עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 10

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

468שיחת יום ג' ב' דחנוכח, אחרי תפלת מנחח, ח'תשל"ח

— בבית הכנסת —

א. אַזוי ווי ס'איז דאָך יום השלישי שהוכפּל בו כי טובא, און ס'איז דער ערשטער יום השלישי שלאחרי י"ט כסלו, וואָס אויך י"ט כסלו בשנה זו איז געווען ביום השלישי שהוכפּל בו כי טוב, טוב לשמים וטוב לבריותב,

אַזוי ווי די קביעות פון י"ט כסלו בפעם הראשונה (תקנ"ט), ווען ס'איז געווען די גאולה פון דעם אַלטן רבי'ן, וואָס „לא אותו בלבד גאל הקב"ה"ג נאָר יעדער אידן און אַלע אידן עד סוף כל הדורות,

ובמיוחד, אין די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט הפצת המעיינות חוצה — די הפצה פון פּנימיות התורה און אויך די הפצה פון נגלה דתורה [וואָרום פּנימיות התורה נעמט מיט זיך מיט אויך נגלה דתורה, פּונקט ווי די נשמה נעמט מיט זיך דעם גוףד],

[און ווי גערעדט אין די התוועדות פון י"ט כסלו, אַז הפצת פּנימיות התורה בריינגט אויך אַ (הוספה) הפצה אין נגלה דתורה, ביז ווי דאָס קומט אַרויס אויך אין דער תקנה קבועה לדורות פון חלוקת הש"סה, וואָס איז נקבע געוואָרן בקשר צו י"ט כסלו, אַז בי"ט כסלוו טיילט מען פאַנאַנדער דעם ש"ס על מנת ללמדו במשך כל השנה און מסיים זיין אים צו י"ט כסלו לשנה הבאה],

און וויבאַלד אַז לימוד מביא לידי מעשהז, וואָס המעשה הוא העיקרח — איז די הפצת התורה חוצה [פון פּנימיות התורה און פון נגלה דתורה] בריינגט אויך די הפצה פון קיום המצוות חוצה, אַז אויך אין חוצה זאָל אָנקומען דער ענין פון קיום המצוות בהידור.

ב. וואָס דאָס (דער ענין פון קיום המצוות בהידור) האָט אויך אַ קשר מיוחד מיט ימי חנוכה, כפּסק הרמ"אט, אַז ס'איז אַ „מנהג פּשוט" באַ אַלע אידן צו מקיים זיין די מצוה פון נרות חנוכה אין אַן אופן פון מהדרין מן המהדרין. און לויטן כלל הידוע אַז יעדער מצוה איז כולל אין זיך אַלע מצוות

[וואָס דערפאַר איז העוסק במצוה פּטור מן המצוהי, וויילע דורך זיין469מקיים זיין אַ מצוה איז ער מקיים מעין פון אַלע מצוות, כמבואר במאמרי דא"ח פון רבותינו נשיאינויא]

איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער „מנהג פּשוט" הנ"ל בנוגע צו מצות חנוכה איז אַ הוראה אויך בנוגע צו אַלע מצוות,

אַז פון חנוכה (צוזאַמען מיט י"ט כסלו) דאַרף מען מיטנעמען די הוראה און נתינת כח אויף צו מפיץ זיין דעם ענין פון מהדרין מן המהדרין, בכל המצות במשך כל השנה כולה,

ביז צו ימי חנוכה בשנה הבאה, הבאים עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, וואָס דעמולט וועט מען מוסיף זיין און מעלה זיין בקודשיב נאָך מער ווי בשנה ר

זה

און אויך דער ענין [די הוראה פון „מהדרין מן המהדרין" בנוגע צו אַלע מצוות, וואָס מען נעמט אַרויס פון ימי חנוכה] איז פאַרבונדן מיט דער גאולה פון י"ט כסלו — וואָרום די שלימות הגאולה, ווען דער אַלטער רבי איז געקומען צוריק פון פּעטערבורג (דער אָרט וואָס איז געווען פאַרבונדן מיטן מאסר) אין זיין פלך (וויטעבסק)יג — איז געווען בחנוכה.

