיך — איז עס ווייל משה איז שוין דאַן געווען אַ כהןכח. און דערפאַר האָט עם דער אויבערשטער געזאָגט „ואתה הקרב אליך את אהרן ואת בניו גו' לכהנו לי", אַז ער זאָל דערנענטערן אהרן ובניו צו זיך, אַז אויך זיי זאָלן זיין כהניםכט.

ס'איז אָבער נאָך ניט מובן;

א) אויך ווען עס זאָל ניט שטיין „ואתה הקרב אליך", נאָר בלויז „לכהנו לי", וואָלט לכאורה געווען קלאָר דער פּירוש פון ציווי. צוליב וואָס איז דער פּסוק מדגיש „ואתה הקרב אליך"?

ב) די קשיא איז נאָך שטאַרקער; די מעלה המיוחדת פון משה'ן איז דאָך באַשטאַנען (ניט אין דעם ענין הכהונה, נאָר) אין אַנדערע ענינים, צו וועלכע כהנים האָבן לכאורה קיין שייכות ניט. [און ווי געלערנט פריער אין פּרשת יתרול, אַז בלויז משה האָט געקענט עולה זיין בהר, אָבער „הכהנים גו' יתקדשו גו' "]. איז פאַרוואָס זאָל אויף „לכהנו לי" געזאָגט ווערן „ואתה הקרב אליך", וואָס ווייזט אַז דורך זייער ווערן כהנים וועלן זיי ווערן נאָענט צו מדריגת משה?

דערויף איז רש"י מפרש „לאחר שתגמור מלאכת המשכן";

ווען אהרן ובניו וואָלטן געוואָרן כהנים פאַרן גמר מלאכת המשכן, אַפילו אויב זיי וואָלטן מקריב געווען קרבנות (ווי די בכורים וואָס האָבן געטאָן די עבודה, כאָטש ביי זיי איז ניט געווען קיין בגדי כהונה), וואָלט טאַקע דערויף ניט געקענט געזאָגט ווערן „ואתה הקרב אליך", וואָרום אויך די „כהנים הנגשים אל ה' — להקריב קרבנות"לא זיינען געווען אַ „מחיצה לעצמם" און האָבן ניט געטאָרט צוגיין (ניט נאָר צום אָרט וואו משה איז געשטאַנען, נאָר) אַפילו צום176אָרט וואו אהרן איז געשטאַנעןלב. אָבער „לאחר שתגמור מלאכת המשכן", וואָס די כהנים וועלכע טוען די עבודה גייען דאָך אַריין אין משכן, אין דעם אָרט וואו משה פלעגט אַריינגיין הערן דעם דיבור השםלג; איז הגם אַז צום ווערן ראוי צו טאָן די עבודה בפּועל האָט מען געמוזט אָנקומען צו די בגדי כהונה (כנ"ל ס"ה), וויבאַלד אָבער אַז אויך דער „לכהנו לי" פאַר דעם איז דאָך ענינו ומעלתולד צו טאָן די עבודה אין משכן (מער ניט וואָס ס'האָט געפעלט דער ענין בפּועל — ובדוגמת כהנים איצטער, אָדער — איידער זיי זיינען נתחנך געוואָרן לעבודה), ווערט דערפאַר געזאָגט אויף דעם „ואתה הקרב אליך".

ז. ע"פּ הנ"ל, אַז אויך דער „לכהנו לי" — וואָס מיינט דער עצם ענין הכהונה — איז געוואָרן ערשט „לאחר שתגמור מלאכת המשכן", וועט ווערן פאַרענטפערט אַ קשיא בדין;

דער דין איז, אַז אַ כהן ששימש לע"ז טאָר ניט משמש זיין אין מקדשלג. ווערט דאָ די שאלה; אהרן האָט דאָך געבויט אַ מזבח פאַר דעם עגלל [וואָס שיטת רש"ילז איז, אַז ביים בויען אַ מזבח פאַר דעם אויבערשטן דאַרף זיין „תחלת עשייתו לשמי", און לויט דעם קומט אויס, אַז דאָס בויען אַ מזבח איז אַן ענין פון „שימש"לח]. איז אמת טאַקע, אַז אהרן'ס כוונה ביי „ויבן מזבח" איז געווען בכדי „לדחותם"לט, אָבער בפּועל האָט ער דאָך געבויט דעם מזבח „לפניו", פאַר דעם עגל — היינט ווי האָט ער דערנאָך געמעגט טאָן די עבודה אין משכךמ ?

