English
ספרייה

לקוטי שיחות

פקודי א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

225פקורי

א. צוזאַמען מיטן ציווי פון אויבערשטן צו משה'ן, בפּרשתנו, אַז ער זאָל אויפשטעלן דעם משכן און אַריינשטעלן אין אים די כליםא, האָט דער אויבערשטער אים אויך אָנגעזאָגט ער זאָל טאָן דערביי געוויסע עבודות; בהמשך צו „והבאת את השלחן" האָט ער אים געזאָגט „וערכת את ערכו", און ביי „והבאת את המנורה" — „והעלית את נרותי'"ב. דאַקעגן ביי די מזבחות — מזבח הזהב און מזבח העולה — ווערט משה בלויז אָנגעזאָגט צו אַריינברענגען זיי אויפן אָרטג ; ס'ווערט אָבער ניט דערמאָנט ער זאָל טאָן די עבודות אויף זיי.

אָבער ווייטער אין דער סדרה, וואו עס ווערט דערציילט וועגן דעם מילוי הציווי דורך משה, ווערן דערמאָנט ניט נאָר די אָנגעזאָגטע צוויי עבודות הנ"ל — „ויערוך עליו ערך לחם גו'" און „ויעל הנרות"ד — נאָר אויך „ויקטר עליו קטרת סמים" נאָך „וישם את מזבח הזהב וגו'"ו, און „ויעל עליו את העולה ואת המנחה" נאָך „ואת מזבח העולה שם גו'"ח.

משום האי טעמא, וואָס אין דעם ציווי פון אויבערשטן ווערט ניט דערמאָנט אַז משה זאָל טאָן אָט־די צוויי עבודות (קטרת און הקרבת העולה והמנחה), זיינען דעריבער פאַראַן צוויי דיעות אין מפרשי התורה — וועמען דער פּסוק מיינט מיט „ויקטר" און „ויעל":

פאַראַן מפרשיםז וואָס לערנען, אַז אויך דאָס האָט געטאָן משה רבינו (ווי ס'איז משמע פון פּשטות המשך הכתובים). ווייל טראָץ דעם וואָס אויף די עבודות האָט אים דער אויבערשטער ניט אָנגעזאָגט בפירוש, האָט עס אָבער משה אָפּגעלערנט פון דעם ציווי וואָס ער האָט געהאַט אויף ערך לחם און העלאת הנרות;

אַנדערע מפרשיםח לערנען, אַז ביי די צוויי עבודות מיינט די תורה אהרן'ען (וויבאַלד משה איז ניט נצטווה געוואָרן) — און לויט אָט־דער שיטה איז דער פּירוש פון די פּסוקיםה; נאָכדעם ווי משה האָט מקיים געווען דעם ציווי ה' דורך „וישם את מזבח הזהב גו'", האָט זיך אָפּגעטאָן דער „ויקטר עליו קטרת סמים" דורך דעם וואָס זיין עבודה איז צו מקטיר זיין קטרת — אהרן. און דאָס זעלבע איז אויך בנוגע צו „ואת מזבזן העולה שם גו' ויעל עליו את העולה ואת המנחה"ח; אַז לאחר ווי משה האָט אויפגעשטעלט דעם מזבח העולה, האָט עמעצער אַנדערש אויף אים מעלה געווען „העולה" און „המנחה".

ווי איז שיטת רש"י בזה? — אויף „ויקטר עליו קטרת" טייטשט רש"י ניט אָפּ ווער עס האָט געטאָן אָט־די עבודה226ער איז דאָ בלויז מפרש דעם זמן, ווען מען האָט מקטיר געווען: „שחרית וערבית כו'"; דאַקעגן אויף „ויעל עליו וגו'" זאָגט רש"י: „אף ביום השמיני למילואים שהוא יום הקמת המשכן שימש משה והקריב קרבנות צבור, חוץ מאותן שנצטווה אהרן בו ביום שנאמרי קרב אל המזבח וגו'", ד. ה. אַז מיט „ויעל" ווערט געמיינט משה רבינויא.

איז דאָך לפי"ז ניט מובן; פאַרוואָס אויף „ויקטר עליו קטרת" דערמאָנט רש"י ניט ווער עס האָט מקטיר געווען די קטרת, און אויף „ויעל עליו" איז ער מפרש „שימש משה כו'"?

