English
ספרייה

לקוטי שיחות

תרומה א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

152תרומה

א. אין דעם סוג הדומם וואָס איז באַנוצט געוואָרן (צוויטן אַנדערע סוגים) פאַר עשיית המשכן און זיינע כלים, זיינען געווען דריי מינים ; זהב, כסף און נחשתא.

עס איז דאָך ידוע, אַז „משכן אקרי מקדש" און „מקדש אקרי משכן"ב. דערפון איז מסתבר אָנצונעמען, אַז די מעלות און עניני חשיבות וואָס זיינען געווען אין בית המקדש, זיינען זיי (אין אַן ענליכן אופן) געווען אויך אין משכן.

דאַרף מען פאַרשטיין; מען געפינט דאָך, אַז אין ביהמ"ק איז יעדער זאַך געווען (אויף וויפל ס'איז נאָר מעגליך) אין אַן אופן פון עשירותג ; און דאָס — ביז צו אַזאַ פאַרנעם, אַז „השקו את התמיד בכוס של זהב"ד — ווייל „אין עניות במקום עשירות"ח. דאָס מיינט ; אַפילו אַזאַ כלי, וואָס האָט בלויז גענוצט אויף צו אָנטרינקען די בהמה פאַר איר שחיטה אַלס קרבן, איז אויך געווען פון זהב —

[הגם אַז דער „כוס" איז ניט געווען פון די „כלי המקדש", נאָר בלויז אַ כלי צוליב אַ בהמה וואָס מ'האָט איר דערנאָך מקריב געווען; און נאָכמער; דער שימוש גופא האָט ניט גענוצט פאַר אַן עבודה, נאָר צוליב הפשט און אין הפשט — נאָר אַלס סיבה אַף אַ תועלת (ניט אַן עיקר) אין דער הפשט; דורך דער השקאה ווערט לייכטער די הפשטת העור פון קרבןח] —

היינט אויב אַפילו אַזאַ ניט־עיקר*) דיקער פּרט אין ביהמ"ק האָט געדאַרפט זיין מיט דער עשירות פון זהב, האָט דאָך געדאַרפט לכאורה אויסקומען, אַז דער משכן און אַלע זיינע כלים האָבן אַוודאי געדאַרפט ווערן געבויט און אויסגעאַרבעט בלויז פון זהב. ווי קומט עס, אַז אין דעם זאָל האָבן אַ חלק דער מין פון כסף און אפילו נחשת?

בנוגע „כסף", קען מען נאָך פאַרענטפערןט; היות ווי אין אַ געוויסן פּרט איז אין כסף דאָ אַ מעלה לגבי153זהב (ווי דער מדרש זאָגט אין דער התחלה פון היינטיקער סדרה), דעריבער האָט אויך (מעלת ה)כסף געדאַרפט זיין אין מטכן. עס בלייבט אָבער די קשיא בנוגע צו נחשת?

מען קען עס ניט פאַרענטפערן בפּשטות, אַז דעמאָלט האָבן די אידן ניט געהאַט גענוג זהב (וכסף) און דערפאַר האָט זיי דער אויבערשטער אָנגעזאָגט צו נוצן אויך נחשת — וואָרום דעמאָלט איז דאָך ביי די אידן געווען (ווי די גמרא) זאָגט) „כל כסף וזהב שבעולם" — און אַזאַ כמות פון זהב וכסף איז דאָך זיכער געווען גענוג אויף כל עניני המשכןי.

ב. וועט מען עס פאַרשטיין דורך מקדים זיין, אַז עס זיינען פאַראַן דריי דעות ווען מ'איז נצטווה געוואָרן אויף עשיית המשכן און ווען עס איז געווען די נדבת המשכן;

איין דיעה איז — אין זהריא — אַז ניט בלויז דער ציווי, נאָר אויך די פּעולה פון נדבת המשכן, זיינען געווען (גלייך נאָך מתן תורה) פאַר דעם חטא העגל. און דערמיט איז דער זהר דאָרט מבאר וואָס עס שטייט אין פסוק (ביים הטא העגל) „ויתפּרקו כל העם את נזמי הזהב אשר באזניהם"יב

[דלכאורה; די אידן האָבן דאָך מיטגענומען פון מצרים אַ סך זהב, פאַרוואָס־זשע האָבן זיי געדאַרפט אָפּגעבן צוליבן עגל די תכשיטי זהב וואָס זיי האָבן געטראָגן אויף זיך אַליין — „נזמי הזהב אשר באזניהם"?]