אָבער לפי הנ"ל, אַז אהרן ובניו זיינען געוואָרן כהנים ערשט לאחרי גמר מלאכת המשכן, ווערט עס פאַרענטפערט בפּשטות; דער דין פון כהן ששימש לע"ז כו'* איז דוקא אויב אין דער צייט ששימש איז ער געווען אַ כהן, און וויבאַלד אַז בעת'ן בויען דעם „מזבח לפניו" איז נאָך אהרן קיין כהן ניט געווען, איז ער ניט געווען אין כלל פון „כהן ששימש כו'".

ח. פון די ענינים פון „יינה של תורה" וואָס אין דעם פּרש"י;

כשם ווי משה רבינו, כאָטש ער איז געווען דער רועה פון אַלע אידן פון זיין דור, און אויך פון אַלע שפּעטערדיקע דורותמא, איז ער פונדעסטוועגן נצטווה געוואָרן „ואתה הקרב אליך177את אהרן גו' מתוך בני ישראל לכהנו לי" — „מתוך בני ישראל" גופא האָט ער (ע"פּ ציווי ה') דערנענטערט צו זיך אהרן ובניו, אַז זיי זאָלן טאָן (שפּעטער, נאָכן נתחנך ווערן בכהונה) די עבודה אין משכן פאַר אַלעמב אידן,

עד"ז איז אויך ביי „אתפּשטותי' דמשה שבכל דרא ודרא"מג, די נשיאי ישראלמד פון יעדן דור, ביז צו כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, אַז הגם ענינו של נשיא איז צו משפּיע זיין פאַר אַלע אידןמח, ובלשון רש"ימ „הנשיא הוא הכל" [וואָס דערפאַר ווערן זיי אָנגערופן „ראשי אלפי ישראל", בדוגמת אַ ראש, וואָס ער איז משפּיע חיות צו אַלע אברים, ביז אפילו צו צפּרניםמז],

איז אָבער פאַראַן די הנהגה פון „ואתה הקרב אליך גו' מתוך בני ישראל", אַז צו די וואָס גייען „בדרך ישרה אשר הורנו מדרכיו כו'"מח האָט דער רבי זיך אָפּגעגעבן ביחודמ, ער האָט זיי מקרב געווען און דערהויבן ביז „אליך", געגעבן זיי זיינע כחות און זיי אַריינגענומען אין דעם „חיל ה'"80), בכדי זיי זאָלן מפיץ זיין תורתו וכו' צו אַלע אידן (ווי די כהנים, וואָס דורך „הקרב אליך", האָבן זיי באַקומען דעם כח פון משה'ן צו טאָן די עבודה פאַר כל ישראל).

און וויבאַלד אַז אַלע ענינים זיינען בהשגחה פּרטית, ובמיוחד ווען עס האַנדלט זיך וועגן בני ישראל, און די השגחה פּרטית האָט אויסדערוויילט אָט די אידן צו ווערן דעם רבי'נס תלמידים וכו', מיט וועלכע ער דאַרף זיך אָפּגעבן ביחוד ע"פּ תורה 61), קומט דאָך במילא אויס, אַז דער „ואתה הקרב אליך" איז ע"פּ ציווי ה' (בדוגמת „ואתה הקרב" ביי משה רבינו).