ב. די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער; אין זיין ווייטערדיקן פּירוש אויף „ויעל עליו" — וואו ס'ווערט נאָר דערמאָנט עולה און מנחה — זאָגט רש"י „שימש משה והקריב קרבנות צבור", וואָס פון זיין לשון „קרבנות צבור" סתםיב, איז דאָך קענטיק כוונת רש"י צו לאָזן אונז הערן אַז משה האָט דאַן מקריב געווען (ניט נאָר „את העולה ואת המנחה" וואָס שטייען אין פּסוק, נאָר אויך) אַלע קרבנות צבוריג — איינשליסנדיק אין דעם, כמובן, אויך די עבודהיד פון קטרתטז. איז דאָך נאָכמער קשה: פאַרוואָס איז עס רש"י ניט מפרש פריער אויף די ווערטער „ויקטר עליו קטרת"?

איז דערפון גופא משמע, אַז פונעם פּסוק „ויקטר עליו קטרת" אַליין געפינט ניט רש"י קיין הוכחה ברורה ווער עס האָט מקטיר געווען די קטרת. ערשט נאָכדעם, פון ווייטערדיקן פּסוק „ויעל עליו את העולה ואת המנחה", וואָס דאָרט איז ביי רש"י ברור אַז דער „ויעל" באַציט זיך אויף משה'ן — לערנט שוין רש"י אָפּ דערפון אויך בנוגע אַלע קרבנות צבור — כולל אויך קטרת — אַז אויך זיי האָט משה מקריב געווען. וואָ־227רום ס'איז ניטאָ קיין סברא צו מחלק זיין צווישן די עולה ומנחה און די אַנדערע קרבנות צבור, „חוץ (ווי רש"י פירט אויס) מאותן שנצטווה אהרן כו' ".

דאַרף מען פאַרשטיין; מיט וואָס איז, לויט רש"י, אין דעם „ויעל" פאַראַן מער הוכחה — אַז דאָס מיינט משה — איידער אין דעם „ויקטר"?

ג. נוסף לזה (וואָס ס'איז ניט קענטיק דער חילוק צווישן „ויקטר" מיט „ויעל") איז ניט מובן יעדער פּירוש בפני עצמו — סיי דער פּרש"י אויף „ויקטר עליו קטרת" און סיי זיין פּירוש אויף „ויעל עליו גו'":

אויף „ויקטר עליו קטרת" זאָגט רש"י: „שחרית וערבית כמ"שי בבקר בבקר בהטיבו את הנרות וגו' ".

בהשקפה ראשונה איז קענטיקיז, אַז רש"י איז מיט דעם פּירוש אויסן צו מסביר זיין; היות אַז די אַלע פריער אויסגערעכנטע פּעולות אין דער פּרשה (פון „ויקם גו'" און אַזוי אין יעדן פּסוק ביז „וישם גו' ") זיינען געטאָן געוואָרן בלויז איין מאָל אין יענעם טאָגיח — דעריבער, בכדי מ'זאָל ניט איינלערנען אויך ביי „ויקטר" בדרך זו, באַוואָרנט רש"י אַז די קטרת האָט מען אין דעם טאָג מקטיר געווען צוויי מאָל; שחרית וערבית.

באמת איז אָבער שווער אַזוי איינצולערנען ;

א) אויך די נרות המנורה האָט מען זיכער אָנגעצונדן נאָכאַמאָל אין זעלבן טאָג, וואָרום הדלקת הנרות דאַרף דאָך זין בין הערביםיט (און „ויעל הנרות", פון אונזער פּסוק, איז געווען אינדערפריכ), האָט דאָך רש"י געדאַרפט שטעלן אָט־די באַוואָרעניש (אויך) ביי „ויעל הנרות" וואָס שטייט פאַר „ויקטר עליו קטרת"?

