נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
235פקודי ב
א.דער סיום וחותם פון ספר שמות איז „בכל מסעיהם". און וויבאַלד אַז ענינו פון דעם ספר איז, ווי דער מדרשא זאָגט, „שבו יצאו ישראל מאפילה לאורה", איז פאַרשטאַנדיק אַז דער ענין היציאה מאפילה לאורה דריקט זיך אויס בעיקר אין די ווערטער „בכל מסעיהם", וואָרום „הכל הולך אחר החיתום"ב. דאַרף מען פאַרשטיין; וואָס איז די שייכות צווישן „בכל מסעיהם" און דער יציאה מאפילה לאורה?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין די רייד פון דעם דערמאָנטן מדרש; אין תחילת הספר ווערט דערציילט (ניט ווי אידן זיינען אַרויס פון גלות, נאָר פאַרקערט) „הבאים מצרימה", ווי די בני ישראל זיינען געקומען אין גלותג. איז ווי באַצייכנט דער מדרש דעם גאַנצן ספרד ווי אַזאַ וואָס ענינו איז „שבו יצאו ישראל מאפילה לאורה"?
ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם פירוש הפשוט פון „בכל מסעיהם", וואָס „מסעיהם" דאָ מיינט (ניט זייערע נסיעות, נאָר) די ערטער וואו זיי האָבן גערוט, זייערע חניותג, און דער לשון „מסעיהם" איז כפירש"י ; „לפי שממקום החני' חזרו ונסעו לכך נקראו כולן מסעות".
איז אין דעם ניט מובן; וועגן די חניות שבמדבר זאָגט די גמרא0) „כיון דכתיבז על פי ה' יחנו ועל פי ה' יסעו כמאן דקביע להו דמי". היינט ווי רופט אָן דער פסוק די מקומות החני' מיטן נאָמען „מסעות" דערפאַר וואָס „ממקום החני' חזרו ונסעו", בשעת אַז זייער חני' איז געווען אין אַן אופן פון „קבע"?
מוז מען זאָגן, אַז דאָס וואָס דער פסוק רופט אָן די חניות בשם „מסעות", איז עס (ניט דערפאַר וואָס עס האָט עפּעס געפעלט אין די חניות, מצד דעם וואָס זיי זיינען געווען צייטווייליגע או כיו"ב, נאָר פאַרקערט) דערפאַר וואָס יעדער חני' איז געווען אַ הקדמה צו דעם „מסע" וואָס נאָך איר, ובמילא האָבן די חניות פאַרמאָגט אין זיך (ניט בלויז די מעלה פון חני' אין אַן אופן פון „קבע", נאָר) אויך די מעלה פון „מסעות".
ג. איז דער ביאור אין דעם;
שוין גערעדט כמה פעמיםח אַז אידן זיינען ניט קיין מיטל אויף צו דורכ־236פירן אַ כוונה וואָס איר תכלית באַשטייט אין עפּעס אַנדערש, נאָר דער תכלית איז אין זיי גופא*8 [אַנדערש ווי די גאַנצע בריאה וואָס אין איר אַליין איז ניט דער תכלית, און זי איז באַשאַפן געוואָרן בלויז „בשביל ישראל ובשביל התורה"ט].
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז עד"ז איז עס אויך בנוגע די עליות וואָס אידן זיינען עולה, ווי עס שטייט „ילכו מחיל אל חיל"י, דאָס הייסט; הגם אַז יעדער מדריגה איז אַ הקדמה און הכנה צו אַ העכערער מדריגה וואָס דער איד וועט צו איר צוקומען שפּעטער, איז עס אָבער ניט אין אַן אופן וואָס די נידעריקערע מדריגה איז (נאָר) אַ משרת צו אַן אַנדער ענין, נאָר אַז אין דעם גופא באַשטייט איר תכלית;
דער בירור וזיכוך וואָס אידן טוען אויף אין די ענינים פון וועלט [דורך דעם וואָס זיי נוצן די עניני העולם „לשם שמים", און אפילו ווען זיי מאַכן פון די דברים גשמיים גופא אַ מצוהיא ], איז בלויז מכאן ולהבא. די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן מלכתחילהיב נאָר בכדי אידן זאָלן מאַכן פון איר אַ דירה לו ית' — וויבאַלד אָבער אַז די וועלט איז בלויז אַן אמצעי כנ"ליג, קומט במילא אויס, אַז דער (זמן און) מצב אין וועלכן דער דבר גשמי איז געווען קודם הבירור, איז ניט מער ווי אַ הכנה צו דעם בירור, בדוגמת ווי איין ענין איז אַ הכנה צו אַ צווייטן ענין;
משא"כ אידן, וויבאַלד אַז דער תכלית איז אין זיי גופא (אין אַלע זייערע עניניםיד), איז דורך דעם הילוך „מחיל237אל חיל", ווען די נידעריקערע מדריגה ברענגט צו צו די העכערע מדריגה, ווערט נשלם איר תכלית גופא, ד.ה. אַז דער פריערדיקער מצב גופא ווערט נתעלה אין דער העכערער מדריגה.