— ווייל זיי האָבן שוין פריער, בעת נדבת המשכן, אָפּגעגעבן דאָס גאַנצע גאָלד פאַרן משכן, ובמילא איז ביי זיי שפּעטער, ביים חטא העגל, געבליבן נאָר דער זהב פון די תכשיטים וואָס זיי האָבן געטראָגן אויף זיך.

אַ צווייטע דיעה איז פאַראַן — פאַרקערט; ניט בלויז נדבת המשכן בפּועל ממש, נאָר אויך דעם אויבערשטנס ציווי „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם"יג, איז געווען ביום הכפּורים (ד.ה. נאָך חטא העגל), „כדי שידעו כל האומות שנתכפּר להם מעשה העגל"יד.

און ס'איז דאָ אַ דריטע דיעה וואָס האַלט, אַז פון דעם אויבערשטן, איז דער ציווי „ועשו לי מקדש" געזאָגט געוואָרן פאַרן חטא העגל, אָבער די אידן האָבן [געהערט דעם ציווי פון משה רבינו און] געבראַכט די נדבות המשכן ערשט נאָך יום הכפּוריםטו.

וויבאַלד אַז „אלו ואלו דברי אלקים חיים"י, איז פאַרשטאַנדיק; הגם אַז154ביים משכן גשמי איז פאָרגעקומען בלויז ווי איינע פון די דריי דיעות, זיינען אָבער אַלע דריי דיעות אמת („דברי אלקים היים") און זיי זיינען פאַראַן אין דעם עיקר און דעם פּנימיות פון משכן — אין דעם משכן רוחני, אין „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" — וכדלקמן.

ג. לאחר מ"ת (פאַר דעם חטא העגל) זיינען אַלע אידן געווען אין דער מדריגה פון צדיקים. וואָרום טראָץ דעם וואָס פריער — אין מצרים — זיינען זיי געווען אין אַ מצב וואָס „אלו עובדי ע"ז ואלו כו'"טו — האָט אָבער יציאת מצרים און מ"ת אין זיי אויפגעטאָן דעם ענין פון גירותיח. און וויבאַלד אַז „גר שנתגייר כקטן שנולד"יט — איז ניט פאַרבליבן ביי זיי קיין שום רושם פון דעם ניט־גוטן עבר. [און נאָך מער; אַפילו דער רושם לא טוב פון דעם גאָר ווייטן עבר, די זוהמא וואָס איז געווען באַ אַלע מענטשן פון זינט חטא עה"ד, איז באַ זיי נפסק געוואָרן בעת מתן תורהכ].

דערנאָך, זיינען זיי באַגאַנגען אַ חטא און נאָך אַ חטא חמור ביותר — דעם חטא העגל וואָס איז דער שרש1 צו אַלע (שפּעטערדיקע) חטאים.

ובכן קומט אויס, אַז נאָך יוהכ"פּ (ווען דער אויבערשטער האָט געזאָגט „סלחתי כדברך"ה זיינען זיי געוואָרן אין דער מדריגה פון בעלי תשובה.