ב) צו באַוואָרענען אַז „ויקטר עליו קטרת" איז געווען צוויי מאָל, איז נויטיק דוקא לויט דעם פּי' אַז „ויקטר" באַציט זיך צו משה'ן ; וויבאַלד די אַנדערע פּעולות פון יענעם טאָג האָט משה געטאָן בלויז איין מאָל, קען זיין אַ ס"ד צו פאַרגלייכן און זאָגן אַז ער האָט אויך די עבודת הקטרת געטאָן בלויז איין מאָל, און דעריבער איז נויטיק רש"י'ס באַוואָרעניש. אויב אָבער מ'לערנט, אַז מיט228„ויקטר עליו קטרת" מיינט דער פּסוק ניט משה'ן נאָר אהר['ען — אַז פון זינט „וישם (משה) את מזבח הזהב גו'" האָט אַהרן אויף אים אָנגעפאַנגען צו מקטיר זיין קטרת — איז דאָך אדרבה, דאַן איז פּשוט אַז פּונקט ווי אהרן האָט עס שפּעטער שטענדיק געטאָן צוויי מאָל אַ טאָג (ווי ס'שטייט אין פּ' תצוהכא), אַזוי האָט ער עס אויך געטאָן יענעם טאָג — וואָרום וואָס פאַר אַ סברא איז דאָ צו מחלק זיין צווישן זיי? און במילא איז ניט נויטיק דער חידוש פון „שחרית וערבית".

היינט לפי הנ"ל (סעיף ב') אַז ביים פּסוק „ויקטר עליו קטרת" איז נאָך ניט ברור ביי רש"י'ן אַז דאָס האָט משה מקטיר גיווען — איז דאָך נאָך דערווייל ניטאָ קיין נתינת־מקום צו זאָגן אַז ס'איז ניט געווען "שחרית וערבית"; און אויב מצד דעם וואָס פון פּסוק „ויעל עליו גו' " ווייס מען למפרע אַז „ויקטר" גייט אויף משה'ן — וויבאַלד ער האָט געטאָן אַלע עבודות צבור — איז דאָך שוין ווידער ניט נויטיק צו מחדש זיין אַז ער האָט אויך מקטיר געווען קטרת בערבית, ווייל אויך די הקטרה בין הערבים איז איינע פון די עבודות צבור. איז דאָך ממ"נ שווער; צו וואָס דאַרף רש"י מפרש זיין „שחרית וערבית"?

ג) אויך די ראי' וואָס רש"י ברענגט צו זיין פּי' „שחרית וערבית" — „כמ"ש בבקר בבקר בהטיבו את הנרות וגו'" — איז שווער צו פאַרשטיין;

לויט פּי' הנ"ל קומט דאָך אויס אַז דער גאַנצער חידוש באַשטייט (ניט אין דער הקטרה פון „שחרית", נאָר) אין די הקטתה פון „ערבית" — אָבער ברענגענדיק אויף דעם די ראי' פון פּסוק קומט עס גאָר באופן הפוך ; די ווערטער „בבקר בבקר" איז רש"י מעתיק בפירוש, און די ווערטער „בין הערבים", וואָס פון זיי איז דער עיקר ראי' אויפן חידוש, איז ער מרמז בלויזכב מיט אַ „וגו'"כג?

אויך איז נים מובן: צוליב וועלכן טעם איז דאָ רש"י מעתיק אויך די ווערטער „בהטיבו את הנרות", וואָס זיינען דאָ לכאורה אינגאַנצן ניט נוגע?

ד. אויך אין ווייטערדיקן פּי' רש"י אויף „ויעל עליו וגו'" איז קשה:

א) אויב רש"י וויל בלויז אָפּטייטשן אַז מיט „ויעל עליו" מיינט דער פּסוק משה'ן, האָט ער דאָך דאָס געדאַרפט זאָנן מיט צוויי ווערטער: „משה הקריב". צו וואָס די גאַנצע אריכות „אף ביום השמיני . . שימש משה": וואָס איז ביי דעם פּסוק נוגע צו וויסן, אַז דער טאָג פון הקמת המשכן אין געווען „שמיני למילואים" וכו' ?

ב) רש"י איז דאָ מעתיק פון פּסוק, בהקדם לפּירושו, נאָר די ווערטער „ויעל עליו"; די ווייטערדיקע ווערטער — „את העולה ואת המנחה" — איז ער מרמז בלויז מיטן וואָרט „וגו'".

