לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים יד
368די שייכות מיט דער יערלעכער אונטערנעמונג פון דער ישיבה ווערט קלאָר ווען מיר באַטראַכטען זיך, אַז די דאָזיגע אונטערנעמונג איז באמת אויך אַן ענין פון „בויען אַ משכן".
די אינערלעכע נקודה פון בויען דעם משכן איז דאָס וואָס אידן האָבן גענומען אַ טייל פון זייער גאָלד, זילבער, און אַנדערע מאַטריעלע זאַכן, און האָבן דערמיט געבויט אַ הייליגען אָרט פאַר דער ג־טלעכער שכינה. אַזוי אַרום האָבן זיי אַראָפּגעבראַכט די שכינה צו רוען צווישן זיי, און צוזאַמען מיט דער שכינה זיינען אַראָפּגעבראַכט געוואָרן די ג־טלעכע ברכות אין אַלע זייערע ענינים, סיי מאַטריעלע און סיי גייסטיגע.
אין היינטיגע צייטן פאַרנעמט די ישיבה דעם אָרט פון דעם „משכך" און „מקדש". די ישיבה, וואו מ'לערנט דעם אויבערשטנ'ס תורה און מ'דאַוונט טעגלעך, מיט כוונה און מסירת־נפש, וואָס תורה און תפלה זיינען דאָך אַנשטאָט קרבנות — איז דער „משכן" פאַר דער ג־טלעכער שכינה, וואָס ברענגט די גטלעכע ברכות פאַר די אַלע וועלכע האָבן אַ חלק אין בויען און אויסהאַלטן דעם דאָזיגען הייליגען מוסד . . .
תצוה
. . . ולהעיר עפמש"כ בקהלת יעקב מע' אחותי, אשר אחות ר"ת אפוד חשן תפארת ומל', וכידוע בס' טעהמ"צ להרח"ו (פ' תצוה) ובכ"מ בכתהאריז"ל, אשר אפוד הוא מל' וחושן ז"א.
וי"ל אשר לכן באיפוד דוקא הי' ניכרת התחלת החורבן (הנק' אבילות בדרז"ל) שחסרו או"ת, ולכן לאו דולא יזח החושן מעל האיפוד הוא דוקא בזמן הבית, כי בזמן הגלות הרי נהר יחרב בבית ראשון ויבש בבית שני, וגם בזמן הבית אינו לוקה אלא דרך קלקול, כי זו"נ אין זיווגייהו תדיר. ורס"ג לא מנאו במנין הלאווין כלל (יעויין ביאור פערלא ל"ת ריב) ולכן גם התיקון צ"ל בעיקר במל' בפנימיותה ובחיצוניותה או ביסוד ומל' שזהו ציון וירושלים, וכמו שנת' בלקו"ת במדבר ס, א ושם דברים א, נ . . .