ד. און דאָס איז דער ביאור אין דעם וואָס די מקומות החני' פון אידן האָבן (ניט בלויז זייער אייגענע מעלה, נאָר) אויך די מעלה פון די „מסעות", ווייל דורך דעם וואָס „ממקום החני' חזרו ונסעו", זיינען זיי גופא נתעלה געוואָרן אין דעם ענין ה"מסעות"יג.
און הגם אַז די עלי' (בפועל) קומט ערשט בשעת המסע וואָס נאָך דער חני', וויבאַלד אָבער אַז די כוונת החני' מלכתחילה איז (אויך) צוליב דעם מסע שלאחרי', איז בפּנימיות ובהעלם איז זי שוין אויך פריער אַ מסע.
ה. אויפן פּסוק „אלה מסעי בני ישראל אשר יצאו מארץ מצרים", איז דער אַלטער רבי מבארי, אַז דאָס וואָס עס שטייט „מסעי" לשון רבים, וואָס דאָס מיינט, אַז מיט יעדן פון די מ"ב מסעות זיינען זיי „יצאו מארץ מצרים" — כאָטש פון מצרים בגשמיות זיינען זיי אַרויס גלייך מיט דעם ערשטן מסע, מרעמסס לסוכות — איז עס דערפאַר ווייל כל זמן זיי זיינען נאָך ניט געקומען צו ירדן ירחו זיינען זיי נאָך אַלץ געווען אין דער בחינה פון „מצרים" מלשון מיצר וגבול, און מיט יעדן מסע איז געווען אַן ענין פון „יציאת מצרים".
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער חילוק צווישן די „מסעות" און „חניות" איז בדוגמת דעם חילוק צווישן גלות מצרים און יציאת מצרים;
בעת די נסיעות, וויבאַלד זיי זיינען דורך דעם געוואָרן נעענטער (אויך במקום) צו ירדן ירחו, האָבן זיי געהאַלטן אין אַרויסגיין פון „מצרים" — גאולה; און בעת די חניות, ווען זיי האָבן זיך פאַרהאַלטן אויף איין אָרט און ניט געגאַנגען אין דער ריכטונג צו ירדן ירחו, הגם אַז אויך דאַן זיינען זיי מיט יעדער רגע געוואָרן נע־238ענטער (בזמן) [צום סיום פון די ארבעים שנה וואָס זיי דאַרפן זיין אין מדבר, נעענטער] צום ירדן ירחו — איז אָבער דער ענין פון דער חני' גופא אַ תנועה פון אָפּהאַלטן זיךיז (אָט די וויילע) פון ארויסגיין פון (מצרים) מדבר, און דעריבער ווייזט עס אויפן ענין פון גלות.
ו. דערפון איז מובן, אַז דערמיט וואָס דער פּסוק רופט אָן די „חניות" מיטן נאָמען „מסעיהם", דייט ער אָן, אַז דער ענין הגאולה וואָס איז דאָ אויך בזמן החני' — איז ניט בלויז מצד דעם וואָס מיט יעדער רגע ווערט מען נעענטער צו ירדן ירחו, צו דער גאולה ויציאה מן המדבר, נאָר אויך מצד דעם ענין החני' — הגלות עצמו.
וואָרום וויבאַלד אַז די כוונה פון „גלינו מארצנו" איז צוליב די גילויים נעלים וואָס וועלן זיין אין דער גאולה העתידה (צו וועלכער מען קען ניט צוקומען דורך אַן אַנדער אופן), איז הגם אַז בנוגע צום גלות גופא איז ער בלויז אַ הכנה צו דער גאולה (ווי איין ענין איז אַ הכנה צו אַ צווייטן ענין), איז אָבער בנוגע צו אידן — איז דער „גלינו" גופא (בפּנימיות ובהעלם) אַן ענין פון גאולה, וכנ"ל סעיף ד'.
ז. ע"פּ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין ווי די ווערטער „בכל מסעיהם" זיינען דער חותם און הכל פון גאַנצן ספר „ואלה שמות בני ישראל" — וואָס קומט לאחרי ספר בראשית וואו עס ווערט דערציילט וועגן די אבותיח;
די אבות זיינען געווען העכער פון עולםיט (לשוןכ העלם), און ווייל די כוונה איז דירה בתחתונים, דערפאַר זיינען די „מעשה אבות" (נאָר „ריחות"כא און) בלויז אַ „סימן" (והכנה) לבנים32), וואָס זיי, די בנים דוקא האָבן דורכגעפירט די דאָזיקע כוונה.
און דאָס איז דער המשך פון די סיפּורים און מאורעות וואָס ווערן דערציילט אין ספר שמות;
בתחלת הספר ווערט דערציילט וועגן דער ירידה למטה; ווי די „בני ישראל"33) זיינען געקומען אין מצרים און וועגן דעם חשך הגלות; און דערנאָך ווערט דערציילט וועגן דער המשכת אלקות וואָס איז נמשך געוואָרן239למטה דורך יציאת מצרים; שפּעטער