דער טעם דערפון איז פאַרשטאַנדיק בפּשטות: רש"י'ס פּי' „אף ביום השמיני כו' שימש משה והקריב קרבנות צבור כו'" איז ניט בלויז בשייכות צו „את העולה ואת המנחה", נאָר אויך צום כללות הענין פון „ויעל עליו". וואָס דערפאַר באַנוצט זיך ניט רש"י בהמשך הפּירוש מיט די ווערטער פון פּסוק,229„עולה" און „מנחה", נאָר ער איז מדגיש „קרבנות צבור" סתם (כנ"ל סעיף ב').

אָבער עפּי"ז ווערט די שאלה לאידך גיסא; וויבאַלד אַז זיין פּירוש באַציט זיך צום מובן כללי פון „ויעל עליו", ווי דאָס איז כולל אויך די אַנדערע קרבנות צבור — האָט ער דאָך לכאורה אָט־די פּרטים „את העולה ואת המנחה" אינגאַנצן געדאַרפט אויסלאָזן און אפילו ניט מרמז זיין אויף זיי דורכן וואָרט „וגומר"?

ה. דער ביאור בכל הנ"ל איז;

אין דער פּרשה פון לחם הפּנים שבסדרת אמורכד — וואָס רש"י האָט שוין דערמאָנט פריערכה — ווערט געזאָגט, אַז די צייט פון עריכת לחם איז ביום השבת. קען מען פרעגן ; דער זמן הקמת המשכן איז דאָך ניט געווען ביום השבתכ, איז ווי קומט עס אַז אין דעם ניט־שבת'דיקן טאָג פון הקמת המשכן זאָל פאָרקומען דער „ויערוך עליו ערך לחם"?

די זעלבע שאלה איז אויך בנוגע „ויעל הנרות"; דער זמן פון הדלקת הנרות איז געווען אין אָוונט, ניט אינדערפריכה — היינט ווי אַזוי איז דער „ויעל הנרות" פון פּרשתנו געטאָן געוואָרן אינדערפרי ?

מוז מען זאָגן, אַז די עריכת הלחם און העלאת הנרות אין דעם יום מיוחד פון הקמת המשכן, האָבן מיט זיך פאַרגעשטעלט אַן ענין מיוחדכח, אַנדערש ווי דער שטענדיקער ענין פון העלאת הנרותכט און לחם הפּניםל.

און דערפאַר, בשעת עס קומט צום פּסוק „ויקטר עליו קטרת" האָט מען געקענט אַ טעות האָבן אַז אויך די עבודה פן „ויקטר" (ווי „ויערך" און „ויעל" בפּרשתנו) איז געווען אַן ענין מיוחד, און מען וואָלט במילא געקענט אָננעמען אַז דער „ויקטר" איז געווען אַנדערש פון סדר הקטרת בכלל (און אפשר נאָר איין מאָל) — דעריבער באַוואָרנט רש"י: „שחרית וערבית כמ"ש בבקר בבקר בהטיבו את הנרות וגו'", אַז דאָס איז געווען פּונקט אויפן זעלבן אופן ווי מ'פלעגט מקריב זיין יעדן „שחרית וערבית" וואָס שטייען אין פּסוק „בבקר בבקר בהטיבו את הנרות וגו'".

230ועפי"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י ברענגט ניט בפירושלא די ווערטער „בין הערבים" — ווייל נאָכדעם ווי רש"י טוט אויף אַז דער „ויקטר" איז מיט גאָרניט אַנדערש פון עבודת הקטרת בכלל, איז שוין ניט נויטיק קיין ראיות אַז מ'האָט יענעם טאָג מקריב געווען אויך ביינאַכטלב. דעם פּסוק ברענגט ניט רש"י ווי אַ ראי', נאָר אַלס פאַרגלייך און הסבר, אַז אונזער „ויקטר" איז דאָס זעלבע ווי די קטרת פון דעם פּסוק „בבקר בבקר וגו'"לח.

ו. עס בלייבט אָבער ניט מובן:

א) צו וואָס איז רש"י אויך מעתיק די ווערטער „בהטיבו את הנרות", וויבאַלד אַז צום הסבר פון זיין פּירוש זיינען נוגע נאָר די ווערטער „בבקר בבקר וגו'"?

