English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים יט

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

409פרשת החורש

אויף החודש הזה לכם ראש חדשים, איז פאַראַן אַ מאמר פון כ"ק אדמו"ר הצ"צ — וואָס השנה איז שנת המאה להסתלקות־הילולא שלו — געדרוקט אין אור התורה פ' באַ (ע' רסד). דער מאמר מיט שינויים וכו', איז דאָ אויך פון כ"ק אדמו"ר מהר"ש, פון כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע און פון כ"ק מו"ח אדמו"ר.

נוסף אויף דער שייכות פון דעם מאמר צום היינטיקן שבת (פ' החודש) — מצד התחלת ותוכן המאמר, וואָס אין מאמר רעדט זיך וועגן די ענינים פון פ' החודש, איז ער שייך אויך צום היינטיקן שבת — מצד די בעלי המאמר, וואָס זיי האָבן דאָך אַ שייכות מיוחדת צו חודש ניסןא.

— דער צ"צ, איז זיין יום ההילולא י"ג ניסן. דער רבי מהר"ש, איז זיין התחלת הנשיאות, נשיאות לויט צוואת הצ"צב, בו ביום. דער רבי (מהורש"ב) נ"ע, איז זיין יום ההילולא ב' ניסן. און כ"ק מו"ח אדמו"ר, בנו יחידו, איז זיין התחלת הנשיאות בו ביום, ב' ניסן17) —

און כל ימי חודש ניסן (ובכללם, ב' און י"*) ג בו), זיינען כלול בר"ח ניסןד (וכמובןג פון דעם וואָס עס הייסט מיטן נאָמען ראש חודש (און ניט תחילת החודש), ווייל ער איז בדוגמת הראש וואָס איז כולל אין זיך חיות כל האברים), און ר"ח ווערט דאָך געבענטשט און איז כלול אין שבת מברכים*) אַלס ראש חודש (נוסף אויף דעם וואָס שבת איז אים כולל אַלס יום ג' בשבת, וואָרום שבת איז מיני' מתברכין כולהו יומין)ז.

* *

דער מאמר ד"ה החודש פון כ"ק אדמו"ר הצ"צ איז אויך דאָ אין אַ ביכל, וואו עס איז צוגעשריבן (בהמפתחות), אַז דעם מאמר האָט דער צ"צ געזאָגט בימים שלפני הסתלקותו. אויך שטייט אין דעם ביכל, אַז די הסתלקות איז געווען אור ליום ה' יג ניסן 37 מינוט אחרי שעה . . אחרי חצות. וואָס פון דעם איז קענטיק אַז דער שרייבער איז געווען אַ דייקן, ביז ער האָט מדייק געווען אויפן מינוט, איז מסתמא די אַלע זאַכן וואָס ער שרייבט (בנוגע המאמר וההסתלקות) זיינען בדיוק.

* *

(כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר את המאמר ד"ה החודש. ואחרי המאמר אמר;)

410כאמור לעיל, איז דער מאמר פאַראַן פון צ"צ, פון רבי'ן מהר"ש, פון רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע און פון כ"ק מו"ח אדמו"ר. און „אין שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד"*), איז אויך די ענינים וואָס ווערן געבראַכט בכמה מהנ"ל האָט יעדער רבי געזאָגט מיט אַן אַנדער סגנון.

ס'איז דאָך „אי אפשר לבית המדרש בלא חידוש"20), איז מובן, אַז אין יעדען איינעם פון די מאמרים איז דאָ אַ חידוש אין דעם ענין וואָס ס'איז ניטאָ אין צווייטן. דאָס איז בנוגע די שינויים פון איין נשיא צום צווייטן. וי"ל אַז מכש"כ די שינויים וואָס ביים זעלבן נשיא גופא, איז דאָך אַ ודאי, אַז אין יעדער מאָל איז דאָ אַ חידרש.

איז אעפ"י אַז ס'איז פאַראַן אַ חידוש אין יעדען איינעם פון די מאמרים, איז אָבער וואָס איז נוגע איצטער ביחוד — וויבאַלד אַז השנה איז שנת המאה להסתלקות־הילולא של הצ"צ, איז נוגע ביחוד דער מאמר ווי ער איז געזאָגט געוואָרן פון צ"צ, און פון צ"צ גופא — דער נוסח ווי ער איז אין דעם ביכל, וואָס דאָס איז געזאָגט געוואָרן בימים שלפני הסתלקותו.

און דעריבער — נכון וכדאי אַז יעדערער זאָל לערנען בימים אלו דעם מאמר, בפנים ובע"פ, וכלשון פון דעם אַלטן רבי'ן21) „כפי יכולת השגתו ושרש נפשו למעלה".

מסתם וועט מען דעם מאמר אָפּדרוקן אין אַ קונטרס בפני עצמו, באופן אַז יעדערער זאָל אים קענען האַלטן בכיסו און לערנען אים (ניט בלויז בשבתך בביתך, נאָר אויך) ובלכתך בדרך וגו'.

* *

אעפ"י אַז אין דעם מאמר רעדט זיך בנוגע די מעלה פון חודש ניסן אויף תשרי, אַז ניסן איז אַן ענין וואָס איז העכער פון עולמות, איז אָבער ווי גערעדט (אין די פריערדיקע שיחות) דעם דיוק לשון הכתוב „ראשון הוא לכם לחדשי השנה", אַז חודש ניסן איז דער ראשון ושליט ניט בלויז אין די ענינים פון חודש, וואָס איז שייך צו מהלך הלבנהיב, וואָס ישראל מונין ללבנה17), נאָר אויך אין די ענינים פון שנה, וואָס איז שייך צו מהלך החמהיב, וואָס או"ה מונין לחמהיג.

אין עולם קטן זה האדם הייסט דאָס, אַז דער „למעלה מהטבע" וואָס אין חודש ניסן, ווערט נמשך און פּועל'ט, ניט בלויז אין די ענינים פון דעם נפש האלקית, נאָר אויך אין די ענינים פון דעם גוף און נפש הבהמיתיד.

ועד"ז אויך בנוגע דעם לימוך המאמר — ויהי רצון אַז ער זאָל פּועל זיין פּעולתו אויך אין די ענינים הגשמיים און די עניני הטבע, אַז אויך אין טבע זאָל נמשך ווערן למעלה מהטבע ובהצלחה רבה, און ווי ניסןטו — אַז (באופן טוב) נסי נסים נעשו לו. (משיחת ש"פ ויק"פ, פ' החודש ה'תשכ"ו)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-zq8tt041

עותקים

פעילות אחרונה

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · אושרה
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · נסגרה

מקורות