און אין דעם באַשטייט דער חילוק צווישן די דריי דיעות הנ"ל;

לויט דער דיעה, אַז אויך נדבת המשכן איז פאָרגעקומען פאַרן חטא העגל, קומט אויס, אַז עשיית המשכן ווערט דורכגעפירט דורך צדיקים;

לויט דער דיעה וואָס זאָגט, אַז אויך דער ציווי איז געווען ערשט ביום הכפּורים „כדי שידעו . . שנתכפר להם כו'", קומט אויס אַז דער גאַנצער ענין פון אויפמאַכן אַ משכן — איז פון אָנהויב ביזן סוף פאַרבונדן מיט בעלי תשובה;

און לויט דער דיעה אַז דער חטא העגל איז פאָרגעקומען צווישן דעם ציווי אויף עשיית המשכן און דעם דורכפירן עס בפּועל — ד. ה. אַז דער ציווי איז געבליבן בתקפו אויך דעם גאַנצן משך הזמן וואָס צווישן דעם חטא און יוהכ"פּ (וואָרום אויב דער ציווי וואָלט צוליבן חטא בטל געוואָרן, וואָלט שפּעטער געמוזט קומען אַ נייער ציווילג) — קומט אויס אַז אויך רשעים האָבן אַ שייכות צו מאַכן אַ „מקדש" און דורך דעם פּועל זיין דעם ענין פון „ושכנתי בתוכם".

155ד. די הוראה אין עבודה, וואָס מ'קען אַרויסלערנען פון יעדער איינע פון די דריי דיעות;

ווען אַ איד דערגרייכט צו דער מדריגה פון אַ צדיק, וואָס „אין לו יצה"ר"לד (בדוגמא ווי די אידן זיינען געווען בעת מ"ת, וואָס „פּסקה זוהמתן"), קען ער ביי זיך טראַכטן; וויבאַלד ער שטייט אין אַזאַ דרגא נעלית, וועט ער זיך בעסער פאַרנעמען בלויז מיט ענינים רוחניים און זיך אָפּזונדערן פון ענינים גשמיים —

אָט די אידן וואָס זיינען נידעריקער פון זיין מדריגה (מדריגת צדיק), היות אַז זיי האָבן צו טאָן מיט עניני העולם, דאַרף ביי זיי זיין די עבודה פון „ועשו לי מקדש" — אויפמאַכן פון זייערע ענינים גשמיים אַ דירה צום אויבערשטן, דורך „בכלכג דרכיך דעהו". וואָרום ווען זיי זאָלן עס ניט טאָן, קענען זיי ח"ו איינגעזונקען ווערן אין די ענינים פון עוה"ז — פריער אין דברים המותרים — און פון זיי דערנאָך אַראָפּפאַלן אין עניני איסור ח"וכ. ער אָבער איז אַנדערש; ער איז דאָך אַ „צדיק" — טאָ צוליב וואָס זאָל „ער" זיך פאַרנעמען מיט דער עבודה פון „ועשו לי מקדש" פון די דברים הגשמיים? — מה לו ולגשמיות!

אויף דעם איז די הוראה פון דער ערשטער דיעה, אַז אויך ווען אידן זיינען געשטאַנען אין דער מדריגה פון „פּסקה זוהמתן", האָט זיי דער אויבערשטער אָנגעזאָגט „ועשו לי מקדש" — אַז מען זאָל זיך פאַרנעמען מיט עניני עוה"ז בכדי צו שאַפן פון זיי אַ דירה לו ית'.

און בעת מען זונדערט זיך אָפּ פון גשמיות, איז לבד זאת וואָס דערמיט פאַרפעלט מען צו מקיים זיין דעם ציווי פון „ועשו לי מקדש" (און מען פירט במילא ניט אויס די כוונה פון „נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים" 97)) — קען עס אויך ברענגען צו נאָך ערגער;

היות אַז זיין נשמה איז פאָרט אָנגעטאָן אין אַ גוף גשמי און ער מוז בעל־כרחו אָנקומען צו ענינים גשמיים — איז וויבאַלד זיין גאַנצע אַריינגעטאָנענקייט איז נאָר אין „רוחניות" און פאַרנעמט זיך אינגאַנצן ניט מיט בירור וזיכוך פון די דברים גשמיים — דאַן קען זיין גשמיות סוכ"ס ווערן אַ זאַך וואָס איז אויך היפּך ח"ו פון תכלית הרצוי'. אַזוי ווי מען געפינט ביים זהב וואָס מ'האָט געגעבן פאַרן משכן, אַז ווען מ'וואָלט עס ניט אַוועקגעגעבן אין משכן — וואָלט מען אים ר"ל וח"ו גענוצט פאַרן עגל.