נאָכמער ; ב) די ווערטער „בהטיבו את הנרות" זיינען גאָר מעורר אַ סתירה צו זיין פּירוש — אַז דער „ויקטר עליו קטרת" אין יום הקמת המשכן איז געווען די זעלביקע עבודת הקטרת וואָס מ'האָט דערנאָך מקטיר געווען יעדן טאָג — וואָרום בהטיבו את הנרות מיינט דאָך צו זאָגן, אַז די הקטרה „בבקר בבקר" איז געבונדן, און שייך צו דער פריערדיקער עבודה פון הטבת הנרות (וואָס דאָס איז דער „ניקוי הבזיכין של המנורה מדשן הפּתילות שנשרפו בלילה"84)) ; און וויבאַלד אַז אין דעם טאָג פון הקמת המשכן איז לכאורה קיין הטבת הנרות ניט געווען (ווייל די פריערדיקע נאַכט איז נאָך געווען פאַר הקמת המשכן, האָט מען מן הסתם ניט געצונדן די מנורה), דאַרף דאָך אויסקומען אַז דער „ויקטר" ביום הקמת המשכן איז געווען ניט פונעם סוג קטרת „בבקר וגו'", נאָר אַן ענין מיוחד.

נאָר דער ביאור אין דעם; רש"י נעמט אָן בפּשטות אַז אויך אין די שבעת ימי המילואים, פאַר דעם טאָג פון הקמת המשכן, האָט מען געטאָן אַלע עבודותלח, ובכללם — הדלקת הנרות. און לפי זה קומט אויס, אַז אין דעם „בקר" פון יום הקמת המשכן דר"ח ניסן, איז אויך געווען די עבודה פון הטבת הנרות, ובמילא איז שוין רעכט צו איינלערנען אַז די קטרת וואָס מען האָט דאַן מקטיר געווען איז ניט קיין אַנדערע ווי די וואָס רעדט זיך אין פּסוק „בבקר בבקר בהטיבו את הנרות וגו'".

און דערמיט וועט זיין פאַרשטאַנדיק אַז די ווערטער „בהטיבו את הנחות" זיינען ניט בלויז קיין סתירה ניט צו זיין פּי', נאָר רש"י דאַרף זיי מעתיק זיין; צווישן231די אַלע מיני עבודה של חינוך וואָס די תורה רעכנט אויס בשייכות צו די ימי המילואים, ווערט ניט דערמאָנט בפירוש אַז מען האָט אויך מדליק געווען די מנורה. וואָלט מען געקענט מיינען אַז מחמת דעם וואָס עס האָט געפעלט די הדלקה און במילא די הטבה, איז אויך דער „ויקטר עליו קטרת" געווען אַן ענין מיוחד (אַזוי ווי דער „ויערך עליו ערך לחם" און „ויעל הנרות") — איז דעריבער רש"י מרמז אין אַ דיוק „כמ"ש בבקר בבקר בהטיבו את הנרות", אַז די קטרת פון נדון דידן איז געווען פאַרבונדן מיט הטבת הנרות פּונקט ווי אַלעמאָל — „בבקר בבקר בהטיבו את הנרות"ל.

ז. וויבאַלד אַז די הערכת הלחם און העלאת הנרות, וואָס זיינען געטאָן געוואָרן דורך משה'ן ביום הקמת המשכן, זיינען געווען אַ הוראת שעה, איז פאַרשטאַנדיק אַז פון זיי קען מען ניט אַפּלערנען בנוגע די עבודות הרגילות — אַז אויך זיי האָט משה געטאָן דאַןלז. אדרבה; לויט פּשטות הסברא דאַרף זיך אָפּלייגן, אַז די עבודות הרגילות האָט משה געטאָן בלויז בשבעת ימי המילואים, אָבער ווי נאָר מען האָט אויפגעשטעלט דעם משכן אין אַן אופן קבוע (כולל אויך דעם ערשטן טאָג — שמיני למילואים), האָט געטאָן די עבודות דער וואָס האָט זיי געטאָן בקביעות — אהרןלח.

און דערפאַר איז רש"י ניט מפרש אויפן פּסוק „ויקטר" אַז דאָס האָט געטאָן משה, ווייל פון דעם פּסוק גופא איז ניטאָ קיין שום הוכחה דערצו; און מצד פּשטות הסברא דאַרף גאָר אויסקומען, פאַרקערט, אַז אהרן האָט מקטיר געווען די קטרת.

