English
ספרייה

לקוטי שיחות

כ"ד טבת

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

35כ"ד טבת

א. עס איז ידוע וואָס דער אַלטער רבי, דער היינטיקער בעל ההילולא גופא, איז מבאר אין דעם ענין פון הסתלקות והילולא, אַז דעמאָלט, בשעת ההסתלקות (פון אַ צדיק), ווערן נכלל און זיינען עולה למעלה „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו"א, און דאָס ווערט דאַן אויך „מתגלה ומאיר בבחי' גילוי מלמעלה למטה"ב;

און אַזוי ווי דאָס איז בשעת ההסתלקות, עד"ז איז עס אויך יעדן יאָר אין דעם טאָג פון יאָרצייט, וואָרום ס'איז דאָך ידועג אַז בכל שנה ושנה זיינען חוזר וניעור — עס ווערן דערוועקט און איבערגע'חזר'ט — די ענינים וואָס האָבן זיך אויפגעטאָן אינעם ערשטן מאָל, און נאָך ביתר שאתד.

אַלע מועדי השנה (ועד"ז ימי הולדת און הילולא פון צדיקים וכיו"ב) זיינען מרומז אין די פּרשיות התורה וואָס ווערן געליינט אין די זמנים אין וועלכע זיי זיינען חלה. און היות אַז די קביעות פון כ"ד טבת, דער יום ההילולא פונעם אַלטן רבי'ן, פאַלט אויס (ברוב השנים) אין דער וואָך פון פ' ואראו — דאַרף מען זוכן — ובפרט לויט דעם אָנזאָג פון בעל ההילולא אַז מען בעדאַרף לעבן מיט דער סדרה פון דער וואָךז — אין אָט דער סדרה אַ שייכות און אָן אָפּלערנונג — עכ"פ ברמז — בנוגע דעם ענין, חשיבות און מעלה פון דעם יום ההילולא, דאָס מיינט: „כל מעשיו תורתו ועבודתו" פונעם אַלטן רבי'ן.

ב. די גדלות מיוחדת פונעם אַלטן רבי'ן קען מען וויסן און פאַרשטיין פון זיין נאָמען; סיי פון זיין אייגנטלעכן נאָמען — שניאור זלמן, וואָס זיינע עלטערן האָבן אים געגעבן

(און ווי ס'איז ידוע אַז דער נאָמען פון אַ מענטשןח ווייזט אויף זיין מהותט — און אַזוי איז עס דאָך36אַפילו ווען ביים געבן דעם נאָמען האָבן די עלטערן ניט מכוון געווען צו אויסטייטשןי מיטן נאָמען דעם מהות פון זייער קינדיא — על אחת כו"כ איז דאָס אַזוי אין דעם פאַל; וויסנדיק די גרויסקייט פון די עלטערן פון כ"ק אדמו"ר הזקןיב, מסתבר לומר, אַז הגם זיי האָבן דעם אַלטן רבי'ן אַ נאָמען געגעבן נאָך זיין זיידן, האָבן זיי אָבער דערביי אויך געהאַט נאָך אַ באַזונדערע כוונה; זיי האָבן „געזעען" אַז דער נאָמען שטעלט מיט זיך פאַר די מעלת המהות פון זייער זוןיג) ;

און סיי פון דעם נאָמען מיט וועלכן ער ווערט גערופן פון כלל ישראל — „בעל התניא והשלחן ערוך"יד.37און הגם אַז דאָס איז בלויז אַ שם התואר (ע"ש פון זיינע ספרים) — וויבאַלד אָבער אַז מיט דעם נאָמען ווערט ער גערופן בכל תפוצות ישראל, איז עס במילא אַ תורה'דיקער נאָמעןיג, און ס'איז דעריבער זיכער, אַז אויך אין דעם נאָמען דריקט זיך אויס דעם אַלטן רבי'נס ענינו המיוחד.

און וויבאַלד אַז דאָס ווערט אויסגעדריקט דורך אָט די ביידע נעמען, „שניאור זלמן" און „בעל התניא והשלחן ערוך", איז פאַרשטאַנדיק אַז די צוויי פאַרשידענע נעמען דייטן אָן, אויף דעם זעלבן תוכן וואָס שטייט אין דעם נאָמען וואָס מען גיט „בבואך" — אין וועלט — בכח ובהעלם און קומט אַרויס בפּועל ובגלוי במשך ימי חייו — ביז אין אַ גילוי וואָס דערגרייכט „בכל ישראל" און ווערט אויסגעדריקט אין דעם נאָמען וואָס מען ווערט אָנגערופן בכל ישראל.