קען מען דאָך מיינען, לאידך גיסא, אַז דוקא אַ צדיק מוז אָנקומען צו דער עבודה פון „ועשו לי מקדש", בכדי צו באַוואָרענען אַז זיינע ענינים גשמיים זאָלן ח"ו ניט ווערן דער היפּך פון טוב וקדושה;

משא"כ אַ בעל תשובה, וויבאַלד ער שטייט אין אַ תנועה פון תשובה, פון דערווייטערן זיך פון רע, און ער זאָגט דערויף (אויף די דברים הא־156סורים) „אי אפשי"א — ער דאַרף קיין באַוואָרעניש ניט האָבן —

אויף דעם קומט די הוראה פון דער צווייטער דיעה, אַז אדרבה; דוקא ביוהכ"פ, אין דעם ערשטן זמן פון „סלחתי כדברך" — ערשט דאַן איז געקומען דער ציווי פון עשיית המשכן, ווייל אין דעם איז תלוי די שלימות (התשובה ו)הכפרה.

מען קען נאָך אָבער אַלץ טראַכטן, אַז בכדי צו אָנהויבן טאָן די עבודה פון „ועשו לי מקדש", דאַרף מען פריער טאָן אַ תשובה שלימה און פּועל'ן דעם „סלחתי כדברך" ; אָבער ביז דאַן — איז „ולרשע

אלקים מה לך לספּר חוקי".

אויף דעם איז די הוראה פון דער דריטער דיעה, אַז דער ציווי „ועטו לי מקדש" איז ניט נתבטל געוואָרן אויף קיין איין רגע ח"ו, און אויך קודם התשובה קען מען און מ'דאַרף מקיים זיין דעם ציווי „ועשו לי מקדש" און דורכדעם פּועל זיין סוכ"ס דעם קיום פון „ושכנתי בתוכם". וכפּסק אדמו"ר הזקןמ, אַז אויך אַ רשע דאַרף לערנען תורה (און מקיים זיין מצות), וואָרום סוכ"ס איז „המאורמא שבה מחזירו למוטב".

ה. דער פּנימיות'דיגער פּירוש פון „אלו ואלו דברי אלקים חיים" מיינט ניט בלויז, אַז יעדער פון די (דריי) דיעות איז אמת, נאָר אויך, אַז בפנימיות זיינען זיי אַלע איין ענין — ווייל „נתנו מרועה אחדא־ל אחד נתנן כו'"לד.

איז במילא פאַרשטאַנדיק, אַז די דריי דיעות הנ"ל זיינען ניט בלויז דריי באַזונדערע הוראות פאַר די דריי סוגים פון אידן — אַ באַזונדער הוראה פאַר צדיקים, וכו'; נאָר נאָך מער; די אַלע דריי דיעות (און הוראות) זיינען אויך פאַראַן אין איין און דעם זעלבן משכן.

דערפאַר זעט מען, אַז אין ארון — וואָס „עיקר החפץ במשכן הוא מקום מנוחת השכינה שהוא הארון" — האָבן זיך אויסגעדריקט אָט די אַלע דריי ענינים הנ"ל; אין ארון זיינען געווען די (שברי) לוחות הראשונותא — די דרגא פון אידן ווי זיי זיינען געווען קודם החטא (צדיקים); אָבער, פון דער צווייטער זייט, זיינען עס דאָך געווען שברי לוחות, וואָס שבירת הלוחות איז געקומען צוליב דער סיבה פון חטא העגל340) — דעריבער ווייזט עס אַז אין ארון איז דאָ אַן אָרט אויך פאַר די אידן וואָס באַ זיי זיינען צובראָכענע לוחות, ווי אידן זיינען געווען לאחרי החטא; און אין ארון זיינען געווען אויך די לוחות שניותד שניתנו ביוהכ"פ, די דרגא (פון בעלי157תשובהיח) ווי אידן זיינען געווען נאָך דעם זמן פון „סלחתי כדברך".