נאָר בעת מען קומט צום פּסוק „ויעל עליו את העולה ואת המנחה" — וואָס בנוגע עולה און מנחה איז מוכח אַז משה האָט זיי מקריב געווען (כדלקמן ס"ח) — איז רש"י מרמז, דורך דעם וואָס ער זאָגט „והקריב (משה) קרבנות צבור" סתם — אַלע קרבנות פון צבור — אַז צוזאַמען מיט עבודות צבור דעולה ומנחה האָט משה אויך געטאָן די עבודה פון „ויקטר". וואָרום ס'איז ניט מסתבר צו מחלק זיין אין קרבנות צבור גופא צווישן עולה ומנחה (דורך איין מקריב) און די אַנדערע קרבנות (און עבודות) צבור (דורך אַ צווייטן).

ח. דער הכרח צו זאָגן אַז דער פּסוק „ויעל עליו וגו' " מיינט דערמיט משה'ן (און ניט אהרן, ווי ס'קוקט אויס בהשקפה ראשונה), ווערט פאַרשטאַנדיק פון דיוק הל' אין פּירש"י אויף דעם פּסוק — פון דעם וואָס נאָכן מעתיק זיין „ויעל עליו" פון פּסוק לייגט ער צו „וגו'", און פון דעם וואָס ער הויבט אָן זיין פּי' מיט די ווערטער „אף ביום השמיני וכו'":

מיט זיין מוסיף זיין דעם וואָרט „וגו'"232— טראָץ דעם וואָס דער תוכן פון זיין פּירוש גופא איז אויף דעם כללות הענין פון „ויעל עליו" (אַלע קרבנות צבור; און דערפאַר איז ער דאָך ניט מעתיק בפיחוש „את העולה ואת המנחה") — איז ער אויסן צו לאָזן הערן, אַז די ראי' צו זיין פּירוש איז פון די ווייטערדיקע ווערטער „את העולה ואת המנחה" — וואָס זיינען מרומז אין דעם „וגו'"; און וואָס איז אָט־ער באַווייז? דאָס פאַרשטייט מען פונעם אופן ווי ער הויבט אָן זיין פּירוש „אף ביום השמיני כו'" (און ניט בקיצור „שימש משה" וכדומה) ;

פון די ווערטער „את העולה ואת המנחה" (מיט אַ ה"א הידיעה) איז קלאָר, אַז די עולה און מנחה וואָס מ'האָט מקריב געווען ביום הקמת המשכן זיינען פון זעלבן סוג עולה ומנחה וואָס מען ווייס שוין פון זיי, וואָס מען האָט מקריב געווען בשבעת ימי המילואים. איז אויב מ'זאָל זאָגן אַז ביום הקמת המשכן האָט אהרן מקריב געווען די עולה ומנחה — איז דאָך ניטאָ קיין צד השווה צווישן אָט־די עולה ומנחה (וואָס אהרן האָט מקריב געווען, און באופן תמידי), מיט די עולה ומנחה וואָס משה האָט מקריב געווען פריער און לשם מילואים

— דעריבער (לערנט רש"י) מוז מען זאָגן, אַז „אף ביום השמיני פו' שימש משה", וואָס דעמאָלט איז פאַראַן אַ התדמות צווישן די עולה ומנחה פון יום השמיני מיט די פון ימי המילואים ; זיי אַלע האָט מקריב געווען משה רבינו.

און וויבאַלד מיר ווייסן שוין אַז די עולה ומנחה האָט משה מקריב געווען, איז שוין דער שכל מחייב, אַז אויך די אַנדערע קרבנות צבור פון יענעם טאָג — האָט זיי משה געטאָן.

ט. פון די ענינים פון „יינה של תוחה" פון אונזער פּירש"י;

וואָס איז טאַקע דער טעם וואָס דעם ענין „אף ביום השמיני למילואים שימש משה והקריב קרבנות צבור כו'" איז דער פּסוק מרמז דוקא ביי עולה און מנחה (כאָטש אַז אַזוי איז עס געווען אויך ביי די אַנדערע עבודות) ?

אויף צו פאַרשטיין דאָס דאַרף מען מקדים זיין נאָך אַ פּי'לט אויף דעם וואָס דאָ שטייט „העולה" און „המנחה" בה"א הידיעה, אַז די עולה ומנחה זיינען באַוואוסטע דערמיט וואָס זיי זיינען „עולת תמיד" און „מנחת תמיד"; זייער באַוואוסטקייט קומט מצד זייער תמידיות.