ג. ס'איז ידוע158) אַז דער טייטש פון „שניאור" (דער ערשטער נאָמען פון דעם אַלטן רבי'ןיח), איז; שני אור (צוויי אורות)יז; און ווי דער בעש"ט האָט געזאָגט וועגן דעם אַלטן רבי'ןיא (צו זיין אַלט ווערן דריי יאָר), אַז ער וועט באַלייכטן די וועלט מיט די צוויי ליכטיקייטן פון תורת הנגלה און תורת הנסתרי.

און דער זעלבער ענין דריקט זיך אויס אויך אין דעם נאָמען „בעל התניא והשלחן ערוך" — וואָרום תניא (פּנימיות התורה) און שלחן ערוך (נגלה דתורה) זיינען די צוויי אורות מיט וועלכע דער אַלטער רבי האָט באַלויכטן די וועלט.

און הגם אַז אויך פאַר דעם אַלטן רבי'ן זיינען געווען גדולי ישראל וואָס זיינען געווען גרויס אין ביידע חלקי התורה, סיי אין נגלה דתורה סיי אין נסתר דתורה — אָבער דער אויפטו פון „שניאור" איז, אַז ביידע אורות — פון תורת הנגלה און תורת הנסתר — זיינען אין איין און דעם זעלבן וואָרטיז ; ד.ה. אַז ביים אַלטן רבי'ן זיינען נגלה און נסתר געוואָרן און געווען לאחדים ממש.

און דאָס איז אויך די שייכות פון דעם יום ההילולא פונעם אַלטן רבי'ן צו פּ' וארא; ווייל אויך דער תוכן38(פון תחלת וראש) הסדרה איז דער יחוד פון למעלה מן השכל — נסתר, מיט שכל — נגלה, וואָס איז נתגלה געוזאָרן דורך משה רבינו, כדלקמן.

ד. וועט דאָס ווערן פאַרשטאַנדיק נאָך דעם ווי מ'וועט מבאר זיין וואָס רש"י שרייבט בפירושו עה"תכ, אַז אויף דעם וואָס משה האָט גע'טענה'ט צום אויבערשטן „למה הרעתה גו'"כא, האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט; „חבל על דאבדין ולא משתכחין, יש לי להתאונן על מיתת האבות . . ולא הרהרו אחר מדותי ואתה אמרת למה הרעתה".

איז אין דעם ניט מובן; איינער פון די יסודי האמונה איז, אַז משה רבינו איז געווען דער „נבחר מכל מין האדם"כב; סיי פון דעם גאַנצן „מין האדם" וואָס קומט נאָך אים און סיי פון די אַלע וואָס זיינען פאַר אים, איינגעשלאָסן אויך די אבות — און ווי ער זאָגט וועגן דעם אויך אין מדרשכג; כל השביעין חביבים באבות . . משה

[און דער עילוי פון משה רבינו לגבי די אבות איז געווען אויך מצד זיין מדריגה פון פאַר מתן תורה, ווי דער פּסוק דאָ גופא ברענגט דאָס אַרויס (בנוגע צום זמן פון פאַר מ"ת) אַז דער גילוי צו די אבות איז געווען דורכן שםא־ל שד־י, און צו משה רבינו — אויך דער גילוי פון שם הוי']

היינט ווי איז שייך צו זאָגן, אַז משה רבינו איז ח"ו געווען אַ „מהרהר אחר מדותיו של הקב"ה", ובפרט נאָך אונטערשטרייכנדיג אַז די אבות האָבן ניט מהרהר געווען?

ה. אין די רשימות פון כ"ק אדמו"ר הצ"צ אויפן פּסוק וארא גו'כד, איז מבואר, אַז משה רבינו איז בחי' „חכמה" און די אבות זיינען בחי' „מדות". און היות אַז דער שורש פון מדות איז העכער פון חכמה, דערפאַר איז דוקא ביי די אבות געווען דער ענין פון „לא הרהרו כו'" — ווייל ביי זיי האָט מאיר געווען די „בחי' שלמעלה מהשכל והדעת".