און דאָס איז אויך דער ביאור וואָס דער משכן וכליו האָבן געמוזט זיין ניט אויסשליסלעך פון זהב, נאָר אויך פון כסף און אפילו פון נחשת — ווייל אָט די דריי מינים זיינען מרמז אויף די דריי סוגים הנ"ל פון אידן (כדלהלן ס"ט), און זיי אַלע דאַרפן זיין און זיינען פאַרבונדן מיטן משכן, כנ"ל.

ו. דער חילוק צווישן אָט די דריי מינים; זהב, כסף און נחשת — ווי ער איז מוסבר בפּנימיות הענינים — שפּיגלט זיך אָפּ (ווי אַלע ענינים פון פּנימיות התורה) אויך אין נגלה דתורה, ביז אין אַ הלכה למעשה;

בנוגע צו זהב און כסף זאָגט די גמראל, אַז יעדערער פון זיי פאַרמאָגט אין זיך אַ מעלה לגבי דעם צווייטן; די מעלה פון זהב איז אין דעם וואָס ער איז מער „חשוב" פון כסף; און די מעלה פון כסף איז וואָס ער איז „חריף" — „יוצאיז בהוצאה ועובר לסוחר". און דעריבער זיינען פאַראַן צוויי דיעות, ווען מען שאַצט כסף וזהב איינער לגבי דעם צווייטן. ווער פון זיי (וועגט איבער און) איז „טבעא", און ווער „פירא"; איין דיעה איז, אַז ווייל זהב איז „חשוב'ער" הייסט ער דערפאַר „טבעא" — לגבי כסף; און אַ צווייטע דיעה האַלט (און אַזוי איז די הלכהלה), אַז אויך לגבי זהב איז כסף טבעא דערפאַר וואָס ער איז „חריף".

[און אויסער דעם, וואָס די הלכה בלייבט ווי די צווייטע דיעה אַז כסף איז „טבעא" לגבי זהב (ווייל צו „טבעא" איז בעיקר נוגע דער פּרט פון „חריף"), איז נוסף דערצו פאַראַן אַ לכל־הדיעות'ז יקע צד־מעלה אין כסף לגבי זהב; וואָרום אפילו לויט דער דיעה אַז כסף איז „פירא" לגבי זהב, איז אָבער אַ דבר פּשוט אַז לגבי (פּירות ממש אָדער לגבי) זיך אַליין הייסט ער נאָך אַלץ „טבעא"; משא"כ בנוגע זהב, איז פאַראַן אַ דיעה 10 אַז ער איז „פירא" אפילו (לגבי פּירות ממש אָדער) לגבי זיך אַליין].

אָט די צוויי דיעות זיינען בלויז בנוגע דעם יחס פון זהב און כסף צווישן זיך. בנוגע נחושת, אָבער, האַלטן אַלע אַז נחושת איז „פירא" לגבי כסףמא און (לויט כמה שיטותמח, און אַזוי איז אויך די הלכהג) אויך158לגבי זהב — נחושת איז נידעריקער אין מעלה פון זיי ביידעמד. און הגם נחשת איז מער חריף פון זהב, פונדעסטוועגן קען די „חריפות" פון נחשת ניט איבערוועגן די חשיבות פון זהב

— וואָרום דאָס וואָס בנוגע דער הגדרה פון „טבעא" איז להלכה „חריף" וויכטיקער ווי „חשיב", כנ"ל — איז דאָס דוקא ביי כסף, וואָס אויסער די „חריפות" פאַרמאָגט ער אויך אַ חשיבות (הגם ניט אַזאַ גרויסע ווי ביי זהב — אָבער צוזאַמען מיטן יתרון פון חריפות איז דאָס מכריע). משא"כ נחשת, וואָס האָט כלל ניט קיין חשיבות (מיוחדת), איז דאָ בלויז „חריפות" און דאָס איז ניט גענוג צו איבערוועגן די „חשיבות" פון זהבמה.