מיט וואָס צייכענען זיך אויס די עולה ומנחה מיט זייער תמידיות לגבי די אַלע אַנדערע עבודות וואָס מען האָט זיי געטאָן בכל יום ויום — האָט מען שוין אַמאָל גערעדט בארוכהמ, אַז פון דעם גופא וואָס צווישן אַלע טעגליכע עבודות ווערט בלויז דער קרבן תמיד אַליין אָנגערופן מיטן נאָמען „תמיד" סתם, איז אַ ראי' אַז דער תואר „תמיד" קומט (ניט בלויז דערפאַר וואָס מען האָט אים מקריב געווען בכל יום, נאָר אויך, און בעיקר) צו מדגיש זיין אַז ער האָט אַ שטענדיקע ווירקונג (פּעולה נמשכת) — דער אויפטו פון די קרבנות תמיד ציט זיך במשך פון דעם גאַנצן מעת לעת.

און דערמיט איז אויך מבואר, וואָס ביי קטרת (אין אונזער פּרשה) איז תורה משנה דעם אופן הביטוי און זאָגט „ויקטר עליו קטרת" (אָן אַ ה"א הידיעה), הגם אויך די קטרת האָט מען מקטיר געווען אַלע טאָג — און אין ווייטערדיקן פּסוק233שטייט „ויעל עליו את העולה ואת המנחה"; ווייל נאָר עולה ומנחה זיינען פאַראַן (בפּעולתם) תמיד, בכל רגע ורגע — זיינען זיי דעריבער באַזונדערס חשוב און במילא ספּעציעל באַוואוסט.

יו"ד. דער ביאור פון דעם אין עבודה;

דער קרבן תמיד איז אַן עולה, וואָס איז כולו כליל לה'מא ; און צו דער עבודה פון אַוועקגעבן אינגאַנצן צום אויבערשטן (כליל לה') איז יעדער איד גרייט תמיד, בכל רגע ורגע, און ער דאַרף ניט האָבן אויף דעם קיין ספּעציעלע הכנות ;

בשעת עס רעדט זיך וועגן אַ קרבן וואָס אַ טייל פון אים דאַרף געגעסן ווערן דורך מענטשן, און דער אופן האכילה דאַרף זיין בקדושה וטהרה (ווי דאָס פאָדערט זיך ביי אכילת קרבן) — זיינען דערצו נויטיק באַזונדערע הכנות. וואָרום בטבעו מוז אַ מענטש פילן דעם גשמיות'דיקן טעם און געשמאַק פון דעם מאכל, איז אים דערפאַר שווער צו פּועל'ן ביי זיך אַז זיין טבע זאָל זיין טבע (עסן) אָבער „נתהפּך" ווערן צו קדושה, ער זאָל דעם קרבן עסן אינגאַנצן און הורכאויס לשם שמיםמב ;

על אחת כמה וכמה, ווען עס קומט צו דער עבודה פון קטרת — וואָס איר ענין איז, אַז אויך ג' קליפּות הטמאותמג זאָלן נתהפּך ווערן צו קדושה — איז דאָך אַוודאי אַז ניט יעדער איינער האַלט ביי אַזאַ מדריגה.

אָבער בשעת עס האַנדלט זיך וועגן „עולה", ד. ה. דוקא ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַ „קרבן" וואָס אַ איד דאַרף זיך אַליין איבערגעבן „כליל לה' ", דאָס איז שייך צו יעדן איד, מצד נקודת נשמתו, און ער איז אויף דעם מוכן תמיד בכל רגע ורגע.

און דאָס איז אויך דער טעם וואָס אַלע עבודות האָבן זיך יעדן טאָג אָנגעהויבן מיטן קרבן תמיד, ווייל דוקא נאָך דער עבודה פון „כליל לה' ", וואָס אַ איד טוט זיך אויס פון זיין אייגענער מציאות און גיט זיך אַוועק אינגאַנצן צום אויבערשטן, ערשט דעמאָלט קען ער ביי זיך פּועל'ן אַז אויך זיינע „מציאות"־ענינים זאָלן זין קדושה'דיק, ווייל אויך זיי ווערן דורכגענומען מיטן ביטול במציאות פון „עולה" וואָס ער איז דערצו צוגעקומען בתחילת היוםמד.