ט. זיינען אָבער פאַראַן אַזעלכע וואָס טענה'ן, אַז זיי האַלטן נאָך פאַר דער עבודה פון „בגדי כהונה" און „חינוך למילואים" — ובפרט אַז „ידע אינש בנפשי'", און ס'קען זיין אַז ער איז דורכגעפאַלן אין כו"כ ענינים און האָט זיך ניט געפירט ווי עס פּאַסט פאַר אַ תלמיד פון אַ נשיא ישראל — היינט ווי קען ער האָבן אַ שייכות וקירוב צו משה שבדורו, בעת ער איז ר"ל „מחולל מן הכהונה"?

אויף דעם זאָגט רש"י, אַז אפילו אַ כהן וואָס בפּועל קען ער איצטער ניט טאָן די עבודה [צי ווייל אים פעלט דער חינוך לכהונה, אָדער ווייל ער איז אַ „בעל מום" צי אַ „חלל"],178איז ער סיי ווי אַ כהן, און משה גיט אים זיינע כחות, וואָרום אויך לגבי אים שטייט „ואתה הקרב אליך".

— ווערן אויס „כהן" קען ער ניט; דאָס איז לגמרי ניט תלוי אין זיין בחירה. זיין בחירה באַשטייט נאָר אין דעם, צי ער זאָל ממלא זיין תפקידו, אָדער ח"ו ניט. אָבער זיין תפקיד ליגט אויף עם!

ובמילא האָט ער דעם זכות און די אחריות צו [מתקן זיין זיינע „מומים", אַראָפּנעמען דעם „חילול", אָנטאָן די „בגדי כהונה" וכו', און] טאָן די עבודה — ביז צו טאָן די עבודה פאַר אַלע אידן, דורך ברענגען צו זיי דעם אור פון תומ"צ צוזאַמען מיטן מאור שבתורה, און מאַכן אויך זיי פאַר „כהנים".

י. דער יצה"ר איז דאָך אָבער אַ „קלוגינקער"לב, טוט ער זיך אָן אין אַן איצטלא פון „ענוה" און הויבט אָן איינ'טענה'ן; דו זאָגסט דאָך אַליין אַז דו האָסט נאָך גענוג אַרבעט מיט זיך אַליין — סיי אין „סור מרע", אויסהיילן די מומים און באַפרייען זיך פון חילול; און סיי אין „ועשה טוב", אָנטאָן די בגדי כהונה און נתחנך ווערן לכהונה — איז אויב „סמוך לפלטין שלך לא כבשת"לג, היינט ווי קענסטו טראַכטן וועגן אַ צווייטן אידן? ווי וועסטו — וויסנדיק ווער דו ביסט — קענען פּועל זיין אויף עם?!

דערויף זאָגט רש"י „לאחר שתגמור מלאכת המשכן": משה רבינו האָט שוין פאַרענדיקט די מלאכת המשכן פאַר יעדער אידן און אויפגעטאָן דעם „ושכנתי בתוכם, בתוך כאו"א מישראל"לד; וואָס מען מאָנט פון דיר איז אויפצוטאָן אין דעם צווייטן אידן ניט אַ נייעם ענין, נאָר מגלה זיין דעם „משכן" וואָס איז שוין פאַרטיק בתוכו (און אויך דאָס, דעם גילוי המשכן, דאַרפסטו טאָן ניט מיט דיינע כחות נאָר בכחו של משה, כנ"ל ס"ח).

און דעריבער איז אַ דבר ברור, אַז אויב נאָר דו וועסט זיך ניט לאָזן פאַרפירן פון די פּיתויי היצר און טאָן דיין תפקיד, וועסטו זיכער מצליח זיין, אין דיין אַרבעט, ביז צום מגלה זיין דעם משכן דאקרי מקדש68) וואָס ביי יעדער אידן.

וואָס דאָס וועט ממהר זיין און מקרב זיין דעם גילוי פון דעם מקדש (הכללי) כפּשוטו (דער בית המקדש השלישי), וואָס אויך דער מקדש איז שוין פאַרטיק און ער דאַרף בלויז אַראָפּקומען און נתגלה ווערן למטה80), בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ תצוה תשכ"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-gg5cgd3k

עותקים

פעילות אחרונה

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · אושרה
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · נסגרה

מקורות