ז. אַלע ענינים אין גשמיות נעמען זיך פון דעם וואָס זיי זיינען פאַראַן, אין אַ רוחניות'דיקן אופן, אין זייער מקור — און ווי דער לשון פון אַלטן רבי'ןמו: „שנשתלשלו מהן". דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער חילוק הנ"ל (בגשמיות) צווישן זהב און כסף (וואָס די מעלה פון זהב איז בלויז אין חשיבות, ער איז אָבער ניט „עובר לסוחר"; דאַקעגן איז כסף ניט אַזוי חשוב ווי זהב, אָבער ער האָט דערפאַר די מעלה פון „עובר לסוחר") שטאַמט דאָס פון דעם וואָס אין רוחניות הענינים איז בחינת „זהב" חשוב'ער, העכער פון וועלט [און ווי עס שטייט אין מדרשמז; לא הי' העולם ראוי להשתמש בזהב כו'], און דערפאַר איז ער ניט אַזוי „עובר לסוחר"; און די בחינה פון „כסף" איז ניט אַזוי חשוב, ד. ה. אַ מדריגה נעלית אָבער ניט העכער פון עולמות — און ווייל די מעלה וחשיבות פון בחי' כסף האָט אַ שייכות צו וועלט, דערפאַר איז עס „עובר לסוחר".

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז בחי' נחושת, וואָס האָט אין זיך ניט קיין חשיבות, אויך ניט די חשיבות פון „כסף", איז זי אין עולם גופא אַ נידעריגע מדריגה.

און דאָס איז אויך מתאים דערמיט וואָס „נחושת" איז פון לשון „נחש"מח, וועלכער האָט געבראַכט דעם חטא עה"ד (דער שרשמט פון אַלע חטאים) — ווייל דער ענין פון „נחושת" ווייזט אַ נידעריקייט אין עניני העולם גופאנ.

ח. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: לפי הנ"ל, אַז דאָס וואָס זהב איז ניט „חריף" איז עס גאָר מצד זיין מעלה און חשיבות (וואָס ער איז אַ גאָר הויכע מדריגה — ביז אַז, כנ"ל, לא159הי' העולם (כולל אויך כסף) ראוי להשתמש בזהב) — פאַרוואָס ווערט ער גערעכנט בלויז ווי

לגבי כסף וואָס איז אַזוי פיל נידעריגער פון אים?

איז דער ביאור אין דעם;

דער חילוק צווישן זהב און כסף אין די „ספירות" למעלה — און אין מדות הנפש; „זהב" איז בחי' גבורה און „כסף" בחי' חסדלא. און אין עבודת האדם, איז עס דער אונטערשייד צווישן עבודת הצדיקים און עבודת הבעלי תשובה; עבודת הצדיקים איז המשכה מלמעלה למטה — חסד און כסף; און עבודת הבעלי תשובה איז העלאהלב מלמטה למעלה — גבורה און זהבסח.

וואָס דאָס איז אויך מתאים מיט דעם וואָס בחי' זהב איז העכער פון וועלט און בחי' כסף איז דער תכלית העילוי וואָס אין וועלט גופא; עבודת התשובה (העלאה מלמטה למעלה) איז ענינה בכללות — אַרויסגיין פון וועלטד, אומקערן זיך צום מקור; און עבודת הצדיקים איז — צו ממשיך זיין (דורך תומ"צ) אלקות אין וועלטלה.

און היות אַז די כוונה עליונה ווערט אויסגעפירט דוקא אין המשכת אלקות למטה [וואָס דערפאַר שטייט „נשמתןלח של צדיקים שבהם נמלך כו'"], דעריבער ווערט אָגפּע'פּסק'נט אין תורה אַז די „חריפות" פון כסף וועגט אַריבער די „חשיבות" פון זהב.