וכמבואר בסיפּור הגאולהיד אַז דער אַלטער רבי איז אָנגעקומען אין וויטעבסק „ביום ג' ב' דחגוכה" [וואָס דעמולט איז געוואָרן שבעה ימ'םטו פון דעם יום השלישי י"ט כסלו] און „התעכב שם כל ימי החנוכה".

ג. אע"פּ אַז דער ענין פון „מהדרין מן המהדרין" איז פאַרבונדן מיט כללות ימי החנוכה — איז אָבער דאָ אין דעםטז אַ מעלה מיוחדת אין יום ב' דחנוכה, מצד דערויף וואָס דעמולט איז די התחלה פון ענין זה בפּועל:

ביום הראשון דחנוכה קען זיין נאָר די החלטה אויף מקיים זיין די מצוה באופן דמהדרין מן המהדרין (און די החלטה קען זיין אפילו פאַר חנוכהיז) — דאָס קען אָבער ניט זיין בפּועל, וואָרום ביום הראשון איז מען מדליק נאָר איין נר; ביום הג' דחנוכה (ובימים שלאחריו) — איז ניטאָ קיין חידוש אין דער הנהגה פון „מהדרין מן המהדרין", וואָרום די הנהגה איז שוין געווען פריער ביום ב'; און אין דעם באַשטייט די מעלה פון יום ב' דחנוכה, וואָס דאַן איז די התחלהיח פון דעם ענין („מהדרין מן המהדרין") בפועליט.

און אויך דער ענין האָט אַ קשר מיוחד מיט דער גאולה פון י"ט כסלו, כאמור לעיל אַז דער אַלטער רבי איז אָנגעקומען קיין וויטעבסק (פּלך שלו) „ביום ג' ב' דחנוכה"

470[וואָס נוסף לזה וואָס עס לייגט זיך בשכל אַז ער איז אָנגעקומען אַהין מבעוד יום [און ביז דעם זמן פון „משתשקע החמה" איז דאָך נאָך שייך צו נר ב' דחנוכהכ] — איז דאָך דאָס כפּשטות הלשון אין דעם סיפּור, אַז דאָס איז געווען „ביום ג' ב' דחנוכה"]

וואָס דער קשר פון די צוויי ענינים — די (שלימות ה)גאולה די"ט כסלו, און ב' דחנוכה — איז: די הפצת המעיינות פון פנימיות התורה (ענין י"ט כסלו) קומט אַרויס (כנ"ל סעיף א') אויך אין הפצה אין נגלה דתורה, און אין דער הפצה פון קיום המצוות בהידור, בשלימות ההידור — מהדרין מן המהדרין, און דאָס איז ניט נאָר בכח ובהחלטה, נאָר — בפּועל.

ד. די הוראה פון כל הנ"ל בנוגע לפּועל:

די מצוה פון נר חנוכה איז דאָך פון די מצוות וואָס זיינען דער עיקר הענין פון „נרכא מצוה"כב — איז פון דעם קיום מצות נר חנוכה באופן דמהדרין מן המהדרין, וואָס הויבט זיך אָן בפּועל ביום ב' דחנוכה,

וואָס קומט נאָך דער הקדמה פון „ותורהכא אור" — דער לימוד התורה אין עניני חנוכה (וואָרום (גדול) תלמוד (ש)מביא לידי מעשהז) —

דאַרף מען מיטנעמען אויך בנוגע כל עניני תורה ומצוות, אַז מען זאָל זיי טאָן אין אַן אופן פון מהדרין מן המהדרין, און אַז דאָס זאָל זיין בפּועל.