יא. אַלע פּירושים פון תורה זיינען דאָך פאַרבונדן צווישן זיךמה — איז פאַראַן אַ קישור צווישן די צוויי פּירושים הנ"ל אין דעם ה"א הידיעה פון „העולה" און „המנחה" (זייער זיין ידוע מצד דער פריערדיקער הקרבה בימי המילואים, און מצד דעם ענין פון „תמיד" וואָס אין זיי).

און ווי מען זעט — בינדט די תורה גופא די ביידע ענינים צוזאַמען; אויפן פּסוק „עולת תמיד העשוי' בהר סיני"מו234טייטשט רש"י (אין זיין ערשטןמז פּירוש) „העשוי' בהר סיני — כאותן שנעשו בימי המילואים". זעט מען דאָך אַז דער פּסוק גופא בינדט צוזאַמען דעם ענין פון „עולת תמיד" מיט דעם וואָס „נעשו בימי המילואים".

אין וואָס באַשטייט אָט־דער צוזאַמענבונד צווישן זיי ?

איז דער ביאור; הן אמת אַז יעדער איד, מצד דעם נפש האלקית וואָס אין אים (ובפרט מצד דעם וואָס זיין נשמה איז געווען במעמד הר סינימח), איז ער תמיד מסוגל צו האַלטן ביי דער עבודה פון „כליל לה'"מט — פונדעסטוועגן, מצד דעם גוף ונפש הבהמית וואָס זיינען מעלים אויף דער נשמה, דאַרף ער דערצו אויך האָבן אַ נתינת כח פון משה רעיא מהימנא, וואָס ער איז מעורר דעם כח הביטול פון דער נשמהנ, אַז אויך געפינענדיק זיך אין גוף ונה"ב זאָל זי שטענדיק האָבן די יכולת זיך לגמרי צו מבטל זיין און אַוועקגעבן צום אויבערשטען.

און דאָס איז די שייכות פון „עולת תמיד" צו „העשוי' בהר סיני — כאותן שנעשו בימי המילואים": די מעלה מיוחדת פון די „ימי המילואים" איז דאָס, וואָס אין זיי איז „שימש משה", און ער, משה (דורך זיין אָנפאַנגען צו מקריב זיין די עולה אין די ימי המילואים), האָט אויפגעעפנט דעם צינור און געגעבן דעם כח צו יעדער אידן, אַז די עבודה פון „עולה" — כליל לה' — זאָל ביי אים קענען זיין תמיד.

יב. און דאָס איז אויך דער ביאור וואָס „אף ביום השמיני למילואים שהוא יום הקמת המשכן", וואָס דעמאָלט האָט זיך אָנגעפאנגען די עבודה הרגילה והקבועה פאַר אַלע אידן, האָט משה מקריב געווען (ניט בלויז דעם קרבן תמיד, נאָר אויך) אַלע קרבנות (צבורנא) — בכדי צו ממשיך זיין דעם כח הביטול פון דעם קרבן תמיד „עולה", אויך אין די עבודות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט „מציאות" (כנ"ל סו"ס יו"ד).

אָבער אעפּ"כ זאָגט דער פּסוק דעם ענין פון „שימש משה" ביים קרבן תמיד דוקא — און פון דעם לערנט מען דאָס אָפּ בנוגע די אַנדערע עבודות — ווייל דאָס וואָס מען דאַרף אָנקומען צום נתינת כח פון משה רבינו ביי די אַנדערע עבודות, איז עס בעיקר (ניט מצד דעם ענין המיוחד שלהם, וואָרום אדרבה ; דער ענין פון די אַנדערע עבודות באַשטייט דאָך אין דעם וואָס אַ איד האָט יע צו טאָן מיט „מציאות", נאָר) בכדי זיי זאָלן *) זיין דורכגעדרונגען מיטן ענין פון „עולה" און „מנחה" — מנחת נסכיםלב וואָס זיינען „כליל לה' ".

(משיחת ש"פ ויק"פ תשכ"ו ותשכ"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-kjqts5nh

עותקים

פעילות אחרונה

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · אושרה
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · נסגרה

מקורות