ונוסף לזה; די תנועה פון העלאה מלמטלמ"ע, וואָס אין תשובה, איז ניט אויסגעשטעלט אין אַן אופן קצוב, וואָרום [לבד זאת וואָס זי איז תלוי אין דעם הרגש פון יעדן אדם פּרטי, איז אויך] ענינה איז — אַרויסצוגיין פון הגבלה; משא"כ עבודת הצדיקים, די עבודה פון תומ"צ, איז אין אַן אופן פון מדידה וכו'לח. און דערפאַר איז דער דין אַז „זהב" איז „פירא" און „כסף" איז „טבעא", ווייללג די160תכונה פון „טבעא" באַשטייט אין דעם וואָס זיין ווערט איז קצוב*3), באַשטימט, אומגעענדערט80).

ט. און דאָס איז אויך דער ביאור פון דער שייכות צווישן די דריי סוגים — זהב כסף און נחושת — צו די דריי דרגות האדם פון אידן; ווי זיי זיינען געווען קודם חטא העגל, לאחרי החטא און לאחרי יוהכ"פ;

„זהב", וואָס איז מרמז אויף תשובה, איז די בחינה ווי אידן זיינען געווען נאָך יוהכ"פ ; „כסף", עבודת הצדיקים — דאָס איז די דרגא ווי זיי זיינען געווען קודם החטא; און נחשת, פון לשון „נחש" — ווייזט אויפן מצב ווי זיי זיינען געווען אין דעם זמן וואָס צווישן חטא העגל און יוהכ"פ, ווייל דער חטא העגל איז בדוגמת חטא עה"ד 01) וואָס איז געקומען דורכן נחש הקדמוני.

י. די הוראה דערפון בעבודתנו איז;

עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס האַלטן (אָדער ס'איז באמת אַזוי) אַז זיי זיינען אין דער דרגא פון „זהב" און „כסף", און דעריבער ווילן זיי זיך אָפּזונדערן פון אַנדערע אידן וועלכע זיי האַלטן פאַר מדריגת „נחשת".

איז לו יהא כדבריהם, אַז זיי זיינען דער „זהב" און „כסף", און די אַנדערע זיינען „נחשת", דאַרפן זיי אָבער וויסן אַז בכדי ביי זיי זאָל זיך אויספירן דער ענין פון „ושכנתי בתוכם", מוזן זיי זיך פאַרבינדן און פאַראייניקן02) מיט די אידן וועלכע זיינען אין דער בחינה פון „נחשת"; פון זהב און כסף אַליין קען מען קיין משכן ניט אויפשטעלן.

ולאידך גיסא, איז דאָ פאַראַן אַ הוראה פאַר די אידן וועלכע האַלטן זיך פאַר בחי' „נחשת". זיי קענען דאָך טראַכטן; מי אני ומה אני לגשת אל הקודש? דאַרפן זיי וויסן, אַז אויך „נחשת" איז געווען אַ טייל פון משכן, ואדרבה; ס'איז נאָך פאַראַן אַ מעלה אין „נחשת" לגבי „כסף" און „זהב";

א) די אדנים וועלכע האָבן אויפגעהאַלטן דעם חצר המשכן

[וואָס דערמיט האָט זיך אָנגעהויבן און אויפגעטאָן די הבדלה בין קודש לחול83) (משא"כ די חילוקי המדריגות161פון חצר און אינווייניג, ביז צום קדשיקדשים, זיינען אַלץ אין קדושה גופא) — און דער איבערגאַנג פון חול צו קודש איז דאָך אַ מעלה גדולה ביותר*4)

זיינען געווען פון נחשתסח.

ב) אויך די יריעות המשכן האָבן זיך געהאַלטן דורך „יתדות" פון נחשתס, וואָס דוקא דורך זיי איז געווען דער משכן אין אַן אופן פון „אהלסז בל יצען בל יסע יתדותיו לנצח"סח.

(משיחות ש"פ שמיני תשכ"ב,

ש"פ ויקהל תש"ל)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-zmjdczrg

עותקים

פעילות אחרונה

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · אושרה
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · נסגרה

מקורות