ה. מובן, אַז די התחלה בהנ"ל דאַרף זיין פון די מצוות כלליות, וואָס אין זיי זיינען די מבצעים הידועים: „מבצע אהבת ישראל", „מבצע חינוך", „מבצע תורה", „מבצע תפילין", „מבצע מזוזה", „מבצע צדקה", „בית מלא ספרים — יבנה וחכמי'",

און די מצוות וואָס זיינען איבערגעגעבן געוואָרן במיוחד צו נשי ובנות ישראל

[נאָך מער ווי כו"כ מצוות וואָס אין זיי זיינען נשים בשוה צו אנשים און אפילו מער ווי מצות נ־חנוכה וואָס האָט אַ שייכות מיוחדת צו נשי ישראל מצד דערויף וואָס „נעשה נס על ידיהן"כג משא"כ די מצוות דלקמן זיינען איבערגעגעבן געוואָרן במיוחד צו נשי ובנות ישראלכד]:

„מבצע נרות שבת קודש ויו"ט", „מבצע כשרות האכילה ושתי'", און „מבצע טהרת המשפּחה",

אַז מען זאָל מפיץ זיין די צעהן ענינים הנ"ל ביז אין חוצה, ביז אַז יעדער איד זאָל זיי מקיים זיין אין אַן אופן פון מהדרין מן המהדרין.

ו. און וויבאַלד אַז מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראלכה, וועלן די מבצעים וואָס אידן טועהן ממהר זיין — מוסיף זיין „אחישנה" אין דעם „אחישנה" גופאכו — אַז דער471אויבערשטער וועט מקיים זיין זיין מבצע מען „נותן חיי נפשו לה'", ובמילא איז (דער מבצע הכי גדול והכי עיקרי והכי מען מקרב דורך דעם די גאולה [כמובן פנימי) — מבצע הגאולה, וואָס איז נאָר מהמבואר בספר תניא קדישא32) דער

טעם פון דעם וואָס צדקה איז מקרב33)

אַז בקרוב ממש וועט זיין „ואתם די גאולה].

תלוקטו לאחד אחד בית ישראל"27), אַז

דער אויבערשטער אַליין וועט נעמען בונדן מיט „על פתח ביתו מבחוץ" — יעדער אידן באַזונדער און אַרויסנעמען וועט מען די מעות חנוכה געבן על פתח אים פון גלות און בריינגען אים אין דער ביהכנ"ס וביהמ"ד, וואָס דאָס איז די ד'

אמות אין וועלכע דער רבי נשיא דורנו

ובמהרה בימינו, און בעגלא דידן, און האָט מנהיג געווען כללות עם ישראל,

צוזאַמען מיט חסידיו ואנ"ש ההולכים

און בטוב הנראה והנגלה, ובאופן בעקבותיו,

און אין אַן אופן וואָס דאָס האָט פּועל

געווען על כל המקומות ועל כל הזמנים לעל מט או ז שרוע ומט ז את משיח דנו, אוז א" אד מען געבן איצטער מעות חנוכה (צו

יעדערן וואָס וועט וועלן באַקומען),

וואָס דאָס איז דאָך אַ מנהג ישראל, וואָסאחד, אַז ער זאָל טאָן דערמיט כפי הטוב מנהג ישראל תורה היא30) — נוסף בעיניו, אין אַן ענין פון „טוב לשמים דערצו וואָס מען געפינט אויף דעם כמה וטוב לבריות".

זיכער וועט יעדערער מוסיף זיין

און וויבאַלד אַז דער מנהג איז פאַר־מדילי', און די הוספה וועט זיין אין אַן בונדן מיט ממון, וואָס „במעות אלו הי' אופן פון מהדרין מן המהדרין,

יכול לקנות חיי נפשו" — איז בשעת

מען גיט עס אַוועק בכדי צו מקיים זיין אַ שמקרבת את הגאולה33) — וועט דאָס מנהג ישראל (וואָס „תורה היא") איז נאָך מער צו היילן די גאולה האמיתית

והשלימה ע"י משיח צדקנו,

און — בשמחה ובטוב לבב.

27) ישעי' כז, יב. וראה רש"י נצבים ל, ג.

28) ישעי' לה, יו"ד. נא, יא.

29) להעיר מרמב"ן עה"ת לך יב, ו. וראה לבוש

על הרקנטי לך שם. דרשות הר"ן דרוש ב'.

30) תוד"ה נפסל מנחות כ, ב.

31) וראה לקולוי"צ אגרות ע' שנח.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-v14ja3nq

Copies

Recent activity

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · approved
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · closed

Sources