עס פאָדערט זיך נאָך אָבער ביאור:

א) אפילו אויב מען זאָל אָננעמען אַז די העכערקייט פון משה'ן איז געווען נאָר אין דעם ענין פון חכמה און השגהכח (און נבואהכ), אָבער אין דעם ענין פון ביטול (וואָס איז פאַרבונדן מיט למעלה מהשכל) זיינען די אבות געווען העכער פון אים — קען מען פאָרט בשום אופן ניט זאָגן, אַז עס האָט משה'ן עפּעס געפעלט ח"ו אין דער שלימות פון ביטול וכו', און אַז דערפאַר האָט ער מהרהר געווען.

ב) דער עילוי פון שם הוי' לגבי שם א־ל שד־י (ווי דאָס דריקט זיך39אויס אין עבודת האדם) באַשטייט אין דעם, וואָס דער גילוי פון שם אד־י, וויבאַלד ער איז אַן אור וואָס האָט אַ שייכות צו עולמות, רופט ער אַרויס אין עבודה די מדה פון אהבה, וואָס זי האָט אַ טייכות מיט דער „מציאות" פון מענטטן — „לאהבה את הוי' אלקיך גו' כי הוא חייך"כה; און דער גילוי פון שם הוי', וואָס ווייזט אויף „עצמיות אוא"ס . . שאינו בגדר עלמין כלל", מאָנט אַרויס דעם ענין פון ביטול און מס"נ שלמעלה מהטעם95).

לפי זה, וויבאַלד אַז צו משה'ן איז נתגלה געוואָרן דער שם הוי', האָט ער דאָך געהאַט אַ מעלה אויף די אבות אויך אין דעם ענין הביטול שלמעלה מהשכלכט — איז ווי קומט עס אַז ער זאָל מהרהר זיין, בעת די אבות האָבן ניט מהרהר געווען?

ו. איז דער ביאור אין דעם;

דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן משה רבינו, אַז דוקא ער זאָל זיין דער גואל פון די אידן, איז דאָך דאָס גופא דער באַווייז אַז אָט די שליחות איז באַזונדערס פאַרבונדן מיט ענינו של משה — די מדריגה פון חכמה. ד.ה. ס'איז געווען דעם אויבערשטן'ס רצון, אַז די גאולה זאָל דורכגעפירט ווערן לויטן סדר פון חכמה ושכל דקדושה. און דערפאַר האָט ער בוחר געווען אין משה רבינו, בחינת חכמה.

דעריבער, איז הן אמת אַז משה רבינו איז געווען אויך אין דעם ענין פון ביטול שלמעלה מהשכל אויף אַ גאָר הויכער מדריגה, האָט זיך אָבער דאָ געפאָדערט — מצד דער שליחות גופא (אויסצולייזן די אידן דורך בחינת משה, חכמה) — צו פאַרשטיין מיט שכל דקדושה די פּרטים און דרכים וואָס אין דער דורכפירונג פון דער שליחות. און דערפאַרל האָט משה רבינו — חכמה דקדושה — געפרעגט; „למה הרעתה גו' למה זה שלחתני" — ווי האַלט עס אויס לויט בחי' החכמה?

און הגם אַז לויט דעם קומט אויס, אַז די שאלה פון משה רבינו למה הרעתה גו' איז (נוסף דערצו וואָס ס'איז קיין חסרון ניט געווען זז"ו, איז נאָך אדרבה, ס'איז) געווען אַ חלק פון מילוי תפקידו ושליחותו — פונדעסטוועגן האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט „חבל על דאבדין כו' ואתה אמרת למה הרעתה", וואָרום יציאת מצרים איז דאָך געווען אַ הכנה צו מתן תורהלא וואו עס האָט זיך אויפגעטאָן „חיבור עליונים ותחתונים"לב, אַז אין שכל („תחתונים") זאָל דערהערט ווערן און זיך אָפּלייגן דער ביטול ואמונה שלמעלה מהשכל („עליונים")

40— און ווי דער אַלטער רבי בעל ההילולא, טייטשט עס (אין תו"אלג), אין פּסוקלד „וידעתם כי אני הוי' גו'" (וואָס איז געווען אַן ענטפער אויף דער שאלה „למה הרעתה גו' "לה), אַז מ"ת האָט געדאַרפט אויפטאָן אַז אויך דער „אני הוי'" וואָס איז העכער פון חכמה זאָל קומען אין ידיעה —

האָט דעריבער אויך ביי יצי"מ געדאַרפט זיין דער חיבור פון חכמה — ענינו של משה, מיט [מדות ששרשן] למעלה מהחכמה — ענין האבותל, אַז אין חכמה של משה האָט געדאַרפט מאיר זיין און זיך אָפּלייגן דער ענין שלמעלה מהשכל („לא הרהר כו'")לו.

ז. און דאָס איז אויך די שייכות פון התחלת פ' וארא מיט כ"ד טבת, דער יום ההילולא פונעם אַלטן רבי'ן, ווייל אויך דעם אַלטן רבי'נס תפקיד איז געווען, אויפצוטאָן דעם ענין פון „וידעתם כי אני הוי'", ד. ה. ממשיך זיין דעם הוי' שלמעלה מהשכל אין ידיעה.

וכידועלח אַז תורת החסידות הכללית, ווי זי איז נתגלה געוואָרן דורכן בעש"ט און מגיד, איז געווען אין אַן אופן פון אמונה שלמעלה מהשכל; און דער אַלטער רבי, דורכן מגלה זיין תורת חסידות חב"ד, האָט אויפגעטאָן אַז אויך אין שכל גופא זאָלן זיך אָפּלייגן און דערהערן די ענינים שלמעלה מהשכל.

ח. עפּ"ז ווערט אויך פאַרשטאַנדיק, אַז דער חיבור פון אור הנסתר מיטן אור הנגלה, וואָס איז נתחדש געוואָרן דורך דעם בעל ההילולא (און וואָס איז אויך מרומז אין זיין נאָמען „שניאור", כנ"ל סעיף ג'), דריקט זיך אויס ניט בלויז אין דעם וואָס ער איז געווען דער מחבר פון תניא (פּנימיות התורה) און פון שלחן ערוך (נגלה דתורה), נאָר אויך אין דעם תניא גופאלח;

41תניא איז די תושב"כ פון חסידות חב"דלט, און פון די ענינים וואָס האָבן זיך אויפגעטאָן אין תורת חסידות חב"ד איז דאָך — אַז אויך דער חלק פון נסתר דתורה, רזין דאורייתא, איז געקומען בגילוי צו יעדער אידן, ביז אין אַן אופן פון „לבאר היטב", ווי דער לשון פון דעם בעל ההילולא אין דעם שערבלאַט פון תניא.

ט. אין דעם ספר תניא (ווי ער איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דעם ערשטן מאָל) זיינען געווען (נאָר) צוויי חלקים:

דער ערשטער חלק איז „לבאר היטב איך הוא קרוב מאד", ווי צו יעדער אידן איז „קרוב מאד בפיך ובלבבך לעשותו"מ; און דער ענין פון דעם צווייטן חלק איז; „להבין מעט מזעיר . . יחו"ע (און) . . יחו"ת".

און וויבאַלד אַז „קרוב מאד בפיך ובלבבך לעשותו" איז אַן ענין וואָס איז נוגע צו אידן (ווי יעדער איד קען דינען דעם אויבערשטן אויךמא „בלבבך") ; און דער ענין פון יחו"ע און יחו"ת איז שייך צו וועלט, ווי אויך „בשמים ממעל ועל הארץ מתחת" איז „אין עוד"מב —

איז דעריבער פאַרשטאַנדיק אַז אין צווייטן חלק תניא, וואו דער אַלטער רבי האָט ממשיך געווען דעם „אין עוד" אויך אין וועלט — „בשמים ממעל ועל הארץ מתחת"לז, האָט ער ממשיך געווען דעם אור פון פּנימיות התורה נאָך מער בגילוי און למטה יותר.

און די צוויי ענינים זיינען מרומז אין די צוויי נעמען פונעם בעל ההילולא — „שניאור" און „זלמן";

דער נאָמען „שניאור", אע"פּ אַז אויך ער ווייזט אויף „חיבור עליונים ותחתונים", כנ"ל, וויבאַלד אָבער אַז דער טייטש פון „שניאור" איז צוויי אורות, הייסט עס דאָך אַז אויך דער „תחתון" איז אַן ענין פון אור וגילוי ; דאַגעגן דער נאָמען „זלמן" אותיות „לזמן"מג, איז פאַרבונדןמד מיט עולםמג לשון העלם48). און דער אויפטו פון דעם בעל ההילולא איז, אַז ער האָט מחבר געווען דעם „שניאור" צום „זמן" — לזמן, אַז אויך אין עולם לשון העלם זאָל שטיין בגילוי „אין עוד".

(משיחות ש"פ וארא תשכ"ח־

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-am3w9jy8

עותקים

פעילות אחרונה

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · אושרה
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · נסגרה

מקורות